מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

השקפה ברורה האט געשריבן:נו שוין. די ווייסט וויפעל קינדער פון מלמדים סאיז דא און א נארמאלע מוסדות? ווער רעדט נאך פון א מוסדות וואס האט א ישיבה קטנה און ישיבה גדולה ווי די מגיד שיעורים דארפן אויכט נישט באצאלן קיין שכר לימוד.

שקול טיבותיך ושדיי' וכו'
צאל ווי א נארמאלע מענטש, און דער מלמד וועט צאלן שכר לימוד
ס'איז א אלטע איינגעגעסענע זאך אז דער מלמד איז א וואלאנטיר מה אני בחנם אף אתה, און מ'ווארפט אים צו א ביינדל אז ער צאלט נישט שכר לימוד
זאל ער צאלן שכר לימוד, און דו צאל נארמאל
און ס'האט באמת נישט קיין תירוץ, נישט קיין חילוק וויפיל הוצאות די מוסד האט, איז דא קעגן דעם א ליסטע פון הכנסות, די לאך טאר נישט זיין ביים צאלן די מלמדים, ווייל דאן קלאפט דאס אויס אויף די קוואליטעט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
עדה
שר האלפיים
תגובות: 2037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

out of the blue האט געשריבן:
c12853.JPG

c25987.JPG

c36549.JPG

פריער געהערט אין שוהל אז אלע מוסדות גייען העכערן 25-50 א קינד, און גייען העכערן די מלמדים לויט דעם, דאס מיינט אז די מאנסיער מלמדים גייען באקומען א $500+ העכערונג
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

תגובה דורך דרייטצעך »

זייער סימפל און פשוט פארוואס די גרויסע מוסדות (און אויך קלענערע 'קהילה' מוסדות) מוטשענען זיך מער.

קומט אריין א פרישע טאטע צום אדמיניסטראטאר, אקעי כ'גיי יעצט אריינשיקן מיין קינד וויפיל איז שכר לימוד?

$325 פאר א כולל אינגערמאן קומט די גראדע ענטפער.

דער טאטע קוקט אים אן מיט אזא בליק: דו ווייסט אז ס'איז נישט ריאליסטיש, כ'גיי דאס נישט קענען באצאלן, אין כולל האט מען שוין נישט געצאלט פאר 5 חדשים, מיין ווייב ארבעט אין די סקול (פון די קהילה) און מאכט באבקעס א וואך און כ'דארף נאך באצאלן פאר די בעיביסיטער, כ'האב נארוואס געמופט, וכו' וכו' וכו'.

אקעי מאך מיר עס אויף $250 בתנאי לייגסט ארויף א קק אן פייל.

די זעלבע מעשה כמעט שפילט זיך אפ ביי "רוב" עלטערן אין א מוסד וואס באלאנגט צו א קהילה!!!

ווער רעדט נאך ביי איינעם מיט עטליכע קינדער ווען מען וויל הייבן די שכר לימוד ווייל ער שיקט אריין נאך א קינד - די טענות ומענות מיט וועלכע עס ווערט באגלייט.

ס'איז גאר א קליינע פראצענט וואס צאלט די עכטע פרייז!!!

משא"כ א קליינע מוסד וואס באלאנגט נישט צו קיין קהילה, אז דו ווילסט נישט באצאלן גייט פון דא (אודאי איז דא דיסקאונטס וכדומה פאר קליינע פארדינער אבער ווייט ווייט נישט ווי אין קהילה מוסדות)! די דימענד פאר מוסדות כמעט איבעראל איז ביזן הימל.

פרעג סיי וועלכע אדמיניסטראטאר צו ער וואלט בכלל געדארפט שאפן געלט אויב יעדער צאלט פול פרייז... זיך געמוטשעט וואלט ער זיך זיכער נישט...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

עפעס א קאמפיין אין מאנסי, ווער שטייט אונטער דעם?
אטעטשמענטס
9364.jpeg
9364.jpeg (59.88 KiB) געזען 1343 מאל
9366.jpeg
9366.jpeg (56.77 KiB) געזען 1343 מאל
9368.jpeg
9368.jpeg (57.55 KiB) געזען 1343 מאל
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

אושפיזין האט געשריבן:עפעס א קאמפיין אין מאנסי, ווער שטייט אונטער דעם?

איחוד מוסדות מאנסי איז אן עכטע זאך - אבער כ'מיין אז די קאמפיין האט נישט קיין שייכות אהין (יענץ ווערט געפירט דורך הרב יצחק בירנהאק פון לגדל אין די ראמען פון ליעזאן פון achieve צוצושטעלן פארשידענע פראגראמען פאר מוסדות התורה אין מאנסי).

דאס איז לפי מיטב ידיעתי א קאמפיין געפירט (בעיקר) דורך "אדמיניסטרעיטארס" וועלכע ווילן העכערן שכר לימוד מיט $25-$50 א קינד און העכערן די מלמדים מיט בערך $200 א וואך (געוואנדן יעדע מוסד לויט קלאסן סייז, יעצטיגע וועידזשעס, יעצטיגע שכר לימוד פרייזן).
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
עדה
שר האלפיים
תגובות: 2037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

עדה האט געשריבן:
out of the blue האט געשריבן:
c12853.JPG

c25987.JPG

c36549.JPG

פריער געהערט אין שוהל אז אלע מוסדות גייען העכערן 25-50 א קינד, און גייען העכערן די מלמדים לויט דעם, דאס מיינט אז די מאנסיער מלמדים גייען באקומען א $500+ העכערונג

אויך געהערט אזוי נעכטן
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע חכם »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
עדה האט געשריבן:וויפיל רעכנט אהבת שלום שכר לימוד א חודש?

לויט ווי כ'געדענק $475

viewtopic.php?p=3047241#p3047241

סתם די פאקטן פאר די רעקארד:

אהבת שלום האט כהיום 553 תלמודים ותלמודות בלע"ה. - 24 קלאסן.

די "אפציעלע" פרייז איז $450 כמעט קיינער צאלט נישט נישט דיע פרייז. די עעוערעדש פרייז איז בערך 370$.

עס איז כעת נישטא קיין שום אפציעלע פאנדרעיזינג, אויסער א קמפיין וואס מען האט גמאכט א יאר א האלב צוריק פאר א האלב מיליון דאלער צו קויפן (7) באסעס, אין א מלוה מלכה וואס מען האט געמאכט פאריאר פאר די עלטערן וואס האט אריינגעברענגט בערך 100 אלפים. אויסער דעם איז דא איין סאטמארע עושר וואס האט גערופן אז ער וויל שטיצן די מוסד מיט 10 אלפים א יאר, און מען האט טאקע באקומען 2 אדער 3 פעימענטס. וזהו זה.

די מוסד שטייט שוין בערך צוויי א האלב יאר, "קיין איין טשעק" איז ב"ה נישט באצאלט געווארן קיין טאג שפעט. יעדע צוויי וואכן ווערן אלע איינגעשטעלטע (158) באצאלט.

זיי באצאלן שענער וואו פילע אנדערע מוסדות.

זיי באקומען נישט קיין דיים פון די רעגירונג.

רענט אליין (וואס אסאך גרויסע מוסדות האבן נישט) קומט אויס כהיום $69.83 פער קינד.

די מוסד האט נישט קיין שום זייטיגע אינקאם צב"ש פארדינגען זאלן וכדומה.

מאכנ’דיג די קאקולעישען אז עס איז דא 553 תלמידים ותלמידות וואס צאלן 375 א חודש, קומט עס אויס 2,488,500 א יאר. צוטיילנדיג דאס צווישן 158 איינגעשטעלטע קומט עס אויס א עוורעדזש פון 15,750 פער איינגעשטעלטע א יאר.

איך פארשטיי אז צווישן די 158 איינגעשטעלטע איז דא טיטשער’ס וואס קומען נאר צוויי מאל א וואך און מאכן ווייניג געלט, וכדו’ אבער עס מאכן נישט געהעריג קיין סענס די חשבונות
אוועטאר
געזאגט און געטוהן
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 14, 2022 4:07 pm

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געזאגט און געטוהן »

לדעתי הקלושה איז אפשר זייער א שיינע זאך צו העכערן די געהאלט פאר די מלמדים(נישט אפשר נאר זיכער)
אבער אויב גייט דעס אויפן חשבון אז מען גייט ארויף גיין מיט די שכ''ל זענען זיי מהרסים!!!
וואו האבן זיי רעכט צו בעטן נאך און נאך (אינדערצייט וואס קנאפע 2 יאר צוריק איז מען ארויף מיט שכ''ל)
פון וואו זאל א פלענע בעה''ב וואס האט 4 5 קינדער האבן צו באצאלן די געלטער א יעדע חודש???!!!
מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה... אהבת השי''ת
אקרורקתא
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 21, 2022 3:20 pm

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקרורקתא »

"בלויז" זיבן מאות א וואך ?
וויפול מאכט דען אן עוורעדזש אינגערמאן? $2000 ?
און פון דעם דארף ער נאך אראפגעבן טעקס, צאלן ווי א טאטעלע העלטה אינשורענס, קאפיעס וכו' איך האב עס נישט פונקטליך אויסגערעכענט אבער גאנץ יתכן אז דער מלמד מיט זיינע זיבן מאות ענדיגט שענער ווי דער עוורעדזש ארבעטער.
zurich
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

אקרורקתא האט געשריבן:"בלויז" זיבן מאות א וואך ?
וויפול מאכט דען אן עוורעדזש אינגערמאן? $2000 ?
און פון דעם דארף ער נאך אראפגעבן טעקס, צאלן ווי א טאטעלע העלטה אינשורענס, קאפיעס וכו' איך האב עס נישט פונקטליך אויסגערעכענט אבער גאנץ יתכן אז דער מלמד מיט זיינע זיבן מאות ענדיגט שענער ווי דער עוורעדזש ארבעטער.

סאמהאו איז נישט דא קיין מלמדים צו טרעפן, קענסט דאס מסביר זיין?
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

zurich האט געשריבן:
אקרורקתא האט געשריבן:"בלויז" זיבן מאות א וואך ?
וויפול מאכט דען אן עוורעדזש אינגערמאן? $2000 ?
און פון דעם דארף ער נאך אראפגעבן טעקס, צאלן ווי א טאטעלע העלטה אינשורענס, קאפיעס וכו' איך האב עס נישט פונקטליך אויסגערעכענט אבער גאנץ יתכן אז דער מלמד מיט זיינע זיבן מאות ענדיגט שענער ווי דער עוורעדזש ארבעטער.

סאמהאו איז נישט דא קיין מלמדים צו טרעפן, קענסט דאס מסביר זיין?

און וויפיל אינגעלייט וואס ארבעטן אזא אנגעשטרענגטע און אחריות'דיגע ארבעט באקומען ווייניגער ווי 1500 א וואך?

איך קען פערזענליך אינגעלייט וואס ווען נישט דאס אז א מלמד מאכט אזוי ווייניג וואלטן זיי געווען מלמדים און די וועלט וואלט הנאה געהאט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14690
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

אקרורקתא האט געשריבן:"בלויז" זיבן מאות א וואך ?
וויפול מאכט דען אן עוורעדזש אינגערמאן? $2000 ?
און פון דעם דארף ער נאך אראפגעבן טעקס, צאלן ווי א טאטעלע העלטה אינשורענס, קאפיעס וכו' איך האב עס נישט פונקטליך אויסגערעכענט אבער גאנץ יתכן אז דער מלמד מיט זיינע זיבן מאות ענדיגט שענער ווי דער עוורעדזש ארבעטער.

און באצאלט נישט קיין שכר לימוד, פאר א משפחה מיט 5 קינדער איז עס נאך 250 דאללער א וואך

נ.ב. געבן א טיפ פאר מלמד האט גארנישט מיט וויפיל געלט די מלמד מאכט, אפילו א מלמד מאכט א ביליאן דאללער א יאהר קומט זיך איהם א טיפ, עס ווייזט אז איך אפרישיעיט די שווערע ארבייט
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
במה דברים אמורים
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 29, 2021 7:29 pm
לאקאציע: צווישן דיינע שורות

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך במה דברים אמורים »

אקרורקתא האט געשריבן:"בלויז" זיבן מאות א וואך ?
וויפול מאכט דען אן עוורעדזש אינגערמאן? $2000 ?
און פון דעם דארף ער נאך אראפגעבן טעקס, צאלן ווי א טאטעלע העלטה אינשורענס, קאפיעס וכו' איך האב עס נישט פונקטליך אויסגערעכענט אבער גאנץ יתכן אז דער מלמד מיט זיינע זיבן מאות ענדיגט שענער ווי דער עוורעדזש ארבעטער.

בדרך אגב דער עוורידש ארבעטער ארבעט 9-5 אדער 10-6 און פריער און שפעטער גארנישט אדער ממש מינימאל (כרעד פונעם ארבעטער ווואס דער מלמד מאכט שענער פון עם)
ווידער דער מלמד איבערהויפט אין די עלטערע קלאסן איז פארנומען זיך פארקוקען, צייכענען בחינות, רעדן מיט עלטערן און היינט אויך מיט טעראפיסטס וואס גייט אריין אין די טיפע נאכט שעות און נעמט אומגעהוירע כחות הנפש……… אלס פארן ביליגן פרייז…
אוועטאר
גפת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 4:41 pm

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גפת »

געזאגט און געטוהן האט געשריבן:לדעתי הקלושה איז אפשר זייער א שיינע זאך צו העכערן די געהאלט פאר די מלמדים(נישט אפשר נאר זיכער)
אבער אויב גייט דעס אויפן חשבון אז מען גייט ארויף גיין מיט די שכ''ל זענען זיי מהרסים!!!
וואו האבן זיי רעכט צו בעטן נאך און נאך (אינדערצייט וואס קנאפע 2 יאר צוריק איז מען ארויף מיט שכ''ל)
פון וואו זאל א פלענע בעה''ב וואס האט 4 5 קינדער האבן צו באצאלן די געלטער א יעדע חודש???!!!

כל מזונותיו של אדם קצובים לו מראש השנה עד ראש השנה, חוץ מהוצאת שבתות והוצאת ימים טובים, והוצאת בניו לתלמוד תורה שאם פחת פוחתין לו ואם הוסיף מוסיפין לו
במסכת ביצה (טז.)
משגיח תמידי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:45 pm

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח תמידי »

zurich האט געשריבן:
אקרורקתא האט געשריבן:"בלויז" זיבן מאות א וואך ?
וויפול מאכט דען אן עוורעדזש אינגערמאן? $2000 ?
און פון דעם דארף ער נאך אראפגעבן טעקס, צאלן ווי א טאטעלע העלטה אינשורענס, קאפיעס וכו' איך האב עס נישט פונקטליך אויסגערעכענט אבער גאנץ יתכן אז דער מלמד מיט זיינע זיבן מאות ענדיגט שענער ווי דער עוורעדזש ארבעטער.

סאמהאו איז נישט דא קיין מלמדים צו טרעפן, קענסט דאס מסביר זיין?

נישט אלעס איז געלט,

דער עולם איז נישט אונטרעסירט צו ארבעטן, מוויל זיצן ביי א גרויסע סקרין און זיך איינרעדן אז עס פליסט אריין מעלוינעס און די באנק
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך !want to be good »

גפת האט געשריבן:
געזאגט און געטוהן האט געשריבן:לדעתי הקלושה איז אפשר זייער א שיינע זאך צו העכערן די געהאלט פאר די מלמדים(נישט אפשר נאר זיכער)
אבער אויב גייט דעס אויפן חשבון אז מען גייט ארויף גיין מיט די שכ''ל זענען זיי מהרסים!!!
וואו האבן זיי רעכט צו בעטן נאך און נאך (אינדערצייט וואס קנאפע 2 יאר צוריק איז מען ארויף מיט שכ''ל)
פון וואו זאל א פלענע בעה''ב וואס האט 4 5 קינדער האבן צו באצאלן די געלטער א יעדע חודש???!!!

כל מזונותיו של אדם קצובים לו מראש השנה עד ראש השנה, חוץ מהוצאת שבתות והוצאת ימים טובים, והוצאת בניו לתלמוד תורה שאם פחת פוחתין לו ואם הוסיף מוסיפין לו
במסכת ביצה (טז.)

From now lets go up to $10,000 per month per child,
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אין א געווענליכע דזשאב איז דא עטליכע וועגן פון באצאלען.
1. פעיראל
2. פארגיטיגונג
3. באנוס
4. סיק און פערסאנעל דעיס
5. נאך און נאך

דאן איז פערהאן אנדערע איינקונפטן. צ.ב.ש. רעגירונגס הילף, א.ד.ג.

לאמיר איצטערט זעהן די סך הכל פון די אויבענדערמאנטע פונקטען און ווער קריגט וואס, און דאן, ווער איז ידו על העליונה.
ווי אויך העמיר מאכען (כאטש פרובירן) און מאכען א חשבון פון וויפיל קינדער א געווענליכע פאמיליע האט און וויפיל עס בכלל מעגליך צו צאלען.

ארבעטס שטונדען א וואך - וואלט איך געזאגט אינצווישן 40-45 און לאמיר אפילו זאגען ביז 50 שטונדען
געהאלט פער שטונדע (לאמיר גיין אויף א העכערע שטאפל) - 30 טאללער א שטונדע
סך הכל - א קנאפע 1500 טאללער אויב אויך די מערסטע שטונדען - 6400 א מאנאט
איצטערט לעגאלע דידאקשענס - דאס קומט אויס צו א מינימום פון א קנאפע 10-15 פראצענט, און דאס איז אויב דער ארבייטסגעבער גיבט נישט קיין אינשורענס - בלייבט מען מיט ארום 5500 א מאנאט

בעפאר מיר גייען ווייטער, ביטע נישט זאגען אז ווער זאגט אז מארגעדזש/רענט/יוטיליטיס/גראסערי א.ד.ג. קומט בעפאר שכר לימוד, ווייל נישט דאס איז די נושא דא...
2. מיר רעדן דא פון א קהילה מוסד

בעיסיק רענט היינט צוטאגס איז 2000 פער מאנאט
גראסערי תשפ"ב, די צווייטע העלפט וואס מען לייגט נישט אוועק פאר אפיקומן. 400-450 א וואך, מילד גערעדט - 1700 א מאנאט
פיש און פלייש - א קנאפע 150 א וואך - 600 א מאנאט
יוטיליטיס - 300 טאללער מאנאט
טעלעפאנען - 150 טאללער א מאנאט
קאר אדער טעקסי, נישט פאר מותרות, נאר פשוט אנקומען אין גראסערי און בעיסיק שאפפינג פאר די שטוב - 150 א מאנאט
קליידונג (צעטיילט אויפן חודש) בערך 450 א מאנאט, גאר מילד גערעדט
די אויבענדערמאנטע קומט אויס צו די פעיראל פון דעם אלגעמיינעם ארבעטער, און איך האב נישט אריינגערעכנט יום טוב אויסגאבען

נאך איין קליינישקייט. דער אויבענדערמאנטער ארבעטער איז געווענליך נישט בארעכטיגט פאר שטאטישע פראגראמען.

דער מלמד האט א אנדערע חשבון פון איינקונפטן

פארזעצונג קומט מן הסתם נישט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

מיין פראגע איז מער אויף די פלעיגרופ וואס איז ארויף צו זעקס מאות ווייל זיי שרייען אז זיי מאכן נישט קיין געלט, אבער די מוסד וואס מ'האנדעלט אראפ צו דריי מאות זיי באדען זיך אין געלט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
געזאגט און געטוהן
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 14, 2022 4:07 pm

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געזאגט און געטוהן »

גפת האט געשריבן:
געזאגט און געטוהן האט געשריבן:לדעתי הקלושה איז אפשר זייער א שיינע זאך צו העכערן די געהאלט פאר די מלמדים(נישט אפשר נאר זיכער)
אבער אויב גייט דעס אויפן חשבון אז מען גייט ארויף גיין מיט די שכ''ל זענען זיי מהרסים!!!
וואו האבן זיי רעכט צו בעטן נאך און נאך (אינדערצייט וואס קנאפע 2 יאר צוריק איז מען ארויף מיט שכ''ל)
פון וואו זאל א פלענע בעה''ב וואס האט 4 5 קינדער האבן צו באצאלן די געלטער א יעדע חודש???!!!

כל מזונותיו של אדם קצובים לו מראש השנה עד ראש השנה, חוץ מהוצאת שבתות והוצאת ימים טובים, והוצאת בניו לתלמוד תורה שאם פחת פוחתין לו ואם הוסיף מוסיפין לו
במסכת ביצה (טז.)

יעצט קענען די מוסדות רייטן אויף אונזערע געהירן וועגן דעי גמ?
די גמ' זאגט גראדע ואם הוסיף ד.מ. אויב ער געט מער און נישט אויב מען פארלאנגט פון איהם מער......
מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה... אהבת השי''ת
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

קרייסלער האט געשריבן:מיין פראגע איז מער אויף די פלעיגרופ וואס איז ארויף צו זעקס מאות ווייל זיי שרייען אז זיי מאכן נישט קיין געלט, אבער די מוסד וואס מ'האנדעלט אראפ צו דריי מאות זיי באדען זיך אין געלט

איך פרוביר נישט צו פארגלייכען, אבער:

א פלעיגרופ איז באגרעניצט וויפיל קינדער זיי האלטן.
א פלעיגרופ האט נישט קיין נאמען אויף די בילדינג פון א נדבן
א פלעיגרופ האט נישט קיין נדבן פאר נר למאור
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

דרייטצעך האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:עפעס א קאמפיין אין מאנסי, ווער שטייט אונטער דעם?

איחוד מוסדות מאנסי איז אן עכטע זאך - אבער כ'מיין אז די קאמפיין האט נישט קיין שייכות אהין (יענץ ווערט געפירט דורך הרב יצחק בירנהאק פון לגדל אין די ראמען פון ליעזאן פון achieve צוצושטעלן פארשידענע פראגראמען פאר מוסדות התורה אין מאנסי).

דאס איז לפי מיטב ידיעתי א קאמפיין געפירט (בעיקר) דורך "אדמיניסטרעיטארס" וועלכע ווילן העכערן שכר לימוד מיט $25-$50 א קינד און העכערן די מלמדים מיט בערך $200 א וואך (געוואנדן יעדע מוסד לויט קלאסן סייז, יעצטיגע וועידזשעס, יעצטיגע שכר לימוד פרייזן).

$200 איז צו א שוואכע תירץ אויף אזא שווערע פראגע
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

באסעלע האט געשריבן:

א וואך.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

דרייטצעך האט געשריבן:
באסעלע האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:עפעס א קאמפיין אין מאנסי, ווער שטייט אונטער דעם?

איחוד מוסדות מאנסי איז אן עכטע זאך - אבער כ'מיין אז די קאמפיין האט נישט קיין שייכות אהין (יענץ ווערט געפירט דורך הרב יצחק בירנהאק פון לגדל אין די ראמען פון ליעזאן פון achieve צוצושטעלן פארשידענע פראגראמען פאר מוסדות התורה אין מאנסי).

דאס איז לפי מיטב ידיעתי א קאמפיין געפירט (בעיקר) דורך "אדמיניסטרעיטארס" וועלכע ווילן העכערן שכר לימוד מיט $25-$50 א קינד און העכערן די מלמדים מיט בערך $200 א וואך (געוואנדן יעדע מוסד לויט קלאסן סייז, יעצטיגע וועידזשעס, יעצטיגע שכר לימוד פרייזן).

$200 איז צו א שוואכע תירץ אויף אזא שווערע פראגע

א וואך.

יא דאס 200 וואלט גוט געווען צו העכערן פאר צוויי יאר צוריק כהיום ברויך מען מער

תפסת מרובה לא תפסת. 28.5% העכערונג איז זייער א שיינע פראצענט העכערונג.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
out of the blue
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 5:53 pm

Re: מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך out of the blue »

m785926+.JPG
m785926+.JPG (175.15 KiB) געזען 755 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”