מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

הרב לב אחד
וואלטסטו געקענט קוקן אין אישי
יישר כח
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14569
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

הרב לב אחד, מיר ווארטן דא אויף אייך צו אונז ווייטער לערנען וואס צו טוהן.

איך האב זייער הנאה געהאט צו ליינער דא.

איך וויל נאר וויסן אויב ס'העלפט נאר טעמפארערי אדער ווען מען פראקטאצירט עס לענגער (מער צייט פער טאג, פאר אפאר חדשים) האלט זיך עס פאר לענגער?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:הרב לב אחד, מיר ווארטן דא אויף אייך צו אונז ווייטער לערנען וואס צו טוהן.

איך האב זייער הנאה געהאט צו ליינער דא.

איך וויל נאר וויסן אויב ס'העלפט נאר טעמפארערי אדער ווען מען פראקטאצירט עס לענגער (מער צייט פער טאג, פאר אפאר חדשים) האלט זיך עס פאר לענגער?

ס'איז אזויווי א געזונטע דיעטע. ווי לענגער אלץ בעסער, אבער יעדע משהו איז גוט.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14569
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מחשב האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:הרב לב אחד, מיר ווארטן דא אויף אייך צו אונז ווייטער לערנען וואס צו טוהן.

איך האב זייער הנאה געהאט צו ליינער דא.

איך וויל נאר וויסן אויב ס'העלפט נאר טעמפארערי אדער ווען מען פראקטאצירט עס לענגער (מער צייט פער טאג, פאר אפאר חדשים) האלט זיך עס פאר לענגער?

ס'איז אזויווי א געזונטע דיעטע. ווי לענגער אלץ בעסער, אבער יעדע משהו איז גוט.

כ'פארשטיי, אבער ס'פריווענט נאר נייע פראבעלמען און גיבט דיר די גוטע טול צו זיך קענען בעסער קאנצעטרירן טאג טעגליך? אדער ס'העלפט אויך צו אוועקנעמען אלטע פראבלמען (וואו שווערע געפיהלן/זכרונות)?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ס'קען העלפן. מ'קען אריינגיין טיפער דערין. איך געדענק שוין נישט וואס לב אחד האט שוין געשריבן און וואס ער "גייט" שרייבן...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14569
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מחשב האט געשריבן:ס'קען העלפן. מ'קען אריינגיין טיפער דערין. איך געדענק שוין נישט וואס לב אחד האט שוין געשריבן און וואס ער "גייט" שרייבן...

:grin:
סאו, שרייב וואס 'דו' ווייסט.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

כ'בין נישט אויסגעקאכט דערין אויף איבערצוגעבן. (און איך פראקטיציר עס ליידער אויך ווייניג... דארף מיר זיך טאקע מער נעמען דערצו, אפשר אין די 25'סטע שעה..)

אגב, פאר גאר ערנסטע ווייטאגן זאל מען זיך ענדערש דורכרעדן מיט א מומחה פאר מ'טוט עס.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14569
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מחשב האט געשריבן:כ'בין נישט אויסגעקאכט דערין אויף איבערצוגעבן. (און איך פראקטיציר עס ליידער אויך ווייניג... דארף מיר זיך טאקע מער נעמען דערצו, אפשר אין די 25'סטע שעה..)

אגב, פאר גאר ערנסטע ווייטאגן זאל מען זיך ענדערש דורכרעדן מיט א מומחה פאר מ'טוט עס.

כ'רעד נישט ב"ה פון "גאר ערנסטע ווייטאגן" נאר פשוט ארויסגעבן אלטע ווייטאגן וואס האט זיך אנגעזאמלט במשך פון די יארן.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

ארויס אמאל א סידי פון איינער הרב בראון וואו ער שפילט א לעבעדיגע מעדעטאציע

איינער געדענקט וואו אזוי עס הייסט און וואו מען קען עס קויפן / הערן ?

דרך אגב
דא איז דא ניצבארע אינפו
viewtopic.php?f=25&t=31042
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

דא האט איר א גוטע מיינדפולנעס מעדיטאציע
https://drive.google.com/file/d/1Z_y0Bv ... sp=sharing
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

סאבאבא האט געשריבן:דא האט איר א גוטע מיינדפולנעס מעדיטאציע
https://drive.google.com/file/d/1Z_y0Bv ... sp=sharing

request access
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

סאבאבא האט געשריבן:דא האט איר א גוטע מיינדפולנעס מעדיטאציע
https://drive.google.com/file/d/1Z_y0Bv ... sp=sharing

File is not available
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2261
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

מאמר געשריבן דורך א נייטראלער חבר, וואס דרייט זיך נישט אויף אייוועלט:
מיינדפולנס
ס'איז מיר גאנץ שווער עס מצמצם צו זיין אין ווערטער, נאכדערצו אז דער מהלך זעלבסט האלט זיך העכער פון דיבור און מחשבה...
אפשר, אויב דו ערלויבסט מיך, לאמיר אנהייבן דא אריינקלאפן שורות (אן קיין שום "אחריות" אויף די ווערטער), און לאמיר זען צי ס'קומט ארויס וואס כ'וויל אריבערגעבן...
***
דער מענטש איז צוזאמגעשטעלט פון כו"כ טיילן, ס'פארהאן די מחשבות, פארשידענע סארטן מחשבות; פארהאן די געפילן, אזויפיל פארשידענע געפילן; פארהאן די חושים, די סענסעישנס, אאווא"וו.
עס איז אבער פארהאן דער "מענטש".
מ'קען נוצן אסאך טערמינען דאס ארויסצוברענגען, אבער יעדער מענטש אין דער וועלט קען זיך פרעגן, ווער בין איך?
מיינע הענט? מיינע פיס? מיינע מחשבות? מיינע הרגשים?
כ'מיין אז אויב די אלע דערמאנטע זענען "מיינע" - דאן איז דאס נישט "איך", נאר עפעס וואס געהערט צו מיר...
ביי די נישט אידן הייסט דער "סעלף" א קעפיטל I - כלומר, "איך".
לויט ווי מיינע מחשבות האבן מיר עס טיטולירט, איז עס דער חלק אלוק שבקרבי. דאס איז דער "אנוכי" - דער חלק ה' וואס רוהט אין מיר.
יעצט ווערט די שאלה, "ווער זיצט אינעם דרייווער'ס זיץ?", ווערט פירט מיין גאנצער מענטשליכע סיסטעם?…
מיינע מחשבות? מיינע עמאציאנאלע געפילן? מיינע פיזישע געפילן? אדער "איך"?
***
דער "איך" איז דער כוח הבחירה, ווילאנג "ער" איז אין קאנטראל, איז מען בוחר בטוב (ביי א איד, וועט דאס משמעות זיין אז ער איז בוחר בתורה ובטוב האמיתי - נאוט: דא האביך אריינגעמישט אייגענע פרשנות, ד.ה. געמישט רפואה מיט תורה...)
אין אלגעמיינער שפראך, וועט מען זאגן: אז ווילאנג דער "סעלף" איז קאנטראל, איז מען בוחר אין דעם וואס איז גוט פארן מענטש, לויט "זיינע" אמת'ע וועליוס.
***
אזויווי אבער פון קינדווייז אן זענען אונז צוגעוואוינט אז די מחשבה איז א "לעבנס רעטער", נאך וואס די מחשבה העלפט אונז ארויס טאג-טעגליך אין אזויפיל אומשטענדן, און אין אזויפיל פעלער ראטעוועט עס באמת דאס לעבן (צב"ש, ווער זאגט אונז אז טאמער דער קאר פארט שנעל, טאר מען נישט אריינוואקן אינעם ראוד? די מחשבה!) - דעריבער ווערן מענטשן שנעל צוגעוואוינט אז עס לוינט אויסצוהערן די מחשבה...
גאנץ שנעל קען דאס ווערן טרענסעלעיטעט ביים מענטש (איבערהויפט נאכן באגיין א.ג. "נארישקייטן" אין לעבן און שפירן די אומאנגענעמע נאכווייען), אז "דו דארפסט פאלגן די מחשבה", "לאז אים זיצן אינעם דרייווער'ס סיט און דיקטירן דעם סיסטעם"!!!
די זעלבע איז אויך ביי אנדערע טיילן פונעם מענטשליכן סיסטעם. מיר לערנען זיך גאנץ שנעל אויס אז ווען עס שפירט ביטער אויפן צונג, לוינט זיך אויסצושפייען דאס מאכל; און פון דארט קען געדויערן גאנץ שנעל ביז עס קומט אריבער ווי "טאמער שפירט עס ביטער 'דארפסטו' אויסשפייען דאס מאכל"…
אפטמאל זענען פארהאן ווען געוויסע טיילן פונעם קערפער צינדן זיך אן מיט הויכע אלערטס; אזש ס'דרוקט פאקטיש אין בויך... (סאררי פאר מיין לענגוויטש). צב"ש ווען מ'שפאצירט אריין אין א פלאץ וואס די מחשבה האט מורא אז דא קומען אומאנגענעמליכקייטן (ער "געדענקט" פאריגע עקספיריענסעס) - דאן קען קומען א כמעט-אויטאמאטישע "סיגנאל" פונעם פיזישן געפיל (וואס ארבעט צוזאמען מיטן עמאושענעל געפיל): שטיי אוועק!! וואק ארויס!! דא איז נישט קיין גוטער פלאץ פאר דיר!!!
דאס אלעס זענען נאר ביישפילן וויאזוי די טיילן פון אונזער סיסטעם אפערירט, און וויאזוי דאס קען צומאל צוברענגען אז "מיר" (דער מענטש זעלבסט) זאל אוועקגעבן דעם דרייווער'ס פלאץ פאר אנדערע טיילן פונעם סיסטעם... און לאזן זיי פירן דעם וויהקעל...
***
יעצט, נעם אין אכט, די אלע טיילן זענען באשאפן געווארן פאר אונזער טובה און ווילן דינען אונזערע אינטערעסן.
אינעם פריערדיגן ביישפיל, די הויך-ליאמרענדע סיגנאלן אז מיר זאלן ארויסשפאצירן פון א פלאץ וואס ברענגט אונז אומאנגענעמע געפילן - איז דא אונז צו "פראטעקטן".
אט-די מחשבה וואס שרייט "פאלג דיינע מחשבות!" איז דא אונז צו העלפן אין אזויפיל הינזיכטן פון לעבן, אנגעהויבן פון ברענגען פרנסה און געענדיגט ביי נישט אריינוואקן אין ראוד...
***
על כל פנים, מיר ווערן שנעל צוגעוואוינט אז דער כוח המחשבה קען אזוי גוט אנפירן זאכן, אזש מ'געבט אים איבער די פירערשאפט...
ס'קען ממש ווערן א "בעליעף" (גלויבונג) אז וואס מיין מחשבה זאגט יעצט - אזוי איז ריכטיג און אזוי "דארף" איך טון…
און די זעלבע ביי די אנדערע טיילן - ס'קען ווערן א גאר-שטארקע-געוואוינהייט אז ווען עס שפירט נישט גוט (עמאושענעל, פיזיש) - שטייט מען אוועק!
נאכאמאל, באמת, ווערן די טיילן אקטיוו, בלויז ווייל זיי ווילן מיר העלפן… זיי שיקן אונז זייערע סיגנאלן מיט פארשידנארטיגע "פארשלאגן" און "רעקאמענדאציעס" פון זייער זייט…
למעשה, קען געשען אז מ'לאזט זיי גענצליך איבערנעמען די פירערשאפט... און דער כוח הבחירה - בוחר צו זיין אין דעם וואס איז "וועליובעל" פאר מיר - ווערט פארשטעלט.
***
ביישפיל:
יעצט (נכון ל'יעצט) איז די צייט וואס כ'בין קאמיטעט צו ארבעטן. טאמער הייב איך אן זיך באפאסן מיט מיין ארבעט, הייב איך אן שפירן (עכט!) אן אינערליכע דרוקעניש, א פרעשור, און א טוץ מחשבות און דאגות קומען ארויף אינאיינעם דערמיט... "מוזסט זיך צושטעלן צום קליענט!" "דו נאר דו פארוואס האסטו עס נישט געמאכט נעכטן!?! האסט פארפאסט דעם דעדליין און יעצט וועט דיר קיינער מער קיינמאל נישט נוצן און וועסט נישט האבן קיין געלט אהיימצוברענגען און דו וועסט זיך שעמען אין בית-המדרש!!!!!"
אט-די מחשבות זענען געצילט פאר מיין טובה: זיי ווילן מיר "העלפן" ברענגען פרנסה כדבעי צו קענען שפייזן מיין ב"ב און קינדערלעך און זיי געבן א גליקליך לעבן - דאס איז דאך איינע פון מיינע שטערקסטע וועליוס און די מחשבה וויל מיך העלפן אנקומען דערצו. טענקיו.
יעצט, תיכף ומיד נאך די מחשבות הייבן אן שרייען אזוי הויעך-קריטיקרינד, הייבט עס אן שפירן פאר א צווייטן טייל פון מיין סיסטעם זייער אומאנגענעם...
יענער (צווייטער) טייל שפירט אז אזעלכע "קריטיק" (פון די פריערדיגע מחשבות) זענען "צופיל" פארן מענטש... ער הייבט אן מורא האבן אז דער מיסטער וועמען ער דינט וועט דאס נישט קענען דערהייבן…
דעריבער הייבט ער אן שטילערהייט צו "קעגנשרייען" פון דער צווייטער זייט: לויף שנעל אוועק פון ארבעט!! טראכטן פון ארבעט איז נישט גוט! ס'ברענגט ארויף אזויפיל "ביטערע" מחשבות...!!! לויף שנעל צו קוקן צי ס'דא ערגעץ מיט וועמען צו שמועסן און האבן פלעזשער.....
ער צילט געוויס אויך נאר מיין טובה. ער ווייסט אז "הרחבת הדעת" איז איינע פון די זאכן וואס כ'וואונטש מיך אין לעבן, און ווייזט אויס אז "אינסטענט פלעזשור" איז ביי אים אסאסיעיטעד מיט הרחבת הדעת…
(אגב, קוק איבער די לעצטע שורה וואס כ'האב נאר דא געשריבן, וועסטו זען דא באהאלטן א לייכטע סארקאזאם. ד.ה. די שורה געבט נישט דעם פולן רעכט פארןpleasure-seeking טייל אין מיר ארויסצוברענגען זיין זייט, נאר שילדערט עס א משהו סארקאסטיש.
וואס איז פשט?
פשוט, בשעת'ן באאבאכטן די ארבעט פונעם pleasure seeker האבן די (ערשטע) קריטיקירנדע מחשבות אריינגעשריגן און מיר "נישט ערלויבט" ארויסצוברענגען דעם ווייגעשריי פונעם פלעזשור סיקער, ווייל זיי ווילן כ'זאל אים אראפקלאפן און חלילה נישט מחשיב זיין.
אין א סייד נאוט: ס'איז גאר פארשטענדליך אז אן ארטאדאקסישער איד מוטשעט זיך צו קענען אנקוקן דעם פלעזשור סיקער שבקרבו און זאגן: "דו ביסט דא פאר מיין טובה!"…
דער אמת איז אז דער בעל-תאוה'לע אין מיר, צילט טאקע מיר צו ברענגען רואיגקייט און הרחבת הדעת.
יעצט קען "איך" בוחר זיין אויב זיינע פארשלאגן זענען אין איינקלאנג מיט מיינע וועליוס, אדער אפשר גאר פארקערט…).
הכלל, די אלע טיילן זענען כסדר אקטיוו און זיי שלאגן זיך אויפן דרייווער'ס זיץ...
***
אגב: ס'איז דא א שטערקערער (און לכאורה אמת'דיגער) וועג פון ארויסברענגען די טיילן (כ'מיין אז פריער האב איך געמישט צווישן די צוויי וועגן):
ד.ה. אנשטאט ארויסברענגען אז אונזערע טיילן זענען צעטיילט אויף דער ברייט "מחשבה, הרגשים און פיזישע הרגשים" - קען מען עס צעטיילן אויף דער לענג:
ס'איז פארהאן דער שופט חלק אינעם מענטש וואס ברענגט כסדר ארויף סיי מחשבות און סיי כל'ערליי הרגשים (פון עמאושענעל ביז פיזישע) פון קריטיק און שיפוטיות;
ס'פארהאן דער פלעזשור זוכער אינעם מענטש וואס ברענגט כסדר ארויף סיי מחשבות און סיי כל'ערליי הרגשים וואס ברענגען צו לייכטקייט און פלעזשור;
אא"וו.
דער קריטיקערער איז דא צו "בויען" דעם מענטש און אים אויך "באשיצן" פון בושות אא"וו. בקיצור, אלע פַּארטס האבן גוטע צילן, און דער חלק המחשבה פון די אלע פארטס, שרייט אז מ'דארף לאזן זיין פַּארט פירן די באן...
***
גאר אפט האבן מיר ניטאמאל די אפציע צו אויסהערן די פארשידנארטיגע טיילן, ווייל ס'ברענגט אונז ארויף אזויפיל ווייטאגן (וואס זענען אסאסיעטעד דערמיט), אזש אונזער פראטעקטעיוו מחשבה זאגט: הער נישט אויס קיינעם, פאר ווייטער מיט די איצטיגע פלעזשער…
ווען מיר כאפן זיך סוף טאג און ס'שניידט אין זיבעטן ריפ... דאן וועלן מיר בדרך כלל אזוינס אנ'שגצ'ען דעם פלעזשור זוכער אז ער זאל זיך מער נישט אנרופן, מיט אן עדיטוד ווי "דו טארסט נישט עקזיסטירן!!"
דאס איז נישט אזוי העלפפול, ווייל ער מעג יא.... און ער וויל אונז ווייזן אז ער מעג יא…
אקוראט ווי א קינד וואס וויינט און שרייט ביז דער מינוט וואס מ'זאגט אים: כ'הער וואס דו זאגסט שעפעלע.
אה, האסט מיר אויסגעהערט, יעצט בין איך צופרידן.
ער דארף נישט מער.
***
געוויס ווילן מיר אז דער "איך", דער עצם אדם, דער חלק אלוק (יעדער אין זיין שפראך), זאל זיין אין קאנטראל.
אויב דאס איז וואס רעדט צו דיר: סייענס ווייזט קלאר אז ווען דער "מענטש" איז אין קאנטראל, דאן מאכט ער בעסערע החלטות און טוט בעסערע שריט פאר זיינע אמת'ע וועליוס, ווי ווען ער לאזט די אנדערע טיילן פירן.
אבער ס'איז בעצם אסאך מער ווי סייענס (כ'מיין אז דאס וויסן דעם סייענס איז פשוט א שטיקל מיטל ווי צו בארואיגן דעם חלק המחשבה, איידער מ'גייט צונעמען די שליסלען פון אים - און דערפאר רעדט מען צו אים זיין שפראך).
די אפערטורניטי צו "לעבן" איז ווען דער מענטש לעבט. נישט ווען ער איז א געיעג צופרידנצושטעלן זיינע מחשבות און הרגשים און אויספירן זייערע דיקטאטן.
ד.ה. מיר גייען יעצט רעדן פון פשוט "לעבן דאס לעבן".
***
אבזערוואציע.
"אבזערווירן" איז עפעס וואס דער "איך" טוט.
ווען איך אבזערוויר עפעס, דאן איז דער "איך" אקטיוו. ד.ה. אז איך זיץ ביים רעדל.
אין מאמע לשון: איך בין נישט "אין" דער צרה, טאמער איך אבזערוויר די צרה.
(אין א סייד נאוט: כ'געדענק אז אין מיינע ערשטע צייטן האב איך מיך זייער געמוטשעט צו "פארשטיין" פארוואס אבעזערווירן איז נישט נאך א פעולה פון דער מחשבה. גלייך ווי "פארגלייכן", "צעטיילן", "משפט'ן" און "אויסרעכענען".
ביים "לערנען" דעם מהלך, האב איך געשפירט אז מ'דארף א סכינא חריפא צו "פארשטיין" פארוואס אבזערווירן ווערט פלוצלינג א הייליגע פעולה פונעם חלק אלוק זעלבסט, בשעת אלע אנדערע זענען נאר פעולות פונעם ארגאן גערופן מוח וואס איז א "רכוש" פונעם חלק אלוק.
למעשה, נאכן פראקטיצירן, שפיר איך שוין אז ס'איז גאר אנדערש. טראצדעם וואס לאו דווקא כ'פארשטיי דעם חילוק...)
און מיט אבזערווירן, מיינט מען דא "ריינע אבזערוואציע", אדער אפשר: "ריינע וואכזאמקייט" -"pure awareness". אן קיין שיפוטיות און אנאליזירונגען... נאר טאקע בלויז באאבאכטן דעם "יעצט און דא".
"יעצט און דא" איז אונזער "לעבן". דאס איז וואס אונז ווילן מיטהאלטן און לעבן.
ווען מיר זענען עוסק אין באאבאכטן דעם יעצט און דא, דאן לעבן מיר.
***
פון דא און ווייטער, אנשטאט די אויטאמאטישע געלויף זאל זיין ווי מיר זענען צוגעוואוינט שוין אזויפיל יארן: 1) געשעעניש, 2) מחשבה, 3) הרגש, 4) רעאקציע.
ד.מ. אין מיין פריערדיגן משל: 1) געשעעניש = כ'זע מיך אינעם פלאץ און צייט פון ארבעטן; 2-3) מחשבה און הרגש = הויכהילכיגע קריטיקירנדע מחשבות וואס ברענגען ביטערע געפילן פון "בושה" און "צעבראכנקייט" (ד.ה. דער צער ווען מיין גאנצע משפחה הונגערט און כ'שעם מיך אריינצואוואקן אין ביהמ"ד... זע אויבן), דערנאך הויכהילכיגע "פראטעקטיוו" מחשבות וואס זאגן אז כ'קען נישט דערהייבן דעם קריטיק און מ'דארף זוכן גוטע אנגענעמע פלעזשור; 4) רעאקציע = לויפן צום אנדערן אימעיל אדרעס און פארברענגען…
וועלן אונז פרובירן אריינצולייגן "אבזערוואציע" אינדערמיט:
ווען די ערשטע טוץ מחשבות זענען ארויפגעקומען, האבן אונז אים "באמערקט". פשוט, אונז האבן אים געזען, אים פריינטליך באגריסט און אויסגעהערט וואס ער זאגט.
איך, מיין נאמען (געהיטן אין רעדאקציע - דאס איז דער אמת'ער נאמען פונעם חלק אלוק וואס ווערט גערופן "איך"), זע ווי דער שופט'ישער טייל אין מיר האט ארויפגעברענגט מחשבות וואס זאגן כך וכך. טענקיו, כ'הער וואס דו זאגסט און כ'בין באמת מחשיב אז דו פרובירסט מיר צו פארבעסערן און "שטעלן אין פלאץ". ש'כוח.
איך, מיין נאמען, זע ווי דער "פראטעקטיווער" טייל אין מיר, האט א מחשבה אז כ'קען נישט דערהייבן די קריטיק און מ'דארף אנטלויפן צו פלעזשור. כ'הער וואס דו זאגסט. ש'כוח פארן אזוי געטריי קעירן פאר מיר!
יעצט קען "איך" דער כוח הבחירה, מאכן מיין בחירה.
כ'בין נישט פארכאפט אין די מחשבות והרגשים. איך "באאבאכט" זיי.
***
"מיינדפולנס טערעפי" איז ווען מ'זעצט זיך אוועק לשם טערעפי, מיטן ציל איינצוגעוואוינען דעם "איך" צו שטיין אין שפיץ.
ווען מען באטראכט מיט א טרוקענע באטראכטעניש די קאלירן און שעיפס ארום אונז, אדער דעם טעם פונעם עסן וואס גייט אריין אין מויל (אלע פינף חושים זענען "יעצט און דא"), דאן געוואוינט מען איין דעם "איך" צו זיין אקטיוו.
צב"ש מיין קערפער אטעמט טיף און "איך" באאבאכט וויאזוי עס שפירט פארן קערפער ווען די לופט קומט אריין און ארויס....
פארשטייט זיך אז בשעת'ן טון די טערעפי קומען ארויף כל'ערליי מחשבות: וויפיל אזייגער איז? וואס איז מיין נעקסטער טעסק?…
דאן באאבאכט איך ווי דער ארגאן מוח ברענגט ארויף די מחשבות. !wow מיין מוח דינט מיר אזוי געטריי און פלייסיג! ער וויל זיכערמאכן אז מיין צייט ווערט גוט אויסגענוצט. א דאנק!
יעצט לאמיר ווייטער באאבאכטן מיין אטעמען...
***
"ריינער נייגער" קומט אויך פון "סעלף". ד.ה. ווען איך אבזערוויר מיינע מחשבות און הרגשים און כ'וויל זען, פון וואו קומען זיי? וואס צילן זיי? - דאן, אויב קומט דאס פון ריינעם נייגער (אן קיין שופט'ישקייט צי ס'ריכטיג, גוט אדער אויסגעהאלטן), איז דאס אויך פון סעלף.
און דא קען עס גיין אסאך טרעפלעך (ווייל "ריינער" נייגער און אבזערוואציע איז כמעט נישט קיין מציאות ביי א לעבעדיגן מענטש...):
איך באאבאכט מיינע מחשבות; עס קומען ארויף מחשבות וואס זאגן אז די ערשטע מחשבות זענען אומריכטיג; כ'באאבאכט די צווייטע מחשבות, כ'הער וואס זיי זאגן; יעצט קומען ארויף (דריטע) מחשבות וואס שרייען אז די צווייטע מחשבות זענען דזשאדזשמענטעל און קעגן מיין גאנצע טעראפי מהלך... זיי טארן נישט עקזיסטירן...; כ'הער די דריטע מחשבות אויך...
אויב וויל איך, קען איך צוריקגיין צו די ערשטע (שפעטער צו די צווייטע און דריטע) מחשבות און זיך אינטערעסירן ביי אים, מיט ריינער אינטערעסע: וואס ווילסטו? דו צילסט צו עפעס?… דו קענסט שפירן פריי מיר מיטצוטיילן, ביי מיר ביסטו אקעי נישט קיין חילוק וואס אימער דו זאגסט…
דאס קען מיר העלפן זיך באקאנטמאכן און אויסקלארן מיט מיינע פארשידענע פארטס.
כ'דארף גארנישט פסק'ענען.
כ'לעב פשוט ווייטער דעם יעצט און דא...
***
כ'מיין ס'איז גענוג פאר יעצט.
נאר איין דיסקלעימער: אלץ וואס כ'האב דא געשריבן איז בלויז וואס כ'האב געהערט פון איין מענטש, איין פראפעשענעל וואס האט געלערנט מיט מיר - און לויט זיינע ווערטער - געאייגנט פאר מיר. כ'האב בכוונה נישט גענאשט פון אנדערע מקורות (אויסער וואס כ'האב אריינגעווארפן נקודה'לעך בשמי), ממילא פארטרעט עס נישט קיין שום אלגעמיינעם "מהלך" - נאר דעם מהלך וואס אני הקטן פראקטיציר.
אייגנטליך, איז מיינדפולנעס א וועג פון פונקציאנירן, וואס געוויסע טיילן דערפון זענען איינגעפירט ביי די בודהיסטן... פארהאן וואס זעען דערין תורת ברסלב; און אני הקטן, גראדע, קוק עס אן פון א דריטן קוק-ווינקל אינגאנצן: מכאן שניתן רשות לרופא…
ממילא, איז עס נישט קיין מהלך וואס כ'קען "אויפווייזן" אלס תורה'דיג-רעקאמענדירט, טראצדעם וואס פאר מיר איז עס יא...
אזויפיל יא, נאכן אסאך פרובירן צו פראקטיצירן דעם צוגאנג, טרעף איך עס זייער שטארק אין ספרי חסידות ביים רעדן וועגן "דעת" (התחברות, הכרה) - אבער עם כל זה, בין איך נישט קאנווינסד אז "דאס" טאקע איז זייער כוונה, נאר כ'פראקטיציר עס ווייטער אלס "מכאן שניתן" (דאס איז יא %100 תורה'דיג-רעקאמענדירט - פאר מיר).
אבער סוכ"ס איז מיר געשמאק ביים לערנען אז כ'קען שפירן אין די ספה"ק עפעס וואס כ'טרעף ביי מיר…
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

הרב תנא קמא,

האסט זייער גוט גענדיגט,
סאיז געמאכט פאר רפואה!
אבער סהאט נישט קיין שום שייכות,
מיט קיין שום ערלעכן דרך פון קיין שום חדר,
און די אלע ספרים ווי מרעדט פון דעת,
יא סטראגט מיט זיך די געשמאקע רואיגייט,
אבער להבדיל בין קודש לחול סאיז ממש די היפוך,
ווייל די הרגש פון סעלף מיינט ארויסברענגען
די נפש הבהמי והתחתון מיט אלע גוונים ואופנים מיט אלע 5 חושים!!!
און דאס איז דאך ממש די חלק הרע פון די מענטש די משכא דחיוויא!
משא"כ און די אלע הייליגע ספרים ווי מען רעדט פון דעת אפילו דעת תחתון,
רעדט מען התבוננות חשבון הנפש וכו וואס דאס מיינט צעברעכן די תאווה!
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
די שליסעל
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 20, 2022 12:56 am
לאקאציע: די לעכל פונעם שלאס!

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די שליסעל »

הרב תנא קמא זייער שיין געשריבן,
בנוגע וואס איז 'איך', און חב"ד ווערט אסאך מבואר אז כל עצם בלתי מתפשט(איך מיין אז דאס איז די לשון), יעדע עצמות פון א זאך קען מען נאר רעדן פון דעם מיט נעמען אבער דע ריכטיגע מציאות הדבר קען מען נישט ארויסברענגען אדער מרגיש זיין,
צריך לרקוד כל היום לפחות חצי שעה!!!
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

כ'על מוסיף זיין אביסל,
די איך פון די מענטש איז צוטיילט און א גרויסע סתירה,
פון איין זייט וויל די נפש הבהמי פילן און זיין פריי און טאן וואס ער וויל!
פון די אנדערע זייט איז דער נפש האלוקי וואס וויל טאן וואס איז ריכטיג,
הן כלפי מענטשן און הן כלפי דעם אייבערשטן,
די סעלף איך איז אויך צעטיילט און צוויי קעגנזייטיגע רצונות וויל פילן free, און גערעכטיקייט אויף איינמאל,
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

;l;p- זיך געמוזט אפשטעלן ביי די פערעגראף אין געבן א גרינע
זייער זייער שטארק און געהאט אזא אהא מאמענט


ער צילט געוויס אויך נאר מיין טובה. ער ווייסט אז "הרחבת הדעת" איז איינע פון די זאכן וואס כ'וואונטש מיך אין לעבן, און ווייזט אויס אז "אינסטענט פלעזשור" איז ביי אים אסאסיעיטעד מיט הרחבת הדעת…
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

עיין ב:
https://theenneagramdepot.com/tag/gut-triad/
https://cloverleaf.me/blog/enneagram-triads

לכאורה ברענגט דאס אויטאמאטיש צו מיינדפולנעס און פראדוקציע צוגלייך. וואס זאגט עטץ?
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

פיינער אשכול דאס. נישט געוויסט אז אונזער וועלטל האט דאס אויכט. מיר וועלען עס דורך ליינען בעיון.

איך פראקטאציר מיינדפולנעס פאר דריי יאהר און דאס האט געטשענזשט מיין לעבן ברוחניות ובגשמיות.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

פראקטיצירט אין לעבן אדער אין מעדיטעישאן וכדומה?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”