Inattentive adhd האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:[quote="Inattentive adhd"
איך וויס נישט וויאזוי מען quote אין ריספאנט שטיקל ביי שטיקל,
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ
פאלג מיר ווארט ביי ווארט.
צום סוף וועסטו אלעמאל טרעפן כמו זה: [/quote] סעלעקט עס, כאפ עס אן, און פיהר עס ביז נאך די ווארט וואס דארט ווילסטו שרייבן וואס דו האסט צו זאגן. נאכדעם סעלעקט די קומענדיגע שטיקל אויף וואס דו ווילסט ריספאנדן, און דרוק די quote באטן וואס ליינט זיך: ציטירטע ווערטער: וכו', דשאסט דרוק עס. און דאס גייט שאפן צוויי חברה פון די צוויי זייטן. נאך די ווארט [/quote] שרייב וואס דו ווילסט.
אוי ווי איך געדענק אוי ווי איך דערלערן מיר.. אבער נישט אלעס..
וואס יא? און וואס נישט?
ווען איך האב געבארגט 10k און נישט געהאט צו באצולען און צייט האב איך מיך אויס געלערנט אז בארגען איז נישט פאר מיר אפילו אמאל דארף מען בארגען אויב מען איז גיט אויסגערעכנט פאר א ביזנעס וכדו'
נישט דאס מיין איך צוזאגן מיט די ווארט 'אויסלערנען'. אוודאי דארף זיך א ADHD אויסלערנען די וויכטיגע זאכן וואס אן דעם קען ער חלילה גיין זייער ראנג, אבער איך מיין נישט צוזאגן דאס.
וואס איך מיין צוזאגן מיט די ווארט אויסלערנען איז נישט אז דו זאלסט דיך אויסלערנען, דיין שכל זאל זיך אויסלערנען, נאר דיין מח זאל זיך אויסלערנען. דיינע כוחות הנפש זאל זיך אויסלערנען.
צום ביישפיהל: דו זוכסט א שופר צו בלאזן נאכ'ן דאווענען, דו קוקסט דיך ארום, און דו זעהסט א שופר אויפן באלעמער, דיין נפש ווערט נתפעל אז דו האסט געטראפן א שופר, דו נעמסט עס, און דו כאפסט אז ס'איז א נאכגעמאכטע שופר, אז ס'איז נישט קיין עכטע שופר, דיין נפש ווערט אנטוישט, יעצט, נעקסטע טאג זוכסטו נאכאמאל א שופר, און דו זעהסט יענע שופר, און דיין נפש דערמאנט דיך וואס דו האסטעך אויסגעלערנט נעכטן, און דו ווערסט נישט עקסיידעט, דיין אטענשאן איז נישט אנטציקט פון עס, דו גייסט נישט אהין, דו ביסט נישט אינטערעסירט דערין. דו מאכסט דיך דערפון נישט וואוסענדיג.
דאס הייסט אז דיין נפש האט זיך אויסגעלערנט אז יענע שופר איז נישט צו ווערן אנטציקט דערפון, נישט צו ווערן אנגעצינדן דערפון.
וואס וועט זיין אויב חלילה דיין נפש דערמאנט דיך נישט וואס דו האסטעך אויסגעלערנט נעכטן, און זעענדיג דעם שופר צינד זיך אן דיין נפש און ס'מאכט דיך וועלן בלאזן דערמיט און נאכדעם זעהסטו אז אופס ס'איז א פאלשע שופר.
דאס איז וואס איך קלער געשעהט מיט די נפש פון א ADHD, ער דערלערנט זיך נישט, דהיינו: ער דערמאנט זיך נישט וואס ער האט זיך שוין געלערנט.
איך רעד נישט פון 'גרויסע זאכן' ווי צום ביישפיהל: נישט צו בארגן צעהן טויזנט דאלער. איך רעד פון קליינע קליינע זאכן, ווען די נפש פון די ADHD לערנט זיך נישט אויס. און דערמאנט זיך נישט וואס ער האט זיך געלערנט.
די נפש פון א מענטש לויפט אין א געוויסע מהלך, נישט דו לויפסט אין א געוויסע מהלך, דיין נפש לויפט אין א געוויסע מהלך. וועלכע מהלך? א מהלך וואס די נפש האט זיך דערלערנט פון די וועלט. מיר קוקט אויס אז א ADHD דערלערנט זיך נישט, ווייל ער דערמאנט זיך נישט.
סא יעצט האב איך א פלאטץ ווי איך בין סטאק איך וויל מער נישט בארגען. א נארמאלע מענטש און מיין מצב אן אדהד פארשטייט מיר נישט און באקומט נישט אזא עקסטרמע מעסידש,
ווען איך בין אמאל געווען סיקסעספול, האב איך נישט געפילט באקוועם, צו סאך פרעשיר, צו סאך אנדער די ספאט לייט.. האב איך באקומען Fear if success.. איך האב עס נישט געקענט הענדלען.
ווען איך בין דרוך געפאלן מיט א ביזנעס און דערלייגט ערענסטע געלטער אלץ דיירעקט תוצאה פון אדהד האב איך באקומען Fear of failure..
אזוי לערענט מען פלייסיג.. די נישט ריכטיגע זאך.
א ADHD דארף זיך אויסלערנען זיך דורכצושמועסן מיט א נישט-ADHD, די ענינים וואו א ADHD קען מאכן טעותים. נעמען א ריזיקע דארף ווערן געפראסעסד פון א נישט-ADHD אויך.
אין מיין נישט איך האב נישט קיין קאמען סענס, אדער איך פארשטיי נישט צו ביזנעס,
ווען מיין ביזנעס האט דערלייגט יעדן חודש גרויס געלט וויבאלד די CEO (איך אליין) האט פארנאכלעסיגט די ביזנעס,
איך ווייס נישט פונקטליך וואסערע נאטור דו האסט, אבער מ'דארף - לויט וויאזוי איך קלער - אריינעמען א קאונטער באלאנס, א געטרייער מענטש, אין א ביזנעס. נישט דוקא א שיתוף אבער איינער מיט א אנדערע אדיטוד וואס האט א מער א גענויעם בליק אויף די מארקעט. איינער געט געז און דער צווייטער איז די סטאפ ברעיק. יענער געט דיך א אנדערע פערספעקטיוו.
האט גענימען באלד א יאר איך זאל עפעס טון ווען די ביזנעס האט געהאלטן ביים זיך צומאכן מיט חובת וואס מען קען חתונה מאכן אפאר קינדער, פארוואס האב איך גארנישט געטון??
איך וויס נישט אויב איך בין געניג קלאר מיט מיין משל,
אה, ס'איז נאר א משל.
איך גיי מיט די הנחה אז אלעס וואס דו שרייבסט מיר ביז אהער איז נאר א משל, וועל איך דיר פרובירן צו ענטפערן לויט דעם אז ס'איז א משל.
אוי ווי איך געדענק אוי ווי איך דערלערן מיר.. אבער נישט אלעס..
וואס יא? און וואס נישט?
ווען איך האב געבארגט 10k און נישט געהאט צו באצולען און צייט האב איך מיך אויס געלערנט אז בארגען איז נישט פאר מיר אפילו אמאל דארף מען בארגען אויב מען איז גיט אויסגערעכנט פאר א ביזנעס וכדו'
אפילו אויב דו לערנסט דיך אויס זאכן, מיינט נישט אז דיין מח, אז דיין נפש, לערנט זיך אויס. דיין נפש צינד זיך אן דארט וואו עס דארף נישט, און צינד זיך נישט אן דארט וואו עס דארף יא.
סא יעצט האב איך א פלאטץ ווי איך בין סטאק איך וויל מער נישט בארגען. א נארמאלע מענטש און מיין מצב אן אדהד פארשטייט מיר נישט און באקומט נישט אזא עקסטרמע מעסידש,
אפילו אויב דו ביסט סטאק און דו ווילסט מער נישט בארגן, מיינט נישט צו זאגן אז דו האסט אנגעהויבן ארויסצוקריכן פון ADHD. ווייל די לעזונג צו ADHD איז נישט אז ער זאל אויפהערן צו בארגן, נאר די לעזונג איז אז זיין נפש זאל זיך אויסלערנען צו ארבעטן ריכטיג. און בארגן מיט שכל, ווילאנג מ'נוצט עצות וואס טוישט נישט די נפש, בלייבט מען טאקע מיט פלעצער וואו מ'איז סטאק, א נפש קומט נישט צו זיין סטאק, א נפש קומט צו לויפן מיט א חיות, נאר זיך אויסלערנען וואו צו לויפן.
ווען איך בין אמאל געווען סיקסעספול, האב איך נישט געפילט באקוועם, צו סאך פרעשיר, צו סאך אנדער די ספאט לייט.. האב איך באקומען Fear if success.. איך האב עס נישט געקענט הענדלען.
די אומבאקוועמליכקייט, מיט די סך פרעשור, מיט די פחד פון זיין אונטער די ספאט לייט, מיט די פחד פון הצלחה, דאס מיינט נישט אז מ'איז סוקסעספול, ווייל געדענק: סוקסעס מיינט אז די נפש איז געזונט. און אויב די נפש איז נישט געזונט, אפילו מ'איז סוקסעספול, איז מען שוין א דורכפאל.
ווען איך בין דרוך געפאלן מיט א ביזנעס און דערלייגט ערענסטע געלטער אלץ דיירעקט תוצאה פון אדהד האב איך באקומען Fear of failure..
אזוי לערענט מען פלייסיג.. די נישט ריכטיגע זאך.
יא, ווען די נפש לערנט זיך נישט אויס אויף די ריכטיגע וועג, דאן לערנט מען זיך אויס זאכן וואס בינדן צו דעם נפש אין קייטן. סיי די פחד פון הצלחה, און סיי די פחד פון דורכפאל, זענען ביידע נאר א תוצאה פון א נפש וואס לויפט קרום. און נישט דאס מיין איך צו זאגן מיט די ווארט 'אויסלערנען'. ווען איך זאג די ווארט 'אויסלערנען' מיין איך צו זאגן אז די נפש זאל זיך אויסלערנען אזוי ווי א געזונטע נפש דארף זיך אויסלערנען.
אבער די תריץ איז אזוי, און דעס איז מיין געדאנק, וואס זאגט אז די פראבלעם איז נישט די זיך נישט דערמאנען אין נישט די זיך נישט דערלערנען,
--- וואס נישט צו טון דערלערנט/דערמאנט ער זיך בעסער ווי ער דארף, ווייל נישט טון ניצט נישט זיינע שוואכקייטן און מח (אן אריינגיין וואס)
ניין! נישט דאס מיין איך צוזאגן מיט די ווארט אויסלערנען. איך רעד פון אזא אויסלערנען און פון אזא דערמאנונג וואס מאכט נישט אז דער מענטש זאל זיך אריינלייגן אין קייטן, וואס מאכט נישט אז דער מענטש זאל אננעמען די מהלך פון נישט טון, וואס מאכט נישט אז דער מענטש זאל פשוט מורא האבן פון נוצן שוואכקייטן.
-- וואס יא צו טון דעס איז שוין קאמפלצירט, מען דארף אסאך סקילס,
יא, ס'איז קאמפליצירט ווייל דער נפש פון א ADHD לערנט זיך נישט אויס געהעריג, דערפאר איז יעדע זאך: קאמפליצירט. און מ'דארף אסאך סקילס. די סקילס קומט פון א נפש וואס לויפט נישט נאטורליך. א נאטורליכע נפש באקומט סקילס פון זיך אליין. און אפשר אביסל לערנט מען זיך צו.
אלע חלוקים אינעם מח דארפן מאכן א מיטינג.. אין די CEO די סעקריטערי, די גבאי, די COO, די CFO, יעדער דארף דארט זיין אין ארבעטן ווי א טיעם, אין נאכדעם שיקט מען אן אימעל פאר אלע ארבעטער וואס זייער אויפגאבע איז, דאס קען א אדהד מח נישט טון.
וואס א ADHD מח קען נישט טון, דאס ווייסן מיר דאך זייער גוט. די שאלה איז וואס מ'זאל יא טון. די שאלה איז: וואס קען איך טון , אדער טראכטן, אדער וויאזוי זאל איך צוגיין צום לעבן, אז איך זאל נישט זיין אזוי אין טראבל.
איינמאל ער (די מח) באווייזט צו ערלדיגן אלעס ביזן שיקן די אימעל צום ארבעטער, פון דא און ווייטער פעלט גארנישט פאר א אדהד,
איז די שאלה וויאזוי מאך איך אז די אימעיל זאל אנקומען צום ארבעטער? אפשר דורך טרינקען קאווע? אפשר דורכ'ן מאכן עקסערסייז? אפשר דורכ'ן פרובירן צו נוצן מעמארי?
ער לערענט זיך אויס אביסל שווארץ און ווייס זייער נישט קאלירפול,
יא, זייער נישט קאלירפול. און וואס זאגסטו אנדערש ווי די ווערטער "א ADHD לערנט זיך נישט אויס די וועלט געהעריג".
דאס וואס דו מיינסט, דאס זאג איך.
וואס יא אין וואס נישט קען ער זיך אויס לערנען זייער גיט, וואס נישט קען ער אויספירן בפועל, וואס יא קען ער נישט טון וויל זיין מח קען נישט אונפירן אזא מיטינג ווי געשריבן פרייר.
זיין שכל לערנט זיך אויס וואס יא און וואס נישט, אבער זיינע כוחות הנפש לערנען זיך נישט אויס. כוחות הנפש איז אנדערש ווי שכל.
דאס אז דו קענסט מיר זאגן וואס דו זאלסט יא טון און וואס נישט, דאס מיינט נישט אז דיין נפש האט זיך אויסגעלערנט וואס יא און וואס נישט. ווען דיין נפש וועט זיך אויסלערנען וואס יא און וואס נישט, גוט געהעריג אויסלערנען, דאן וועט ער קענען אויספירן די מיטינגען.
והשם הטוב יעזור
איך האב עס יעצט מחדש געווען, אולי בין איך נישט אינגאנצן גערעכט.
------
חידוש, חידוש, חידוש, דאס איז איינע פון די זאכן וואס א ADD קען, און אפשר גאר איז ער באשאפן געווארן פאר חידוש.
איך זיך נישט צו זיין נארמאל בכלל, גראדע בין איך היפש א נארמאלע מענטש, איך האב א שיינע היט/רעקל דרייוו א שיינע קאר (נארמאלע... ) נישט אז איך זיך עס, איך בין אזוי ביי default.. באמת.
איך מאך נישט קיין סאך מיסטעקס, איך רעדט נישט קיין שטותים בדרך כלל, אזוי מיינעך..
קוק מיין ניק, איך בין נישט עכט impulsive, א עשה איז מיר שווער א לא תעשה נישט, אן דעם יצר רעדט איך.
אונז זעמיר אלע אין די זעלבע וועלט, נישט יעדער כאפט ווי צימושט די וועלט איז, איך ב'ה כאפ יא.. איך לאך ווי די עולם לעבט ווי א ראבאט, און זיי לאכן אפשר פון מיר אין מיט רעכט..
איך וויל פשוט זיין פראדאקיוו, (נישט די קורס )
עניוועי יעצט בינעך דיסטרקטיד, אין קען מיך שוין נישט מסבר זיין.
ביסט א אומעטענטיוו סארט בלומעלע.