שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

אן א נאמען האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:זעענדיג היינט אז די אשכול איז ארויף אויפן אויבער פלאך האב איך געפרעגט מיין חברותא אויב ער לאזט מיר מפרסם זיין א אימעיל וואס ער האט מיר געשיקט א פאר יאר צוריק לתועלת.
ער האט מיר געהייסן צענזורירן געוויסע פאקטן, בשעת'ן געבן רשות מפרסם צו זיין די איבעריגע.
זאגט ער אזוי.

וויפיל אומגעהויערע הארץ עסענישן וואלט איך זיך געשפארט, און וויפיל נעכט וואלט מיין קישן געבליבן טרוקן, ווען איינער רוימט מיר אריין אין אויער, אלס קינד אדער אלס יונג בחור'ל, די שוידערליכע ווערטער: 'דיין טאטע איז א קראנקער נפש! ער איז נישט מיט-אלעמען!' טאקע די סאמע שרעקליכע ווערטער פאר א געזונט קינד צו הערן, אבער נישט ביי מיר... אויב וואלט איך יענעם געטרויעט, וואלט דאס געווען מוזיק אין מיינע אויערן און דער ווירקזאמסטער בארואיגונגס-פיל.
איך וואלט דורכדעם געוואויר געווארן אסאך א וויכטיגערע זאך: אז איך בין נארמאל! איך בין נישט דער שלעכטער יונגל וואס פארשעמט די משפחה.
וויי צו מיינע יונגע יארן ווען כ'האב פון בעסערס נישט געוואוסט...

אין חדר בין איך געווען וואויל, הארציג און ריין. ממש א נשמה פון א קינד. זיך צוגעשטעלט צו אלעס, און פרובירט צו זען סוקסעס. אבער ס'איז קיינמאל נישט געווען גענוג פאר מיין טאטע. ער האט געפאדערט אן אויפהער מיט טיראניע כ'זאל זיין דער רשכבה"ג. אויב האב איך אהיימגעברענגט א 98% אויף א בחינה, האב איך באקומען א שארפער פסק, פאר א 90% איז געגאנגען מערדערליכע שלעק, צי איז עס געווען מיט אייזערנע הענגערס, צי מיט א פאסיק. ס'האט זיך קיינמאל נישט גערעדט פון צוויי-דריי פעטש, די נומערן זענען שטענדיג געלאפן פון צוואנציג און ארויף (איך פלעג נאר ציילן ווען מיינע ברידער האבן געכאפט), ער האט געשמיסן עד כלות כוחו.
זייענדיג א נייגעריגער פון נאטור, האב איך געדורשט נאך ליינען. כ'האב געלעזט מכל הבא ליד, מעשה ביכלעך און אויסגאבעס. איך פלעג אבער איבערגעריסן ווערן כסדר מיט אויסברוכן: 'ווילאנג ליינסטו שוין?' 'ווען זעצסטו זיך שוין לערנען?' 'וואס וועט אויסוואקסן פון דיר?' אבער נישט סתם געפרעגט, נאר געהירזשעט, געשריגן, אויסגעשאלטערט די לעקטער, פארהאקט טירן. כ'פלעג ממש מוזן ארויסנעמען א גמרא און זיך זעצן לערנען א שעה-צוויי צו שטילן זיין דורשט... און דווקא הויך אויפן קול, ווייל אויב איז עס שטיל 'איז דאך עס יענס לערנען'. דאס איז געווען כמעט די טאג-טעגליכע נארמע.

אהיימקומענדיג נאך א לאנגען טאג אין חדר, פלעג איך זיך אריינכאפן שטילערהייט און זיך צוהערן צי עס איז 'סעיף' אריינצוקומען. אויב האט זיך די מאמע נעבעך פארזינדיגט, איז די לופט אין שטוב געווען א קאך-קעסל, די פולווער האט געהאלטן אינמיטן עקספלאדירן. אין אזא פאל האב איך פרובירט נישט צו ציען אויפמערקזאמקייט, איך בין שטילערהייט אריין אין מיין צימער, אומבאמערקבאר, און געווארט בדאבון נפש עד יעבור זעם.
עס האט מיר נישט צוגעגעבן קיין שטיק געזונט, הערנדיג ווי מיין מאמע כליפעט און וויינט פון צער. שלעק האט זי נישט געכאפט (ווילאנג איך האב דאס נישט געזען, לוינט זיך מיר אזוי אנצונעמען...), אבער די דערנידערונגען זענען געווען אין לשער.

עס איז כמעט נישט אריבער א משפחה צוזאמקום אדער שמחה (קלענערע שמחות, ביי די גרעסערע שמחות האט ער ביהעיווט) וואס איז אריבער 'גלאטיג'. ער פלעגט כמעט אייביג זיך מוזן בייזערן אויף איינעם און דער גאנצער זאל האט עס געדארפט מיטהאלטן. באנומענע צעקות האט ער געמאכט אויף זיינע אלטע עלטערן, אויף זיינע געשוויסטער, שוואגערס און שוועגערינס.
אוי פלעגן אונז זיך אלע איינזונקען פאר בושות.

אוי די זיסע ישיבה יארן...
נאכן סטראגלען אין שיעור א' פון ישיבה קטנה מיט 'הבנה' אישוס (יארן שפעטער בין איך געוואויר געווארן אז מיין פראבלעם איז פשוט געווען אומזיכערקייט און ענדלאזע פחד), האב איך ב"ה געהאט אין שיעור ב' א פארשטאנדיגער מגי"ש, וועלכער האט מיר שטארק אויפגעבויעט. איך בין אהיימקומען אין אן ערב שבת מלא שמחה און דערציילט ווי שטארק מיין מגי"ש האט הנאה געהאט פון מיר ביים פארהער.
'יא? לאמיר זען ווי גוט דו האסט געקענט?'
הייבט זיך יעצט אן א צווייטע פארהער. אבער נישט געפערליך, כ'בין גרייט. כ'קען דאך גוט די סוגיא. דא איז עס אבער געווארן פארפלאנטערט. ער איז נישט געלעגן אין די סוגיא, און האט ערווארטעט פון מיר, א 14 יעריג בחור'ל, איך זאל אים מסביר זיין די סוגיא 'נאך בעסער ווי דיין מגיד שיעור, ווייל איך האב זיך נישט פארגעקוקט'.
כ'געדענק נאך ווי היינט, וואספארא מייסטערהאפטיגער 'שיעור' כ'האב דעמאלט געגעבן פאר מיין טאטן. שיין אראפגעלייגט, כ'האב ממש געשטראלט. אבער די אטאקירנדע שאלות און צימבלערייען האבן זיך ערגעצוואו אנגעהויבן, און איך האב אויף אלעם געענטפערט מיט א גאנץ קלארע הסברה. ביסלעכווייז, נאכן ווערן אויסגעפארשט אויף א קרייץ-פארהער, האב איך אנגעהויבן שטאמלען. ס'איז אים ב"ה געלונגען.

ס'האט געדויערט א שטיקל צייט ביז ער האט איינגעזען אז דער בחור'ל קען עס נישט 'צונעמען' פאר א מתחיל ווי עס דארף צו זיין, און דארט האבן זיך אנגעהויבן די געשרייערייען, דערנידערונגען און סטראשונקעס. ס'איז געווען א פחד. אוי האב איך געהאט יענס שבת. נאר געהערט קריטיק וועגן מיין 'שלעכטער נאמען' וואס כ'גיי האבן און פארשטייט זיך די 'בזיונות' וואס די גאנצע משפחה וועט ליידן צוליב מיר.
כ'בין געווארן צוקלאפט, צובראכן און דעמאראליזירט. כ'האב געוויינט יענע פרייטאג צונאכטס ביז פארטאגס, און אודיע צערי – כ'האב אים דעמאלט געשאלטן ער זאל שטארבן נאך יענע נאכט! ערשט צופרי האב איך חרטה געהאט אויף מיין שלעכטע טהאט.
דאס איז געווען די ערשטע מאל אין שיעור ב' וואס כ'בין פארהערט געווארן, און פון דעמאלט איז יעדע פרייטאג צונאכטס געווארן מיין אפיציעלע טרויער-נאכט, ווען כ'בין פארהערט געווארן, און צום וויפילטן מאל 'אויפגעוויזן' געווארן אז כ'קען נישט לערנען.
אוי, ווען איך ווייס אז דער מענטש איז א חולה מסוכן, ער איז נישט ביים דעת, זיינע ווערטער זענען שלא על פי המציאות – אוי וואלטן זאכן זיך געקייקלט אנדערש ביי מיר.

נאך ווען איך בין געווען אין שיעור א' איז געלונגען פאר מיין טאטן איינצופירן, אז שבת נאכמיטאג נאכן סעודה זאל איך גיין גראד אין בית המדרש לערנען ביז מנחה (מ'רעדט פון א זעקס-זיבן שעה אין די לאנגע זומערדיגע שבתים...), מיטן אויסרייד: 'א בחור'ל דארף נישט שלאפן שבת נאכמיטאג, האסטו דען געארבעט שווער אין דיין דזשאב א גאנצע וואך?!'. כ'בין ארויס יעדע וואך פון שטוב גלייך נאכן בענטשן און 'געלערנט' אין שול ביז מנחה. כ'האב געוואוסט אז אין די ערשטע דריי שעה בין איך פארזיכערט אז ער שלאפט פיין, ממילא מוז איך נישט לערנען, כ'קען כאפן א דרימל אויפן טיש, אבער נאכדעם איז ער עלול אריינצואוואנדערן אין שול צו 'שעפן נחת' פון זיין תכשיט'ל (לייען: אים אנשרייען שפעטער אינדערהיים פארוואס ער האט נישט געלערנט גענוג הויך אויפן קול).

איך האלט שוין היינט נאך לאנגע יארן וואס כ'בין ארויס פון שטוב. זייער אסאך יארן. כ'בין שוין יארן א סוקסעספולער מגי"ש. ב"ה כ'האב א גוטן קעפל, און כ'הייס צו זיין א שיינער תלמיד חכם.
קיינעם פאלט נישט ביי, אז איך לערן נאר פאר 'הלכה' פאר א סיבה: כ'קען ביז היינט נישט עפענען א גמרא, מער ווי אויף נאכצוקוקן עפעס אדער לערנען אביסל אגדתא (אויסער אפשר מיט אן ארטסקרול גמרא). די האסליכע קראנקע ווערטער וואס כ'האב געהערט יעדע וואך ביים 'פארהער' האבן מיר (פערמאנענט?) איבערצייגט אז די גמרא איז נישט פאר מיר, און אז איך וועל קיינמאל נישט מסוגל זיין מסביר צו זיין א שטיקעלע גמרא כדבעי.

דאס אז זיינע ווערטער זענען געווען לעכערליך, איז ברור כשמש, אבער כ'בין עס געוואויר געווארן צי שפעט. לאנג נאך מיין חתונה, ווען מיין פרוי האט אים דיאגנאזירט... זי האט געכאפט וואס דא גייט פאר, און מיר אנגעהויבן אויפבויען.
ליידער אבער האב איך זיך מיט די גמרא קיינמאל נאכנישט איבערגעבעטן. קיינער ארום מיר ווייסט נישט דערפון, אבער איך לייד שרעקליך דערפון. יעדעס מאל ווען איך עפן א גמרא, קומט מיר ארויף א מין בלאקעדזש וואס כ'קען נישט ערקלערן. כ'קען אויס'חשבונ'ען קאמפליצירטע חשבונות, און מחלק זיין די שיטות להלכה, אראפלייגן א שיעור הפלא'דיג מיט א זיסע הסברה, אבער אלעס ביז א שטיקעלע גמרא. ווען כ'פארהער מיינע קינדער, שטעל איך אן א שפיל ווי איך בין אין די סוגיא, און מ'שטופט עס דורך. אבער פאר מיר אליין שעם איך זיך.
המקום ימלא חסרוני.

Just saw this, crazy story

קען זיין... אז ר' אביגדור מילער וואלט געזאגט. יעצט נאכן ליינען אזא באריכט איז די צייט צו דאנקן השם אז מען איז נישט דורך אזוינס. און דער קראנקער וועט באקומען שכר פארן ערפילן זיין תפקיד פון אויפוועקן די געזונטע צו דאנקן השם. כאטש איך גלייב נישט אז ער הייסט א קראנקער היינטיגע שפראך, נאר א קראנקער רמב"םס שפראך.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

התבונני האט געשריבן:בינעך געווארן אויפגעקלערט איבער ב.פ.ד. דורך די ארטיקלען יארן צוריק אין "מעלות"
(מען קען דאס באקומען ביי זיי פאר 5$ - צו באשטעלן א קאפיע פון אונזער סעריע אויף ב.פ.ד., שיקט א זעלבסט-אדרעסירטער, געסטעמפטער קאנווערט מיט 5$ צו "מעלות", 14-1 Gwen La., Monsey, NY 10952. )
**
גוט פארשטאנען צו די נושא האב איך דאס נאר דורך "הרב שמעון גרין" פון להאיר

ברענג דא נאך א קורצע שטיקל פון מעלות
כל הזכיות שמורות ל"מעלות"

וואס איז ב.פ.ד.?
דער אלף-בית פון דער מחלה איז אויספירליך ערקלערט געווארן אין אונזער סעריע. פאלגנד איז א תמצית פון די סימפטאמען:
1. דער ב.פ.ד. ליידנדער לעבט אין א וועלט פון געפילן.
2. די געפילן פון דעם ב.פ.ד. ליידנדן זענען עקסטרעם מגוזם.
3. דער ב.פ.ד. ליידנדער זעט נאר שווארץ און ווייס.
4. דער ב.פ.ד. ליידנדער שפירט א שרעקליכע פוסטקייט וואס קיינער קען נישט אנפילן.
5. דער ב.פ.ד. ליידנדער לעבט אין פחד פון פארלאזונג.
6. דער ב.פ.ד. ליידנדער האט נישט קיין עמאציאנעלער זכרון.
ווי איר זעט, לעבן ב.פ.ד. ליידנדע אין אן אנדער וועלט ווי נארמאלע מענטשן. דאס ברענגט ביי זיי אבנארמאלע רעאקציעס צו נארמאלע אומשטענדן. צווישן אנדערע:
1. א שרעקליכער כעס. קולות וברקים, ווארפן זאכן, שלאגן – ספעציעל ווען ער שפירט זיך שולדיג, פארלוירן, אדער אומבאהאלפן, ווי ערב יום טוב אדער נאכ'ן ליידן א דורכפאל.
2. דראסטישע שטימונג ענדערונגען.
3. דערנידערן יענעם.
4. אומפאראנטווארטליכקייט.
5. אן אומגעהויערער דארשט נאך אויפמערקזאמקייט.
6. אן "אלערגיע" צו רואיגקייט.
אין קורצן קען מען מאכן אזא כלל: ווען מען קען נישט באשליסן צו דער מענטש איז שלעכט אדער משוגע – זיין אויפפירונג איז צו שלעכט צו זיין משוגע און צו משוגע צו זיין שלעכט – איז עס געווענליך נישט דאס און נישט יענץ, נאר ב.פ.ד.
שאצנדיג לויט דער איבערוועלטיגנדער רעאקציע פון ליינער, איז ב.פ.ד. שטארק פארשפרייט ביי אונזער עולם, מסתמא מער ווי אין דער אלגעמיינער וועלט, און אפשר מער ווי אנדערע גייסטיגע קראנקהייטן.

נערישקייטן. לכאורה. פונקט ווי ערגעץ אנדערשט. אפשר ווייניגער. איין זאך זיכער ווייניגער באוואוסט.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

גערעכט.

איך פערזענליך האלט אז ביי אונז גיבט מען זיך אסאך מער אפ צו דעפינירן זעלישע פראבלעמען ווי אין די אלגעמיינע וועלט, געוויסע מאל אביסל צו עקסטרעים.
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

קאנסאלטענט האט געשריבן:איך פערזענליך האלט אז ביי אונז גיבט מען זיך אסאך מער אפ צו דעפינירן זעלישע פראבלעמען ווי אין די אלגעמיינע וועלט

כ'גלייב נישט אזוי

אין די אלגעמיינע וועלט איז נארמאלער צו ליידן אויף עמאציאנאלע פראבלעמען ווי ביי אונז וואס דאס ברענגט אז מ'זאל ווייניגער מורא האבן צו זוכן הילף
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

משה יאסל האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:מיר האבן צוטיילט דעם pdf אין 2, איינס איז די חלק פון די פאקטן און איבערלעבענישן פון די וויקטעמס וכיוצא בזה, און די 2'טע איז די חלק האינפארמעישאן פון די קרענק גופא וכיוצא בזה.

די חלק הפאקטן וכיוצא בזה.
https://drive.google.com/file/d/14n0F6Z ... sp=sharing

די חלק האינפארמאציע וכיוצא בזה.
https://drive.google.com/file/d/1VtFni6 ... sp=sharing

די לינקס ארבעטן נישט און @נשמת השכל האט עס מער נישט, איז דא איינער וואס האט עס געסעיווד ערגעץ?

געטראפן לעצטנס אין מיינע ארכיוון

די חלק הפאקטן וכיוצא בזה

די חלק האינפארמאציע וכיוצא בזה
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
משה יאסל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 3:51 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יאסל »

בעל מנוחה האט געשריבן:געטראפן לעצטנס אין מיינע ארכיוון

די חלק הפאקטן וכיוצא בזה

די חלק האינפארמאציע וכיוצא בזה

יישר כח
ושבתי אני ואראה את כל העשקים אשר נעשים תחת השמש והנה דמעת העשקים ואין להם מנחם ומיד עשקיהם כח ואין להם מנחם
משיבת נפש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 10:19 pm

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיבת נפש »

די וואך
אטעטשמענטס
48143FF8-4678-4FF6-8AF1-3D70D27D8E9D.jpeg
48143FF8-4678-4FF6-8AF1-3D70D27D8E9D.jpeg (125.74 KiB) געזען 1957 מאל
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

טייערע ברידערס איז זייער שרעקעדיג 90% גט'ן זענען מענטשן וואס זענען אריינגעפאלן מיט פערסענאלעטי דיסאורדער רח"ל ......
איינער האט געדאנק וואזי מען קען עס ראטעווען???
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון וואנעט קומט דער נומער?

גאר א גרויסע פראצענט מענטשן וואס גט'ן זיך האבן קיינמאל קיין מענטל דיאגנאוז נישט ערהאלטן.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

ער מיינט צו זאגן אז אין 90 פראצענט פעלער זאגט עס איינער אויפן צווייטן...
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

איך האב גערעדט צו אסאך גרושים שוין, אלע האבן מער וויינגער געזאגט אז זייער X האבן געהאט פערסענאלעטי דיסאורדער.....
לעצט פארראכטן דורך Ny-17 אום דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:17 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

Ny-17 האט געשריבן:איך האב גערעדט צו אסאך גרושים שוין אלע מער וויינגער געזאגט אז אז זייער X געהאט פערסענאלעטי דיסאורדער.....

מיט דעם בין איך מסכים.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

Ny-17 האט געשריבן:טייערע ברידערס איז זייער שרעקעדיג 90% גט'ן זענען מענטשן וואס זענען אריינגעפאלן מיט פערסענאלעטי דיסאורדער רח"ל ......
איינער האט געדאנק וואזי מען קען עס ראטעווען???

איך ווייס נישט וואס דו רעדסט. די רבנים זאגן אז 90% גיטין קומען פון סעלפאונס.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

Greeneryid האט געשריבן:
Ny-17 האט געשריבן:טייערע ברידערס איז זייער שרעקעדיג 90% גט'ן זענען מענטשן וואס זענען אריינגעפאלן מיט פערסענאלעטי דיסאורדער רח"ל ......
איינער האט געדאנק וואזי מען קען עס ראטעווען???

איך ווייס נישט וואס דו רעדסט. די רבנים זאגן אז 90% גיטין קומען פון סעלפאונס.

דער סמארטפון ברענגט פערסאנאליטי דיסאורדערס...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
משיבת נפש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 10:19 pm

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיבת נפש »

Ny-17 האט געשריבן:טייערע ברידערס איז זייער שרעקעדיג 90% גט'ן זענען מענטשן וואס זענען אריינגעפאלן מיט פערסענאלעטי דיסאורדער רח"ל ......
איינער האט געדאנק וואזי מען קען עס ראטעווען???

DBT איז די רפואה דערצו
די שאלה איז וויאזוי מען קען זעהן אז די חולי נפש זאלן זיין גרייט צו גיין אויף טערעפי - דאס איז שוין א שטארקע פראגע און כבין נישט זיכער צו איינער האט א מהלך דערצו
גליל העליון
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 12:38 am

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליל העליון »

משיבת נפש האט געשריבן:DBT איז די רפואה דערצו
די שאלה איז וויאזוי מען קען זעהן אז די חולי נפש זאלן זיין גרייט צו גיין אויף טערעפי - דאס איז שוין א שטארקע פראגע און כבין נישט זיכער צו איינער האט א מהלך דערצו

סטאקע כמעט נישטגעווען אין היסטאריע אז זיי זאלן זיך גיין העלפן
כי תעבור במים אתך אני ובנהרות לא ישטפוך כי תלך במו אש לא תכוה ולהבה לא תבער בך
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

העלפן די עלטערן איז איין חלק פון די מעשה.
וויפיל מען קען ווען ראטעווען ווען סתם וואוילע אידן אדער מלמדים און טיטשערס וואס באמערקן אזא זאך און האבן צי וועמען עס ארויף צי ברענגען וואס וועט עס עכט נעמען ווייטער, מען קען מיט די קינדער (חתונה געהאטער אויך) אסאך אויפטוהן און העלפן אז ס'זאל זיך נישט איבערשפילן אויף נאך א דור.
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

משיבת נפש האט געשריבן:
Ny-17 האט געשריבן:טייערע ברידערס איז זייער שרעקעדיג 90% גט'ן זענען מענטשן וואס זענען אריינגעפאלן מיט פערסענאלעטי דיסאורדער רח"ל ......
איינער האט געדאנק וואזי מען קען עס ראטעווען???

DBT איז די רפואה דערצו
די שאלה איז וויאזוי מען קען זעהן אז די חולי נפש זאלן זיין גרייט צו גיין אויף טערעפי - דאס איז שוין א שטארקע פראגע און כבין נישט זיכער צו איינער האט א מהלך דערצו

וואס איז דאס DPT?
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7855
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

Clm האט געשריבן:
משיבת נפש האט געשריבן:
Ny-17 האט געשריבן:טייערע ברידערס איז זייער שרעקעדיג 90% גט'ן זענען מענטשן וואס זענען אריינגעפאלן מיט פערסענאלעטי דיסאורדער רח"ל ......
איינער האט געדאנק וואזי מען קען עס ראטעווען???

DBT איז די רפואה דערצו
די שאלה איז וויאזוי מען קען זעהן אז די חולי נפש זאלן זיין גרייט צו גיין אויף טערעפי - דאס איז שוין א שטארקע פראגע און כבין נישט זיכער צו איינער האט א מהלך דערצו

וואס איז דאס DPT?

א געוויסע מהלך אין טערעפי, שטארק אנגענומען, די שטערקערע חסדים פון עס האלטן אז ס’קען ארבעטן אויף אלעס, אנדערע וועלן לכה”פ האלטן אז אויף ’אסאך’ זאכן איז עס ’שטארק ווירקזאם’
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

Ny-17 האט געשריבן:טייערע ברידערס איז זייער שרעקעדיג 90% גט'ן זענען מענטשן וואס זענען אריינגעפאלן מיט פערסענאלעטי דיסאורדער רח"ל ......
איינער האט געדאנק וואזי מען קען עס ראטעווען???

און ניינציג פראצענט וואס גט'ן זיך נישט, זיינען אויך אריינגעפאלען מיט א פערסאנאליטי דיסארדער קאמפאניאן... און גאר אסאך מאהל זיינען גאר ביידע אזוי.
איך מיין נישט אוועקנעמען די ווייטאג, אבער היינט צוטאג איז דא יעדע פראבלעם אין יעדע לעבנסוועג.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
ס’שפעט
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 12:40 am

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס’שפעט »

shimon7323 האט געשריבן:העלפן די עלטערן איז איין חלק פון די מעשה.
וויפיל מען קען ווען ראטעווען ווען סתם וואוילע אידן אדער מלמדים און טיטשערס וואס באמערקן אזא זאך און האבן צי וועמען עס ארויף צי ברענגען וואס וועט עס עכט נעמען ווייטער, מען קען מיט די קינדער (חתונה געהאטער אויך) אסאך אויפטוהן און העלפן אז ס'זאל זיך נישט איבערשפילן אויף נאך א דור.

זייטיגע מענטשן וואס פארשטייען אז ’עפעס איז ראנג דארט’ און זיכן צו גיסן און געבן גוטע ווערטער און עקסטערע אינטענטשן קענען צומאל אויפטון א געוואלד!!
איר קענט ראטעווען דורות!
איך האב מיט געהאלטן ביי א פאמיליע ווי די באבע איז שווער נישט געזונט, און די זיידע ווי די מנהג יענע יארן האט געליטן און געשוויגן און אראפ געברענגט א דור פון קינדער, וואס זענען דורך גיהנום, יעדער מיט זייער פראבלעמען, איך קען פון די נאנט איינס פון די קינדער וואס האבן יא חתונה געהאט, און געהאט טויזענט קינדער, די קולות וואס מ’הערט ארויס פון דארט איז פשוט נישט נארמאל, די אביוז איז הימל שרייענד, די מאמע נעבעך האט געהאט א שווער לעבן, און יעצט כאפט יעדער ארום, ס’איז מיך פשוט שווער צו שרייבן דוגמאות, ס’מאכט מיך טשילס צו הערן די קולות וברקים אויף א פיר יעריג אומשולדיג מיידעלע וואס האט אראפ געפאלן און די טייץ האט זיך צוריבן ”דו ביסט א חי’ פון וואלד! איך וועל דיך הרג’ענען” וכו’ וכו’ די טאטע א חחחחשובע איד אין שול האט מיט די יארן געקעטשט און אויב שרייט ער נישט מיט, לאכט אין אין א זייט צוזען די יסורים וואס זיינע קינדער גייען דורך,
איך גיי נישט דא שרייבן ווי אזוי ס’קלאפט אויס אויף אלע קינדער, נאר לאמיך רעדן וועגן די צוויי ערוואקסענע טעכטער, איינער האט געהאט מיט וועם צו רעדן, איינער זאל אויסהערן, אפי’ נישט וואס זי גייט דורך נאר סתם א טישטער מיט וועם זיך צו פארשטיין, די צווייטער האט נישט און טאקע דערפאר ווייל זי איז שנעלער געווארן פארביסן און שוין נישט געווילט רעדן צו קיינעם, די חילוק איז געווען הימל און ערד, עטליסט ביז נישט לאנג צוריק, די צווייטער האט אמאל און א שוואכע מינוט פארציילט פאר מיין ווייב ווי זי האט פראבירט זיך צו נעמען דאס לעבן און ב”ה ס’האט זיך נישט אויסגעארבעט, די עלטערן זענען אדורך אסאך אסאך שלאפלאזע נעכט וועגן איר ביז זי האט ענדליך ארויס פון שטוב,
די ערשטע האט ב”ה אלעס געקלאפט ביז ממש פאר די חתונה וואס דאן איז זי אריין געפאלן אין א שווערע דעפרעסיע, היינט אפאר יאר שפעטער איז זי שוין כמעט אינדרויסן פון עס נאכן אריין גיסן שווערע טויזענטע דאלארן, און ביטערע יסורים פאר איר אומשילדיג מאן וואס האט נישט געוויסט וואס באפאלט אים, אבער האט מחליט געווען צו עס נישט אראפ געבן נאך א דור און ווארטן ביז זי ווערט געזונט.

ס’דא אסאך צו שרייבן, ס’איז ב”ה דא אסאך העלפ אינדרויסן, ס’דארף נאך אבער ווערן א בעסערע סיסטעם אז ’אין חדר’ זאל מען אויפכאפן ווער ס’דארף עס, צוליב פראבלעמען אין שטוב,
און ס’דארף זיין שטארקע עווערנעס נישט צולאזן מענטשן אויפגעבן און זאגן ’דאס איז ער/זי ס’גייט נישט ווערן בעסער מ’גייט אנהייבן בויען א שטוב’ ניין! די פראבלעם גייט נישט פארשווינדן ווערן, ס”ה ברענגסטו אראפ נאך א מנין קינדער וואס וועלן האבן פראבלעמען, סטאפ עס דא! טוה עפעס לאז עס נישט ראלן! מאך אז ער/זי גייט פאר העלפ!

דאס איז וואס איך טראכט, כ’האב פשוט עס געלאזט לויפן, נישט אלעס קומט דא אריין, איך האב פשוט אויסגעדריקט מיין ווייטאג פון צוזען אזא מציאות, און האבן געבינדענע הענט,
איך שרייב אויך וועגן איין תגובה העכער מיר, מענשטן וואס זענען חתונה געהאט צו איינער וואס ליידט פון א פערסענאלעטי דיסארדער דארפן זען צו טון עפעס.
אזא סענטנס וואלט נישט געטארט געזאגט ווערן, ס’טאר נישט זיין אזוי.
אוועטאר
א טיפערע טראכט
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 9:03 am
לאקאציע: אויפן וועלטל

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טיפערע טראכט »

הענדימען האט געשריבן:
Sunrise ברור האט געשריבן:
א געשעפט האב איך האט געשריבן:שמע קולי איז א טעלעפאנישע הילף-ליין פאר מענער און פרויען וואס האבן מיטגעמאכט אדער זענען עפעקטירט געווארן פון אביוז – סיי וועלכע סארט פון אביוז.
איר קענט רופן דעם ליין אויב איר אליין ליידט פון אביוז אדער אנדערע ארום אייך אריינגערעכנט קינדער און יונגע מענטשן. סיי פון יעצט און סיי פון די פארגאנגנהייט.
דער ליין איז אינגאנצן קאנפעדענציאל און איר קענט רופן אנאנים דאס הייסט איר דארפט נישט אנגעבן אייער נאמען אדער ווער איר זענט.
[align=center]www.shemakoli.org[/align]

נומער?

Screenshot_20211119-012942_Chrome.jpg

שמעתי אז זיי קלויבן צאם אינפארמאציע פון אביוז ביים היימישן עולם, און פארשפרייטן עס אין דער פרעסע.

די לאנדאנער עולם זאל אריינקומען.
פארקויף מיר נישט קיין לאקשען, איך בין שוין סייווי overweight.

-מיינע מחשבות-
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

ס’שפעט האט געשריבן:

סווייטאגט!
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

א טיפערע טראכט האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
Sunrise ברור האט געשריבן:
א געשעפט האב איך האט געשריבן:שמע קולי איז א טעלעפאנישע הילף-ליין פאר מענער און פרויען וואס האבן מיטגעמאכט אדער זענען עפעקטירט געווארן פון אביוז – סיי וועלכע סארט פון אביוז.
איר קענט רופן דעם ליין אויב איר אליין ליידט פון אביוז אדער אנדערע ארום אייך אריינגערעכנט קינדער און יונגע מענטשן. סיי פון יעצט און סיי פון די פארגאנגנהייט.
דער ליין איז אינגאנצן קאנפעדענציאל און איר קענט רופן אנאנים דאס הייסט איר דארפט נישט אנגעבן אייער נאמען אדער ווער איר זענט.
[align=center]www.shemakoli.org[/align]

נומער?

Screenshot_20211119-012942_Chrome.jpg

שמעתי אז זיי קלויבן צאם אינפארמאציע פון אביוז ביים היימישן עולם, און פארשפרייטן עס אין דער פרעסע.

די לאנדאנער עולם זאל אריינקומען.

וואס איז זייערע מטרה?
אוועטאר
א טיפערע טראכט
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 9:03 am
לאקאציע: אויפן וועלטל

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טיפערע טראכט »

א געשעפט האב איך האט געשריבן:
א טיפערע טראכט האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
Sunrise ברור האט געשריבן:
א געשעפט האב איך האט געשריבן:שמע קולי איז א טעלעפאנישע הילף-ליין פאר מענער און פרויען וואס האבן מיטגעמאכט אדער זענען עפעקטירט געווארן פון אביוז – סיי וועלכע סארט פון אביוז.
איר קענט רופן דעם ליין אויב איר אליין ליידט פון אביוז אדער אנדערע ארום אייך אריינגערעכנט קינדער און יונגע מענטשן. סיי פון יעצט און סיי פון די פארגאנגנהייט.
דער ליין איז אינגאנצן קאנפעדענציאל און איר קענט רופן אנאנים דאס הייסט איר דארפט נישט אנגעבן אייער נאמען אדער ווער איר זענט.
[align=center]www.shemakoli.org[/align]

נומער?

Screenshot_20211119-012942_Chrome.jpg

שמעתי אז זיי קלויבן צאם אינפארמאציע פון אביוז ביים היימישן עולם, און פארשפרייטן עס אין דער פרעסע.

די לאנדאנער עולם זאל אריינקומען.

וואס איז זייערע מטרה?

שמעתי (איך בין נישט זיכער) אז זיי זענען א פרייע ציוניסטישע פארטיי אין ענגלאנד און פרובירן צו באיינפלוסן די איינוואוינער מיט זייערע געדאנקען.
פארקויף מיר נישט קיין לאקשען, איך בין שוין סייווי overweight.

-מיינע מחשבות-
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”