Rak Tov האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן:Rak Tov האט געשריבן:ממה נפשך, האט ער געצויגן א גאנצע ווייער איז דא אלע דריי, האט ער געצויגן נאר די פאזעטיוו פארוואס זאל ער ציען אויך א גראונד?
דו האסט די געלע/ווייסע קעיבל אדער די אייזערנע?
איך וויל פשוט פארשטיין פארוואס איינער זאל ציען א פאזעטיוו מיט א גראונד אן א נוטרעל
לאמיר מאכן א משל אז מ'רעדט דא פון BX AC. דאס איז וואס מ'ניצט געווענטליך אין די סיטי.
1) ער קומט אריין מיט די power גראד צום לייט פיקטשער, דו האסט דארט א שווארצע מיט א ווייסע, גראונד האט ער שוין פון די גאנצע קעבל סאו ברויך ער נישט קיין דריטע ווייער. שטימט?
2) ער נעמט נאך א קעיבל און ברענגט עס אריין איין זייט צום פיקטשער און די צווייטע זייט צום פיקטשער באקס. קומט אויס אז ביי די באקס פון וואנט האסטו א שווארצע מיט א ווייסע און אינעם סילינג באקס האסטע 2 שווארצע מיט 2 ווייסע. שטימט?
3) יעצט לאמיר אריין קריכן אינעם סילינג באקס. ער נעמט ווייסע פון די קעיבל וואס ברענגט אים power און קאנעקט אים מיט די ווייסע פונעם פיקטשער. קומט אויס אז די פיקטשער האט יעצט נאר נוטערל און נישט קיין ליין. שטימט?
4) ער נעמט די צוויי שווארצע ווייערס פון די קעיבלס און ספלייסט עס צוזאם. קומט אויס אז די שווארצע ווייער וואס ליגט אינעם באקס פון וואנט איז יעצט לייוו. שטימט?
5) יעצט קריך שטייטעלעך ארויס פונעם באקס אין דאך וואטש זאלסט נישט ווערן שמיציג... קום צום באקס אין וואנט זעהסטו דארט א שווארצע וואס איז לייוו און א ווייסע וואס איז נישט קאנעקטעד אינעם סילינג באקס. שטימט?
6) נעם די שווארצע ווייער וואס איז יעצט לייוו און לייג אים אריין אינעם אינטערשטן סקרול פונעם סוויטש און צינד עס אן. דערנאך לייג אריין די ווייסע ווייער אין די אויבערשטע סקרול פונעם סוויטש. קומט אויס אז די ווייסע ווערט יעצט לייוו און האט מער גארנישט מיט קיין נוטערל איינגעשטויסן. שטימט?
7) יעצט גיי צוריק צום סילינג באקס. לאמיר זיך דערמאנען וואס דארט טוט זיך. די 2 שווארצע זענען קאנעקטעד צוזאמען און ס'איז לייוו. די ווייסע/נוטערל פון די ליין סייד איז קאנעקטעד צו די ווייסע פונעם פיקטשער. בלייבט יעצט נאר איבער 1 ווייסע וואס איז געווארן געטוישט פון נוטערל צו לייוו און קאנעקט עס צו די שווארצע פונעם פיקטשער און ויהי אור. שטימט?
כ'האב נישט איבערגעקוקט דעם גאנצן מעסידזש פאר מיסטעיקס כ'האף אז ס'איז גוט. אויב עפעס שטימט נישט צייכן מיר אן וועליכע נאמבער און וואס ס'שטימט נישט דארט