קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

נעמט אריין אין קאפ - גט'ן איז נישט געמאכט פאר בהמת, הינטן, קעץ. סאיז דא א גאנצע מסכת מיט גאנצעטע סעיפים וואס רעדן ווען זיך גטן - אין מיינט נישט ווייל סאיז געשען צו אייך אז עפעס פעלט אייך!

די גמרה זאגט שוין אין מסכת סוטה דף ב עמוד אלף
sota.png
sota.png (21.29 KiB) געזען 12140 מאל

אז בזוג "שני" איז לפי מעשיו - לפי מעשיו איז געווענדליך בעססער (כרעד פון עקספירינס) פאר א גוטע זאך דארף מען ווארטן!
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3004
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

מיינע טייערע ברודער.

ווען איינער גיבט חיזוק, די ערשטע מחשבה איז, אוודאי ביסטו מיר מחזק. דו הייבסט נישט אן צו פארשטיין וואס די דורכגאנג מיינט.

ניין! איך ווייס יא. פון גאר נאנט. וועגן דעם וויל איך מחזק זיין.

א גרוש איז איינער וואס דער באשעפער האט געגעבן א שווערע נסיון. ס'איז נישט גרינג. מ'פילט זיך אויסגעשפילט, פארשעמט, אראפגעקוקט, אויסגעקנעטן אין יעדנ'ס מויל.

דער אמת איז, איך קען אינגלעך, בחורים, זיידעס, טאטעס, גרושים און אינגעלייט.
פון די אלע זענען דא געלונגענע מיטשערס. און וואס זענען סוקסעספול דורכגעפאלן.

איך קען וואס האלטן ביי זייער זיווג שני, וואס אינצווישן איז געווען צייטן ווי זיי האבן אויסגעזען דערנאך... למעשה קען איך פון זיי וואס מאכן שוין חתונה קינדער פון די 2טע. הערליכע שטובער אויפגעשטעלט. זייער גאנצע דורכפאל איז דורכגעפאלן. און אזוי פון אינטער ערגעץ נישט, האבן זיך זאכן געשטעלט אין פלאץ. אן קיין בדרך הטבע'דיגע הסבר.

מיינע טייערע ברודער, דער באשעפער טראגט ענקער דאגה'ס גענוי ווי ער טראגט די דאגה'ס פון ענקער חברים, וואס מאכן שמחות כסדר.

עטס זענטס אויסדרוקליך נישט קיין 2טע קלאס מענטשן. עטס זענטס נישט קיין דורכפאל!

פארוואס זאג איך דאס?
ווייל איך ווייס ענקער שווערע צער, איך קען עטליכע גאר נאנט.

ס'איז דא דיינים פון אזאלכע שטובער. און ס'איז דא דיינים וואס זענען אליינס דאס דורך אויף די אייגענע פלייש.
דאס איז נישט קיין לייף סענטענס!

ביז דארט. וויין איך מיט מיט ענק, איך פיל מיט יעדע האלבע/ גאנצע לשון הרע.
אפילו אויב איז א מעשה אמת, וויין איך אויך מיט מיט דיר.
א מענטש טאר נישט מעניש זיין א 2טן, אבער מיטפילן יא.

ווי לאנג דו ווילסט זיין גוט און ביסט ערליך, וויין איך מיט מיט דיר.
אפילו דו האסט יעצט שווערע נסיונות אויף עטליכע פראנטן. איך פארשטיי, דאס איז נסיונות. איך בין דיר נישט דן. דו ווילסט זיין גוט.

איך האלט דיר נישט פאר. איך בין געזיצן מיט מיינע קינדער און געהאט א גוד טיים ביי חנוכה מסיבה. דו ביסט געזיצן און געוויינט דעמאלטס.
אוודאי ביסטו צובראכן. אבער איך פארשטיי דיר. ביסט אויפן זעלבע דרגה מענטש ווי איך. איך קוק ארויס זאלסט אויך זיצן מיט דיינע אלע קינדער און האבן א גוד טיים.

זייטס שטארק.
אמת'ע אמונה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 11:13 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת'ע אמונה »

דער אייבערשטער זאל העלפן, די זאלסט בקרוב ממש טרעפן דיין באשערטע און האבן אזא גליקלעך לעבן, אז די זאלסט אינגאנצן פארגעסן וואס די גייסט יעצט דורך!
מצא טוב
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 4:31 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצא טוב »

איך בין ליידער דורך די מסכת פאר קרוב צו 10 יאר,

איך וויל נישט און קען נישט צוריק טראכטן די ביטערקייט וואס דאס איז געווען, ברוך השם מ'האלט שוין דערנאך,

צו איין זאך בענק איך מיר צוריק, צו די לאנגע שמונה עשרה'ס מיט דמעות שליש,
די אייבערשטער זאל העלפן מ'זאל קיימאל נישט דאווענען פארגיסן די סארט דמעות, נאר דמעות של שמחה,

נוץ אויס די צייט, וויין ביי שמונה עשרה, ווייל קיין איין איינציג טרער פון א ביטערע מצב גייט נישט לאיבוד
מצא טוב
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 4:31 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצא טוב »

איך פעיסט דיר דא אריין, איינע פון די ארטיקלעך וואס איך האב ליידער געשריבן אין יענע ביטערע זמנים,

אפשר וועסטו שעפן חיזוק,

בס"ד
"שב"ק במצבי האיומה"

יום ו' עש"ק לסדר "והנם זועפים" כ"ג לחודש כסליו תשע"ג לפ"ק
מאנכע וועלן זיך וואונדערן, איה"נ אין די סדרה די וואך שטייט טאקע די ווערטער "והנם זועפים" אבער ווי קומט עס אריין ווען מען שטייט ביום ערב "שבת קודש" מען גרייט זיך צום:
באת שבת באת מנוחה (ב"ר י ט)
אות היא ביני וביניכם (שמות לא יג)
לקראת שבת לכו ונלכה כי היא מקור הברכה (לכה דודי)
ויברך אלקים את יום השביעי (בראשית ב ג)
כד עיל שבת איהי אתיחדת ואתפרשת מסטרא אחרא (כגוונא)
מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושבת שמה (שבת י: ביצה ט"ז.)
כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליא ( זוהר יתרו דף פח, א)

עס קומט שבת קודש

אטעמט מען אפ פון א גאנצע וואך,
מ'האט צייט צו טראכטן
מ'האט צייט צו פארברענגען מיט די משפחה,
מ'האט צייט צו מחנך זיין די קינדער,
מער צייט צו אינזין האבן די דאווענען
מ'עסט סעודת שבת וכל מיני מטעמים,
מזינגט זמירות,
הדלקתי נרותי והצעתי מטתי והחלפתי שמלותי לכבוד יום השבת קודש
עונת תלמידי חכמים משבת לשבת,

ווער רעדט נאך פון די שלאפ פרייטאג צו נאכטס, דאס איז דאך מעין עולם הבא בחינת "גן עדן התחתון", מ'קען אריין ציען אוואו בני מלכים, אויפשטיין אין די טאג אריין,
ועל כולם די שלאף שבת נאכמיטאג נאך די טשולענט, דאס איז דאך ממש לעילא ולעילא, דאס איז שוין גאנץ א אנדערע בחינה "גן עדן העליון ממש", מ'פארט ארויף אין די הויכע ספערן, אז עס גייט א רויעך, (א גוי קען דאס ניטאמאל משיג זיין)

איז דאך לכאורה לית טב מיניה, איינמאל א וואך צו האבן א "שבת קודש", ניין? ווי קומט יעצט אריין די "והנם זועפים"

אין הכי נמי, איר זענט נישט מער ווי גערעכט פארן אזוי טראכטן, ווייל ס'איז טאקע אזוי, מיר גלייבן באמונה שלימה אז תורה שבע"פ איז ניתנה מסיני, און אז די גמרא זאגט אויף שבת "מתנה טובה יש לי בבית גנזי" איז דאס טאקע א מתנה, און די אלע וואס פרעגן די קשיא איז לכאורה ווייל זיי פילן דעם שבת ווי א שטארקע מתנה, און מיט רעכט,

נאר כדי דאס צו פארענטפערן וועלן מיר עס מסביר זיין מיט א משל, פארדעם על מיר מקדים זיין מיט א דבר שמעתתא און דערנאך צוקומען צום משל,
ווייסטו וואס עס איז א קורצע ווינטער פרייטאג, וועלן מיר אויסלאזן די משל מיטן דבר שמעתתא על מיר גלייך צוקומען צום ענין,
לאמיר אנהייבן מיטן סדר

והיה ביום השישי והכינו

די טור או"ח סימן ר"נ שרייבט: וישכים בבוקר ביום ו' להכין צרכי שבת, דאס איז געזאגט געווארן אפילו אין די זומער ווען די טאג איז לאנג, און עס איז דא אסאך צייט, כ"ש אין די ווינטער ווען די טעג זענען קורץ, ווייל פאר אזא הייליגן טאג ווי שבת דארף מען הכנה, ווי עס שטייט אין פסוק "והיה ביום השישי והכינו",
אונזערע באבעס פלעגן אויפשטיין ערב שבת פארטאגס צו באקן די חלות, היינט מאכט מען זיך אביסל באקוועמער, מ'באקט די חלות דאנערשטאג אזוי דארף מען נישט אויפשטיין ערב שבת אזוי פרי

וידעת כי שלום אהלך
די בית יוסף פסק'נט אז ערב שבת דארף מען אויסשארפן די מעסער מיט וואס מ'איז בוצע די לחם משנה פאר סעודת שבת, וזל"ק כתב בכלבו ומשחיזין הסכין בכל ע"ש דהכי תניא בספרי "וידעת כי שלום אהליך" זו השחזת סכין,
די כלבו איז מסביר וואס פאר א שייכות, האט שארפן א מעסער מיט "וידעת כי שלום אהליך", כי אם כהה הברזל ולא יחתוך אין זה שלום ביתו
עשרתם, ערבתם, הדליקו את הנר
די משנה אין מסכת שבת (לד.) ג' דברים צריך אדם לומר בתוך ביתו ע"ש עם חשיכה, עשרתן, ערבתן, הדליקו את הנר,
הנשים מוזהרות בו ביותר
אין טור רס"ד ברענגט ער לגבי הדלקת נר שבת, וז"ל הנשים מוזהרות בו ביותר כדאיתא במדרש מפני שכבתה נרו של עולם פירוש גרמה מיתה לאדם הראשון והרמב"ם ז"ל נתן טעם לדבר מפני שמצויות בבית ועוסקות בצרכי הבית
נר משום שלום ביתו
די גמרא זאגט אין מסכת שבת (כ"ג:) אמר רבא פשיטא לי נר ביתו ונר חנוכה נר ביתו עדיף משום שלום ביתו נר ביתו וקידוש היום נר ביתו עדיף משום שלום ביתו, ברענגט רש"י אראפ די גמרא ווייטער אויפן פסוק אין איכה "ותזנח משלו' נפשי" מאי ותזנח משלום נפשי אמר ר' אבהו זו הדלקת נר שבת ווי רש"י איז דארט מסביר במקום שאין נר אין שלום שהולך ונכשל באפילה,
יהי רצון שיהא לשבת אחרת כן
די גמרא זאגט אין מס' שבת (קי"ט:) תניא ר' יוסי בר יהודה אומר שני מלאכי השרת מלוין לו לאדם בע"ש מבית הכנסת לביתו אחד טוב ואחד רע וכשבא לביתו ומצא נר דלוק ושלחן ערוך ומטתו מוצעת מלאך טוב אומר יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך ומלאך רע עונה אמן בעל כרחו ואם לאו מלאך רע אומר יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך ומלאך טוב עונה בעל כרחו אמן ,

געווענדליך מענטשן שטייען אויף פריה פרייטאג, ובפרט ווינטער, מ'יאגט זיך מ'וויל נאך אריין כאפן ארבעטן און האבן צייט צו העלפן אינדערהיים, די גאנצע ערב שבת איז א בחינה פון וגילו ברעדה, פון איין זייט איז מען אנגעצויגן, מ'וויל אריין כאפן ווי מער, פון די אנדערע זייט איז מען פרייליך, עס קומט שבת קודש, מ'איז OFF פון די ארבעט, מ'האט צייט צו פארברענגען מיט די משפחה, און זעהן נחת פון די קינדער,
מ'גרייט אהן די שבת טיש, מ'ברענט אפ די ליכט, מ'מאכט זיכער אז די טשולענט איז אקעי, מ'שארפט אויס די מעסער אויב עס פעלט אויס, און די נשים באקן חלות, צינדען ליכט, די גאנצע זאך גייט צו מיט א שמחה, אזוי אז ווען מ'קומט אהיים פון שול מ'טראפט ב"ה "נר דלוק, ושלחנו ערוך, ומטה מוצעת, און אודאי זאגט די מלאך טוב יהי רצון שתהא לשבת אחרת כן און די מלאך רע בעל כרחו יענה אמן, אודאי דערנאך זאגט מען פאר די מלאכים א "שלום עליכם" מיט א שמחה, נאך אזא ברכה וואס אפילו די מלאך רע האט אויך מסכים געווען, און פון דארט און ווייטער איז יעדע איד לפי בחינתו לויט וואו ער גרייט זיך צו שבת, מי שטרח בע"ש יאכל בשבת,
אבל לי אינו כן
עס ווערט ליל שישי, ערב שבת קודש, ווער איך אין א וויינעדיגע מוד, קודם, נאך א וואך פאריבער בתוקף החשכות והנסיונות, המצב והזמן, ועדיין לא נושעתי, והשנית והיא העיקר, דאס מיינט עס קומט נאך אמאל א לאנלי שבת,
עס איז ליידער נישט פאר וועם: "והכינו את אשר יביאו", עס איז ליידער נישט דא פאר וועם אנצוגרייטן
עס איז נישט דא קיין שום סיבה פאר: "וישכים בבוקר בע"ש להכין צרכי שבת"
עס איז נישט דא פארוואס: " ומשחיזין הסכין בכל ע"ש דהכי תניא בספרי "וידעת כי שלום אהליך" זו השחזת סכין," ווייל עס איז ליידער נישט שייך די טעם " כי אם כהה הברזל ולא יחתוך אין זה שלום ביתו"
עס איז ליידערנישט דא פארוועם צו זאגן: "עשרתם, ערבתם, הדליקו את הנר"

עס איז ליידער נישט שייך: הנשים מוזהרות בו ביותר

עס איז ליידער נישטא פאר וואס צו צינדען: נר משום שלום ביתו

עס איז ליידער נישט דא: פארוועם און פארוואס צו מאכן מאכן " נר דלוק, שולחנו ערוך, ומטה מוצעת, אז די מלאך טוב זאל זאגן, יהי רצון שיהא לשבת אחרת כן, און מ'מוז זיך באגנוגען מיט עסן ביי די עלטערן אדער ערגעץ אנדערש כדי נישט צו ווערן באורד פון שבת,

מיין סדר השבת,

מ'קומט אין בית המדרש, ב"ה מ'האט חברים, נאך א וואך אין אזא מצב, און אודאי אין א שבת אין אזא מצב מוז מען כאטש שבת זיך אביסל שמוסען זיך אינטער צוהאלטן, מ'פרובירט צו כאפן שמועסן מיט וועם מ'קען נאר, פאר עונג שבת, זיך צו האלטן בשמחה, און פארברענגען, (ווייל אינדערהיים איז נישט דא מיט וועם), מ'זאגט בואו ונצא מיט א צובראכנקייט, אז מיר דארפן נאכאמאל האבן א שבת אין די מצב, מזמור שיר ליום השבת, איז שוין גארנישט קיין מזמור, רזא דשבת איהי שבת דאתאחדת ברזא ד"אחד", די והיו לבשר אחד איז ליידער נאך נישט דא, מ'ענדיגט דאווענען, די עולם גייט אהיים מיט א שמחה מ'יאגט זיך אהיים צו קידוש און די סעודה, איך האב מיר ליידער נישט פארוואס צו יאגן, עס שטייט טאקע, קדשהו בכניסתו, אבער עצבות איז ערגער, במילא בלייבט מען אין בית מדרש, שמועסן, ווילאנג ס'דא מיט וועם, וואו ווייניגער זיין אויסגעשטעלט צו עצבות, ווען די ביהמ"ד ווערט ליידיג גייט מען אהיים, עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס זיך יאגן, אמאל פון גרויס צובראכנקייט פאלט מען אריין אין בעט, און מ'מאכט די סעודה ערגעץ אינמיטן די נאכט, צומאל ווען מ'וועקט זיך אויף און עס איז שוין נאכן עלות, מוז מען לאזן די קידוש און שלש סעודות פאר נאך מוסף,
שלום עליכם מלאכי השרת
מ'הייבט אהן שלום עליכם בשברון הלב, ובדמעות עיניים, מ'האט ליידער נישט אויף וואס די מלאך טוב זאל זאגן יהי רצון שתהא לשבת אחרת כן, ביי ברכוני לחיים טובים ולשלום, בעט זיך ווי פון זיך אליין,עס זאלל שוין זיין, ראה "חיים" עם האשה אשר אהבת, מצא אשה מצא "טוב", "וידעת כי שלו' אהליך", און האבן מיט וועם צו פירן א שבת טיש,

רבון כל העולמים
מי יוכל לשער ולספר וויפיל דמעות עס ווערט פארגאסן יעדע איינציגע שבת בשעת'ן זאגן די תפלה, מ'זאגט "מודה אני לפניך על כל החסד אשר עשית עמדי", ווי נישט ווי די באשעפער איז כולו חסדים, מ'אטעמט ב"ה, מ'איז געזונט, די מח ארבעט ב"ה, וכולהו, די עבר איז ליידער נאר "עמדי", און מ'בעט אויפן עתיד, "ואשר אתה עתיד" זאל זיין "עמי ועם כל בני ביתי" "וזכני לקבל שבתות מתוך רוב שמחה" עס זאל שוין זיין "ושמחת אתה וביתיך", אבער דערווייל איז ליידער :"השרוי בלא אשה שרוי בלא שמחה", "ומתוך עושר וכבוד" איזהו עשיר השמח בחלקו, דערווייל איז עס ליידער נישט דא, "ומתוך מיעוט עוונות" וואס דערווייל עס איז ליידער נישט דא, "השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה", "והסר ממני (עס זאל אויך זיין) "ומכל בני ביתי" כל מיני דלות ועניות ואביונות", אין עני אלא בדעת, והאדם ידע את חוה אשתו, אנא מלך וכו', "ויברכוני בבואם לביתי ביום קדשינו", עס זאל זיין אויף וואס די מלאך טוב זאל זאגן די ברכה,

אשת חיל מי ימצא
זאגנדיג די פסוקים פון אשת חיל, ווערן די דמעות שטערקער, ווען וועט מען שוין זוכה זיין צו די "אשת חיל מי ימצא" אין די מצב פילט מען באמת די "ורחוק מפנינים מכרה", און מ'בעט אז ווען עס וועט אי"ה אנקומען די צייט זאל עס זיין ריכטיג, "בטח לה לב בעלה", "גמלתהו טוב כל ימי חייה", עס זאל זיין "לא יכבה בלילה נרה", עס זאל זיין די ריכטיגע "פת בסלו" אז מ'זאל זיך קען פירן בקדושה, אז עס זאל זיין "נודע בשערים בעלה", ווי די ייטב לב האט געזאגט פאר זיין פטירה אז אויף זיין מצבה זאל מען שרייבן "נודע בשערים" ווייל ווער עס פירט זיך בקדושה איז "נודע בשערים", עס זאל זיין חן און יופי, אבער עס זאל נישט זיין קיין "שקר החן והבל היופי" עס זאל נישט פאפן, נאר עס זאל זיין תוכו כברו, אשה יראת ה' היא תתהלל,

דערנאך גייט מען צו צו קידוש היום, "נר ביתו וקידוש היום נר ביתו עדיף משום שלום ביתו" איז ליידער נישט שייך, עס איז ליידער נישט דא וועם מוציא זיין מיט קידוש, עס איז נישט דא פאר וועם צו געבן קידוש וויין, מ'דארף ליידער נישט בוצע זיין קיין גרויסע חלה, ווייל עס איז נישט דא מיט וועם צו שערן די חלה, עס איז נישט דא מיט וועם צו מאכן א סעודה, שבת צופרי בלייבט מען אין שוהל עד שתכלה רגל מן השוק, צו פארברענגען בשיחה לעונג שבת, צו פארגעסן פון די צרות, דערנאך גייט מען עסן די סעודה און שינת צהרים, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני' ובשלישית, מ'שמועסט די מערסטע וואס מ'קען, דערנאך איז מען בשמחה אז די שבת איז ב"ה אריבער און עס קומט א פרישע וואך וואס מ'גייט נישט אזויפיל פילן די מצב ווי מען פילט עס שבת,

היוצא מדברי,

באת שבת באת מנוחה (ב"ר י ט) – עס איז אויך א חסרון, הן כנ"ל, הן ווייל דעמאלט איז דא מער צייט צו טראכטן און מ'פילט מער די מצב,

אות היא ביני וביניכם (שמות לא יג) – אבער וואס שטייט ווייטער לדעת כי אני ה' מקדישכם, השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה,

לקראת שבת לכו ונלכה כי היא מקור הברכה (לכה דודי) – אין הברכה מצוי' בתוך ביתו של אדם אלא בשביל אשתו

ויברך אלקים את יום השביעי (בראשית ב ג) – אין די מצב פילט מען נישט אזוי

כד עיל שבת איהי אתיחדת ואתפרשת מסטרא אחרא (כגוונא) – בן עשרים ולא נשא כל ימיו בהרהור עבירה, סא...............

מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושבת שמה (שבת י: ביצה ט"ז.) – עס איז נישט נאר טובה, השרוי בלא אשה שרוי בלא טובה

כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליא ( זוהר יתרו דף פח, א) - השרוי בלא אשה שרוי בלא ברכה

עס קומט שב"ק

אטעמט מען אפ פון א גאנצע וואך, - אמת, אבער ביי מיר איז עס נישט קיין מעלה,

מ'האט צייט צו טראכטן – שטארקע חסרון במצבי האיומה

מ'האט צייט צו מחנך זיין די קינדער – איך האב ליידער נאך נישט די זכי',

מער צייט צו אינזין האבן די דאווענען – עמממממממממ

מ'עסט סעודת שבת וכל מיני מטעמים, - אויף אזא וועג וואס האב איך דערפון

מזינגט זמירות, - מיט בכיות

הדלקתי נרותי והצעתי מטתי והחלפתי שמלותי לכבוד יום השבת קודש – נאר די החלפתי שמלותי איז אמת, די אנדערע זאכן איז נישט דא פארוועם,

ויהי רצון איך זאל ווי שנעלער פארגעסן פון די שבתים, און די תפלות בדמעות זאלן מקויים ווערן במלא מובן המלה, און קיין איינער זאל נישט וויסן וואס א שבת אין די מצב מיינט נישט ביי אונז און נישט ביי די יוצאי חלצינו,

החותם בדמע,
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

--------------------

(אז מען האט נישט קיין ווערטער זאגט מען נישט..) :-e;/
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

:-e;/ :-e;/ :-e;/
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

SPEECHLESS
מ'קען נאר וויינען און בעטן
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

יישר כח פאר יעדע איינעם וואס האט געשריבן דא ביז יעצט !!!
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

tesla האט געשריבן::-e;/ :-e;/ :-e;/
מצות
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 08, 2021 8:10 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצות »

א גוטע וואך
איך בין ב"ה אליינס איך האב קינדערליך
איך קען פארשטיין געוויסע מצבים פון געוויסע וואס האבן געשריבען אבער ממש עולם חשך דאס האב איך ב"ה נישט
אדרבה איך בין גרייט אויב איינער פילט מיך צו קאנטעקטען אין אישי
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מצא טוב האט געשריבן:איך פעיסט דיר דא אריין, איינע פון די ארטיקלעך וואס איך האב ליידער געשריבן אין יענע ביטערע זמנים,

לינק צום מקור. http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 32#p747032
אוועטאר
Yitzchok Shmiel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 9:37 am
לאקאציע: Misplaced

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yitzchok Shmiel »

לעצטענס האט מען ארום גערעדט אין די איזראעלי מידיע איבער די פארשעמנדע מציאות ליידער בנוגע גרושים ביים חרדישן ציבור
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

אז?
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך ווייס נישט "אז" וואס, אבער איך קען מיך נאר פארשטעלן.
זיין א גרוש האט אין זיך 2 חלקים פון צער.
די ערשטע איז די אייגענע צער, השרוי בלא אשה שרוי בלא שמחה בלא טהרה וכו', האסט נישט קיין געהעריגע שטוב מיט קינדערלעך וכו'.
די צווייטע איז די סטיגמע. די נאמען אין גאס.

יעצט די ערשטע חלק קען און דארף א מענטש נעמען חיזוק, פרובירן זיך משמח צו זיין מיט וואס נאר ער קען, און מתפלל זיין און האפן פאר א בעסערע עתיד אי"ה.
די צווייטע חלק האט כמעט נישט מיט אים אליינס, נאר ליידער מיט די גאס און אונזער פערספעקטיוו - יא, מיינס און דיינס!

ווען מיר זאלן טאקע קוקן אויף א גרוש גארנישט ווייניגער ווי א סוחר וואס זיין געשעפט איז אדורכגעפאלן, און מיט פארשטענדעניש אז ער קען זיין 100% נארמאל און ער איז "גארנישט" ווייניגער ווי אן אנדערער יונגערמאן, וואלט לכה"פ די חלק געווען א פארגאנגענהייט! אודאי האט עס אויך אביסל צו טון ווי אזוי דער יונגערמאן אליינס קוקט זיך זעלבסט אן, אויב גייט ער ארום מיט אן אראפגעלאזטע נאז און זיין צורה שרייעט רבותי איך בין א רחמנות העלפט עס שטארק צו צו די סטיגמע, משא"כ ווען איינער האלט זיך שטארק און לאכט זיך אויס (איך קען אזעלכע, כאטש איך בין זיכער אז פונדרויסן שפילן זיי מער און מסתמא ביינאכט אין בעט במסתרים תבכה נפשם) קוקן אים אנדערע מענטשן אויך נישט אזוי אראפ מיט א רחמנות מינע.

סך הכל דארפן מיר, די "נישט גרושים", ארבעטן אויף אונזער פערספעקטיוו, און אנהייבן אנקוקן גרושים אויף א 100 פראצענט נארמאלן בליק, און גרושים אליינס זאלן זיך נישט שעמען נאר וויסן אז זיי האבן געטון דאס בעסטע וואס מעגליך לויט די אומשטענדן, און זיך זוכן פאסיגע חברותות און גרופעס ווי צו עסן שבתים און ימים טובים, זיך האלטן צוזאמען, און ווי געשריבן, האפן און מתפלל זיין פאר א בעסערע צוקונפט.
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

מצות האט געשריבן:א גוטע וואך
איך בין ב"ה אליינס איך האב קינדערליך
איך קען פארשטיין געוויסע מצבים פון געוויסע וואס האבן געשריבען אבער ממש עולם חשך דאס האב איך ב"ה נישט
אדרבה איך בין גרייט אויב איינער פילט מיך צו קאנטעקטען אין אישי

גא״מ בעזרת השם סוף וואך וועט מען מער שרייבען
וויל די כוחות האט די פלו אוועק גענימען
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2035
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

די הארץ צעגייט מיר ווען ס'קומט מיר אויס צו זיין אין קאנטאקט מיט א גרוש, טראכטענדיג פון וואס ער גייט אלץ דורך. וויסן זאלט איר אז יעדע עגמת נפש וואס מ'גייט דורך נעמט די רבוש"ע אין חשבון. האלטסט ענק שטארק און בזכות תפלת רבים זאלט איר אויפגעראכטן ווערן בקרוב.
וקול התור נשמע בארצנו
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

א גרויסע שכוח פאר אלע שרייבערס
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:
מצות האט געשריבן:א גוטע וואך
איך בין ב"ה אליינס איך האב קינדערליך
איך קען פארשטיין געוויסע מצבים פון געוויסע וואס האבן געשריבען אבער ממש עולם חשך דאס האב איך ב"ה נישט
אדרבה איך בין גרייט אויב איינער פילט מיך צו קאנטעקטען אין אישי

גא״מ בעזרת השם סוף וואך וועט מען מער שרייבען
וויל די כוחות האט די פלו אוועק גענימען

רפואה שלימה בקרוב
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך ווייס נישט "אז" וואס, אבער איך קען מיך נאר פארשטעלן.
זיין א גרוש האט אין זיך 2 חלקים פון צער.
די ערשטע איז די אייגענע צער, השרוי בלא אשה שרוי בלא שמחה בלא טהרה וכו', האסט נישט קיין געהעריגע שטוב מיט קינדערלעך וכו'.
די צווייטע איז די סטיגמע. די נאמען אין גאס.

יעצט די ערשטע חלק קען און דארף א מענטש נעמען חיזוק, פרובירן זיך משמח צו זיין מיט וואס נאר ער קען, און מתפלל זיין און האפן פאר א בעסערע עתיד אי"ה.
די צווייטע חלק האט כמעט נישט מיט אים אליינס, נאר ליידער מיט די גאס און אונזער פערספעקטיוו - יא, מיינס און דיינס!

ווען מיר זאלן טאקע קוקן אויף א גרוש גארנישט ווייניגער ווי א סוחר וואס זיין געשעפט איז אדורכגעפאלן, און מיט פארשטענדעניש אז ער קען זיין 100% נארמאל און ער איז "גארנישט" ווייניגער ווי אן אנדערער יונגערמאן, וואלט לכה"פ די חלק געווען א פארגאנגענהייט! אודאי האט עס אויך אביסל צו טון ווי אזוי דער יונגערמאן אליינס קוקט זיך זעלבסט אן, אויב גייט ער ארום מיט אן אראפגעלאזטע נאז און זיין צורה שרייעט רבותי איך בין א רחמנות העלפט עס שטארק צו צו די סטיגמע, משא"כ ווען איינער האלט זיך שטארק און לאכט זיך אויס (איך קען אזעלכע, כאטש איך בין זיכער אז פונדרויסן שפילן זיי מער און מסתמא ביינאכט אין בעט במסתרים תבכה נפשם) קוקן אים אנדערע מענטשן אויך נישט אזוי אראפ מיט א רחמנות מינע.

סך הכל דארפן מיר, די "נישט גרושים", ארבעטן אויף אונזער פערספעקטיוו, און אנהייבן אנקוקן גרושים אויף א 100 פראצענט נארמאלן בליק, און גרושים אליינס זאלן זיך נישט שעמען נאר וויסן אז זיי האבן געטון דאס בעסטע וואס מעגליך לויט די אומשטענדן, און זיך זוכן פאסיגע חברותות און גרופעס ווי צו עסן שבתים און ימים טובים, זיך האלטן צוזאמען, און ווי געשריבן, האפן און מתפלל זיין פאר א בעסערע צוקונפט.

שטארק און ריכטיג.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

ס'האלט זיך אינמיטן אויפשטעלן א סאפארט / חיזוק גרופ פאר גרושים וואו מיר גרושים וועלן זיך קענען מחזק זיין צוזאמען: אויב פילסטו ווי דעס איז ווי דו ווילסט זיין ביטע שיק א אימעיל צו: [email protected]  אדער אין אישי
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

Ny-17 האט געשריבן:ס'האלט זיך אינמיטן אויפשטעלן א סאפארט / חיזוק גרופ פאר גרושים וואו מיר גרושים וועלן זיך קענען מחזק זיין צוזאמען: אויב פילסטו ווי דעס איז ווי דו ווילסט זיין ביטע שיק א אימעיל צו: [email protected]  אדער אין אישי

וואטסעפפ סאפארט / חיזוק, גרופ פאר גרושים
https://chat.whatsapp.com/K2usQViXZmy9AQWBkAeBdQ
Join the conversation on Hangouts: https://hangouts.google.com/group/LURvvuTfbyTGtaXa9
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: קום אריין אין געבן חיזוק פאר אונזערע יודישע ברידערס גרושים!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

לחיים מיינע טייערע חברים!   איך האב מיר היצט אזוי מתבונן געווען ביני לבין קוני,אז דער יו"ט ט"ו בשבט איז א יו"ט פאר גרושים,פסח איז דא א מצווה פון והגדת לבנך, שלש רגלים איז די מצווה ושמחת בחגיך אתה וביתך,אלע ימים טובים איז מיט אנדערע מענטשען, אפילו חנוכה איז דא א ענין פון מאכן א סעודת מרעים כ"ש פורים איז משלוח מנות איש לרעהו, משא"כ די לימוד פונעם יו"ט ט"ו בשבט איז אפי ער איז איינער אליין, כי אדם עץ השדה, אזווי א בוים אין מיטן ווינטער שטייט איינער אליין נאקעט אן קיין בלעטער אן פירות, אין עס זעהט נישט אויס אז עס גייט נאך עפעס ווערן דערפון, אין מען האלט שוין לאחר יאוש, שיקט דער אויבערשטער אריין זיין אידזשקשען אין די בוים, אין נאך א שטיק צייט הייבט די בוים אן צו בליען מיט א פראכט לייק נעווער ביפאר, אזוי וועט זייין אי"ה ביי אונז אלע אויף שמחות בקרוב, אפי אונז טרעפן זיך יעצט אין א מצב פון א פארטרוקנטע בוים אן קיין שום לעבן, וועט אונז ה' אויך אויפרעכטען אין אונזער בוים וועט אי"ה אויפבליען מיט גליק אין מזל, אבער איין זאך דארפ מען מאכן זיכער אז די שרשים בלייבן אויפן פלאץ,ווייל אן א ווארצלען קען די בוים קיין פירות קיינמאל געבן, ודו"ק איך האפ אז איך האב עס גוט אפגעלערנט!
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פיינע געדאנק!

זאל דער באשעפער פארשרייבן אין דעם יאר פאר "די ביימער" א בליענדיגע יאר לייק נעווער בעפאר!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”