ר' זיידל'ס טשולענט

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

הרב זיידא ראזענבוים מנאדבורנא בלומינגבערג האט א טשולענט רעסעפי וואס לויט ווי ער זאגט איז עס ממש מעין עוה"ב, און מאכט נישט קיין מאגן ברענעריי, יעדער האט עס ליב, און העולה על כולנה אז די חדר קינדער וועלן לערנען פלייסיג.

ביי זיין אינטערוויו אויף קול מבשר הייבט ער אן אז זייענדיג א גאר פרישער אינגערמאן איז ער געווען א שטעלפארטרעטער פאר קלענערע קינדער פון כיתות א' ב' ג', און ער האט אויפגעפאסט אז ס'איז דא קינדער וואס לערנען פלייסיג און ס'איז דא וואס זענען ממש פארקלאצט, ער האט נישט געקענט דערגיין די סיבה, ביז ס'איז אים אמאל בייגעפאלן אויסצופרעגן די קינדער צו זיי עסן טשולענט שבת, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די פלייסיג לערנער'ס זענען געווען טשולענט עסער'ס און די פארקלאצטע זענען געווען אנטי טשולענט'ניקעס.

ער האט עס אויספרובירט ביי איין כיתה און נאך א כיתה און נאך א כיתה, און אלס האט זיך ארויסגעשטעלט די זעלבע רעזולטאטן אויפן האר, די וואס האבן געגעסן טשולענט שבת האבן געלערנט פלייסיג און די איבריגע נישט.

אזוי ווי ער האט שוין געזעהן קלאר דעם פראבלעם, איז ער צוגעגאנגען צו עלטערן וואס ער האט זיי ניטאמאל געהעריג געקענט, ער איז דאך נאר געווען די שטעלפארטרעטער, און ער האט זיי פארטרויט די גילוי נורא וואס ער האט מגלה געווען, און ער האט זיי געפרעגט פארוואס טאקע די קינדער עסן נישט קיין טשולענט, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די שורש פונעם פראבלעם האט צו טוהן מיט מאגן ברענעריי.

אויב אזוי, האט ער זיך אריינגעלייגט צו זעהן וואס מ'קען טוהן צו לעזן דעם פראבלעם, ביז ער האט אנגעטראפן א איד פון אנטווערפן וואס האט אים געגעבן א געוואלדיגע עצה צו פארמיידן די מאגן ברענעריי.

מ'נעמט די בונדלעך מ'לייגט עס אריין אין טאפ, מ'לייגט אריין אביסל בעקינג סאדע און מ'לאזט עס באבלען פאר פונקטליך א מינוט לא פחות ולא יותר, און די וואסער וועט ווערן ממש שווארץ... דאס איז זאמד וואס ליגט אין די בונדלעך, און דאס איז די הויפט אורזאך וואס מאכט די מאגן זאל ברענען.

אזוי טוט מען דריי מאל, און הערשט נאכדעם זענען די בונדלעך גרייט פארן טשולענט.

יעצט נעמט מען אן אנדערן טאפ מ'לייגט אריין געקאצקעטע צוויבל, און אויף דעם צוריבענע מייערן, אויף דעם לייגט מען פלייש, מ'זאל זעהן אז ס'זאל זיין אסאך פלייש, נישט קיין חילוק וועלכע אבער פלייש זאל זיין, נאכדעם לייגט מען נאר אביסל אויל דזשאסט אויף אזויפיל אז די פלייש מייערן און צוויבל זאלן זיך נישט צוקלעבן צום טאפ, אויך לייגט מען א לעפל צוויי זאלץ כפי הצורך, און מ'לאזט עס קאכן פאר בערך א דריי פערטל שעה.

הערשט נאכדעם לייגט מען אריין די אויסגעזאמדטע אויסגערייניגטע בונדלעך, און מ'לאזט עס קאכן פאר נאך א דריי פערטל שעה בערך, והנה... די מעין עולם הבא'דיגע טשולענט איז פערטיג.

שפעטער ווען מ'לייגט עס אויפן בלעך אדער קראקפאט זאל מען זיכער מאכן אז ס'באבעלט נישט אזוי שטארק ווי ווען ס'גייט א גאס רעגן, ווייל דעמאלס וועט עס פארטרוקענט ווערן, נאר ס'זאל באבלען ממש א טראפ, אזוי ווי ווען ס'הייבט אן צו גיין א רעגן, א באבל דא און א באבל דארט, דעמאלס וועט עס בעזר השם זיין גאר א געשמאקע פיינע טשולענט, און וועט נישט איבערלאזן קיין שום סייד עפעקטס, יעדער וועט עס עסן, און די אינגלעך וועלן לערנען פלייסיג.

ער לייגט צי, אז דאס אויסזויבערן די בונדלעך מוז מען נישט טוהן דוקא פרייטאג, מ'קען עס טוהן אויך אינמיטן די וואך, און נאכדעם עס אוועקלייגן אין פריזער איינגעטיילט פאר עטליכע וואכן, און פרייטאג ביים צוגרייטן די טשולענט נעמט מען עס ארויס פון פריזער און מ'שטעלט עס אריין אינעם טשולענט טאפ (נאכדעם וואס די פלייש איז שוין געקאכט) און ס'לאזט נישט איבער נישט קיין שום פריזער טעם.

איך האף אז איך האב גענוג גוט איבערגעשריבן אין קורצן די אינטערוויו, טאמער האב איך עפעס נישט גוט געשריבן אדער עפעס פארפעלט, ביטע מיך פאררעכטן.

נ.ב. טאמער איינער פרובירט עס אויס, ביטע לאזן וויסן די רעזולטאטן דא.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

לפנות בוקר
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אוי האסטו מיר יעצט געמאכט מאגן ברענען
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

איש חמודות האט געשריבן:יעצט נעמט מען אן אנדערן טאפ מ'לייגט אריין געקאצקעטע צוויבל, און אויף דעם צוריבענע מייערן, אויף דעם לייגט מען פלייש, מ'זאל זעהן אז ס'זאל זיין אסאך פלייש, נישט קיין חילוק וועלכע אבער פלייש זאל זיין, נאכדעם לייגט מען נאר אביסל אויל דזשאסט אויף אזויפיל אז די פלייש מייערן און צוויבל זאלן זיך נישט צוקלעבן צום טאפ, אויך לייגט מען א לעפל צוויי זאלץ כפי הצורך, און מ'לאזט עס קאכן פאר בערך א דריי פערטל שעה.

אנע וואסער?
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

אוודאי מיט וואסער, פארגעסן צו שרייבן דעם פרט.
אוועטאר
סעקאנד אפינניען
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:21 am

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקאנד אפינניען »

היינט אינדערפרי שוין פראבירט די טאקטיק, אפילו ביים דריטען מאל איז עס נאך אלס געווען שווארטץ
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

סעקאנד אפינניען האט געשריבן:היינט אינדערפרי שוין פראבירט די טאקטיק, אפילו ביים דריטען מאל איז עס נאך אלס געווען שווארטץ

נו פרוביר א פערטע מאל
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 8#p2403748

newschest79 האט געשריבן:געהערט פון א גרויסע קעכער אמאל, אז אויף קאכן די באנדלעך מיט "בעיקינג סאדע" (א לעפל איז גענוג) שלעפט זייער גוט ארויס די "געז".

אני הקטן טוה דאס יעדע וואך, מ'גיסט אויס "שווארצע וואסער" נאכן אויף קאכן.


ניוז קעסט? האסט עס אויך גענומען פון ר' זיידלען, אדער ער האט עס גענומען פון דיר?
יענע װעלט
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 10:02 pm

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענע װעלט »

ער האט אויסגעפרעט די כיתה א' קינדער דורך א גורל? :wink:
לאמיר פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר פארשטיין »

הוא היה אומר אז שבת צופרי דאווענט ער לויט ווי די טשולענט האלט ער שטייט אויף ביים עלות אויב איז די וואסער איינגעגאנגען לויפט ער דאווענען ביים עלות אין אויב איז נאך דא אסאך וואסער דאווענט ער חצות
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

וואס האט זיין פארקלאצט מיט נישט עסן טשולענט וואס איז די שייכות?
יענע װעלט
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 10:02 pm

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענע װעלט »

לאמיר פארשטיין האט געשריבן:הוא היה אומר אז שבת צופרי דאווענט ער לויט ווי די טשולענט האלט ער שטייט אויף ביים עלות אויב איז די וואסער איינגעגאנגען לויפט ער דאווענען ביים עלות אין אויב איז נאך דא אסאך וואסער דאווענט ער חצות

ביי אונז אין טהאש האט מען נישט מקפיד געווען.
veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך veltsman »

כמים שאין להם סוף האט געשריבן:וואס האט זיין פארקלאצט מיט נישט עסן טשולענט וואס איז די שייכות?

א איד וואס עסט נישט קיין טשולענט קען שפירן א טעם אין לערנען?
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

לפום צערא אגרא! מיט אזא טשאלענט אהן קיין מאגן
ברענעריי קען מען קיין ציונים נישט הארגענען, פינטל.
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

"לאזטס מיר וויסן וויאזוי ס'געווען‎"
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

דער אינטערוויו מיט ר' זיידל
https://www.yiddish24.com/interviews/12/43357
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

די סאמע גרעסטע אידישע תאווה, מסתמה זינט מעמד הר סיני איז עסן א גוטע טעלער טשולענט…אבער פון ר׳ זיידל׳ס עקספערימענט האב איך נאכקיינמאל געהערט…

אין בארא פארק איז געווען אמאל א דעלי סטאר וואס האט געהאנגען א צעטעל אזוי, ״ביי אונז קענט איהר קויפן טשולענט יעדע טאג פונעם וואך אחוץ שבת…״

א מלמד אין חדר האט אמאל געפרעגט זיינע תלמידים, וואס איז דער טעם פון עסן טשולענט, האט א קינד גענטפערט, אז זיין מאמע׳ס טשולענט האט נישט קיין טעם…

ווער עס קען, איז מכובד צוצולייגן נאך
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

דו פלייש פון אינטן נעמט אויך ארויס די געז אדער דאס איז נאר פאר די אוכלי בשר
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
חזקי ג
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 7:40 pm

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי ג »

איש חמודות האט געשריבן:הרב זיידא ראזענבוים מנאדבורנא בלומינגבערג האט א טשולענט רעסעפי וואס לויט ווי ער זאגט איז עס ממש מעין עוה"ב, און מאכט נישט קיין מאגן ברענעריי, יעדער האט עס ליב, און העולה על כולנה אז די חדר קינדער וועלן לערנען פלייסיג.

ביי זיין אינטערוויו אויף קול מבשר הייבט ער אן אז זייענדיג א גאר פרישער אינגערמאן איז ער געווען א שטעלפארטרעטער פאר קלענערע קינדער פון כיתות א' ב' ג', און ער האט אויפגעפאסט אז ס'איז דא קינדער וואס לערנען פלייסיג און ס'איז דא וואס זענען ממש פארקלאצט, ער האט נישט געקענט דערגיין די סיבה, ביז ס'איז אים אמאל בייגעפאלן אויסצופרעגן די קינדער צו זיי עסן טשולענט שבת, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די פלייסיג לערנער'ס זענען געווען טשולענט עסער'ס און די פארקלאצטע זענען געווען אנטי טשולענט'ניקעס.

ער האט עס אויספרובירט ביי איין כיתה און נאך א כיתה און נאך א כיתה, און אלס האט זיך ארויסגעשטעלט די זעלבע רעזולטאטן אויפן האר, די וואס האבן געגעסן טשולענט שבת האבן געלערנט פלייסיג און די איבריגע נישט.

אזוי ווי ער האט שוין געזעהן קלאר דעם פראבלעם, איז ער צוגעגאנגען צו עלטערן וואס ער האט זיי ניטאמאל געהעריג געקענט, ער איז דאך נאר געווען די שטעלפארטרעטער, און ער האט זיי פארטרויט די גילוי נורא וואס ער האט מגלה געווען, און ער האט זיי געפרעגט פארוואס טאקע די קינדער עסן נישט קיין טשולענט, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די שורש פונעם פראבלעם האט צו טוהן מיט מאגן ברענעריי.

אויב אזוי, האט ער זיך אריינגעלייגט צו זעהן וואס מ'קען טוהן צו לעזן דעם פראבלעם, ביז ער האט אנגעטראפן א איד פון אנטווערפן וואס האט אים געגעבן א געוואלדיגע עצה צו פארמיידן די מאגן ברענעריי.

מ'נעמט די בונדלעך מ'לייגט עס אריין אין טאפ, מ'לייגט אריין אביסל בעקינג סאדע און מ'לאזט עס באבלען פאר פונקטליך א מינוט לא פחות ולא יותר, און די וואסער וועט ווערן ממש שווארץ... דאס איז זאמד וואס ליגט אין די בונדלעך, און דאס איז די הויפט אורזאך וואס מאכט די מאגן זאל ברענען.

אזוי טוט מען דריי מאל, און הערשט נאכדעם זענען די בונדלעך גרייט פארן טשולענט.

יעצט נעמט מען אן אנדערן טאפ מ'לייגט אריין געקאצקעטע צוויבל, און אויף דעם צוריבענע מייערן, אויף דעם לייגט מען פלייש, מ'זאל זעהן אז ס'זאל זיין אסאך פלייש, נישט קיין חילוק וועלכע אבער פלייש זאל זיין, נאכדעם לייגט מען נאר אביסל אויל דזשאסט אויף אזויפיל אז די פלייש מייערן און צוויבל זאלן זיך נישט צוקלעבן צום טאפ, אויך לייגט מען א לעפל צוויי זאלץ כפי הצורך, און מ'לאזט עס קאכן פאר בערך א דריי פערטל שעה.

הערשט נאכדעם לייגט מען אריין די אויסגעזאמדטע אויסגערייניגטע בונדלעך, און מ'לאזט עס קאכן פאר נאך א דריי פערטל שעה בערך, והנה... די מעין עולם הבא'דיגע טשולענט איז פערטיג.

שפעטער ווען מ'לייגט עס אויפן בלעך אדער קראקפאט זאל מען זיכער מאכן אז ס'באבעלט נישט אזוי שטארק ווי ווען ס'גייט א גאס רעגן, ווייל דעמאלס וועט עס פארטרוקענט ווערן, נאר ס'זאל באבלען ממש א טראפ, אזוי ווי ווען ס'הייבט אן צו גיין א רעגן, א באבל דא און א באבל דארט, דעמאלס וועט עס בעזר השם זיין גאר א געשמאקע פיינע טשולענט, און וועט נישט איבערלאזן קיין שום סייד עפעקטס, יעדער וועט עס עסן, און די אינגלעך וועלן לערנען פלייסיג.

ער לייגט צי, אז דאס אויסזויבערן די בונדלעך מוז מען נישט טוהן דוקא פרייטאג, מ'קען עס טוהן אויך אינמיטן די וואך, און נאכדעם עס אוועקלייגן אין פריזער איינגעטיילט פאר עטליכע וואכן, און פרייטאג ביים צוגרייטן די טשולענט נעמט מען עס ארויס פון פריזער און מ'שטעלט עס אריין אינעם טשולענט טאפ (נאכדעם וואס די פלייש איז שוין געקאכט) און ס'לאזט נישט איבער נישט קיין שום פריזער טעם.

איך האף אז איך האב גענוג גוט איבערגעשריבן אין קורצן די אינטערוויו, טאמער האב איך עפעס נישט גוט געשריבן אדער עפעס פארפעלט, ביטע מיך פאררעכטן.

נ.ב. טאמער איינער פרובירט עס אויס, ביטע לאזן וויסן די רעזולטאטן דא.

יישר כח!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

בר דעת האט געשריבן:לפום צערא אגרא! מיט אזא טשאלענט אהן קיין מאגן
ברענעריי קען מען קיין ציונים נישט הארגענען, פינטל.

אט אזוי וואס הרגעט די ציונים אויב נישט די גאז?
דביה תחדי נפשא
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

"ער לייגט צי, אז דאס אויסזויבערן די בונדלעך מוז מען נישט טוהן דוקא פרייטאג, מ'קען עס טוהן אויך אינמיטן די וואך, און נאכדעם עס אוועקלייגן אין פריזער איינגעטיילט פאר עטליכע וואכן, און פרייטאג ביים צוגרייטן די טשולענט נעמט מען עס ארויס פון פריזער און מ'שטעלט עס אריין אינעם טשולענט טאפ (נאכדעם וואס די פלייש איז שוין געקאכט) און ס'לאזט נישט איבער נישט קיין שום פריזער טעם."


עס וועט נישט לאנג נעמען ביז איינער וועט מאכן דערפון א ביזנעס און פארקויפען אויסגעזויבערטע באנדלעך בפיקוח הרב זיידל
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

בר דעת האט געשריבן:"ער לייגט צי, אז דאס אויסזויבערן די בונדלעך מוז מען נישט טוהן דוקא פרייטאג, מ'קען עס טוהן אויך אינמיטן די וואך, און נאכדעם עס אוועקלייגן אין פריזער איינגעטיילט פאר עטליכע וואכן, און פרייטאג ביים צוגרייטן די טשולענט נעמט מען עס ארויס פון פריזער און מ'שטעלט עס אריין אינעם טשולענט טאפ (נאכדעם וואס די פלייש איז שוין געקאכט) און ס'לאזט נישט איבער נישט קיין שום פריזער טעם."


עס וועט נישט לאנג נעמען ביז איינער וועט מאכן דערפון א ביזנעס און פארקויפען אויסגעזויבערטע באנדלעך בפיקוח הרב זיידל

שיק עס אריין פאר עקשטיין פון די מאמענט
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

קייממאל נישט געהערט פון רבותינו נ״ע אז מ׳דארף עסן מער ווי א בונדעל טשולענט.. אז תורה איז תלוי אינעם טעם פון טשולענט... קרעפלעך איז די יסוד פון קבלות התורה.. וכו׳ וכו׳
newschest79
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 2:26 pm

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך newschest79 »

יואל שרייבער האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2403748#p2403748

newschest79 האט געשריבן:געהערט פון א גרויסע קעכער אמאל, אז אויף קאכן די באנדלעך מיט "בעיקינג סאדע" (א לעפל איז גענוג) שלעפט זייער גוט ארויס די "געז".

אני הקטן טוה דאס יעדע וואך, מ'גיסט אויס "שווארצע וואסער" נאכן אויף קאכן.


ניוז קעסט? האסט עס אויך גענומען פון ר' זיידלען, אדער ער האט עס גענומען פון דיר?


ניין. איך האב עס נישט גענומען פון ר' זיידלען. ער האט עס אויך נישט גענומען פון מיר, ווייל לשיטתי דארף מען עס אויפקאכן מיט בעיקינג סאודע נאר "איין מאל".
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ר' זיידל'ס טשולענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

נו, איינער האט שוין געמאכט טועמי' אויף ר' זיידל'ס טשולענט?
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”