חבורת adhd

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

מיין מויל איז ברייט אפן... מיינע אויגן ראלן מיט אימפעט פון איין בלעטל צום צווייטן, ביי מיר איז יעצט מוצ"ש האלב נאך זיבן אינדעפרי, כהאב מיר אנגעשטויסן אין דעם ווינקל כווייס נישט פארוואס כהאבעס נישט באמערקט ביז יעצט, אבער כהאב דורך געפלויגן די גאנצע אשכול מיט אירע 6 בלעטער און איין שאס, און.... כהאב ממש נישט קיין ווערטער, זייער א סטאבילע גאון@ און נשמה@ און עי די עידש די@ און אלע אנדערע, כ"א בשמו בטוב יבורך, עטץ זענטס אנבעליבעוול,
איך ב"ה זעה מיר שוין כמעט אויף די צווייטע זייט, איך האבעס דעפענטלי נישט געהאט אויף אזא שטארקע פארנעם, אבער אויך גענוג צי פירן א צוריקטע לעבנס שטייגער אנע סטאפ ברעיקס, און די אשכול איז געווען ווי באלזאם אויף אן אפענע וואונד.
ווען כהאב געליינט די אשכול האבעך געפילט א הימלישע געפיל פון אחים לצרה, אידישע ברודער וואס טיילן אן ענליך גורל, כהאב בעצם נישט קיין סאך צו מוסיף זיין, און איך וויל נישט קוקן אויף צוריק, וואס איז געווען, און אפילו וויאזוי כהאב עס דורך געשוויצט, די עקספיריענס האט מיך אויסגעלערנט, קוק נישט צוריק אויף דיינע דורך פעלער, גיי ווייטער אן

טייערע חברי האשכול, חזקו ואמצו, האור בקצה המנהרה
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

מה בכך האט געשריבן:מיין מויל איז ברייט אפן... מיינע אויגן ראלן מיט אימפעט פון איין בלעטל צום צווייטן, ביי מיר איז יעצט מוצ"ש האלב נאך זיבן אינדעפרי, כהאב מיר אנגעשטויסן אין דעם ווינקל כווייס נישט פארוואס כהאבעס נישט באמערקט ביז יעצט, אבער כהאב דורך געפלויגן די גאנצע אשכול מיט אירע 6 בלעטער און איין שאס, און.... כהאב ממש נישט קיין ווערטער, זייער א סטאבילע גאון@ און נשמה@ און עי די עידש די@ און אלע אנדערע, כ"א בשמו בטוב יבורך, עטץ זענטס אנבעליבעוול,
איך ב"ה זעה מיר שוין כמעט אויף די צווייטע זייט, איך האבעס דעפענטלי נישט געהאט אויף אזא שטארקע פארנעם, אבער אויך גענוג צי פירן א צוריקטע לעבנס שטייגער אנע סטאפ ברעיקס, און די אשכול איז געווען ווי באלזאם אויף אן אפענע וואונד.
ווען כהאב געליינט די אשכול האבעך געפילט א הימלישע געפיל פון אחים לצרה, אידישע ברודער וואס טיילן אן ענליך גורל, כהאב בעצם נישט קיין סאך צו מוסיף זיין, און איך וויל נישט קוקן אויף צוריק, וואס איז געווען, און אפילו וויאזוי כהאב עס דורך געשוויצט, די עקספיריענס האט מיך אויסגעלערנט, קוק נישט צוריק אויף דיינע דורך פעלער, גיי ווייטער אן

טייערע חברי האשכול, חזקו ואמצו, האור בקצה המנהרה

יישר כח אויף די חיזוק.
קריינא דאגרתא, העלף טאקע ארויס מיט אביסל חיזוק און עצות פון דיינע זאפאסן.
אשריך אז דו ביזט אויך פון די וואס די באשעפער האט זיי געטרועט מיט די מתנה.
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:כדאי צו מאכן א טעסט און ארויסקומען מיט די קלארסטע בילד וואס איז נאר מעגליך פעלט זיך אויס א גרינטליכע איבערזיכט איבער פילע אספעקטן פון א מענטש'ס לעבן, עס זענען דא פילע טעסט'ס אבער נישט יעדער האט געדולד דאס אויצופילן.

די טעסט וואס איז דא בייגעלייגט איז פון די וועלט געזונטהייט ארגענעזאציע, עס איז די קלארסטע און מינימאלסטע טעסט וואס איך האב נאר געטראפן, עס איז א פראגע בויגן וואס זיי האבן צוגעגרייט פאר דאקטוירים אז די דאקטוירים זאלן דאס נוצן אויסצופרעגן זייערע פאציענטן, אבער עס קען זיין זייער אינטערעסאנט פאר יעדעם איינעם וואס איז חושד אז ער באלאנגט אין די אדהד קלאס.

זיי האבן זעקס שאלות וואס זענען די מערסט וויכטיג ארויסצוהאבן (part a) און דערנאך האבן זיי נאך א שטיקל ליסט מיט מער פראגעס (part b' זע בייגעלייגט).

אויב די ענטפער אויף פיר שאלות (פון חלק א') ליגן אין די טונקעלע קעסטעלך דאן איז דא אשטארקע מקום חושש צו זיין אז מען ליידט אויף אדהד.


איך האב קיינמאל געטראכט אז סקען זיין איך זאל האבן אדהד
אבער נאכן איבערקוקען דעם פארם אויבען טרעף איך מיר אין גרוי ביי יעדן פראגע.
חוץ ביים חלק פראגעס פון פארברענגן מיט מענשן, איך לאז אויסרעדן, רעד נישט אזוי סאך, און האק נישט איבער.
וואס ווייטער? כהאב נישט קיין איינונג.
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

עס איז דא דריי סארט אדהד'ס.
די קאמביינד טייפ, דאס מיינט אז מען האט אלע סימפטאמען, סיי אז מען קען זיך נישט באהערשן, סיי אז מען איז אומאויפמערקזאם, סיי אז מען טוט זאכן אן טראכטן בעפאר.
דערנאך איז פארהאן די אינעטענטיוו טייפ, די ADD, זיי האבן נאר שווערגקייטן מיטן זיין אויפמערקזאם אבער נישט מיט ווילדקייט און אימפולסיוועטי.
די דריטע איז די ווייניגסטע שכיח, מענטשן וואס האבן נישט קיין פראבלעם צו פאקוסירן און קאנצעטרירן און האבן נאר א פראבלעם מיט די הייפעראקטיווט=עטי און אימפולסיוועטי.

חוץ מזה איז אייביג ADHD אנדערש ביי יעדן מענטש.
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

מען האט זיך גערוקט אביסעלע פאראויס!!!

מען גייט אנהייבן אויף א פריוואטע פארנעם מיט עטליכע ניק'ס, דערנאך וועט מען אריינעמען די איבריגע.
ווער עס וויל זיין אין די נייע פארום, זיין א אקטיווע מיטגליד מיטן שרייבן און שמועסן אויף א וועג וואס ברענגט א תועלת, זאל מיר ביטע שיקן א פריוואטע מעסעדזש.
אוועטאר
די הארץ רייסט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 21, 2021 3:49 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הארץ רייסט »

זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:
מען האט זיך גערוקט אביסעלע פאראויס!!!

מען גייט אנהייבן אויף א פריוואטע פארנעם מיט עטליכע ניק'ס, דערנאך וועט מען אריינעמען די איבריגע.
ווער עס וויל זיין אין די נייע פארום, זיין א אקטיווע מיטגליד מיטן שרייבן און שמועסן אויף א וועג וואס ברענגט א תועלת, זאל מיר ביטע שיקן א פריוואטע מעסעדזש.

שטארקע נייעס שכויעך פאר דיין געוואלדיגע ארבעט
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

האט איינער שוין געהערט פון RSD?
אורך ימים אשביעהו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 11, 2019 9:39 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורך ימים אשביעהו »

שלום אליכם צו די אשכול ב"ה איך בין אויך באשאנקן מיט די מתנה וואס האט באגלייט רוב גדולי ישראל און וועלט אויפטוערס במשך אלע דורות איך האב נישט קיין געדולד אלעס דורכצוליינען אבער יא סקומט מיט שוועריקייטן און איך בין מיר אויסדריקליך נישט מסכים צו טוישן פעקל מיט קיינעם אבער א חיזוק גרופע איז אייביג כדאי
א פריילעכס
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 25, 2021 9:17 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פריילעכס »

Wow אזא פאזעטיווע תגובה שוין לאנג נישט געזען אפשר אביסעל מער הסבר וואס הייסט רוב גדולי ישראל און וועלט אויפטוערס און פארוואס טאקע?
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

אורך ימים אשביעהו האט געשריבן:שלום אליכם צו די אשכול ב"ה איך בין אויך באשאנקן מיט די מתנה וואס האט באגלייט רוב גדולי ישראל און וועלט אויפטוערס במשך אלע דורות איך האב נישט קיין געדולד אלעס דורכצוליינען אבער יא סקומט מיט שוועריקייטן און איך בין מיר אויסדריקליך נישט מסכים צו טוישן פעקל מיט קיינעם אבער א חיזוק גרופע איז אייביג כדאי

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
יא ב"ה אבער די אלע גרויסע אידן האבן זיך טאקע אויך געמוטשעט.
ר' נחמן האט געזאגט, "ווי גרויס איך בין, אויב וואלט מיר איינער געגעבן א קלאפ אין די פלייצע און געזאגט 'אחי חזק ואחוז עצמך' וואלט איך געווען נאך אסאך מער".
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

די פראבלעם איז אז נישט נאר מפארגעסט יעלה ויבוא, נאר מפארגעסט אויך וואס מדארף טוהן אין א פאל וואס מפארגעסט יעלה ויבוא...

והמיבן יבין...
מיין חלק אינעם שמועס...
עי די עידזש די
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 5:50 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עי די עידזש די »

חלקי האט געשריבן:די פראבלעם איז אז נישט נאר מפארגעסט יעלה ויבוא, נאר מפארגעסט אויך וואס מדארף טוהן אין א פאל וואס מפארגעסט יעלה ויבוא...

והמיבן יבין...

יא יא
עי די עידזש די
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 5:50 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עי די עידזש די »

אורך ימים אשביעהו האט געשריבן: די מתנה וואס האט באגלייט רוב גדולי ישראל און וועלט אויפטוערס במשך אלע דורות

געווען אמאל אן ארטיקל אין די 'מעלות' אויסגאבע (יארן צוריק) איבער דעם, אז טאקע דער בחור וואס קען נישט איינזיצן וואס ער האט די ADHD, ער איז דער וואס וועט בעז"ה אויפשטעלן די ישיבה, ווי די אלע וואס האבן זיץ פלייש און קענען זיין מגידי שיעורים, וועלן זיצן און מרביץ תורה זיין מיט זיין כוח בעז"ה.

טרעף איך נישט יעצט דעם ארטיקל ביי מיר.
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

געשריבן דורך א שטולע בחור אין יארע 2013
איך לייג עס דא איבער לתועלת המשתתפים.
די שפור פון א.ד.ד. - ADD - ADHD

א שנעל פארנדע קאר מיט שוואכע 'סטאפ ברעיקס'

אן א.ד.ד. מח שפירט זיך ווי מען דרייווט שנעל א קאר און מען האט נישט די פולקאמע קאנטראל אויף די 'סטאפ ברעיק'. טיילמאל ווערט די קאר איבערגעהיצט פון פארן צו שנעל און עס נעמט זיך דרייען און 'ספינען' אז ס'איז גאר קאמפלעצירט פארן דרייווער וואס האט שווער קאנטראל אויפן שוואכן 'סטאפ ברעיק' צו 'סטאפן', און פארמיידן א צוזאמשטויס.

בערך אזוי שפירן מענטשן מיט א.ד.ד., נאטורלעך שפירן זיי ווי זיי "ווערן געדרייווט" פון זייער שנעל לויפנדען מח אן האבן א פולקאמע קאנטראל איבערצוטראכטן וויאזוי און וואו צו דרייווען זייערע מעשים/ענטפערס וואס נאטורלעך 'פליען' זיי ארויס. (מיר ריפען עס 'נאטורלעך' ווייל מען קען עס בעז"ה טוישן ווי מיר וועלן זעהן בעז"ה שפעטער)

דער ''פילטער'' וואס איז אין א יעדענ'ס מח וואס שאצט אפ און מאכט באשליסן און החלטות, איז ביי עם שוואכער דרייווענדיג אזוי שנעל. דאס מאכט עם מער איבערגעאיילט און צופלויגן. און ברענגט עם צו זיין אומפולסיוו.

זיין שנעלער מח קען זיך אריינטוען און פארטיפט זיך אין עפעס וואס איז עם אינטערגעקומען און פארגעסט אינגאנצן צו טראכטן פון וואס ער האט געפלאנט צו טון יעצט. אדער וואס קומט נעקסט מיט אזא שנעלע' ספיד' איז נאטורלעך שווערער אינמיטן 'פארן' זיך אפצושטעלן טראכטן מיט ישוב הדעת און באשלוסן צו ער זאל יא טון די געוואוסע זאך אדער נישט. .

די זעלבע איינגשאפטן קענען געניצט ווערן פאר הצלחה. מיטן שנעלען מח און שוואכן פילטער וואס מאכט זיי טראכטן 100 זאכן אויפאמאל, ספעציעליזירן זיי זיך אויף געביטן וואו עס פאדערט זיך צו טראכטן אין פארשידענע ריכטונגען און זיך שנעל אריענטירן, ווי מחדש זיין חידושים, און להבדיל אין ביזנעס, וכדומה. פארשטייט זיך אז זיי דארפן נעמען אין חשבון אז זייער געניאלן בייפאל און געדאנק איז טאקע עם בייגעפאלן ווייל זיין שנעל פארנדע מח האט געוואנדערט ערגעץ ווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן. און אפט דארף מען איבערקוקן צו דער פלאן איז געאייגנט אויף למעשה.

פון דא קומען אזוי אפט די בליציגע געדאנקען און בייפאלן צום שנעלןADD מח. א מענטש 'פלאנט' נישט אויס א בייפאל. בליציגע נייע אויסטרעפונגען קומען אומצוגעגרייט. דאס מיינט אז עס איז אומפולסיוו, די רעזולטאטן פון א נישט פאראויס געפלאנטע פלאן פון א געדאנק. ווי די געדאנקען וואס פארפארן ערגעצווי אוועק ביי שמונה עשרה... אומגעפלאנט. אזא פאזע איז ווי ADDערס געפינען זיך א גאנצן צייט. זייער שנעלער מח איז נישט דא נישט דארט און נישט ערגעצוואו, נאר ענדערש דא 'און' דארט, נישט אויף איין פלאץ ערגעצוואו נאר 'איבעראל'. מ'שווימט ארום מיט די געדאנקען, עס פליעט ארום אומפולסיוו, געבנדיג פלאץ פאר נייע אומפאראויסגעזעענע געדאנקען אריינצופליען.

צווייטנס, א מענטש מיט ADD, ווען ער זעהט, הערט, אדער כאפט אויף א געדאנק, א בילד, א מענטשנ'ס פנים אדער א שאלה לייגט ער עס נישט גראד אריין אין מח אויף זיין 'פלאץ'. ער ווייסט ניטאמאל ווי דער פלאץ איז... ממילא למשל ווען ער זעצט זיך אראפ צו באצאלן די וואסער ביל, לויפט זיין שנעלער מח גלייך צו די דאגות וועגן זיין געפלאנטע טריפ מיט די קינדער צו כאפן פיש ביים וואסער, און די נעקסטע זאך ווייסט איר שוין איז די 'איינפאל' פאר א נייעם "אויסטרעף" וויאזוי צו מאכן א נעץ פארן פיש פאנג. אזא געדאנקען גאנג איז אויסגעשטעלט צו ווערן צומישט אדער אוועקפארן פון זאכן וואס מען האלט אינמיטן טון – עס איז אבער אפט די שליסל צו די 'בעקעריי' פון געדאנקען וואס קען ברענגען גוטע בייפאלן און לעזונגען. מיט אזא שנעלן 'ספיד' קומען ADD מענטשן אפט אן ווייטער און טיפער דארט וואו סתם מענטשן האבן נאכנישט אין טיפן חלו-ם איבערגעטרעטן.

א דריטער עלעמענט וואס ברענגט מענטשן מיט ADD צו זייער אייגנארטיגע וועג פון טראכטן און זייערע בייפעלער איז די אפט פארזעענע מעגליכקייט וואס זיי האבן. דאס איז זייער מער ווי געווענליך טיפע-קאנצעטראציע אין טייל צייטן. ווי מיר האבן שוין געשריבן איז ADD 'אטענשן דעפיציט'(חסרון אין קאנצעטראציע) א לאו דווקה'דיגן נאמען. ס'איז די רעדע פון 'אטענשאן אינקאנסיסטענט' (אומ-אנהאלטענדיג). כאטש ס'איז אמת אז דער ADD מח וואנדערט ארום ווען ער איז נישט 'אריינגעטוען', איז אבער די מעשה אז דערADD מח פארטיפט זיך אסאך שנעלער און טיפער ווען עפעס "כאפט עם". א קינד מיט ADD קען זיצן פאר שעות צוגענאגלט צוזאמצושטעלן א עראפלאן שפילצייג. אן ערוואקסענער ADDער קען ארבעטן מיט אן אייזערנעם טיפען קאנצעטראציע ווען ער שטייט פארנט פון א 'דעדליין'. אדער ביים ווערן איבערגענימען מיט א געוואוסן פראיעקט וואס איז עם צום הארצן און קען עס ענדיגן אין א צענטל צייט וואס אנדערע וואלטן געדארפט דערצו.

די דאזיגע מעגליכקייט פאר טיפע-קאנצעטראציע הייצט אן טיפער אין די קעמערלעך פון מח. "מים עמוקים עצה בלב איש" (משלי) ווי אין די טיפענישן פון וואסער, וואס טיפער אלס מער סודות און נייע בעשעפענישן און פלאנצונגען ליגן דארט באדעקט. דאס געבט אויך צו פארשטיין פארוואס ס'איז עם שווערער 'אראפצוקומען' ווען ער האלט אינמיטן טון עפעס וואס ער גלייכט, און פארן נישט הערן וואס מ'רעדט צו עם ווען ער איז קאנצעטרירט אין 'זיין' ביכל אדער פראיעקט.

א פערטע יסוד פאר זיינע בייפאלן און געדאנקען איז וואס עס רופט זיך "הייפער-אקטיוו מח" פון א א.ד.ד. געדאנקענגאנג. א נאנטער 'קרוב' צו די טראדיציאנאלע סימפטאם פון הייפער-אקטיוועטי וואס איז מער מצוי טאקע ביי מענטשן מיט א.ד.ד. אבער אלע מיט ADD זענען מענטשן וואס רעאגירן גלייך צוריק. אפילו ווען זיי זענען אויסערליך רואיג און מסודר, האבן זיי געווענליך אינערליך רעאגירט צו וואס זיי האבן יעצט געזעהן אדער געהערט, זיי נעמען די שטיקל אינפארמאציע און ריקן עס ארום דארט, שטופענדיג אריבער די מחשבה אדורך זייער עמאנאציאלע צו זיי זאלן עס אננעמען אדער עס אפשלאגן, אבער אייביג רעאגירן זיי מיט א ענטפער, א מיינונג. אזא הייפער אקטיווע ארבעט פארמערט בייפאלן ווייל זיין מח ארבעט אויף דעם נייעם אינפארמאציע ברענגענדיג שאנסן פאר עס ארומטוישן און אויפברענגען נייע זאכן ארום דעם.

די קונץ פאר מענטשן מיט א.ד.ד. איז צו צוימען די דאזיגע איינגשאפטן פראדאקטיוו . א.ד.ד. איז נישט קיין תירוץ צו לאזן זאכן וויאזוי ס'איז ווייל דאס קינד" איז דאך נישט שילדיג". פארקערט עס פעלט אויס א פעסטן אייגענארטיגען חינוך אויסצולערנען דעם קינד וויאזוי זיך צו היטן פון פארלוירן ווערן אין א שווערע מיניט און פארמיידן פון אריינפאלן און א 'ספין' ווי ער טראכט נישט וואס ער טוט. ווען א מענטש גייט אויף א נאסע פאדלאגע און ווייסט אז ''ס'איז גליטשיג', ווייסט ער פון וואס זיך אכטונג צו געבן צו קענען ארויסקומען מיט גאנצע ביינער. . מען דארף עם ווייזן די פעלער ווי עס קען עם מעגליך ווערן "גליטשיג" און וויאזוי מען דארף זיך פירן זיך נישט אויסגליטשן.
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

גענומען פון "א שטולע בחור
א באהאלטענע מתנה
אריינפיר

מיט עטליכע יאר צוריק האב איך זיך אפגעגעבן מיט א בחור'ל וואס האט געהאט פראבלעמען מיט'ן לערנען. אין איינעם פון די טעג האב איך באזוכט מיט'ן תלמיד מיינעם ביי א חשוב'ן ראש ישיבה, א מומחה אין די ענינים. ווען מיר האבן געענדיגט באהאנדלען די שוועריקייטן פון דעם בחור, האט דער ראש ישיבה אים געבעטן צו ווארטן אינדרויסן ווייל ער וויל רעדן מיט מיר פריוואט א פאר מינוט. איך בין געווען זיכער אז ער וויל מיר זאגן עפעס איבער'ן בחור וואס ער וויל נישט אז דער מדובר זאל הערן, אבער צו מיין שטוינונג האט ער אנגעהויבן רעדן איבער גאנץ אן אנדער נושא. א נושא איבער וועלכן איך האב קוים געהערט ביז דאן, און אודאי נישט גע'חלומ'ט אז עס האט מיט מיר א שייכות. דער שמועס האט געטוישט מיין לעבן אויף אייביג.

"איך וויל דיר עפעס זאגן," האט דער ראש ישיבה ליבליך אנגעהויבן. "פארהאן מענטשן וואס זענען מער אימפולסיוו ווי געווענליך. זיי האבן א נאטורליכער, אינערליכער שטופ צו זאגן אדער טון זאכן נישט איבערגעטראכט, נאר לויט וואס קומט זיי אויפ'ן געדאנק אויף דער רגע. די מענטשן זענען געווענליך פול מיט ענערגיע און חיות, נאר זיי ווייסן נישט ווי אזוי עס צו באלאנסירן מיט ישוב הדעת. ווען ס'פאלט זיי איין צו טון אדער זאגן עפעס, שפירן זיי אז ס'מוז 'שוין' אויסגעפירט ווערן.

"אזעלכע מענטשן פאר'חלום'ען זיך אפט און ווערן פארזונקען אין א קייט פון מחשבות איבער אלץ און איבער גארנישט. זיי האבן שוועריקייטן זיך צו קאנצענטרירן אויף איין ענין, טראכטן רואיג איבער א נושא און צולייגן קאפ. אויב זיי שטרענגען זיך נישט ספעציעל אן, וואנדערט דער מח אוועק פון דער נושא. ווער רעדט נאך אויב עס זענען דא דרויסנדיגע שטערונגען, דאן איז זיי ממש אוממעגליך זיך צו קאנצענטרירן.

"די מענטשן קענען זיין זייער קלוג," האט דער ראש ישיבה פארגעזעצט. "אפטמאל זענען זיי פיל מער טאלאנטפול ווי דורכשניטליך, ווייל די סארט אייגנשאפטן, אן ענערגישער מח און א מעגליכקייט צו גיין פון איין זאך צו דער צווייטער אן א שטער, קומען האנט אין האנט מיט נוצליכע כשרונות און אריגינעלער שעפערישקייט. דער פראבלעם איז נאר אז ווען עס קומט צו סיטואציעס וואו עס פארלאנגט זיך א נאכאנאנדיגע קאנצענטראציע, אדער א רואיגע, געלאסענע קאפ, ווערן זיי אינגאנצן פארלוירן.

"די גוטע נייעס איז," האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט, "אז היינט הערשט א ברייטער פארשטאנד דערוועגן ביי עקספערטן. אין דער פראפעסיאנעלע וועלט ווערט עס אנגערופן 'אטענטשאן דעפיציט דיסארדער' (מאנגל אנצוהאלטן קאנצענטראציע), אין ראשי תיבות ADD (אדער ADHD), און ס'איז דא הילף פאר די מענטשן זיך צו ספראווען מיט זייערע שוועריקייטן און ארויסברענגען דעם מאקסימום דורך זייערע אייגנארטיגע כשרונות."

בשעת דער ראש ישיבה האט אויסגע'משל'ט די אייגנשאפטן בין איך ממש אונטערגעשפרונגען פון מיין בענקל. אהא! הייסט עס אז ס'איז דא א נאמען פאר די פראבלעמען מיט וועלכע איך מוטשע זיך שוין איבער דרייסיג יאר!

דער ערפארענער מחנך האט קענטיג דערשמעקט אויף מיר אז איך בין מעגליך נאך איינער פון די טויזנטער א.ד.ד. ליידנדע. מען האט נישט געדארפט זיין קיין גרויסער עקספערט צו זען אז איך האב אומגעהויערע שוועריקייטן זיך צו האלטן רואיג און קאנצענטרירן מיין מח אויף וואס מען רעדט. בשעת ער אדער דער בחור האט גערעדט, האב איך זיי כסדר איבערגעהאקט, און רוב מאל איז עס געווען לאו דוקא מענין לענין באותו ענין... ווען ער האט מיר יעצט געפרעגט צווישן פיר אויגן פשט דערפון, האב איך זיך אויסגערעדט צו אים איבער מיין שטענדיגער אומגעדולד אויסצוהערן א צווייטן און לאזן יענעם אויסרעדן. און אויף דעם איז געקומען די לענגערע ערקלערונג, וואס איז שפעטער באשטעטיגט געווארן דורך דאקטוירים.

דאס איז שוין אן אלטע מעשה. פון ווען איך בין געווען א יונג קינד האב איך גענאסן פון א גוטער שטאנד אין כתה, זייענדיג פון די מצוינים ביים לערנען. איך בין אויך געווען באוואוסט מיט מיינע ווילדע שטיקעס, וועלכע האבן מיר קונה געווען אלע סארטן שאנד טיטלען ביי מיינע מחנכים און באקאנטע. איך האב שוין דאן געשפירט אז מיין מח ארבעט צו האסטיג און ווערט אויך שנעלער געשטערט. איך האב ליב געהאט צו ארבעטן פלייסיג און אויפטון אויפ'ן מאמענט, אבער איך האב זיך שווער געקענט האלטן רואיג אין אן אנגעשטרענגטע צייט. איך פלעג ווערן גאר שנעל לאנגווייליג. ווארטן אין א רייע אדער זיך האלטן רואיג ווען א צווייטער האט שוועריקייטן צוצוקומען צום ווארט איז מיר געווען אן אפקומעניש. איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן פון זאגן וואס איך טראכט אויף דער סעקונדע.

מער ווי אלעס האט מיר געשטערט אין טאג טעגליכן לעבן דער איבערפלוס פון ענערגיע. איך האב געפילט ווי דאס לעבן לויפט אן קאנטראל, ווי א פערד אין ווילדן גאלאפ. איך האב זיך געשפירט ווי געטריבן פון אן אינערליכער כח וואס האט מיר נישט געלאזט אויספירן מיינע אויפגאבן רואיג און שטיל. איך האב געהאט אן אומגעהויערער חשק צו נייע זאכן, א התלהבות צו געניאלע איינפאלן, א דראנג פאר אוואנטורעס, און איבערוועלטיגנדע געפילן ביי איבערראשנדע אדער שווערע פאסירונגען אין לעבן.

מיינע נאטורן זענען מיר געווען א טאג טעגליכער שטער. איך האב זיך כסדר פארפלאנטערט אין אומאיבערגעטראכטע באמערקונגען וואס האבן מיר נישט געשאפן קיין כבוד. זיצנדיג מיט משפחה, האב איך געקענט אריינהאקן מיט עפעס וואס האט נישט קיין שום שייכות צום שמועס. ענדיגן אן אויפגאבע ביז'ן סוף, אדער מסדר זיין די צעפלויגענע ווירטשאפט אינדערהיים אדער ביי דער ארבעט, איז מיר געווען ביטער שווער. איך האב זיך אזוי אפט געפילט שלימזל'דיג, נאריש, אומגעלונגען אדער נאך ערגער, נישט וויסנדיג פארוואס.

דער גאנצער פאזל האט זיך יעצט צאמגעשטעלט. ווען איך האב דערהערט אז מיין פארגעסליכקייט און פארשפעטיגונגען זענען נישט צוליב אומ'אחריות'דיגקייט און אז מיינע איבערגעאיילטע שריט און אומבאלומפערטע באמערקונגען קומען נישט פון גאוה אדער טפשות, און פארשטאנען פון וואו דער פראבלעם נעמט זיך און אז מען קען עס באהאנדלען, האב איך ענדליך געקענט ארויסשלעפן מיין זעקל שולד געפילן וואס איך האב געהאלטן פארשטופט אין הארץ זינט מיין יוגנט און כסדר אנגעפילט, און איך האב אנגעפאנגען זיך אליין מוחל צו זיין מיינע 'עבירות', זיך פארגעבן אויף זאכן אויף וואס איך האב כסדר פארגאסן מיין אייגן בלוט ביז איך האב פארלוירן יעדעס ביסל זעלבסטשאץ און זעלבסטווירדע. ווי מער איך האב געלערנט איבער דער נושא, אלץ מער האב איך געשפירט ווי מיין לעבן ווערט צוריקגעשטעלט אויף די ריכטיגע רעלסן.


ADHD מה זה?
א.ד.ד. ווערט דיאגנאזירט דורך דריי הויפט סימפטאמען:
1. אימפולסיווקייט – טון זאכן ספאָנטאַן, אן אריינטראכטן. איידער מען קען איבערקלערן אויב עס לוינט זיך אדער נישט, איז שוין לאחר המעשה. דער רויטער לאמפ וואס יעדער מענטש האט אין מח זיך אפצושטעלן א וויילע פאר'ן טון עפעס איז ביי זיי האלב אויסגעלאשן. זיי זענען דעריבער מער עלול צו באגיין טעותים, זאגן אומריכטיגע ווערטער, און טון זאכן וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געטון נאכ'ן טראכטן א רגע.
2. קאנצענטראציע. א.ד.ד. ליידנדע האבן פון איין זייט א קורצער כח הריכוז, וואס מאכט זיי שווער זיך צו קאנצענטרירן אויף זייער ארבעט במשך א לענגערע צייט. זייער מח וואנדערט כסדר מענין לענין שלא באותו ענין. זיי כאפן אויף אלעס וואס טוט זיך ארום זיי, און זייער קאנצענטראציע ווערט שנעלער געשטערט פון דרויסנדיגע זאכן. דאס ברענגט אפטמאל א פארטראכטקייט און פארשלאפנקייט.
פון די צווייטער זייט, ווען עס געלונגט זיי יא זיך צו קאנצענטרירן, איז זיי שווער צו טוישן פון איין זאך צום צווייטן. ווען עפעס אינטערעסירט זיי זייער שטארק, ווי א בוך אדער באליבטער פראיעקט, פארטיפן זיי זיך דערין מיט א גאר שטארקע קאנצענטראציע און הערן בכלל נישט וואס עס טוט זיך ארום זיי.
3. אומרואיגקייט – שוועריקייטן איינצוזיצן און זיך שפירן רואיג אן דעם וואס דער מח זאל ארבעטן ווי אויף שרויפן. ביי פרויען איז די אומרואיגקייט געווענליך נאר אין מח, אבער מענער קענען פאקטיש זיין הייפער-אקטיוו און איבערגעפילט מיט ענערגיע. דאס שטופט זיי צו טון עפעס, ווי באטאפן אלעס וואס זיי זעען, שאקלען מיט די פיס אדער פויקן אויפ'ן טיש, און קען אויך ברענגען שלאפלאזיגקייט.
א.ד.ד. איז ווי פירן א שנעלע קאר וואס מען קען נישט אפשטעלן. צומאל ווערט די קאר איבערגעהיצט פון פארן אזוי שנעל, עס נעמט זיך דרייען און דעם דרייווער שווינדלט אין מח, אבער אן קאנטראל אויפ'ן ברעיק איז כמעט אוממעגליך צו פארמיידן אן עקסידענט.

א.ד.ד. ליידנדע פארמאגן געווענליך טייל אדער אלע פון די פאלגנדע שטריכן:
מעלות:
* אסאך טאלאנטן (געווענליך באהאלטן, אדער נישט אויסגענוצט, ביז'ן געוואויר ווערן וועגן א.ד.ד. און עס אדרעסירן).
* אריגינעלקייט, אייגנארטיגע חידושים און בליציגע איינפאלן.
* א חוש פאר הומאר.
* א שפע פון ענערגיע – גרייט אריינצולייגן מער כוחות צו עררייכן עפעס וואס זיי ווילן שטארק.
* גוטהארציגקייט און ווארעמקייט - זייער צוגעבונדן צו זייערע נאנטע.
* עמפינדליכקייט (סענסיטיוו).
* געטריישאפט.
* ענטוזיאזם - התלהבות אין זאכן וואס אינטערעסירן זיי שטארק.
* הויכע שאיפות.
* געוואגטקייט.
* צוטרוי.
* נוח לרצות - גרינג מוחל אויף עוולות.
* א טיפערער בליק אויפ'ן לעבן בכלליות.
* כאפן זיך שנעל צוריק נאך א דורכפאל.

(---)

די שטאפלען פון באהאנדלונג
ווען מען ווערט דיאגנאזירט מיט א.ד.ד., דארף מען נעמען אין באטראכט אלע מעגליכע באהאנדלונגען. מעדיצין אדער אן אנדער איינצלנער שריט איז געווענליך נישט גענוג. וויבאלד א.ד.ד. ווערט נישט אויסגעהיילט און פארשוואונדן, נאר דארף כסדר באגלייט ווערן מיט'ן ריכטיגן פארשטאנד, איז כדאי איינצוטיילן דעם באהאנדלונג פלאן אין באזונדערע שטאפלען, ווי פאלגנד:

1. דיאגנאזע. דאס ערשטע און וויכטיגסטע איז א גרינטליכע דיאגנאזע וואס באצייכנט גענוי די שוואכקייטן און נאטורן פון דעם באטרעפנדן. דער ליידנדער האט שוין מעגליך לאנג פארגעסן אז ער האט עפעס גוטס אין זיך, און צומאל פארלוירן האפנונג מצליח צו זיין אין לעבן. ער איז שוין זאט פון דורכגעפאלענע הייל-מיטלען און אונטערנעמונגען. די בשורה אז זיינע שוועריקייטן האבן א טיפערער גורם בלאזט אריין א פרישע חיות און האפנונג אין דעם צובראכענעם נפש. מען דארף זיכער מאכן ביי פראפעסיאנעלן אז די דיאגנאזע איז ריכטיג און פולקאם, דהיינו, עס נעמט אריין אויך אנדערע מעגליכע פראבלעמען אינעם בילד. די דיאגנאזע דארף אויך באטראכטן די באגראבענע טאלאנטן און פאטענציעלע שטארקייטן, וואס איז פון די וויכטיגסטע תנאים צו אן ערפאלגרייכע באהאנדלונג.

וויבאלד איר ווייסט אז דאס איז א.ד.ד., זייט משלים דערמיט און נעמט זיך ארבעטן למעשה. זיך באשולדיגן און קריטיקירן איז סם המות. הקב"ה האט אייך געגעבן דעם נסיון און די כוחות זיך צו שטארקן דערויף, און מיט אפטימיזם און די ריכטיגע הילף וועט איר עס בעז"ה צום סוף אויסנוצן צום גוטן.

2. וקנה לך חבר. עס איז וויכטיג צו האבן א נאנטער קשר מיט א פארשטענדליכער חבר אדער מורה דרך אויסצוהערן, ווייזן מיטגעפיל און פארשטענדעניש, און מחזק זיין דורכאויס דעם פראצעדור. אויב יענער קען נאך ארויסהעלפן בארואיגן און אויסקלארן די ברויזנדע געפילן און מחשבות, שפירט מען זיך נישט אזוי אליין און פארלוירן. עס איז וויכטיג צו האבן א מענטש וואס וועט אייך מוטיגן צו פרובירן נייע זאכן און זוכן לימודים און באשעפטיגונגען צו וועלכע איר האט א געפיל, כדי איר זאלט קענען אויסנוצן די טאלאנטן. א פראפעסיאנעלער טעראפיסט איז צומאל דער בעסטער קאנדידאט פאר אן ערוואקסענעם. און אודאי זאל מען נישט פארגעסן פון דעם טאטן אין הימל צו וועמען מען קען זיך שטענדיג אויסגיסן דאס הארץ.

פאר קינדער דארף מען אפטמאל דינגען א פריוואטער מלמד וואס זאל זיין ווארעם און צוגעלאזן, צו וועמען דאס קינד זאל זיך קענען פריי אויסדריקן. אבער דאס וויכטיגסטע פאר'ן קינד איז געטרייע, ליבליכע עלטערן. קינדער מיט א.ד.ד., ווי קלוג זיי זאלן נאר זיין, כאפן נישט אויף די אנגענומענע געזעלשאפטליכע כללים. די אויפגאבע ליגט אויף די עלטערן דאס אויסצולערנען מיט געדולד און פעסטקייט.
4. לערנען. צו באהאנדלען א.ד.ד. דארף מען זיך אויסלערנען ווי אזוי צוצופאסן די אייגענע נאטורן צום טאג טעגליכן לעבן. וואס מער מען לערנט און מען ליינט איבער א.ד.ד. און ווי אזוי עס ווירקט אויפ'ן לעבן, אלץ מער קען מען באזייטיגן די שטערונגען צו א נארמאל לעבן.
5. מהלך החיים. זעט אויסצושטעלן אייער לעבן אזוי אז די א.ד.ד. זאל האבן די קלענסטע ווירקונג אויפ'ן סדר היום, אין חדר, אין כולל, אדער ביי דער ארבעט. נוצט די פאלגנדע געדאנקען און עצות, און זוכט אייגענע מהלכים אויסצושטעלן דעם טאג לויט אייערע כשרונות.
6. מעדיצין. ווען מעדיצין איז נויטיג - און נאר דאן - קען עס ברענגען בעז"ה וואונדערליכע רעזולטאטן. שוינט נישט קיין צייט צו זוכן א גוטער דאקטאר צו דיאגנאזירן און צופאסן די ריכטיגע מעדיצין.

עצות און הדרכה פאר ערוואקסענע
עס זענען פארהאן גאר וויכטיגע שינויים וואס א.ד.ד. באטרעפנדע מוזן מאכן אין זייער לעבן נאכדעם וואס זיי ווערן דיאגנאזירט:
* שלאפן. א.ד.ד. ליידנדע מוזן זיין גוט אויסגערוט צו פארמינערן די סימפטאמען, אבער רוב באקומען נישט גענוג שלאף. זיי בלייבן אויף צו שפעט צו ענדיגן דאס אומגעענדיגטע. אפילו געווענליכע מענטשן קענען ליידן פון א.ד.ד. סימפטאמען אויב זיי שלאפן זיך נישט גוט אויס. אפטמאל האבן א.ד.ד. ליידנדע שלאף פראבלעמען און מען דארף זיך ווענדן צו שלאף ספעציאליסטן.
* דיעטע. א באלאנסירטע דיעטע מיט ווייניג צוקער און סטארטש און מער פראטעין קען שטארק העלפן צו שטעלן דעם לעבן אויף די ריכטיגע רעלסן. צומאל איז דאס וויכטיגער ווי מעדיצין. פראטעין איז א וויכטיגער קוואל פון שפייז פאר'ן מח, און ווען מען עסט נישט געהעריג ווערט מען פון דעם אליין אומרואיג און אומפולסיוו. אמעגא 3 פיש אויל איז אויך בדוק ומנוסה פאר א.ד.ד., בעת שפייז פארב, עםעסדזשי, און אנדערע כעמיקאלן זענען סם פאר דעם.
* איבונגען. טעגליכע עקסערסייז איז א נאטורליכע מעדיצין פאר א.ד.ד. עס באלאנסירט די פראדוקציע פון די גינסטיגע כעמיקאלן אין מח. אפילו א פופצן מינוטיגער שפאציר א טאג קען אסאך ארויסהעלפן.
* סדר היום. א טעגליכער רוטין מיט'ן זעלבן סדר יעדן טאג פארמיידט צופלויגנקייט און צומישעניש. גיבט אכטונג נישט איבערצופילן דעם סדר היום, און זיך רעכענען מיט די שוואכקייטן פון א.ד.ד., ווי פארשלעפטקייט און לאנגווייליגקייט.
* חברותא. רוב א.ד.ד. ליידנדע – ריכטיגער, רוב מענטשן היינט –האבן נישט גענוג פאזיטיווע באציאונגען מיט מענטשן, א גוט ווארט, א שמייכל, א שטיקל חיזוק. דאס איז ספעציעל וויכטיג פאר א.ד.ד. ליידנדע וואס דארפן זיך ספראווען יעדן טאג מיט אזויפיל קריטיק און דערמאנונגען פון אנדערע. צו באקומען פאזיטיווע באמערקונגען, גיבט עס פאר יענעם. כמים הפנים לפנים כן לב האדם. ווען מען זוכט מעלות חברינו ולא חסרונם, קומט די געוואונטשענע רעאקציע אויף צוריק.
* טאגבוך. שרייבן קען ברענגען וואונדערבארע רעזולטאטן, אבער נישט יעדער קען עס טון, און אודאי נישט אן א שטארקער רצון אדער חיזוק פון אנדערע. דאס פאדערט צו גיין קעגן די נאטורן פון אומגעדולד און פארלוירנקייט, אבער נאך א צייט זעט מען בחוש ווי עס קלארט אויס די קאפ. זעצט זיך אראפ איינמאל א טאג, פארמיידט אלע שטערונגען, און שרייבט אפ אלעס וואס קומט אויפ'ן געדאנק במשך א שעה אין א צי: וואס איר האט געטון דעם טאג, די דורכפאלן און הצלחות, וואס איר האט געטון ריכטיג און וואס איר וואלט געטון אנדערש, און ווי אזוי איר ווילט זיך פארבעסערן אויף להבא. דאס צאמנעמען די מחשבות און אראפשרייבן ערפילט אסאך אויפגאבעס אין מח וואס פעלן פאר'ן א.ד.ד. ליידנדן.
ADHD ביי דער ארבעט

די קללה פון בזיעת אפיך תאכל לחם איז טיילווייז פארגרינגערט געווארן היינטיגע צייטן, אבער פאר'ן א.ד.ד. ליידנדן איז צו זיצן אין אפיס אריינגעטון אין דער ארבעט שעות ארוכות אין א צי שווערער ווי עבודת פרך. פאלגנד זענען עטליכע עצות וואס קענען ארויסהעלפן:

* קאנצענטראציע. שטעלט אויס דעם סדר היום לויט אייערע געברויכן. מאכט די נויטיגע הפסקות, ווי עסן, דאווענען מנחה אד"ג אינמיטן דער ארבעט, נישט פאר אדער נאך דער ארבעט. בכלל איז גוט בערך יעדע שעה צו נעמען א גלעזל וואסער אדער כאפן א קורצער שפאציר. בכלל איז גוט, ברוחניות ובגשמיות, צו פארמינערן די צייט אויף עלעקטראנישע כלים ווי ווייט מעגליך. בארואיגונגס מיטלען, ווי איינאטעמען טיף, קענען אויך צוהעלפן צו דער קאנצענטראציע.

* סדר. געוואוינט זיך צו מאכן יעדן צופרי א ליסטע פון אויפגאבעס און דערנאך אויספירן. אבער זייט רעאליסטיש. אלעס נעמט צייט! פארגרינגערט זיך מיט פראקטישע עצות און פראדוקטן, ווי פאלדערס, האלטערס אד"ג. געוואוינט זיך צו לייגן חפצים אויפ'ן זעלבן פלאץ יעדן טאג, צ"ב אויפהענגען דעם מאנטל יעדן טאג אין ביהמ"ד אויף איין באשטימטן הענגער. פארצייכנט אלע אפוינטמענטס אין א לוח, שטעלט אן א זייגער צו דערמאנען, אא"וו.

* רואיגקייט. זוכט צו פארמינערן אלע שטערונגען, ווי ארומיגע מענטשן אדער גערודער פון מאשינען, וואס קענען אייך גענצליך אויסשאלטערן פון דער ארבעט אזוי אז איר פארגעסט וואס איר האט צו טון. איידער איר הייבט אן ארבעטן, פארמאכט די טיר, לעשט אויס מוזיק (ספעציעל מיט ווערטער), פארלעשט דעם סעלפאן, און באשטימט א צייט ווען איר וועט צוריקרופן די וואס האבן אייך געקאלט. אין אזא "שטער-פרייע זאנע” קען מען אויפטוען טאפלט ווי געווענליך. טוט עס אפילו נאר איין שעה אין טאג.

* צילן. א.ד.ד. ליידנדע פירן אויס זייער ארבעט אמבעסטן ווען זיי שטעלן פאר זיך א ציל און דעדליין. זעט צו מאכן רעאליסטישע, קורץ-טערמיניגע צילן און שטרענגט זיך אן עס צו דערגרייכן. דאס וועט אייך מוטיגן צו שטייגן ווייטער. צוטיילט א גרויסער פלאן אין קלענערע טיילן כדי נישט צו פארלירן די קאנצענטראציע און געדולד אינמיטן. פלאנט נישט אויף דער ווייטער צוקונפט, נאר מאכט א ציל וואס איר ווילט אויספירן די וואך. ביים דערגרייכן, שטעלט א נייער ציל אויף דער קומענדיגער וואך. צ"ב, אנשטאט א גרויסארטיגער פלאן אוועקצולייגן 10,000$ א יאר, מאכט א ציל אוועקצולייגן 200$ יעדע וואך און לייגט עס אויף דער ליסטע פון וועכנטליכע פראיעקטן. אפילו פאר יעדן טאג באזונדער איז וויכטיג צו צוטיילן די אויפגאבעס אויף באשטימטע צייטן און טון נאר איין זאך אויפאמאל. נוצט א וועקזייגער צו דערמאנען ווען מען דארף גיין ווייטער.

* דעלעגירט קלייניקייטן. אויב מעגליך, נעמט אויף א מענטש וואס זאל טון די לאנגווייליגע ארבעט, ווי באהאנדלען בילס, חשבונות, מסדר זיין דעם אפיס, אד"ג. א שאד צו ווידמען אייער קאנצענטראציע פאר די קלייניקייטן ווען איר דארפט עס פאר וויכטיגערע געשעפטן.

* באשטימט צייט פאר פאסט און אי-מעילס. מען קען זיך אריינטון אין איין בריוו און אינגאנצן פארגעסן וואס מען האט צו טון. באשטימט א צייט צו באהאנדלען פאסט, מעסעדשעס אדער אי-מעילס וואס קענען ווארטן. איר קענט באשטימען א צייט וואס ענדיגט זיך אויטאמאטיש, צב"ש מען פארשפארט דעם בנין, אדער די באס קומט אן.

* עשה לך רב וקנה לך חבר. אויב שייך, זאל מען ארבעטן מיט א מסודר'דיגן און פונקטליכן פארוואלטער אדער מיטארבעטער וואס זאל אייך באגלייטן דורכאויס א פראיעקט פון אנהייב ביז'ן סוף.

* אנערקענט אייערע כשרונות. דער בעסטער וועג צו הצלחה איז צו ארבעטן מיט די אייגענע ג-ט-געבענטשטע טאלאנטן, און נישט זוכן אנצוקומען וואו מען קען נישט. דערגייט און אנטוויקלט אייערע פעאיגקייטן און טוט דאס וואס איז דאס בעסטע פאר אייער תכונת הנפש. א.ד.ד. ליידנדע האבן גענוג שוועריקייטן זיך צו האלטן ביי וואס זיי טוען ביז'ן סוף; צו טון עפעס וואס רעדט נישט צו זייער נפש, איז פאר זיי אומדערטרעגליך. וויבאלד זיי טרעפן אבער עפעס וואס זיי האבן יא א געפיל דערצו, ווערן זיי ענטוזיאסטיש און לעבהאפטיג און קענען ווייזן וואונדער מיט זייערע געוואלדיגע כוחות.

טובים השנים

ווי דערמאנט, איז א.ד.ד. א גרויסע מעלה און א גרויסער חסרון ביים גרינדן ביזנעסער און מוסדות. זייער ענערגיע, קוראזש, און מעגליכקייט צו טראכטן אויסער די גרעניצן ברענגט זיי א שטארקע הצלחה ביים עפענען א נייע ביזנעס, אבער גאנץ אפט טרעפן זיי זיך אין פראבלעמען. די קייט ציט זיך בערך אזוי:

1. דער באטרעפנדער קומט אויף מיט א גלענצנדער איינפאל, און ווארפט זיך אריין דערין עס אויסצופירן. די ביזנעס הייבט אן וואקסן.

2. נאך א יאר-צוויי דערגרייכט די ביזנעס א שטאפל וואו דער גרינדער דארף טוישן זיינע פליכטן. אנשטאט צו נוצן זיינע שעפערישע טאלאנטן צו שפרינגען, בויען, און אויפקומען מיט נייע געדאנקען, דארף מען יעצט א פעסטע און פארזיכטיגע האנט צו פירן די ביזנעס על מי מנוחות - כאראקטער שטריכן וואס דער גרינדער פארמאגט נישט.

3. די ביזנעס הייבט אן גליטשן. ארבעטערס ווערן פרוסטרירט ווייל זיי האבן נישט קיין גוטער פארוואלטער און באקומען נישט וואס זיי דארפן, און די פירמע פארט אויף רעדער אנשטאט צו שלאגן ווארצלען.
4. דא גייען רוב קליינע ביזנעסער באנקראט, ווייל דער געניאלער גרינדער קען געווענליך נישט פירן קיין ביזנעס.

עס איז טראגי-קאמיש אז אזויפיל מענטשן מיט די זעלבע נאטורן מאכן דעם זעלבן טעות. זיי זענען צוגעבונדן צו דער ביזנעס וואס זיי האבן אויפגעשטעלט מיט בלוט און שווייס, אבער יעצט דארף מען אויפנעמען א רואיגן, מסודר'דיגן מענטש אנצופירן די טעגליכע ארבעט איידער דער מצב גייט אריין אין כאאס. ווען דער גרינדער מאכט פלאץ פאר א פארוואלטער, בלייבט ער פריי אויסצופירן די אויפגאבעס וואס זענען פאסיג פאר אים: דינען אלס ראטגעבער, שאפן נייע קונדן און פראיעקטן, און פירן די ביזנעס צום נעקסטן שטאפל.

אסאך ביזנעסער זענען מצליח ווען זיי ווערן געגרינדערט און געפירט דורך צוויי שותפים, איינער אן ענערגישער א.ד.ד. טיפ, און דער צווייטער א געלאסענער, פארזיכטיגער טיפ. סדר און חשבון זענען פונקט אזוי וויכטיג ווי טאלאנטן און שעפערישקייט.

ביי א נייעם פראיעקט מוז מען געדענקען אז כדי צו קענען בעז”ה מצליח זיין לאורך ימים טאר מען זיך נישט אליין געטרויען, נאר מען זאל אויפנעמען מענטשן מיט פארקערטע נאטורן און זיי איבערגעבן טייל פון די אויפגאבעס און אויטאריטעט, אפילו מען איז קלוגער, שנעלער, און געלונגענער ווי יענעם. עס איז אפטמאל שווער צו טון, אבער דאס איז למעשה די שליסל צו הצלחה. דאס איז נישט נאר נוגע ביי ביזנעס, נאר ביי יעדער גרויסער אונטערנעמונג איז וויכטיג צו נעמען א שותף וואס זאל האבן א חלק אין פאסן קריטישע באשלוסן.

צו פארמיידן דורכפאלן, ווארט א פולער מעת לעת פאר'ן אויספירן א וויכטיגער באשלוס. אזוי לאנג נעמט געווענליך איינצושטילן דעם אימפולסיוון דראנג. עס איז אפטמאל זייער שווער זיך צוריקצוהאלטן פון צוענדיגן דעם געשעפט, און דער שעפערישער א.ד.ד. מח קומט אויף מיט גאנצע חשבונות פארוואס ס'מוז שוין יעצט ערלעדיגט ווערן און מארגן וועט זיין צו שפעט. לאזט זיך אבער נישט פון אים! שלאפט זיך איבער איידער איר שיקט ארויס דעם בריוו, אדער מאכט דעם קריטישן טעלעפאן רוף, און די רעאליטעט וועט זיך זען פיל קלארער אין דער מארגנדיגער זונשיין. אבער ביים רואיג איבערטראכטן דעם פלאן איבער'ן גלאז קאווע, כאפט מען זיך אפטמאל אז די נעכטיגע החלטה איז נישט געווען צו דער זאך.
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

עי די עידזש די
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 5:50 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עי די עידזש די »

.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4353
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:[א ים מיט רצונות און א אייזערנע קאפ.
אבער "סאמהאוי" .. אייביג אין טראבל, .

דאס איז ע.ד.ה.ד אין איין ווארט.

יא ס'איז שווער.

@נשמה, דיינע תגובות זענען צו טיעף פאר די אפיס. כ'דארף עס ארויספרינטן. א גרויסען דאנק!
ביזט א חידוש, און א געוואלדיגע אפלערנער. כ'ווייס נישט וויפיל אזעלכע טיעפע תגובות דרייען זיך אויף אייוועלט.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

וויאזוי קען מען 'רילעקסן', איינער מיט א עצה? אויזער אלקהאל.
אויך נישט מעדעטאציע און וכו... ווייל כהאב נישט קיין נערווען, איינער עפעס א גרינגע געשמאקע געדאנק?
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

וואו איז געווען דער אשכול פאר פופצן יאהר צוריק?... וואט א דשוירני..
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

עקבי הצאן האט געשריבן:וואו איז געווען דער אשכול פאר פופצן יאהר צוריק?... וואט א דשוירני..

וואט עי דשערני! הרב עקבי הצאן איר זענט פון די ערשטע צו רעדן איבער אדהד דא אויפן וועלטל, אדרבה קומט אריין מיט אביסל הילף עצות חיזוק אינספעראציע עקספיריענס פון די פופצען יאר.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

איך זאל געבן חיזוק? בכל יום יהי' בעיניך כחדשים.. די עידידי נאטור פון טיפע געפילן און ווערן שנעל דיסטרעקטעד קען מען זיך אפט טרעפן ביי סקווער וואן און קוועסטשענען די בעסיקס, הוי דארף מען אנגייענדע חיזוק און תפלה און תקוה און בטחון בכל עת ובכל שעה.

אבער פארשטענדליך אינו דומה פון די יונגערע יארן צו יעצט, די נסיון החיים העלפט א געוואלד צו בס"ד.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:וויאזוי קען מען 'רילעקסן', איינער מיט א עצה? אויזער אלקהאל.
אויך נישט מעדעטאציע און וכו... ווייל כהאב נישט קיין נערווען, איינער עפעס א גרינגע געשמאקע געדאנק?

וואס איך טוה אין אזא פאל איז, איך כאפ א רואיגע דרייוו אויף די שטילע גאסן פון מאנסי, סהעלפט מיר פשוט בארואיגן און רילעקסן.
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4353
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:וויאזוי קען מען 'רילעקסן', איינער מיט א עצה? אויזער אלקהאל.
אויך נישט מעדעטאציע און וכו... ווייל כהאב נישט קיין נערווען, איינער עפעס א גרינגע געשמאקע געדאנק?

מעדיקעישן. ס'ארבעט שוין פאר צענדליגער יארן. נישטא וואס מורא צו האבן.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
ווי לויפט ער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 7:57 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי לויפט ער »

די הארץ רייסט האט געשריבן:
זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:
מען האט זיך גערוקט אביסעלע פאראויס!!!

מען גייט אנהייבן אויף א פריוואטע פארנעם מיט עטליכע ניק'ס, דערנאך וועט מען אריינעמען די איבריגע.
ווער עס וויל זיין אין די נייע פארום, זיין א אקטיווע מיטגליד מיטן שרייבן און שמועסן אויף א וועג וואס ברענגט א תועלת, זאל מיר ביטע שיקן א פריוואטע מעסעדזש.

שטארקע נייעס שכויעך פאר דיין געוואלדיגע ארבעט

נא ווען עפנט מען די קליינע גרופע?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”