Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דער אבן עזרא ברענגט אין זיין ספר 'ראשית חכמה' אויף בתולה (ער מיינט מן הסתם חמה אין בתולה) והנולד בו מבני אדם... יודע ומבין... סופר ויודע חשבון. און ווייטער ברענגט ער נאכאמאל: ובחלקו מבני האדם, הסופרים החכמים בעלי החשבון והמדות והוא בית 'כוכב חמה', ובית שנאת צדק.

די באלבאס פון מזל בתולה איז כוכב. און אויף כוכב (וואס ער רופט:כוכב חמה) שרייבט ער: ובחלקו נשמת האדם וכח הבינה. ומבני האדם הפילוסופים, והחכמים, והרופאים, והסופרים, והחשבנים, וחכמי המדות, והסוחרים, ובעלי אומנות כל פתוח וציור.

און שפעטער שרייבט ער נאך: ובחלקו מתולדת האדם הדבור והמחשבה, והמוסר, והחכמה, וחכמת הכוכבים, והנחוש, וכל מיני כשוף, ודבר צחות ודקדוק הלשון. ומהירות הדיבור, ודעת ההגדות, ועשות חרוזים, ודעת הסודות הנסתרות, והנבואה, והרחמנות, והיקר, וסור מרע, ודעת הניגונים, ואהבת כל דבר קטון, (דהיינו: ליב האבן דיטאלן און דקות'דיגע ענינים און זאכן) ומשא ומתן, ומריבות בדברים בלא מעשה יד, וכל מיני ערמה ומרמה, ומכתב שטרים פסולים, וידו נכונה בכל אומנות, ורב תאוה לכל מעשה, וקבוץ ממון ופזורו.

דער אבן עזרא ברענגט פון די חכמי המזלות די ענין פון 'גבולים', אז יעדע שטיקל פון א מזל איז משפיע א געוויסע טבע פון די פלאנעטן.

דהיינו: אז א מזל ווערט צעטיילט אויף דרייסיג מעלות, און – צום ביישפיהל – די ערשטע זיבן מעלות פון מזל דלי איז משפיע די השפעה פון 'כוכב', דאס הייסט אז אויב די זוהן איז געווען אין די ערשטע זיבן מעלות, באקומט דער מענטש אין זיין טבע די השפעה פון 'כוכב'. די קומענדיגע זעקס מעלות גייט פאר פלאנעט 'נוגה'. דאס הייסט אז א מענטש וואס ווערט געבוירן ערגעץ דארט, באקומט אין זיין טבע די השפעה פון נוגה. די קומענדיגע זיבן גייט פאר צדק. און די קומענדיגע פינף פאר 'מאדים', און די איבעריגע פינף פאר 'שבתאי'.

איך וואונדער מיך צי היינט זאגן זיי נאך אלץ אזוי. ווייל דער אבן עזרא הייבט אן זיין ספר: והנה אחל לפרש חקות שמים בדרך המשפטים כאשר נסו הקדמונים דור אחר דור. דאס מיינט אז די חכמה פון די מזלות קומט פון אבזערוואציע. קען זיין אז עפעס האט אדם הראשון איבערגעגעבן וכו'. אבער אסאך פון די חכמה קומט פון קוקן אויף די פאקטישע געשעענישן, און קוקן וויאזוי די פלאנעטן זענען געווען אין הימל. יעדער האט זיך געהאט זיינע אבזערוואציעס. די באשעפער האט זיכער געמאכט אז מענטשן זאלן האבן וואס צו טון מיט זייער טאג און נישט טראכטן פון די קשיא פון 'בחירה וידיעה' וכו'. ער ברענגט עס פיל מאל, 'כי כן נסו'. אזוי האבן זיי פרובירט און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט.

עס איז שווער צו זאגן אז זיי זאלן זיך איינרעדן זאכן, און גלייבן דערין, אפילו ווען עס צייגט זיך איבער אז ס'איז נישט אזוי. איך וואונדער מיך וויפיל זיי האבן דאן געוואוסט.

עכ"פ דער כוכב אין בתולה, זייער קאפ ארבעט צו דורכגיין יעדע דיטאל וואס זיי הערן. ר' אביגדור מילער זצ"ל איז א סימבאל פון מזל בתולה, און הגה"צ ר' יחזקאל ראטה זצ"ל אויך.

א בתולה בכלל איז די ענין פון מסדר זיין, לסדר! ס'נעמט אריין אין זיך אלע דאטא פון די וועלט און עס שטעלט עס אין סדר, ער איז עס מסדר. זיי קענען זעהן די וועלט אלץ אומ'מסודר'דיגע זאך וואס מ'דארף פון דעם מאכן סדר. דאס באלאנגט דא, און דאס באלאנגט דא.

כוכב אין בתולה איז די השפעה פון כוכב נעמט אריין אין זיך און עס מאכט עס אין א סדר. דאס באלאנגט דא, און דאס באלאנגט דא. אז דו וועסט הערן א שיעור פון ר' אביגדור מילער זצ"ל וועסטו פארשטיין וואס איך מיין צו זאגן. דאס איז דאס, און דאס איז דאס!

וויבאלד בתולה בכלל איז 'יסוד העפר', איז אלעס ארום 'פראקטישקייט'. פראקטיש מיינט: עס מאכן די מערסטע נוצבאר.

יעדע זאך וואס א מענטש ווייסט אז ס'עקזיסטירט קומט פון די השפעה פון 'כוכב'. און ווען א 'כוכב אין בתולה' ווייסט זיין הויז וואו ער וואוינט, און זיינע זאכן ארום, דארף דאס האבן א סדר. ער וויל וויסן זיינע זאכן מתוך סדר. אבער נישט יעדע כוכב אין בתולה איז אזוי מסודר, ווייל עס קען זיין אז אנדערע מזלות, און אנדערע אספעקטן, זאלן אים שטערן.

א 'כוכב אין בתולה' וויל פארשטיין יעדעס אות וויאזוי עס קומט דא אריין. אלעס דארף זיין מסודר. און דאס איז די סיבה פארוואס זיי האבן ליב אויסצורעכענען זאכן. ווי דער אבן עזרא שרייבט: בעלי חשבון ומידות" ווייל אזוי ווערט עס מסודר. אזאך וואס האט נישט קיין חשבון, איז ארויס פון קאנטראל, און ווען עס האט א חשבון, ווערט עס מסודר. "די זוהן איז הונדערט ניין מאל גרעסער ווי אונזער וועלטל" ס'ווערט ערגעץ מסודר.

דאס ענין פון זוכן טעמים פאר זאכן, קען קומען פון כוכב אין בתולה. נישט יעדער וואס זוכט טעמים פאר זאכן מיינט אז ער איז א כוכב אין בתולה, אבער א כוכב אין בתולה קען מען פארשטיין פארוואס ער זאל זוכן טעמים פאר זאכן. ווייל אלעס דארף זיין מסודר.

ס'דא אסך מאל ווען מענטשן וואלטן געווען צעפלויגענע מענטשן, אבער דאך זעהט מען אז עפעס האלט זיי אין די ראמען, אז סוף סוף איז ער עפעס מסודר, און דאס קען זיין פון א כוכב בבתולה. אדער 'מאדים בבתולה'. אדער עפעס אנדערש. עפעס האלט אים דארט אין פלאץ.

די ענין פון אוועקשטעלן א כראנאלאגיע איז אויך 'כוכב אין בתולה'. אזוי ווי אין מתיבתא הייבט אן מסכת פסחים: וואס איז די מקור פון איסור 'בל יראה' ו'בל ימצא'.

א 'כוכב בבתולה' האט ליב צו לערנען ווען אלעס ארום איז אוועקגעשטעלט. אזא פינעווערישע פלעווער די 'כוכב בבתולה'. און נאכדעם איז אים גרינג צו לערנען. זיי האבן ליב 'טבלאות'. אין איין ווארט: סדר.

סדר איז אלץ א גוטע זאך. די גמ' זאגט אין מסכת תענית דף ח. ריש לקיש אמר אם ראית תלמיד שלמודו קשה עליו כברזל בשביל משנתו שאינה סדורה עליו שנאמר והוא לא פנים קלקל מאי תקנתיה ירבה בישיבה שנאמר וחילים יגבר, ויתרון הכשיר חכמה, כל שכן אם משנתו סדורה לו מעיקרא.

דער רבש"ע האט באשאפן דעם 'כוכב בבתולה', און אויך צום ביישפיהל דעם 'כוכב בסרטן'. יעדער האט זיך זיינע מעלות.

דער 'כוכב בבתולה' איז מסדר וואס ער הערט אז אלעס זאל שטומען, אבער דער 'כוכב בסרטן' שמעקט די מעסעדש וואס ליגט אונטער די ווערטער, אדער צווישן די ווערטער. א 'כוכב בבתולה' איז מער 'טראכטן', און א כוכב בסרטן איז מער 'אינטואישן'. אמאל דארף מען נוצן 'אינטואישן' צו שמעקן וואס ס'שטייט. און נישט נאר די לאגישע אפטייטש פון די ווערטער.
דער בורא הכל האט באשאפן דעם סרטן, און דעם כוכב בסרטן, אזוי, אז ער זאל דערהערן וואס עס ליגט אונטער די ווערטער פון איינעם. איינער קומט אים פארשלאגן א געשעפט, אבער ער דערהערט פון די אופן וויאזוי יענער עקט, אז יענער מיינט נישט זיין טובה. סרטן איז דאכט זיך די ענין פון זיכערקייט. פון היים. אפשר די ענין פון יסוד.

וואס מ'קען זיך לערנען פון א כוכב בבתולה איז די ענין פון 'זעהן די ווארט וואס שטייט' און עס אפלערנען, אז יעדע ווארט מאכט סענס. (איך דערמאן מיך יעצט פון די אור החיים הקדוש אנהייב די וואכעדיגע סדרה פון לנפש לא יטמא בעמיו וואו ער פארענטפערט דעם רמב"ם.)

ר' יצחק קנפנטון זצ"ל אין זיין ספר דרכי התלמוד שרייבט ער אין סימן א'

כלל גדול בעיון שתדקדק הלשון היטב, ותשתדל לראות אם יש בו ייתור לשון, או כפל ענין, ואם יש חידוש בענין ההוא, או במאמר ההוא, או לאו. ובכל שיניי לשון, ושינוי דין, או ענין שבין נושא לנושא, למה. ודרשת וחקרת ושאלת היטב, ותשתדל להוציא כל הלשון בענין שכל מלה ומלה בכל חלק ממנו יורה על דבר חדש שלא היה מובן מכל הקודם. ותדע ותשכיל הדבר ההוא בשרש ובעצם והגבלת אותו סביב בגבוליו, בענין שתדע מה הוא הנושא ומה הוא משפטו

ותדע ותשכיל הדבר ההוא בשרש ובעצם, בענין שתדע מה הוא הנושא ומה הוא משפטו.
, דאס איז די ענין פון 'כוכב בבתולה' צו וויסן וואס איז די שורש פון יעדע זאך און די עצם פון יעדע זאך. דאס איז סדר! א 'עקרב' האט אויך ליב זיך צו דערגרינטעווען אינעם שורש. אבער דא רעדט מען נישט פון זיך דערגרינטעווען אינעם שורש, נאר ער רעדט דא פון האבן פאר זיך 'די שורש פון וואס מרעדט דא'
והגבלת אותו סביב בגבוליו, מיינט אז דו זאלסט עס מסדר אין זיין פלאץ. אין זיין לאגישן פלאץ.

איך שטעל מיך פאר אז ווען מ'לערנט מיט א 'כוכב בבתולה', זאל מען פשוט אלעס מסדר זיין קלאר.

והשם הטוב יעזור אז איך זאל דאך זוכה זיין צו זיין ערליך, להטות לבבינו אליו ללכת בכל דרכיו
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

נשמה איך מיז דיר זאגן. איך האב הערש יעצט אנגעקימען דא. איך בין שבט. 99.9 פראסענט זאכן זענען אמת! עס איז געווען זייער אינטערסאנט איך אליינץ ליינען. א גרויסן דאנק
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

יעדעס מאל ווען מיר טראכטן פון איינעמ'ס מזל "אז איינער איז געבוירן געווארן – צום ביישפיהל – אין חודש תשרי" איז כדאי צו געדענקען אז דער וואס האט די מערסטע השפעה אויף מזל 'מאזנים', איז 'נוגה'. און וואסערע השפעה געט נוגה?

דאס מיינט אז ס'איז נישט גענוג אז מ'ווייסט אז ער איז א 'מאזנים', נאר מ'דארף געדענקען די פלאנעטן וואס האבן השפעה. און ווי אויך געדענקען צו ס'איז א זכר אדער א נקבה. און געדענקען די אש מים רוח עפר פון די זאך. מאזנים איז רוח. רוח איז די ענין פון רעדן.

מאזנים איז חם ולח. ווארעם און קערפול צו אנדערע.

דער אבן עזרא שרייבט אויף 'נוגה': מתקן הנפש המתאוה. און שפעטער שרייבט ער אז נוגה איז משפיע: הנקיות, (דאס מיינט די ריינקייט וואס א גלייכוואגיקע זאך האט) אהבה (דאס איז די שפע וואס ברענגט אז דער מענטש זאל ליב האבן) ... ודבור יפה (דאס מיינט: ארויסברענגען די ווערטער און די תנועות בשעת מ'רעדט אויף א אופן אז ס'זאל אויסקומען גוט, און האבן א אנגענעמע אומפעקט. דיפלאמאטיש) און ווייטער שרייבט ער אויך אז 'נוגה' איז משפיע 'אהבת הצדק'. (דאס מיינט אז דער מענטש וועט זיך שלאגן פאר גערעכטיגקייט.) נדיבות (דאס מיינט געט אוועק פון זיך)

דא האב איך שוין געשריבן וועגן 'כוכב אין מאזנים'.

איך שרייב דארט אז 'כוכב אין מאזנים' איז משפיע אז דער "מח" זאל גלייכשטעלן יעדע זאך אז ס'זאל שטומען מיט א געוויסע אמת וואס מ'ווייסט שוין אז דאס איז דער אמת. און געווענליך וועגט א זאך צופיל אויף איין זייט פון יענע נקודת האמת. דארף מען עס גלייכשטעלן. די נקודת האמת אליין איז נישט שייך צו וועגן אויף צוויי זייטן. ווייל ס'איז א נקודה. די נקודת האמת.

תפארת איז מידת האמת. ווייל עס האט אין זיך די געטליכקייט פון תפארת. אמת איז תפארת ווייל השי"ת האט באשאפן תפארת.

ווען מ'לערנט מיט א כוכב במאזנים, איז בעסער - די מערסטע שייך לויטן אמת – אז יענער זאל פיהלן אז דו ביסט איינשטימיג מיט זיין אמת, מיט וואס ער ווייסט אז ס'איז דער אמת וויאזוי א זאך קומט, אדער פרובירן – וויפיל ס'איז שייך – אז יענער זאל זיך ערלויבן צו מאדיפיצירן זיין אמת. ווייל די פסוק זאגט (זכרי' יט ח) : האמת והשלום אהבו. און אין תהלים קאפיטל פה: צדק ושלום נשקו. דאס מיינט אז דארט וואו מ'זוכט דעם אמת, זוכט מען אויך שלום. פארוואס איז עס אזוי? ווייל ביידע קומען פון איין מקור.

און נאך א סיבה קען זיין, ווייל געווענליך א מענטש קוקט אן א אנדערע מענטש אז יענער איז פונקט אזוי ווי מיר. איז דער 'כוכב אין מאזנים' ווייסט אז ער זוכט דעם אמת, און מן הסתם זוכט יענער אויך דעם אמת, און קען זייער מעגליך זיין אז יענער איז ביים אמת, און אויב אזוי "וואס איז דער אמת". עס שטערט אים ווען ער פיהלט אז ער האלט אנדערש. אבער חוץ אויב ער ווייסט אז יענער איז שקר.

דאס קען זיין די סיבה פארוואס א 'מאזנים' קען זיך טענה'ן מיט אנדערע און אויפווייזן פאר יענעם דעם אמת. און טאקע ביי יעדע קלייניגקייט. רעדט און רעדט און טענה'ט זיך, און איז מסביר זיין 'פוינט', און מאכט אזוי מיט די הענט צו ווי איינער וואס ווייזט די גלייכקייט פון א זאך. און צו אלעם שרייט ער ניטאמאל. נאר אזוי מיט אזא ווייעכקייט, (נוגה איז משפיע די ענין פון 'נדיבות') איז ער מסביר זיין אמת.

און דער זאך איז – מיין איך – ביי אלע סארט מאזנימ'ס. איך מיין אז דער זאך איז אויך ביי די זיבעטע הויז וואס איז אקעגן מאזנים. נייס!

האמיר פריער געברענגט אז 'נוגה' איז משפיע 'אהבת הצדק', דאס מיינט 'ישרות'. גראדקייט. דער אבן עזרא רופט עס: נדיב לב. איש רעים. א פריינטליכער מענטש. א מענטש וואס זוכט זיך צו חבר'ן. א רילעשאנשיפ מענטש! איז ער בייגט אזוי די קאפ, און ער איז גאנץ שנעל מסכים צו וואס דו זאגסט. עכ"פ דאס איז זיכער אז ער האט נישט ליב קיין מחלוקה, מיט דעם אמת זיכער נישט.

ווען מ'לערנט מיט א כוכב במאזנים איז כדאי צו געדענקען אים צו העלפן צוקומען צום אמת און באשליסן. אים מקשר זיין צו זיין אינערליכע טיפע אמת'דיגע שרשים פון יעדע זאך.

איך געדענק גוט ווי א כוכב במאזנים פרעגט מיך נאכאמאל און נאכאמאל, ארומארבעטנדיג צו דערגיין דעם אמת פון א זאך. קודם זאגט ער אז דאס איז דער אמת, און נאכדעם טוישט ער אז דאס איז דער אמת, מיט די ציהל צו פיהלן וואס ס'קלינגט מער אמת'דיג. דאס האט נישט מיט דעם ווייל ער זוכט 'זיכערקייט', (אמנם ס'קען זיין אז ער זוכט זיכערקייט אויך) אבער עס מיט דעם אז ער זוכט זיך צושטעלן אויפן אמת, און ער פיהלט אז ער האט עס נאכנישט, דארף מען אים העלפן מיט דעם ב"ה. מ'דארף געדענקן וואס ער וויל. אז ער וויל פיהלן דעם אמת, און נישט אים העלפן פיהלן 'זיכער' און 'פארזיכערט', ווייל נישט דאס איז וואס ער זוכט דא מיט'ן זיך וואקלן אהער און אהין. ער זוכט צו פיהלן די ריכטיגקייט פון די השפעה פון זיין כוכב. זיין קאפ און זיין דיבור ארבעט שטערקער און בעסער ווען ער פיהלט אז ער טראכט יעצט און זאגט יעצט דעם אמת. דאס איז אזא Perceiving פאנקציע.

וואס מ'קען זיך לערנען פון א כוכב במאזנים איז, הארמאניע. דאס מיינט אז מ'קען צוגיין צו יעדעס ווארט וואס מ'לערנט, כאילו דאס איז א נייע זאך, עס אז נישט דומה צו גארנישט. עס איז יוניק! און מ'קען צוגיין דערצו און זיך פרעגן: וואסערע זאך איז ענליך צו די זאך וואס איך לערן יעצט. מיט וויפיל איז עס ענליך און מיט וויפיל איז עס אנדערש. דאס איז 'כוכב במאזנים'. הארמאניע! די כח צו קענען הארמאנייזן ווען מ'זינגט קומט ווייל מ'האלט אין קאפ די דרך הניגון, און לויט דעם רעכנט מען אויס אז ס'זאל לויפן אזוי און אזוי אנדערש. מ'קען נאר הארמענייזן ווען מ'געדענקט און מ'האלט קאפ אויף וויאזוי די ניגון קומט. די זעלבע איז מיט לערנען. "וואו נאך טרעף איך אזא זאך" "מיט וויפיל ענליכקייט איז עס"

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די שפיץ פון א 'כוכב בעקרב' איז 'זיך דערגרינטעווען מער און מער צום מקור הדבר'.

וואס האט דאס מיט 'עקרב'? עקרב במרחשון שהסלעים ושדות נראין סרוקין שהעקרבים נכנסים בהן.

'כוכב בעקרב' איז א פינעווערישע זאך.

היינט ווילן די אסטראלאגער זאגן אז די באלבאס דערפון איז 'פלוטו'. וויפיל איך האב אויפגעכאפט – בערך – וואס פלוטו איז, איז די בחינה פון 'עש'. אז ס'מאכט חרוב די ביז יעצטיגע, און נייע בריאה קען ארויסקומען. אזא 'עושה חדשות' זאך. אזוי ווי דער קערנדל וואס ווערט כמעט אינגאנצן בטל אין דער ערד, און ערשט דאן שפראצט ארויס א נייע זאך. ועיין ביושר דברי אמת שטיקל יג.

קלער איך אזוי.

אז די סיבה פון עקרב, און 'כוכב בעקרב' און ווי אויך די 'אכטע הויז, איז די ענין פון 'בטל ווערן' כדי צו ווערן א נייע בריאה. און אויף די אכטע הויז שרייבט דער אבן עזרא: הבית השמיני יורה על המות, והירושה, והפקדון, והפרידה, והיראה, והעיצבון, והאבידה.

יעדע זאך וואס פון דעם ווערט שפעטער א נייע בריאה. די נייע בריאה ווערט נישט פון 'פלוטו', (אזוי צו זאגן...) נאר די נייע בריאה ווערט פון די חיות וואס השי"ת איז שטענדיג משפיע. און דערפאר האט מען פחד, ווייל מ'פיהלט אז מ'ווערט בטל. אז מ'ווערט אויס. אבער באמת ווערט מען נישט אויס, נאר מ'ווערט טיפער.

אבער ביז היינט האבן זיי אלע געהאלטן, און אזוי שרייבן אונזערע פריערדיגע, אז מאדים איז דער וואס האט השפעה אויף עקרב. און אויף מאדים שרייבט דער אבן עזרא: ולחתור בקירות, ולפתוח הדלתות, ולגלות כל דבר. עכ"פ עקרב איז די ענין פון 'זיך גריבלן' 'זיך דערגרינטעווען ביז צום ביין'.

אויף מאדים, דער וואס האט השפעה אויף מזל עקרב, שרייבט דער אבן עזרא: ובחלקו מתולדת האדם המהירות, והגבורה, והניצוח, וכו'

יעצט דאס מיינט נישט אז איינער וואס איז א 'כוכב בעקרב' גייט דאס טון. נאר דאס מיינט אז ער האט די אינערליכע כוחות דאס צו טון. די ענערגיע קען ווערן גענוצט אויף צו באזיגן זיין אייגענעם יצר. א יוד ארבעט אויף זיך און דערגרייכט גאר עפעס אנדערש מיט די זעלבע ענערגיע, כדרך 'אין מזל לישראל'.

אבער מ'דארף וויסן אז ווען עס קומט צו לערנען מיט א 'כוכב בעקרב' דארף מען אכטונג געבן ווען עס קומט זיך צו טענה'ן אין גמ'. ווייל א 'כוכב בעקרב' האט ליב דאס ענין פון 'באזיגן'.

א עקרב איז 'קר ולח', דאס מיינט 'נישט דוקא היציג אבער געפיליש און קערינג פאר אנדערע. און די זעלבע איז מיט 'כוכב בעקרב'.

הצדיק ר' אליעזר חיים בלום זצ"ל איז געווען – לויט ווי איך האב אויסגערעכנט – א 'כוכב בעקרב'. ער איז געווען זייער א טיפער טראכטער. זיין יראת שמים, צדקות ופרישות ועבודת המידות ועבודת בוראו איז באקאנט פאר יעדעם. ער האט איבערגעלאזט רייכע שיעורים וואס מ'קען הערן אויף 'קול הלשון', אדער 718-906-6453

די אופן וויאזוי א עקרב לערנט איז אז ער קוקט מיט אפענע אויגן די טיפסטע מעגליך. זיינע אויגן פארמאגן נישט קיין "דעקליך". ער זעהט אלעס. אויב ער קוקט אויף די קדושה פון די הייליגע תורה, זעהט ער אלעס. נישטא האלב.

והשם הטוב יעזור אז איך זאל מיך אויסארבעטן מיינע מידות.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

עס ווענט זיך עכט אין וועלכע הויז 'כוכב' איז.

'כוכב בקשת' איז ווי פאלגנד: קשת פאר זיך איז דאך 'אש'. חם ויבש. אבער דער וואס 'פירט' קשת איז די פלאנעט 'צדק'. און אויף צדק שרייבט דער אבן עזרא: חם ולח. קומט אויס אז קשת איז נישט אזוי יבש, ווייל עס האט אין זיך די ליחות פון צדק.

דער הייליגער רמב"ם שרייבט אין זיין ספר 'שמונה פרקים להרמב"ם אזוי: והמשל בו, כשיהיה האדם מזגו נוטה אל היובש, ויהיה עצם מוחו זך והלחות בו מעטה, יקל עליו לגרוס ולזכור ולהבין הענינים, יותר מבעל לחה לבנה רב הלחות במח. אז ווען די מזג פון א מענטש וועט זיך בייגן מער צו טריקעניש, און זיין 'עצם מח' וועט זיין לויטער, און ער וועט האבן ווייניג פייכטקייט, נאסקייט, וועט אים זיין גרינג צו לערנען, און צו געדענקען, און צו פארשטיין, מער ווי דער וואס האט אסאך פאכטקייט אין זיין מוח. לחה לבנה.

אמאל איז מען מער געגאנגען מיט געפיל.

שטעל דיך פאר אז דו קומסט אריין צו א מומחה און ער זאגט דיר אז "מיר זעהט אויס אז דו ביסט מער נוטה צו טרוקעניש, און דיין עצם מוח איז מער א לויטערער מח, און ס'האט ווייניגער ליחות". אמאל איז מען געגאנגען מער מיט געפיל. מ'איז נישט געווען דוקא א סייענטיסט און געמוזט אנווייזן פונקטליך וואו די מח איז טרוקן. מ'האט געזעהן און פארשטאנען אז דער איז זיין מח טרוקן, און ביי דעם איז עס נאס! און דאס האט מען גענוצט. און זיי זענען מיין איך אנגעקומען סך ווייטער מיט דעם.

איך קלער אז אפשר איז דאס די חילוק צווישן די 'לינקע חלק מח' און די 'רעכטע חלק מח'. די 'לינקע חלק מח' איז מער טרוקן און קלארער, די 'רעכטע חלק מח' איז מער נאס און שווער צו לערנען.

טרוקן איז מער 'לאגיש', און 'נאס' איז מער 'געפיליש'. נישט אזוי?

דע 'נאסקייט' אין מח איז וואס לאט נישט לערנען. מ'דארף עס אביסל אויסטרוקענען. די יסוד האש – מיין איך – אז זיי האבן גוטע קעפ. ר' חיים בריסקער, זיין כוכב איז געווען אין טלה, חם ויבש. ס'האט נישט נאר מיט דעם. אבער דער רמב"ם שרייבט אז עס האט יא מיט די מזג.

דער אבן עזרא שרייבט אויף צדק, צווישן אנדערע טבעיים: נדבת הלב וחופש הנפש. דאס הייסט אז דער קשת און דא דער 'כוכב בקשת' האט ליב ברייטקייט. זיך באפרייען. זעהן דאס גוטס און זוכן גוט. די צוגאנג פון א 'כוכב בקשת' איז די 'חופש הנפש'. פרייהייט. די ווארט "איך דארף ספעיס", איך מיין אז א קשת אדער עפעס א צדק האט דאס אויפגעמאכט.

א כוכב בקשת האט ליב ווען ער קען צוגיין צו א סוגיא מיט אזא 'חופש הנפש'. א פרייהייט אליין צו עקפלארירן די זאך.

קשת גייט אלעמאל צוזאמען מיט די ענין פון 'עפענען א ספר אדער א "מעלות" און אויסברייטערן די ידיעות'. דער אבן עזרא שרייבט אויף 'צדק': ודעת התורות והדינין, ופתרון החלומות, גם יורה על הבנים, ולשמש בבתי כנסיות. קענען לערנען. וויסן לערנען! און פאר דעם שרייבט ער: ומבני האדם הדיינים, והחכמים, ועובדי השם, והענווים, והחסידים, והנדיבים, והצדיקים. זיי האבן טאקע אזא נטי' דיך אויסצולערנען וואס דו זאלסט טון. זעהט אויס אז השי"ת וויל פון זיי דאס. די אלע וואס זענען אונטער די פלאנעט צדק.

ווען דו רעדסט צו א 'כוכב בקשת' וויל ער אז דו זאלסט רעדן אויף אזא אופן וואס טוט אויסברייטערן זיינע ידיעות נאך און נאך. צו וויסן מער און מער. איך קוק אן 'קשת' אלץ דאס ענין פון 'ציען' צום אייבערשטן, ציען צו העכערקייט. אזוי ווי די פייל וואס ציהט אויף ארויף. מ'ציהט דעם בויגן און דאס פייל פליהט ארויף.

א כוכב בקשת איז נישט אזוי 'יבש', ס'האט ליב מער געפילישע זאכן. כאטש ס'וויל וויסן, מיינט דאס נאכנישט א סייענטיסט. ווייל ס'איז מיסוד האש, און עס איז צדק. זיך אויסברייטערן. נישט יסוד העפר. א 'כוכב בקשת' איז נישט אזוי ווי א 'כוכב בבתולה'. אפילו ס'וויל וויסן, האט עס אין זיך אזא 'זיבענערישע סארט טאנצעדיגע רצון צו וויסן'. הייבסט אן קריכן און מסביר זיין מער א טיפערע זאך "אוי, כאניש יעצט קיין געדולד, דאס לאז איך פאר דיר, וואס נאך איז נייעס..."

ס'האט נישט די גראוויטעט פון א 'כוכב בבתולה', ס'האט נישט די פארזיכטיג בויען ציגל נאך ציגל. ווייל א קשת איז 'אש'. ס'טליעט! און א קשת איז בכלל א פייל וואס פליהט! דער אבן עזרא שרייבט אויף קשת: קל לדלג, (גרינג צו שפרינגען) אוהב סוסים (האט ליב פערד, דהיינו: די סימבאל פון א קשת איז זיך צו נעמען א "קאר" און זיך אויסלערנען אליין צו דרייווען, און אליין זיך אויסקענען אין די וועלט, אין זיין אייגענע קאנטראל. און דאס מיינט נישט דוקא א "קאר" דאס מיינט אויך אין יעדע סוגיא. ער האט ליב צו אליין לערנען די גמ'. דאס איז די סוד פון אוהב סוסים!) איננו עומד על דרך אחת (גייט נישט אין א גראדע ליניע). אדם שמח (א פרייליכער מענטש, א אפטימיסט.) און די זעלבע איז מיט 'כוכב בקשת'. די 'מח' זיינער לויפט אזוי אהער און אהין. סדר באלאנגט פאר יסוד העפר. קשת איז יסוד האש.

מ'גייט אין איין נושא און פון דארט פארט מען אריין אין א אנדערע נושא, און פון דארט אין א אנדערע נושא און אזוי ביים ענדע שמועס איז מען אינגאנצן אוועקגעפארן. "און וואו האט מען געהאלטן?..."

ווען מ'לערנט א גמ' גייט מען פון איין סוגיא צום צווייטן. מ'הייבט אן אין מסכת פסחים און מ'ענדיגט אינמיטן עפעס א סוגיא אין בכורות. ביי יעדע מסכת האלט מען ערגעץ אינדערמיט.

ס'דא מענטשן וואס לערנען זאכן אין א סדר. מ'נעמט אדורך איין סוגיא ביזן סוף, און מ'לייגט עס אוועק אין זכרון, און ערשט נאכדעם גייט מען ווייטער. אבער א 'כוכב בקשת' איז נישט אזוי. ענדערש ווי דורכטון איין סוגיא פון אנהייב ביזן סוף, איז עס מער, אביסל פון דעם, און אביסל פון דעם.

א 'כוכב בקשת' האט ליב גערעכטיגקייט. צדק: איז א לשון פון 'גערעכטיגקייט'. ווי דער אבן עזרא שרייבט אויף צדק והכלל ישנא כל דבר שאיננו כחוק ומשפט, ואוהב לדבר הרבה, ומבקש שיודוהו בני אדם. ער האט פיינט יעדע זאך וואס איז נישט אזוי ווי עס דארף קומען. און האט ליב צו רעדן אסאך, און וויל אז מענטשן זאלן אים מודה זיין.

'תוס' איז נישט גערעכט'... דו וואונדערסט דיך 'תוס' איז נישט גערעכט'? ער מיינט צו זאגן אז ס'שטומט נישט לויט זיין 'מח'. ער האט ליב אז יעדע זאך זאל זיין 'כפי חוק ומשפט. די ביקוש הצדק פון א 'כוכב בקשת' איז אזוי שטארק, אז טאמער איינער טוט א עוולה פאר דעם 'צדק', אדער טאמער איינער פאפט אונטער, פארטראגן זיי עס נישט, און מ'באקומט דערפאר א פארציע 'צדק' מוסר. מיט די היציגקייט פון די יסוד האש פון קשת.

ווען זיי רעדן פון 'פאליטיק' וועלן זיין מסביר זיין פארוואס יענער איז נישט גערעכט, און פארוואס יענער איז אזוי גערעכט אז נאר. דאס קומט פון 'צדק'. 'אזוי און אזוי קומט די וועלט'. ישנא כל דבר שאיננו כחוק ומשפט!

צדק איז לכאורה אנדערש ווי מאזנים. מאזנים איז מער אז ער האט ליב אז ס'זאל זיין באלאנסירט לויט א געוויסע אמת, און צדק איז מער אז ער האט פיינט אויב ס'שטומט נישט לויט וויאזוי ער האלט אז ס'דארף שטומען. כפי חוק ומשפט. כך נראה לי. א צדק (אלעס וואס די פלאנעט צדק האט השפעה, אין דעם איז נכלל 'כוכב בקשת') וועט נישט זוכן אז ס'זאל זיין אין הארמאניע מיט אנדערע זאכן וואס ער האט געלערנט. א מאזנים יא!

דער 'ומבקש שיודוהו בני אדם' איז ביי א 'כוכב בקשת' גאנץ שטארק. הגם ער גייט עס נישט טון מיט צוואנג ווי דער אבן עזרא שרייבט: ולבקש לנצח כל דבר רק בדרך ישר. אזוי 'איינזעריש'! נישט פשט אז איך גיי גיין מיט אומרעכט און איך גיי דיך ציען אויף מיין זייט, נאר איך גיי דיך עס ערקלערן אז דאס איז דער אמת.

עכ"פ ווען מ'וויל פארשטיין א מזל, דארף מען קענען די השפעה פון די פלאנעט וואס האט השפעה אויפן מזל. צדק האט השפעה אויף 'כוכב בקשת'.

די וועג וויאזוי א 'כוכב בקשת' קוקט אן א סוגיא איז, אלץ א געלעגנהייט זיך צו לערנען עפעס ניי. "לאמיר עקספלארירן די סוגיא, לאמיר זעהן וואס דא טוט זיך, און לאמיר זעהן צו זיי זענען גערעכט, צו ס'שטומט וואס זיי זאגן." מ'גיימיר יעצט געוואויר ווערן עפעס ניי. וויסן עפעס ניי.

ווען מ'זעצט זיך לערנען מיט א 'כוכב בקשת' דארף מען קענען, ווייל די מזל קשת האט נישט קיין געדולד צו זיצן אין א סוגיא, אזוי ווייט ווי וויסן מער און מער. אריינכאפן נאך און נאך.

די מאיר בריגס סיסטעם האט צאמגעשטעלט אסאך מזלות אין איין פונקציע. צוום ביישפיהל, סיי כוכב בקשת און סיי כוכב בתאומים, וועלן וועלן וויסן. אבער די אופן וויאזוי זיי טוען עס, איז גאנץ אנדערש איינע פון די אנדערע. און דאס זאגט נישט מאיר בריגס. דער כוכב בקשת איז מער יסוד האש ווען עס קומט צו זוכן וויסנשאפט. א פליק פון א 'כוכב בקשת' איז גאנץ א גווטער פליק. ווייל עס האט די 'קשת' אין זיך. דער 'כוכב בתאומים' צוגאנג צו זאמלן ידיעה איז גאנץ א אנדערע סארט. מער 'רוח'.

דער 'כוכב בתאומים' וויל בעיקר זיין מח זאל אים גיין. דער 'כוכב בקשת' זוכן צו וויסן נייעס.

וואס וועט זיין אויב איינעמ'ס כוכב בקשת איז אין די דריטע הויז, וואס די דריטע הויז איז אקעגן מזל תאומים. דאן קומט זיך צאם ביידע.

און יעצט וויל איך שרייבן לויט וויאזוי איך שטעל מיך פאר אז א 'כוכב בקשת' ארבעט. א 'כוכב בקשת', די רגע עס באקומט א השפעה פון 'כוכב', דהיינו: א השפעה צו טראכטן און צו רעדן, צום ביישפיהל: איינער זאגט אים א זאך וואס מאכט אים טראכטן דערפון, ווערט ער נייגעריג און ער ווערט נאכגעצויגן נאכדעם ווי די ענעריגע פון א 'קשת' וואס פליהט ארויס פונעם בויגן, די ענערגיע פון יסוד האש! - עס צו נאכגיין מיט זיין שכל צו וויסן די זאך. און שפעטער זאגט אים איינער נאך עפעס, ווערט ער נאכגעצויגן נאך יענץ.

וואס מ'קען זיך לערנען דערפון ווען עס קומט צו לערנען גמ', אדער אנדערע פון אונזערע ספרים איז, דאס ענין פון "ווער נאכגעצויגן נאך א ווארט, ווער נייגעריג, עקספלאריר עס מיט דיין בינה". משכני אחריך נרוצה.

שוין, דער הייליגער באשעפער זאל שוין העלפן.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום זונטאג מאי 22, 2022 4:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

שרייב ביטע א תשרי. מיין בעבי איז געבוירן ענד אויף תשרי אין איך וויל וויסן ווי אזוי ער גייט זיין :wink:
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אזוי זאג איך האט געשריבן:שרייב ביטע א תשרי. מיין בעבי איז געבוירן ענד אויף תשרי אין איך וויל וויסן ווי אזוי ער גייט זיין :wink:


פון דעם האט מען דאך גערעדט אז מ'מעג נישט טון אין די זאכן...
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

איל משולש האט געשריבן:
אזוי זאג איך האט געשריבן:שרייב ביטע א תשרי. מיין בעבי איז געבוירן ענד אויף תשרי אין איך וויל וויסן ווי אזוי ער גייט זיין :wink:


פון דעם האט מען דאך גערעדט אז מ'מעג נישט טון אין די זאכן...

דעס איז נישט קיין פראבלעם צי טין ווייל עס איז נישט קיין חילוק צי ער גייט זאגן אז תשרי איז יא אדער נישט גיט בלייב ער ווייטער מיין קינד אין עס גייט זיך נישט טוישן סא עס איז עכט נישט משנה. די פארבלעם איז נאר צי למשל איך וויל עפעס טין אין איך קיק וועלכע חודש / טאג / מזל עס איז יא אדער נישט ג'י צי טין
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אזוי זאג איך האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:
אזוי זאג איך האט געשריבן:שרייב ביטע א תשרי. מיין בעבי איז געבוירן ענד אויף תשרי אין איך וויל וויסן ווי אזוי ער גייט זיין :wink:


פון דעם האט מען דאך גערעדט אז מ'מעג נישט טון אין די זאכן...


דעס איז נישט קיין פראבלעם צי טין ווייל עס איז נישט קיין חילוק צי ער גייט זאגן אז תשרי איז יא אדער נישט גיט בלייב ער ווייטער מיין קינד אין עס גייט זיך נישט טוישן סא עס איז עכט נישט משנה. די פארבלעם איז נאר צי למשל איך וויל עפעס טין אין איך קיק וועלכע חודש / טאג / מזל עס איז יא אדער נישט ג'י צי טין


צו וויסן וויאזוי ער גייט זיין הייסט לכאורה פרעגן עתידות. (איך בין נישט קיין דיין...).
עכ''פ, אז דו ווילסט, קען איך שרייבן אביסל וועגן תשרי. אבער פארגעס נישט אז ס'גייט בעיקר לויט די שנת החמה. (למספרם קאלענדער) מילא ברויכסטו שרייבן דעם ענגלישן דאטום.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

איל משולש האט געשריבן:
אזוי זאג איך האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:
אזוי זאג איך האט געשריבן:שרייב ביטע א תשרי. מיין בעבי איז געבוירן ענד אויף תשרי אין איך וויל וויסן ווי אזוי ער גייט זיין :wink:


פון דעם האט מען דאך גערעדט אז מ'מעג נישט טון אין די זאכן...


דעס איז נישט קיין פראבלעם צי טין ווייל עס איז נישט קיין חילוק צי ער גייט זאגן אז תשרי איז יא אדער נישט גיט בלייב ער ווייטער מיין קינד אין עס גייט זיך נישט טוישן סא עס איז עכט נישט משנה. די פארבלעם איז נאר צי למשל איך וויל עפעס טין אין איך קיק וועלכע חודש / טאג / מזל עס איז יא אדער נישט ג'י צי טין


צו וויסן וויאזוי ער גייט זיין הייסט לכאורה פרעגן עתידות. (איך בין נישט קיין דיין...).
עכ''פ, אז דו ווילסט, קען איך שרייבן אביסל וועגן תשרי. אבער פארגעס נישט אז ס'גייט בעיקר לויט די שנת החמה. (למספרם קאלענדער) מילא ברויכסטו שרייבן דעם ענגלישן דאטום.

End of September
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אזוי זאג איך האט געשריבן:שרייב ביטע א תשרי. מיין בעבי איז געבוירן ענד אויף תשרי אין איך וויל וויסן ווי אזוי ער גייט זיין :wink:


נשמה האט געשריבן:בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ס'איז וואונדערליך צו זעהן וויאזוי די מזל[ות] אין וועלכע א מענטש איז געבוירן האט א השפעה אויף זיינע פארשידענע נפשות. פארשידענע כוחות וויאזוי עס דרוקט זיך אויס די פארשידענע נפשות אינעם מענטש. די נפש המחשבה, די נפש הגעפיהל, די נפש המעשה, וכו'. די מידות.

כדי דאס צו פארשטיין דארפן מיר נעמען די ווארט וואס איז מרמז אויף דעם, און פארשטיין וואס דער ווארט באדייט. ביים מזל תשרי איז די ווארט מאזנים.

די מזל פון תשרי איז מאזנים. מאזנים מיינט א וואגשאהל. מאזנים מיינט: באלאנסירט. ווען עס קומט צו די ענין פון הארמאניע, האט עס די נפש פון א מאזנים ליב, און וועט טון עס אנצוהאלטן.

די בית פון א מאזנים איז נוגה. נוגה איז דאך די ענין פון 'נעמען און געבן' מוז דאך זיין הארמאניע, צוזאמענלעבן.

די שפיץ פון א מאזנים איז די ענין פון באלאנסירט. עס ווענד זיך אין וועלכע פלאנעט מאזנים איז. ווען ס'איז אין נוגה איז עס אנדערש ווי ווען ס'איז אין לבנה, אין לבנה אנדערש ווי ווען ס'איז אין כוכב, און דאס אלעס אנדערש ווי ווען ס'איז אין מאדים וכו'. אבער מאזנים איז די השפעה פון זיך וועלן באלאנסירן די געוויסע נפש אויף וועלכע עס איז געשטעלט געווארן.

מאזנים מאכט אז דער מענטש זאל זיך וועלן מסדר זיין מיט מענטשן. און זיי האבן ליב צו לעבן מיט אנדערע מענטשן צוזאמען און זיי געבן אוועק דערפאר. און זיי זענען וותרנים, האבן ליב שלום און יאגן עס נאך, האבן א גוט אויג, פארגינען דיר, און זענען נישט נוקם ונוטר. אפילו ווען זיי קריגן זיך ווארטן זיי שוין ווען עס גייט זיך ענדיגן די קריגעריי. און בכלל בארואיגן זיי זיך שנעל, ווייל זיי ווילן בלייבן אין באלאנץ. וועסטו מיר זאגן אז נישט יעדע תשרי איז זיך אזוי פיין מסדר מיט מענטשן? די תירוץ דערויף איז אז אדער האט דער מענטש נאך אנדערע כוחות, אנדערע השפעות פון אנדערע פלאנעטן-מזלות וואס זענען א סתירה מיט די ענין פון זיך מסדר זיין, אדער איז דער מענטש זיך יא מסדר דאס מערסטע שייך כדלהלן

פון מאזנים קען ארויסקומען די פארקערטע פון מאזנים אויך. ווייל וויבאלד ער מוז זיך באלאנסירן מיט 'פלוני אלמוני' עט ער נישט ליב האבן צו זיין מיט יענעם אויב יענער נעמט אים צופיל ארויס די מארך. סתם א מענטש טראכט ביי זיך: יענער איז יענער, און איך בין איך. אבער דא דארף איך דאך זיין באלאנסירט מיט יענעם, און אויב יענער איז צופיל אנדערש איז עס שווערער. עס קאסט מער נערווען, מער מחשבה, מער וואג, מער קאלקיולעשן, דערפאר לאז איך מיך אפ פון יענעם. "יענער איז גורם אז מ'זאל זיך דארפן טענה'ן, און איך האב נישט ליב זיך צו טענה'ן" "איך קען מיט יענעם נישט לעבן" א צווייטער וואלט געקענט. די שאלה איז וואס מיינט לעבן מיט יענעם.

וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז אז די ענדע אויפפירונג וואס דו זעהסט אויף א מענטש קען האבן די פארקערטע שורש.

מאזנים מיינט באלאנסירט, און דאס איז די סיבה פארוואס עס פיהלט זיך געשמאק צו זיין מיט א מאזנים, די סיבה איז ווייל ער באלאנסירט זיך צו שטומען לויט דיין נפש.

אבער דאס מיינט נישט אז א מאזנים וועט נישט קענען אויספירן זיינע אייגענע רצונות. ער קען יא. נאר ער וועט עס אזוי גוט מאכן, און דיר ערקלערן די ריכטיגע דיבורים, אז דו זאלסט מסכים זיין דערצו. ווייל די שפיץ איז באלאנץ, און איך דארף נאר טרעפן וויאזוי, "וואס און וויאזוי דארף איך רעדן צום דעם מענטש וועגן דעם ענין" אבער די שפיץ איז נישט: זיך מבטל זיין צו דיר אינגאנצן. ביטול איז נישט באלאנץ.

א מאזנים האט ליב אזא שיינקייט וואס האט מיט באלאנץ. נישט יעדע שיינקייט האט מיט באלאנץ. ס'דא - צום ביישפיהל - ניגונים וואס האט מיט באלאנץ. שרייב ארבעט וואס האט מיט באלאנץ. תפארת'דיג.

ס'דא וואס האבן זייער ליב אזעלכע דיינים וואס זענען 'מאזנים'. ווייל זיי האבן זייער שטארק די פיפטע שולחן ערוך. זיי נעמען אין באטראכט נאך זאכן.

זיי זענען ווייניגער "מושל ושליט" ווען עס קומט צו די ענין פון חינוך. און מער "אוהב וסבלן". ווייל זיי באלאנסירן זיך מיט די נפש פונעם קינד.

א מאזנים האט נישט ליב אומאנגענעמע מצבים, אדער מצבים וואס זענען ארויס פון באלאנץ. און די סיבה איז ווייל עס איז נישט באלאנסירט. אלעס קומט פון איין שפיץ: מאזנים! און דערפאר וועסטו אים מער זעהן בשמחה. ווייל עצבות איז א ענין פון "ארויס פון גלייכגעוויכט". 'זיבן' קען קומען פון מאזנים.

ס'דא גאנץ אסאך כאראקטעריסטישע שטריכן וואס באלאנגען צו א מאזנים. די וועג וויאזוי זיי רעדן איז אלעמאל מיט אזא באלאנסירטקייט. זיי האבן זייער איידעלע געפילן. און דאס קומט ווייל זיי גייען אריין אין יעדע זאך צו פארשטיין די באלאנץ דערפון. און דאס מאכט זיי אריינקריכן אין די טיפסטע איידלסטע געפילן. ווייל אלעס דארף דאך ווערן באלאנסירט.

איינע פון די זאכן וואס ער שרייבט אויף א מאזנים איז: אז זיי זוכן זיך אנצולאנען אויף א כח וואס איז שטערקער ווי זיי. די סיבה? קען זיין ווייל ווען א מענטש דארף זיך באנוצן מיט די אייגענע כוחות, דארף עס ארויסגיין פון באלאנץ. ווען זיי דארפן אנפירן עפעס איז עס אויך שווער פאר זיי. אזוי טוט עס יענער. און דאס איז אויך די סיבה פארוואס זיי האבן ליב "געזעצן און גרעניצן" ווייל דאס באלאנצירט.

ס'דא ווען א מאזנים טשעפעט, און די סיבה איז: דאס באדערט דיך? מיך וואלט עס נישט אנגעגאנגען. אבער די רגע זיי כאפן אז דו האסטעך באליידיגט וועלן זיי דיך איבערבעטן.

אפילו זייער שטומע איז אויך אויף אזא באלאנסירטע אופן. זייערע תנועות איז אויף אזא מאזנים'דיגע אופן. זייער גאנג. אלעס איז אזוי פונקט אינדערמיט.

איינע פון די שוועריגקייטן פון מאזנים איז אז עס מאכט שווער פאר'ן מענטש צו כאפן די ריכטיגע וועג וואס צו טון. ווייל ס'איז דאך דא אזויפיל זייטן צו א ענין. קען זיין אז דערפאר האבן זיי ליב אז איינער - א באלאנסירטער - האט שוין באשלאסן פאר זיי.

א מאזנים ארבעט שווער און האבן נישט קיין צייט זיך אפצוריען. פארוואס? ווייל דאס איז א עבודה שלימה. מ'מוז אגאנצן צייט, ממש יעדע רגע, נאכאמאל צוריקגיין אין באלאנץ. און יעדע רגע איז דא אסאך וואס צו בלאנסירן. און דערפאר איז ער אינערליך זייער אנגעצויגן. ווייל ער דארף וויסן פונקטליך וויאזוי מ'באלאנסירט זיך. אבער ער דארף אויך ארבעטן דאס נישט ארויסצואווייזן, וואס דאס לייגט נאך צו צום אנגעצויגנקייט. דארף מען אים מחזק זיין.

ווי אויך זארגט ער זיך אלעמאל אז אפשר איז ער נישט יוצא כלפי מענטשן, אפשר אויך כלפי הלכה. פון דא קען קומען די איינזערישע טייפ. די פונקטליכקייט. איך מיין נישט צו זאגן אז יעדע מאזנים איז א איינזער. אדער אז יעדע איינזער קומט נאר פון מאזנים. ס'קען אבער - ווארשיינליך - צוגעבן.

א מאזנים וועט קענען אנפירן און מסדר זיין אזאך. פארוואס? ווייל זיי טוען דאס כסדר מיט זיך אליין. און זיי האלטן דאס כסדר מיט אין די דרויסנדיגע וועלט. ווייל אלעס וואס האט מיט "מאזנים" כאפט זיך ביי זיי גוט אויף, און זיי לעבן דערמיט, האבן עס ליב, ווילן בלייבן דערמיט.

(ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן וויאזוי עס ווערט פארגעשטעלט פאר א מאזנים א ספק וואס האט מערערע צדדים, און ער מוז שוקל זיין. און - לפי דמיוני - ווען ער זאגט וואס ער האט באשלאסן, מאכט ער אזעלכע תנועות וואס ווייזן ארויס א 'וואגשאהל'. אזוי אהער און אהין מיט די קאפ, אדער מיט די קערפער.)

דא שרייבט ער עפעס אבער איך ווייס נישט וואס עס האט מיט 'מאזנים', אבער איך האב עס שוין געזעהן ביי מאזנימ'ס: זיי האבן ליב צו טון מצוות און צו מזכה זיין דעם רבים. עס קומט מיר אויס אז דאס האט מיט עפעס העכערס, נענטער צום עכטן שורש.

האבן ליב צו הערן דאס אייגענע שבח און מ'זאל אים קלאפן אויף די פלייצע אויף די גוטע זאכן וואס ער האט געטון. וואס האט עס מיט מאזנים? נאר זייער פשוט. דאס געט אים די געפיהל אז מ'איז מיט אים. אלעס קומט פון איין שפיץ. (אזוי האף איך...)

ער זאגט אז מאזנים האבן אין זיך א געוויסע שטאלצקייט. מ'קען עס פארשטיין. ווייל ס'איז נישט זייער אייגענע שטאלץ. ס'איז גענומען פון די מענטשן מיט וועם זיי זענען באלאנסירט. מ'קען עס פארשטיין ווייל די ענין פון השפלה איז ווייניגער. ווייל "איך בין דאך גוט..."

א מאזנים ווייסט זייער גוט וואס עס מיינט "לשנות מפני דרכי שלום". גדול השלום...

א מאזנים איז קלוג, ווייל ער איז אין רוח.

אין די אניאגראם קוקט מיר יעצט אויס אזוי.

די עצם מאזנים קען ווערן גענוצט צו פיטערן מערערע טייפס. א איינזער דארף אויך זיין באלאנסירט. וועט עס זיין א איינזער מיט א ניינער פליגל.

ווי אויך קען מאזנים גענוצט ווערן צו פיטערן די נומער צוויי. אדער דריי. אדער זיבן.

מאזנים אין חמה מיינט אז דער עצם מענטש, דער 'איך', דער 'דרייווער', דער וואס האט די בחירה, די 'יכולת' פונעם מענטש וואס באלאנגט פאר'ן אייבערשטן, האט די שפע פון מאזנים.

אין מאדים מיינט עס אז די מעשים פונעם מענטש איז מאזנימ'דיג. ווען עס קומט צו טון פעולות, וועט דער נפש ווערן נתעורר פון אזעלכע מאזנימ'דיגע פעולות. די אויפירונג וועט זיין ווי עס פאסט. זיי נישט נאריש, און פיר דיך נישט אויף נישט צו אהער, און נישט צו אהין.

אין נוגה מיינט עס אז ווען עס קומט צו ווערן נתפעל פון 'נוגה'דיגע זאכן, איז עס אויף א מאזנימ'דיגע וועג. יא, א גוטע חבר אדער נישט א גוטע חבר. אויסגערעכנט. עס לוינט יא צו ווערן נתפעל פון יענע בא'חנ'טע זאך אדער נישט. דאס איז נוגה אין מאזנים. בערך... אם להימשך אחריו אם לא.

אין לבנה מיינט עס אז די געפילן פונעם מענטש לויפן אזוי. נישט אהער, נישט אהין, נאר פונקט אינדערמיט. נישט צו א בעל בכי, און נישט צו בשמחה. נישט צו א פרומער, און נישט צו א קל. וכו'. א ערליכער יוד פונקט אזוי.

מזל הצומח מיינט עס אז די וועג וויאזוי דער מענטש וויל ערשיינען איז מאזנימ'דיג.

פון די מזלות קען מען זיך לערנען א מוסר השכל. אז מ'קען צומאל מיינען אז מ'פארשטייט פארוואס א מענטש טוט וואס ער טוט. אבער ווען מ'ווייסט פון אזא זאך ווי א מזל, קען מען פארשטיין אז ס'דא גאנץ אנדערע סארט מענטשן ווי מיר. זייערע געדאנקען זענען ארום אנדערע דימענשאנס ווי מיין.

און דער הייליגער באשעפער זאל העלפן אז פון מיינע געשרייבאכץ זאל מען נישט צוקומען נאר צו אונזערע ספרים הקדושים, אז קיינער זאל חלילה נישט נכשל ווערן פון מיינע געשרייבאכץ. אזוי ווי מ'בעהט: שלא נבוש ושלא נכלם ושלא נכשל לעולם ועד


איך האב נאכנישט דורך געליינט, אבער איך גלייב אז דאס איז וואס דו זוכסט.
און אז נישט, בעט נאכאמאל. איך וועל אליינס שרייבן.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

וואלט געווען שייך ארויף צו לייגען א pdf פין אלע ארטיקלען ביז דא פין @נשמה ?
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אליעזר ווייס האט געשריבן:וואלט געווען שייך ארויף צו לייגען א pdf פין אלע ארטיקלען ביז דא פין @נשמה ?


איך ארבעט אויף איינס.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

איל משולש האט געשריבן:
אליעזר ווייס האט געשריבן:וואלט געווען שייך ארויף צו לייגען א pdf פין אלע ארטיקלען ביז דא פין @נשמה ?


איך ארבעט אויף איינס.

א גרויסע שכח
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איל משולש האט געשריבן:
אזוי זאג איך האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:
אזוי זאג איך האט געשריבן:שרייב ביטע א תשרי. מיין בעבי איז געבוירן ענד אויף תשרי אין איך וויל וויסן ווי אזוי ער גייט זיין :wink:


פון דעם האט מען דאך גערעדט אז מ'מעג נישט טון אין די זאכן...


דעס איז נישט קיין פראבלעם צי טין ווייל עס איז נישט קיין חילוק צי ער גייט זאגן אז תשרי איז יא אדער נישט גיט בלייב ער ווייטער מיין קינד אין עס גייט זיך נישט טוישן סא עס איז עכט נישט משנה. די פארבלעם איז נאר צי למשל איך וויל עפעס טין אין איך קיק וועלכע חודש / טאג / מזל עס איז יא אדער נישט ג'י צי טין


צו וויסן וויאזוי ער גייט זיין הייסט לכאורה פרעגן עתידות. (איך בין נישט קיין דיין...).
עכ''פ, אז דו ווילסט, קען איך שרייבן אביסל וועגן תשרי. אבער פארגעס נישט אז ס'גייט בעיקר לויט די שנת החמה. (למספרם קאלענדער) מילא ברויכסטו שרייבן דעם ענגלישן דאטום.

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דא האב איך אביסל געשריבן וועגן דעם ענין.

אויב דו גייסט צו מיט דעם אז דו ווילסט חקר'נען וואס עס גייט קומען אויף אים, דאס קען ווארשיינליך אריינגיין אין די ענין פון חקר'נען עתידות. און די תורה הק' זאגט אונז: 'תמים תהי' עם ה' אלוקיך'. און איך ווייס נאכנישט צי מ'קען וויסן וויאזוי ער גייט פאקטיש זיין. איך ווייס נאכנישט דערפון. אלנפאלס, אז מ'גייט צו ווייל מ'וויל וויסן וואס עס גייט פאקטיש אין מציאות זיין, דאס קען אריינגיין אין דעם כלל.

ס'דא פון די היינטיגע פון זיי וואס פרובירן צו פאראויס זאגן וואס עס גייט זיין. דהיינו: וואס גייט געשעהן אויפן קינד. דאס קען אריינגיין אין פארקערט ווי תמים תהי' עם ה' אלקיך.

אבער לבי אומר לי אז דו פרעגסט נישט וויאזוי ער גייט זיין. דו ווילסט וויסן זיינע נאטורן לויט וועלכע מזל ער איז געבוירן. וואס די גמ' רעדט שוין פון דעם. און אלע ספרים רעדן פון דעם. דו ווילסט וויסן וויפיל יסוד האש ער האט, וויפיל יסוד הרוח, וכו', וויפיל ליחות און וויפיל יבשות, דאס האט נישט מיט וואס ער גייט זיין. דאס האט מיט וואס ער איז שוין יעצט. דאס הייסט וויאזוי זיינע נאטורן זענען שוין יעצט. וואס זיין פאטענציאל איז. דו ווילסט וויסן זיינע נאטורן ווייל דו ווילסט אים מחנך זיין לויט דעם. חנוך לנער על פי דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנו. נישט אומזיסט זאגט אונז די גמ' די ענין פון מזלות און די ענין פון נאטורן.

אפילו ווען דו זעהסט די נאטורן פון א קינד, קען מען נישט וויסן וואס ער גייט פאקטיש זיין. עס ווענד זיך וויפיל תהלים דו גייסט זאגן, און וויפיל יראת שמים דו וועסט אריינלייגן. ס'איז נאר א פאטענציאל. ס'ווענד זיך לויט די חינוך. און לויט די תפילות. און לויט וויאזוי מ'היט זיך אפ דאס מויל. און לויט די אמן יהא שמיה רבא. וכו'.

די נאטורן פון די קינד (דהיינו, די טבע וואס קומט פון די מזלות ווען ער איז געבוירן) ווערן אנגעוויזן לויט די ארומיגע. אויב דאס קינד האט - צום ביישפיהל - א פאטענציאל צו זיין א בעל דמיון, און א אומ'מסודר'דיגער מענטש, און ער וואקסט אויף אין א שטוב וואס איז גאר שטארק אומ'מסודר, וועט ער אויסוואקסן גאר א אוממסודר'דיגער. אויב דאס קינד האט א פאטענציאל צו זיין א גערעגטער, און ער וועט אויסוואקסן אין א שטוב וואס איז זייער רואיג, און מ'האט אים מחנך געווען צו רואיגקייט, און וויאזוי צו דירעקטירן די ענערגיע פון כעס, פון מאדים, ריכטיג. וועט ער נישט אויסוואקסן אזא בעל כעסן. ווייל עס איז נישט געווארן געמוטיגט.

פון דעם קומט די אויסדרוק "ער איז דאך פון משפחת פלוני, אוודאי האט ער ליב צו עסן". און ווען דו קוקסט אויף זיין מזל, וועסטו זעהן אז ער האט א מזל וואס האט א שטארקע פאטענציאל איינעם צו אויסברייטערן. נאר ווייל ער איז אויפגעוואקסן אין משפחת פלוני, האט זיך דאס מער אנטוויקלט. עס האט נישט צו טון נאר מיט די מזל, עס האט מיט די חינוך, און מיט די סיעתא דשמיא.

אונטערשטע שורה איז, אז לבי אומר לי אז דו האסט נישט געמיינט צו פרעגן "וואס דאס קינד גייט זיין?" דו האסט געוואלט פרעגן "וויאזוי זיינע נאטורן זענען שוין יעצט" דאס האט נישט מיט וואס עס גייט זיין.

און דער הייליגער באשעפער זאל שוין העלפן.
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

גערעכט @נשמה. איך האב מיך נישט גיט אויסגעדריקט
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

כדי צו פארשטיין די השפעה פון א געוויסע מזל-פלאנעט אויף א מענטש, דארף מען פארשטיין די 'באלבאס' פון דעם מזל.

ווען מיר ווילן פארשטיין וויאזוי א 'כוכב בגדי' נעמט אריין אין זיך די רויע 'כוכב' אינפארמאציע און פראצעסירט עס, דארפן מיר פארשטיין דעם פלאנעט 'שבתאי' וואס איז די באלבאס פון 'גדי'. און מיר דארפן וויסן און פארשטיין אין וועלכע מזל שבתאי איז ביי יענעם, און מיר דארפן פארשטיין אויך כוכב. איינעמ'ס 'כוכב בגדי' איז אנדערש ווען זיין שבתאי איז אין 'סרטן', וואו ווען עס איז אין 'בתולה'.

שבתאי - שרייבט דער אבן עזרא - איז קר ויבש. דאס מיינט אז די השפעה פון שבתאי איז קר ויבש. קר ויבש מיינט קאלט און טרוקן. צוריקגעהאלטן. און גדי אליין איז אויך קר ויבש. אבער אויב שבתאי איז אין סרטן, איז עס נישט אזוי קר ויבש, ווייל סרטן איז קר ולח.

שבתאי איז א געוואלדיגע מעלה, ווייל שבתאי איז די כוח וואס האלט צוריק די השפעה פון א זאך. ADHD קען קומען פון צו ווייניג 'שבתאי', לויזע סטאפ ברעיקס. ווען די "מח" פון א מענטש פיהלט ביי "זיך" אז ס'קען לויפן און טראכן אן קיין שטער, אן סייוועלכע געפיל פון צוריקהאלט, האט דער מח נישט קיין קאנטראל צו טראכטן און צו פאקוסירן. ווען א מענטש פיהלט ביי זיך אז ס'קען טראכטן און דמיונ'ען וואס ס'וויל, אבער פיהלט נישט ווי עפעס האלט עס צוריק, טראכט דער מענטש גארנישט!

א קאר וואס האט נישט קיין 'צוריקהאלט' קען נישט אפילו נישט פארן. די צוריקהאלט וואס א "השפעה" פיהלט, איז וואס געט עס קאנטראל. דאס איז 'שבתאי'.

ווען א מענטש האט שבתאי אין די זיבעטע הויז וואס איז אקעגן רילעשאנשיפס, און ער פיהלט אז עס גייט אים נישט אזוי גרינג און לייכט צו מאכן רילעשאנשיפס, וועט אבער די רילעשאנשיפס וואס ער מאכט יא, זיין ריינער. אז ער קאנעקט זיך נישט מיט יעדן אויף די "גאס".

דער אבן עזרא שרייבט אויף שבתאי: יורה על השחתה, וחרבן, ומות, ועצבון, ואבל, ובכי, ואנקה, ועל הדברים הקדמונים. ובחלקו מנשמת האדם כח המחשבת. שבתאי האלט צוריק די השפעה. און דערפאר ווייזט עס אויף זאכן וואס געשעען ווען די השפעה ווערט צוריקגעהאלטן, אבער עס ווייזט אויך אויף די 'כח המחשבה', אויף 'חכמה', אויף 'בינה'. און אויף זיך דערגרינטעווען צו סודות, ווייל ווי געזאגט: ווען די השפעה ווערט צוריקגעהאלטן, איז דא מער קאנטראל אויף די מחשבה. און ס'דא מער קאנטראל מיט וועם מ'חבר'ט זיך. וואס דערפאר ווייזט 'שבתאי' אויף 'התבודדות מבני אדם'. אבער עס ווענט זיך אינעם גאנצן מזל-פלאנעט.

די בעלי מרה שחורה, פלעגן זיי זאגן אז זיי קענען מער לערנען. און דאס איז וועגן דעם. שבתאי איז אויך ממונה אויף זאכן וואס האבן א קיום. פארוואס? ווייל עס צעשטערט זאכן וואס ווילן חרוב מאכן די זאך. די גמ' זאגט אז איינער וואס ווערט געבוירן אין פלאנעט שבתאי, יש אומרים אז וואס ער טראכט וועט בטל ווערן, און יש אומרים אז וואס מ'טראכט אויף אים וועט בטל ווערן. האי מאן דבשבתאי יהי גבר מחשבתיה בטלין ואית דאמרי כל דמחשבין עליה בטלין (שבת קנו.)

ס'דא א געוויסע פוילקייט וואס קומט פון שבתאי. אזא שלעפערישע סארט. עס פיהלט זיך ממש ווי א קאר וואס וויל ארויפפארן זייער א שיפע בארג און עס גייט נישט לייכט, מ'דארף שטופן. דאס מיינט אז אזא מענטש קען קונה זיין 'זעלבסט-קאנטראל'. ווייל דאס ביסל וואס ער שטופט איז ער אין קאנטראל. נאכדעם איז דא פוילקייט וואס קומט פון אויפגעלאזטע ספרינגס, פון נישט האבן קיין קאנטראל אויף זיך. דאס איז עפעס אנדערש.

שבתאי קען אויך גורם זיין אז מ'זאל זיין א אכטער, אדער אכטעריש. וויאזוי? ווייל וויבאלד דער מענטש פיהלט אגאנצן צייט ווי עפעס האלט אים צוריק, קומט ער ארויס שטערקער. און דערפאר שרייבט דער אבן עזרא: ולהתגבר, ולנצח, ולעשות חמס, ולכעוס, והוא עומד בדיבורו. די קאנטראל וואס שבתאי געט פאר א מענטש, און די געפיל פון צוריקהאלט, מאכט אז דער מענטש זאל ענדערש וועלן מנצח זיין, און זיך רעגן. דאס איז נישט די סארט כעס פון 'מאדים', דאס איז מער אזא 'אכטערישע' סארט כעס. נישט דוקא 'היציגע ענערגיע'.

די וועג וויאזוי (איך קלער, לויט מיין עקספיריענס) א 'כוכב בגדי' לערנט און קוקט אויף דער וועלט.

זייערע אויגן זענען "גראד און פאוקוסירט" אויף די וועלט. די 'יסוד' פון מזל גדי איז 'יסוד העפר'. דאס הייסט אז די השפעה פון כוכב וואס זיי באקומען, דאס הייסט פון וואס זיי טראכטן און רעדן, און וואס זיי שטעלן צאם אין זייערע געדאנקען, איז די פיזישע פאקטישע וועלט. די וועלט אויף וואס זיי קוקן ווערט צעטיילט אויף - כאילו - שטיקער ציגל, פאקטישע "פיזישע" שטיקער אינפארמאציע. דאס איז דאס, און דאס איז דאס. און זיי בויען א בנין. אנדערש ווי א 'כוכב בבתולה' (וואס איז אויך יסוד העפר) וואס איז פאר זיך מסדר די וועלט אין זיין קאפ, וועט א 'כוכב בגדי' זיך בויען א בנין דערפון.

א 'כוכב בבתולה מיט א כוכב בגדי וואס לערנען צוזאמען, בעת וואס דער 'כוכב בבתולה' (וואס זיין באלבאס איז 'כוכב') איז פארנומען צו פארשטיין וואס ער לערנט, וואס עס קומט אים אונטער, און עס מסדר זיין אין פלאץ, וועט דער 'כוכב בגדי' (וואס זיין באלבאס איז שבתאי) זיך קלויבן נאר דאס וויכטיגסטע עיקר יסודית'דיגע גרונט שטיקער פון די גמ'.

פארשטייט זיך אז די מח פון א מענטש איז נישט אנגעוואנדן נאר אין וועלכע מזל זיין כוכב איז, אבער אלץ א צד השווה זענען אלע 'כוכב בגדי'ס מער ווייניגער אין דעם ענין. ס'דא צומאל ווען עפעס קען שטארק שטערן און פארווייניגערן די 'עפר'דיגקייט' פון א 'כוכב בגדי'.

די גמ' פאר א 'כוכב בגדי' איז די גרינטליכסטע זאך וואס איז דא אויף דער וועלט. יעדעס ווארט איז א שטאלענעם אייזן וואס איז טיף אריינגעבויט אין דער ערד. און עס טראגט צו דיין מח זייערע עפר'דיגע מציאות'ער. ווייל ער קוקט עס אן, אזוי ווי ער וואלט זיין זאך אנגעקוקט. די וועלט וואס וועקט אויף א 'כוכב בגדי' צו טראכטן און צו רעדן, איז דוקא די פראקטישסטע געבויטע וועלט. די וויכטיגסטע! (פראקטיש מיין איך צו זאגן 'די מערסטע עפר'דיגע מציאות וואס מ'קען טון דערמיט דא בעולם הגשמי הזה) אפילו אויב זיי זעען מציאות רוחניים, איז עס אויך מער צוגעצויגן צו די ענין פון 'אנקומען, דערגרייכן, עוסק זיין דערמיט' און נישט סתם קריכן מעולם לעולם פאר די תענוג פון דמיון אליין.

תני תנא קמיה דרב ששת איז 'דרב ששת' דוקא. פאר א כוכב אין אנדערע מזל, קען זיין אז ס'איז נישט אזא נפקא מינה צי רב ששת צי ווייסעך ווער. דער 'כוכב בגדי' זעהט אזאך מיט מער א שטערקערע געבויאכץ. נישט ווי סתם "בלאקס" וואס מ'קען ארויסשלעפן איינס פון אונטן און אלעס צעפאלט. ער זעהט די וועלט, אדער ער זעהט די 'נקודות' אין די וועלט וואס האט אין זיך דעם 'גדיאישן' געבויאכץ. ער זעהט די וועלט, די נקודות וואס ער וויל זעהן, אלץ אזאך וואס מ'האט צעביסלעך מיט שווייס געבויט מיט פעסטע יסודות!

איך וואונדער מיך צי דער 'כוכב בגדי' פארשטייט וואס עס מיינט אז א מענטש האט אזא 'דיספאזעבל' צוגאנג צו א גמ', גא-ט ב"ה פארציי.

די גמ', פאר א 'כוכב בגדי', רעדט מיט א ערנסקייט, מיט א געוואלדיגע אחריות.

די פלאנעט שבתאי מאכט אז דער 'גדי' און דער 'כוכב בגדי' זאל נאר בויען זאכן וואס קענען זיך דערהאלטן אין גאר שטורמישע וואסערן. אלעס וואס האלט נישט אויס ווערט צענומען. א 'כוכב בגדי' גלייבט נישט קיין הוילע לופטיגע גערעדאכצער. נאר דער יסוד איז וואס בלייבט ביי אים. ר' חיים וויטאל שרייבט ערגעץ אז שבתאי איז הוד. איך קלער אז פארוואס איז שבתאי הוד, ווייל שבתאי לאזט נישט אוועקגיין פון וואו מ'איז. אזוי ווי דער אבן עזרא שרייבט אז שבתאי איז ממונה אויף 'אבן השואבת', אויף די מאגנעט, פארוואס? ווייל דאס איז שבתאי. עס ציהט אראפ און עס לאזט נישט אוועקגיין. און דאס איז הוד. מודים אנחנו לך שאתה הוא, מ'האט ביטול צום אייבערשטן.

דאס בויעריי פון א גדי קומט פון שבתאי. שבתאי מאכט אז דער גדי זאל פארשטיין וואס עס מיינט אז אזאך דארף מען פעסט בויען און אויב נישט צעפאלט עס. וויבאלד שבתאי האלט צוריק, וועט דער 'גדי' און דער 'כוכב בגדי' שטופן אז די וויכטיגסטע זאל נישט צעפאלן. שבתאי איז וואס לערנט אויס א מענטש זאל בויען א פעסטע יסודות'דיגער בנין. שבתאי איז דער וואס מאכט אז דער 'כוכב בגדי' זאל ענדערש נאר וועלן דערהערן זאכן וואס קען נישט צעפאלן. און פון דעם קומט דאס רצון צו טראגן אחריות, וואס א גדי איז דער עיקר אין דעם ענין פון אחריות.

די גמ' זאגט פאר א 'כוכב בגדי' "אונז זאג מיר דיר דא זייער א וויכטיגע ווארט, נעם אחריות אויף וואס דא שטייט" ס'איז דאס וואס איך זאג דיר דא. קוק גוט די ווערטער, ווייל דוקא די ווערטער האב איך געשריבן, און אין דוקא דער סדר. "דו ווייסט וויפיל איך האב געטראכט, פאר איך האב עס געשריבן..." נעם עס נישט פאר לייכט! דאס איז א 'כוכב בגדי'.

פארשטייט זיך אז עס ווענד זיך צי די גמ' איז א חלק פון זיין וועלט.

ווען מ'לערנט מיט א 'כוכב בגדי' איז גוט צו וויסן "וואס האט ער שוין אויפגעבויט אין זיין קאפ". ווייל א 'כוכב בגדי' קומט שוין מיט עפעס. מ'קען דאס נישט געבן סתם אזוי אזא מאך אוועק. ווען מ'לערנט מיט א כוכב בגדי איז גוט צו וויסן אז זיין וועג צו פארשטיין איז צו לערנען גרינטליך און קלאר מיט גאר קלארע שארפע ראיות וואס מ'קען קלאר זעהן.

ווארשיינליך האבן זיי גוטע קעפ. טאקע ווייל ס'בויט זיך מיט א קלארע עפר'דיגקייט. ציגל נאך ציגל. א תלמוד חכם, א 'כוכב בגדי', (ווענד זיך אין נאך זאכן אינעם פלאנעט-מזל) האט א אויסגעבויטע פיזישע גמ' אין זיין קאפ. נישט סתם איידיעס.

צו פארשטיין וויאזוי (אין טעאריע, איך בין קיינמאל נישט געווען א 'כוכב בגדי') ארבעט. די ערשטע זאך איז אנצוקוקן די גמ' אדער די זאך וואס דו לערנסט יעצט מיט 'די מערסטע עפר'דיגע אויגן גלעזער'. די ווערטער געבן נאר ארויס פון זיך 'זייערע עפר'דיגע נקודות. ווארף ארויס פון דיין קאפ יעדעס ברעקל 'לופטיגקייט', זעה די מערסטע הארטסטע נקודות אין די סוגיא, ער רעדט צו דיר 'פראקטיש', עפר'דיג. נאכדעם צעטייל יעדע זאך וואס דו לערנסט אין קלארע געשניטענע "פיזישע" שטיקלעך. ערווארט צו באקומען אין דיין "מח" פיזישע אינפארמאציע. האק אפ אלע אינפארמאציע ארייננעמערס וואס ווילן ארייננעמען 'רוחניות'דיגע, לופטיגע, אדער געפילישע, אדער ענערגישע, רעיונות. מיר רעדן דא יעצט פון מזל גדי! ווען דו זוכסט מיט דיין מח נייע אינפארמאציע, זוך די פיזישע נקודות דערפון. אויב ס'וויל אריינקומען מער אזעלכע לופטיגע, אדער געפילישע, אדער ענערגישע, שטופ עס ארויס. יעצט לאז נאר אריין 'עפר'דיגע' אינפארמאציע! דאס מערסטע פראקטישסטע אויסגאנג פון די אינפארמאציע.

די חילוק פון א 'כוכב בגדי' און א 'כוכב בשור' איז אזוי. ביידע זענען דאך יסוד העפר. די חילוק איז אבער אזוי. ווען א 'כוכב בגדי' וועט לערנען צוזאמען מיט א 'כוכב בשור', וועט דער 'כוכב בשור' טאקע לערנען די פראקטישע דאהי נקודות פון די זאך וואס ער לערנט, אבער ער איז נישטא מיט די 'שבתאי'דיגע' רצון פון "בויען"! פאר'ן 'כוכב בשור' וועט גוט זיין צו רעדן פון סיי וואס, אבי מ'קען עס אראפברענגען דא אהער. אבער דער 'כוכב בגדי' וויל נישט נאר גרינטליכע יסודות. אנדערש ווי דער 'כוכב בשור' וואס פאר אים איז דער עיקר אז מ'מאכט עס 'געשמאק' דהיינו: דאהי. דער 'כוכב בגדי' איז מער "אחריות'דיג", מער ערנסט. מער ביזנעס מיינד. מ'קען נישט סתם לערנען א גמ' פאר די תענוג התורה הק', מ'דארף דא אחריות.

שוין והשם הטוב יעזור אז מ'זאל זוכה זיין צו מנוחת וטהרת הנפש וקדושה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ס'דא די כח פון 'כוכב בסרטן', פון דערהערן און אריינבאקומען די וויכטיגקייט וואס ליגט אונטער די פשוט'ע טרוקענע ווערטער וואס מ'לערנט, מ'הערט, מזעהט. אז חוץ די מעסעדש וואס מ'באקומט פון די עצם ווערטער, די אפטייטש וואס יענער זאגט, הערט מען אויך די 'נפש' פון די זאך. די 'געפילן' פון דער זאך וואס מ'הערט. דער הייליגער פיאסעצנאר איז 'לויט געוויסע' געווען א 'כוכב בסרטן'. עכ"פ די 'נפש' איז זיך מתגלה צו דער וואס לערנט עס.

ער דער הייליגער פיאסעצנאר זצ"ל זי"ע שרייבט אין זיין ספר 'חובת התלמידים' : וכן כשמתחילים ללמוד בימי אלול דיני סליחות ותפילות של ראש השנה ויום הכיפורים וכו' לא שכל יבש בלבד בו, רק את הדין של ימים אלו כבר מרגיש בלימודו, עד שלפעמים מתעורר מן הדינים הללו שלומד, כמו מאיזה ספר מספרי מוסר.

אז ווען מ'הייבט שוין אן צו לערנען, חודש אלול, די דינים פון סליחות און די תפילות פון ראש השנה און יום כיפור, זעהט מען נישט דערין סתם א טרוקענעם שכל, נאר צוזאמען מיט די לערנען פליסט אריין אין מענטש די פארכטיגקייט פון די ימי הדין, ביז מ'קען צומאל נתעורר ווערן אזוי ווי מ'לערנט א ספר מספרי מוסר.

איך זאג נישט זיכער אז ער איז געווען א 'כוכב בסרטן', אבער עס זעהט אויס אז זיין שורש נשמה, און זיין שליחות בעולם הזה איז דייקא געווען דאס ענין פון 'התגלות הנפש' 'התגלות הנבואה' בבחינת 'בני נביאים הם'. און פארשטייט זיך אז עס ווענד זיך ווי הייליג א מענטש איז, אזויפיל הרגשה קען אראפגעשיקט ווערן צו אים. אזויפיל 'רוח קדושה' קען אין אים אריינקומען. אבער ער איז געווען א געפילישע מענטש.

דער הייליגער באשעפער זאל שוין העלפן אז איך זאל זוכה זיין בתוך אלע בעלי תשובות צו מרגיש זיין קדושה וטהרה.

איז דא 'כוכב בסרטן' און ס'דא 'כוכב בדגים'.

'כוכב בסרטן' איז נפש. די נפש פון דער זאך. ווי דער אבן עזרא זאגט אויף 'לבנה' וואס איז די באלבאס פון 'סרטן', אז ס'איז משפיע אויף 'שיחת הנפש ותמימות הלב וגילוי הסוד'. 'גילוי הסוד' מיינט צו דערשנאפן וואס עס ליגט אונטער יענעמ'ס דיבורים. גילוי הסוד מיינט התגלות הנפש.

'כוכב בדגים' איז די כח המדמה. די כח המדמה איז אנדערש ווי 'נפש'. נפש איז געפילן וואס מ'פיהלט. רוח קדושה. דמיון איז זעהן זאכן וואס איז העכער ווי די עפר'דיגער וועלט. דאס זענען צוויי אנדערע כוחות. הגם דער פיאסעצנאר זצ"ל רעדט פון ביידע. ווייל זיין 'חמה' און 'מאדים' זענען געווען אין די צוועלפטע הויז וואס איז אזוי ווי מזל דגים.
עכ"פ, דאס זענען צוויי כוחות. איינס איז נפש. און איינס איז דמיון. נפש איז וואס מאכט דיך פילן זאכן, דמיון איז וואס מאכט די זעהן זאכן מיט דיין עיני השכל.

מיט מיין דמיון קען איך מיך פארשטעלן סך מער ווי סתם די טרוקענע ווערטער וואס עס שטייט.

א 'כוכב בדגים' רעדט געפיליש. פארוואס? וואס האט עס מיט דמיון? די סיבה איז ווייל די מזל 'דגים' איז קר ולח, 'לח' מיינט א מענטש וואס איז געפיליש פאר זיך 'פירערישע' סארט געפילן. אנדערש ווי 'יבש' וואס מיינט א טרוקענע מענטש.

יעצט, צדק וואס איז די באלבאס אויף 'דגים' איז 'חם ולח', 'חם' איז 'צווייערישע' סארט געפילן. געפילן פאר יענעם. א 'דגים' האט נישט אזוי שטארק אין זיך 'צווייערישקייט', אבער עפעס האט ער מצד די 'חמימות' פון צדק.

היינט ווילן זיי זאגן אז די פלאנעט נפטון וואס השי"ת האט אריינגעשטעלט אז ס'זאל זיך דרייען אין די הימלן, איז ממונה אויף 'מזל דגים'. אז אט דער בלויע נפטון איז דער וואס שיקט אראפ – כביכול – דמיון אויף געוויסע מעמבערס זיינע.

און בכלל האט 'צדק' א גוטסקייט אין זיך, 'נדבת הלב' שרייבט דער ראב"ע אויף צדק. און ער שרייבט אויף צדק: והכלל שהוא יורה על איש שיש לו נפש טובה, ויצר טוב, ועין יפה. 'ער וויל דיר נישט ווייטון, ער וויל דיר נישט אריינזאגן'. אז ער זאגט דיך יא אריין קומט עס פון אנדערע אספעקטן אין די מזלות. אבער מצד 'כוכב בדגים' זענען זיי צדק'דיג.

אויף מזל דגים ברענגט דער ראב"ע 'ואין דעתו מיושבת עליו'. מ'קען זאגן אז ס'מיינט אז זיי זענען אנדערש ווי א שטייגער דער 'כוכב בבתולה' וכדומה, אז זיי האבן די ענין פון 'דמיון', וואס מ'רופט פאר'חלומ'ט. דאס מיינט נישט צו זאגן אז 'כוכב בדגים' קען מען נישט פרעגן א דיעה ווייל ער האט נישט קיין געזעצטע דעת. נאר ס'מיינט אז די דעת, דהיינו: די מחשבות זיצט נישט דאהי. די כח הדמיון האלט אין איין מחדש זיין נאך און נאך. ער איז נישט ממש דא. ווייל אז די מח פון א מענטש באקומט די השפעה פון 'כוכב' אויף א אופן פון דמיון, זעהט עס נישט א טרוקענע ריאליטעט. מ'קען האלטן אין איין גיין "מעולם לעולם" מיט די כוח הדמיון. זיין דמיון טראגט אים העכער ווי די 'פיזישע האלצערנע טיש'. דאס מיינט 'אין דעתו מיושבת עליו'.

צו פארשטיין א 'דגים' און צו פארשטיין א 'כוכב בדגים' דארפן מיר פארשטיין די כוח הדמיון. און איך וויל נאכאמאל דערמאנען אז דמיון און נפש איז צוויי אנדערע זאכן. נפש איז געפילן, דמיון איז 'זיך מדמה זאכן אין מחשבה וואס מ'האט נישט ממש געהערט, נישט ממש געוואויר געווארן דערפון מיט די פינף חושים. מ'קען זיין א היבשער מזל דגים, און נאך אלץ נישט זיין א "פירער". ווייל נפש און דמיון איז צוויי זאכן.

לאמיר ארויסברענגען די שיינקייט פון א 'כוכב בדגים'. ווען מ'לערנט א גמ' איז דא די טרוקענע ווערטער, און נאכדעם איז דא א בילד וואס מ'קען אליין צאמשטעלן פון וואס די גמ' רעדט דא.

און נאכאמאל: דאס איז אנדערש ווי א 'כוכב בסרטן' וואס שטעלט צאם א געפילישע בילד וואס די ווערטער מיינען פאר די געפילן, וואס די ווערטער מיינען פאר 'נפש'. א 'כוכב בדגים' שטעלט צאם מיט זיין דמיון א בילד וואס ער האט נישט ממש געזעהן אז ס'שטייט קלאר ארויס. ביידע נוצן 'אינטואישן' צו ערגענצן א בילד פון די שטיקלעך אינפארמאציע וואס זיי באקומען. אבער דער 'כוכב בסרטן' נוצט 'אינטואישן' צו ענקאודן די נפש הדבר, און א 'כוכב בדגים' נוצט אינטואישן צו ערגענצן דאס בילד.

מאיר'ס בריגס סיסטעם זאגט נאר אז א מענטש נוצט אינטואישן, אבער וואס מ'וויל דערגרייכן מיט אינטואישן דאס ווענד זיך.

מאיר'ס בריגס וועט נעמען א 'כוכב בסרטן' און מאכן דערפון צוויי פונקציעס. איינס אינטואישן, און איינס 'געפילן'. נפש. ווייל א 'כוכב בסרטן' מוז בהכרח נוצן די ביידע.
און א 'כוכב בדגים' וועלן זיי אויך מאכן צוויי פונקציעס. איינס אינטואישן, און צוויי טראכטן.

אויב דו זעהט א 'כוכב בדגים' וואס חלומ'ט און לערנט נישט, קען זיין אז די סיבה איז ווייל זיין דמיון איז ביזי ערגעץ. אבער איינמאל עס ליגט אין גמ', עס ליגט אין לערנען, איז עס א ברכה.

דער הייליגער טאהשער רבי זצ"ל בעל 'עבודת עבודה' איז מיינעך געווען א 'כוכב בדגים', אבער ער איז געווען א טלה. אויסגעהארעוועט די מידות. זיין זכות זאל מגין זיין אויף אונז.

איז נאכאמאל: חוץ די השפעה פון 'כוכב' באקומט אויך דער כוכב בדגים די השפעה פון קענען ערגענצן דאס בילד. נישט אלעס שטייט אלעמאל מיט טרוקענע ווערטער.

דער הייליגער רמב"ם רעדט אזויפיל פון 'כח המדמה'. אז א נביא האט געדארפט האבן א געזונטן כח המדמה אז ס'זאל קענען אויף אים רוען נבואה. ס'דא א אופן צו זאגן אז דער רמב"ם איז אויך געווען א 'כוכב בדגים'.

ס'דא דיעות ווען דער הייליגער רמב"ם איז געבוירן. ס'דא וואס זאגן ד' אלפים 'תתצ"ה', און ס'דא וואס זאגן 'תתצ"ח', ס'דא וואס זאגן תתצ"ד, וכו'. די צייט וואס ער איז געבוירן ווערט געברענגט אין סדר הדורות אז דאס איז ערב פסח א שעה און א דריטל נאך חצות.

(ווען מיר ווייסן די מזל פון א מענטש, די טבע פון א מענטש, מיינט דאס נישט אז מיר האבן אפילו עפעס א השגה אין די השפעה פון תורה, קדושה וטהרה, רוח הקודש, נבואה, וואס יענער מענטש האט באקומען. וואס האט נישט צו טון מיט די טבע.)

מיר געט צומאל א שטער, ווען איך זעה מענטשן וואס האבן דעם כח המדמה און זיי נוצן עס נישט. לאמיר זאגן א 'פאר'חלומ'ט בחור'ל וואס איז א 'כוכב בדגים'. זיין שוועריגקייט אליין קען זיין א שטארקע ישועה פאר אים. ער איז טאקע פארנומען צו דמיונען ארום עפעס א זייטיגע זאך, אבער אז ס'געלונגט דאס אריינצוברענגען אין די גמ', איז עס א ברכה.

כדי צו כאפן וויאזוי א 'כוכב בדגים' לערנט. ווען דו לערנסט, לאז דיין דמיון ערגענצן וואס ער וויל דיר זאגן. אזוי ווי ווען דו זעהסט פינטעלעך אויף א בלאט, קענסטו דערפון צאמשטעלן א גאנצע בילד, כאטש דו זעהסט נאר פינטעלעך. אזוי אויך ביי גמ', צומאל, לאז דיין דמיון דיר זאגן וואס ס'שטייט. נוץ נישט דוקא די ווערטער צו כאפן וואס ער וויל דיר זאגן, לאז דיין דמיון גיין א רגע און דיר זאגן וואס ער קען דיר וועלן זאגן.

שוין. און דער הייליגער באשעפער זאל העלפן אז פון מיינע ווערטער זאל נישט ארויסקומען חלילה די קלענסטע מכשול פאר קיינעם. נגילה ונשמחה בישועתיך.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

איך בין א שבט,
אבער 40 פראצענט זענען נישט ריכטיג אויף מיר און א רוב דערפון פונקט דער היפך
60 פראצענט איז אבער אקוראט
אבער א גרויסער יישר כח עניוועי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

צהלתו בפניו האט געשריבן:איך בין א שבט,
אבער 40 פראצענט זענען נישט ריכטיג אויף מיר און א רוב דערפון פונקט דער היפך
60 פראצענט איז אבער אקוראט
אבער א גרויסער יישר כח עניוועי

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דיינע פלאנעטן זענען - מסתמא - צעשפרייט אין אנדערע פלאנעטן. דיין 'חמה' איז אין מזל דלי, אבער דיין לבנה, כוכב, נוגה, מאדים, וכו' זענען אין אנדערע מזלות. מענטשן וואס כאפן אז ס'שטומט, איז - מסתמא - מערערע פלאנעטן אין מזל דלי, אדער אין די עלעפטע הויז וואס איז קעגן דלי.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לאמיר אביסל רעדן פון 'לבנה'.

די השפעה פון 'לבנה' איז 'נקבה'דיג'. ס'דא צוויי סארטן השפעות, ס'דא א השפעה וואס ס'שטופט צו געבן, צו טון עפעס, צו זאגן עפעס. און ס'דא א השפעה וואס די השפעה דערפון מאכט אז עס זאל זיך עפעס נעמען, מ'זאל עפעס פיהלן, אדער וועלן פיהלן. די השפעה פון 'לבנה' איז נעמען, מקבל זיין.

דער אבן עזרא שרייבט אויף לבנה והוא יורה על שנות הגמול ועל האם ואחיותיה והאחיות הגדולות והנשים וכל אשה הרה וכפי כחה במולד תראה תולדתה. (עס ווייזט אויף די יארן ווען מ'זייגט, און אויף די מאמע) אין יעדע מענטש איז דא די געפיל וואס מאכט אים פיהלן דאס נעמען פון זיין מאמע. די גוטע טעם וואס ער פיהלט און האט געפיהלט ווען זיין מאמע האט קער גענומען פון אים ווען ער איז געווען א 'יונק', דאס ווערט עקסטער נשפע פון הימעל צו אים. ווען א מאמע נעמט קער פון א קינד, ווערט אויפגעוועקט די סארט שפע אינעם קינד, די שפע פון מקבל זיין.

כגמול עלי אמו כגמול עלי נפשי. די נפש פון א מענטש, דהיינו: די געפילישע נפש, איז די זעלבע ווי די געפילן פון קער וואס מ'באקומט פון די מאמע בשנות הגמול. די לבנה איז ביידע. עס איז די קליין קינד און עס איז די מאמע.

ווען א קינד זעהט זיין מאמע, נעמט עס די גוטע געפיל, און עס וועקט זיך אויף דאס נפש באור חוזר. ס'ווערט אזא 'שיחת הנפש'. דער אבן עזרא שרייבט אויף לבנה: רוב המחשבת ושיחת הנפש עם חסרון הדעת, ורב השכחה, ורוב פחד ותמימות הלב, וגילוי הסוד, ואהבת השמחה והניצוח. 'חסרון הדעת' מיינט אז א קינד, אדער דער בחינת הנפש, טראכט נישט "זאל איך אזוי פיהלן אדער אזוי פיהלן", עס פיהלט! דאס מיינט 'חסרון הדעת'. 'קינדיש'. און 'רוב פחד' מיינט אויך אז ס'האט נישט קיין דעת צו דורכטראכטן צי ס'זאל יא אדער נישט האבן פחד. עס האט מורא. עס האט נישט קיין שכל ווען יא און ווען נישט. דאס איז נפש. תמימות הלב.

די גמ' זאגט אויף לבנה, האי מאן דבלבנה יהי גבר סביל מרעין, בנאי וסתיר, סתיר ובנאי, אכיל דלא דיליה, ושתי דלא דיליה, ורזוהי כסיין, אם גנב מצלח. אזוי ווי די לבנה וואס האט נישט די אייגענע שיין. וויפיל שיין עס באקומט, אזויפיל שיינט עס צוריק. און אלעס וואס ס'געט קומט פון דרויסן צו אים. אמאל שיינט עס מער און אמאל ווייניגער. ורזוהי כסיין קען מיינען די 'אונטערבאוואוסטזיניגע געפילן'. ס'ליגט באהאלטן אינעם מענטש.

פארשטייט זיך אז ווען א מענטש פיהלט אז זיין נפש איז אין א סכנה וועט ער עס פרובירן צוריקצוכאפן טאקע דורך טון די פעולות וויאזוי עס האט זיך מתחלה אן געשאפן דער נפש. די נפש איז א שטארקע חלק פון די 'איגו' געשלעג. צום ביישפיהל א 'לבנה בסרטן' וואס דער עיקר נפש ווערט געבויט ארום דעם ענין פון 'געפיל' "איך פיהל מיך סעיף אינדערהיים אונטער די מאמעס פארטוך", בשעת דער מענטש פיהלט אז ס'ווערט באדרויעט, וועט עס פרובירן מער און שטערקער צו 'פיהלן'.

די לבנה טוישט מזל יעדע צוויי טעג מיט נאך א פאר שעה. ווען דו ווייסט וואו איינעמ'ס חמה איז, קענסטו בערך וויסן אין וועלכע מזל זיין 'כוכב' איז. ווייל די פלאנעט 'כוכב' לויפט נעבן די זוהן. ווי רש"י שרייבט: מזל כוכב הוא סופר של מזל חמה לכתוב דרך הילוכו ותקופותיו ומצוי אצלו תמיד.

ווען איינעמ'ס חמה איז אין מזל דגים, איז זיין 'כוכב' אדער אין מזל דלי, אדער אין מזל דגים אדער אין מזל טלה. עס ווענט זיך וויאזוי יענער טראכט און רעדט, קענסטו בערך וויסן ווי יענעמ'ס כוכב איז. א 'כוכב' קען נישט זיין אפגערוקט צופיל פון 'חמה'. עס קען זיין אדער איינס פארדעם, אדער אין די זעלבע מזל, אדער איינס נאכדעם. אבער די לבנה טוישט מזל יעדע פאר טאג מיט נאך א פאר שעה.

ווען די לבנה איז אין מזל טלה איז אזוי.

ווי איך האב שוין געשריבן אז יעדעס מאל ווען מיר ווילן פארשטיין די השפעה וואס א געוויסע פלאנעט אין א געוויסע מזל האט אויף א מענטש, דארפן מיר אויך פארשטיין די באלבאס פון די געוויסע מזל, און אויך די יסוד פון יענע מזל. צום ביישפיהל ווען מיר ווילן פארשטיין די השפעה פון 'לבנה' ווען עס איז אין 'מזל טלה', חוץ פון פארשטיין די השפעה פון 'לבנה', דארפן מיר פארשטיין די השפעה פון 'מאדים'. און מיר דארפן געדענקען אז טלה איז 'חם ויבש'. און מאדים איז אויך חם ויבש'. מיט דעם אלעם וואס מיר האלטן קאפ אז 'לבנה' איז קר ולח. (קר ולח מיינט געפיליש פאר זיך)

אויף מאדים שרייבט דער אבן עזרא: כל דבר שאיננו על מתכונתו ומשפטו. ובחלקו מתולדת האדם כח הכעס.

ובחלקו מתולדת האדם המהירות, והגבורה, והניצוח, והחוזק, והמריבה, והקטטה, והחמס, והכעס, ודבר חרפות, וקללות, וכזב, ומלשינות, וזנות, ועזות פנים, ולא יעמוד על ברית, ושבועות השקר, ולהתיר כל אסור שבתורה, והגניבה, וכל מעשה רע ואכזריות, ויגיעה רבה, וללכת ממקום אל מקום, ולהכנס בסכנות, ולענות בני אדם, ולהכות, ולאסור, ולשבות, ולקחת הממון, ולחתור בקירות, ולפתוח הדלתות, ולגלות כל דבר נסתר.

מאדים האט אין זיך א ענערגיע. אבער דא איז עס נישט ממש נאר מאדים, ס'איז טלה און ס'איז לבנה. די ענדע רעזולטאט פון די אלע איז נישט ממש 'מאדים'. און מאדים איז נאר די פאטענציאל. די עצם ענערגיע וואס קען פארוואנדלט ווערן אין די אלע זאכן, קען מען נוצן סתם צו זיין פראדאקטיוו און זיך נישט שרעקן פון זאכן.

אזוי ווי מ'פארשטייט אז זאלץ פאר זיך איז זאלציג, וויפיל דערפון קען מען עסן אויב בכלל? אבער אביסל זאלץ אריינגעלייגט אין א סך עסן איז משובח. מאדים בשרשו איז 'ענערגיע'. מ'דארף עס נאר גוט נוצן. לאמיר נעמען א ביישפיהל א מענטש וואס דארף מאכן גאר אחריות'דיגע ביזנעס באשלוסן. איז ער א 'לבנה בטלה', געט עס אים די 'כח' זיך נישט צו שרעקן. עס מאכט אים נאכנישט פאר א שלעכטע מענטש, אבער עס האלט אים אן אז ער זאל נישט ווערן צעקוועטשט פון מענטשן.

וואלטן מיר אריינגעקוקט אין די געפילן פון אזא מענטש, וואלטן מיר געפיהלט די רעלאטיווע 'מאדימ'קייט' וואס ער האט אין זיך לגבי א אנדערע 'לבנה'. אבער אין דעם גאנצן בילד, איז ער א בעל רחמן. אזוי ווי זאלץ אין עסן.

א 'לבנה בטלה' ווען זיינע געפילן ווערן אנגעצינדן פון עפעס, איז עס אזוי ווי דו דרוקסט אראפ א ספרינג ביזן סוף און עס שפרינגט צוריק. דו באקומסט עס צוריק מיט מער כח.

א 'לבנה בטלה' האט אין זיך אזא רעלאטיווע "חוצפה". די "חוצפה" איז די ספרינג וואס שפרינגט צוריק אין פנים. א 'לבנה בטלה' וועט נישט אויסזעהן אזוי איינגעזאפט אין זיך. די 'טלה'אישקייט' לאזט אים נישט זיין צו שטארק "פירעריש".

א 'לבנה בטלה' וועט פרובירן צוריק זאגן זיינע דיעות בשעת ער לערנט.

איך קוק אן א 'לבנה בטלה' אז זיינע 'טלה'אישע' געפילן וואס ווערן ערוועקט אין אים, טרייבן אים מער צו טון דערוועגן ווי בלויז זיי צו פיהלן. דאס איז זייער אנדערש ווי א 'לבנה בסרטן'. ביי א 'לבנה בסרטן', זיינע געפילן טרייבן אים צו פיהלן שטערקער. אבער ביי א 'לבנה בטלה', ווען זיינע געפילן ווערן אנגעטריבן פון עפעס, טרייבט עס אים זיך צו נעמען עפעס טון דערוועגן. ווען א 'לבנה בטלה' וויל זיך מעמיק זיין אין זיינע געפילן, וועט ער טון.

ווען א 'לבנה בטלה' לערנט א חסידיש ספר, זיינע געפילן וואס ווערן דעמאלטס אנגעטריבן, ווערן אנגעטריבן זיך צו נעמען עפעס טון דערוועגן. א 'לבנה בטלה' האט א פאטענציאל צו זיין א 'פייערדיגער עובד ה'. יא. ווייל יעדע זאך וואס ער לערנט און עס טרייבט אן זיינע געפילן ווערט קוילן פאר עשי' אין עבודה. די זעלבע זאך ווען א 'לבנה בטלה', זיינע געפילן, ווערן איבערגענומען פון איינער וואס פארציילט אים זיינע זאכן וואס ער גייט דורך וויל ער עפעס טון דערוועגן. בכלל די גאנצע וועלט פאר 'לבנה בטלה' באשטייט פון טון.

קענסט באמערקן א 'לבנה בטלה' דורכ'ן זעהן אין די געפילישע נפש, די יסוד האש און די יסוד פון תנועה. נישט יעדע 'לבנה בטלה' וועט אקטן די זעלבע, ווייל עס האט מיט אנדערע אספעקטן אין די מזלות און עס האט מיט חינוך. אבער עפעס 'לבנה בטלה' וועסטו אלעמאל זעהן.

די געפילן אין א מענטש איז א שטארקע פאקטאר אין די פארסאנאליטי פון א מענטש. ווען מ'וויל מעורר זיין די געפילישע נפש אין א מענטש, ווענד זיך עס אין דעם.

מ'קען מעורר זיין די געפילן פון א 'לבנה בטלה'? וואס געשעהט ווען מ'פרובירט צו רעדן צו אים פון געפיל? איך האב שוין געשריבן אויבן אז ס'איז דאך נישט די זעלבע ווי די 'מים' מזלות. א 'לבנה בטלה' איז דאך א מער 'חם ויבש' ווי ליחות.

א 'לבנה בטלה' האט ליב די ענין פון זיין גרויס. אזוי ווי יעדע טלה האט ליב צו זיין דער אנפירער.

איך וואלט געזאגט אז די עצה פאר א 'לבנה בטלה' איז צו מעורר זיין זיינע געפילן פון די ריכטיגע ענינים. ווייל קאכן וועט ער קאכן. ער איז דאך יסוד האש. נאר מ'דארף זיין אז ס'זאל האבן א התלהטות דארט וואו מ'דארף.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לאמיר רעדן פון 'לבנה בשור'.

די באלבאס פון 'שור' איז נוגה. נוגה איז קר ולח. (געפיליש פאר זיך, נקבה'דיג) אויף נוגה שרייבט דער אבן עזרא 'מתקן הנפש המתאוה'. די טרייב קראפט פון גליסטן. א 'לבנה בשור' ווערט נתעורר פון דברים של תענוג, די נקודות התענוג של הבריאה איז מעורר נפשו. צו מרגיש זיין אין אלע ביינער דאהי בעולם הזה הענינים של תענוג. דאס ליבשאפט צו נגינה. מרגיש זיין דעם ניגון. די שיינקייט פון די וועלט.

דער אבן עזרא שרייבט אויף נוגה: ובתולדת האדם הנקיות, והאהבה, והלעג, (מאכן דשאוקס) והשחוק, והשמחה, והרקוד, ודבור יפה, והזנות, ולשחוק בקוביא, (קויפן די לאטערי) והנדיבות, ורוב התאוה לכל דבר, ולהשבע בשקר, ואהבת השכרות, ורוב המשגל וכו' אהבת הבנים, אהבת השוקים, והכלל אהבת הצדק, ובתי עבודת השם, ומן האומנות כל דבר צבוע והתפירה, והוא יורה על כל מאכל ומשקה וכו'. (קוקט אויס "זיבענעריש" ניין?)

איך וואלט נישט געזאגט אז יעדע זאך קומט פאר ביי יעדעם וואס האט השפעה פון 'נוגה'. יעדע נוגה וועט ליב האבן נקיות? און וועט יעדע נוגה זיין א משחק בקוביא? אדער וועט יעדע נוגה שווערן בשקר? ליב האבן שכרות? נאר ס'מיינט אז ער איז מער נוטה צו די זייט פון האבן תענוג פון די וועלט.

שור איז יסוד העפר, קר ויבש. נוגה איז קר ולח, און לבנה איז קר ולח. קומט אויס אז 'לבנה בשור' האט אביסל יבשות אין זיך. אויף שור שרייבט דער אבן עזרא: ובחלקו מבני האדם אמצעיים, וכל המתאוים למשגל ולאכול ולשתות, ולשמוח ולרקוד.

שור איז יסוד העפר, און יעדע יסוד העפר (שור, בתולה, גדי) וויל האבן א געבויטע פעסטע זאך. ס'דא א ספר וואס הייסט 'דבק מא"ח' דארט שרייבט ער: 'טבע מזל שור מושל ביסוד האדמה'. שור איז איינע פון די מזלות וואס האבן נישט ליב קיין טויש. זיי האלטן זיך פעסט ביי א מיינונג.

די שפראך פון א 'לבנה בשור' איז באהבה, בשמחה, דבור יפה.

שור – אזוי ווי אלע מזלות – האבן צוויי אדער מער שרשים. ווייל ס'האט די השפעה פון נוגה וואס דאס איז די באלבאס פון די מזל, און די השפעה פון די עצם מזל.

מצד נוגה קומט די השפעה פון נדיבות, דאס ליב האבן צו געבן און נעמען קער און ליבשאפט, זאכן זאלן נישט ארויסגיין פון גערעכטיגקייט, און מצד די עצם מזל שור, יסוד העפר, קומט די השפעה פון, זעהן, זיצן, זיך האלטן פעסט, און טון אין עולם המעשה. צאמגענומען, מיט א רואיגקייט. געדולדיג, נישט געיאגט. פארזיכטיג. דורכדרינגליך. סטאבליטעט. (אפשר די Si פונקציע פון מאיר בריגס)

יעצט, לבנה בשור, האט די ביידע אין זיך. סיי דאס 'נוגה'דיגקייט', די סארט ווייעכע ליבליכע נאנטע שטומע בשעת'ן רעדן און פארברענגען, די 'דיבור יפה', און די קריעטיוויטעט, וואס קומט פון נוגה, און וכו'. און ס'האט אין זיך דאס ענין פון זיך פעסט אריינשטעלן בעולם העפר. די פראקטישקייט. די געטריישאפט.

די אופן וויאזוי מ'האט אמאל געזעהן די השפעה פון א מזל איז מיט'ן זעהן א דמות, א געדאנק, פון א מצב, אן דעם וואס מ'זאל דאס גראד קענען באשרייבן מיט ווערטער. מ'פרובירט טאקע דאס צו באשרייבן מיט ווערטער, אבער די געדאנק דערפון איז דער עיקר וואס מ'וויל איבערגעבן. אזוי ווי מ'פארשטייט אז מ'קען נישט איבערגעבן א געשטאלט פון א מענטש. מ'קען טאקע זאגן אז ער האט גאנץ גרויסע אויגן, א ברייטערע נאז, א פארמירטער מויל, אנגעפילטע באקן, הויעכע שטערן, אבער איבערגעבן א 'בילד' וויאזוי יענער האט אויסגעקוקט, דאס קען מען נישט. און דאס מיינט 'דמות'. צו זעהן א מזל אויף א מענטש, דארף מען כאפן די געדאנק דערפון.

דער אבן עזרא שרייבט אדער ברענגט אז מזל שור איז געשטעלט אויף "ובחלקו ממיני הצמחים, האילנות הגבוהים, וכל אילן עושה פרי, וכל אילן שאין לו צורך למים אלא מעט, וכל עץ שהוא בהרים שיש תועלת בפריו, וכל עץ נטוע שטעמו וריחו טובים"

אויף יודיש: הויעכע ביימער, און יעדע פירות בוים, און יעדע בוים וואס דארף נאר ווייניג וואסער, און יעדע בוים וואס וואקסט אויף די בערג וואס מ'האט נוצן פון די פירות, און יעדע בוים וואס די טעם און די ריח איז גוט.

וואס האט א הויעכע בוים מיט מזל שור? וואס האט א פירות בוים מיט מזל שור? וואס האט א בוים וואס דארף ווייניג וואסער מיט מזל שור?

נאר ווען מ'זעהט א פרוכט בוים, די געדאנק דערפון איז מזל שור. מזל שור ווייזט אויף 'פרי' ורבי'. דער שור פלאגט זיך אבער באווייזט פירות. ער איז מגשם פון זיך די הויעכע שפע אראפ צו פיזישע פירות. די זעלבע איז מיט דער 'הויעכן בוים', ער באווייזט פון זיך. די געדאנק דערפון איז מזל שור. די פעסטקייט פונעם שטאם. די שטאנדהאפטיגקייט וואס דער בוים זאגט. דאס נישט ווערן צעפאלן פון רוחות וואס בלאזן. דאס איז שור. עס האט אין זיך די גוטסקייט פון די פרוכט, און דאס אנגיין און זיין דאהי בעפר. עס האט אין זיך די אנגענעמקייט פון די שאטן פון די בלעטער.

די זעלבע איז מיט דער בוים וואס קען אנגיין אפילו מיט ווייניג וואסער. אז נישט א חילוק וויפיל שוועריגקייטן ס'האט, איז עס דא.

עכ"פ, די שפיץ פון 'לבנה בשור' איז 'סטאביליטעט און נדיבת הלב'.

פאר א 'צעלאזטע' 'לבנה בסרטן', וואס האט א צעפלאטשקעטע וואסערדיגע נפש, איז 'לבנה בשור' גאנץ א גוטע עקספיריענס פון דבר והיפכו.

דער 'לבנה בשור' האט אין זיך א שטאנדהאפטיגקייט און א גוטסקייט. די 'שטאנדהאפטיגקייט' אין געפיל קען זיין א גוטע זאך, ווייל דער מענטש איז שטאנדהאפטיג. וואס ער האט זיך צוגעוואוינט צו פיהלן איז. אבער עס קען זיין צומאל אזאך וואס צופיל דערפון קען צומאל שטערן. מ'וויל צומאל אז א מענטש זאל זיין מער וואסעריג, מער טוישעדיג. איך קלער אז מיט א 'לבנה בשור' דארף מען איבערזאגן און נאכאמאל זאגן וואס מ'וויל ער זאל זיך איינגעוואוינען, ביז ער דעהערט עס און טוישט זיך. א 'בוים' לאזט זיך נישט אזוי שנעל בייגן אויב בכלל.

והשם הטוב יעזור אז אונזער נפש זאל ווערן באאיינדרוקט נאר פון תורה הקדושה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך געדענק א שמועס (שיחה בסעודת הילולא כ"ט שבט תשכ"ה, דברות קודש שובבי"ם ה) ווי דער רבי זצ"ל מסאטמאר מאכט אוועק 'איינשטיין', און ער זאגט דארט פארוואס איינער האט געברענגט א ראי' פון איינשטיין אויף 'עניוות, זאגט ער דארט: ער האט [דען] ארויסגעגעבן א ספר?, ער איז [דען] געווען א אדם גדול?,... איינשטיין איז געווען א גרויסער שוטה, א קאפ האט ער געהאט אן אייזערנעם קאפ, ער איז געווען א קאפ-שטיק, אזוי איז ער געווען א חוקר א גרויסער, און מאטעמאטיק האט ער גוט געקענט, אבער אזוי סתם אין פריוואטן לעבן איז ער געווען א טיפוש שבטפשים, דאס איז ידוע, אונז האמיר אים נישט אזוי געקענט, אבער ס'איז געווען די וואס האבן אים געקענט, ער איז געווען א טיפוש, און ביי זיי האט ער געהייסן פון די גרעסטע מענטשן .

מן הסתם אז ער האט געזאגט האט ער געמיינט עפעס דערמיט. זיי זאגן זיין דאטום ווען ער איז געבוירן. איך גיי מיט דעם אז די צייט וואס זיי זאגן איז פאקטיש. אריינקוקנדיג אין זיינע מזלות קען מען זעהן אז 'כוכב' וואס איז משפיע 'כח הבינה', האט נישט קיין שום מבט צו קיין שום אנדערע פלאנעט אבער עס האט יא א מבט דיבוק מיט שבתאי. זיין 'כוכב' איז געווען אין מזל טלה.

די באלבאס פון מזל טלה איז דאך מאדים, וואס דער אבן עזרא שרייבט דערויף: אז ס'זוכט דורכצוברעכן די ווענט וואס פארדעקן די סודות. אין זיין לשון: ולחתור בקירות, ולפתוח הדלתות, ולגלות כל דבר נסתר. מאדים געט - כביכול - די השפעה פון ענערגיע. (איך זאג 'כביכול' ווייל השי"ת געט אלעס)

דאס אז זיין כוכב האט נישט קיין שום מבט פון קיין אנדערע פלאנעט חוץ 'שבתאי' קען מיינען אז גארנישט האט אים נישט געשטערט צו טראכטן. דמיון האט זיך נישט אריינגעמישט.

'זיין קלוג אין פריוואטן לעבן' מיינט זעהן דאס טאג טעגליכע לעבן פאר זיך, מיט קלוגשאפט, און דאס האט ער טאקע נישט געהאט, דער 'איינשטיין', ער האט נישט באנומען דאס וואס ער האט געזעהן און געהערט מיט חכמה. ער האט דאס נישט געזוכט צו פארשטיין. אבער אין 'לחתור בקירות, ולפתוח הדלתות, ולגלות כל דבר נסתר' דארט האט ער געהאט א אייזערנעם קאפ.

וואס עס קען זיין א מוסר השכל איז אז דוקא די קעגן קראפט, די צוריקהאלט, וואס א 'מיינד' האט קעגן זיך, וואס דאס איז גורם א שטאטקייט, א שטאטקייט וואס די מיינד דארף דורכשניידן, איז וואס קען זיין די גורם פאר מדע.

די סיבה פארוואס מ'פארשטייט נישט קען זיין איז דוקא די לויזע ברעקס. דוקא די געפיל פון גרינקייט איז וואס שטערט פון פארשטיין. איך האב עס ערקלערט ביי כוכב בגדי. דוקא די געפיל פון נישט האבן א קעגן קאנטראל איז וואס שטערט צו פארשטיין וואס מ'זעהט און מ'טראכט.

קומט אויס אז פון איין זייט האט ער געהאט די ענערגיע, די שטופ, צו וועלן דורכברעכן קאודס פון די בריאה, און פון די אנדערע זייט האט אים דער רבש"ע באשאפן מיט שבתאי וואס לאזט נישט און האלט צוריק, סאו, דאס פארשטאטערט די מח, און ווען די מח ארבעט שטאט, זעהט מען מער.

מ'קען זיך דאס איבערצייגן ווען מ'וויל פארשטיין דוקא די נקודה וואס מ'פיהלט נישט די לייכטקייט פון פארשטיין, דוקא די נקודה וואס מ'פיהלט אז דארט איז דא א צוריקהאלט פון גיין דערין מיט די כח הבינה.

און דאס איז די סיבה פארוואס אמאל האט מען מער פארשטאנען, געקענט, און געדענקט. ווייל מ'האט מער געפיהלט די צוריקהאלט. מ'האט זיך מער געדארפט פלאגן.

די סיבה פארוואס א מח פארשטייט נישט איז, ווייל ער פיהלט צו גרינג. עס האט נישט קיין ברעיקס. ווי מער צוריקהאלט די מח האט, אלץ מער דיטאלן זעהט מען. און איך רעד ווען מהאט א שטארקע ווילן צו פארשטיין.

'צוריקהאלט' מיין איך נישט צוזאגן אז ס'זאל זיין שווער צו פארשטיין. איך רעד פון שטאט אדער שנעל. איך רעד פון א אינערליכע געפיל פון 'צוריקהאלט', און איך זאג אז דוקא שטאטקייט קען זיין איז וואס מאכט אז מזאל פארשטיין.

אונטערשטער שורה איז אז 'שבתאי' איז דאס וואס קען גאר גורם זיין אז מ'זאל האבן פארשטאנד. און אזוי ווערט אויך געברענגט אז 'שבתאי' איז ממונה אויף כח הבינה.

והשם הטוב יעזור אז עס זאל נאר ארויסקומען גוטס פון מיינע ווערטער.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ווען מ'קוקט אריין אין 'ראשית חכמה' פונעם אבן עזרא זעהט מען ווי ער רעדט פון 'מעמד הראשון', 'מעמד השני', 'חוזר אחורנית', 'ישר בהליכתו'.

אלע פלאנעטן לויפן ארום און ארום. יעצט, אלע פלאנעטן, חוץ חמה, און לבנה, שטעלן זיך אפ אינמיטן זייער געלויף, און זיי בלייבן שטיין, [מעמדם הראשון], און זיי גייען צוריק צו פריערדיגע מזלות, [חוזרים אחורנית], שטעלן זיך אפ, און בלייבן דארט שטיין פאר אביסל, [מעמדם השני], און זיי נעמען זיך ווייטער לויפן זייער געווענליכע געלויף. [מיישרים הליכתם]

איך גיי דא רעדן פון די "דינים" פון 'כוכב', און פון 'נוגה', לגבי דעם ענין פון 'מעמד הראשון, מעמד השני, 'חוזר אחורנית, און ישר בהליכתו, און אויך וואס עס וועט אויסמאכן, ווי נאנט אדער ווייט זיי זענען פון די זוהן. אבער שצ"ם, שבתאי, צדק, און מאדים, וואס דער אבן עזרא רופט 'שלשה הכוכבים העליונים', האבן אביסל אנדערע "דינים".

'חמה', דאס הייסט דער זוהן, לויפט אלעמאל פארקערט ווי א זייגער.

עס איז יעצט אור ליום א' כסליו תשפ"ב, פרייטאג פרשת תולדות, ר"ח כסליו, זיבן אזייגער באנאכט,'כוכב' לויפט יעצט אויך ווי דער זוהן, דאס הייסט פארקערט ווי א זייגער. די זוהן איז יעצט 'דרייצן מעלות' אין מזל עקרב, און די פלאנעט 'כוכב' איז ממש אנהייב מזל עקרב, קוים איין חלק אינעם ערשטן 'מעלה', א מזל ווערט צעטיילט אויף דרייסיג מעלות, און יעדע מעלה אויף זעכציג חלקים.

אור ליום כ"ה כסליו, דאס יאר תשפ"ב, עלעף אזייגער אויף דער נאכט, ווען רוב יודישע קינדער האבן שוין געהאלטן נאכ'ן צינדן די ערשטע ליכטל האבן זיך חמה מיט כוכב צאמגעטראפן, און עס איז געווארן ממש א דיבוק זה כנגד זה. וואס דער אבן עזרא זאגט אויף דעם: ובהיותו מדבק יורה על כל טוב בכל הדברים. אז ס'ווייזט אויף אלע גוטע זאכן. און שפעטער שרייבט ער: כאדם יושב עם המלך בכסא אחד. עס איז א גוטע צייכן. (אלעס איז עכט גוט)

יעצט, צעהן אזייגער כ"ה כסליו אינדערפרי, אפילו כוכב - לויפנדיג צו מזרח, דהיינו: פארקערט ווי דער זייגער - איז שוין אריבערגעלאפן די זוהן. האט עס נאך אלץ דעם גוטן 'יורה על כל טוב בכל הדברים' וואס דער אבן עזרא שרייבט אדער ברענגט. ווייל די חילוק צווישן די זוהן און כוכב איז ווייניגער ווי זיבעצן חלקים. ווערט עס נאך גערעכנט אלץ דער גוטער דיבוק.

כאטש עס האט נישט די זעלבע כח. ווייל כוכב שיידט זיך שוין אפ און גייט ווייטער, אוועק פון די זוהן. דאס רופט זיך: מתפרד. הכוכב המתפרד כאדם ניחם על הדבר.

ווען שמעון גייט צו ראובן, און ער וועט נאנטער און נאנטער צו ראובן ביז ער שטייט שוין גאר נאנט, איז עס אנדערש ווי שמעון הייבט שוין אן אוועקצוגיין פון ראובן, כאטש ער איז נאך נאנט. אבער ער גייט שוין אוועק. הכוכב המתפרד כאדם ניחם על הדבר . ס'האט נישט דעם זעלבן כח.

אבער אור ליום כ"ו כסליו, ביים צווייטן ליכטל, איז שוין כוכב געווען אפגערוקט פון די זוהן מער ווי זיבעצן חלקים. וואס דאן רופט עס דער אבן עזרא 'נשרף'. און וואס איז דאס איז 'נשרף': 'הכוכב הנשרף כחולה נטה למות'. דאס מיינט אז דער כוכב פארלירט כמעט זיין גאנצע כח. (וויפיל זיי האלטן היינט ווייס איך נישט. איך שרייב וואס ער שרייבט, ווארשיינליך וואס מ'האט אין זיינע צייטן געהאלטן לויט זייער נסיון, זייער עקספיריענס) איך ווייס נישט וואס און וויפיל אזא 'נשרף' די רגע פון געבורט, מאכט אויס אויף די טבע פון א מענטש. דער אבן עזרא שרייבט 'כחולה נטה למות', אבער אויף למעשה מוז נישט זיין אז אזא מענטש האט נישט דעם ריכטיגן כח הכוכב.

ביז זיבן מעלות הייסט עס נשרף. אין זיין לשון: כי הם נשרפים עד שיהיה המרחק ביניהם ובין השמש שבע מעלות. דאס הייסט - ביי אונזער ביישפיהל - ביז בערך דריי אזייגער שב"ק פרשת ויגש נאכמיטאג נאכן טשאלנט, איז נאך געווען צווישן די ביידע 'זיבן מעלות' און עס האט נאך געהייסן אז 'כוכב' איז נשרף. בערך דריי אזייגער נאכמיטאג, איז עס ארויס פון 'נשרף' און אריין אין די בחינה פון 'תחת האור'. אין זיין לשון: ובהיותם רחוקים מהשמש עד שתים עשרה מעלות הם תחת האור. פון 'זיבן מעלות' ביז 'צוועלעף מעלות' הייסט עס 'תחת האור'.

און וואס מיינט 'תחת האור'? הכוכב תחת האור כאדם בבית האסורים. אזוי ווי א מענטש איז אין תפיסה. די כח דערפון, די ענערגיע דערפון, קען נישט געהעריג ארויסקומען. עס איז איינגעשפארט.

איז ווייטער די זעלבע. איך ווייס נישט וואס פונקטליך - דער תחת האור אינעם רגע פון געבוירן ווערן - וועט אויסמאכן אויף די טבע פון א מענטש. עכ"פ, ער שרייבט 'כאדם בבית האסורים. אויף די צוועלפטע הויז שרייבט ער אויך 'כאדם בבית האסורים'. דאס מיינט אז די ענערגיע איז מער אינעווייניג אינעם מענטש. מ'דארף דאס מער ארויסשלעפן און פראצעסירן.

דינסטאג פרשת שמות, די ערשטער וואך פון 'שובבי"ם' אינמיטן 'לערנען רציפות', בערך עלעווע אינדערפרי, איז שוין 'כוכב' געווען גענוג ווייט פון 'חמה', און עס איז געווען צווישן זיי 'צוועלעף מעלות', ווייל חמה איז געווען ממש אנהייב מזל גדי, און כוכב איז געווען צוועלעף מעלות בערך אין מזל גדי.

ומשם יוסיף כוחם, והם מזרחיים. דאס מיינט אז ווי מער 'כוכב' ווערט אפגעטיילט פון 'חמה' ווערט פארמערט די כוח פונעם 'כוכב'. והם מזרחיים מיינט אז ס'איז מער מזרח ווי דער זוהן איז.

דאנערשטאג ביינאכט, אור ליום י"ב שבט, זיבען אזייגער ביינאכט, היפש אידן האבן שוין געדאווענט מעריב, כוכב האט געהאלטן 'צעהן' מעלות אין מזל דלי, (די זוהן איז געווען 'דריי און צוואנציג' מעלות אין מזל גדי) האט זיך כוכב אפגעשטעלט. דער אבן עזרא רופט דאס 'מעמד הראשון'. אויף מעמד הראשון שרייבט ער: ואז ידל כוח. ערגעץ אנדערש שרייבט ער: הכוכב ההווה במעמדו הראשון הוא כאדם שלא ידע מה יעשה, וסופו לרעה.

איך וואלט נישט געזאגט אז אזא 'מעמד הראשון' אין דער געבורט מינוט מאכט אויס אין די טבע פון א מענטש א 'סופו לרעה' חלילה. נאר - צום ביישפיהל - לגבי כוכב מיינט עס אז דער מענטש ווערט מער טראכטן וואס ער רעדט. צי ער זאגט טאקע גוט. עפעס אזוי. דער 'כאדם שלא ידע מה יעשה' איז עפעס אזא, אז דער מענטש ווערט מער טראכטן צי ער טראכט און קאמיוניקירט, און 'כוכב'ט' ריכטיג.

אזוי ווי זיי האבן אמאל געזאגט אויף 'שבתאי' און 'מאדים' אז דאס זענען מזיקים. די גמ' זאגט איינער וואס ווערט געבוירן אין מזל שבתאי, אלעס וואס ער טראכט וועט בטל ווערן. איז עס ממש אזוי? נאר ס'מיינט א געוויסע בחינה אזוי ווי די גמ' זאגט אויף מאדים אז ער גייט זיין א שופך דם אבער ס'קען מיינען 'דם מילה', 'דם שחיטה', די זעלבע זאך דא.

איך גלייב אז אלעס וואס השי"ת טוט איז בלויז גוט. השי"ת איז נישטא צו שטראפן וואוילע מענטשן. איך לערן עס אפ אז ס'מיינט אז עפעס אינטערעסאנט געשעט. פונקט אזוי ווי ס'איז דא זומער און ס'דא 'הערבסט' ווען אלע בלעטער פאלן אראפ, איז עס 'רעה'? אזוי ווי זאלסט זאגן אז ס'גייט רעגענען און מ'גייט נישט קענען גיין אינדרויסן! ס'איז נישט דוקא 'רעה'. השי"ת פירט די וועלט, און אז מ'איז ערליך איז גוט, און אז מ'איז נישט ערליך טויג נישט השם ישמור כמו שכתב הרמב"ן

צוריק צו אונזער 'כוכב'.

מוצאי שב"ק פרשת בשלח שבת שירה, זיבן אזייגער ביינאכט, האט כוכב אנגעהויבן צוריקצוגיין, חוזר אחורנית. דאס הייסט די זוהן לויפט אלעמאל פארקערט ווי דער זייגער, און יעצט איז כוכב געלאפן אזוי ווי די גאנג פונעם זייגער. אויף חוזר אחורנית ברענגט דער אבן עזרא: הכוכב החוזר לאחור יורה על מרי והשחתת כל מה שיחשב. אז ס'ווייזט אז עס וויל בטל ווערן אלעס וואס מ'טראכט. שפעטער שרייבט ער: הכוכב החוזר אחורנית כאדם סורר ומורה. ווי א מענטש וואס וויל נישט ערפילן די בקשה.

איז ווייטער דא אויך. אויב מיר זעען א 'כוכב' וואס איז 'חוזר אחורנית', מיינט עס אז דער מענטש וועט מער טראכטן ווען ער רעדט. איך מיין אז רש"י הקדוש, אויב דו זאגסט אז ער איז געבוירן ה' באדר, ד אלפים תת, אדער ד' אלפים תתא, איז זיין כוכב געווען 'חוזר אחורנית'. עס איז טאקע באוואוסט אז רש"י הקדוש איז ארומגעפארן אין דער וועלט קוקן צי זיין פירוש איז אינגאנצן די בעסטע, און עס איז באוואוסט די לשון הזהב פון יעדעס אות אין רש"י הקדוש. און די אופן וויאזוי ער האט געשריבן די ווערטער. עכ"פ, 'חוזר אחורנית' מיינט נישט דוקא א שלעכטע זאך. בכלל די אלע זאכן וואס מ'שרייבט דארף מען וויסן אז ס'איז א געוויסע בחינה, נישט דוקא א שלעכטע זאך.

מאנטאג פרשת יתרו, ט"ו בשבט האלב ניין אינדערפרי - בערך - איז שוין געווען נאר 'צוועלעף מעלות' צווישן 'חמה' און 'כוכב', ווייל 'חמה' איז געווען 'זיבן און צוואנציג' מעלות אין גדי, און 'כוכב' איז געווען ניין מעלות און דלי. און ווען עס איז צוועלעף מעלות איז 'כוכב' תחת האור. און דערויף שרייבט ער: הכוכב תחת האור כאדם בבית האסורים. אזוי ווי א מענטש איז אין תפיסה.

אור ליום י"ח שבט, האלב צוויי ביינאכט איז שוין געווען 'זיבן מעלות' צווישן 'חמה' און 'כוכב', וואס דאן איז 'כוכב' בגבול השרפה. חמה איז געווען ניין חלקים אין מזל דלי, און כוכב איז געווען 'זיבן און ניין חלקים' אין מזל דלי. סאו, עס איז אריין אין די גבול השריפה. 'הכוכב הנשרף כחולה נטה למות'. דאס מיינט אז דער כוכב פארלירט כמעט זיין גאנצע כח. (האב איך שוין געשריבן וואס עס קען מיינען 'חולה נוטה למות')

אור ליום כ"א שבט, מוצאי שב"ק פרשת יתרו, איז כוכב געווען ווייניגער ווי זיבעצן חלקים נאנט צו די זוהן, וואס דאס הייסט שוין 'דיבוק'. איך ווייס נישט צי ווען עס איז זיך מדבק מיט די זוהן אויף אזא אופן פון 'חוזר אחורנית' צי עס הייסט די זעלבע דיבוק, אבער דיבוק איז עס. וואס דער אבן עזרא זאגט אויף דעם: ובהיותו מדבק יורה על כל טוב בכל הדברים.

יענע טאג, האלב ניינע אינדערפרי, איז עס שוין ארויס פונעם דיבוק. און עס איז 'בגבול הנשרף'. 'הכוכב הנשרף כחולה נטה למות'.

ערב שב"ק, פרשת משפטים, ביי מנחה, זעקסע בערך, גייט עס ארויס מתחת האור. ווייל 'חמה איז 'ניין' מעלות אין מזל דלי, און 'כובב' איז 'זיבן און צוואנציג' מעלות אין מזל גדי. דאס הייסט אז 'כוכב' האלט שוין אזוי ווייט צוריק אריין אין מזל 'גדי'. (מזל גדי קומט פאר מזל דלי. מזל גדי איז טבת בערך, און מזל דלי איז שבט) אבער אפילו עס גייט ארויס מתחת האור, זאגט ער: ובצאתם מהאור יוסיף כל כחם כל זמן היותם ישרים בהליכתם. דאס מיינט אז דאס ארויסגיין מתחת האור, אז ס'זאל פארמערן די כח פונעם 'כוכב' איז נאר ווען עס גייט 'ביושר', 'דירעקט', אבער נישט ווען עס איז חוזר אחורנית.

למעשה איז 'כוכב' חוזר געווען 'אחורנית' נאך און נאך ביז אור ליום ג' אדר א, זיבן אזייגער ביינאכט, ליל שישי פרשת תרומה. וואס דאן האט זיך 'כוכב' אפגעשטעלט, און עס גייט אנהייבן צו גיין צוריק גראד. און דאס איז וואס דער אבן עזרא רופט דאס: מעמדו השני. ואם במעמדו השני הוא כאדם מקוה דבר ולא תאבד תקותו. אז 'כוכב' במעמדו השני איז ווי א מענטש וואס האפט אזאך און עס וועט נישט פארלוירן ווערן זיין האפענונג. דאס מיינט אז עס גייט געשען די גוטע זאכן. שפעטער שרייבט ער: הכוכב במעמדו השני, כאדם המקוה לטובה. דאס מיינט: עס קומט גוטס.

אין ספר הטעמים שרייבט ער: וטעם שיש לכוכב כח בהיותו במעמדו השני, בעבור כי משם יחל להיותו ישר בהליכתו. וויל דארט הייבט ער אן צו גיין 'ביושר' 'דירעקט'. דערפאר איז עס אזוי ווי א מענטש וואס האפט לטובה.

מוצאי שב"ק תרומה, אור ליום ד' אדר א', האט כוכב אנגעהייבן צוריק צו גיין 'ביושר' (פארקערט ווי דער זייגער) נאכן וויילן אפאר טאג. און עס האט אנגעהויבן נאכצולויפן די זוהן. די זוהן איז געשטאנען 'זיבעצן מעלות' אין מזל דלי, און 'כוכב' איז יעצט 'פיר און צוואנציג' מעלות אין מזל גדי. כוכב לויפט שנעלער ווי דער זוהן. די זוהן גייט, אבער 'כוכב' גייט שנעלער.

אור ליום כ' אדר א', זונטאג אויפדערנאכט האט כוכב געהאלטן צוועלעף מעלות נאנט צו חמה. כוכב אטעמט פון זיין שנעל געלויף און חמה שמייכלט אונטער, ווי איינער זאגט "איך גיי מיך מיין גאנג און דו לויפסט מיר אהער און אהין" די גמ' רופט אן 'כוכב' כוכב חמה, ווייל ער לויפט ארום די זוהן. עכ"פ, ווען 'כוכב' איז צוועלעף מעלות נאנט צו 'חמה' גייט עס אריין 'תחת האור'. און אזוי ווייטער און ווייטער. ווען עס איז 'זיבן מעלות' נעבן 'חמה' איז עס בגבול השריפה. און אזוי ווייטער און ווייטער.

שב"ק ביי מנחה פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, (זיבן אזייגער) איז נאכאמאל געווען א דיבוק צוווישן 'כוכב' און 'חמה'.

די פלאנעט 'כוכב', האלט אין איין גיין און צוריק-בעקן, צווישן דאס גיין און צוריק-בעקן, האלט זיך עס אין איין צאמטרעפן מיט די זוהן.

איך שרייב עס נאר אראפ כדי מזאל פארשטיין וואס עס מיינט די 'R', און די 'ST', און די 'D', די 'R' מיינט אז ס'גייט צוריק 'חוזר אחורנית', און 'ST' מיינט אז ס'בלייבט שטיין 'במעמדו', און 'D' מיינט אז ס'גייט דירעקט 'ישר בהליכתו', נישט אויף צוריק.

איך מיין אז על פי הלכה טאר מען נישט טון אזאך וועגן דעם. תמים תהי' עם ה' אלוקיך. קען זיין אז ס'דא אזא זאך אז א מענטש ווייסט שוין, זאל ער נישט טון אקעגן די מזל. אזוי ווי איך האב שוין געשריבן דערוועגן.

אונטערשטע שורה איז, אז D מיינט 'דירעקט' אז ס'גייט ביושר, לויט די גאנג וויאזוי ס'גייט געהעריג, עס פארט. ST מיינט אז עס שטעלט זיך אפ, אדער אויף צו גיין אויף צוריק, אדער אויף צו גיין צוריק גראד. און R, מיינט אז ס'גייט צוריק.

ביי נוגה איז אויך די זעלבע "דין" ווי כוכב.

דער אבן עזרא שרייבט אין זיין 'ראשית חכמה' אזוי: ומחברת המשרתים עם השמש מזיקה להם, אז ווען די משרתים, דאס הייסט אלע פלאנעטן, זענען זיך מדבק מיט'ן זוהן, שאדט עס פאר די משרתים. און דאס מיינט נישט ממש "פה אל פה". ווייל ממש נאנט שרייבט ער דאך: כאדם שיושב במלך בכסא אחד. והקשה שבכולן על נגה ועל הלבנה. און פאר נוגה און פאר לבנה שאדט עס די מערסטע. ושבתאי ומאדים גם הם מזיקים לשמש מהתחברם עמה. און שבתאי און מאדים שאטן גאר פאר די זוהן ווען עס איז זיך מחבר מיט אים.

וצדק ונגה ייטיבו ולא ירעו
. צדק און נוגה מאכן נישט קיין שאדן פאר'ן זוהן, און נאר פאר זיך. וכוכב חמה, בעבור רוב תנועותיו, ושהוא קרוב מהשמש לעולם מעט יזיקנו, בהיותו תחת אור השמש, או תחת גבול השריפה, אז 'כוכב' וואס ער רופט 'כוכב חמה', וועט אביסל שעדיגן די זוהן. ווען? ווען עס איז תחת אור השמש, אדער אין די גבול השריפה. ווי מיר האבן דא גערעדט.

וואס מיינט 'עס שאדט', האב איך שוין געשריבן אז ס'איז א געוויסע בחינה.

אויף דעם אז 'כוכב' אדער אנדערע פלאנעטן זענען זיך ממש מדבק מיט די זוהן שרייבט ער: ובהיות הכוכב דבק עם השמש על דעת הקדמונים יש לו כוח גדול עד שאמרו שאם היה כן, ידמה כי יש בגלגל שני כוכבי חמה. ובטלמיוס חולק עליהם והדין עמו.

אבער אין ספר הטעמים שרייבט ער: ומה שאמרו שיש כח לכוכב בעבור היותו דבק, היא דעת חכמי הודו. ובטלמיוס לועג עליהם. רק ראיתי בספר דורוניאוס, שהוא ראש לבעלי הדינין, כי נסה דברי חכמי הודו, וככה אמר בספרו: אם היה כוכב חמה דבק עם השמש, אז יהיו בגלגל שני כוכבי חמה. וטעם שיכפל כוחו. וככה שאר המשרתים

והשם הטוב יעזור אז איך זאל נישט פארברענגען צייט אויף דעם. אזוי ווי די מדרש זאגט אין התורה מצוי' באיצטרולוגין.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

עס איז צו כאפן וואס און וויאזוי עס טוט זיך אין - פאר יעצט - 'לבנה בתאומים'. וויאזוי פיהלט א 'לבנה בתאומים'? די תשובה איז: זיינע געפילן זענען פארנומען מיט עניני 'כוכב'.

די באלבאס פון תאומים איז דאך 'כוכב'. וואס צינד אן די נפש פון א 'לבנה בתאומים'? וואס מאכט אים פיהלן? וואס האט אים אייביג געמאכט פיהלן? און איבער וואס לויפן זיינע געפילן? די ענטפער איז 'תאומים' און זיין באלבאס 'כוכב'. נעמליך: ארום די ענין פון קאמיוניקאציע, און ארום די ענין פון זאכן וואס מאכן דעם 'מיינד' גיין, ארום ענינים פון 'כוכב'. פארשטייט זיך אז א 'לבנה בתאומים' וועט זיין אפגערוקט פון סתם 'פיהלן לשם פיהלן'.

'פיהלן לשם פיהלן' מיינט אז די נפש ווערט אנגצינדן פון זאכן וואס זענען מעורר צו דשאסט פיהלן. צום ביישפיהל: דשאסט פיהלן קער. דשאסט פיהלן די דמיון פון א זאך. דשאסט פיהלן די תענוג פון א זאך. דשאסט פיהלן מיין אייגענע 'איך'. דשאסט פיהלן מיין אינטענסיוויטעט. און אזוי ווייטער. אבער א 'לבנה בתאומים', זיין נפש איז אלעמאל געווארן אנגעצינדן, און דערפאר איז עס געבויט ארום דעם ענין פון 'קאמיוניקאציע'. ער פיהלט די 'כח' פון 'תאומים'. הגיון. און לאמיר אויך געדענקען אז 'תאומים' איז רוח. וואס רוח איז רעדן.

קענסטו באקומען פון א 'לבנה בתאומים' דשאסט 'פילינגס'? נישט אלץ זיין טבע ראשון. ער וועט 'רעדן'. 'פיהלן' 'מיטפיהלן' מיינט ביי אים: רעדן. אדער טראכטן צוזאמען. אויב דו שטעלסט דיך אפ, און דו ווילסט דשאסט פיהלן צוזאמען מיט אים עפעס, איז עס זיין טבע ראשון? נישט עכט. ער וועט גראד רעדן. ווייל זיינע געפילן זענען רעדן. זיין לבנה איז אין תאומים!

ווער נישט אויס מענטש, דאס זענען זיין געפילן. ער רעדט מיט דיר, ווייל ער פיהלט מיט. דאס איז די וועג וויאזוי ער פיהלט מיט. און לאמיר געדענקען אז דער אבן עזרא שרייבט אויף 'תאומים', 'נדיב הנפש'. גוטסקייט, געבעדיג. מיטטיילן מיט ארומיגע.

צומאל קלערט זיך מיר אז דער אבן עזרא איז געווען א 'תאומים', ווייל ער שרייבט: ויש בהם סופרים, ובעלי חשבון, ויודעי תקופות ומזלות, וחכמים גדולים, ואדם נאמן ואמצעי ביראת השם. און אויף כוכב וואס איז די באלבאס אויף 'תאומים' שרייבט ער: ומבני האדם - הפילוסופים, והחכמים, והרופאים, והסופרים, והחשבנים, וחכמי המידות, והסוחרים. און שפעטער שרייבט ער: צוישן אנדערע, וחכמת הכוכבים, ודבר צחות ודקדוק הלשון. ועשות חרוזים.

('ובחלקו' מוז נישט מיינען דוקא 'תאומים' אדער 'בתולה' וואס 'כוכב' איז זייער באלבאס. נאר עס קען מיינען די 'גבולים'. יעדע מזל ווערט צעטיילט אויף אפאר אופנים און ביי יעדע אופן איז שייך צו באקומען אביסל פון 'כוכב') אין די יאר ווען ער איז געבוירן איז דא דיעות. וויאזוי עס זאל זיין, זאל זיין זכות מגין זיין אויף אונז. אשרי איש ירא את ה'..

סאו, לאמיר איבער'חזר'ן, די זאך וואס צינד אן די נפש פון א 'לבנה בתאומים' איז 'כוכב': נשמת האדם וכוח הבינה. טראכטן טיף, קלוגשאפט, מדע, חשבון, וויאזוי צו האנדלן, און אפילו צו פארשטיין וויאזוי צו קריצן העלצער. וידו נכונה בכל אומנות. דאס מיינט אז ער איז 'פארשידנארטיג'. "זיבענעריש".

דבור, מחשבה, מוסר, חכמה, חכמת הכוכבים... חב"ד צו וויסן וויאזוי זיך אויסצודרוקן אין שפראך. רעדן שנעל. מאכן גראמען. זיין מיוזיקל, אבער אויך 'רחמנות'. מאכן געלט און אויסגעבן געלט.

דער אבן עזרא שרייבט אז אין די חלק פון 'כוכב' - וואס איז אויך די באלבאס פון 'תאומים' - איז 'כל חיה קל לדלג', א יעדעס חיה וואס ס'איז אים גרינג צו שפרינגען. סאו, ווען דו זעהסט א 'מאוקאש' טאנצן פון איין צווייג צום צווייטן, זעהסטו א געדאנק פון 'כוכב'. און אזוי אויך ווען דו זעהסט א 'בין', אדער יעדע מין פייגל וואס קען גרינגערהייט פליען, צום ביישפיהל א 'ציפור דרור'. און אויך ווען דו זעהסט א 'אתרוג'. איך קלער אז די אלע זייכן ווייזן אויף די לייכטקייט פון די מחשבה און פון דיבור. ער, דער אבן עזרא זאגט: ובחלקו כל עוף קל, בעבור שהוא כוכב קטן. עכ"פ, די אלע זאכן געבן דיר א 'געדאנק' וואס 'כוכב' איז. ואם יש לך דמיון טוב אזי תדמיין וטוב לך.

א 'תאומים' וואס זיין דרייווער איז 'כוכב' האט אזא אינערליכע אומרואיגקייט. וואס קומט פון 'כוכב'. די ענין פון 'קל לדלג'. זיין פארנומען מיט אלעם. "ורב תאווה לכל מעשה".

די מזל תאומים איז א זכר, לבנה איז א נקבה. סאו, זיי זענען נישט אזוי זכר'דיג, כך נראה לי.

אויף 'תאומים' שרייבט דער אבן עזרא אז ס'ווייזט אויף יעדע הויעכע זאך. וכללו יורה על כל דבר גבוה, כמו השמים, והאויר, והרוחות.

אין ספר 'דבק מא"ח' שרייבט ער: לפי שיש לו צנור מצד הגבורה יש לו כוח מריבות. אז א 'כוכב' האט די כח פון זיך קריגן. ופעמים יגיע לו שיבוש לרוב חומו וכעסו, און אסאך מאל ווערט ער צעמישט פון רוב היץ און כעס. און דאס גייט אויף ארויף אויף 'תאומים', וואס איז אונטער די "פירערשאפט" פון 'כוכב' און אויך אויף 'לבנה בכוכב'.

ער שרייבט דארט ווייטער: אז ער איז הוד, און דערפאר וועט ער זיך מחבר זיין עם כל אדם. והוא מחבר האויבים אם לשלום מצד התפארת, אם למלחמה מצד האש. ויש לו מתק שפתים מצד התפארת. ויש לו המון בני אדם מכח י"ב שבטי ישראל הבאים אליו מכח התפארת. די ענין פון האבן 'המון חברים'.

אויף 'כוכב' שרייבט דער אבן עזרא: כל מיני ערמה, ומרמה, ומכתב שטרות פסולים. דאס קען קומען פון צופיהל אויבערפלעכליכקייט.

קענסט אראפטרעקן א 'לבנה בתאומים'? זיי זענען 'קל לדלג'. רעדן און קאמיונקירן. ס'וועט מיטפיהלן, אבער ביז א געוויסע נקודה.

צום שלוס: אזא סארט "זיבענערישקייט" די 'לבנה בתאומים'. איך זאג נישט אז א 'לבנה בתאומים' איז א זיבענער, איך זאג אז ס'איז א זיבענערישע פלעוואר.

יעדע פלאנעט-מזל נוצט געוויסע "מאיר'ס בריגס" פונקציעס. א 'לבנה בתאומים' וועט מיינעך מער נוצן Ni פונקציע.

והשם הטוב יעזור אין די זכות פון די פריערדיגע.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”