!want to be good האט געשריבן:מי שלא היה מעולם במצב הנ"ל, לא יהא לו עסק עם אשכול זה. אי אפשר לתאר היסורים הנ’’ל רק מי שכבר עבר את זה. יישר כח
איך מיין אז רובא דרובא יונגעלייט זענען שוין אמאל געווען אין דעם מצב, איינער מער איינער ווייניגער.
לויט ווי איך האב געליינט די שורות, און אויך צווישן די שורות, רעדט ער נישט פון די מצב רוח וואס אינגעלייט האבן אין א גרינעם דינסטיג אין סאמע טבת ווען די חברותא איז נישט געקומען.......ער רעדט סאך סאך טיפער......
!want to be good האט געשריבן:מי שלא היה מעולם במצב הנ"ל, לא יהא לו עסק עם אשכול זה. אי אפשר לתאר היסורים הנ’’ל רק מי שכבר עבר את זה. יישר כח
איך מיין אז רובא דרובא יונגעלייט זענען שוין אמאל געווען אין דעם מצב, איינער מער איינער ווייניגער.
לויט ווי איך האב געליינט די שורות, און אויך צווישן די שורות, רעדט ער נישט פון די מצב רוח וואס אינגעלייט האבן אין א גרינעם דינסטיג אין סאמע טבת ווען די חברותא איז נישט געקומען.......ער רעדט סאך סאך טיפער......
די עצה איז, נעם דיר א טשעלענדזש אין לעבן, דא וועלעך דיסעגריען מיט פראגראמינג, איך וואלט געזאגט אז די טשעלענדזש זאל זיין א מסכת, גמרא צו משניות, (אויב פיהלסטו אז סיז נישט פאר דיר, טוה וואס פראגראמינג זאגט, נעם אן עקסערסייז קלאס) און בעיקר עפעס וואס דו דארפסט זיך מוטשענען דערויף, אז ווען דו וועסט עס ענדיגן וועסטו האבן די פיהלינג פון עקאמפלישד!
עגען, איך האב ס"ה געליינט די ערשטע תגובה, און איך ווייס כמעט זערא פרטים, ס'איז ס"ה אויבן אויף... אבער כנראה איז דאס די אישו!
די שיעורים פון ר' שמעון שפיצער איז ממש אויסגענייט פאר דיר. א יחיד מומחה אין אנפילן דיין הוילע לאך, הונדערטע אידן האבן געטוישט זייער חיות אין לעבן א דאנק די שיעורים.
קענסט עס הערן אויף תורה עניטיים, קול הלשון, סע פארהאן א וואטסעפ גרופ ווי מען קען באקומען די שיעורים. אויך אויף א האטלייו. און אטיך האבן זיי אן עפפ.
געריבענער סוחר האט געשריבן:1. סיז דא אסאך אינגעלייט אין דיין מצב, צרות רבים חצי נחמה.
דו דארפסט אנהייבן די סייקעל פון א מבקש, נעם איין משפיע, בעל דרשן אויף אמאל, און זעה צי ער רעדט צי דיין נפש, למשל ר' אביגדור מילערס שיעורים קען דיר אויפבויען א שטארקע סיפוק, ר' שמעון שפיטצערס סעריע אויף חובת הלבבות קען דיר זיין כמים קרים וכו' וכו'.
2. שמועס דיר אויס מיט נאנטע חברים. דערמאן דיר צירוק ווער פון דיינע אלטע חברים זענען אדורך סייקעלס אין נפש, רוב הניכר אין דיין מצב הנפש האבן שוין ביי די 16 יאר געפילט דאס וואס דו פילסט, און זיי האבן שוין אלס בחור געקאווערט מה חובת אדם בעולמו דורך זיך דרייען אין סטיטשין מסילת ישרים, סקולענע טישן, טועם געווען ברסלב, קלוגער, ר' אשר, חב''ד, פיאסעצנא, ר' אביגדור, ר' יצחק משה ערלאנגערס קונטרסים, ר' צבי מאיר, ר' מיילעך, און לעצטענס ר' שמעון שפיטצער.
און די חברה האבן זיך שוין מסדר געווען די מחשבות, אפילו א גרויס חלק דערקלערן זיך נישט עמטליך אלס חסיד פון א געוויסע משפיע, אבער זיי זענען היבש מסודר מיט סיפוק הנפש אויף נאך די חתונה.
דו דארפסט זיך דערמאנען ווער פון דיין ארום און ארום איז דאס דורך און דריי דיר אריין צווישן די חברה, צווישן די סארט איז דיין מצב א נארמאלע שפראך, וועסט נישט גלייבען, אבער די חברה רעדן פון נפש, סיפוק, שלום בית זייער אפען, און דו דארפסט טרעפן די חברה.
לייק פאר די תגובה. מ'טרעפט נאר נישט אזוי שנעל די חברה... די חברה זענען געווענליך אינטראווערס וועלכע פירן נישט די קופקע אין שול...
!want to be good האט געשריבן:מי שלא היה מעולם במצב הנ"ל, לא יהא לו עסק עם אשכול זה. אי אפשר לתאר היסורים הנ’’ל רק מי שכבר עבר את זה. יישר כח
איך מיין אז רובא דרובא יונגעלייט זענען שוין אמאל געווען אין דעם מצב, איינער מער איינער ווייניגער.
לויט ווי איך האב געליינט די שורות, און אויך צווישן די שורות, רעדט ער נישט פון די מצב רוח וואס אינגעלייט האבן אין א גרינעם דינסטיג אין סאמע טבת ווען די חברותא איז נישט געקומען.......ער רעדט סאך סאך טיפער......
ותיק וחסיד האט געשריבן:די שיעורים פון ר' שמעון שפיצער איז ממש אויסגענייט פאר דיר. א יחיד מומחה אין אנפילן דיין הוילע לאך, הונדערטע אידן האבן געטוישט זייער חיות אין לעבן א דאנק די שיעורים.
קענסט עס הערן אויף תורה עניטיים, קול הלשון, סע פארהאן א וואטסעפ גרופ ווי מען קען באקומען די שיעורים. אויך אויף א האטלייו. און אטיך האבן זיי אן עפפ.
צום פותח האשכול: נאכנישט קיין פינף שעה פון ווען די האסט געעפענט דעם אשכול און עס זענען שוין דא פיר בלעטער מיט תוכנדיגע תגובות, אן קיין נארישע טשעפערייען. איך מיין דאס איז א רעקארד פאר אייוועלט, what an accomplishment! איך בין זיכער אז די פאר שעה האסטו שוין פארגעסן פון דיינע פראבלעמען. גיי ווייטער אן, עולם הפך ראיתי, איבערגעדרייט אייוועלט.
אבער מצד שני דארף א מענטש וויסן אז אויב ער זוכט טאקע דאן זאל ער וויסן אז ער האט 'שוין' ממש יעצט טאקע דאס וואס ער זוכט!! דער אידיש נפש זוכט הויך און טיף, הייליג און ריין, אין סוף'דיגע אורות, און דאס טאקע ממש האט ער שוין יעצט - מיט יעדע מצוה וואס ער טוט!! אין יעדע פשוטע טריקענע מצוה ליגט טאקע באהאלטן די אלע הויכע אורות וואס מיר זוכן אזוי שטארק!! די מצוות ה' זענען דאך די צמצומים און כלים פאר די אלע אורות און שביעות הנפש. טאקע דארט האט דער אייבערשטער באהאלטן די מזון הנפש און פון דארט באקומען אונז א התקשרות פון דער נידריגע נארישע עולם הגשמי צו אלע הויכע רוחניות'דיגע אורות פון די עולמות עליונים.
דעריבער, ווען א איד טוט סיי וועלכע מצוה וויאזוי עס קוקט נאר אויס, דארף ער זיך זייער זייער פרייען, ווייל ער האט יעצט ממש זוכה געווען צו מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן, ער האט יעצט איינגעקויפט נצחי, ער האט יעצט געמאכט תיקונים אין אלע עולמות, ער האט נענטער געברענגט זיך מיט די גאנצע בריאה צום תיקון השלם. און דאס איז אונזער איינציגסטע אמת'ע שמחה אויף דער וועלט, נישט דא קיין שום שמחה נאר טון א מצוה פארן בורא כל עולמים, נאר יעדע פינטל פון סור מרע ועשה טוב וואס מען כאפט ארויס פון דער וועלט אין סיי וועלכע מצב און מקום נאר דאס איז אונזער איינציגסטע אמת'ע תקוה און נחמה, און דאס האט טאקע יעדע איד אן א שיעור דערפון, און נאר מיט דעם קען מען זיך באמת דערפרייען און זיך דערקוויקן דאס בענקעדיגע הארץ.
און באמת, די מצב דיינער איז א מורא'דיגע גוטע מצב אויב ווייסט מען וויאזוי עס צו אויסנוצן צום גוטן, אין א בחינה פון ירידה תכלית העליה. ווייל דוקא יעצט ווען דו שפירסט אזא ליידיגקייט, אזא יאוש, האסט שוין אויפגעגעבן אויף אלעס ברו''ג, האסט יעצט נישט קיין אגענדע'ס און חשבונות, איז יעצט דוקא קענסטו אזוי גוט אנהייבן דינען דעם אייבערשטן און טון זיינע מצוות מיט א תמימות ופשיטות, זיך פשוט מחיה זיין מיט יעדע קלייניגקייט, אנהייבן פון ניי א גאנצע צייט, טון פשוט די רצון ה' ווייל דאס איז די אמת אן קיין חשבונות פון כבוד און הצלחות, גייסט דאך שוין ממילא נישט זיין קיין ראש ישיבה און אדמו''ר... קענסט שוין פלעין דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה און חיות ריין ווי א קינד וואס איז נאכנישט פארדרייט מיט טויזנטער חשבונות און סיבות און חכמות. ווי איז דא א שענערע זאך ווי א קינד וואס טוט עפעס ריין בתמימות?! אני היום ילידתיך, דאס ביסטו יעצט, נוץ עס אויס!
און טאקע די עצם געפיל פון ליידיגקייט און זוכעניש נאך עפעס מער, איז בעצם גאר א גוטע זאך, דאס מאכט דעם מענטש זיך אויפוועקן און אנהייבן פון ניי דינען דעם אייבערשטן, ארויסכאפן אמת'ע גוטס מיט א ריינע תמימות, איך האב שוין סייווי גארנישט נישט דער וועלט און נישט יענע וועלט, איך קען שוין פלעין דינען דעם אייבערשטן און טון זיינע מצוות מיט א שמחה כי זה כל האדם.
תמצית הדברים: פון איין זייט מחשיב זיין און זען די שיינקייט פון די חיפוש וביקוש און אומצופרידענהייט, דאס קומט פון אונזער חלק אלוק ממעל און הייליגע נשמה און דוקא דאס ברענגט אונז צו אן א שיעור גוטס אין אלע הינזיכטן און דאס טאקע בויעט אונז וכמו שרואים במציאות, און מצד שני זיך יא פרייען מיט יעדע ביסל וואס אונז האבן יא אמת'ע גוטס פון סור מרע ועשה טוב, ווייל טאקע דארט ליגט באהאלטן די אלע גוטס צו וואס אונז זוכן און בענקן, און דאס דארפן אונז טאקע פרובירן צו טון די גאנצע טאג ארויסכאפן נאך אביסל גוטס פון תורה ומצוות פארן אייבערשטן.
דאס איז מיין נקודה וואס איך קען יעצט שרייבן ממש אויפן שפיץ גאפל, און איך האף אז כאטש עפעס א נקודה פון תקוה און נחמה וועסטו קענען ארויסנעמען בין השורות, עפעס א געפיל וואס וועט דיר מאכן אנהאלטן אינעם אייבערשטן אונזער גוטע טאטע אין הימל, ווייל נאר אין אים לוינט זיך צו אנהאלטן יעדע רגע אין יעדע מצב, נאר ביי אים ליגט באהאלטן אונזער אמת'ע טוב און שלימות השביעה צו וואס אונזער נפש בענקט אזוי.
א גוטן האט געשריבן:צום פותח האשכול: נאכנישט קיין פינף שעה פון ווען די האסט געעפענט דעם אשכול און עס זענען שוין דא פיר בלעטער מיט תוכנדיגע תגובות, אן קיין נארישע טשעפערייען. איך מיין דאס איז א רעקארד פאר אייוועלט, what an accomplishment! איך בין זיכער אז די פאר שעה האסטו שוין פארגעסן פון דיינע פראבלעמען. גיי ווייטער אן, עולם הפך ראיתי, איבערגעדרייט אייוועלט.
אויב ביזטו אמאל געווען אין די מצב, ווייסטו אז עס ווערט נישט פארגעסן ווען מענטשן פילן מיט. ס’איז א טיפע אינערליכע נפשיותדיגע ווייטאג פון א נשמה ווואס שרייט און פון א הארץ וואס וויל ארויסשיינען מיט עפעס.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
לכבוד אהובי הצדיק ”פארלוירענער” נרו יאיר ויזרח כשמש במזרח.
קודם כל וויל איך דא אויסדריקן מיין טיפע מיטלייד מיט דיין מצב, אונזער ליבער טאטע אין הימל זאל זיך בקרוב מרחם זיין אויף דיך, און דיין אור זאל אויפשיינען בקרוב ממש!
נאכדעם טייערע פארלוירענער, זאלסטו וויסן אז ”עמך, אנכי-און דריי פערטל כלל ישראל- בצרה.” דו ביסט בכלל נישט דער איינציגסטער, א גרויס חלק פון כלל ישראל מאכט מיט די זעלביגע.
קודם דארף מען זיך מתבונן זיין, און איינזעהן אז עס איז נאר איו קאפ. בלבולים און ספקות איז די גרעסטע נסיון הדור! און דאס גייט אן איבעראל! ברוחניות, בגשמיות, שלום בית, משפחה, חברים, פרנסה, מנהיגים, וכדו’ וכדו’. חז”ל אין ירושלמי טייטשן אויס די פסוק איו פרשת כי תבא: ונתן עליך עול הברזל- עול הברזל זו הרעיון!! חז”ל זאגן פאר אז די נסיון בעקבותא דמשיחא וועט זיין אין קאפ!! אזוי ווי דו האסט עס אראפגעלייגט! אקוראט!
אבער פארדעם האט אונזער זיסער טאטע אין הימל אראפגעשיקט הבעל שם טוב הקדוש, ותלמידיו הק’, ווי זיי האבן זייער גוט פארשטאנען צו דעם פראבלעם, און זיי האבן אונז איבערגעלאזט אביסעלע עצות אז אונז זאל מיר חלילה וחס נישט אויפגעבן, נאר קענען אנגיין מיט אביסעלע פרישקייט.
איז אזוי טייערע חבר, איך בין נישט דא מיט קיינע אגענדעס, און בעצם פיר איך זיך נישט צו פארציילן מיינע פריוואטע געשעענישן.... אבער זעענדיג ווי נאך א טייערע נשמה מאכט מיט דאס זעלביגע ווי איך, קען איך נישט שטיל בלייבן. ווען איך מיטטיילן וואס האט פאר מיר געארבעט. נישט אלעס ארבעט פאר יעדעם, איך שרייב נאר מיין עקספיריענס. ויהיו לרצון אמרי פי.
התבודדות. הרה”ק רבי נחמן מברסלב זי”ע האט ווי עס שיינט די מערסטע פארשטאנען צו דעם פראבלעם, אז דו וועסט קוקן אין זיינע ספרים, א שטייגער ווי ’השתפכות הנפש’, וועסטו זעהן ווי קלאר ער רעדט פון דעם. (וזאת למודעי, איך בין נישט קיין ברסלבר, איך האב נאר דארט געטראפן איינער זאל רעדן פון מיין פראבלעם). און די עצה פון התבודדות האט מיר זייער געהאלפן. פשט אזוי, איך האב מיך פארגעשטעלט אז איך רעד צום גרעסטן טעראפיסט, פריי פון אפצאהל!!.... און מען פארציילט איהם אלעס וואס דו האסט געשריבן אויבן... נאר אנשטאט זיך אויסרעדן צו א בשר ודם, רעדט מען צו דעם רחמן האמיתי, דער כל יכול!! מען טאהר אבער נישט ווארטן אויף רעזולטאטן, מאן דארף נאר גלייבן אז ער הערט אויס, און ער האט א פלאן. ביי מיר האט געארבעט 10 מינוט א טאג, נאר מען דארף עס טוהן ”יעדן” טאג, נישט קיין חילוק צו מען זעהט א שינוי צו נאכנישט. (למען האמת.... דעי אינסטראקשנס האב איך באקומען פון א ברסלבער).
גמרא. (אויב נישט, כאטשיק אביסל תהילים.) אסאך מאהל קומט די הרגשה פון ליידיגקייט פשוט פון ווייניג מזון הנשמה. ווען די גוף איז הונגעריג איז פארשטענדליך אז מען גיבט איהם צו עסן. אויב נישט קען מען נישט אנגיין. פונטל. מען ווערט אין א שלעכטע מאאד, און אלע ארומיגע ליידן... די נשמה איז אויך הונגערוג צומאהל, און מען דארף איהם פיטערן! אויב נישט שפירט מען ליידיג. אלזא טייערע חבר, וויפיל מען קען איז הכל ריווח, די אייבירשטער (מיט די נשמה..) ווארט אויף יעדע ווארט וואס קומט ארויס פון א אידס מויל. און אז ס’קומט מיט א לב נשבר איז איהם עס אסאך מעהר חשוב.
ס’איז דא קנטרס מיט’ן נאמען ”גאולת הנפש”. איך האב עס געקויפט שוין לאנג צוריק, און איך בין נאך אלץ ’האאקד’ ווי מ’רופט עס.. עס איז מיר ממש געוועהן א גאולת הנפש! כשמו כן היה! עס איז נישט לאנג, ס’איז צוטיילט פער טאג, דאס הייסט בערך 5 קליינע שטיקלעך א טאג, און מען ענדיגט עס יעדע חודש. ער ברענגט נאר נאך קליינע מאמרים פון אונזערע רבי’ס מאורי החסידות. צום פונטל. ער דעקט דארטן חיזוק, שמחה, אמונה, בטחון, און נאך שטארקע ענינים. איך וואלט געראטן פאר יעדן עס צו קויפן. (איך האב עס געקויפט אין בית הספר.)
פון רבי פנחס’ל קאריצער זי”ע שטייט א אינטערעסאנטע זאך. דאס זאגן זוהר הק’ (פארשטייט זיך נאך א מקוה), אפי’ אן פארשטיין די פשט פון די ווערטער, איז א סגולה צו שמחה און רואהיגקייט! און בעצם דאס שטייט שוין פון אסאך גדולים, אז אמירת זוהר הק’, אפי’ בלי הבנה, מועיל מאד לגאולת וטהרת הנפש. איז אזוי.... אין לי עסק בנסתרות..... אבער דאס האב איך פרובירט, און עס האט געארבאט העכער פון אלע ערווארטונגען.. ממש איך בין געגאנגען דעמאלטס מבירא עמיקתא לאיגרא רמא!
איך וויל ענדיגן מיט מיט א ברכה מעומק לבבי פאר דיר טייערע פארלוירענער, אז דער פון אויבן זאל דיר ארויסנעמען פון דיין קלעם במהרה, ויאר ה’ פניו אליך, זאלסט שיינען און לייכטן מיט אור ה’!! און זאלסט צוריק קומען בקרוב אלס ”געטראפענער”!!
א חבר וואס שפירט דיין קלעם און האפט צו דיין ישועה.
איך בין א גרוש אין איך בין געווען א עלטערע בחר, ביז דערווייל האב איך נישט קיין חובות, די איינציגע זאך וואס געט מיך חיות איז אז איך בין א מעמבער איינער פון די ארגאניזאציע'ס, אין אויך אז גיי נאך געלט ביים דאווענען פאר איינע פון די חסד ארגאניזאציע'ס, יאפס עס געט מיך א מורדיגע סיפוק