איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

פארלוירענער
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:22 pm

איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארלוירענער »

איך בין לעצטנס אין זייער א אנגעזעצטע מצב וויל איך רעדן אמת'דיג פון הארץ, קום איך צו אייך מיינע ברודער מיט מיינע יעצטיגע ווערטער גלייך ארויס פון שפת הלב.

איך בין א 25 יעריגע אינגערמאן, ב''ה גוט חתונה געהאט, פרנסה מסודר, קינדער און שלום בית, אלעס קלאפט בערך, מ'קען זיך בכלל נישט אפרעדן.
מיין אידישקייט איז רעגולער, נישט אנדערש ווי יעדעם לכאורה, דאווענען און לערנען, צדקה, אלעס אביסל וויפיל ס'קומט אויס.

אבער עפעס פיל איך אזא ליידיגקייט און פוסטקייט און פארלוירענקייט, און די מצב ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג אז איך פיל לעצטנס ווי ממש באו מים עד נפש.
די זאך איז אז איך פיל ווי איך האב פשוט נישט קיין שום סיבה פארוואס אנצוגיין. איך זע נישט קיין נארמאלע ציל אין מיין לעבן, עולם הזה האב איך דאך נישט, איך בין א איד און דאס איז עס (נישט אז דער גוי האט יא עפעס, אבער אפילו דאס אויך נישט), רוחניות האב איך דאך אויך נישט עפעס ספעשל, פיין, איך לערן אביסל און דאוון, אבער איך גיי שוין נישט זיין דער גרויסער תלמוד חכם און צדיק לכאורה, איך זע נישט ערגעץ ספעשל ווי איך גיי גרייכן אז דאס זאל מיר געבן א ציל און חיות.

ממילא בין איך אין א מצב וואס איך פיל עכט נישט קיין נארמאלע שטופ צו אריינלייגן עפעס עפארט און כוחות אין עולם הזה אדער רוחניות, איך פיל ווי איך האב עכט גארנישט, אזא טרוקענקייט און ליידיגקייט וואס מען קען גארנישט מסביר זיין, נישט אויבן נישט אינטן, נישט דער וועלט נישט יענער וועלט, נישט רעכטס נישט לינקס, כף הקלע בחיים חיותי.
דאס איז ממש יסורים וואס מען קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, איך ווייס ממש נישט פארוואס איך גיי אן נאך א מינוט אין לעבן, צו וואו ציל איך בכלל?

און ווי מער איך טראכט אריין דערין און איך צונעם מיין מצב ווער איך נאר מער און מער צובראכן און אנגעזעצט און טרויעריג אז עס קומט מיר טרערן אין די אויגן, טרערן פון פארלוירענקייט און צומישעניש, פארוואס שטיי איך בכלל אויף צופרי? פארוואס ארבעט איך? פארוואס לעב איך בכלל?
און נאכדערצו אז דערווייל האב איך נאך פראבלעמען און שוועריקייטן אזויווי יעדע נארמאלע מענטש, די קינדער זענען נישט וואויל, די געלט איז נישט מסודר צומאל, און נסיונות ברוחניות, איך זע ממש נישט פארוואס איך זאל סטראגלען און אנגיין און זיך פלאגן ווען איך זע נישט קיין נארמאלע ציל און תכלית פארוואס איך ארבעט און פלאג זיך, צו וואס פונקטליך גיי איך דא אנקומען אין מיין לעבן למעשה?

איך ווייס נישט צו איינער פארשטייט בכלל פון וואס איך רעד, איך בין א מצב וואס איך הער נישט רעדן דערפון בכלל, איך פיל מיך פשוט אליין אויפן וואסער, איך בלאנזשע אין א טיפע געדעכטע וואלד אן קיין וועג ווי איך וויל גרייכן, איך בין עלנדן אליין אויפן שטורמישן ים אן קיין וועג און ציל, איך בין א וויסטע מדבר אן קיין פונקט וואו איך וויל אנקומען. פארלוירן איז נישט דאס ווארט.
און צו דעם אלעם בין איך נאך נארמאל ווי יעדעם, איך האלט אן א נארמאלע לעבנסשטייגער, איך דארף לכאורה צו זיין גליקליך און צופרידן, איך האב דאך א נארמאלע באזעצענע לעבן, אבער אין די מציאות בין איך אזוי ווייט דערפון, איך פיל נישט קיין שום חיות און באדייט אין מיין לעבן און אין מיין אנוועזנהייט אויפן ערד קוגל, א סיטואציע וואס איך קען נישט מסביר זיין.

איז וואס וויל איך יעצט דא פון ענק מיט מיינע פאר פארלוירענע שורות?
איך ווייס אליינס נישט, אפשר וויל איך הילף און עצות, אפשר וויל איך הערן צו נאך מענטשן טרעפן זיך צומאל אין אזא מצב. אבער אידערוועי בין איך פארפלאנטערט און דארף חיזוק און הילף, אלעס וועט זיין עפרישיעיטעד און אנגענומען בסבר פנים יפות.

ווי עס שרייבט צו אייך
א פארלוירענער
לעצט פארראכטן דורך פארלוירענער אום זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 10:30 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

קביעת עיתים לתורה דאס איז די איינציגסטע ענטפער וואס איך האב פאר דיר
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
achtov
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 9:16 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך achtov »

דרשו זכרו יסודי מיט א חברותא!
קענסט פרעגן דער שוואגער וואס האט געכאפט די בינען אין די סוכה
מן הסתם קענסטו ווערען עפראווד 70K ALASKA MILES!!!
https://www.applyonlinenow.com/USCCapp/ ... 48ef456db8
אפשען צי נוצען ביי עלאל ביזנעס קלאס!
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

איך מיין אז די דארפסט טרעפן עפעס א גוטע משפיע. דאס קען זיין א גרויסע הילף.
אין עוד מלבדו
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

די נשמה׳לע ווערט דערשטיקט און זי שרייט! זי וויל עסן און טרונקן.

נאכדערצו ווען דו ביסט ווארשיינליך איינער וואס טראכט אביסעל טיפער איז ממש פון די ערגסטע יסורי נפש וואס איז נאר דא.

שיטראק איז גערעכט אז מען דארף לערנען אבער ער דארף טיפער אויך.

א פריוואטע רבי, משפיע איז א ״מוז״.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

שכח פארן שרייבען און עפענען אזא אשכול, עס קומט אן אינטערסאנטע שמועס דא ... (סארי, פאר דיין עצם שאלה האב איך נישט עכט וואס צו ענטפערן...)
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

טערעפי איז דער ענטפער אדער מעדיצין
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

פארלוירענער האט געשריבן:רוחניות האב איך דאך אויך ניט עפעס ספעשל, פיין, איך לערן אביסל און דאוון, אבער איך גיי שוין נישט זיין דער גרויסער תלמוד חכם און צדיק לכאורה, איך זע נישט ערגעץ ספעשל ווי איך גיי גרייכן.

איך בין נישט קיין קיין מוסר זאגער אבער אז דו מאכסט א ברכה פארן עסן, דו פירסט זיך אויף און דו ביזט מחנך דיינע קינדער צו טון מצוות ומעשים טובים האסטו ריזיגע חלקים עולם הבא נישט קיין חילוק אויף וועליכע מדריגה מ'האלט.

די זעלבע זאך ווי ווען א קליין בעבי ווערט געבוירן קען עס גארנישט אליין טון און במשך די יארן ווערט ער אלץ מער און מער אנטוויקעלט, די זעלבע זאך איז ווען מ'האט חתונה וואס איז אייגענטליך א המשכה פון זיך אנטוויקלען נעמט עס אפאר יאר ביז מ'לאנדעט אויף די וועלט און מ'כאפט וואס דא טוט זיך, דאס איז זייער א נארמאלע פילינג ביי א יוד וואס זיין עיקר ציל איז צו דינען גאט און די נשמה פארלאנגט עס און וויל זיך נישט באגניגן מיט קיין שום אנדערע זאך.

כ'וואלט דיר געראטן צו קויפן דעם ביכל וואס אנדערע האבן צוגעצייכנט אינעם פריערדיגן לינק, ס'איז ממש א ברכה צו מאכן.

(דעי אויסדריק אז דו וועסט שוין לכאורה נישט ווערן קיין גרויסע תלמיד חכם וצדיק איז נישט וויזויהייסטעס...)
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

בניהו האט געשריבן:די נשמה׳לע ווערט דערשטיקט און זי שרייט! זי וויל עסן און טרונקן.

נאכדערצו ווען דו ביסט ווארשיינליך איינער וואס טראכט אביסעל טיפער איז ממש פון די ערגסטע יסורי נפש וואס איז נאר דא.

שיטראק איז גערעכט אז מען דארף לערנען אבער ער דארף טיפער אויך.

א פריוואטע רבי, משפיע איז א ״מוז״.

פיין געזאגט וואויל געזאגט
Inattentive adhd
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 2:46 am
לאקאציע: און מח אדער הארץ

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Inattentive adhd »

אויב שטערט אייך עס פון אונגיין מיטן טאג אדער עפעס מער ווי א רעגיולער אנזעץ פון אפאר טעג.. רעדט אייך דרוך מיט relief resources.org
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

כ'בין געווען אין זעלבן פעקל פאר א לענגערע צייט, דער אויבערשטער האט מיר געהאלפן כ'האב זיך געזעצט לערנען פלייסיג און איך לעב א גוטן טאג זינט דאן (שוין מסיים געווען כמה מסכתות זינט דאן).

איך האב א געוואלד צו שרייבן, אבער נישט קיין צייט דערפאר. ביטע קאָנטאַקט מיר אין אישי כ'וועל פרובירן כפי יכולתי.

וואס יא, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, און איך וואונטש דיר פון טיפן הארצן זאלסט טרעפן דעם וועג.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

יעצט פארשטיי איך פארוואס עס איז דא א אנלויפעניש ביי די משפיעים..

צ"ק
די גמרא זאגט השרוי בלא אשה שרוי בלא שמחה,
אפשר קענסטו ארויפברענגען דיין קשר צום נעקסט לעוועל,

און פארשטייט זיך א שטארקע שיעור צופרי פארען דאווענען גמרא א שעה חוק ולא יעבור,
וועט גאר שטארק צוהעלפן,

א איד וואס שטעלט אויף א אידישע שטוב, לערנט, טוהט נישט קיין עבירות,
פילט אן דעם טאג צו ברענגען פרנסה,
וואס קען זיין גליקליכערס פון דעם,?

מען האט א ציל אין לעבן און מען קומט אן,
א מחי, יעדן טאג!!
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

הרב @פארלוירענער פאר דו דו טרייסט מיט דעי טערעפיסטן און אגעדיסטן פראביר דעם נייעם ביכל. איך האב געמאכט א טעות אז כ'האב עס נישט געקויפט באלד ווען כ'האב געהערט דערפון נאר נאכן צוריק הערן פון אנדערע אז ס'האט זיי געטוישט די לעבן, ס'קאסט אפאר דאלער אבער ס'איז ווערט אסאך מער.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

@פרוביר,

עס איז דא אידן וואס האבן ב״ה א גוטע קשר מיט זייער ווייב, מיט שיעורים קבועים און זיי מוטשענען זיך זייער מיט די און ערגערע פראבלעמען. דאנק השי״ת אז איר ווייסט נישט דערפון, אבער פארשטיי אז נישט יעדער איז פון זעלבן טייג געקנאטן.
אני הוא הנער, נער המדבר
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אויטש! דיין געביידע וואס דו האסט דא געפארבט טוהט זייער וויי צו הערן.

די אמת איז אז טוב לו שלא נברא משנברא איז א מציאות און דו האסט פשוט אנערקענט וואס די חכמים האבען געשריבען נאך פאר iOS אדער Bitcoin איז געוועהן עוועילעבל פאר די פאבליק.

איך רעד נישט פון תורה, מצות, מעשים טובים, תפלה אדער יענע וועלט הגם דאס איז אלעס אמת ויציב ונכון און קען ביי געוויסע זיין די סיבה פון אויפשטיין יעדע אינדערפרי און אריינלייגען די עבודה און דאס זאל זיי געבן די מוד פון יעדען טאג מיט א פרישקייט אפרעכטען זייער טעגליכע התחייבות און די הנאה דערפון איז פאר די חברה אזוי גרויס אז יעדן טאג האבען זיי די פרישקייט און געשמאקייט אנצוגיין.

עס איז אבער אויך דא א פראקטישקייט אין די טעגליכע התחייבות און דאס קומט פון פארשטיין די מתנה פון אטעמען, אויב א מענטש נעמט אריין ביי זיך אין קאפ אז יעדע אטעם איז נאך א מתנה און אויף יעדע אטעם דארף איך דאנקען דעם בורא עולם, דאס איז די יסוד פון לעבן, איך דארף נישט זיין העפי שארט טוירם, לאנג טוירם, נעכטיגע דאגות מיט מארגענדיגע פראבלעמען, עס איז אלעס א באנטש אויף מען מעד דיזעסטערס.

מיין מתנה איז מיין אטעם וואס השם געט מיר, אויף דעם דאנק איך און אויף דעם בין איך פריילעך, ברענג דעם געדאנק אהיים און לאז נישט קיין איין פארביטערטע יונגאטש טוישען פון די מחשבה, אויב האלטסטו אן די מחשבה פאר א לאנגע צייט איז אויב מאכט זיך דיר גרעסערע הנאות פון דעם ווי למשל א געלונגענע דאווענען א מעכטיגע מצוה, א גוטע ביזנעס דיעל, א געשמאקע אטמעספערע אין הויז דאן איז עס הכל ריוח אבער די יסוד איז ווייטער על כל נשימה ונשימה תהלל י-ה.

מען דארף בלויז עפרישיעטן לעבן מיט איר געוואלדיגע מתנה פון אטעמען, שמחת החיים, עס איז נישט דא אין דעם קיין קעדילעק אטעם אדער א פארד אטעם יעדער האט די זעלבע און קיינער איז נישט מקנא קיין צווייטען און קיינער האט נישט מער אדער ווייניגער, אדער לעבט מען אדער שטארבט מען.

וחי בהם פשוטו כמשמעו! הצלחה וברכה.
לעצט פארראכטן דורך מטעמים אום זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 10:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

sheetrock האט געשריבן:הרב @פארלוירענער פאר דו דו טרייסט מיט דעי טערעפיסטן און אגעדיסטן פראביר דעם נייעם ביכל. איך האב געמאכט א טעות אז כ'האב עס נישט געקויפט באלד ווען כ'האב געהערט דערפון נאר נאכן צוריק הערן פון אנדערע אז ס'האט זיי געטוישט די לעבן, ס'קאסט אפאר דאלער אבער ס'איז ווערט אסאך מער.

וועלכע ביכל?
אין עוד מלבדו
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

שאהן הענניטי האט געשריבן:כ'בין געווען אין זעלבן פעקל פאר א לענגערע צייט, דער אויבערשטער האט מיר געהאלפן כ'האב זיך געזעצט לערנען פלייסיג און איך לעב א גוטן טאג זינט דאן (שוין מסיים געווען כמה מסכתות זינט דאן).

איך האב א געוואלד צו שרייבן, אבער נישט קיין צייט דערפאר. ביטע קאָנטאַקט מיר אין אישי כ'וועל פרובירן כפי יכולתי.

וואס יא, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, און איך וואונטש דיר פון טיפן הארצן זאלסט טרעפן דעם וועג.

להוי ידוע אז אסאך יונגעלייט דרייען זיך ארום אן קיין קאפ און כאפן פשוט נישט אז די איינציגסטע זאך וואס ס'פעלט זיי איז בלויז אביסל שטאף פאר די נשמה. סאו אויב דו וועסט עס יא אפשרייבן אין פאבליק וועסטו האבן א גרויסע זכות
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

מי שברך האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:הרב @פארלוירענער פאר דו דו טרייסט מיט דעי טערעפיסטן און אגעדיסטן פראביר דעם נייעם ביכל. איך האב געמאכט א טעות אז כ'האב עס נישט געקויפט באלד ווען כ'האב געהערט דערפון נאר נאכן צוריק הערן פון אנדערע אז ס'האט זיי געטוישט די לעבן, ס'קאסט אפאר דאלער אבער ס'איז ווערט אסאך מער.

וועלכע ביכל?

viewtopic.php?p=2850969#p2850969
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

sheetrock האט געשריבן:הרב @פארלוירענער פאר דו דו טרייסט מיט דעי טערעפיסטן און אגעדיסטן פראביר דעם נייעם ביכל. איך האב געמאכט א טעות אז כ'האב עס נישט געקויפט באלד ווען כ'האב געהערט דערפון נאר נאכן צוריק הערן פון אנדערע אז ס'האט זיי געטוישט די לעבן, ס'קאסט אפאר דאלער אבער ס'איז ווערט אסאך מער.

וועלכע ביכל?
למען ידעו
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2020 6:31 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למען ידעו »

sheetrock האט געשריבן:הרב @פארלוירענער פאר דו דו טרייסט מיט דעי טערעפיסטן און אגעדיסטן פראביר דעם נייעם ביכל. איך האב געמאכט א טעות אז כ'האב עס נישט געקויפט באלד ווען כ'האב געהערט דערפון נאר נאכן צוריק הערן פון אנדערע אז ס'האט זיי געטוישט די לעבן, ס'קאסט אפאר דאלער אבער ס'איז ווערט אסאך מער.

וועלכע ביכל רעדט מען דא ?
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

בניהו האט געשריבן:@פרוביר,

עס איז דא אידן וואס האבן ב״ה א גוטע קשר מיט זייער ווייב, מיט שיעורים קבועים און זיי מוטשענען זיך זייער מיט די און ערגערע פראבלעמען. דאנק השי״ת אז איר ווייסט נישט דערפון, אבער פארשטיי אז נישט יעדער איז פון זעלבן טייג געקנאטן.

פיין. אבער פון זיין מיואש'קייט איבער זיין רוחניות חלק שרייט ארויס עפעס פון זיך. ס'מוז נישט זיין אז דאס איז עס אבער דאס איז די פילינג פון נישט וויסן וואו מ'שטייט אויף די וועלט מיטן לימוד התורה חלק
לעצט פארראכטן דורך sheetrock אום זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 10:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

למען ידעו האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:הרב @פארלוירענער פאר דו דו טרייסט מיט דעי טערעפיסטן און אגעדיסטן פראביר דעם נייעם ביכל. איך האב געמאכט א טעות אז כ'האב עס נישט געקויפט באלד ווען כ'האב געהערט דערפון נאר נאכן צוריק הערן פון אנדערע אז ס'האט זיי געטוישט די לעבן, ס'קאסט אפאר דאלער אבער ס'איז ווערט אסאך מער.

וועלכע ביכל רעדט מען דא ?

viewtopic.php?p=2850969#p2850969
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

ביטע אנטשולדיגט, פון צווישן אייער שורות זעט מען א נקודה, וואס לכאו' איז דאס די שורש פון דיין פראבלעם,
פון די אופן וויאזוי איר שרייבט וועגן זיין א איד און מקיים זיין מצות זעט אויס ווי די וויסט בכלל נישט וואס דאס איז א איד זיין קשר מיטן בורא עולם און פארוואס ער טוט מצות, צו לעבן אזוי און פראבירן צו האבן שמחת החיים וואלט איך אויך ליבערשט גענדיגט מיין לעבן (ברוחניות אדער בגשמיות)
איך וואלט אייך מציע געווען צו לערנען ספרים וואס רעדן די פשוט'ע יסודות פון כלל ישראל, אנגעהויבן פון שיר השירים מיט רש''י ביז די ספרי חסידות וואס רעדן די יסודות אסאך ווי למשל ספר התניא ספרי האדמו''ר מפיאסעצנא און ר' נתן מברסלב און מן הסתם נאך אסאך וואס אנדערע קענען מציע זיין.

לגבי דאס וואס אסאך שרייבן וועגן א משפיע פרטי וכדו' זייט פארזיכטיג פון אזעלכע וואס ווילן רייטן אויף אייער פראבלעמען און קענטראלירן וכו'....
עס איז אייביג א מוז צו מקבל זיין פון ערליכע אידן, אבער נישט ווערן פארטראגען במצוקה.
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

sheetrock האט געשריבן:קביעת עיתים לתורה דאס איז די איינציגסטע ענטפער וואס איך האב פאר דיר

לערנען איז זייער זייער זייער וויכטיג אבער ספרי מוסר איז די מעדעצין פאר דיר. מסילת ישרים איז זייער גיט אין אויב קענסטו פראביר חובת הלבבות, איך ווייס נישט ווי די ביזט אויפגעוואקסען אבער ארבעט אויס צי פראקטאצירען אין פארשטיין מה חובתו בעולמו,
דאס אליין אז די ווייסט אז עפעס פעלט דיר איז א חצי נחמה

איך וויין פאר דיר!!!!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

sheetrock האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:@פרוביר,

עס איז דא אידן וואס האבן ב״ה א גוטע קשר מיט זייער ווייב, מיט שיעורים קבועים און זיי מוטשענען זיך זייער מיט די און ערגערע פראבלעמען. דאנק השי״ת אז איר ווייסט נישט דערפון, אבער פארשטיי אז נישט יעדער איז פון זעלבן טייג געקנאטן.

פיין. אסער פון זיין מיואש'קייט איבער זיין רוחניות חלק שרייט ארויס עפעס פון זיך. ס'מיוז נישט זיין אז דאס איז עס אבער דאס איז די פילינג פון נישט וויסן וואו מ'שטייט אויף די וועלט מיטן לימוד התורה חלק

הונדערט פראצענט. מ׳דארף אבער וויסן אז די מהלך פון ״האבן א שיעור יעדן טאג און פארטיג!״ איז נישט פאר יעדן. תורה איז א ״מוז״ דאווענען איז א ״מוז״ מ׳קען נישט זיין צופרידן אנדעם. ס׳נישט מעגליך! אבער ס׳איז דא נפשות וואס לעכצן. זיי לעכצן פאר פנימיות, פאר די געפיל און תענוג וואס תורה און א תורה׳דיג לעבן דארף צו ברענגן. נישט יעדער קען דאס שעפן נאר פון לערנען א שיעור קבוע יעדן טאג. אפילו אויב ער וועט ענדיגן ש״ס וועט ער נישט זיין צופרידן אויב באקומט ער נישט דאס וואס ער דארף. בעיקר מוסר, חסידישע ספרים איז די ריכטיגע מעדיצין פאר דעם אבער צומאל גייט דאס נישט אליינס און מען מוז מקבל זיין פון איינעם א אויסגערעטענע וועג וויאזוי עס אפצולערנען.



Clm זאגט ענליך
לעצט פארראכטן דורך בניהו אום זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 10:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני הוא הנער, נער המדבר
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”