איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

פארלוירענער האט געשריבן:איך בין לעצטנס אין זייער א אנגעזעצטע מצב וויל איך רעדן אמת'דיג פון הארץ, קום איך צו אייך מיינע ברודער מיט מיינע יעצטיגע ווערטער גלייך ארויס פון שפת הלב.

איך בין א 25 יעריגע אינגערמאן, ב''ה גוט חתונה געהאט, פרנסה מסודר, קינדער און שלום בית, אלעס קלאפט בערך, מ'קען זיך בכלל נישט אפרעדן.
מיין אידישקייט איז רעגולער, נישט אנדערש ווי יעדעם לכאורה, דאווענען און לערנען, צדקה, אלעס אביסל וויפיל ס'קומט אויס.

אבער עפעס פיל איך אזא ליידיגקייט און פוסטקייט און פארלוירענקייט, און די מצב ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג אז איך פיל לעצטנס ווי ממש באו מים עד נפש.
די זאך איז אז איך פיל ווי איך האב פשוט נישט קיין שום סיבה פארוואס אנצוגיין. איך זע נישט קיין נארמאלע ציל אין מיין לעבן, עולם הזה האב איך דאך נישט, איך בין א איד און דאס איז עס (נישט אז דער גוי האט יא עפעס, אבער אפילו דאס אויך נישט), רוחניות האב איך דאך אויך נישט עפעס ספעשל, פיין, איך לערן אביסל און דאוון, אבער איך גיי שוין נישט זיין דער גרויסער תלמוד חכם און צדיק לכאורה, איך זע נישט ערגעץ ספעשל ווי איך גיי גרייכן אז דאס זאל מיר געבן א ציל און חיות.

ממילא בין איך אין א מצב וואס איך פיל עכט נישט קיין נארמאלע שטופ צו אריינלייגן עפעס עפארט און כוחות אין עולם הזה אדער רוחניות, איך פיל ווי איך האב עכט גארנישט, אזא טרוקענקייט און ליידיגקייט וואס מען קען גארנישט מסביר זיין, נישט אויבן נישט אינטן, נישט דער וועלט נישט יענער וועלט, נישט רעכטס נישט לינקס, כף הקלע בחיים חיותי.
דאס איז ממש יסורים וואס מען קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, איך ווייס ממש נישט פארוואס איך גיי אן נאך א מינוט אין לעבן, צו וואו ציל איך בכלל?

און ווי מער איך טראכט אריין דערין און איך צונעם מיין מצב ווער איך נאר מער און מער צובראכן און אנגעזעצט און טרויעריג אז עס קומט מיר טרערן אין די אויגן, טרערן פון פארלוירענקייט און צומישעניש, פארוואס שטיי איך בכלל אויף צופרי? פארוואס ארבעט איך? פארוואס לעב איך בכלל?
און נאכדערצו אז דערווייל האב איך נאך פראבלעמען און שוועריקייטן אזויווי יעדע נארמאלע מענטש, די קינדער זענען נישט וואויל, די געלט איז נישט מסודר צומאל, און נסיונות ברוחניות, איך זע ממש נישט פארוואס איך זאל סטראגלען און אנגיין און זיך פלאגן ווען איך זע נישט קיין נארמאלע ציל און תכלית פארוואס איך ארבעט און פלאג זיך, צו וואס פונקטליך גיי איך דא אנקומען אין מיין לעבן למעשה?

איך ווייס נישט צו איינער פארשטייט בכלל פון וואס איך רעד, איך בין א מצב וואס איך הער נישט רעדן דערפון בכלל, איך פיל מיך פשוט אליין אויפן וואסער, איך בלאנזשע אין א טיפע געדעכטע וואלד אן קיין וועג ווי איך וויל גרייכן, איך בין עלנדן אליין אויפן שטורמישן ים אן קיין וועג און ציל, איך בין א וויסטע מדבר אן קיין פונקט וואו איך וויל אנקומען. פארלוירן איז נישט דאס ווארט.
און צו דעם אלעם בין איך נאך נארמאל ווי יעדעם, איך האלט אן א נארמאלע לעבנסשטייגער, איך דארף לכאורה צו זיין גליקליך און צופרידן, איך האב דאך א נארמאלע באזעצענע לעבן, אבער אין די מציאות בין איך אזוי ווייט דערפון, איך פיל נישט קיין שום חיות און באדייט אין מיין לעבן און אין מיין אנוועזנהייט אויפן ערד קוגל, א סיטואציע וואס איך קען נישט מסביר זיין.

איז וואס וויל איך יעצט דא פון ענק מיט מיינע פאר פארלוירענע שורות?
איך ווייס אליינס נישט, אפשר וויל איך הילף און עצות, אפשר וויל איך הערן צו נאך מענטשן טרעפן זיך צומאל אין אזא מצב. אבער אידערוועי בין איך פארפלאנטערט און דארף חיזוק און הילף, אלעס וועט זיין עפרישיעיטעד און אנגענומען בסבר פנים יפות.

ווי עס שרייבט צו אייך
א פארלוירענער

איך נעם אהן מיט א פשטות אז דו מיינסט עס ערענסט. ממילא וועל איך אראפציפען פון מיין צייט און דיר געבן אביסעל פון מיין געדולט...

אזוי ווי דו האסט געפרעגט , און איך מיין אז איך האב "דעם" ענטפער, ממילא הער מיך אויס א מינוט.

איך וויל קודם נאר ארויסברענגען מיין פארשטענדעניש צו דיין שאלה.

דיין שאלה איז גאר צו דער זאך און לעגיטים. דיינע ווערטער איז ממש פונקטליך וואס דער אייבירשטער וויל. ממילא ביסטו לכאורה אויף די וועג צו דערגרייכן די ענטגילטיגער ענטפער צו דיין שאלה.

לאמיר ברענגן א קליינע משל. כאטש נישט דומה ממש צום נמשל.
ווען דער פריץ דער גרויזאמער גראף שיקט מיר אין גרויסן מארק, מיט א ליסטע וואס איינצוהאנדלען פאר איהם. דערביי ווארנט ער מיר אהן מיטן לעבן אז ער וועט מיר גוט באלוינען אויב איך וועל טוהן זיין רצון, און אז נישט וועט ער מיר גוט באשטראפן.

ווי אזוי וואלט איך געשפירט ווען איך כאפ זיך אז איך האב פארלוירן די ליסטע?

דער פערד האב איך נאך, ער איז געזונט ווי א פערד. די וואגן איז א מחיה, געשמירט די רעדער. אלע זעק און רענצלעך פאר די סחורה וואס איך גיי איינהאנדלען זענען דא. די געלט האב איך אויך. עסן פארן פערד איז דא. עסן פאר מיר און די משרתים אויך. מיין קווארטיר איז בסדר. רחמנא ליצלן איך מוז זיך באלד ארויסלאזן אויפן וועג צוריק אהן גארנישט. איך האב נישט קיין אנונג וואס דער ליסטע האט אנטהאלטן. וואס טוה איך דא? עפעס געדענק איך. ליכט? אוי טאקע איינע פון די צענדליגע זאכן איז געווען ליכט. אוי וויי, וויפיהל? וועלעכע סארט? ווי גרויס?

דו ווייסט וויאזוי איך וואלט געשפירט? אזוי ווי דיר, ממש אקוראט ווי דיר.

די נקודה וואס איך ברענג ארויס איז, אז דו ווייסט נישט וואס דער אייבירשטער וויל פון אונז, דו ווייסט נישט פארוואס דו ביסט דא. דו ווייסט נישט וואס דיין ציהל דא איז. האסט נישט די ליסטע.

אבער דער אייבירשטער האט צוגעזאגט אז דו וועסט טרעפן די ליסטע.
ובקשתם משם את השם אלוקיך.
און ער האט אונז צוגעזאגט אז דו וועסט איהם טרעפן.
ומצאת.
מיט איין תנאי.
כי תדרשנו בכל לבבך ובכל נפשך.

וואו איז די ליסטע? וואס ענטהאלט די ליסטע? ווי אזוי ליינט מען עס? איך האב נישט יעצט צופיהל צייט. וועלן מיר זיין בקשר אי"ה
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

שאהן הענניטי האט געשריבן:כ'בין געווען אין זעלבן פעקל פאר א לענגערע צייט, דער אויבערשטער האט מיר געהאלפן כ'האב זיך געזעצט לערנען פלייסיג און איך לעב א גוטן טאג זינט דאן (שוין מסיים געווען כמה מסכתות זינט דאן).

איך האב א געוואלד צו שרייבן, אבער נישט קיין צייט דערפאר. ביטע קאָנטאַקט מיר אין אישי כ'וועל פרובירן כפי יכולתי.

וואס יא, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, און איך וואונטש דיר פון טיפן הארצן זאלסט טרעפן דעם וועג.

ביטע שרייב דא וזכות הרבים בעדך
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

קודם כל קודאס פארן פותח האשכול, דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים, איך בין זיכער אז מיטן אראפלאדענען אויפן פאפיר(סקרין) איז דיר שוין א טראפ לייכטער געווארן, גיב נישט אויף! זיץ דא ביזט די ריכטיגע עצה פאר דיר קומט אן, פרוביר ארויסצונעמען פון יעדן׳ס ענטפער עפעס אויף למעשה אויב שייך, כ׳בין גרייט דיר צו העלפן, אויב ביזט אינטערעסירט קום אין אישי, בכל אופן הצלחה מרובה בכל אשר תעשה!

————
דער עולם האקט מיט גאר גוטע געדאנקען!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

בניהו האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:@פרוביר,

עס איז דא אידן וואס האבן ב״ה א גוטע קשר מיט זייער ווייב, מיט שיעורים קבועים און זיי מוטשענען זיך זייער מיט די און ערגערע פראבלעמען. דאנק השי״ת אז איר ווייסט נישט דערפון, אבער פארשטיי אז נישט יעדער איז פון זעלבן טייג געקנאטן.

פיין. אסער פון זיין מיואש'קייט איבער זיין רוחניות חלק שרייט ארויס עפעס פון זיך. ס'מיוז נישט זיין אז דאס איז עס אבער דאס איז די פילינג פון נישט וויסן וואו מ'שטייט אויף די וועלט מיטן לימוד התורה חלק

הונדערט פראצענט. מ׳דארף אבער וויסן אז די מהלך פון ״האבן א שיעור יעדן טאג און פארטיג!״ איז נישט פאר יעדן. תורה איז א ״מוז״ דאווענען איז א ״מוז״ מ׳קען נישט זיין צופרידן אנדעם. ס׳נישט מעגליך! אבער ס׳איז דא נפשות וואס לעכצן. זיי לעכצן פאר פנימיות, פאר די געפיל און תענוג וואס תורה און א תורה׳דיג לעבן דארף צו ברענגן. נישט יעדער קען דאס שעפן נאר פון לערנען א שיעור קבוע יעדן טאג. אפילו אויב ער וועט ענדיגן ש״ס וועט ער נישט זיין צופרידן אויב באקומט ער נישט דאס וואס ער דארף. בעיקר מוסר, חסידישע ספרים איז די ריכטיגע מעדיצין פאר דעם אבער צומאל גייט דאס נישט אליינס און מען מוז מקבל זיין פון איינעם א אויסגערעטענע וועג וויאזוי עס אפצולערנען.



Clm זאגט ענליך

;l;p- ;l;p-
ער איז מסתם א מיואשדיגער 4’ער מיט א טיפע נשמה
איך פיל זייער מיט מיט אים און איך בין אויך געווען אין דעם פעקל.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

fiena nieas האט געשריבן:טערעפי איז דער ענטפער אדער מעדיצין

ווען "פרעגן" וואלט געווען "די פראבלעם" איז אפשר טערעפי און מעדיצין די ענטפער. ער וועט מער נישט פרעגן. אבער דער פראבלעם איז די שאלה. טערעפי און מעדיצין פארענטפערט נישט די שאלה, עס נעמט נישט אוועק די שאלה עס נעמט נאר אוועק דעם שואל.
דעם שואל קען מען אסאך גרינגער און ביליגער אוועק נעמען. עיין ערך ברוקלין ברידש, ודו"ק.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

והעיקר שכחתי! זיי מתפלל און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטער. אפילו דו פילסט ׳סילי׳ פון אנפאנג... בהבטחה גמורה אז דו וועסט זעהן דיין ישועה.
אני הוא הנער, נער המדבר
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 882
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

ברודער, לאמיר רעדן אפען. דוגרי!

לאמיר מסדר זיין דיין לעבן אויפן פאפיר - מיט די פאלגענדע השערות:

1) האסט נישט לאנג צוריק חתונה געהאט בשטומ״צ.
2) ביסט געווען אין כולל עטליכע וואכן / חדשים, און געגאנגען ארבעטן.
3) האסט שוין ב״ה א פאמיליע!

דו ביסט באמת דער גליקלאכסטער מענטש אויפן כדור בעולם. אבער… דו ביזט אנגעזעצט.

ווייסט פארוואס?

1) ווייל דו זעהסט אז עטליכע פון דיינע חבירים מאכן א לעבן - והא ראיה אז זיי דרייוון טייערע אויטאמאבילן,
והא ראיה אז זיי שמייסן ארום מיט וואקאציעס און האקן א טאג!

1+1 = און דו האסט עס נישט - ממילא ביזטו אנגעזעצט!

2) דו ביסט געווען זיכער אז טעסלא / דזשי.עם. / מייקראסאפט / וועט דיך הייערן אלץ א טשיף עקזעקטיוו אפיסער - און דו וועסט פארדינען א 4-5 מיליאן דאלאר נישטמירנישטדיר. און דער חלום איז נישט צושטאנד געקומען.

1+1 = און דו האסט עס נישט - ממילא ביזטו אנגעזעצט!

3) האסט זיכער געמיינט אז שלום בית איז א פיס-אוו-קעיק!
דערווייל זענען זאכן אין פראקטיק גארנישט וואס מ׳מיינט פאר די חתונה.

1+1 = און דו האסט עס נישט - ממילא ביזטו אנגעזעצט!

———————-

לאמיר דיר אויסזאגן א סוד:
קיינער פון דייני חבירים / רייסערס / שיילערס וכו׳ וכו׳ האבן נישט א בעסער לעבן פון דיר. זיי מאכן בלויז אן אנשטעל און דו מיינסט אז יענעמס גראז איז גרינער - בכל השלבים של החיים.

אינגערמאנטשיקל, יעדער גייט דורך די חבלי לידה - און מען קומט צום רעאליטעט אז לעבן איז נישט וואס מ׳שטעלט זיך פאר. יעדער ווערט דאס געוואויר איינער פריער און איינער שפעטער - און דאס לעבן ווערט זיסער פון טאג צו טאג.

וויפיל דו וועסט אינוועסטן אין שלום בית - וועסטו מער ארויסנעמען. די פאנטאזיעס אז ביי דייינע חבירים איז אן אילוזיע!

איך בין שוין ב״ה אריבער די דאזיגע סעצנע - און איך בין ווי א פייגל וואס זעט פון אויבן - אז שלוות החיים קומט נישט פון האבן פאן און תענוגים - נאר פון עפרישיעיטן וואס מ׳האט און מ׳ארבעט עס צו מאכן זיסער.
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

איך פלעג זיין אין א מצב פון אנגעזעצט
מיין דיין האט מיר געשיקט אויף טערעפי
למעשה האב איך געהאט ocd
ב"ה היינט צוטאגס בין איך גאר א צפרידענע מענטש

אויב עס אפעקטירט די לעבן שטארק . זאל מען זוך דורך רעדן מיט א מענטש וואס קען זוך אויס . מדארף נישט גלייך לויפן צו טערעפי
נערמאל גייט יענער באמערקון צו די דארפסט טערעפי
אדער עס פעלט די סתם חית
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

התחברות רעדט צו די זאך!

פון וואס איך ליין איז דער שרייבער נישט קיין טיפער בכלל און דארף נישט קיין מעדיצין, נישט קיין משפיע און נישט קיין טעראפיסט.

ער דארף בלויז ארבייטען אויף זיין שמחת החיים, ער האט אזויפיהל צו זיין דאנקבאר ווי ער שרייבט דאך אליינס, עס פעהלט אים נישט קיין געלט, געזינט אדער נחת, ער איז א טיפיקעל גיי דעט היט העלטי לייף סטראגעלס.

ער גייט בעזר השם זיך אליינס ארויסזעהן דערפון.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

צום פותח האשכול, כהאב געליינט דיין תגובה און זיך מתבונן געווען דערין און זיך געזעצט סקריבלען ציווארפענע נקודות, כהאף אז צווישן מיינע ווערטער וועסטו טרעפן עפעס ניצליך.


געווענטליך קומט די ליידיגע געפיל פון טון זאכן אן וויסן פארוואס מטוט עס

א מענטש וואס פראקטיצירט נישט יהדות מיט א טיפער אידעאלאגיע איז געווענטליך אן אקטיאר, קביעת עיתים לתורה איז ווארשיינליך טאקע דער ענטפער
--
התבוננות און התבודדות: רעדן צו זיך, פארברענגען מיט זיך, אריינטראכטן, דאס איז התבננות
רעדן צום אויבערשטן, טראכטן צום אויבערשטן, דאס איז התבודדות
---
יעדעס מענטש האט אים דער אויבערשטער ציגעטיילט א פלאץ אין די בריאה וואו ער פילט הרחבה, איינער דארף א פארמאכטע צימער, א צווייטער דארף א הייק אין א געדיכטע וואלד, א דריטער דארף די רואיגקייט נעבן א טייך/ים, מדארף טון א פעולה זיך צו בארואיגן און זיך באקלערן און טראכטן צו זיך וויאזוי גיי איך ווייטער? נעם דיר א פיינע וועקעישאן זיך צו אויסקלארן די מוח

דאס איז אמאל זיכער, אין הקב"ה שורה לא מתוך עצבות, עוז וחדוה במקומו שטייט
אין חעלעם איז יענער שוטה געגאנגען ביינאכט צו די גאס לאמפ זוכן צו די שיין פון יענע ליכטיגקייט עפעס וואס ער האט פארלוירן אינדערהיים...
מקען נישט מיט קיין עצבות אנקומען קיין פינטל העכער אין יהדות, עצבות און יהדות זענען א סתירה

---
אן עולם הבא מסכת, לימוד הלכות הנוגעות, שיעור קבוע, א מצוה מיוחד, טון חסד מיט אנדערע באיזה אופן שהוא, דאס אלעס שפיגלט צוריק צו דער מענטש אין גיבט דעם געפיל אז מטוט אויף
---
עכ"פ, וואס קען זיין בעסער פון דעם אז מאיז א סאלדאט אינעם אויבערשטנס ארמיי און משטעלט אויף אידישע דורות
סאיז ידיעה די מימרא פון צדיקים אז יעדער איינער וואס האט נאר 10 תלמידים איז בכח אויפציטון גרויסע זאכן, לאמיר מאכן פעסט פארווערד 50 יאר, וועסט אי"ה האבן א שבט פון קינדער אין אייניקלעך, גיב דיך אוועק פאר זיי ברוחניות ובגשמיות, פראווע רעביסטעווע אינדערהיים, זארג דיך פאר זייערע צרכים, זיי א סעמפל פאר זיי, סאיז עפעס א קלייניקייט אויפצישטעלן דורות וואס זאלן מקבל זיין משיח? וויפיל פראצענט אידן זענען דען עהרליך? דא האסטו די זכיה צו אויפשטעלן דורות על דרך ישראל סבא בלא שום שינוי

וואס איז דאס ליידיגקייט? טאנצן אין די גאסן דארף מען, טראכט אביסל אריין
-----

די אלע זאכן פון "שטייגן" וכו' איז עצת היצר, ווען דו פילסט נידעריג מיינט דאס בכלל נישט אז אזוי רעכנט מען דיך אין הימל, געפילן זענען סתם געפילן, מיר האבן זעראו קאנטראל אויף אונזער קירבת אלוקים, ער דארף בוחר זיין אין אונז, מיר זענען כחומר ביד היוצר הן ברוחניות און הן בגשמיות, מיר זענען גארנישט קיין בעלי יכולת, סאיז נישטא קיין "יכולת"! מיר קענען בסך הכל בוחר זיין וועלכע זאכן מיר זאלן "מחשיב זיין" און פרובירן צו טון דאס בעסטע וואס מיר קענען
מיר דארפן אסאך אסאך מתפלל זיין אויף קירבת אלוקים, תשובה שלימה און זוכה זיין צו ווערן פארשריבן בספרן של צדיקים און סתם אזוי האבן א ריינע נשמה, די אלע זאכן ליגן ווייניג אין א מענטשנס הענט, אויב דער אויבערשטער זעהט אן השתדלות און א רצון גיבט ער דאס איבעריגע במתנה

בקיצור, סאיז נישטא קיין שארטקאטס, תורה, עבודה, מעשים טובים און אסאך מחשבה דערינטער איז די רעסעפי פאר א צעפרידענע מענטש

ועל כולם די הכרה אין גדלות הבורא, ער איז בעה"ב אויף אלעס אלעס אלעס
פון דיין גשמיות און רוחניות פון דיין עבר הוה און עתיד, ער האט דיך געמאכט און ער וועט דיך דן זיין, ער פארלאנגט פון דיר און ער פארשטייט דיר, אלעס איז ער, אויב ביסטו מיט אים כביכול גוט קענסטו פייפן די וועלט, סאיז גארנישט דא חוץ ער

לאמיר זיך פרייען אז מיר זענען אידישע אידן, הודו לשם!!
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

@מסתמא זאגסטעך אזוי שטארק
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

התחברות האט געשריבן:ברודער, לאמיר רעדן אפען. דוגרי!

לאמיר מסדר זיין דיין לעבן אויפן פאפיר - מיט די פאלגענדע השערות:

1) האסט נישט לאנג צוריק חתונה געהאט בשטומ״צ.
2) ביסט געווען אין כולל עטליכע וואכן / חדשים, און געגאנגען ארבעטן.
3) האסט שוין ב״ה א פאמיליע!

דו ביסט באמת דער גליקלאכסטער מענטש אויפן כדור בעולם. אבער… דו ביזט אנגעזעצט.

ווייסט פארוואס?

1) ווייל דו זעהסט אז עטליכע פון דיינע חבירים מאכן א לעבן - והא ראיה אז זיי דרייוון טייערע אויטאמאבילן,
והא ראיה אז זיי שמייסן ארום מיט וואקאציעס און האקן א טאג!

1+1 = און דו האסט עס נישט - ממילא ביזטו אנגעזעצט!

2) דו ביסט געווען זיכער אז טעסלא / דזשי.עם. / מייקראסאפט / וועט דיך הייערן אלץ א טשיף עקזעקטיוו אפיסער - און דו וועסט פארדינען א 4-5 מיליאן דאלאר נישטמירנישטדיר. און דער חלום איז נישט צושטאנד געקומען.

1+1 = און דו האסט עס נישט - ממילא ביזטו אנגעזעצט!

3) האסט זיכער געמיינט אז שלום בית איז א פיס-אוו-קעיק!
דערווייל זענען זאכן אין פראקטיק גארנישט וואס מ׳מיינט פאר די חתונה.

1+1 = און דו האסט עס נישט - ממילא ביזטו אנגעזעצט!

———————-

לאמיר דיר אויסזאגן א סוד:
קיינער פון דייני חבירים / רייסערס / שיילערס וכו׳ וכו׳ האבן נישט א בעסער לעבן פון דיר. זיי מאכן בלויז אן אנשטעל און דו מיינסט אז יענעמס גראז איז גרינער - בכל השלבים של החיים.

אינגערמאנטשיקל, יעדער גייט דורך די חבלי לידה - און מען קומט צום רעאליטעט אז לעבן איז נישט וואס מ׳שטעלט זיך פאר. יעדער ווערט דאס געוואויר איינער פריער און איינער שפעטער - און דאס לעבן ווערט זיסער פון טאג צו טאג.

וויפיל דו וועסט אינוועסטן אין שלום בית - וועסטו מער ארויסנעמען. די פאנטאזיעס אז ביי דייינע חבירים איז אן אילוזיע!

איך בין שוין ב״ה אריבער די דאזיגע סעצנע - און איך בין ווי א פייגל וואס זעט פון אויבן - אז שלוות החיים קומט נישט פון האבן פאן און תענוגים - נאר פון עפרישיעיטן וואס מ׳האט און מ׳ארבעט עס צו מאכן זיסער.

אנטשולדיגט אבער עס איז באמת דא אידן וואס מוטשענען זיך מיט זיך אליינס אן מקנא זיין יענעם. פינטל. און נעמען אז איד וואס עפענט זיך פארן פובליק און אים שרייבן אזא תגובה הארגעט עס אים!
ביטע טראכטן פון יענעמ’ס מצב פארן שרייבן אין זיין אשכול.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

מיר קוקט אויס אז די האסט פארשידענע פעעקייטן וואס ווערן נישט אויסגעניצט ממילא פילסטו נישט קיין סיפוק אין לעבן. פרוביר אליינס צו טראכטן וואס דיך שטיפט צו טוהן און פראביר אביסעלע עסקנות. דארף נישט זיין קיין גרויסע זאכן, אבער איינמאל א מענטש גיט ארויס זיינע פעעקייטן און אנדערע מענטשן אפרישיעטן באקומט מען גאר אסאך סיפוק. נאך א וויכטיגע זאך, אויב ביסטו אויפגעסיינט אויף פארשידענע סטעטוס גרופס סיין דיך אראפ, אדער ווער בכלל פטור דערפון, דאס ברענגט א מענטש צו איינזאמקייט און ח״ו צו דאס ערגסטע, מאך דיר גדרים און סייגים אין שמירת עיניים, דאס לעבן וועט ווערן אסאך בעסער און גליקליכער בעזהשי״ת.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיין שמועס »

איך האב געהאלטן דארט ווי דו האלטסט יעצט א שיין פאר יאר צוריק.

איך פלעג אלס האבן שאיפות - גשמיותדיגע און רוחניותדיגע, אבער אין טאג האט עס מיר געכאפט. איך האט געפילט עפעס א מין פוסטקייט, וואס טו איך דא אויף די וועלט? וואס גיי איך שוין אויפטוען פון גיין אזוי ויייטער?!

איך האב געהאט א טיפזיניגע שמועס מיט א נאנטן פריינט און ער האט מיר באקאנט געמאכט מיט די ספר בגן האמונה.

די ספר האט מיר ממש געעפנט די אויגן, הארץ, קאפ און מח, צו פארשטיין וואס איך טו דא אויף דעם וועלט און מיר אויסגעלערנט וויאזוי צו לעבן א לעבן פון אמונה פשוטה וואס אויב דו לעבסט דערמיט וועסטו קיין פארלוירענער קיינמאל מער נישט זיין.

איר קענט דאס קויפן אין רוב לאקאלע ספרים געשעפטן, עס איז אויך דא א אידישע ווערסיע דערפון.
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

Bissli האט געשריבן:
התחברות האט געשריבן:ברודער, לאמיר רעדן אפען. דוגרי!

לאמיר מסדר זיין דיין לעבן אויפן פאפיר - מיט די פאלגענדע השערות:
........

איך בין שוין ב״ה אריבער די דאזיגע סעצנע - און איך בין ווי א פייגל וואס זעט פון אויבן - אז שלוות החיים קומט נישט פון האבן פאן און תענוגים - נאר פון עפרישיעיטן וואס מ׳האט און מ׳ארבעט עס צו מאכן זיסער.

אנטשולדיגט אבער עס איז באמת דא אידן וואס מוטשענען זיך מיט זיך אליינס אן מקנא זיין יענעם. פינטל. און נעמען אז איד וואס עפענט זיך פארן פובליק און אים שרייבן אזא תגובה הארגעט עס אים!
ביטע טראכטן פון יענעמ’ס מצב פארן שרייבן אין זיין אשכול.

סארי אבער ער האט ס"ה פראבירט פון א אנדערע ענגעל פון זיין קוק ווינקל....
ס'איז דא א מעגליכקייט אז דעיס איז די סיבה פון זיין פראבלעים!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מטעמים האט געשריבן:התחברות רעדט צו די זאך!

פון וואס איך ליין איז דער שרייבער נישט קיין טיפער בכלל און דארף נישט קיין מעדיצין, נישט קיין משפיע און נישט קיין טעראפיסט.

ער דארף בלויז ארבייטען אויף זיין שמחת החיים, ער האט אזויפיהל צו זיין דאנקבאר ווי ער שרייבט דאך אליינס, עס פעהלט אים נישט קיין געלט, געזינט אדער נחת, ער איז א טיפיקעל גיי דעט היט העלטי לייף סטראגעלס.

ער גייט בעזר השם זיך אליינס ארויסזעהן דערפון.

איינער וואס זעצט זיך שרייבן אן ארטיקל וועגן דעי נושא מיינט אז סבאדערט עים באמת און א טערעפיסט זאל זיך אראפזעצן מיט עים און דערגיין וואס באדערט עים באמת צו קנאה שנאה תאווה כבוד איז ראטזאם
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

בניהו האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:@פרוביר,

עס איז דא אידן וואס האבן ב״ה א גוטע קשר מיט זייער ווייב, מיט שיעורים קבועים און זיי מוטשענען זיך זייער מיט די און ערגערע פראבלעמען. דאנק השי״ת אז איר ווייסט נישט דערפון, אבער פארשטיי אז נישט יעדער איז פון זעלבן טייג געקנאטן.

פיין. אסער פון זיין מיואש'קייט איבער זיין רוחניות חלק שרייט ארויס עפעס פון זיך. ס'מיוז נישט זיין אז דאס איז עס אבער דאס איז די פילינג פון נישט וויסן וואו מ'שטייט אויף די וועלט מיטן לימוד התורה חלק

הונדערט פראצענט. מ׳דארף אבער וויסן אז די מהלך פון ״האבן א שיעור יעדן טאג און פארטיג!״ איז נישט פאר יעדן. תורה איז א ״מוז״ דאווענען איז א ״מוז״ מ׳קען נישט זיין צופרידן אנדעם. ס׳נישט מעגליך! אבער ס׳איז דא נפשות וואס לעכצן. זיי לעכצן פאר פנימיות, פאר די געפיל און תענוג וואס תורה און א תורה׳דיג לעבן דארף צו ברענגן. נישט יעדער קען דאס שעפן נאר פון לערנען א שיעור קבוע יעדן טאג. אפילו אויב ער וועט ענדיגן ש״ס וועט ער נישט זיין צופרידן אויב באקומט ער נישט דאס וואס ער דארף. בעיקר מוסר, חסידישע ספרים איז די ריכטיגע מעדיצין פאר דעם אבער צומאל גייט דאס נישט אליינס און מען מוז מקבל זיין פון איינעם א אויסגערעטענע וועג וויאזוי עס אפצולערנען.



Clm זאגט ענליך
sheetrock האט געשריבן:קביעת עיתים לתורה דאס איז די איינציגסטע ענטפער וואס איך האב פאר דיר


במחילת כבוד חצי הקהל הקודש. חובת האדם בעולמו איז נישט צו דערגרייכן א ציהל און זיין צופרידן. אויב חלומסטו אז יא, זאגן שוין חז"ל, אין אדם מת וחצי תאותו בידו. דער תפקיד און ציהל פון לימוד התורה איז נישט צו ערפילן א לאך פון ליידיגקייט. עס וועט איהם נישט העלפן. לימוד התורה איז פונקט אזוי ווי תקיעת שופר. נטילת לולב. גראדע מיט א טשערי אן טאפ. עס איז געשמאק אויך. חתונה האבן. האבן קינדער דאווענען און לערנען זעטיגט נישט און שטילט נישט דורשט אדער הונגער. קענסט זיך אויפן קאפ שטעלן, לערנען פון צופריה ביז ביינאכט און פלאצן פון ליידיגקייט. דער תכלית איז נישט צו ערפילן "מיין דורשט" עס איז עבודת עבד לרבו. "זיין רצון" דארפסטו ערפילן. כשתבין זאת תשכיל ותצליח. חובות הלבבות איז די שאלה. ממילא ספר חובות הלבבות איז א חלק פון די ענטפער.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

יעדער שרייבט בעיסיקלי וואס ער אליינס האט מיטגעמאכט בפנימיות אדער בחיצוניות. לאמיר האפן אז דער פותח האשכול וועט זיך טרעפן אין איינע פון די פארשידענע קוק-ווינקלען און וועט טרעפן זיין ישועה...
אני הוא הנער, נער המדבר
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

איך שפיר מיט דיר!

איך קען דיר נישט, אבער ליינענדיג קומט מיר ארויף די פאלגענדע;
די זאגסט אז "איך זעה נישט ערגעץ ספעשעיל ווי איך גיי גרייכען"
ווער זאגט די דארפסט ערגעץ גרייכען? וואס מיינט גרייכען?

"איך גיי נישט זיין די גרויסער תלמוד חכם און צדיק..." וואספארא מין ציל איז דאס? וויאזוי מעסטו דאס? וואס בענעפעטירסטו פון זיין א תלמיד חכם? איז עס אז די ווילסט טון די רצון השם? אדער איז עס עפעס וואס איז דיר געבליבן סטאק אין מח פון ישיבה אז דאס איז וואס איז וואס דיין ציל איז?

עס דרייען זיך ארום אינגערלייט אין ביהמד, נישט קיין תלמידי חכמים, נישט קיין עשירים, נישט גארנישט ספעציעל. און זענען דאך פריילעך און צופרידען. איך גלייב אז ווען די קוקסט אויף זיי קוקסטו מיט די זעלבע רחמנות וויזוי די קוקסט דיך אהן. וואס זיכט ער אויף די וועלט, צו וואס שטרעבט ער, פארוואס שטייט ער אויף צופרי?

נאר לדעתי איז די סיבה צו דיין צובראכענקייט צווייפאכיג (שהן אחת).
1 ווייל ביי דיר צו שפירען מוצלחדיג און צופרידען מיזטו אנקומען צו א צווייטן וואס זאל דיר זאגען ביזט א מוצלח! דהיינו, די קוקסט אהן הצלחה און סוקסעס, מיט א בליק פון די גאס. וואס איז 'תלמיד חכם', 'צדיק' 'עושר' וכו'. וואס דאס אלעס זענען זאכען וואס אנדערע זענען מחשיב אין מקנא, און וואלטן געוואלט עס האבן פונקט ווי מען וויל האבן א שיינע הויז. נאר די ביזט פראגראמירט אז די מיזט האבען יענעם דיר צו מחשיב זיין און מקנא זיין אז די זאלסט פילען סוקסעס און עררייכונג. דאס קומט לכאורה פון א געוויסע צוקלאפטקייט, אין אויך ווייל מען האט דיר אזוי געלערנט.

2, וואס דאס איז א תוצאה מיט א גורם פון די ערשטע, איינס פיטערט די צווייטע. און דאס איז אז די ביזט נישט קאנעקטעד צו דיר.
לאמיר מסביר זיין, סיפוק הנפש קומט נישט פין ערייכען, עס קומט פון טון!
וועסטו פרעגן, טון וואס? די תירץ איז, טון וואס דיין תכונת הנפש (הרחני) גליסט! די אויבן אויף זאכן וואס דאס איז כולל איז אזעלכע פשוטע זאכן ווי, זיין א בעל אחריות, ברענגן פרנסה, ליב האבען די קינדער, געבן פאר די קינדער וכו' און בכלל טון וואס מען פארשטייט איז ריכטיג פאר זיך לויט די תכינות הנפש און די אומשטענדן אויף די מינוט. דאס און נאר דאס קען אמתדיג געבן סיפוק פאר א מענטש.
אבער צו באקומען סיפוק פון דעם, דארפסטו אוועק ווארפן די אלע חלומות אין פאלטשע צילן, און זיך אפלאזען פון דעם וואס אנדערע זאגען און טראכטען, הייב אהן לעבען פאר דיר און דעם אויבערשטען אליין, טוה וואס די ביזט ביכולות צו טון, און זיי דאס מחשיב!


גשריבען שנעל, אבער איך האף פארשטייסט מיך ריכטיג.
ווינטש איך דיר אסאך הצלחה און אמתדיגע שמחה!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זייער א קאמפלעצירטע שאלה. ס'פעלט אזויפיל אינפארמאציע. ס'קען זיין אזויפיל זאכן.

איך האב הנאה פון די פילפארביגע תגובות דא. איך טראכט אז אפשר זאלסטו כאפן א שמועס מיט א קלוגן איד, אפשר וועסטו זיך מער באקענען מיט וואס פונקטליך מאכט דיר אזוי פילן.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

בניהו האט געשריבן:@מסתמא זאגסטעך אזוי שטארק
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:
התחברות האט געשריבן:ברודער, לאמיר רעדן אפען. דוגרי!

לאמיר מסדר זיין דיין לעבן אויפן פאפיר - מיט די פאלגענדע השערות:
........

איך בין שוין ב״ה אריבער די דאזיגע סעצנע - און איך בין ווי א פייגל וואס זעט פון אויבן - אז שלוות החיים קומט נישט פון האבן פאן און תענוגים - נאר פון עפרישיעיטן וואס מ׳האט און מ׳ארבעט עס צו מאכן זיסער.

אנטשולדיגט אבער עס איז באמת דא אידן וואס מוטשענען זיך מיט זיך אליינס אן מקנא זיין יענעם. פינטל. און נעמען אז איד וואס עפענט זיך פארן פובליק און אים שרייבן אזא תגובה הארגעט עס אים!
ביטע טראכטן פון יענעמ’ס מצב פארן שרייבן אין זיין אשכול.

סארי אבער ער האט ס"ה פראבירט פון א אנדערע ענגעל פון זיין קוק ווינקל....
ס'איז דא א מעגליכקייט אז דעיס איז די סיבה פון זיין פראבלעים!

כ'פארשטיי נישט ער שרייבט דאך קלאר וואס זיין פראבלעם איז, און ס'איז עפעס אנדערש

איך מיין אזויווי ער זאגט
ליבי ובשרי האט געשריבן:ביטע אנטשולדיגט, פון צווישן אייער שורות זעט מען א נקודה, וואס לכאו' איז דאס די שורש פון דיין פראבלעם,
פון די אופן וויאזוי איר שרייבט וועגן זיין א איד און מקיים זיין מצות זעט אויס ווי די וויסט בכלל נישט וואס דאס איז א איד זיין קשר מיטן בורא עולם און פארוואס ער טוט מצות, צו לעבן אזוי און פראבירן צו האבן שמחת החיים וואלט איך אויך ליבערשט גענדיגט מיין לעבן (ברוחניות אדער בגשמיות)
איך וואלט אייך מציע געווען צו לערנען ספרים וואס רעדן די פשוט'ע יסודות פון כלל ישראל, אנגעהויבן פון שיר השירים מיט רש''י ביז די ספרי חסידות וואס רעדן די יסודות אסאך ווי למשל ספר התניא ספרי האדמו''ר מפיאסעצנא און ר' נתן מברסלב און מן הסתם נאך אסאך וואס אנדערע קענען מציע זיין.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

א פיין שמועס האט געשריבן:איך האב געהאלטן דארט ווי דו האלטסט יעצט א שיין פאר יאר צוריק.

איך פלעג אלס האבן שאיפות - גשמיותדיגע און רוחניותדיגע, אבער אין טאג האט עס מיר געכאפט. איך האט געפילט עפעס א מין פוסטקייט, וואס טו איך דא אויף די וועלט? וואס גיי איך שוין אויפטוען פון גיין אזוי ויייטער?!

איך האב געהאט א טיפזיניגע שמועס מיט א נאנטן פריינט און ער האט מיר באקאנט געמאכט מיט די ספר בגן האמונה.

די ספר האט מיר ממש געעפנט די אויגן, הארץ, קאפ און מח, צו פארשטיין וואס איך טו דא אויף דעם וועלט און מיר אויסגעלערנט וויאזוי צו לעבן א לעבן פון אמונה פשוטה וואס אויב דו לעבסט דערמיט וועסטו קיין פארלוירענער קיינמאל מער נישט זיין.

איר קענט דאס קויפן אין רוב לאקאלע ספרים געשעפטן, עס איז אויך דא א אידישע ווערסיע דערפון.

ס׳איז כדאי צו לערנען נישט נאר די בגן אמונה, אויך די אנדערע אויף הודאה, רצון, שלום בית. ממש א אוצר.
אני הוא הנער, נער המדבר
איך האף
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:27 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך האף »

פארלוירענער האט געשריבן:איך בין לעצטנס אין זייער א אנגעזעצטע מצב וויל איך רעדן אמת'דיג פון הארץ, קום איך צו אייך מיינע ברודער מיט מיינע יעצטיגע ווערטער גלייך ארויס פון שפת הלב.

איך בין א 25 יעריגע אינגערמאן, ב''ה גוט חתונה געהאט, פרנסה מסודר, קינדער און שלום בית, אלעס קלאפט בערך, מ'קען זיך בכלל נישט אפרעדן.
מיין אידישקייט איז רעגולער, נישט אנדערש ווי יעדעם לכאורה, דאווענען און לערנען, צדקה, אלעס אביסל וויפיל ס'קומט אויס.

אבער עפעס פיל איך אזא ליידיגקייט און פוסטקייט און פארלוירענקייט, און די מצב ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג אז איך פיל לעצטנס ווי ממש באו מים עד נפש.
די זאך איז אז איך פיל ווי איך האב פשוט נישט קיין שום סיבה פארוואס אנצוגיין. איך זע נישט קיין נארמאלע ציל אין מיין לעבן, עולם הזה האב איך דאך נישט, איך בין א איד און דאס איז עס (נישט אז דער גוי האט יא עפעס, אבער אפילו דאס אויך נישט), רוחניות האב איך דאך אויך נישט עפעס ספעשל, פיין, איך לערן אביסל און דאוון, אבער איך גיי שוין נישט זיין דער גרויסער תלמוד חכם און צדיק לכאורה, איך זע נישט ערגעץ ספעשל ווי איך גיי גרייכן אז דאס זאל מיר געבן א ציל און חיות.

ממילא בין איך אין א מצב וואס איך פיל עכט נישט קיין נארמאלע שטופ צו אריינלייגן עפעס עפארט און כוחות אין עולם הזה אדער רוחניות, איך פיל ווי איך האב עכט גארנישט, אזא טרוקענקייט און ליידיגקייט וואס מען קען גארנישט מסביר זיין, נישט אויבן נישט אינטן, נישט דער וועלט נישט יענער וועלט, נישט רעכטס נישט לינקס, כף הקלע בחיים חיותי.
דאס איז ממש יסורים וואס מען קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, איך ווייס ממש נישט פארוואס איך גיי אן נאך א מינוט אין לעבן, צו וואו ציל איך בכלל?

און ווי מער איך טראכט אריין דערין און איך צונעם מיין מצב ווער איך נאר מער און מער צובראכן און אנגעזעצט און טרויעריג אז עס קומט מיר טרערן אין די אויגן, טרערן פון פארלוירענקייט און צומישעניש, פארוואס שטיי איך בכלל אויף צופרי? פארוואס ארבעט איך? פארוואס לעב איך בכלל?
און נאכדערצו אז דערווייל האב איך נאך פראבלעמען און שוועריקייטן אזויווי יעדע נארמאלע מענטש, די קינדער זענען נישט וואויל, די געלט איז נישט מסודר צומאל, און נסיונות ברוחניות, איך זע ממש נישט פארוואס איך זאל סטראגלען און אנגיין און זיך פלאגן ווען איך זע נישט קיין נארמאלע ציל און תכלית פארוואס איך ארבעט און פלאג זיך, צו וואס פונקטליך גיי איך דא אנקומען אין מיין לעבן למעשה?

איך ווייס נישט צו איינער פארשטייט בכלל פון וואס איך רעד, איך בין א מצב וואס איך הער נישט רעדן דערפון בכלל, איך פיל מיך פשוט אליין אויפן וואסער, איך בלאנזשע אין א טיפע געדעכטע וואלד אן קיין וועג ווי איך וויל גרייכן, איך בין עלנדן אליין אויפן שטורמישן ים אן קיין וועג און ציל, איך בין א וויסטע מדבר אן קיין פונקט וואו איך וויל אנקומען. פארלוירן איז נישט דאס ווארט.
און צו דעם אלעם בין איך נאך נארמאל ווי יעדעם, איך האלט אן א נארמאלע לעבנסשטייגער, איך דארף לכאורה צו זיין גליקליך און צופרידן, איך האב דאך א נארמאלע באזעצענע לעבן, אבער אין די מציאות בין איך אזוי ווייט דערפון, איך פיל נישט קיין שום חיות און באדייט אין מיין לעבן און אין מיין אנוועזנהייט אויפן ערד קוגל, א סיטואציע וואס איך קען נישט מסביר זיין.

איז וואס וויל איך יעצט דא פון ענק מיט מיינע פאר פארלוירענע שורות?
איך ווייס אליינס נישט, אפשר וויל איך הילף און עצות, אפשר וויל איך הערן צו נאך מענטשן טרעפן זיך צומאל אין אזא מצב. אבער אידערוועי בין איך פארפלאנטערט און דארף חיזוק און הילף, אלעס וועט זיין עפרישיעיטעד און אנגענומען בסבר פנים יפות.

ווי עס שרייבט צו אייך
א פארלוירענער

איך קום פון דארט גלייב מיר איך פארשטיי דיר, איך קען אין איך וויל אין איך גיי בעזר השם העלפן מענטשן וואס גייען דאס דורך, רוב מענטשן וואס גייען דאס דורך איז עס שפעטער און לעבן ווי 25 דאנק דעם אויבערשטן אז די ביסט שוין יעצט דארט ווייל פון דארט קומט מען ארויס גאר גאר געשטארקט,
ניין מען דארף נישט קיין טערעפי ניין מען איז נישט דיפרעסט רוב מענטשן ארום דער קענען אפי' גארנישט באמערקן אבער ביי דיר אינעווייניג איז דא א גיהנום..........

ווען מען קען ווען לאזן דא אויף אייוועלט א וואיס נאט וואלט איך גערעדט שעה'ן אויב נישט טעג, טייפן קומט מיר אן זייער זייער שווער
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

קענסט לאזן א וואויס נאוט און עס דרייוון/דראפבאקסן
אני הוא הנער, נער המדבר
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”