נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2281
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
עס איז באקאנט אז שבת טאר מען נישט אריינרייסן אין ווערטער. די שבת האב איך געוואלט געבן שריים פון די משלוח מנות פאר מיין געזינדל, אבער כמעט אלע נאש, איינס נאך די אנדערע, איז געווען אוממעגליך צו עפענען, נאר אויב מען וואלט אריינגעריסן אין ווערטער.
בקשה פאר די נאש קאמפעניס, ביטע זיך רעכענען מיט ארטאדאקסישע אידן, און פעקעזשט די נאש אויף א וועג אז ווען מען וויל אויפמאכן די פלעסטיק זאל מען נישט מיזן אריינרייסן אין די ווערטער!

ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
Re: נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
אז דו רעדסט שוין צו זיי זאג זיי זאלן מער אבאכט גיבן אויף די געזונד פון די תינוקות של בית רבן
א'מונה ב'טחון ג'עלט
- KEWL
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3088
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
- לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא
Re: נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
Amazing האט געשריבן:אז דו רעדסט שוין צו זיי זאג זיי זאלן מער אבאכט גיבן אויף די געזונד פון די תינוקות של בית רבן
דאס איז דאך ממש וואס זיי טוען. זיי מאכן מען זאל נישט קענען עפענען אום שבת אזוי ארום וועל די קינדער עסן וויניגער דזשאנק.
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
Re: נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
KEWL האט געשריבן:Amazing האט געשריבן:אז דו רעדסט שוין צו זיי זאג זיי זאלן מער אבאכט גיבן אויף די געזונד פון די תינוקות של בית רבן
דאס איז דאך ממש וואס זיי טוען. זיי מאכן מען זאל נישט קענען עפענען אום שבת אזוי ארום וועל די קינדער עסן וויניגער דזשאנק.
דארף מען אויפקומען מיט א געדאנק וואס וועט העלפן פאר אינדערוואכן אויך
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 927
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
- לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס
Re: נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
Amazing האט געשריבן:אז דו רעדסט שוין צו זיי זאג זיי זאלן מער אבאכט גיבן אויף די געזונד פון די תינוקות של בית רבן
אוי ווי גערעכט.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
ענה כסיל כאולתו
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2281
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
אפשר דאך האט איינער אן השפעה אויף די קאמפעניס. איך מיטשע מיך וואך איין און וואך אויס, געוויסע נאש איז פשוט אוממעגליך צו עפענען אן אריינרייסן אין ווערטער.
עס קען אפילו זיין א גיטע אדווערטייזמענט פאר א קאמפעני, אז זיי זאלן פראקלימירן אז זייערע נאש קען מען קויפן מיט א רואיגקייט אן קיין דאגה אז מען וועט נכשל ווערן אין חילול שבת ויום טוב.
מענטשן וועלן זיך צוכאפן דערצו.
עס קען אפילו זיין א גיטע אדווערטייזמענט פאר א קאמפעני, אז זיי זאלן פראקלימירן אז זייערע נאש קען מען קויפן מיט א רואיגקייט אן קיין דאגה אז מען וועט נכשל ווערן אין חילול שבת ויום טוב.
מענטשן וועלן זיך צוכאפן דערצו.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
Re: נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
פונקט געזעהן יעצט יו"ט אויף אייזקרים וואס מען מוז במעט אויך רייסן אין די ווערטער אין איך ווינדער זיך פארוואס דאס פעלט אויס
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2281
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
איך וועל פרובירן צו מאכן א שטיקל ליסטע פון נאש וואס מען קען דאס עפענען שבת אן דארפן אריינרייסן אין קיין ווערטער, ווי אויך א ליסט פון די פארקערטע, דהיינו נאש וואס מען קען יא ניצן שבת.
איך האב נישט דא פאר מיר אלע סארטן נאש, ממילא וועל איך נאר שרייבן וואס איך געדענק פון די פאריגע וואך, און אי"ה כסדר אפדעיטן מיט נאך, ווער עס האט נאך פון די ליסט אויף ביידע זייטן איז מכובד צוצולייגן לזכות את הרבים אז מען זאל וויסן דאס צו עפענען בעפאר שבת.
נאש וואס מען דארף נישט מחלל שבת זיין כדי דאס אויפצורייסן
ארגעניק לאליס פון די קאמפעני Bakol
Tweezers פון די קאמפעני Oneg
נאש וואס איז כמעט אוממעגליך אויפצועפענען שבת
Bally Bally's פון די קאמפעני Liebers
Fruit stiks פון די קאמפעני Shefa
איך האב נישט דא פאר מיר אלע סארטן נאש, ממילא וועל איך נאר שרייבן וואס איך געדענק פון די פאריגע וואך, און אי"ה כסדר אפדעיטן מיט נאך, ווער עס האט נאך פון די ליסט אויף ביידע זייטן איז מכובד צוצולייגן לזכות את הרבים אז מען זאל וויסן דאס צו עפענען בעפאר שבת.
נאש וואס מען דארף נישט מחלל שבת זיין כדי דאס אויפצורייסן
ארגעניק לאליס פון די קאמפעני Bakol
Tweezers פון די קאמפעני Oneg
נאש וואס איז כמעט אוממעגליך אויפצועפענען שבת
Bally Bally's פון די קאמפעני Liebers
Fruit stiks פון די קאמפעני Shefa
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
- הרבטייטעלבוים
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6377
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
- לאקאציע: שתולים בבית ד'
Re: נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
טראק דרייווער האט געשריבן:איך וועל פרובירן צו מאכן א שטיקל ליסטע פון נאש וואס מען קען דאס עפענען שבת אן דארפן אריינרייסן אין קיין ווערטער, ווי אויך א ליסט פון די פארקערטע, דהיינו נאש וואס מען קען יא ניצן שבת.
איך האב נישט דא פאר מיר אלע סארטן נאש, ממילא וועל איך נאר שרייבן וואס איך געדענק פון די פאריגע וואך, און אי"ה כסדר אפדעיטן מיט נאך, ווער עס האט נאך פון די ליסט אויף ביידע זייטן איז מכובד צוצולייגן לזכות את הרבים אז מען זאל וויסן דאס צו עפענען בעפאר שבת.
נאש וואס מען דארף נישט מחלל שבת זיין כדי דאס אויפצורייסן
ארגעניק לאליס פון די קאמפעני Bakol
Tweezers פון די קאמפעני Oneg
נאש וואס איז כמעט אוממעגליך אויפצועפענען שבת
Bally Bally's פון די קאמפעני Liebers
Fruit stiks פון די קאמפעני Shefa
די גרינגסטע וועג צו פועלן איז צו רופן דעם רב המכשיר (נישט פארהאלטען נאר) נאר בעטען א טובה.
Re: נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
דאס איס אלעס נאך די היתר בכלל צו עפענען בעגס
וואספארא צוויי קיגלעך הייבן זיך אן מיט א נין
דאס ערשטער איז אן נ'עפל קיגעל,
דער צווייטער איז אן נ'אווער נייט קיגעל.
נ'יאפטשיק הייבט זיך אויך אן מיט א נין
דאס ערשטער איז אן נ'עפל קיגעל,
דער צווייטער איז אן נ'אווער נייט קיגעל.
נ'יאפטשיק הייבט זיך אויך אן מיט א נין
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2281
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
נ'יאפטשיק האט געשריבן:דאס איס אלעס נאך די היתר בכלל צו עפענען בעגס
עפענען בעגס איז נאך א האלבע צרה ווייל קליינע פאטעטא טשיפס בעגס מיין איך אז מען מעג עפענען שבת, און גרויסע בעגס וואס איז מער א שאלה, איז דא אן עצה צו עפענען פאר שבת, אבער צו אויפמאכן קליינע קענדיס און טשונגאמס פאר שבת און דאס דארפן ארויסנעמען פון די פלעסטיק שוין פרייטיג איז יענס געשעפט.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2281
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
גפן טשעסטנאטס איז כמעט נישט מעגליך צו עפענען אן אריינרייסן אין די ווערטער.
ווילאנג די קאמפעניס גייען זיך נישט אויפוועקן, זאל מען געדענקן דאס צו עפענען פאר שבת.
ווילאנג די קאמפעניס גייען זיך נישט אויפוועקן, זאל מען געדענקן דאס צו עפענען פאר שבת.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2281
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
האב איך הנאה געהאט צו זעהן אז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס האט די פראבלעם.
די פאריגע וואך פ' קדושים איז געווען א בריוו אין דער אויסגאבער דער וואך ווי איינער בעט זיך ברחמים ביי די נאש קאמפעניס אז זיי זאלן מסדר זיין די נאש פעקלעך אויף א וועג אז מען זאל דאס נישט דארפן אויפרייסן מיט חילול שבת ח"ו.
די פאריגע וואך פ' קדושים איז געווען א בריוו אין דער אויסגאבער דער וואך ווי איינער בעט זיך ברחמים ביי די נאש קאמפעניס אז זיי זאלן מסדר זיין די נאש פעקלעך אויף א וועג אז מען זאל דאס נישט דארפן אויפרייסן מיט חילול שבת ח"ו.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
- לייף קאוטש
- שר העשר
- תגובות: 34
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 04, 2022 7:00 pm
- לאקאציע: א שפאן אוועק
Re: נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
א קאמפאני וואס פארקויפט cauliflower האט געמאכט דורכזיכטיגע פשוט'ע בעגס כדי צו אדווערטייזן "מיר שפארן אפילו אויף טינט אלעס צוצושטעלן די בעסטע קוואליטעט"......
- לייף קאוטש
- שר העשר
- תגובות: 34
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 04, 2022 7:00 pm
- לאקאציע: א שפאן אוועק
Re: נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
איך מיין מ'קען אויך רעדן פון דער געפערליך אומגעזינטע אינגרידיענס וואס מ'לייגט אריין אין דער נאש... (אפשר נישט ווייל דער אשכול איז נישט ביי געזונטהייט)
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 905
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm
Re: נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
אפשר ר'יצחק עפשטיין מיט זיין באלעבאסטע קאמפעני קענען זיך אריין לייגן אין די ליין.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
Re: נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
מ'דארף דאס בעטן-פארלאנגן פון די בעלי מכשירים.
זיי קענען און דארפן עס פאדערן פון די פירמעס.
כשרות איז כולל אלעס אז א אידיש יונגל זאל נישט נכשל ווערן מיטן עסן
זיי קענען און דארפן עס פאדערן פון די פירמעס.
כשרות איז כולל אלעס אז א אידיש יונגל זאל נישט נכשל ווערן מיטן עסן
Re: נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
טראק דרייווער האט געשריבן:נ'יאפטשיק האט געשריבן:דאס איס אלעס נאך די היתר בכלל צו עפענען בעגס
עפענען בעגס איז נאך א האלבע צרה ווייל קליינע פאטעטא טשיפס בעגס מיין איך אז מען מעג עפענען שבת, און גרויסע בעגס וואס איז מער א שאלה, איז דא אן עצה צו עפענען פאר שבת, אבער צו אויפמאכן קליינע קענדיס און טשונגאמס פאר שבת און דאס דארפן ארויסנעמען פון די פלעסטיק שוין פרייטיג איז יענס געשעפט.
עס איז דא צוויי חלקים, א' פון מאכן א כלי, וואס קען זיין קליינע בעגס איז גרינגער, און די צווייטער פון מתיר זיין א תפירה, וואס אויב מ'רייסט אויס צווישן די קלעבאכץ איז עס אסור.
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
Re: נאש קאמפעניס! ביטע רעכנט אייך מיט אידישע קינדער
אמשטרדם האט געשריבן:טראק דרייווער האט געשריבן:נ'יאפטשיק האט געשריבן:דאס איס אלעס נאך די היתר בכלל צו עפענען בעגס
עפענען בעגס איז נאך א האלבע צרה ווייל קליינע פאטעטא טשיפס בעגס מיין איך אז מען מעג עפענען שבת, און גרויסע בעגס וואס איז מער א שאלה, איז דא אן עצה צו עפענען פאר שבת, אבער צו אויפמאכן קליינע קענדיס און טשונגאמס פאר שבת און דאס דארפן ארויסנעמען פון די פלעסטיק שוין פרייטיג איז יענס געשעפט.
עס איז דא צוויי חלקים, א' פון מאכן א כלי, וואס קען זיין קליינע בעגס איז גרינגער, און די צווייטער פון מתיר זיין א תפירה, וואס אויב מ'רייסט אויס צווישן די קלעבאכץ איז עס אסור.
אויב פליקט מען אויף (נישט ווי ס'איז צאמגעקלעבט) א קליינע בעג אדער רעפפער וואס מ'עסט אויף די גאנצע אויפאמאל, אויף א וועג אז מ'קען עס מער נישט נוצן, איז עס מקלקל, און איז לכאו' נישט קיין שום פראבלעם.
ביי גרעסערע בעגס פון טשיפס וכדו', וואס מ'עסט נישט אויף די גאנצע אויפאמאל, קען זיין א דריטע פראבלעם פון מאכן א פתח.
וואס מ'קען טון איז, אדער אויפמאכן פאַר שבת, אדער אויפפליקן די בעג און ארויסגיסן די גאנצע אין א צווייטע בעג, (סטארעדזש בעג וכדו') און אוועקווארפן די ערשטע בעג.
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן

- שר מאה
- תגובות: 131
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 19, 2022 2:29 am
עפענען נאש אויף שבת עלירט - חילול שבת !!
אקעי, נישט ממש א השגחה אויף חילול שבת,
אבער יא חילול שבת כמעט הונדערט פארצענט,
און עס קומט מיט, מיט א היימישע הכשר.
איך רעדט פון אונזערע געבענטשטע וועלטעל מיט נאש פון דא ביז....
יעדע פרישע וואך מיט נאך א נייע ערצייג, אז דאס אלטע פון פאריגע איז שוין נישט אינטערסאנט פאר די קינדער זאלן זיין געבענטשט,
(זאלען זיי נאר וויסען אז די סנעקס וואס זיי נעמען פיר א טאג צו חדר האבען אונז געווארט אגאנצע וואך צו באקומען אויף שבת קודש- אבער לאז געמאכט, דעס האמיר זיך שוין צוגעוואינט זעמיר שוין אין נעקסט דעקעיט,)
אבער ריבונו של עולם, פארוואס דארפען אונזער היימישע קאמפאניס מאכן אז ווען מען נעמט זיך צו די מעשה אויף די הייליגען שבת מוז מען צוקומען צו חילול שבת מיטען עפענען?
לאז א פלאץ אז מען זאל קענען עפענען / שניידען אן קיין חשש שבת? פליז, נישט איך און נישט מיינע קינדער זאלן דארפען מחלל שבת זיין פאר די נאש וואס מען האט געקויפט לכבוד שבת.
און נאכמער אינטערעסאנט, אונזערע הכשרים לאזן דעס צו? ווייסען זיי פונדעם?
פארוואס זאל מען איו 2023 נישט קענען עפענען אויף שבת קודש די בעסטע נאש, מיט די בעסטע השגחה, אן קיין חשש חילול שבת?
כבין זיכער (?) אז נישט די קאפאניס און נישט אונזערע בעלי מכשיר און השגחה געבערס ווייסען פון דע פראבלעם.
ווי קען מען זיי אויפמערקזאם מאכן און שרייבען ארויס ברענגען די פראבלעם וואס קומט אויף יעדע וואך,
אזוי סאך אז מען זאל דעס שוין טוישען??
און אז שוין יא, וואלט אויך געווען כדי צו לייגען אויף אלעס וועלכע ברכה.

לעצט פארראכטן דורך זיך פארלוירען אום זונטאג יוני 11, 2023 6:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- רוסישע פרינץ
- שר האלף
- תגובות: 1313
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm
Re: חילול שבת מיט א השגחה ?? !!
בלויז נאך א סיבה צו זיכער מאכן אז די נאש איז שוין אפן פאר שבת...זיך פארלוירען האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 12:34 pmאבער ריבונו של עולם, פארוואס דארפען אונזער היימישע קאמפאניס מאכן אז ווען מען נעמט זיך צו די מעשה אויף די הייליגען שבת מוז מען צוקומען צו חילול שבת מיטען עפענען?
לאז א פלאץ אז מען זאל קענען עפענען / שניידען אן קיין חשש שבת? פליז, נישט איך און נישט מיינע קינדער זאלן דארפען מחלל שבת זיין פאר די נאש וואס מען האט געקויפט לכבוד שבת.
שוין ערווענט געווארן עטליכע מאל אז צומאל איז די ברכה דערויף א מחלוקת... און דאס ברויך מען פרעגן ביים לאקאלן רב (וועא"מ)..זיך פארלוירען האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 12:34 pmאון אז שוין יא, וואלט אויך געווען כדי צו לייגען אויף אלעס וועלכע ברכה.
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"הRe: חילול שבת מיט א השגחה ?? !!
פארוואס זאל נישט דער רב המכשיר מעגן לייגן זיין חות דעת, אויב דער עסער פארלאזט זיך אויף אים אויף הלכות כשרות פארלאזט ער זיך אויך אויף הלכות ברכות..רוסישע פרינץ האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 12:48 pmבלויז נאך א סיבה צו זיכער מאכן אז די נאש איז שוין אפן פאר שבת...זיך פארלוירען האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 12:34 pmאבער ריבונו של עולם, פארוואס דארפען אונזער היימישע קאמפאניס מאכן אז ווען מען נעמט זיך צו די מעשה אויף די הייליגען שבת מוז מען צוקומען צו חילול שבת מיטען עפענען?
לאז א פלאץ אז מען זאל קענען עפענען / שניידען אן קיין חשש שבת? פליז, נישט איך און נישט מיינע קינדער זאלן דארפען מחלל שבת זיין פאר די נאש וואס מען האט געקויפט לכבוד שבת.
שוין ערווענט געווארן עטליכע מאל אז צומאל איז די ברכה דערויף א מחלוקת... און דאס ברויך מען פרעגן ביים לאקאלן רב (וועא"מ)..זיך פארלוירען האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 12:34 pmאון אז שוין יא, וואלט אויך געווען כדי צו לייגען אויף אלעס וועלכע ברכה.
- דרייטצעך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6156
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
- לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?
Re: חילול שבת מיט א השגחה ?? !!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
-
- שר מאה
- תגובות: 131
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 19, 2022 2:29 am
Re: חילול שבת מיט א השגחה ?? !!
שכוח, פאר צוווייזען,
זע איך יענע איז שוין פון 2021,
און גארנישט געטוישט
וויזוי קען מען מאכן א טויש למעשה, נישט נאר אויסשרייען א געשריי??
באמת.