מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

במחילה, לא קרב זה אל זה כלל וכלל!!
עס איז גלוי וידוע, קהל האט נישט קיין שייכות נישט מיט די מוסדות, און די מוסדות האבן נישט קיין שייכות מיט קהל,
ס'יז צוויי באזונדערע קאמפאניס, און א קשיא אויף קהל פארענטפערט נישט די מוסדות, און א קשיא אויף די מוסדות בודזשעט פארענטפערט נישט קהל!!
ולשיטתך, אז מצות גייט ארויף יערליך, דארף דאך אויך די געהאלט פון די איינגעשטעלטע, מלמדים און טיטשער'ס ציגלייך, ארויף גיין יערליך!!

איך האב געשריבן נאך תגובות אין דעם נושא, מיט שטארקע קשיות..., משום מה האט עס די הנהלה דא פארמעקט, בינעך געבליבן מיט די קשיות [ווען כ'האב געפרעגט די סארט קשיות פון איינעם פון די אדמיניסטראציע פון די מוסדות, האט מען מיך אויך געלאזט מיט די צינג אינדרויסן....!!]

סאו וואס האקסטו א טשייניק מיט קהל און מצות???

יעדער איז גרייט צו צאלן פאר קהל, אבער וויפיל ס'מאכט סענס, און פארשטייטצעך אז אויב קהל האט באשלאסן אז מגייט ארויף גיין מיטן פרייז פון מצות יאר יערליך, [בנוסף צו די יערליכע דיוס וואס זיי קאלעקטן], פארשטייט יעדער בר דעת אז זיי דארפן אפגעבן פאר דעם ן א דין וחשבון, און עפענען די ביכער ברייט אפן, און ווער ס'האלט אנדערש זאל זיך טאקע לאזן שינדן....
מצות פסח איז א חיי נפש, און דאס ארויף גיין מיטן פרייז יערליך איז אן עוולה נוראה!
אפשר זאל די טהרה מקוה אויך אנהויבן ארויף גיין יאר יערליך, אזוי אז אין צען יאר ארום וועט מען צאלן פאר א טבילה א מאה'לע..., ווייל קהל ברעכט אונטער...

דאס איז אמאל נישט געווען, [ר' יודל רז"ב, האט געפירט א בעקערי און די קעמפס, נישט געווען דעמאלטס אזעלכע פרייז העכערונגען, און ער האט נאך געגעבן הנחות פון אלע זייטן], און א ודאי נישט ביים אלטן רבי'נס צייטן...

נ. ב. איך בין מסתמא עלטער פון אייך און איך בין נישט נעכטן געבוירן...., און איך וועל נישט ווערן סאפרייזט צו הערן, אז איר זענט אויך פון די וועלכע זיצן ביים שיסל... [אביסל האסטו אליינס מגלה געווען אין דיינע תגובות]
לעצט פארראכטן דורך אביונה אום מאנטאג פעברואר 17, 2020 1:11 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אנשולדיגט, פאסט נישט פאר אייער יארגאנג די טענער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

אביונה האט געשריבן:במחילה, לא קרב זה אל זה כלל וכלל!!
עס איז גלוי וידוע, קהל האט נישט קיין שייכות נישט מיט די מוסדות, און די מוסדות האבן נישט קיין שייכות מיט קהל,
ס'יז צוויי באזונדערע קאמפאניס, און א קשיא אויף קהל פארענטפערט נישט די מוסדות, און א קשיא אויף די מוסדות בודזשעט פארענטפערט נישט קהל!!

איך האב געשריבן נאך תגובות אין דעם נושא, מיט שטארקע קשיות..., משום מה האט עס די הנהלה דא פארמעקט, בינעך געבליבן מיט די קשיות [ווען כ'האב געפרעגט די סארט קשיות פון איינעם פון די אדמיניסטראציע פון די מוסדות, האט מען מיך אויך געלאזט מיט די צינג אינדרויסן....!!]

סאו וואס האקסטו א טשייניק מיט קהל און מצות???

יעדער איז גרייט צו צאלן פאר קהל, אבער וויפיל ס'מאכט סענס, און פארשטייטצעך אז אויב קהל האט באשלאסן אז מגייט ארויף גיין מיטן פרייז פון מצות יאר יערליך, [בנוסף צו די יערליכע דיוס וואס זיי קאלעקטן], פארשטייט יעדער בר דעת אז זיי דארפן אפגעבן פאר דעם ן א דין וחשבון, און עפענען די ביכער ברייט אפן, און ווער ס'האלט אנדערש זאל זיך טאקע לאזן שינדן....
מצות פסח איז א חיי נפש, און דאס ארויף גיין מיטן פרייז יערליך איז אן עוולה נוראה!
אפשר זאל די טהרה מקוה אויך אנהויבן ארויף גיין יאר יערליך, אזוי אז אין צען יאר ארום וועט מען צאלן פאר א טבילה א מאה'לע..., ווייל קהל ברעכט אונטער...

דאס איז אמאל נישט געווען, [ר' יודל רז"ב, האט געפירט א בעקערי און די קעמפס, נישט געווען דעמאלטס אזעלכע פרייז העכערונגען, און ער האט נאך געגעבן הנחות פון אלע זייטן], און א ודאי נישט ביים אלטן רבי'נס צייטן...

נ. ב. איך בין מסתמא עלטער פון אייך און איך בין נישט נעכטן געבוירן...., און איך וועל נישט ווערן סאפרייזט צו הערן, אז איר זענט אויך פון די וועלכע זיצן ביים שיסל... [אביסל האסטו אליינס מגלה געווען אין דיינע תגובות]

צו אביונה
בדרך אגב די קהלס ביכער האט איר שוין געזעהן? ווייל אך באצאל נישט קיין מעמבערשיפט פארן דיין געבעך ביים מכירת חמץ און בדיקת אתרוג. מצות צאל איך פאל פרייז אין אזוי ווייטער
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

great האט געשריבן:צו אביונה

הוא הדבר אשר דיברתי...
אויף דעם גופא האט זיך אנגעהויבן די שמועס...
דיוס מעמבערשיפ זאלן צאלן נאר די קעלבלעך, וואס לאזן זיך דאפלט שינדן....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

פארוואס רופסטו דאס זיך לאזן שינדן? די דיסקאונט אין בוטשער און אין מצה בעקעריי צאלט עס דען נישט אויס?!
אוועטאר
גפת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 4:41 pm

מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גפת »

לאו דוקא האט געשריבן:א הערליכע דעבאטע און געוואלדיגע פארשלאגן און שרעקליכע טענות...

איך בין זיכער אז קיין איין איינציגע שרייבער וואס האט דא מגיב געווען איז נישט אינוואלווד עמטליך אדער אפי' אומ-עמטליך אין א מוסד
דאס מערסטע איז אז ער איז אפשר א שטיקל שותף ווייל ער איז א טאטע אדער אפשר גאר דער מלמד... אזוי ווי איינער האט שוין פריער מגיב געווען דא

איך בין יא אביסל אינוואלווד אין א מוסד און איך בין נישט אין די גוסטע צו אויספויקן דא אלעס ברבים

אבער איך וויל אייך פרעגן א פשוטע קשיא

וויאזוי איז מעגליך אז אין יעדע מוסד נעמט מען כסדר אריין אין די הנהלת המוסד פרישע כוחות, און די איינציגסטע זאך וואס מ'זעט כסדר איז אז די פאריגע הנהלה ברעכט אונטער און מ'דארף שוין נאך פרישע כוחות
און אפי' די פרישע כוחות וואס געווענליך טוען זיי אויף געוואלדיגע זאכן און התחדשות'ער אבער קיינער האט נאכנישט געקענט אויספירן די וואזשנע המצאות וואס מ'שלאגט דא פאר?

אזוינע נערנים נעמט מען אויף אין אלע הנהלת'ער ?

די פאקט איז אז טראץ וואס די קאלקיולעיטער האט זייער שיין אויסגערעכנט די נומער פון א קלאס קומט אריין 5000 וכו'
נאכאלץ צאלט מען נישט מער אין די אלע מוסדות התורה סאטמאר-מאנסי ביידע,קרית יואל אלע דריי, וומסבג ביידע,בארא פארק ביידע, סקווירא,וויזניץ,פאפא, און ביי רוב מוסדותער וואס זענען געבינדן צו א חסידות איז ביי די אלע די וועידשעס בערך די זעלבע, די גרעסטע חילוק פון איינעם ביזן צווייטן איז מערסטענ'ס 50$ א וואך

אויב איינער מאכט מער איז עס נאר ווייל ער האט זיך גוט אריינגעדרייט און באקומען נאך סייד-דשאבס אינעם סיסטעם ווי למשל מתמידים רבי, לאנטש רום רבי, באס רבי, לאנטש משגיח וכו'

סאו לאז מיר נישט סתם פירקלען דא נערישקייטן בו בזמן ווען די חברי הנהלה ליינען נישט דא ווייל זיי ברעכן זיך יעצט קאפ ווי צו שאפן נאך אן הלוואה צו קענען צאלן די איינגעשטעלטע ועוד ועוד

אבער דאס דארף יעדער יא ארויסנעמען אז ס'איז ריכטיג אז דער מלמד פארדינט זייער ווייניג און די איינציגסטע וועג צו אנערקענען א גוטן מלמד איז דורך שיקן שיינע טיפ'ס יעדן ר"ח (און די פאר ווערטער צו די זייט איז אמאל נאך וויכטיגער),

אני הק' בין זיך נוהג ב"ה צו שיקן יעדן ראש חודש
און איך האב שוין געפרעגט עטליכע מלמדים וויפיל עלטערן ס'שיקן יעדן ר"ח און זיי האבן מיר געזאגט אין עוורידש צווישן 2און 4 עלטערן פון א חדר... א חרפה און א בושה

און איך האף אז די שרייבער'ס וואס רעדן זיך אפ דא שיקן כאטש יא....

און חוץ דעם ליגט א פליכט אויף יעדן טאטן צו ארויסהעלפן די הנהלה מיט דינער –קרן הבנין וכו' וכו' ווייל יא זיי ארבעטן זייער שווער (מסתם מיט א צובראכענע קאלקיולעיטער... ) צו קאווערן די בודשעט

און יא ס'איז ריכטיג אז ס'איז א קריזיס אין אלע מקומות מיט מלמדים נישט אזוי ווי איינער האט דא פריער געשריבן אז סאיז א פראבלעם אין קרית יואל, נאר גראדע איז אין די סיטי די פראבלעם פיל שטערקער (ווייל די ערשטע וואס מופן אוועק פון די סיטי זענען די וואס דארפ נישט ארבעטן דייקא אין סיטי) ודו"ק און ס'ווערט שווערער און שווערער אבער ווען א מלמד וועט וויסן אז ער מאכט א עקסטערע אלף-צוויי א חודש פון טיפ'ס יעדן ראש חודש וועט זיין פיל גרינגער צו טרעפן מלמדים און גוטע מלמדים

בתקוה להבנה

האמער שוין איינער פון די הנהלת המסוד ביי וועם מ'קען פרובירן צו שתדלן
הייסט עס קודם פארשטייסטע שוין אז די מלמדים באקומען ווייניג באצאלט, די האלטסט נאר אז זיי דארפן ווערן באצאלט דורך טיפ'ס, נו דאס וועט מען טין, נאר אנשטאט צו מאכן אז יעדע טאטע געט א הינדערטער א חודש, וואס דעס ארבעט נישט, ווייל נאר 2-3 טאטעס געבן, וועט מען עס מאכן מיט די מוסד דורך א עקסטערע שכר לימוד קאסע, פארוואדשע ביזטע נישט מסכים?
אדער קען מען מאכן א כח היחד קאמפיין אז מ' וועט נישט באצאלן שכר לימוד נאר באצאלן גלייך פארן מלמד דורך טיפ'ס
, אויב די האלטסט אז זיי דארפן ווערן באצאלט דורך טיפ'ס, און די מוסד קען יוצא זיין מיטן באצאלן אפאר דאלער
סארי אבער א טיפ קען מען נישט רעכענען פאר א חלק פון די וועדש א טיפ געבט מען אלץ הכרת הטוב פון די שווערע ארבעט
great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

אביונה האט געשריבן:
great האט געשריבן:צו אביונה
בדרך אגב די קהלס ביכער האט איר שוין געזעהן? ווייל אך באצאל נישט קיין מעמבערשיפט פארן דיין געבעך ביים מכירת חמץ און בדיקת אתרוג. מצות צאל איך פאל פרייז אין אזוי ווייטער

הוא הדבר אשר דיברתי...
אויף דעם גופא האט זיך אנגעהויבן די שמועס...
דיוס מעמבערשיפ זאלן צאלן נאר די קעלבלעך, וואס לאזן זיך דאפלט שינדן....

מיינע רביס אין חדר פלעגען זאגן אז רשי פון מס נדרים איז זעכער נישט רשי געמאכט ווייל אז עס דארף שטיין אויבן די ווארט רשי רשי זעהט מען פון זיך אליין . די זעלבע אז מדארף זאגן אז מדארף געבען מעמבערשיפט מיט 100 הסבירם ווייל די רבי האט געהייסן זאג ווי א מענטש די נוצט עפעס דארף מען באצאלן אינטערסאנט אין גראסרי דארף נישט שטיין אז די רבי פלעגט הייסן באצאלן פאר עסן
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

great האט געשריבן:

יא יא, כ'האב געפרעגט מיין שמש, וויפיל גרויס קהל צאלט טאקע פאר דעם ביהמ"ד וואס כ'נוץ.... [איך נוץ נישט דעם צענטראלן צענטער, כ'טרעט כמעט נישט אריין דארט]
די ענטפער האט מיך אנטוישט...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

גפת האט געשריבן:

איך וועל ענטפערן במקום הנהלה ווער האט אייך געפרעגט מיר האבן דיינים און רבנים געב נישט קיין עצות די ביסט צו יונג צו פארשטיין היינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגילה
איך האלט דא מיז זיין א כח הרבים נישט א כח היחיד און גיב א יאר בעזר השם די פארשריט מיט כלל ישראל מן העבר האט זיך זייער שנעל גריגט
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:פארוואס רופסטו דאס זיך לאזן שינדן? די דיסקאונט אין בוטשער און אין מצה בעקעריי צאלט עס דען נישט אויס?!

דיסקאונט וואס?
ביים נישט קויפן קהל'ישע איז דא א גרעסערע דיסקאונט
(איך קיף נאך דערווייל די קהל'ישע)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

איך רעד דאך פון ווער ס'קויפט יא.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איך רעד דאך פון ווער ס'קויפט יא.

מן הסתם רעדסטו פון ווילי, ווייל אין קרית יואל איז נישטא קיין דיסקאונט אין בוטשער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9189
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

great האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
great האט געשריבן:צו אביונה
בדרך אגב די קהלס ביכער האט איר שוין געזעהן? ווייל אך באצאל נישט קיין מעמבערשיפט פארן דיין געבעך ביים מכירת חמץ און בדיקת אתרוג. מצות צאל איך פאל פרייז אין אזוי ווייטער

הוא הדבר אשר דיברתי...
אויף דעם גופא האט זיך אנגעהויבן די שמועס...
דיוס מעמבערשיפ זאלן צאלן נאר די קעלבלעך, וואס לאזן זיך דאפלט שינדן....

מיינע רביס אין חדר פלעגען זאגן אז רשי פון מס נדרים איז זעכער נישט רשי געמאכט ווייל אז עס דארף שטיין אויבן די ווארט רשי רשי זעהט מען פון זיך אליין . די זעלבע אז מדארף זאגן אז מדארף געבען מעמבערשיפט מיט 100 הסבירם ווייל די רבי האט געהייסן זאג ווי א מענטש די נוצט עפעס דארף מען באצאלן אינטערסאנט אין גראסרי דארף נישט שטיין אז די רבי פלעגט הייסן באצאלן פאר עסן

נישט קיין צושטעל. פון קהלישע זאכן קען יעדער הנאה האבן אן צאלן; די טיר איז נישט פארשלאסן ווי הלל'ס צייטן. פאר מקוה געלט דארף מען טאקע נישט קאמפיינען, מ'שטעלט א טורן סטייל און יעדער פארשטייט אויפן ווינק וואס מ'האט צו טון. א בית מדרש אויפן פאר יעדן צו געניסן און ווען נישט די קאמפיין וועט נידט זיין פון ווי צו דעקן די הוצאות
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

מי יודע האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איך רעד דאך פון ווער ס'קויפט יא.

מן הסתם רעדסטו פון ווילי, ווייל אין קרית יואל איז נישטא קיין דיסקאונט אין בוטשער

אודאי איז דא, 10%.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

שמואל בארג האט געשריבן:

נאר מיט א זירא באלאנס (אין ווילי ) לוינט נישט די געלט.

פון די גאנצע ליסט פארוואס צו געבן דזשוס, איז דא א עקסטערע שנאר אדער קאסט עס טאפ דאלאר
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ביי מיר האב איך געמאכט די חשבון, עס צאלט זיך מיר אויס.

זירא באלאנס האב איך אין גראסערי אויך ב"ה.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מיר נישט. ובפרט אז מען דארף איינקויפן פאר ארום 5,000 אויף 0 באלאנס כדי עס זאל זיך אויסגראדן. און רוב ארדערס זענען אויפן טעלעפאן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

די עדווענטידזש וואס קהל האט איז אז מענטשן כאפן נישט אז די בוטשער גיבט עס נאר ביי 0 באלאנס.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שמואל בארג האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איך רעד דאך פון ווער ס'קויפט יא.

מן הסתם רעדסטו פון ווילי, ווייל אין קרית יואל איז נישטא קיין דיסקאונט אין בוטשער

אודאי איז דא, 10%.

אין קרית יואל בוטשער מהר"א איז דא א 10% דיסקאונט פאר אויסגעצאלטע מעמבער? כ'האב מורא דו חלומס'ט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
לאו דוקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 18, 2012 12:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאו דוקא »

איינער האט מיך געבעטן אין אישי דא ארויפצולייגן א דרשה וואס איז לעצטענס געזאגט ווארן ביי א מסיבה אין קרית יואל פאר יונגע יונגעלייט דורך ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש ודפח"ח און איז געווען באשריבן אין די לאקאלע צייטונגען

דו וואלסט געקענט בויען די טווין-טאוערס?!
אינטערעסאנטער עפיזאד 'בדידי הוה עובדא'...
מתוך דרשת העסקן הדגול מו"ה מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו

"איך פלעג דאווענען אין די קליימער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג. דארט איז געווען לאנגע יארן דער משמש הרה"ח ר' יחזקאל ראזנבערג ע"ה בן ר' יודל ע"ה. עס איז געווען איין טאג סליחות תשס"א, אין יענעם טאג איז געווען די טעראר אטאקעס אויף די "טווין-טאוערס". קומט אריין א איד אין ביהמ"ד, עס איז שוין געווען נאכדעם וואס די טווין טאוערס האבן אפגעברענט ווי צוויי הבדלה לעכט, און יעצט האט מען שוין געהאלטן נאך עלף אזייגער, און דער איד האט נאך געהאלטן בעפאר שחר קמתי.

"ער ווארפט ארויף די טלית אויף די פלייצע, ער איז מפריד די חוטים, און הייבט אן אשרי יושבי, פון סליחות... אבער זעט אויס ער האט נאך געהאט אפאר וויכטיגע זאכן צו ערלעדיגן, האט ער זיך געדרייט און געזוכט נאך אריינצוכאפן אפאר דברים בטלים. עס האט זיך פארמירט א גרופעלע ארום אים און ער איז געווען דער ראש המדברים. ער האט מסביר געווען פאר זיינע צוהערער אז די סטרוקטשור פון די געביידעס זענען נישט געווען גוט געבויט און וועגן דעם האט עס געקענט אזוי צאמפאלן.

"חזקי גייט דורך און ער זעט דעם אינגערמאן דבר'ן. ער האט עס נישט געקענט פארטראגן. ער האט שוין געהאלטן 6 שעה נאך פת שחרית און דא שטייט דער פאר'ן דאווענען און פלוידערט שטותים. עס איז אים געגאנגען בנפשו אז דער איד איז נישט עוסק בישובו של עולם און ער האט געהאלטן אז למיגדר מילתא דארף ער דא עפעס טון.

"גייט ער צו צו דעם אינגערמאן און פרעגט אים, יונגערמאנטשיק וואס האסטו געוואלט נעכטן ביי מיר אין מקוה שטיבל? האסט מיר געזוכט? זאגט ער אים יא, איך האב געדארפט הילף אויסצופילן א סעקשאן 8 אפליקאציע. זאגט אים ר' יחזקאל 'אינטערעסאנט. אויסצופילן א סעקשאן 8 אפליקאציע דארפסטו מיין הילף, אבער די טווין טאוערס וואלסטו אליינס געקענט בויען, זע איך..."

מיט דעם געשמאקן מעשה'לע האט ר' מאיר מרדכי ערקלערט אז עס זענען אלס דא אזעלכע וואס קלערן אז זיי קענען פירן די וועלט, אויף אלעם האבן זיי מיינונגען און טענות. "ס'איז דא יונגעלייט וואס די 1600$ פאר זיין רענט און יוטיליטיס קענען זיי נישט צאם קראצן, אבער פונקטליך וויאזוי די הנהלה "וואלט ווען געדארפט" פירן א 50 מיליאן דולער בודעשט, דאס האט ער ארויס גענוי... מיט א קלארע מיינונג הלכה למעשה..."
"אדער איז מען פון די וואס בויען, אדער פון די וועלכע רעדן זיך אפ" – האט ר' מאיר מרדכי אויסגעפירט.

ס"ה הכל דארפט איר פארשטיין
אז אלע היימישע חסידישע מוסדות התורה לעבן אויס דעם יאר און קאווערן דעם יערליכן בודשעט סוכ"ס נאר דורך גרעסערע נדבות פון די עלטערן און זיידעס פון די קינדער וואס לערנען אין די מוסדות און איך רעד פארשטייט זיך פון די בעלי יכולת וואס געבן גרעסערע געלטער צום דינער ווי 100 אלפים צו 50 אדער 36 צו 18 אבער ס'איז מצטרפות לחשבון גדול

און איך האף אז איר פארשטייט אז ווען די הנהלה גייט ארויף צו אזא יוד בעטן גרעסערע געלטער וועט ער געבן נאר אז ער איז קאנווינסט אז די מוסד נויטיגט זיך טאקע דערין און סאיז באמת דא א דעפיציט און פארוואס ס'איז דא א דעפיציט וכו' און די הנהלה שמיעסט אלעס זייער שיין אויס מיט יעדע נדבן און נאר אזוי איז מען מצליח ארויסצונעמען זיין שיינעם נדבה

אבער סתם פאר יעדן אייוועלט שרייבער'ל וואס שרייט עפן די ביכער וכו' מיר ווילן זען די חשבונות, אויב נישט וועל איך נישט צאלן שכר לימוד... אדער אין בעסטן פאל געבן 360$ צום דינער איז די מוסד ענדערש מוותר אז אייערע קינדער מיזן נישט לענען דווקא אין דעם מוסד.....
ויותר מדי בזה
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

@לאו דוקא. גיט אונז די טיפיקעל סיפיריער עדיטוט וואס די הנהלת המוסדות האבען.
די ראצער ווער האט דיך געפרעגט. די ביזט אפילו נישט ווערט איך זאל מיך אפשטעלן געבן א בליק אויף דיר.
עפעס א איי וועלט שרייבער'ל.
ווייל איר זעהנט זייער א חשובער איד וואס שרייבט פשוט אויף איי וועלט. אבער דער אנדערער איז עפעס א איי וועלט שרייבער'ל
די עדיטוט' איז א חלק פונעם פראבלעם פארוואס דער המון עם טראסט נישט די הנהלה. און איר ברענגט עס גאר גיט ארויס.
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

לאו דוקא האט געשריבן:איינער האט מיך געבעטן אין אישי דא ארויפצולייגן א דרשה וואס איז לעצטענס געזאגט ווארן ביי א מסיבה אין קרית יואל פאר יונגע יונגעלייט דורך ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש ודפח"ח און איז געווען באשריבן אין די לאקאלע צייטונגען

דו וואלסט געקענט בויען די טווין-טאוערס?!
אינטערעסאנטער עפיזאד 'בדידי הוה עובדא'...
מתוך דרשת העסקן הדגול מו"ה מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו

"איך פלעג דאווענען אין די קליימער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג. דארט איז געווען לאנגע יארן דער משמש הרה"ח ר' יחזקאל ראזנבערג ע"ה בן ר' יודל ע"ה. עס איז געווען איין טאג סליחות תשס"א, אין יענעם טאג איז געווען די טעראר אטאקעס אויף די "טווין-טאוערס". קומט אריין א איד אין ביהמ"ד, עס איז שוין געווען נאכדעם וואס די טווין טאוערס האבן אפגעברענט ווי צוויי הבדלה לעכט, און יעצט האט מען שוין געהאלטן נאך עלף אזייגער, און דער איד האט נאך געהאלטן בעפאר שחר קמתי.

"ער ווארפט ארויף די טלית אויף די פלייצע, ער איז מפריד די חוטים, און הייבט אן אשרי יושבי, פון סליחות... אבער זעט אויס ער האט נאך געהאט אפאר וויכטיגע זאכן צו ערלעדיגן, האט ער זיך געדרייט און געזוכט נאך אריינצוכאפן אפאר דברים בטלים. עס האט זיך פארמירט א גרופעלע ארום אים און ער איז געווען דער ראש המדברים. ער האט מסביר געווען פאר זיינע צוהערער אז די סטרוקטשור פון די געביידעס זענען נישט געווען גוט געבויט און וועגן דעם האט עס געקענט אזוי צאמפאלן.

"חזקי גייט דורך און ער זעט דעם אינגערמאן דבר'ן. ער האט עס נישט געקענט פארטראגן. ער האט שוין געהאלטן 6 שעה נאך פת שחרית און דא שטייט דער פאר'ן דאווענען און פלוידערט שטותים. עס איז אים געגאנגען בנפשו אז דער איד איז נישט עוסק בישובו של עולם און ער האט געהאלטן אז למיגדר מילתא דארף ער דא עפעס טון.

"גייט ער צו צו דעם אינגערמאן און פרעגט אים, יונגערמאנטשיק וואס האסטו געוואלט נעכטן ביי מיר אין מקוה שטיבל? האסט מיר געזוכט? זאגט ער אים יא, איך האב געדארפט הילף אויסצופילן א סעקשאן 8 אפליקאציע. זאגט אים ר' יחזקאל 'אינטערעסאנט. אויסצופילן א סעקשאן 8 אפליקאציע דארפסטו מיין הילף, אבער די טווין טאוערס וואלסטו אליינס געקענט בויען, זע איך..."

מיט דעם געשמאקן מעשה'לע האט ר' מאיר מרדכי ערקלערט אז עס זענען אלס דא אזעלכע וואס קלערן אז זיי קענען פירן די וועלט, אויף אלעם האבן זיי מיינונגען און טענות. "ס'איז דא יונגעלייט וואס די 1600$ פאר זיין רענט און יוטיליטיס קענען זיי נישט צאם קראצן, אבער פונקטליך וויאזוי די הנהלה "וואלט ווען געדארפט" פירן א 50 מיליאן דולער בודעשט, דאס האט ער ארויס גענוי... מיט א קלארע מיינונג הלכה למעשה..."
"אדער איז מען פון די וואס בויען, אדער פון די וועלכע רעדן זיך אפ" – האט ר' מאיר מרדכי אויסגעפירט.

ס"ה הכל דארפט איר פארשטיין
אז אלע היימישע חסידישע מוסדות התורה לעבן אויס דעם יאר און קאווערן דעם יערליכן בודשעט סוכ"ס נאר דורך גרעסערע נדבות פון די עלטערן און זיידעס פון די קינדער וואס לערנען אין די מוסדות און איך רעד פארשטייט זיך פון די בעלי יכולת וואס געבן גרעסערע געלטער צום דינער ווי 100 אלפים צו 50 אדער 36 צו 18 אבער ס'איז מצטרפות לחשבון גדול

און איך האף אז איר פארשטייט אז ווען די הנהלה גייט ארויף צו אזא יוד בעטן גרעסערע געלטער וועט ער געבן נאר אז ער איז קאנווינסט אז די מוסד נויטיגט זיך טאקע דערין און סאיז באמת דא א דעפיציט און פארוואס ס'איז דא א דעפיציט וכו' און די הנהלה שמיעסט אלעס זייער שיין אויס מיט יעדע נדבן און נאר אזוי איז מען מצליח ארויסצונעמען זיין שיינעם נדבה

אבער סתם פאר יעדן אייוועלט שרייבער'ל וואס שרייט עפן די ביכער וכו' מיר ווילן זען די חשבונות, אויב נישט וועל איך נישט צאלן שכר לימוד... אדער אין בעסטן פאל געבן 360$ צום דינער איז די מוסד ענדערש מוותר אז אייערע קינדער מיזן נישט לענען דווקא אין דעם מוסד.....
ויותר מדי בזה

לויט די פאן קאלס פארן דינער זעהט נישט אויס אזוי אבער אז איר זאגט בפירוש איז זעכער גוט אז סתם אייוועלט אידן זענען פטור(און אויך בלייבן אויפן כולל פרייז נאכן ארויסגיין בדדי הוא העובדא) פון די 360 דינער ביזן עפענען די ביכער פיין יישר כח מיר וועלן עס איבערגעבן
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

לאו דוקא האט געשריבן:איינער האט מיך געבעטן אין אישי דא ארויפצולייגן א דרשה וואס איז לעצטענס געזאגט ווארן ביי א מסיבה אין קרית יואל פאר יונגע יונגעלייט דורך ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש ודפח"ח און איז געווען באשריבן אין די לאקאלע צייטונגען

[color=#0000BF]דו וואלסט געקענט בויען די טווין-טאוערס?!
אינטערעסאנטער עפיזאד 'בדידי הוה עובדא'...
מתוך דרשת העסקן הדגול מו"ה מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו

אן אריינגיין אין וויכוחים.., עמיר עס מאכן גאר בקיצור...
ר' מאיר מרדכי איז א פאנדרעיזאר!!, און ער טוט זיין דזשאב בנאמנות, ער רעדט טאקע די שפראך וואס מען האט אים געדינגען צו רעדן
...[פרעג עם שטיל צווישן פיר אויגן וואס ער האלט....., ביודעו ומכירו קאמינא].....

די צישטעל צו די טווין טאוער'ס איז מופרך מעיקרא...
ווען מ'זאל מיר בעטן געלט צו בויען די טווין טאוערס, וואלט איך מיינעך געווען בארעכטיגט צו זעהן די ביכער...
ועוד, זאל זיך ווען ארויס שטעלן אז מען האט געקארגט ביים בויען די טווין טאוערס פאר די ביעמס, מען האט גענוצט ביליגע סחורה [און לכבוד דעם האבן בין לאדין'ס פליגער מצליח געווען עס אראפ ציברענגען], און מען האט אבער געשפענדט פאר די לאבי אדער פאר אנדערע זייטיגע זאכן, וואלטן ווען קעפ געפלויגן...,
והנמשל די מלמדים זענען די ביעמ'ס, אויב זיי צאלט מען נידריג, און אנדערע אפיס ארבעטער קויפן זיך דירות, דאן איז א טענה לעגיטים!
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

לאו דוקא האט געשריבן:איינער האט מיך געבעטן אין אישי דא ארויפצולייגן א דרשה וואס איז לעצטענס געזאגט ווארן ביי א מסיבה אין קרית יואל פאר יונגע יונגעלייט דורך ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש ודפח"ח און איז געווען באשריבן אין די לאקאלע צייטונגען

דו וואלסט געקענט בויען די טווין-טאוערס?!
אינטערעסאנטער עפיזאד 'בדידי הוה עובדא'...
מתוך דרשת העסקן הדגול מו"ה מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו

"איך פלעג דאווענען אין די קליימער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג. דארט איז געווען לאנגע יארן דער משמש הרה"ח ר' יחזקאל ראזנבערג ע"ה בן ר' יודל ע"ה. עס איז געווען איין טאג סליחות תשס"א, אין יענעם טאג איז געווען די טעראר אטאקעס אויף די "טווין-טאוערס". קומט אריין א איד אין ביהמ"ד, עס איז שוין געווען נאכדעם וואס די טווין טאוערס האבן אפגעברענט ווי צוויי הבדלה לעכט, און יעצט האט מען שוין געהאלטן נאך עלף אזייגער, און דער איד האט נאך געהאלטן בעפאר שחר קמתי.

"ער ווארפט ארויף די טלית אויף די פלייצע, ער איז מפריד די חוטים, און הייבט אן אשרי יושבי, פון סליחות... אבער זעט אויס ער האט נאך געהאט אפאר וויכטיגע זאכן צו ערלעדיגן, האט ער זיך געדרייט און געזוכט נאך אריינצוכאפן אפאר דברים בטלים. עס האט זיך פארמירט א גרופעלע ארום אים און ער איז געווען דער ראש המדברים. ער האט מסביר געווען פאר זיינע צוהערער אז די סטרוקטשור פון די געביידעס זענען נישט געווען גוט געבויט און וועגן דעם האט עס געקענט אזוי צאמפאלן.

"חזקי גייט דורך און ער זעט דעם אינגערמאן דבר'ן. ער האט עס נישט געקענט פארטראגן. ער האט שוין געהאלטן 6 שעה נאך פת שחרית און דא שטייט דער פאר'ן דאווענען און פלוידערט שטותים. עס איז אים געגאנגען בנפשו אז דער איד איז נישט עוסק בישובו של עולם און ער האט געהאלטן אז למיגדר מילתא דארף ער דא עפעס טון.

"גייט ער צו צו דעם אינגערמאן און פרעגט אים, יונגערמאנטשיק וואס האסטו געוואלט נעכטן ביי מיר אין מקוה שטיבל? האסט מיר געזוכט? זאגט ער אים יא, איך האב געדארפט הילף אויסצופילן א סעקשאן 8 אפליקאציע. זאגט אים ר' יחזקאל 'אינטערעסאנט. אויסצופילן א סעקשאן 8 אפליקאציע דארפסטו מיין הילף, אבער די טווין טאוערס וואלסטו אליינס געקענט בויען, זע איך..."

מיט דעם געשמאקן מעשה'לע האט ר' מאיר מרדכי ערקלערט אז עס זענען אלס דא אזעלכע וואס קלערן אז זיי קענען פירן די וועלט, אויף אלעם האבן זיי מיינונגען און טענות. "ס'איז דא יונגעלייט וואס די 1600$ פאר זיין רענט און יוטיליטיס קענען זיי נישט צאם קראצן, אבער פונקטליך וויאזוי די הנהלה "וואלט ווען געדארפט" פירן א 50 מיליאן דולער בודעשט, דאס האט ער ארויס גענוי... מיט א קלארע מיינונג הלכה למעשה..."
"אדער איז מען פון די וואס בויען, אדער פון די וועלכע רעדן זיך אפ" – האט ר' מאיר מרדכי אויסגעפירט.

ס"ה הכל דארפט איר פארשטיין
אז אלע היימישע חסידישע מוסדות התורה לעבן אויס דעם יאר און קאווערן דעם יערליכן בודשעט סוכ"ס נאר דורך גרעסערע נדבות פון די עלטערן און זיידעס פון די קינדער וואס לערנען אין די מוסדות און איך רעד פארשטייט זיך פון די בעלי יכולת וואס געבן גרעסערע געלטער צום דינער ווי 100 אלפים צו 50 אדער 36 צו 18 אבער ס'איז מצטרפות לחשבון גדול

און איך האף אז איר פארשטייט אז ווען די הנהלה גייט ארויף צו אזא יוד בעטן גרעסערע געלטער וועט ער געבן נאר אז ער איז קאנווינסט אז די מוסד נויטיגט זיך טאקע דערין און סאיז באמת דא א דעפיציט און פארוואס ס'איז דא א דעפיציט וכו' און די הנהלה שמיעסט אלעס זייער שיין אויס מיט יעדע נדבן און נאר אזוי איז מען מצליח ארויסצונעמען זיין שיינעם נדבה

אבער סתם פאר יעדן אייוועלט שרייבער'ל וואס שרייט עפן די ביכער וכו' מיר ווילן זען די חשבונות, אויב נישט וועל איך נישט צאלן שכר לימוד... אדער אין בעסטן פאל געבן 360$ צום דינער איז די מוסד ענדערש מוותר אז אייערע קינדער מיזן נישט לענען דווקא אין דעם מוסד.....
ויותר מדי בזה

ווען די גרויסע נדבנים וואלטן געגעבן צוליבן זען די דעפיציט פון די מוסדות, האסטו א שטארקע פוינט

דער מציאות איז ליידער אבער אנדערש כהיום יום, און יעדער פאנדרעיזער קען דאס עדות זאגן, איך וויל חלילה נישט מקטרג זיין אויף כלל ישראל, און אוודאי איז עס נישט על הכלל כולו יצא, אבער א גרויסע פראצענט
איך ווייס איך גיי באקומען דא אין קאפ אריין, אבער דאס איז ליידער דער מציאות
ס'איז נישט קיין סוד אז בדרך כלל ווען א גרויסער עושר באגערט אראפצוציפן פון זיין וועכנטליכע בוזדשעט און געבן א שיינע נתינה, איז דאס פאר די אטענשאן און קלאטשעריי וואס ער גייט באקומען ביים דינער
דא אויפן וועלטל אליין האט מען אויסגעשמועסט אז די טייערע בנינים פון די מוסדות כהיום איז ווייל דאס איז די פארלאנג פונעם נדבן, און ווער ס'קען די נדבנים ווייסט אז ס'איז נישט וועגן הידור אינעם ואנוהו
וויפיל צוועקן וואס איך אליין האב שוין מיטגעהאלטן, וואס מ'שפייט בלוט ווי לאנג מ'זעט א דאלאר, ווייל ס'איז נישטא וואו מ'קען אנערן דעם עושר
ראיתי בני עלי' והמה מועטין, אוודאי זענען דא עשירים וואס ווייסן פארוואס דער באשעפער האט זיי געגעבן געלט, און נוצן עס גוט אויס פאר גוטע צוועקן, אבער א רובא דמינכר זענען בכלל נישט אין די מדריגה
איך דאוון אסאך מאל אין א מנין פון א געוויסן מיליאנער, די עריטוט וואס ער געבט פארן ארץ ישראל איד וואס קומט צו אים נאך געלט חתונה צו מאכן א קינד איז נישט צום באשרייבן, ווען ער געבט שוין דעם דאלער און יענער פרובירט צו בעטן א שענערע נתינה. און דער זעלבער עושר רופט מען אויס די נאמען ביים דינער, און זיין נאמען פיגורירט אויף בנינינם, און ער האט נישט געזען קיין ביכער, ער באקומט זיין אטענשאן און דאס איז אים גענוג
ממילא רעד מיר נישט איין אז דער עושר געבט פאר דינער איז א ראי' ס'איז וויכטיג, ער האט געלט, ער דארף קאווערן טשעריטי, ער באלאנגט אין די חסידות, ער דארף די אטענשאן כאויר לנשימה, און פון דארט ביזן טשעקל איז בלויז א קאצן שפרינג, ער דארף נישט קיין ביכער, ער דארף א פאר הענט וואס זאלן קלאטשן פאר אים!!!!
;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

מי יודע האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איך רעד דאך פון ווער ס'קויפט יא.

מן הסתם רעדסטו פון ווילי, ווייל אין קרית יואל איז נישטא קיין דיסקאונט אין בוטשער

אודאי איז דא, 10%.

אין קרית יואל בוטשער מהר"א איז דא א 10% דיסקאונט פאר אויסגעצאלטע מעמבער? כ'האב מורא דו חלומס'ט

נישט געכאפט, מיר רעדן פון אן אנדערע בוטשער.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”