כולל - רענט

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

כולל - רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

איך וואלט געוואלט וויסן וויאזוי די סיסטעם פון כולל געלט איז געווען אין די בראשית יארן, און פארגלייך צו היינט - און צו עס איז מעגליך היינטיגע צייטן נאכאמאל אויפצוקומען פראצענטיש צו צאלן אזויווי אמאל.

שמעתי אז פאר 40 יאר צוריק האט מען געקענט מער ווייניגער לעבן פון כולל געלט, א וואך כולל געלט איז געווען (כמדומה) מער ווייניגער ווי היינט, בערך $90 א וואך (30 יאר צוריק) און רענט האט געקאסט א קנאפע $200 א חודש... איז נאך געבליבן אביסל טשענדזש אין טאש.
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: כולל - רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

די רעדסט די צייטן ווען מ'האט געגעבן א ניקל פאר די פישקע און געבעטן 4 פעניס רעשטע?
סך הכל תגובות: 999
לחיים אלע אידן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 5:33 pm

Re: כולל - רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים אלע אידן »

געוויסע כוללים האבן טאקע איינגעפירט אז מען געט גאר אסאך געלט ווען מען פארהערט זיך א מקצוע, אזוי גייט די געלט פאר די וואס לערנען באמת פלייסיג, און קומען אן מקצועות שלימות, דאכטס מיר סאטמאר מהר"א אין וויליאמסבורג האט אזא סיסטע"ם
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: כולל - רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

מיין שאלה איז צו ס'איז מעגליך בימינו אלה אויך אויפצוקומען צו צאלן פאר די אינגעלייט די רענט מיט בילס - און אנדערע ווערטער, אויב האט מען דורך פאנדרעיזינג פאר 40 יאר צוריק געקענט אויסהאלטן די אברכים, איז אולי היינט אויך שייך כעין זה.

ווי ס'ליגט מיר אין זכרון האט כולל טארטיקאב באצאלט פאר 25 יאר צוריק בערך $300 א וואך (?! כך בזכרוני שא' אמר לי כן אז?!)

וואס קען/דארף געטון ווערן אז ס'זאל ווערן א אויפוואכונג אין די נושא?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: כולל - רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ווען מ’האט געעפענט אין סאטמאר דעם כולל, איז די געהאלט געווען גענוג צום לעבן, און נאך אביסל
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”