חבורת adhd
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
-
- שר מאה
- תגובות: 159
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm
חבורת adhd
טייערע ידידם און חברים.
עס איז זיכער דא צווישן אייך בחורים און יונגעלייט וואס ספראווען זיך מיט ADHD.
איך האב געעפענט די אשכול אלץ א פלאץ זיך צו שטארקן אינאיינעם, זיך צו מחזק זיין, געבן פראקטישע עצות.
ווי באקאנט ביי אונז ADHD חברה איז די "ולאחיו יאמר חזק" א אויסערגעווענליך וויכטיגע לעבנס געברויך.
בעזר ה' יתברך ויתעלה, אויב ברצות ה' וועט זיך די אשכול אויסארבעטן וועט מען קענען זיך באמת פארמירן אלץ א קליינע סופפורט גרופע.
ויהי נועם ה' עלינו.

Re: חבורת adhd
זייער א שיינע זאך.... אבער איך מיין אז זאלסט קוידעם מסביר זיין וואס ADHD מיינט.
אין עוד מלבדו
-
- שר מאה
- תגובות: 159
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm
Re: חבורת adhd
די וואס ווייסן ווייסן
-
- שר מאה
- תגובות: 159
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm
Re: חבורת adhd
די מטרה דא איז אנדערש.
נאר ווער עס מוטשעט זיך מיט ADHD זאל אהערקומען און שאפן א אמתע נאנטע קשר, ארויסגעבן די איבערגעפילטע הארץ מיט הרגשים און טאלאנט.
יעדער וואס האט ADHD פארשטייט אוודאי וואס מיין ציל איז דא.

- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
Re: חבורת adhd
זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:די מטרה דא איז אנדערש.
נאר ווער עס מוטשעט זיך מיט ADHD זאל אהערקומען און שאפן א אמתע נאנטע קשר, ארויסגעבן די איבערגעפילטע הארץ מיט הרגשים און טאלאנט.
זייער א גוטע געדאנק די אשכול
וואטעווער....
-
- שר מאה
- תגובות: 159
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm
Re: חבורת adhd
איך האב נאך עטליכע ניקס דא. דארט גיס איך טאלאנט און סתם צייט שטופעריי, עטליכע וויסן שוין ווער איך בין אונטערן ניק, צוליב דעם האב איך געמאכט א נייע ניק נאר פאר דעם, ווייל נאך אלעם זענען מיר קליינע צובראכענע ADHD מענטשעלעך, מען האט אונז אייביג געזאגט וואספארא שלימזלנים און בטלנים מיר זענען, יא איך דארף אפענע חיזוק און שמועסן, ווען איך בין נאכאמאל אראפגעפאלן פון א הויכע ציל אויף וואס איך בין אליין ארויפגעקראכן וויל איך א אשכול ווי איך קען פארציילן און באקומען חיזוק פון מענטשן וואס "פ א ר ש ט י י ע ן מ י ר"
-
- שר מאה
- תגובות: 159
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm
Re: חבורת adhd
פארגעסן עפעס (ADHD :)) איך מיין נישט נאר מיר, איך מיין אייך מיינע טייערע ADHD קאלעגעס
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
Re: חבורת adhd
איך גלייך דיין ניק...
שכרך הרבה מאוד אויב קענסטו אויסנוצן די פלאטפארמע צוזאמען צו שטעלן א סופארט גרופע אין ריעל לייף, אז נישט איז בדיעבד אויך גוט א ווירטואלע גרופע, און אפשר וועט זיך טרעפן דא אויך ווער עס קען דיר גרינג אויפסעטן א באזונדערע וועבזייטל מיוחד פאר דעם צוועק עס צו מאכן מער באקוועמער פאר די אנטיילנעמער.

איך האב אפשר נישט קיין ADHD ב"ה. אבער כ'קען מיט אלע מיינע מעגליכקייטן פרובירן ענק צו פארשטיין.
Re: חבורת adhd
Programming האט געשריבן:איך גלייך דיין ניק...
שכרך הרבה מאוד אויב קענסטו אויסנוצן די פלאטפארמע צוזאמען צו שטעלן א סופארט גרופע אין ריעל לייף, אז נישט איז בדיעבד אויך גוט א ווירטואלע גרופע, און אפשר וועט זיך טרעפן דא אויך ווער עס קען דיר גרינג אויפסעטן א באזונדערע וועבזייטל מיוחד פאר דעם צוועק עס צו מאכן מער באקוועמער פאר די אנטיילנעמער.
א גוגל גרופע קען זיין גענוג
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
-
- שר מאה
- תגובות: 159
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm
Re: חבורת adhd
ממוצע האט געשריבן:איך האב אפשר נישט קיין ADHD ב"ה. אבער כ'קען מיט אלע מיינע מעגליכקייטן פרובירן ענק צו פארשטיין.
אויב האסטו נישט קענסטו נישט.
עס איז א עקזיסטענציענאלע געפיל, טיעף אין הארץ, עס איז א אנדערע סארט לעבן אינגאנצן.
-
- שר מאה
- תגובות: 159
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm
Re: חבורת adhd
הענדימען האט געשריבן:Programming האט געשריבן:איך גלייך דיין ניק...
שכרך הרבה מאוד אויב קענסטו אויסנוצן די פלאטפארמע צוזאמען צו שטעלן א סופארט גרופע אין ריעל לייף, אז נישט איז בדיעבד אויך גוט א ווירטואלע גרופע, און אפשר וועט זיך טרעפן דא אויך ווער עס קען דיר גרינג אויפסעטן א באזונדערע וועבזייטל מיוחד פאר דעם צוועק עס צו מאכן מער באקוועמער פאר די אנטיילנעמער.
א גוגל גרופע קען זיין גענוג
טייער חברים, יעדער פון אונז ווייסט אז אזא זאך וואלט געווען כמים קרים על נפש ADHD עייפה, הלוואי, חפץ ה' בידינו יצליח, וויפיל גרינגען און בעסער וואלט געווען פאר אזויפיל פון אונז.
יעצט קודם לאמיר נעמען קליינע טריט, קודםלאמיר דא מאכן א חבורה'לע, בעזר ה' וועט מען קענען מאכן א געהעריגע אומווירטואלע חבורה.
Re: חבורת adhd
זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:ממוצע האט געשריבן:איך האב אפשר נישט קיין ADHD ב"ה. אבער כ'קען מיט אלע מיינע מעגליכקייטן פרובירן ענק צו פארשטיין.
אויב האסטו נישט קענסטו נישט.
עס איז א עקזיסטענציענאלע געפיל, טיעף אין הארץ, עס איז א אנדערע סארט לעבן אינגאנצן.
"פארשטיין" איז רעלאטיוו.
"קיינער" קען "קיינעם" נישט פארשטיין הונדערט פראצענט. נישטא אזא זאך. דו אליין קענסט אויך נישט אינגאנצן פארשטיין א צווייטן וואס האט ADHD. קוים וואס זיך אליין קען מען פארשטיין, אויב טאקע. בלויז דער בורא קען, און פארשטייט טאקע. "הלקח והליבוב".
אבער איינער וואס האט אביסל עמאושענעל אינטעלעדזשענס, קען יא מעגליך טיילווייז יענעם פארשטיין.
איך האב נאנטע מיט ADHD/ADD.
-
- שר מאה
- תגובות: 159
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm
Re: חבורת adhd
ממוצע האט געשריבן:זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:ממוצע האט געשריבן:איך האב אפשר נישט קיין ADHD ב"ה. אבער כ'קען מיט אלע מיינע מעגליכקייטן פרובירן ענק צו פארשטיין.
אויב האסטו נישט קענסטו נישט.
עס איז א עקזיסטענציענאלע געפיל, טיעף אין הארץ, עס איז א אנדערע סארט לעבן אינגאנצן.
"פארשטיין" איז רעלאטיוו.
"קיינער" קען "קיינעם" נישט פארשטיין הונדערט פראצענט. נישטא אזא זאך. דו אליין קענסט אויך נישט אינגאנצן פארשטיין א צווייטן וואס האט ADHD. קוים וואס זיך אליין קען מען פארשטיין, אויב טאקע. בלויז דער בורא קען, און פארשטייט טאקע. "הלקח והליבוב".
אבער איינער וואס האט אביסל עמאושענעל אינטעלעדזשענס, קען יא מעגליך טיילווייז יענעם פארשטיין.
איך האב נאנטע מיט ADHD/ADD.
אמת!!! ביזט הייליג גערעכט.
זעלבסט פארשטענדליך אז אויב האסטו נאנטע מיט ADHD איז גרינגער צו פארשטיין.
עס וואלט ווען אויך געווען זייער זייער זייער וויכטיג צו גרינדן א הילף גרופע פאר די ווייבער/מענער פון ADHD באשאנקענע.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
Re: חבורת adhd
די ערשטע כלל פון עמאושענעל אינטעליזשענס איז אז מען קען נישט פארשטיין וואס א צווייטער גייט דורך
- פרישע קוגל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3014
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
- לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא
Re: חבורת adhd
ADD האט אסאך ענדלעכקייטן, ניין?
-
- שר מאה
- תגובות: 159
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm
Re: חבורת adhd
ADD און ADHD איז די זעלבע זאך נאר א אנדערע טיפ.
-
- שר מאה
- תגובות: 159
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm
Re: חבורת adhd
מ'האמיר שוין א שיטיקל חבורה?
לייטער? פראגרעמינג? הענדימען?
איר זענטצעך מצטרף?
לייטער? פראגרעמינג? הענדימען?
איר זענטצעך מצטרף?
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 21067
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט
Re: חבורת adhd
ADD
- דורך געטראכטער
- שר חמש מאות
- תגובות: 549
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 159
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm
Re: חבורת adhd
ב"ה עפעס מאכט זיך, איך האף אויף סייעתא דשמיא, איך מיין אז עס איז א גוטע און וויכטיגע חבורה, און מיר וועלן אינאיינעם ברענגען אונזער גאולה פרטית צום גאולה כללית.
א גוטע נאכט.
א גוטע נאכט.
- פרישע קוגל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3014
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
- לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא
Re: חבורת adhd
זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:ADD און ADHD איז די זעלבע זאך נאר א אנדערע טיפ.
איך בין א ADD
כ'זעי נישט וואס א חבורה קען מיר העלפן, אבער ס'קען זיין איך קען ארויסהעלפן געוויסע אין די חבורה...
- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
Re: חבורת adhd
זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:מ'האמיר שוין א שיטיקל חבורה?
לייטער? פראגרעמינג? הענדימען?
איר זענטצעך מצטרף?
איך בין נישט ADHD, איך האב עס אבער אביסל דורך געטיען נאכן דארפן דילען מיט א העווי ADHD איינעם אין ביזנעס וואס ארבעט אין א אפיס, ממש די שווערסטע דזשאב פאר א ADHD, יענער איז אביסל פון די אביסל עלטערע דור ווען די מלמדים פלעגן דייעגנויזן מיט אנדערע נעמען ווי ''צעווילדעוועטע אינגעל'' ''חיה'' און דער מיט וועם איך פלעג דילען האט גראדע נישט געוויסט פון אזא ווארט ADHD
ווי איך פארשטיי די וואס ADHD איז
קומט ''אייביג'' אן שפעט און אייביג מיט גוטע תירוצים
פארגעסט וויכטיגע זאכן
קען נאר טיען 911 זאכן אדער התחדשות אבער נישט קליינע דיטעלס פון 1 סטעפ עט א טיים
זייער אפיס און קאר איז אנגעלייגט מיט צעטליך וואס ממיז נאך ערלעדיגן(לעיט פענעלטי)
באקומט א דאזן דרייוון פליען טיקעטס א יאר
כאפט אלעס זייער שנעל זייער מוח פליעט און ספיד שנעל
ווערט שנעל גערעגט און בעט זיך שנעל איבער(ווייס נישט אויב אלע זענען אזוי)
קען ארויפשפרינגען פרי פארטאגס צו ערלעדיגן עפעס
שפעט באנאכט איז זייער צייט וואס זיי קענען ערלעדיגן זאכן
וואטעווער....
Re: חבורת adhd
זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:טייערע ידידם און חברים.
עס איז זיכער דא צווישן אייך בחורים און יונגעלייט וואס ספראווען זיך מיט ADHD.
איך האב געעפענט די אשכול אלץ א פלאץ זיך צו שטארקן אינאיינעם, זיך צו מחזק זיין, געבן פראקטישע עצות.
ווי באקאנט ביי אונז ADHD חברה איז די "ולאחיו יאמר חזק" א אויסערגעווענליך וויכטיגע לעבנס געברויך.
בעזר ה' יתברך ויתעלה, אויב ברצות ה' וועט זיך די אשכול אויסארבעטן וועט מען קענען זיך באמת פארמירן אלץ א קליינע סופפורט גרופע.
ויהי נועם ה' עלינו.
איך זעה אז איר זענט שוין סטאביל ב"ה.