איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

פארלוירענער
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:22 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארלוירענער »

דאס האב איך באקומען אין די פרייוואטע מעסעזשעס קעסטל א הערליכע גאר ווארעמע בריוו פון א היזיגע ניק.

בס"ד

א גוטן,

כ'האב געזען דיין הערליכן תגובה אויף איי וועלט. כ'וויל פראבירן דיר צו העלפן. אבער היות כ'האב מורא משום גילוי, שיק איך דיר מיינע ווערטער דא פריוואט, און לזכות את הרבים קענסטו עס פאוסטן אויפ'ן פארום שרייבנדיג 'באקומען פון א חבר אין אישי'.

צום אלעמען ערשט, מיין טייערער פריינט. איך קום פון דארט פון וואו דו קומסט, און דאס איז ארעם געשריבן. כ'קום פון אסאך ווייטער. און, געלויבט דעם באשעפער אז היינט צוטאג בין איך אין דעם נושא הונדערט און איין פראצענט מסודר. יעדע רגע אין טאג איז א מחי'. (על פי רוב פארשטייט זיך. יעדער מענטש האט זיך זיינע צייטן לטב ולמוטב. מ'רעדט אין אלגעמיין).

מחמת קוצר ועומס הזמן וועל איך בקיצור ממש דיר שילדערן פון וואו איך קום און מיין היינטיגן מצב.

איך בין געבוירן געווארן צו חשוב'ע עלטערן. ביידע אנערקענטע פערזענליכקייטן אין שטאט. מיין טאטע איז אן עובד ה' מנעוריו וועלכער איז שוין אויף פיר אזייגער פארטאגס און ביי פרישטאג לערנט ער חובות הלבבוות אויף א שטענדער.

על כל פנים. אלס יונגער בחור בין איך געווען מער א טאנצעדיגער. טאקע א גוטן קאפ געהאט, זיך אויסגעצייכנט אין די לימודים, אבער מחמת כמה סיבות האב איך אריינגעהויבן מערדערליכע קלעפ ביז צו די חתונה. ביז צו די חתונה מיינט: ביז די וואך פונעם חופה.

מיין טאטע זז"ג, וועמען איך שעץ שטארק ביז'ן היינטיגן טאג, פלעגט אין מיר מרביץ זיין געפערליכע קלעפ מיט וועלגער העלצער און מיט אייזערנע הענגער. רחמנא ליצלן. איך האב באמת צומאל געמיינט אז מיין גלעזל טרערן איז שוין ליידיג, און ס'איז טאקע געקומען א צייט וואס איך האב פשוט אויפגעהערט צו וויינען פון די קלעפ. ער פלעגט מיר שלאגן מכות רצח און כ'האב פשוט געשוויגן.

דאס אלעס איז אויסער די גייסטישע מכות וואס איך האב אריינגעהויבן. שגץ, רשע און פערד איז געווען מרגלא בפומי און ס'איז מיר אוממעגליך צו שילדערן די יארן וואס איך בין אריבער.

אין ישיבה האב איך געהאט אנגעשטעלט א פנים ווי א נארמאלער מסודר'דיגער בחור, אבער אינערליך האב איך געוויינט. כ'פלעג זיצן אין וועלדער און אין בית הכסא אין געוויינט בכיות עצומות אויף מיין אייגענעם זעלבסטליכן צושטאנד. כ'בין געווען זייער צעמישט ביי מיר. פון איין זייט בין איך דער מצויין אין ישיבה, פון די צווייטע זייט בין איך אפגעפרעגט ביי מיינע עלטערן, ביי גאט וכו'. [וואס מיינע חטאים זענען געווען איז א שמועס באזונדער, אבער אין קורצן; אויפשטיין אינדערפרי זעקס דרייסיג אנשטאט זעקסע. נישט אהיימקאלן פון ישיבה יעדע צוויי שעה פרייטאג וכו'...]

תכלית, א גרויסער מבקש בין איך געווען. כ'פלעג לערנען גאר אסאך ספרי חסידות און ספרי מחשבה. געהאט שייכות מיט משפיעים וועלכע האבן זיך שטארק אפגעגעבן מיט מיר. און אזוי האט מען דורכגעשטופט ביז צו דער חתונה.

נאך דער חתוה האט זיך אנגעהויבן די אלע עקזיסטענציאלע שאלות מער ווייניגער וואס דיר עגבערט אדער מער. און ווי דו שרייבסט: "איך בין א 25 יעריגע אינגערמאן, ב''ה גוט חתונה געהאט, פרנסה מסודר, קינדער און שלום בית, אלעס קלאפט בערך, מ'קען זיך בכלל נישט אפרעדן".

אבער מיט דעם אלעם בין איך געווען צעבראכן כחרס הנשבר. אקעי. כ'האב קינדער, כ'דאווען, כ'לערן. פיין. אבער איינציגער טאטע אין הימל.

*פארוואס בין איך בכלל אראפגעקומען אויף דער וועלט.

* פארוואס וואלט איך נישט געקענט באשאפן ווערן אלס גוי? [נישט צוליב עפעס אויסטערלישע תאוות, נאר פשוט, פארוואס נישט?].

* כ'האב געהאט א טעם אינעם דאווענען, אבער פארוואס דארף איך עס? פארוואס דארף בכלל זיין איינער וואס דארף צוקומען צו א טעם אינעם
דאווענען?

* וועמען פאראינטערעסירט אויב איך היט שבת אדער נישט?

* אפשר קען מען מקיל זיין אויף הלכות? פארוואס מוז דער מחבר און שלחן ערוך זיין מיין פארגייער און וועגווייזער?
וכו' וכו'. קושיות, שאלות און ספיקות אן א שיעור. און ווייטער ווי דו שרייבסט:

* פארוואס שטיי איך בכלל אויף צופרי? פארוואס ארבעט איך? פארוואס לעב איך בכלל?

אזוי האב איך געלעבט א שיינע פאר יאר. געהאט ענדלאזע נאכט און חדשים פון אומצופרידנקייט אן קיין שום תכלית החיים. שיין גערעדט.
ביז? ביז כ'בין איינמאל פאר אלעמאל געוואויר געווארן אז יא! ס'איז יא דא א תכלית און ס'איז גענוג א רעלעוואנטע און שטארקע סיבה וואס זאל באפרידיגן און גאר באפריידיגן מיין עקזיסטענץ אויף דער וועלט.

כל המתפלל בערב שבת ואומר ויכולו כו' נעשה שותף להקב"ה במעשה בראשית (שבת קיט:), און אזוי ווערט געברענגט נאך פולמאל אין חז"ל; מיר זענען שותפים אין מעשה בראשית.

שותפים. דהיינו פופציג/פופציג. פונקט ווי להבדיל א ביזנעס וואס שטייט אויף צוויי שותפים. יעדער שותף מוז צוקומען צום אנדערן שותף. אויב איין שותף באשליסט אז די ביזנעס איז נישט פאר אים פאר סיי וועלכע סיבה, ס'איז צו שווער, ס'לוינט נישט, כ'האב נישט קיין נערוון, דאן קען מען פארמאכן דעם ביזנעס.

בשבילי נברא העולם. איך בין א שותף מיט כביכול. דער אויבערשטער כביכול מוז מיר אידעלע פון ברוקלין האבן כדי די וועלט זאל האבן א קיום. און, נאך גראבערע ווערטער [וואס אלעס האט "הונדערטער" מקורות אין חז"ל]: דער אויבערשטער דארף מיר האבן. ער דארף צוקומען צו מיין עבודה. כתר יתנו לך וכו' עמך ישראל קבוצי מטה. ער דארף און ער ווארט אז מיר אידעלעך זאלן קומען און ארויפלייגן דעם כתר מלכות על ראשו כביכול. מיר זאלן אים ממליך זיין. אויב נישט איז דער אויבערשטער כביכול בצער. בשעה שהקב"ה בא לביהכ"נ ולא מצא בה עשרה, מיד הוא כועס, שנאמר מדוע באתי ואין איש (ברכות נד). וואס הייסט, מיין שותף קאפערריט נישט, וואו איז ער? איך דארף אים דאך האבן פאר'ן קיום העולם.

און דער נקודה זעען מיר שוין בעצם ביי אברהם אבינו. קיינער האט פון אברהם נישט געבעטן ער זאל ממליך זיין גאט. ער האט דאס געטון מדעתא דעצמי'. הכיר את בוראו. ער אליינס האט "אנערקענט אינעם אויבערשטן". און דאס איז וואס מיר דארפן טון. בך חותמין. מיר דדארפן ממליך זיין דעם אויבערשטן פון אונזער אייגענעם ווילן. ווייל ער דארף אונז און ער ווארט דערויף.

דאס גייט ביינאזאם מיט די נקודה וואס מיר ווייסן פון קינדווייז אן אז מיט אונזער עבודה זענען מיר גורם א נחת רוח לעילא. און פארקערט איז פארקערט, ווי דערמאנט, השי"ת איז אין צער. ווען ראובן זעט אז שמעון זיין שותף איז אקטיוו אינעם ביזנעס, ער איז דא, ער זארגט זיך, ער זוכט נישט זיך ארויסצודרייען און נעמען אורלויב, דאן איז עס א געוואלדיגע שמחה. און ווען ראובן זעט אז דער שותף הינקעט אונטער פארשטייט ער אז ער איז אויף גרויסע צרות.

און דא קומען מיר צו צו דער נקודה פון בחירה. ממליך זיין דעם אויבערשטן ווייל איינער האט מיר געהייסן, הייסט נישט קיין המלכה. ווען א פאלק וואס איז ממליך איינעם שלא ברצונם ווערט יענער נישט קיין מלך, נאר א מושל, א דיקטאטור. א מלך איז נאר ווען מען דאס פאלק האט אים ממליך געווען ברצון. פונעם אייגענעם ווילן.

כנסת ישראל איז ווי די כלה צום חתן, הקב"ה. קען דען א חתן חתונה האבן מיט'ן כלה בכפי'? דאס איז דאך קיין שידוך נישט און מ'קען נישט אזוי לעבן. דאס שטוב איז חרוב. מיר קענען און מיר טארן נישט זיין קיין אידן בכפי'. ווייל אויב יא זענען מיר נישט קיין אידן וועלכע זענען ממליך דעם אויבערשטן. מיר זענען נישט קיין שותפים אינעם ביזנעס. ווייל א שותף ווערט נאר פאררעכנט איינער וואס וויל און פארשטייט זיין פאזיציע. ער פריידט זיך דערמיט און ער זוכט די סוקסעס.

ס'איז נישט דא דער פלאץ מאריך צו זיין, אבער אין דעם איינעם נקודה קען מען זייער אסאך ארומשמועסן און אויסברייטערן. ועוד חזון למועד.
דער נקודת הדברים איז, איך ווייס פאר הונדערט פראצענט אז איך האב א טייל, און נישט סתם א טייל, נאר חצי חצי, אין א ריזן ביזנעס. גרעסער ווי אמאזאן וכדעימיה. א ביזנעס וואס פראדוצירט ריזיגע קוואנטומען פון מאטעריאל און א דאנק מיין שותפות אינעם פירמע האט דער פירמע און דער וועלט פון וועמען דער פירמע געניסט, א קיום.

איך בין א איד ווייל איך פריי מיר אז איך קען האבן א חלק זייענדיג א פראמינענטער שותף אין אזא ריזן געשעפט. דער גוי האט דאס נישט. דער גוי איז דא פאר מיר. לשמשני, אז איך זאל קענען אנגיין מיט מיין באשטימטן תפקיד. איך בין יוניק און ספעציעל, בשבילי נברא העולם. קיינער קען נישט ערפילן מיין פאזיציע נישט קיין חילוק ווי טאלאנטפול יענער איז מער פון מיר. יעדע ארבעטער איז וויכטיג אינעם פאבריק אז נישט ווערט ער ממילא געפייערט.

איך האב קינדער ווייל איך ברענג נאך שותפים פאר הקב"ה וואס וועלן איין טאג ממליך זיין דעם אויבערשטן מרצונם הטוב און ווי אברהם אבינו מכיר זיין בבוראו און אים ממליך זיין און זוכה זיין שפעטער צו הציץ עליו בעל הבירה.

איך דאוון ווייל איך ווייס אז דער אויבערשטער ווארט אויף מיין דאווענען, אויף מיין לערנען און אויף שמירת שבת. ווען איך דאווען, לערן, היט שבת בין איך אים ממליך אויף א געוואלדיגן פארנעם.

דער יסוד וואס כ'האב מקבל געווען פון מורי ורבי רבי עזריאל טויבער זצ"ל האט אריינגעבלאזן אין מיר א מאסיווער רוח חיים און אן אש תמיד וואס וועט זיך בס"ד קיינמאל נישט פארלעשן. [מער איבער דעם דערמאנטן נקודה זע טאקע אין די ספרי פרקי מחשבה פון ר' עזריאל און אנדערע פריערדיגע ספרי מחשבה ווי מהר"ל, רמח"ל אין דעת תבונות און נאך].

יעצט נאך א נקודה, אפשר וועט עס נישט אזויפיל שמעקן פאר אנדערע אויפ'ן פלאטפארמע. דאס איז לגבי דאס ווואס אזויפיל שרייבן איבער קביעות לתורה. דאס איז נישט קיין שום ספק אז תורה געבט פאר'ן איד א געוואלדיגע סיפוק. מ'דארף נישט דערצו קיין ראיות. און אסאך וואס האבן נישט געוואלט גלייבן דערין האבן זיך דאס איבערצייגט נאכ'ן קובע זיין א שיעור.

אבער דא איז וויכטיג מוסיף צו זיין א נקודה, עכ"פ פון מיין ערפארונג; עס זענען דא ליידער צענדליגער צעקלאפטע יושבי אוהל, תלמידי חכמים און בעלי בתים וואס זענען זיך קובע עתים. וואס כ'מיין צו זאגן איז, אויב דער לומד האט נישט נאך זאכן ואוס באפרידיגן אים דורכאויס דעם טעג טעגליכן לעבן, ער ווייסט נישט פארוואס ער איז דא אויף דער וועלט, וואס ער געבט צו פאר די בריאה וכו' וכו', דעמאלט וועט דער לומד הונדערט פראצענט ווייטער זיין צעבראכן. אויב נישט ווייניגער אפשר אפילו מער. און ווי דער הייליגער תניא איז מאריך איבער עובדי ה' וועלכע דינען השי"ת מיט מרה שחורה.

דער עיקר שבעיקרים איז, וויסן פאר הונדערט פראצענט זיכער פארוואס איך לעב און ווואס מיין תפקיד און שליחות איז.

כ'האף אז כ'האב נישט צופיל מאריך געווען. און כ'האף אז כ'האב דיר מיט עפעס געהאלפן. פאר סיי וועלכע שאלות בין אין גרייט פאר דיר בס"ד.

נ.ב. נאך א קליינעם טיפ. מיר האט זייער אסאך צוגעהאלפן שיעורים פון מחזירי בתשובה פאר בעלי תשובה. ס'איז געווענליך פשוט'ע און טריקענע יסודות וואס מיר חסידישע אידן פארפאסן צומאל אויפוואקסנדיג אינעם סיסטעם.

נאך א נ.ב: מיט דעם אלעם קען טעראפי זייער אסאך העלפן. אפילו צומאל קען מען נישט אנדייטן אויפ'ן פראבלעם ואוס מען האט, קען אבער דער טעראפיסט מאכן א גוטן דזשאב און ארויסזויגן פון דיר דיינע שאלות און פראבלעמען.

א גוטע נאכט.
דער אויבערשטער כביכול ווארט אויף מיין קורצן סליחות מארגן.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

זאג פאר יענער משלח אין אישי אז א טאטע וואס איז מכה בנו הגדול (א בחורל..) און נאך מיט א וועלגער האלץ און א הענגער איז גארנישט מער ווי א פאלנער אביוזער און ווארשיינליך א חולי נפש

מער האב איך נישט וואס ציצילייגן

ער האט חרוב געמאכט זיין זון!!

דאס אז זיין זון איז נאך ביים פולן זינען און זאגאר עהרליך איז אויסדריקליך א באבעס טרערן
וואס זיין טאטע הייסט אין גאס איז אירעלעווענט, לא זו הדרך!! ביי קיין עהרליכע אידן האט מען אזא ווערטשאפט קיינמאל נישט געזעהן!!

(נאכן גוט ארייננעמען די ידיעה אין קאפ, זאל ער דעמאלטס אנהייבן ארבעטן אויף רעספעקטירן די עלטערן, אבער קודם זאל ער זיכער מאכן אז ער טראגט נישט ווייטער אריבער די אביוז צו נאך א דור, מדארף בעצם פאר אזאנס די הדרכה פון אן עהרליכער איד)
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

מסתמא האט געשריבן:זאג פאר יענער משלח אין אישי אז א טאטע וואס איז מכה בנו הגדול (א בחורל..) און נאך מיט א וועלגער האלץ און א הענגער איז גארנישט מער ווי א פאלנער אביוזער און ווארשיינליך א חולי נפש

מער האב איך נישט וואס ציצילייגן

ער האט חרוב געמאכט זיין זון!!

דאס אז זיין זון איז נאך ביים פולן זינען און זאגאר גאר עהרליך איז אויסדריקליך א באבעס טרערן
וואס זיין טאטע הייסט אין גאס איז אירעלעווענט, לא זו הדרך!! ביי קיין עהרליכע אידן האט מען אזא ווערטשאפט קיינמאל נישט געזעהן!!

;l;p- ;l;p-
רוצח איז נישט דאס ווארט!!!
נאכדערצו ווען די קלעפ קומען באזאלצען מיט אזאנע שיינע איידעלע אויסדרוקן...
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

מסתמא האט געשריבן:זאג פאר יענער משלח אין אישי אז א טאטע וואס איז מכה בנו הגדול (א בחורל..) און נאך מיט א וועלגער האלץ און א הענגער איז גארנישט מער ווי א פאלנער אביוזער און ווארשיינליך א חולי נפש

מער האב איך נישט וואס ציצילייגן

ער האט חרוב געמאכט זיין זון!!

דאס אז זיין זון איז נאך ביים פולן זינען און זאגאר עהרליך איז אויסדריקליך א באבעס טרערן
וואס זיין טאטע הייסט אין גאס איז אירעלעווענט, לא זו הדרך!! ביי קיין עהרליכע אידן האט מען אזא ווערטשאפט קיינמאל נישט געזעהן!!

(נאכן גוט ארייננעמען די ידיעה אין קאפ, זאל ער דעמאלטס אנהייבן ארבעטן אויף רעספעקטירן די עלטערן, אבער קודם זאל ער זיכער מאכן אז ער טראגט נישט ווייטער אריבער די אביוז צו נאך א דור, מדארף בעצם פאר אזאנס די הדרכה פון אן עהרליכער איד)

איך וואלט געשפירט פאר וויכטיגער צו מעלדן פארן משלח אין אישי וואספארא הערליכע רייכע תגובה ער האט דא אהערגעשטעלט! מלא תוכן מלא טעם מלא אמת! א געשמאק צו לעזן אזא תגובה, אפילו אן אריינגיין בעיון רב לעצם הענין וואס ער שרייבט דארט קענען מיר ארויסנעמען דערפון גאר אסאך עובדא למעשה!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6206
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

יאפ. דער אנאנימער ניק איז א העלד. פשוטו כמשמעו. איך בין מקנא זיין שטארקייט און קלארקייט.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

Inspiring
אין עוד מלבדו
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

בפשיטות האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:זאג פאר יענער משלח אין אישי אז א טאטע וואס איז מכה בנו הגדול (א בחורל..) און נאך מיט א וועלגער האלץ און א הענגער איז גארנישט מער ווי א פאלנער אביוזער און ווארשיינליך א חולי נפש

מער האב איך נישט וואס ציצילייגן

ער האט חרוב געמאכט זיין זון!!

דאס אז זיין זון איז נאך ביים פולן זינען און זאגאר עהרליך איז אויסדריקליך א באבעס טרערן
וואס זיין טאטע הייסט אין גאס איז אירעלעווענט, לא זו הדרך!! ביי קיין עהרליכע אידן האט מען אזא ווערטשאפט קיינמאל נישט געזעהן!!

(נאכן גוט ארייננעמען די ידיעה אין קאפ, זאל ער דעמאלטס אנהייבן ארבעטן אויף רעספעקטירן די עלטערן, אבער קודם זאל ער זיכער מאכן אז ער טראגט נישט ווייטער אריבער די אביוז צו נאך א דור, מדארף בעצם פאר אזאנס די הדרכה פון אן עהרליכער איד)

איך וואלט געשפירט פאר וויכטיגער צו מעלדן פארן משלח אין אישי וואספארא הערליכע רייכע תגובה ער האט דא אהערגעשטעלט! מלא תוכן מלא טעם מלא אמת! א געשמאק צו לעזן אזא תגובה, אפילו אן אריינגיין בעיון רב לעצם הענין וואס ער שרייבט דארט קענען מיר ארויסנעמען דערפון גאר אסאך עובדא למעשה!

100% ריכטיג, סאיז אבער גאר גאר וויכטיג צי וויסן אז אזאנס איז נישט די נארמאל און איז בכלל נישט אקצעפטירט, נישט בגשמיות און אוואדע נישט ברוחניות
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פארלוירענער האט געשריבן:דאס האב איך באקומען אין די פרייוואטע מעסעזשעס קעסטל א הערליכע גאר ווארעמע בריוו פון א היזיגע ניק.

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דאס האב איך געמיינט מיט מיין ענטפער.

די יודן וואס פארשטייען עכט דאס וואס דער האט דיך געענטפערט אין דיין פריוואטער קעסטל, זיי פיהלן נישט דעם פארלוירנקייט, דעם פוסטקייט, דעס ליידיגקייט.

מיט וואס ביסטו אנדערש פון אברהם אבינו?

אברהם אבינו האט געוואוסט אז די וועלט דארף האבן א בורא, אבער ער האט געוואלט פארשטיין ווער דאס איז, וואס ער וויל. דו ווייסט אז דיין עקזיסטענץ מוז האבן גאר א שטארקע סיבה, און דו ווילסט פיהלן די סיבה.

דאס אליין אז דו פיהלסט אזוי ווי דו פיהלסט, דאס אליין ווייזט אז דיין עקזיסטענץ האט א אינסופ'דיגער סיבה. ווייל ווען נישט דעם וואלסטו נישט געפיהלט ליידיג. ליידיג איז פשט אז ס'ווייסט אז ס'דארף זיין פיהל. ווי מער די ליידיגקייט פיהלט זיך דיר ווי א ענדלאזער ווייטאג, אלץ מער ווייזט דאס אז דו ווייסט אז דו דארפסט זיין ענדלאז אנגעפיהלט, תכלית'דיג.

די וועג וויאזוי דו פיהלסט קומט פון די וועג וויאזוי דו פארשטייסט דיין עקזיסטירונג. אויב א מענטש זעהט פאר זיך א נארישע זאך וואס האט נישט קיין שכל, ווערט ער דערפון מצומצם פארוואס? ווייל די עצם מענטש איז שכל, פארוואס? ווייל ער קומט - כביכול - פון שכל. דערפאר וויל ער שכל. דערפאר וויל ער אינסופ'דיגער עקזיסטענץ.

דו זאלסט גוט פארשטיין דאס וואס יענער האט דיך געענטפערט אין פריוואטער קעסטל, ווייל דאס איז די זעלבע גילוי וואס אברהם אבינו האט באקומען פון הימעל: אני הוא בעל הבירה

אויך אויב דו קענסט הערן ר' שרגא פליישמאנס שיעורים. ער האט צוויי סעריעס, אין די צווייטע סעריע שיעורים רעדט ער פון תענוג אין עבודת השי"ת, וואס דאס איז אז מיר זאלן נישט פיהלן די וועג וויאזוי דו פיהלסטעך.

מ'קען הערן זיינע שיעורים אויף 'ובחרת בחיים' האטליין. 1-718-298-4568

דרוק 1. נאכדעם דרוק 2. נאכדעם דרוק 2.

ס'דא וואס האבן דא גע'עצה'ט די ספר 'קביעת עיתים לתורה' וואס דאס איז זייער א גוטע ביכל וואס לערנט אויס וויאזוי צו לערנען. וואס דער אמת איז אז אפילו מ'ווייסט די אלע זאכן וואס יענער האט דיך געענטפערט, וואס אגב ר' שרגא נ"י קאכט זיך גאר שטארק טאקע מיט דעם ענין. איז דאך גמ' תוס' וואס אלע צדיקים האבן אלץ געזאגט זייערע מעלות, חוץ פון דעם וואס בפשטות לערנט מען תורה. וואס תורה לערנט אויס - ריכטיג - די זאך וואס יענער האט דיך געענטפערט.

און דער הייליגער באשעפער זאל העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין צו מיטנעמען די אלע הייליגע אורות וואס קומען אראפ די הייליגע טעג.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פארלוירענער האט געשריבן:דאס האב איך באקומען אין די פרייוואטע מעסעזשעס קעסטל א הערליכע גאר ווארעמע בריוו פון א היזיגע ניק.
...

אריין דא.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איך טענה שוין לאנג אז פארוואס מישט מען חולי נפש מיט רוחניות . ווען איינער האט א מיחוש אויפן גוף גייט ער לערנען מסילת ישרים אדער ליקיטי מהר"ן ניין ער גייט צום דאקטער!

אוי גיי איך כאפן קלעפ יעצט.....
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

fiena nieas האט געשריבן:איך טענה שוין לאנג אז פארוואס מישט מען חולי נפש מיט רוחניות . ווען איינער האט א מיחוש אויפן גוף גייט ער לערנען מסילת ישרים אדער ליקיטי מהר"ן ניין ער גייט צום דאקטער!

ווי קומט דא אריין חולי נפש?

דער פותח האשכול האט דא געשילדערט זיינע געפילן מיט וועלעכע ער דרייעט זיך ארום - וואס דאס זענען גאר באקאנטע סארט געפילן מיט וואס פילע דרייען זיך ארום.

יתכן אז עס ליגט אונטער דעם א פיל טיפערע פראבלעם, אבער עס פארט איז בארעכטיגט צו ראגירן דערויף לויט ווי עס ווערט געשילדערט פשוט'ערהייט.

ואגב: חולי נפש 'קען האבן' שטארקע פארבינדונגען מיט רוחניות.
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 12:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

נשמת השכל האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:וואלסט געדארפט שרייבן אזוי: איך פיהל אז עולם הזה האב איך נישט. איך פיהל אז איך בין א יוד און דאס איז עס. יודן וואס קען איך טון צו פיהלן אז עס לוינט זיך צו זיין א יוד, איך ווייס אז עס לוינט, אבער וויאזוי קען איך דאס מרגיש זיין?

זאלסט וויסן, אז אויב דו לעבסט אז עולם הזה האסטו נישט, האסטו נישט גוט חתונה געהאט, דיין פרנסה איז נישט מסודר, נישט קינדער און נישט שלום בית. און גארנישט האט נאכנישט אנגעהויבן צו קלאפן. און דיין אידישקייט איז נישט נאר נישט רעגולער, נאר עס האט זיך נאך בכלל נישט אנגעהויבן אין א געוויסן זין.

נשמה האט געשריבן:איך וואונדער מיך צי דו פיהלסט אמונה? זייער מעגליך אז דו גלייבסט אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, אבער איך וואונדער מיך צי דו פיהלסט עס? צי אלעס אין דיר איז טאקע מסכים אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, און צי אלעס אין דיר איז טאקע מסכים אז משה רבינו האט מקבל געווען די תורה וואס מיר האבן היינט ביים בארג סיני. און צי אלעס אין דיר איז מסכים אז דו ביסט א חלק פון דעם פאלק ישראל וואס האט געהערט דער באשעפער וואס מיר האבן פריער געשמועסט אז ער עקזיסטירט, צי אלעס אין דיר איז מסכים אז דו ביסט א חלק פון דעם כלל ישראל וואס האט מקבל אויף זיך די תורה. דהיינו: צי איז אמת ביי דיר - אין געפיהל - אז דאס איז די מציאות

אייזן גוט געשריבן!!

נישטא וואס מוסיף צו זיין, זהו!

עס דארף נאר ארויסגעברענגט ווערן א נקודה, אז כאטש וואס די ווערטער אינעם ריכטונג פונעם פותח האשכול קען אויסקוקן אויף א אופן פון פארוואורף און באשולדיגונג - דהיינו 'עס פעלן דיר די פשוטע יסודות פון אידישקייט' 'עס פעלט דיר אמונה' וכו', דארף ער אבער וויסן אז עס איז בעצם נישט אזוי: דאס אז דו פילסט אז אידישקייט איז נישט מסודר ביי דיר - דאס אז דו פילסט ליידיג וכו' איז בעצם דיין מעלה און נישט דיין חסרון!

רעד דיך נישט איין אז דו מיט דיינע דאזיגע שפירונגען ביסטו נישט מסודר ברוחניות און בגשמיות, און ווידעראום דער מענטש וועלעכע שפירט נישט די דאזיגע ליידיגע שפירונגען - ער שפירט מסודר מיט זיך, זאלסטו נישט מיינען אז ער איז 'די זאך' און אז ער איז באמת טאקע מסודר און אז זיין אידישקייט איז יא באופן הנכון, נאר דו שפירסט עפעס אזאנע מאדנע אומאויסגעהאלטע שפירונגען וועלעכע ווייזן אז דיין אידישקייט וכו' איז נישט בסדר.

ניין! דאס אז דו שפירסט ליידיג - דאס אז דו שפירסט אז אידישקייט האט עפעס נישט געהעריג מיט דיר דאס איז בעצם דיין מעלה! פון הימל האט מען דיר געשאנקען א מתנה אז דו זאלסט מרגיש זיין דיין אפסיות און דאס ליידיקייט אין דיין זעהל, אז דו זאלסט מרגיש נישט גוט מיטן מלומדה, אז דו זאלסט שפירן אז עפעס פעלט דיר, דאס איז א מתנה פאר דיר אז דו זאלסא ווערן באוואוסטזיניג אז דיינע יסודות צריכין תיקון, אז דו דארפסט ריסטראקטשערן דיין אידישקייט. דאנק דעם אויבערשטן אז פון הימל האט מען עס דיר געגעבן צו שפירן [נישט קיין חילוק דורך וואספארא גורמים].

שטעל דיך פאר ווען דו פארמאגסט ווען נישט די סארט געפילן, שטעל דיך פאר אז דו שפירט אז אלעס איז מסודר מיט דיר: וואלסטו דאך דאן געווען אזוי וויל די פילע אנדערע וועלעכע רעדן זיך נאך יעצט איין אז אלעס איז מסודר מיט זיי, דו וואלטסט קיינמאל נישט געווארן באוואוסטזיניג אז דו דארפסט בכלל זוכן עפעס מער אמת'דיג - עפעס מער יסודות'דיג.

ממילא מיין פריינט - זאלסטו פארשטיין: אז דיין אידישקייט איז נישט באמת ערגער און שוואכער פון אנדערע, די איינציגסטע חילוק צווישן דיר און אנדערע מענטש איז: דו שפירסט עס און אנדערע נישט! און דאס איז א מעלה פאר דיר וואס דורך דעם וועסטו מיט סיעתא דשמיא צוקומען צו זוכן עפעס א אמת'ע נקודה! לעומת אנדערע אידן וועלעכע שפירן זיך נאך דערווייל גאר מסודר מיט זיך און מיט זייער שטאנד אין אידישקייט און אין אנדערע ענינים - און דארפן נאך דערווייל ארום בלאנדזשען אין די פינסטער מיינענדיג אז זיי זענען אויפן ריכטיגן וועג. והבן.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

מען דארף נישט מישן. עס איז דא דער חלק הנפש, און עס איז דא דער חלק העבודה. מען דארף ביידע שטעלן אין פלאץ.

יעצט ווען איינער לייגט פאר די סארט דאגות ווי דער פותח האשכול. דארף מען אוודאי אדרעסירן ביידע נקודות. וויבאלד די סארט ווייטאג און מיטשענישן קענען קומען פון א לאך אין ביידע אדער אין איינע פון די צוויי נקודו. נאר וואס דען? היות דער פותח האשכול האט בלויז אדרעסירט רוחניות'דיגע נקודות, אויטאמטיש האט דאס געטריגערט ענטפערס וואס אדרעסירן די רוחניות'דיגע שאלות. מען דארף אבער וויסן אז מען דארף זיין קלאר און פארשטיין, פון וואו דער שורש פון די שאלה איז, און לויט דעם דאס אדרעסירן, דבר דבור על אופנו.

מען דארף זיין קלאר מיט זיך אליין, און אריינטראכטן, האב איך די סארט דאגות נאר ווען עס קומט צו רוחניות. אדער האב איך אין אלגעמיין די סארט געפילן פון צעקלאפטקייט, ווערדלאז. איך האב נישט קיין פארבינדונג מיט מיר אליין, איך שפיר ווי איך בין אליין?

על פי רוב איז דער שורש פון די סארט דאגות אין רוחניות, א צעקלאפטער פארלוירענער נפש. פארלוירענע נפשות, ווערן אויטאמאטיש אפן צום שאלה פון, "וואס טו איך דא?" וויבאלד די געפילן פון פארלוירנקייט און צעבראכנקייט לויפן זיי נאך ווי אימער. ממילא טוט דאס ערוועקן אין זיי די סארט שאלות און קשיות. דאס ברענגט זיי צו זיין מער מפותח צו זוכן טיפקייט. דאס ברענגט זיי צו אנערקענען זייער אינערליכע ליידיגקייט. אויטאמאטיש צום סוף וועט זיך דאס דערקייקלען צום שאלה אין עבודת ה' פון "וואס טו איך דא?" "ווער בין איך דא?" "פארוואס בין איך בכלל דא?" "בין איך בלויז נאך פראדוקט וואס ברויך זיך דורכסייקלען דעם וועלט פאבריק פאר זיבעציג יאר? וכו' וכו'.

אלזא, אויב וויל מען דאס אדרעסירן ריכטיג, דארף מען לכאורה זיך ערשט ווענדן צו דעם אינערליכן חלק אין דעם נפש, און זען וואו פונקטליך איז דער לאך. איינמאל מען איז קלאר וואו דער לאך איז, כאטש מען איז נאכנישט געזונט. קען מען זיך אנהייבן קאנצעטרירן אין דעם חלק פון רוחניות'דיגע עבודה, צו קומען צו א קלארקייט איבער וואס דער אמת'ער תכלית פון מיין מציאות דא אויף דער וועלט איז, וואו דארף איך ווענדן מיינע טריט אויף דער וועלט, ועוד ועוד. און דאס דורך לערנען די ריכטיגע ספרים, מקבל זיין פון ריכטיגע משפיעים וועלכע עפענען די נקודה וואס מען זוכט.

אבער דאס דארף מען עכ"פ וויסן קלאר, אז עס זענען דא צוויי נקודות: דער חלק הנפש וועלכער דארף זיין געזונט, און דער חלק עבודת נפש הישראלי, וועלכע דארף זיין ריכטיג אויסגעבויעט, נישט אויבערפלעכליך און ראבאטיש.
הנשמה שבמוחי

זייער ריכטיג.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

מח בקדקדו האט געשריבן:מען דארף נישט מישן. עס איז דא דער חלק הנפש, און עס איז דא דער חלק העבודה. מען דארף ביידע שטעלן אין פלאץ.

יעצט ווען איינער לייגט פאר די סארט דאגות ווי דער פותח האשכול. דארף מען אוודאי אדרעסירן ביידע נקודות. וויבאלד די סארט ווייטאג און מיטשענישן קענען קומען פון א לאך אין ביידע אדער אין איינע פון די צוויי נקודו. נאר וואס דען? היות דער פותח האשכול האט בלויז אדרעסירט רוחניות'דיגע נקודות, אויטאמטיש האט דאס געטריגערט ענטפערס וואס אדרעסירן די רוחניות'דיגע שאלות. מען דארף אבער וויסן אז מען דארף זיין קלאר און פארשטיין, פון וואו דער שורש פון די שאלה איז, און לויט דעם דאס אדרעסירן, דבר דבור על אופנו.

מען דארף זיין קלאר מיט זיך אליין, און אריינטראכטן, האב איך די סארט דאגות נאר ווען עס קומט צו רוחניות. אדער האב איך אין אלגעמיין די סארט געפילן פון צעקלאפטקייט, ווערדלאז. איך האב נישט קיין פארבינדונג מיט מיר אליין, איך שפיר ווי איך בין אליין?

על פי רוב איז דער שורש פון די סארט דאגות אין רוחניות, א צעקלאפטער פארלוירענער נפש. פארלוירענע נפשות, ווערן אויטאמאטיש אפן צום שאלה פון, "וואס טו איך דא?" וויבאלד די געפילן פון פארלוירנקייט און צעבראכנקייט לויפן זיי נאך ווי אימער. ממילא טוט דאס ערוועקן אין זיי די סארט שאלות און קשיות. דאס ברענגט זיי צו זיין מער מפותח צו זוכן טיפקייט. דאס ברענגט זיי צו אנערקענען זייער אינערליכע ליידיגקייט. אויטאמאטיש צום סוף וועט זיך דאס דערקייקלען צום שאלה אין עבודת ה' פון "וואס טו איך דא?" "ווער בין איך דא?" "פארוואס בין איך בכלל דא?" "בין איך בלויז נאך פראדוקט וואס ברויך זיך דורכסייקלען דעם וועלט פאבריק פאר זיבעציג יאר? וכו' וכו'.

אלזא, אויב וויל מען דאס אדרעסירן ריכטיג, דארף מען לכאורה זיך ערשט ווענדן צו דעם אינערליכן חלק אין דעם נפש, און זען וואו פונקטליך איז דער לאך. איינמאל מען איז קלאר וואו דער לאך איז, כאטש מען איז נאכנישט געזונט. קען מען זיך אנהייבן קאנצעטרירן אין דעם חלק פון רוחניות'דיגע עבודה, צו קומען צו א קלארקייט איבער וואס דער אמת'ער תכלית פון מיין מציאות דא אויף דער וועלט איז, וואו דארף איך ווענדן מיינע טריט אויף דער וועלט, ועוד ועוד. און דאס דורך לערנען די ריכטיגע ספרים, מקבל זיין פון ריכטיגע משפיעים וועלכע עפענען די נקודה וואס מען זוכט.

אבער דאס דארף מען עכ"פ וויסן קלאר, אז עס זענען דא צוויי נקודות: דער חלק הנפש וועלכער דארף זיין געזונט, און דער חלק עבודת נפש הישראלי, וועלכע דארף זיין ריכטיג אויסגעבויעט, נישט אויבערפלעכליך און ראבאטיש.

זאגסט פיין @מוח!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

פארלוירענער האט געשריבן:יעצט נאך א נקודה, אפשר וועט עס נישט אזויפיל שמעקן פאר אנדערע אויפ'ן פלאטפארמע. דאס איז לגבי דאס ווואס אזויפיל שרייבן איבער קביעות לתורה. דאס איז נישט קיין שום ספק אז תורה געבט פאר'ן איד א געוואלדיגע סיפוק. מ'דארף נישט דערצו קיין ראיות. און אסאך וואס האבן נישט געוואלט גלייבן דערין האבן זיך דאס איבערצייגט נאכ'ן קובע זיין א שיעור.
אבער דא איז וויכטיג מוסיף צו זיין א נקודה, עכ"פ פון מיין ערפארונג; עס זענען דא ליידער צענדליגער צעקלאפטע יושבי אוהל, תלמידי חכמים און בעלי בתים וואס זענען זיך קובע עתים. וואס כ'מיין צו זאגן איז, אויב דער לומד האט נישט נאך זאכן ואוס באפרידיגן אים דורכאויס דעם טעג טעגליכן לעבן, ער ווייסט נישט פארוואס ער איז דא אויף דער וועלט, וואס ער געבט צו פאר די בריאה וכו' וכו', דעמאלט וועט דער לומד הונדערט פראצענט ווייטער זיין צעבראכן. אויב נישט ווייניגער אפשר אפילו מער. און ווי דער הייליגער תניא איז מאריך איבער עובדי ה' וועלכע דינען השי"ת מיט מרה שחורה.

דער עיקר שבעיקרים איז, וויסן פאר הונדערט פראצענט זיכער פארוואס איך לעב און ווואס מיין תפקיד און שליחות איז.

;l;p- ;l;p-
זרחה נפשי
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 4:19 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זרחה נפשי »

פארלוירענער האט געשריבן:איך בין לעצטנס אין זייער א אנגעזעצטע מצב וויל איך רעדן אמת'דיג פון הארץ, קום איך צו אייך מיינע ברודער מיט מיינע יעצטיגע ווערטער גלייך ארויס פון שפת הלב.

איך בין א 25 יעריגע אינגערמאן, ב''ה גוט חתונה געהאט, פרנסה מסודר, קינדער און שלום בית, אלעס קלאפט בערך, מ'קען זיך בכלל נישט אפרעדן.
מיין אידישקייט איז רעגולער, נישט אנדערש ווי יעדעם לכאורה, דאווענען און לערנען, צדקה, אלעס אביסל וויפיל ס'קומט אויס.

אבער עפעס פיל איך אזא ליידיגקייט און פוסטקייט און פארלוירענקייט, און די מצב ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג אז איך פיל לעצטנס ווי ממש באו מים עד נפש.
די זאך איז אז איך פיל ווי איך האב פשוט נישט קיין שום סיבה פארוואס אנצוגיין. איך זע נישט קיין נארמאלע ציל אין מיין לעבן, עולם הזה האב איך דאך נישט, איך בין א איד און דאס איז עס (נישט אז דער גוי האט יא עפעס, אבער אפילו דאס אויך נישט), רוחניות האב איך דאך אויך נישט עפעס ספעשל, פיין, איך לערן אביסל און דאוון, אבער איך גיי שוין נישט זיין דער גרויסער תלמוד חכם און צדיק לכאורה, איך זע נישט ערגעץ ספעשל ווי איך גיי גרייכן אז דאס זאל מיר געבן א ציל און חיות.

ממילא בין איך אין א מצב וואס איך פיל עכט נישט קיין נארמאלע שטופ צו אריינלייגן עפעס עפארט און כוחות אין עולם הזה אדער רוחניות, איך פיל ווי איך האב עכט גארנישט, אזא טרוקענקייט און ליידיגקייט וואס מען קען גארנישט מסביר זיין, נישט אויבן נישט אינטן, נישט דער וועלט נישט יענער וועלט, נישט רעכטס נישט לינקס, כף הקלע בחיים חיותי.
דאס איז ממש יסורים וואס מען קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, איך ווייס ממש נישט פארוואס איך גיי אן נאך א מינוט אין לעבן, צו וואו ציל איך בכלל?

און ווי מער איך טראכט אריין דערין און איך צונעם מיין מצב ווער איך נאר מער און מער צובראכן און אנגעזעצט און טרויעריג אז עס קומט מיר טרערן אין די אויגן, טרערן פון פארלוירענקייט און צומישעניש, פארוואס שטיי איך בכלל אויף צופרי? פארוואס ארבעט איך? פארוואס לעב איך בכלל?
און נאכדערצו אז דערווייל האב איך נאך פראבלעמען און שוועריקייטן אזויווי יעדע נארמאלע מענטש, די קינדער זענען נישט וואויל, די געלט איז נישט מסודר צומאל, און נסיונות ברוחניות, איך זע ממש נישט פארוואס איך זאל סטראגלען און אנגיין און זיך פלאגן ווען איך זע נישט קיין נארמאלע ציל און תכלית פארוואס איך ארבעט און פלאג זיך, צו וואס פונקטליך גיי איך דא אנקומען אין מיין לעבן למעשה?

איך ווייס נישט צו איינער פארשטייט בכלל פון וואס איך רעד, איך בין א מצב וואס איך הער נישט רעדן דערפון בכלל, איך פיל מיך פשוט אליין אויפן וואסער, איך בלאנזשע אין א טיפע געדעכטע וואלד אן קיין וועג ווי איך וויל גרייכן, איך בין עלנדן אליין אויפן שטורמישן ים אן קיין וועג און ציל, איך בין א וויסטע מדבר אן קיין פונקט וואו איך וויל אנקומען. פארלוירן איז נישט דאס ווארט.
און צו דעם אלעם בין איך נאך נארמאל ווי יעדעם, איך האלט אן א נארמאלע לעבנסשטייגער, איך דארף לכאורה צו זיין גליקליך און צופרידן, איך האב דאך א נארמאלע באזעצענע לעבן, אבער אין די מציאות בין איך אזוי ווייט דערפון, איך פיל נישט קיין שום חיות און באדייט אין מיין לעבן און אין מיין אנוועזנהייט אויפן ערד קוגל, א סיטואציע וואס איך קען נישט מסביר זיין.

איז וואס וויל איך יעצט דא פון ענק מיט מיינע פאר פארלוירענע שורות?
איך ווייס אליינס נישט, אפשר וויל איך הילף און עצות, אפשר וויל איך הערן צו נאך מענטשן טרעפן זיך צומאל אין אזא מצב. אבער אידערוועי בין איך פארפלאנטערט און דארף חיזוק און הילף, אלעס וועט זיין עפרישיעיטעד און אנגענומען בסבר פנים יפות.

ווי עס שרייבט צו אייך
א פארלוירענער

קודם כל ייש''כ פארן ארויפברענגען
די פתח התשובה ליגט לכאו' דא viewtopic.php?f=25&t=49902
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

מח בקדקדו האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:איך האב קיין צייט. אבער ההכרח לא יגונה.
עס איז באמת אינטערעסאנט צו זעהן דעם אשכול ציהט אזא אינטערעסע ביים עולם. דער עולם אינדענטעפעצירט זיך שטארק מיטן שואל און נישט אומזינסט. דער וואס האט נישט דעם שאלה פונעם שואל כאטש למחצה לשליש ולרביע אדער לפחות אחד ממאה, אוי לי, וויי איז מיר.
דער עולם איז הערליך אריינגעטוהן צו העלפן דעם אזויגערופענער פארלוירענעם.
אבער....
טייערע אידן מיר האפן איהר האט הנאה געהאט צו לאזן הערן אייער מיינונג און געדאנקן ארויסצוהעלפן.

טייערע אידן ידיעת החולי איז חצי רפואה. ער איז שוין האלב געהיילט. מיט דעם עצם זאך אז ער האט דאס געפרעגט שטייט ער שוין גוט. ער זוכט שוין דעם וועג צום ציהל.
אך און וויי איז פאר דער וואס שפירט דאס נישט. דער וואס פרעגט נישט די שאלה. ער איז נעבעך פארבלאנדשעט פארלוירן און פארקראכן. איהם דארף מען שיקן צו טעראפי און איהם אויפוועקן. אפשר אפילו שאקן... קומו ישנים משינתכם והקיצו מתרדמתכם. מען דארף איהם אריינקוויטשען אין די אויערן די קשיא פון דעם רב החובל פון מפטיר יונה. מה לך נרדם? וועק זיך אויף. וואס זיכסטו דא? הא? פארוואס ביסטו געבוירן? צו האבן קינדער און שטארבן? און זיי? וועלן אויך האבן קינדער און שטארבן? אה איך ווייס שוין. צו האבן א גוט לעבן און א גוטע שטוב? צו עסן און טרינקען און זיין א יום זה מכובד? צו האבן געלט? צו זיין א תלמיד חכם? צו ענדיגן ש"ס?הבל הבלים הכל הבל. נישט קינדער נישט רינדער נישט געלט! גארנישט אויף דער וועלט! גארנישט לוינט זיך נישט. נישט איך בין דער מחדש דא. שלמה המלך החכם מכל האדם, רייך ווי שלמה המלך, געהאט מכל טוב וטוב בעולם זאגט דאס. פארוואס בין איך דא? את האלקים ירא ומצותיו שמור כי זה כל האדם! דעטס אלל. ביסט נישט דא צו שפירן סיפוק. ביזט נישט דא צו מצליח זיין, ביסט נישט דא צו אקאמפלישען. ביסט נישט דא צו גארנישט. נאר צו דינען דעם איינאיינציגן קל אחד.
טייערע אידן מיין הארץ גייט אויס פון רחמנות. איך וויין פאר אייך. נישט מיט אייך. ווייל איהר מיינט אז דער פארלוירענער איז דער פארלוירענער. ער איז או קעי. איך וויין פאר אייך. די אלע עצות וואס איהר גיבט דא, לערן דאס. הייל דיך ביי דעם. פרוביר יענץ. רבותי ער איז בסדר. ער איז אויף. דו שלאפסט נעבעך. דו האסט נעבעך סיפוק פון דיין לעבן. דו מיינסט אז דו טוסט וואס די ברויכסט. אוי מיין הארץ גייט אויס....

די עצה איז נישט צו טרעפן דעם וועג צו סיפוק. די עצה איז טרעפן דעם וועג וואס דער לאך אין סיפוק רופט דעם מענטש צו גיין אין אים. א מענטש וואס גייט אויפ'ן גוטן וועג, האט סיפוק. די נקודה איז צו טרעפן דעם ריכטיגן וועג. די הרגשה פון חוסר סיפוק איז דער רוף פון דעם נפש, צו טרעפן איר אמת'ע נקודה.

עס איז נישט קיין חסרון צו האבן סיפוק אין לעבן. עס איז אויך קיין חסרון צו שפירן אז מען גייט אויפ'ן ריכטיגן וועג.

זייער טיפזיניגע שטארקע און קלוגע רייד. לפי עניית דעתי.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

fiena nieas האט געשריבן:
קרעימיש קעיק האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:טערעפי איז דער ענטפער אדער מעדיצין

ג''א מצטרף
דאס איז די איינציגע מהלך, אפי' די זעהסט אז נאך א יאר טערעפי אז עס ארבעט נישט, איז פשוט א סימן אז די דארפסט גיין צי א אנדערע טערעפיסט, און אויב נאך א יאר ביסטי גארנישט געהאלפן געווארן, דארפסטי גיין צי א לייסענסט טערעפיסט, און ווען א לייסענסט טערעפיסט ארבעט נישט, דארפסטי אנהייבן נעמען פילן, נאך 3 יאר פון פילן און נאכן ארויפמאכן און אראפמאכן די דאזעס, און ביסט נאך אלץ נישט מסודר (עכט ביסטי אסאך בעסער די כאפסט פשוט נישט......) זאלסטי גיין צי לייסענסט טערעפיסט פאר קעש, נאכדעם איז צייט צי ליגן אפאר חדשים אין בעט, דעמאלטס וועלן אסאך עסקנים פרובירן צי טוען עפעס, און דעמאלטס זאלסטי פריש אנהייבן די גאנצע רעדל,די משפחה ארום דארף אויך פארשטיין אז דאס איז די איינציגע מהלך.

נ.ב. די אלע וואס פרובירן דיר צי זאגן אז די דארפסט זיכן עפעס העכער און זיך מקשר זיין מיט צדיקים פון אמאל, פארשטייען דיר פשוט נישט, זיי ווייסן נישט אז א אידישע נשמה קען פשוט זיין ציפרידן אויף דעם וועלט בלויז מיט טערעפי און זיין ציפרידן פון די טאג טעגליכע לעבן.
צי הרב fiena nieas איך מיין דיר נישט פערזענליך איך וויל פשוט ארויסברענגען די נקודה

איך קען מאכן די זעלבע וויץ אויף אנדערע זאכן ודו"ק. זאגסט נישט גארנישט

ראשית ווייז עס. מאך דעם וויץ.
שנית עס איז נישט קיין וויץ נאר ריין אמת.
שלישית, ער האט שוין איינמאל געזאגט גוט געזאגט און קלאר געזאגט. האסטו עפעס צו זאגן?
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
shomierpeevilshonoi
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:30 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shomierpeevilshonoi »

ר בערל טויבערס אלע שעורים אויף סידי עמפיטרי האסטי שוין געהערט
.???
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

האלט דיר שטארק
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”