אדיקציע - 12 סטעפס פראגראם

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

אדיקציע - 12 סטעפס פראגראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

(אויב איז שוין דא אן אשכול אויף די נושא ביטע ווייזט אן)

איך וואלט זייער געוואלט הערן מער וועגן די 12 סטעפס. וואס זענען די סטעפס, וויאזוי טוט מען דאס, וואס איז די אידישע תורה'דיגע מיינונג אויף דעם?

ביטע לאזט אייך הערן, אויב ווילט איר נישט ברבים, ביטע שרייבט מיר פריוואט און איך וועל עס איבערלייגן דא אן קיין נאמען.

יישר כח
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך האב א ידיד (אמת'דיג........) וואס איז געווען דארט (טייל האלטן אז מען מוז דארט בלייבן א גאנץ לעבן)
עס איז געווען באשריבן 2 מאל אין די מאמענט,
איינמאל פון הרב אברהם טווערסקי וואס איז א גרויסער שטיצער פון דעם (ער זאגט ס'איז געבויעט אויף ווערטער פון מסילת ישרים, כאטש איך האב עס נישט געטראפן דארט...
דאס צווייטע מאל איז געווען באשריבן אין א יו"ט אויסגאבע פון א יונגערמאן וואס האט זיך פארליבט אינעם ביטערן טראפן און האט זיך נישט געקענט אפגעוויינען, און געמוזט גיין צו אזא פראגראם.

איין זאך ווייסעך, אז מענטשן קומען ארויס פון דארט שטארק געבויעט (עס איז דא די 12 "פראמיסעס" וואס זיי פארזיכערן ווי רואיג און אמת'דיג א מענטש לעבט נאכן אדורכגיין די אלע סטעפס).

א טעראפיסט האט מיר אמאל געזאגט אז לעולם וואלט ער גע'עצה'ט יעדער מענטש אדורכצוגיין די 12 סטעפס אפילו אן זיין אדיקטעד צו גארנישט ווייל עס איז גאר הילפבאר פאר יעדן אינדיווידועל, נאר מה נעשה אז עס איז נישט שייך.........
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

איך ווייס פון איינעם וואס דער פראגראם האט געראטעוועט ממש ממות לחיים.

דאס איז געמאכט פאר מענטשן וואס סטראגלען מיט עדיקשן, מען דארף קודם דייאגנאזירט ווערן דורך א לייסענסד פראפעשענל אז מען האט טאקע עדיקשן, א היימישע טעראפיסט דארף קענען העלפן אריינגיין אין אזא גרופע.
לעצט פארראכטן דורך אברך אום מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 9:54 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

מה זאת?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

די צוועלעף סטעפס זענען ווירקזאם, מיטגעהאלטן מיט עטליכע. כמובן אז מען גייט ערליך וכו׳

ניין, עס איז נישט געבויעט אויף מסילת ישרים, אבער יא געבויעט אויף אמונה, כאטש וואס די מחברים, להבדיל בין אלף אלפי הבדלות, גויים, זענען מאמינים בה׳ אויף גאר אן אנדערן פארנעם ווי אונז. זענען די יסודות פון אמונה, הכנעה, פולע אחריות, מיט דעם יסוד פון ׳איין טאג אויפאמאל׳. ווען עס גייט בדיבוק חברים מיט אן אמת׳ע אפנקייט, אבער אפנקייט (דאס איז דער יסוד) איז עס שטארק ווירקזאם.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

עס איז א האקעלע זאך, און עס איז געמאכט פאר מענטשען וואס האבן אן עדיקשען. עס איז נישט פאר איעדעם, אבער ווער עס דארף עס, מוז עס האבן. ווער עס פארשטייט נישט צו די נושא, וועט קיינמאל נישט פארשטיין די גאנצע זאך.
מען קען עס אויך טוהן על פי תורה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
מנוחת אמת
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2020 10:16 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנוחת אמת »

עס איז שווער צי מסביר זיין די 12 סטעפס אין א תגיבה, און ווער עס דארף עס באמת וויכטיג האבען איז וויכטיג צי גיין איידער מ'פארשטייט ווי אזוי עס ארבעט.

אין קורצען איז עס א מהלך אין עבודת המדות צי אויפגעבן די "זיך" און זיך איבערגעבן צי ווערן געפירט דורך הקב"ה, און מיט דעם קימען מענטשען איבער אלע ערליי אדיקשענס.

חוץ פין די עצם סטעפס איז די ארבעטן אויף די מדות אינאיינעם מיט אנדערע (fellowship), זיין אמת'דיג און מיטיילען די אייגענע טינקעלסע חלקים א גאר שטארקע הילף צי איבערקומען אדיקשעןס און אנדערע עמאצינאלע שוועריקייטען.

פילע מענטשען זענען געראטעוועט געווארען ממות לחיים דורך 12 סטעפ גרופעס. אנדערע האט עס נישט געהאלפען אדער גאר געשטערט (געפעלט גרייטקייט, צי אסאך שעים, נאך נישט געהאט געניג קאנסענקווענצען, ענדעלט אבער איז נישט באמת עדיקשען, מער וויכטיגע co occurring מענטעל העלט פראבלעם, ועוד...).

לפענ"ד איז די מערסט ראטזאם זיך דורכשמיעסן מיט א מומחה , נישט סיי וועלכע געווענליכע טעראפיסט נאר דייקא א מומחה אין עדיקשעןס , און אינאיינעם מאכען א טריעטמענט פלאן וואס וועט אדער יא אדער נישט אריינעמען דע 12 סטעפס.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

איך קען נישט די נושא גרונטליך אבער איך ווייס אז א קרוב משפחה מיינער איז געגאנגען צו אזא פראגרעם פאר זיין אדיקשען צו אלקאהאל און ס'האט אים געהאלפן.
אויך איז געווען א אינטערוויו אויף קול מבשר אמאל מיט איינעם וואס איז געגאנגען צו אזא פראגרעם פאר זיין געמבלינג אדיקשן.
וועגן הרב טווערסקי האט שוין איינער געשריבן אויבן, אין די מאמענט איז געשטאנען אז הרב טווערסקי גייט אליינס אויף די פראגרעם.
ס'איז דא עקסטערע פראגרעמס פאר אסאך מיני אדיקשנס ווי אלקאהאל, געמבלינג, שמוץ, דראגס און אפילו אדיקשענס צו ראסיזם און זיך איבערארבעטן.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
מנוחת אמת
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2020 10:16 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנוחת אמת »

די פאלגענדע צוויי אידישע ביכער אין ענגליש אדרעסירען די 12 סטעפס, אדיקשען ריקאווערי, און אידישקייט/ תורה און די 12 סטעפס.

God of Our Understanding by Rabbis Shais Taub

Teshuvah Through Recovery by Rabbi Dr. Abbraham Twerski M.D.
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

באקומען אין פריוואט:

וואס איז די 12-שריט פּראָגראַם?

די 12 סטעפ פראגראם איז אנדעקט געווארן איבער הונדערט יאר צוריק דורך א גרופע פון מענטשן וואס זענען געווען אדיקטעד צו אלקאהאל, און זיי האבן פראבירט יעדע מיטל אין די וועלט זיך אפצושאקלן דערפון און גארנישט האט נישט געהאלפן, און זיי האבן נישט מצליח געווען זיך צו איינהאלטן פון זייער אדיקשאן, כאטש עס האט טאטאל רואינירט זייער לעבן.

ביז דער אויבערשטער האט זיי געהאלפן און ער האט זיי גע'עפענט די אויגן, און ער האט זיי געוויזן אז זייער פשוטע רוחניות'דיגע פראגראם, דורך 12 סטעפס, וואס דאס האט יא מצליח געווען זיי אפצושטעלן פון זייער אדיקשאן, אפילו אין גאר שווערע אדיקשאן פעלער האט עס אויך געארבעט וואונדערליך.

די געוואלדיגע הצלחה פון די פּראָגראַם האט גורם געווען אז עס איז גאר שטארק פארשפרייט געווארן איבער די וועלט, און היינט צוטאגס זענען פארהאנען טויזנטער אזעלעכע 12-סטעפ-גרופּעס אַרום דער וועלט, פאר אלע סארט אדיקשאנס: אלקאהאל, געמבלינג, עסן, דראגס און מער.

די פּשוטע פּראָגראַם האט שוין געהאָלפֿן פאר מיליאנען מענטשן זיך צו היילן פון זייער אדיקשאן, און מערהייט דערפון פון גאר שווערע אַדיקשאן, די פראגראם ארבעט די בעסטע ווען עס איז מיט א גרופע פון עטליכע חברים אינאיינעם, און מיט די באגלייטונג פון א ספאנסער.

אט איז די 12 סטעפ'ס אין קורצן:
איבערגעארבעט לויט די אידישע באגריפן (השגות) און אמונה און מסורת האבות

1) מיר האבן געטוהן אנערקענען אז מיר זענען געווארן מאכטלאז איבער אלקאהל – און אז איז אונזער לעבן איז געווארן אומקאנטראלירבאר.

2) געקומען צום גלויבונג אז דער איין איינציגער בשאעפער וואס איז א כל יכול, ער קען יא אונז צוריק שטעלן צו ישוב הדעת.

3) געמאכט א החלטה איבער צו געבען אונזער ווילן און אונזער לעבן צו די שוץ פונעם באשעפער לויט וויפיל אונז זענען מיר איהם משיג.

4) געמאכט א גרונטליכע און אומדערשראקענע אונטערזוכונג איבער אונזער מאָראַל (מידות).

5) מודה געווען פארן באשעפער, פאר זיך, און פאר אן אנדערן מענטש די פונקטליכע נאטור פון אונזערע אומרעכטן.

6) געוועהן אינגאנצן גרייט אז דער באשעפער זאל אוועק נעמען אלע חסרונות אין אונזער כאראקטער.

7) מיט ענוה און הכנעה איהם געבעטן אוועק צו נעמען אונזערע חסרונות.

8 ) געמאכט א ליסטע פון אלע מענטשן וואס מיר האבן געשעדיגט, און געווארן וויליג צו פארגיטונגען פאר זיי אלע.

9) געמאכט דירעקטע פארגיטונגען צו אזעלעכע מענטשן ווי ווייט מעגליך, אויסער אויב דאס קען שאטן פאר זיי אדער פאר אנדערע.

10) ממשיך געוועהן צו נעמען פערזענליכע אינטערזוכונג און ווען מיר זענען באגאנגען אן אומרעכט גלייך מודה געווען.

11) געזוכט דורך תפילה און התבוננות צו פארשטערקערן אונזער פארבינדונג מיטן באשעפער לויט אונזערע השגות, בעטנדיג נאר צו וויסן זיין רצון פאר אונז און די כח דאס אויסצופירן.

12) וויבאלד מיר האבן געהאט א רוחניות'דיגע ערוועקונג אלץ א רעזולטאט פון די סטעפס, האבן מיר פראבירט צו איבערגעבן די בשורה צו אנדערע וואס ליידן דערפון, און זיך צו פירען מיט די כללים אין אלע אונזערע ענינים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

ס'דא וואס "שווערן" זיך דערין. אבער ס'דא וואס זאגן אז ס'הייבט נישט אן צו ארבעטן.

איך טראכט א סך מאל וועגן אט די צוועלעף סטעפס, פארוואס ווען עס ארבעט, ארבעט עס. ווארשיינליך ארבעט עס ביי מענטשן וואס זייער גאנצער אדיקשאן קומט ווען די צוועלעף סטעפס טוישט בטבע זיין שורש וואס האט געשאפן דעם אדיקשאן, אדער די טבע וואס ערלויבט דעם אדיקשאן. און עס ארבעט אויסדרוקליך נישט בדרך נס, באופן אז וייל דער מענטש פארלאזט זיך אמת'דיג אז נאר דער אייבערשטער קען אים העלפן, און השי"ת העלפט. ווייל איז דען נישטא וואס האבן געגלייבט אז נאר דער אייבערשטער קען העלפן, און זיי זענען נאך אלץ דורכגעפאלן?

צום ביישפיהל די ערשטע סטעפ, נעמליך די מאכטלאזיגקייט, טוישט א געוויסע געבוי וואס שאפט דעם אדיקשאן. און צום ביישפיהל די פערטע סטעפ פון זיין מאראליש מיט זיך אליין. וואס זיין א ליגענער צו זיך אליין איז אזאך וואס ערלויבט אדיקשאן. און משליט זיין אויף זיך מאראל נעמט אוועק דעם אדיקשאן.

ס'כאפט א נפקא מינה צי עס איז בדרך הטבע וויאזוי די נפש ארבעט, און צי עס איז בדרך נס. כאטש אויך די טבע איז באמת אלוקות. בדרך נס מיינט, ווען א מאמע וויינט זיך אויס ביי א תהלים, און עס העלפט אז איר קינד זאל אויסוואקסן א ערליכער יוד. און די קינד ווייסט אפילו נישט אז די מאמע האט זיך אויסגעוויינט ביים באשעפער. אבער דא ביי די צוועלעף סטעפ, קען מען פארשטיין אז ס'ארבעט בדרך הטבע.

בדרך הטבע איז א חכמה, בדרך נס איז תורה. תורה בגויים לא תאמין.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

אויך באקומען:

יישר כח פארן ארויפברענגען די נושא, אזויפיהל פון אונזערע ברידער קענען אזוי געהאלפן ווערן דורך ארבעטן א 12 סטעפ פראגרעם עס איז א שאד אז עס ווערט נישט מער גערעדט ביים היימישן עולם, עס האט מן הסתם צו טוען מיט דעם אז אן עדדיקט ווערט נאך ביי אסאך אנגעקוקט ווי א בעל עבירה און נישט א חולה (שיש בו סכנה) און קיינער וויל נישט טראכטן פון זיך אלץ א בעל עבירה און מען האט אויך מורא אז אנדערע וועלן עם אנקוקן אלץ שלעכט.

עס טוט אזוי וויי אז אונזערע ברידער מאכן מיט און באהאלטן זיך אין שרעק און בושה מיינענדיג אז זיי זענען די איינציגסטע וואס טוען וואס זיי טוען און זיי זענען שלעכטע מענטשן און בעלי עבירה און עס איז נישט דא קיין האפענונג פאר זיי, זיי האבן שוין פראבירט אלעס אין די וועלט צו סטאפן וואס זיי טוען אבער עס העלפט נישט, אדער עס העלפט נאר פאר א קורצע צייט און נאכדעם פאלט מען צוריק, די יאוש נעמט ארום אינגאנצן און מען זעהט קיין וועג ארויס.

טייערע ברידער עס איז דא א וועג ארויס פון יעדע סארט עדדיקשן, זאל עס זיין אלקאהאל, געמבלינג, אינטערנעט, קדושה ענינים, מאוויס, עסן, דראגס..... אויב האסטו שוין פראבירט אלעס אבער נאכאלץ קענסטו נישט אויפהערן, איז שטארק מעגליך אז דו ביזט א עדדיקט, עס איז נישט דא וואס זיך צו שעמען מיט דעם, עדדיקשן איז א קרענק פינקט ווי יענע מעשה אדער דייעביטיס די ביזט נישט קיין בעל עבירה, די פראבירסט דאך אזוי שטארק צו אויפהערן, די ביזט א גוטע מענטש וואס ליידט פון עדדיקשן און די קענסט געהאלפן ווערן.

אזויוווי איינער האט שוין פריער געזאגט, איז כדי צו ווערן איוועליועטעד ביי א פראפעסיאנאל. צו זאגן איך בין א עדדיקט איז נישט א תירוץ און היתר צו טוען וואס איך וויל ווייל איך בין אן עדדיקד, און נישט יעדער וואס האט א שווערע געוואוינהייט איז אן עדדיקט, אבער איין זאך איז זיכער דו דארפסט זיך נישט מיטשענען אליינס, עס זענען דא הינדערטע היימישע אידן פונקט ווי דיך וואס גייען אדורך ממש די זעלבע וואס דו גייסט דורך, עס איז דא הילף גיי און העלף זיך.

א לענגערע איבערבליק אויף די 12 סטעפס וועט נאכקומען.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

ס'איז טאקע מורא'דיג גוט, אבער ביי קדושה ענינים איז עס זייער זייער האקל, און מ'דארף א מורא'דיגע קלארע דעת תורה צו מ'זאל גיין אויף דעם.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

לויט מיין פארשטאנד פון דאס ביסל וואס איך האב גענישטערט וועגן דעם אז איינער פון די גאר שטארקע, איך וויס נישט צו איך זאל עס אנרופן יסודות אדער סתם איינער פון די שטארקע זאכן ביי די אלע סארט 12 סטעפ גרופעס פאר סיי וועלכע אדיקשאן איז Anonymity צו זיין אנאנימוס.

איך מיין אז עס איז כדאי דאס ארויס צו ברענגען דא אויב שרייבט מען שוין דערוועגן

זאלן די מבינים קלארער ארויס ברענעגען וואס איך שרייב דא ווייל איך אליין ווייס נישט קלאר
זה הקטן גדול יהי'
נעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעה »

אויפן הד"א וועבזייטל איז דא א בוק שיין איבערגעטייטשט אויף אידיש
מסביר די גאנצע זאך בטוב טעם ודעת
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
מנוחת אמת
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2020 10:16 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנוחת אמת »

כא כא כא האט געשריבן:ס'איז טאקע מורא'דיג גוט, אבער ביי קדושה ענינים איז עס זייער זייער האקל, און מ'דארף א מורא'דיגע קלארע דעת תורה צו מ'זאל גיין אויף דעם.


די ציגאנג און גרייטקייט צי טוישען און ריקאווערן איז אפט די צווישענשייד פין עס ניצען אויף א וועג פון ח"ו ווייטער און טיפער פאלען אדער אינגאנצען טוישען, ווערן ריין, און ווערן א נייע אויסגעארבעטע מענטש.

דעם וואס עס וועט נישט העלפען קען עס ליידער מאכען פיל ערגער, און דער וואס דארף עס און עס קען אים העלפען איז ממש רציחה אים צוריקציהאלטען פין אהין גיין. די ווארט "רציחה" קימט נישט גרינג, עס איז אבער ליידער די אמת, עס רעדט זיך אפט פין פיקוח נפשות ממש.

ליידער זענען דא פילע מענטשען וואס מ'האט זיי צוריקגעהאלטען פין גיין און חוץ פין זינקען.. האבען זיי אנגעזייט טיפע פיזישע, גייסטישע, סוציאלע, רוחניות'דיגע, און געלט חרבנות פאר זיך און זייערע משפחות.

דעת תורה אויף אזא ענין מיז זיין איינער וואס פארשטייט די שעדליכקייט און סכנה, און ווי אזוי מענטשען קענען און ווערן געהאלפען און געראטעוועט.

ווי דערמאנט פריער באלאנגט נישט יעדער ביי 12 סטעפס. איז וויכטיג צי וויסען אז אפילו אויב איינער וויל נישט אהין גיין אדער ער ווייסט נישט צי ער זאל גיין דארט, איז דא אנדערע הילף ווי טעראפיסטען וואס ספעצילעזירען זיך אין די נושאים CSAT certification און אויך די באקאנטע GYE און hitdanoigen וועבזייטלעך.
אוועטאר
אין שטעטל
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:38 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין שטעטל »

שווער צו שרייבן אויף אזעלעכע האקעלע ענינים,
אבער די 12 סטעפס איז א געוואלדיגע מהלך וואס די יסודות וועסטו טרעפען אין אלע חסידישע ספרים,
אבער די פראבלעם ווערט מיט די גרופס, היות עס איז נישט דא קיין מורה דרך ווערט כסדר די עיקר א טפל אין די טפל פארקערט, למשל עס איז דא גרופס ווי מ'האקט גאר שטארק אויף אידישקייט, אדער מ'איז פארנומען צו פארדרייען די שלום בית, ואכהמ"ל, אין געוויסע פלעצער איז די סוקסעס רעיט ווייניגער ווי צוויי פראצענט, עס קען זיך ווענדן אין וועלעכע שטאט מ'געפינט זיך וכו,
אשר על כן, ביפאר איינער דארף צוקומען זאל ער זיך אדורך רעדן מיט איינער וואס נישט נאר ער פארשטייט צו עדיקשן אבער אויכט ווייסט וויאזוי די מיטינגס קוקן אויס.
עס איז דא וואס זענען געהאלפן געווארן ממות לחיים אין עס איז דא וואס נעבעך פארקערט.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אלערט: א בעל עבירה איז א בעל עבירה! אן עדיקט האט נעבעך שוין נישט קאנטראל אויף זיין בחירה. ווי ר׳ חיים בריסקער האט געזאגט: נעבעך א בעל עבירה.

אבער תשובה העלפט! און די צוועלעף שריט איז א שטארקע מהלך אויף דעם.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

שטארק זיך האט געשריבן:אלערט: א בעל עבירה איז א בעל עבירה! אן עדיקט האט נעבעך שוין נישט קאנטראל אויף זיין בחירה. ווי ר׳ חיים בריסקער האט געזאגט: נעבעך א בעל עבירה.

אבער תשובה העלפט! און די צוועלעף שריט איז א שטארקע מהלך אויף דעם.


איך פראביר צו פארשטיין וואס דער אויסדריק "בעל עבירה" מיינט, איך בין אויפגעוואקסן אז א "בעל עבירה" איז איינער וואס טוט עבירות און דעריבער איז שלעכט און אראפגעקוקט און עס איז בעסער צו שטיין ווייט פון עם, און דער בעל עבירה אליינס מעג זיך שעמען מיט זיך אליין.

אבער אויב איז אמת ווי איינער האט פריער געזאגט אז איינער וואס איז אן עדדיקט איז א חולה פינקט ווי איינער וואס האט דייעביטיס. אויב אזוי איז דער בליק אויף אזא איינעם אינגאנצן אנדערש, אזא איינער איז בכלל נישט וואס מיר רופן א בעל עבירה, ער וויל דאך נישט טוען וואס ער טוט, ווי יענער האט געזאגט "ער פראבירט מיט אלע כוחות צו סטאפן אבער עס גייט נישט"

פארוואס זאלן מיר רופן אזא איינעם "בעל עבירה" וואס איז א דערנידערונג ביי אונז? פארוואס זאל א עדדיקט ארומגיין און זיך שעמען? אויב טוט ער זאכן וואס ער אליין וויל נישט, טון ער טוט כל מה שבכוחו צו סטאפן, איז ער א צדיק און מיינע אויגן.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

שטארק זיך האט געשריבן:אלערט: א בעל עבירה איז א בעל עבירה! אן עדיקט האט נעבעך שוין נישט קאנטראל אויף זיין בחירה. ווי ר׳ חיים בריסקער האט געזאגט: נעבעך א בעל עבירה.

אבער תשובה העלפט! און די צוועלעף שריט איז א שטארקע מהלך אויף דעם.

אז מען האט נישט קיין קונטרול אויף די בחירה ווי קען מען הייסן א בעל עבירה? אפילו די מעשה איז א מעשה עבירה איז עס א אונס אפילו מען דארף תשובה טון קען דאס נישט ווערן אנצוקומען בעל עבירה
א'מונה ב'טחון ג'עלט
חיים חייקל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 11:20 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים חייקל »

כהאב אמאל געזעהן א גוטע משל אויף דעם

איינער וואס איז נעבעך אביסל קראנק אויף די נערווען און לכבוד דעם ווען עס כאפט אים אן די נערווען און ער גייט אויפן גאס שפייט ער אויף מענטשען און ער מאכט זיי שאדן'ס און ער צינדט אן לעקטער'ס שבת וכדומה, פארשידענע זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן עפ"י תורה, וועט איינער זאגן אז ווען ער ווערט אביסל ציריק נארמאל, און ער כאפט זיך וואס ער האט געטאן, זאל ער בעטן דעם באשעפער ביי השיבנו אדער ביי סלח לנו אז דער אייבערשטער זאל אים מוחל זיין? אוודאי נישט, נאר מען וועט אים זאגן זיי ערליך מתפלל ביי רפאינו, און גיי צי א גרויסן דאקטאר ווייל יעדער פארשטייט אז דער שורש פונעם פראבלעם איז, אז דער מענטש איז נעבעך נישט געזינט נאר גראדע איז דאס אים אויך גורם, ( באונס)עובר צי זיין אויף די תורה, אבער נישט דאס איז די עיקר נקודה.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

עס איז אביסל א האקעלע נושא ווייל ביי יעדע חטא שטייט דאך אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות, וידוע מש"כ בספרי ר' צדוק הכהן ועוד
א'מונה ב'טחון ג'עלט
חיים חייקל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 11:20 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים חייקל »

Amazing האט געשריבן:עס איז אביסל א האקעלע נושא ווייל ביי יעדע חטא שטייט דאך אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות, וידוע מש"כ בספרי ר' צדוק הכהן ועוד

דא רעדט מען דאך פון איינעם וואס איז שוין די רוח שטות אליין, נישט נכנס בו - אז סאיז יעצט אריין אין אים.

ער האלט שוין אויף א מצב וואס ער קען זיך שוין נישט העלפן...
אוועטאר
בן דותא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 4:32 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דותא »

נעה האט געשריבן:אויפן הד"א וועבזייטל איז דא א בוק שיין איבערגעטייטשט אויף אידיש
מסביר די גאנצע זאך בטוב טעם ודעת


א לינק ביטע צום ביכל
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

א בעל עבירה צוליב זיין עדיקשאן קראנקהייט ברויך א רופא פאר עזיבת החטא, און תפילות ומעשים טובים פאר די מחילה.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”