איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

א פיין שמועס האט געשריבן:איך האב געהאלטן דארט ווי דו האלטסט יעצט א שיין פאר יאר צוריק.

איך פלעג אלס האבן שאיפות - גשמיותדיגע און רוחניותדיגע, אבער אין טאג האט עס מיר געכאפט. איך האט געפילט עפעס א מין פוסטקייט, וואס טו איך דא אויף די וועלט? וואס גיי איך שוין אויפטוען פון גיין אזוי ויייטער?!

איך האב געהאט א טיפזיניגע שמועס מיט א נאנטן פריינט און ער האט מיר באקאנט געמאכט מיט די ספר בגן האמונה.

די ספר האט מיר ממש געעפנט די אויגן, הארץ, קאפ און מח, צו פארשטיין וואס איך טו דא אויף דעם וועלט און מיר אויסגעלערנט וויאזוי צו לעבן א לעבן פון אמונה פשוטה וואס אויב דו לעבסט דערמיט וועסטו קיין פארלוירענער קיינמאל מער נישט זיין.

איר קענט דאס קויפן אין רוב לאקאלע ספרים געשעפטן, עס איז אויך דא א אידישע ווערסיע דערפון.


גא"מ, איך האב אויך געסטראגעלט כד הוינא טליא
איך האב גענומען ספרי מחשבה רמח"ל ספרי מוסר ווי דעס האט מיך אוועקגעטראגן אזוי אויך געגעבן אסאך wow מאמענטן און זיך מיט די צייט ארויסגעזען פין דארט
די ספרי מחשבה ברענגט א געוואלדיגע סיפוק הנפש, מען זעהט דעם מי ברא כל אלה, מען ווערט עקסייטעד אז ער האט אין אונז אויסדערוועלט און אז מען קען מאכן א נחת רוח פאר אים

ביז ווען מען ווערט עלטער נעמט מען שוין ווייניגער זאכן פאר גרענטעד און מען דאנק און לויבט דעם אייבערשטען אסאך עפטער פאר די גוטס וואס ער געט אונז א יעדן טאג און מען האט קשר מיט אים און דעס פילט אהן דעם נפש

איך האף אז דאס וועט דיר העלפן אביסל
סטיל טרייאינג
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 31, 2021 2:31 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף, כ׳האב טרעפיק…

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיל טרייאינג »

איך וויין מיט מיט דיר ווייל איך ווייס פונקטליך וואס די מאכסט מיט…. איינער וואס איז עס נישט דורך קען עס נישט פארשטיין (אפילו ער רעדט זיך איין אז יא)!

עס איז שווער… זייער שווער……. שווערער ווי א פאפיר קען ענהאלטן!

אבער… דאס איז געווענליך נאר א קורצע דורכגאנג בע״ה!!

אויף למעשה, דארפטו קודם וויסן אז דאס ווייזט אז די ביסט ב״ה זייער א קלוגער און פארשטענדליכע יונגערמאן און אז עס איז דא רעכטיגע סיבות צו וועלן פארשטיין די שאלות און ספיקות אין עס איז נישטא פון וועם אדער פארוואס זיך צו שעהמען דערמיט. (ניין, דארפסט נישט אויסקלאפן אין ביהמ״ד נאך שחרית… אבער די כאפסט מיין פאוינט.)

צווייטנס, א קלוגע יוד מיט עקספירעיענס אין די נושא קען דיר זייער אסאך העלפן אדער שיקען צו א ריכטיגע מומחה (אין אויב איז עס די ריכטיגע מומחה איז ער ווערד די געלט וואס ער בעהט).

שמועסן מיט נאנטע ׳באזעסענע׳ חברים קען אויך מאכן פילן אסאך בעסער.

נעם אביסעל צייט פאר זיך און פרוביר זיך ארויסצוזעהן פונעם שווארצן חשכות. יא, דיינע געפילן זענען אין א טונקעלע ׳שווארצע קעסטל׳ אין עס זעהט נאר שווארץ. אבער אינדרויסן שיינט די הערליכע געפילישע לעכטיקייט, סיפוק הנפש, מנוחת הנפש, ועוד ועוד ב״ה! (פרוביר פאר אביסל, עס וועט ווערן גרינגער אין גרינגער מיט די צייט)

זיך מחזק זיין אז די בעסערע צייטן זענען אט אט דא. און ס׳איז טאקע שוין דא מיטן נייעם יאר בעהשי״ת!!

עס איז שווער מער מרחיב צו זיין אין די נושא דא. קענסט קומען אין אישי אויב עס פעלט אויס.

בברכת גמר חתימה טובה!
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

געהערט אמאל פון ר׳ מיילעך בידערמאן שליט״א: געווען א יוד אן עושר וואס האט זיך אפגערעדט פאר זיין רבין אז ער האט אלעס אויף דער וועלט אבער ער האט נישט קיין שמחה. האט אים דער רבי געענטפערט, פתחת שקי ותאזרני שמחה, עפן אויף דיין בייטל און נעם דיך טיילן וועסטו האבן שמחה.

לענינינו, נישט יעדער האט א גרויסן בייטל צו טיילן, אבער יעדער האט עפעס מעגליכקייטן אינזין צו האבן אנדערע יודן, צו זאל זיין מיט א גוט ווארט, שרייבן א שיינעם ארטיקל ווער עס קען, אראפ לייגען א שיינעם דאווענען פארן עמוד, א.א.וו. מיט דעם וואס מען טוט פאר יענעם און מען טראכט נישט פון זיך באקומט מען שמחה.

איך פלעג אמאל זיצן ביי א שיעור וואס צעווישן די מקשיבי השיעור איז געווען איינער וואס האט נישט קיין סך פארשטאנען און ער איז געווען זייער אומעטיג. דער מגיד שיעור האט אים געבעטן אז יעדן טאג פארן שיעור זאל ער אנגרייטן די גמרות, מאכן זיכער אז די טיש איז זויבער און נישט אנגעלייגט מיט ספרים, נאכן שיעור צוזאמנעמען די גמרות, און ווינדער איבער ווינדער עס האט נישט געדויערט לאנג און דער יונגערמאן איז געווארן אנאנדערער מענטש, ער האט אויך אנגעהויבן אריינצופרעגן ביים שיעור.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דו שפירסט אביסל די קללה פונעם נחש. ווען א מענטש פילט אז ער איז נאכנישט סעטלד וויאזוי ער איז, און קוקט ארויס אויף א עווענטועלע שינוי לטובה אין זיין גשמיות'דיגע אדער רוחניות'דיגער מצב, איז אים דאס לעבן נאכנישט צוגעגעסן ווייל ער קוקט אלעמאל ארויס צו די בעסערע צייטן וואס גייען קומען. אבער אויב א מענטש שפירט אז ער איז שוין בעיסיקלי אנגעקומען צום תכלית, ער איז שוין סעט פאר לייף, הייבט ער טאקע אן פילן אז ער האט שוין נישט מער וואס צו ערלעדיגן. אדער ווי דער רמב"ם זאגט דאס בקיצור, אשרי מי שחתמו ימיו במהרה, ער האט שוין געפארטיגט זיין לעבנס מיסיע.

דערפאר איז גאר וויכטיג זאלסט האבן עפעס א passion, נעם עפעס א ציל וואס דאס ווילסטו דערגרייכן, עס קען זיין א גשמיות'דיגע זאך און עס קען זיין ברוחניות. (שכל'דיג גערעדט מאכט מער סענס צו פאוקוסן אויף א עולם עומד, אויף חיי עולם ווי א עולם עובר און חיי שעה, אבער היות מען האנדלט דאך דא מיט פילינגס איז שכל נישט דוקא דער ריכטיגער מעסטער. דו דארפסט אליין אויס פיגורן וואס עס רעדט צו דיר).
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
מרדכי הכהן
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 2:13 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרדכי הכהן »

דער גראדער איינסער, בן יוסף, שור, טענה'ט אז מען דארף זיין באפרידיגט פון טון די דאָטיס, האבן א שיעור יעדן טאג און האבן א שיינע משפחה מיט קינדער. עפרישיעט וואס דו האסט, שרייט ער מיט פאטאס...

דער צעמישטער פיר, בן דוד, כבש, זאגט אז ער דארף עפעס מער מיניניג אין לייף, ער ווייסט אליינס נישט וואס, עפעס קוועטשט אים אפילו ער האט שלום בית מיט א נארמאלע סדר היום...

מיין פריוואטע מיינונג אז ס'איז עכט נישטא קיין עצה, ס'איז דא אזעלכע סארט נאטורן וואס שפירן אזוי ווי דו שרייבסט

קאוד: וועל אויס אלע

איך ווייס נישט צו איינער פארשטייט בכלל פון וואס איך רעד, איך בין א מצב וואס איך הער נישט רעדן דערפון בכלל, איך פיל מיך פשוט אליין אויפן וואסער, 


אז מ'ווייסט דאס איז דאס שוין א שטיקל ישועה, וועלקאם צו די וועלט פון מבקשים, נשמה'לעך. ס'איז ב"ה דא היינט א וועלט פון גוטע ספרים און דרשות, חשוב'ע ערליכע משפיעים, (בפרט אין ברסלב), ספעציעל געאייגנט פאר אזעלכע אידן, טאקע נישט די טיפיקל שפראך וואס מ'הערט ביי אלע דרשות אין בית המדרש הגדול, אבער ס'לוינט צו פרובירן.
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
איבערלעבער האט געשריבן: .
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

מרדכי הכהן האט געשריבן:דער גראדער איינסער, בן יוסף, שור, טענה'ט אז מען דארף זיין באפרידיגט פון טון די דאָטיס, האבן א שיעור יעדן טאג און האבן א שיינע משפחה מיט קינדער. עפרישיעט וואס דו האסט, שרייט ער מיט פאטאס...

דער צעמישטער פיר, בן דוד, כבש, זאגט אז ער דארף עפעס מער מיניניג אין לייף, ער ווייסט אליינס נישט וואס, עפעס קוועטשט אים אפילו ער האט שלום בית מיט א נארמאלע סדר היום...

מיין פריוואטע מיינונג אז ס'איז עכט נישטא קיין עצה, ס'איז דא אזעלכע סארט נאטורן וואס שפירן אזוי ווי דו שרייבסט

קאוד: וועל אויס אלע

איך ווייס נישט צו איינער פארשטייט בכלל פון וואס איך רעד, איך בין א מצב וואס איך הער נישט רעדן דערפון בכלל, איך פיל מיך פשוט אליין אויפן וואסער, 


אז מ'ווייסט דאס איז דאס שוין א שטיקל ישועה, וועלקאם צו די וועלט פון מבקשים, נשמה'לעך. ס'איז ב"ה דא היינט א וועלט פון גוטע ספרים און דרשות, חשוב'ע ערליכע משפיעים, (בפרט אין ברסלב), ספעציעל געאייגנט פאר אזעלכע אידן, טאקע נישט די טיפיקל שפראך וואס מ'הערט ביי אלע דרשות אין בית המדרש הגדול, אבער ס'לוינט צו פרובירן.

מחולק. ס'איז יא דא עצות, ווי אסאך האבן שוין געשריבן כל אחד בשמו הטוב יבורך
אבער זעכער נישט אויפגעבן אז אזוי איז עס און פארטיג..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

אוי ביסטו אויפן גיטן ריכטונג, טאקע ווען ס'האט מיר אנגעהויבן צו קראצן, קינדער זיסע ב"ה, פרנסה ארבעט מען שווער און מ'האפט פאר שיינע רווחים, די שלום בית איז שוין מער ווייניגער מסודר, און וואס נישט, אבער איך זעה מיך עפעס נישט אין קיין שלימות, נישט דאס האב איך געוואלט פילן אלס טאטע, עפעס פלעין נארמאל? כדארף אביסל רעקעגנישן אין מיר אליין, ס'איז מיר אבער אינטערגעקומען א מעשה אין יענע תקיפה, וואס האט מיך געמאכט טראכטן גאר אנדערש, האט זיך געמאכט ביי מיר אין שטוב יום הקדוש ס'איז פארן בעלהבית'טע גאר שלעכט געווארן און זי האט געמוזט אויספאסטן אזוי ארום זעקסע נאכמיטאג, און זי איז געווען זייער צובראכן, האמיר געברויכט דעמאלטס רחמי שמים און ס'האט איר וויי געטוהן אז זי האט די ערשטע מאהל געמוזט עסן יום הקדוש, און דא איז אואדאי די יצר הרע אריינגעקומען אפשר האסטו נישט געמעגט עסן, איי ס'געווען שרעקליך אבער דער יצר איז אויך שרעקליך, כ'האב דאך נישט געקענט בלייבן שטיל, האב איך איר א זאג געגעבן אז ס'שטייט נישט און ערגעץ אז מ'דארף פאסטן גאנץ יו"כ, ס'שטייט פלעין אז יו"כ טאר מען נישט עסן, דאס טייטשט אז יעדע רגע פון טאג טאר מען נישט עסן מברויך בכלל נישט ענדיגן דעם תענית, ני ודאי פאסט מען אגאנצן טאג ווייל מען טאר נישט עסן, אבער און פאל וואס אינזערע חכמים האבן געזאגט זאלסט נישט נעמען קיין שאנסן, האט די תורה געהייסן אז יעצט מיזטו עסן, ס'מאכט גארנישט שוואכער דיין תענית ביז יעצט, ביסטע מקיים א מצוה דאורייתא פון ונשמרתם, כאב אליין נישט געגלייבט וואס מיין מויל האט געזאגט, אבער ס'איז מיר אריין ביז די נשמה,
יעדע ווארט און שמונה עשרה וואס די האסט יא אינזין געהאט איז עולמות, איי רוב דאווענען אפגעחלמט, ווי שטייט אז מברויך אינזין האבן דאס גאנצע, מ'דארף אינזין האבן דאס דאווענען איז דאך יעדעס ווארט חשוב און טייער
א קוק אוועק אויפן גאס נישט צו זעהן א דבר אסור, די דארפסט רעדן אמאהל מיט א פרוי און די קוקסט איר נישט און פנים אריין, פארוואס ווייל די ווילסט פאלגן דיין באשעפער, די האסט אן אהנונג וואסארא שמחה דאס ברענגט פארן בוכ"ע, איי נעכטן האסטו יא געקוקט, נעמט דאס נישט אוועק בכלל וואס די האסט היינט דעליווערד, יעדעס מאהל איז די ציווי עקסטער חל, און נישט נאר יעדעס מאהל נאר אויך יעדע רגע,
אזוי זיי פרייליך יעדעס מאהל די קענסט דיין טאטען מאכן שמייכלען, און די וועסט אויך שמייכלען
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

אמת אין רוב פעלער, אבער אין דיין משל פון יו"כ איז דוקא יא דא שיטות אז ועיניתם את נפשותיכם איז מערב עד ערב דייקא
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

בן טוב א גוט קינד פשוטו כמשמעו! טייערע דיבורים! אינאיינוועגס א מז״ט צו הונדערטער

——————
מהאקט אן רחמנות…
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

Programming האט געשריבן:אמת אין רוב פעלער, אבער אין דיין משל פון יו"כ איז דוקא יא דא שיטות אז ועיניתם את נפשותיכם איז מערב עד ערב דייקא

נעמט נישט אוועק די חשיבות פון די מצוה ווען איינער האט נישט געקענט צוענדיגן דעם תענית, מילה איז דוחה שבת, העסטו זאגן אז דער מוהל האט נישט געקענט היטן דעם שבת?
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

יקוש פייוויש האט געשריבן:בן טוב א גוט קינד פשוטו כמשמעו! טייערע דיבורים! אינאיינוועגס א מז״ט צו הונדערטער

——————
מהאקט אן רחמנות…

ברוכים תהיה
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

איך קום פון דארט, און איך טרעף מיך דארט בערך איינמאל א יאר, אויב נישט מער.

איין זאך וואס העלפט מיר, איז לערנען הלכות. די בעסטע איז פאר א יו"ט. פשוט לערנען משנה ברורה, ערוך השולחן אדער אפי' קיצור שולחן ערוך הל' סוכה און ד' מינים, און אנקומען צו א יו"ט גרייט מיט ידיעות. מי שטרח יאכל. די יו"ט געט סיפוק.

דאס זעלבע איז מיטן זיך גרייטן צו א שבת מיט אוה"ח הק', לערנען אביסל סידורו של שבת פארן זמן, און אנקומען צום שבת ווי א איד. דער טעם פון שבת באגלייט און נעמט ארויס פון אלע אנגעזעצטקייטן.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
איך האף
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:27 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך האף »

סטיל טרייאינג האט געשריבן:איך וויין מיט מיט דיר ווייל איך ווייס פונקטליך וואס די מאכסט מיט…. איינער וואס איז עס נישט דורך קען עס נישט פארשטיין (אפילו ער רעדט זיך איין אז יא)!

עס איז שווער… זייער שווער……. שווערער ווי א פאפיר קען ענהאלטן!

אבער… דאס איז געווענליך נאר א קורצע דורכגאנג בע״ה!!

אויף למעשה, דארפטו קודם וויסן אז דאס ווייזט אז די ביסט ב״ה זייער א קלוגער און פארשטענדליכע יונגערמאן און אז עס איז דא רעכטיגע סיבות צו וועלן פארשטיין די שאלות און ספיקות אין עס איז נישטא פון וועם אדער פארוואס זיך צו שעהמען דערמיט. (ניין, דארפסט נישט אויסקלאפן אין ביהמ״ד נאך שחרית… אבער די כאפסט מיין פאוינט.)

צווייטנס, א קלוגע יוד מיט עקספירעיענס אין די נושא קען דיר זייער אסאך העלפן אדער שיקען צו א ריכטיגע מומחה (אין אויב איז עס די ריכטיגע מומחה איז ער ווערד די געלט וואס ער בעהט).

שמועסן מיט נאנטע ׳באזעסענע׳ חברים קען אויך מאכן פילן אסאך בעסער.

נעם אביסעל צייט פאר זיך און פרוביר זיך ארויסצוזעהן פונעם שווארצן חשכות. יא, דיינע געפילן זענען אין א טונקעלע ׳שווארצע קעסטל׳ אין עס זעהט נאר שווארץ. אבער אינדרויסן שיינט די הערליכע געפילישע לעכטיקייט, סיפוק הנפש, מנוחת הנפש, ועוד ועוד ב״ה! (פרוביר פאר אביסל, עס וועט ווערן גרינגער אין גרינגער מיט די צייט)

זיך מחזק זיין אז די בעסערע צייטן זענען אט אט דא. און ס׳איז טאקע שוין דא מיטן נייעם יאר בעהשי״ת!!

עס איז שווער מער מרחיב צו זיין אין די נושא דא. קענסט קומען אין אישי אויב עס פעלט אויס.

בברכת גמר חתימה טובה!


קורצע דורכגאנג? ווענט זיך וואס הייסט קורץ ביי מיר און ביי אנדערע וואס איך קען האט עס גענומען באלט א יאר, אבער די ליכטיקייט וואס קומט נאכדעם מאכט עס טאקע אויסקוקן קורץ.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

1. סיז דא אסאך אינגעלייט אין דיין מצב, צרות רבים חצי נחמה.

דו דארפסט אנהייבן די סייקעל פון א מבקש, נעם איין משפיע, בעל דרשן אויף אמאל, און זעה צי ער רעדט צי דיין נפש, למשל ר' אביגדור מילערס שיעורים קען דיר אויפבויען א שטארקע סיפוק, ר' שמעון שפיטצערס סעריע אויף חובת הלבבות קען דיר זיין כמים קרים וכו' וכו'.

2. שמועס דיר אויס מיט נאנטע חברים. דערמאן דיר צירוק ווער פון דיינע אלטע חברים זענען אדורך סייקעלס אין נפש, רוב הניכר אין דיין מצב הנפש האבן שוין ביי די 16 יאר געפילט דאס וואס דו פילסט, און זיי האבן שוין אלס בחור געקאווערט מה חובת אדם בעולמו דורך זיך דרייען אין סטיטשין מסילת ישרים, סקולענע טישן, טועם געווען ברסלב, קלוגער, ר' אשר, חב''ד, פיאסעצנא, ר' אביגדור, ר' יצחק משה ערלאנגערס קונטרסים, ר' צבי מאיר, ר' מיילעך, און לעצטענס ר' שמעון שפיטצער.

און די חברה האבן זיך שוין מסדר געווען די מחשבות, אפילו א גרויס חלק דערקלערן זיך נישט עמטליך אלס חסיד פון א געוויסע משפיע, אבער זיי זענען היבש מסודר מיט סיפוק הנפש אויף נאך די חתונה.

דו דארפסט זיך דערמאנען ווער פון דיין ארום און ארום איז דאס דורך און דריי דיר אריין צווישן די חברה, צווישן די סארט איז דיין מצב א נארמאלע שפראך, וועסט נישט גלייבען, אבער די חברה רעדן פון נפש, סיפוק, שלום בית זייער אפען, און דו דארפסט טרעפן די חברה.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

WOW!!!

דאס איז די שענסטע אשכול אויף אייוועלט!!

מי כעמך ישראל ומי כמוך אייוועלט...
חחח...
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך !want to be good »

מי שלא היה מעולם במצב הנ"ל, לא יהא לו עסק עם אשכול זה. אי אפשר לתאר היסורים הנ’’ל רק מי שכבר עבר את זה.
יישר כח
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

געריבענער סוחר האט געשריבן:1. סיז דא אסאך אינגעלייט אין דיין מצב, צרות רבים חצי נחמה.

דו דארפסט אנהייבן די סייקעל פון א מבקש, נעם איין משפיע, בעל דרשן אויף אמאל, און זעה צי ער רעדט צי דיין נפש, למשל ר' אביגדור מילערס שיעורים קען דיר אויפבויען א שטארקע סיפוק, ר' שמעון שפיטצערס סעריע אויף חובת הלבבות קען דיר זיין כמים קרים וכו' וכו'.

2. שמועס דיר אויס מיט נאנטע חברים. דערמאן דיר צירוק ווער פון דיינע אלטע חברים זענען אדורך סייקעלס אין נפש, רוב הניכר אין דיין מצב הנפש האבן שוין ביי די 16 יאר געפילט דאס וואס דו פילסט, און זיי האבן שוין אלס בחור געקאווערט מה חובת אדם בעולמו דורך זיך דרייען אין סטיטשין מסילת ישרים, סקולענע טישן, טועם געווען ברסלב, קלוגער, ר' אשר, חב''ד, פיאסעצנא, ר' אביגדור, ר' יצחק משה ערלאנגערס קונטרסים, ר' צבי מאיר, ר' מיילעך, און לעצטענס ר' שמעון שפיטצער.

און די חברה האבן זיך שוין מסדר געווען די מחשבות, אפילו א גרויס חלק דערקלערן זיך נישט עמטליך אלס חסיד פון א געוויסע משפיע, אבער זיי זענען היבש מסודר מיט סיפוק הנפש אויף נאך די חתונה.

דו דארפסט זיך דערמאנען ווער פון דיין ארום און ארום איז דאס דורך און דריי דיר אריין צווישן די חברה, צווישן די סארט איז דיין מצב א נארמאלע שפראך, וועסט נישט גלייבען, אבער די חברה רעדן פון נפש, סיפוק, שלום בית זייער אפען, און דו דארפסט טרעפן די חברה.

ווער איז ר'אשר ?
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

fiena nieas האט געשריבן:ווער איז ר'אשר ?

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p2697270
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

איבערלעבער האט געשריבן:
פארלוירענער האט געשריבן:איך בין לעצטנס אין זייער א אנגעזעצטע מצב וויל איך רעדן אמת'דיג פון הארץ, קום איך צו אייך מיינע ברודער מיט מיינע יעצטיגע ווערטער גלייך ארויס פון שפת הלב.

איך בין א 25 יעריגע אינגערמאן, ב''ה גוט חתונה געהאט, פרנסה מסודר, קינדער און שלום בית, אלעס קלאפט בערך, מ'קען זיך בכלל נישט אפרעדן.
מיין אידישקייט איז רעגולער, נישט אנדערש ווי יעדעם לכאורה, דאווענען און לערנען, צדקה, אלעס אביסל וויפיל ס'קומט אויס.

אבער עפעס פיל איך אזא ליידיגקייט און פוסטקייט און פארלוירענקייט, און די מצב ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג אז איך פיל לעצטנס ווי ממש באו מים עד נפש.
די זאך איז אז איך פיל ווי איך האב פשוט נישט קיין שום סיבה פארוואס אנצוגיין. איך זע נישט קיין נארמאלע ציל אין מיין לעבן, עולם הזה האב איך דאך נישט, איך בין א איד און דאס איז עס (נישט אז דער גוי האט יא עפעס, אבער אפילו דאס אויך נישט), רוחניות האב איך דאך אויך נישט עפעס ספעשל, פיין, איך לערן אביסל און דאוון, אבער איך גיי שוין נישט זיין דער גרויסער תלמוד חכם און צדיק לכאורה, איך זע נישט ערגעץ ספעשל ווי איך גיי גרייכן אז דאס זאל מיר געבן א ציל און חיות.

ממילא בין איך אין א מצב וואס איך פיל עכט נישט קיין נארמאלע שטופ צו אריינלייגן עפעס עפארט און כוחות אין עולם הזה אדער רוחניות, איך פיל ווי איך האב עכט גארנישט, אזא טרוקענקייט און ליידיגקייט וואס מען קען גארנישט מסביר זיין, נישט אויבן נישט אינטן, נישט דער וועלט נישט יענער וועלט, נישט רעכטס נישט לינקס, כף הקלע בחיים חיותי.
דאס איז ממש יסורים וואס מען קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, איך ווייס ממש נישט פארוואס איך גיי אן נאך א מינוט אין לעבן, צו וואו ציל איך בכלל?

און ווי מער איך טראכט אריין דערין און איך צונעם מיין מצב ווער איך נאר מער און מער צובראכן און אנגעזעצט און טרויעריג אז עס קומט מיר טרערן אין די אויגן, טרערן פון פארלוירענקייט און צומישעניש, פארוואס שטיי איך בכלל אויף צופרי? פארוואס ארבעט איך? פארוואס לעב איך בכלל?
און נאכדערצו אז דערווייל האב איך נאך פראבלעמען און שוועריקייטן אזויווי יעדע נארמאלע מענטש, די קינדער זענען נישט וואויל, די געלט איז נישט מסודר צומאל, און נסיונות ברוחניות, איך זע ממש נישט פארוואס איך זאל סטראגלען און אנגיין און זיך פלאגן ווען איך זע נישט קיין נארמאלע ציל און תכלית פארוואס איך ארבעט און פלאג זיך, צו וואס פונקטליך גיי איך דא אנקומען אין מיין לעבן למעשה?

איך ווייס נישט צו איינער פארשטייט בכלל פון וואס איך רעד, איך בין א מצב וואס איך הער נישט רעדן דערפון בכלל, איך פיל מיך פשוט אליין אויפן וואסער, איך בלאנזשע אין א טיפע געדעכטע וואלד אן קיין וועג ווי איך וויל גרייכן, איך בין עלנדן אליין אויפן שטורמישן ים אן קיין וועג און ציל, איך בין א וויסטע מדבר אן קיין פונקט וואו איך וויל אנקומען. פארלוירן איז נישט דאס ווארט.
און צו דעם אלעם בין איך נאך נארמאל ווי יעדעם, איך האלט אן א נארמאלע לעבנסשטייגער, איך דארף לכאורה צו זיין גליקליך און צופרידן, איך האב דאך א נארמאלע באזעצענע לעבן, אבער אין די מציאות בין איך אזוי ווייט דערפון, איך פיל נישט קיין שום חיות און באדייט אין מיין לעבן און אין מיין אנוועזנהייט אויפן ערד קוגל, א סיטואציע וואס איך קען נישט מסביר זיין.

איז וואס וויל איך יעצט דא פון ענק מיט מיינע פאר פארלוירענע שורות?
איך ווייס אליינס נישט, אפשר וויל איך הילף און עצות, אפשר וויל איך הערן צו נאך מענטשן טרעפן זיך צומאל אין אזא מצב. אבער אידערוועי בין איך פארפלאנטערט און דארף חיזוק און הילף, אלעס וועט זיין עפרישיעיטעד און אנגענומען בסבר פנים יפות.

ווי עס שרייבט צו אייך
א פארלוירענער

איך נעם אהן מיט א פשטות אז דו מיינסט עס ערענסט. ממילא וועל איך אראפציפען פון מיין צייט און דיר געבן אביסעל פון מיין געדולט...

אזוי ווי דו האסט געפרעגט , און איך מיין אז איך האב "דעם" ענטפער, ממילא הער מיך אויס א מינוט.

איך וויל קודם נאר ארויסברענגען מיין פארשטענדעניש צו דיין שאלה.

דיין שאלה איז גאר צו דער זאך און לעגיטים. דיינע ווערטער איז ממש פונקטליך וואס דער אייבירשטער וויל. ממילא ביסטו לכאורה אויף די וועג צו דערגרייכן די ענטגילטיגער ענטפער צו דיין שאלה.

לאמיר ברענגן א קליינע משל. כאטש נישט דומה ממש צום נמשל.
ווען דער פריץ דער גרויזאמער גראף שיקט מיר אין גרויסן מארק, מיט א ליסטע וואס איינצוהאנדלען פאר איהם. דערביי ווארנט ער מיר אהן מיטן לעבן אז ער וועט מיר גוט באלוינען אויב איך וועל טוהן זיין רצון, און אז נישט וועט ער מיר גוט באשטראפן.

ווי אזוי וואלט איך געשפירט ווען איך כאפ זיך אז איך האב פארלוירן די ליסטע?

דער פערד האב איך נאך, ער איז געזונט ווי א פערד. די וואגן איז א מחיה, געשמירט די רעדער. אלע זעק און רענצלעך פאר די סחורה וואס איך גיי איינהאנדלען זענען דא. די געלט האב איך אויך. עסן פארן פערד איז דא. עסן פאר מיר און די משרתים אויך. מיין קווארטיר איז בסדר. רחמנא ליצלן איך מוז זיך באלד ארויסלאזן אויפן וועג צוריק אהן גארנישט. איך האב נישט קיין אנונג וואס דער ליסטע האט אנטהאלטן. וואס טוה איך דא? עפעס געדענק איך. ליכט? אוי טאקע איינע פון די צענדליגע זאכן איז געווען ליכט. אוי וויי, וויפיהל? וועלעכע סארט? ווי גרויס?

דו ווייסט וויאזוי איך וואלט געשפירט? אזוי ווי דיר, ממש אקוראט ווי דיר.

די נקודה וואס איך ברענג ארויס איז, אז דו ווייסט נישט וואס דער אייבירשטער וויל פון אונז, דו ווייסט נישט פארוואס דו ביסט דא. דו ווייסט נישט וואס דיין ציהל דא איז. האסט נישט די ליסטע.

אבער דער אייבירשטער האט צוגעזאגט אז דו וועסט טרעפן די ליסטע.
ובקשתם משם את השם אלוקיך.
און ער האט אונז צוגעזאגט אז דו וועסט איהם טרעפן.
ומצאת.
מיט איין תנאי.
כי תדרשנו בכל לבבך ובכל נפשך.

וואו איז די ליסטע? וואס ענטהאלט די ליסטע? ווי אזוי ליינט מען עס? איך האב נישט יעצט צופיהל צייט. וועלן מיר זיין בקשר אי"ה


פאר די משל איז באשאפן געווארן די מושג פון משל ונמשל!!! אזוי ארויסצוברענגן די נקודה. מבהיל על הרעיון.

די רעיון האבעך פארשטאנען פון דרשות הרמב"ן אז וועגן דעם איז די תורה מאירת עינים ווייל עס דערלייכט די אויגן צו טרעפן די תירוץ אויף אטא די שאלה.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

@איבערלעבער, שטארק!
@קאנטרי מאוד שכח פארן קוואוטן. שיער פארזעהן…
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

!want to be good האט געשריבן:מי שלא היה מעולם במצב הנ"ל, לא יהא לו עסק עם אשכול זה. אי אפשר לתאר היסורים הנ’’ל רק מי שכבר עבר את זה.
יישר כח

איך מיין אז רובא דרובא יונגעלייט זענען שוין אמאל געווען אין דעם מצב, איינער מער איינער ווייניגער.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך !want to be good »

אמאל קען עס זיין א קלייניקייט און אמאל א גרעסערע זאך וואס א רב אדער א מומחה קען בעז’ה מסדר זיין.
הנוטל עצה מן הזקנים אינו נכשל, פרעג דיין רב, דיין, משפיע, געוועזענע מגיד שיעור, און שמועס זיך אויס.
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

איך זעה דא א צד השווה ציווישן אסאך תגיבות וואס פירט אלץ צים זעלבן יסוד.
"גיי ארויס פונעם מלמדה"
דהיינו, אלע משפיעים און ביכלעך וועלן געבן פארשטאנד אין מאכן טראכטן אינעם טיפקייט פון חי יום יום. יעדער אויף זיין אויפן.
אלעס קומט צי אז מ'לעבט אויף א אויפן ווייל מ'איז אזוי ציגעווויינט אדער אזוי קומט עס, פארלירט מען סיפוק (אויב מ'טראכט בכלל אריין געניג מענטשן שטעלן זיך נישט אפ טראכן פשוט ווייל ד'לעבן טרייבט זיי אן אפשטעל.)
ופשוט הוא אז א זאטע נשמה מיט א עין טוב זענען יסודות דא.
עין טוב מיין איך אנערקענען די גוטס אין יעדע זאך, פארגינען אנדערע, נישט נעמען טובות פונעם באשעפער "פארגרענטעט" אלץ נארמאל אז אזוי קימט עס.
נישט אויסלאזן די וויכטיגסטע, א תפילה צים כל יכול "הוציא ממתגר נפשי להודות את שמך!
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

ראש המערכה האט געשריבן:איך זעה דא א צד השווה ציווישן אסאך תגיבות וואס פירט אלץ צים זעלבן יסוד.
"גיי ארויס פונעם מלמדה"
דהיינו, אלע משפיעים און ביכלעך וועלן געבן פארשטאנד אין מאכן טראכטן אינעם טיפקייט פון חי יום יום. יעדער אויף זיין אויפן.
אלעס קומט צי אז מ'לעבט אויף א אויפן ווייל מ'איז אזוי ציגעווויינט אדער אזוי קומט עס, פארלירט מען סיפוק (אויב מ'טראכט בכלל אריין געניג מענטשן שטעלן זיך נישט אפ טראכן פשוט ווייל ד'לעבן טרייבט זיי אן אפשטעל.)
ופשוט הוא אז א זאטע נשמה מיט א עין טוב זענען יסודות דא.
עין טוב מיין איך אנערקענען די גוטס אין יעדע זאך, פארגינען אנדערע, נישט נעמען טובות פונעם באשעפער "פארגרענטעט" אלץ נארמאל אז אזוי קימט עס.
נישט אויסלאזן די וויכטיגסטע, א תפילה צים כל יכול "הוציא ממתגר נפשי להודות את שמך!

שארט טא דע פוינט
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”