עצות און לעזונגען פאר די מידה פון בושה

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אותיות
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותיות »

אמן!

זייער גוט ארויסגעברענגט די געפילן!

וועלעכע ביכער וואלט איר רעקאמענדעט?
לעצט פארראכטן דורך אותיות אום פרייטאג אפריל 21, 2017 12:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אותיות
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותיות »

איסר האטלקי האט געשריבן:
אותיות האט געשריבן:ווי הייבט מען אן?

וואס זענען די מעטאדן?

איך לייד און פלאג זיך מיט די פראבלעם פאר איבער דרייסיג יאר...

מיר צוהייסן צוגיין צום עמוד איז כמעט ווי זאגן צו טאנצן פון א בילדינג...

די ערשטע זאך איז טו זאכן, ממש קלייניקייטן, וואס דו וואלסט נישט געטון געווענליך אבער קענסט עס דורכשטופן.
א קליינע דוגמא: עס איז דיר שווער עולה צו זיין ברבים? קויף די עליות און זיי עולה - פון דיין אייגענער ווילן. וועל דיך אויס די קלענסטע ותיקין/חצות מנין, און טו עס. נאך צוויי-דריי מאל וועט עס ווערן ממש ווי גארנישט. נאכמער: עס וועט דיר גלוסטן עס איבערצוטון.

דאן איז צייט צו גיין א שטאפל ווייטער. גארטל דיך אן, גיי במקום שאין מכירין אותך און מאך א מעריב פאר'ן עמוד! די ערשטע מאל וועט עס זיין גאר שווער, אבער פארט לייכט - וויבאלד עס איז פון דיין אייגענער ווילן. ווען דו האסט דורכגעבראכן די צוויי שווערע טויערן קום צוריק צו מיר.

נאך א דוגמא: גיי צו א קופקע פון דריי- פיר היציגע אידן, בעט זיי פאר טשענזש פון א פיניווער, פרעג א קשיא פארנט פון א קופקא ווי למשל ווען דאווענט מען מנחה. מאך עס אבער הויעך און שטארק, שטערקער ווי דו וואלסט עס געטון געווענליך.
קודם טו עס מיט מענטשן וואס דו קענסט, דערנאך מיט פרעמדע, מאך עס פון גרינג צו שווער.

(עס מוז נישט זיין די משלים, קען זיין אז עס איז לייכטע זאכן פאר דיר דאן טו שווערערע, אויב זענען זיי ממש אוממעגליך דאן וועל איך טראכטן פון אנדערע זאכן.


שטארקע פאינט! שכוח!
הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכנעה »

שלוה די שפראך דיינע זיך אראפצולאזן און פארשטיין יענעמס הארץ איז געוואלדיג!!

(וואו איז חביבי?)
אותיות
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותיות »

רופא נפשות האט געשריבן:
אותיות האט געשריבן:איך האב א פראבלעם צו ערשיינען צווישן מענטשן און איך ווער אנגעצויגן ווען איך דארף שמועסן מיט איין מענטש און אוודאי מיט אפאר מענטשען.

דאס הערט זיך באקאנט?

יא
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אותיות האט געשריבן:איך לייד זייער פון די מידה פון בושה.

איך וואלט שטארק געוואלט הערן ווי אזוי מענטשען וואס האבן די מידה באגייען זיך דערמיט און זייערע לעזונגען.

א גרויסן ישר כח

א איד בעהט, ווי קען מען זיצען איין געלייגט און נישט פרובירען. מיר האבען אויך זייער געליטען פון דער מידה פון בישה (כ'האב עס בירושה פון מיין מאמע ע"ה וואס זי האט עס געהאט בירושה פון איר פאטער זצ"ל), און געמאכט ב"ה א סאך פראגרעס (היינט הייס איך שוין נישט אזא שעמעדיגער, און פאר טייל [וואס קענען מיר נישט באמת] בכלל נישט א שעמעדיגער), איז לאמער פרובירען צו אנאלאזירען וואס האט געהאלפען צו לינדערען דער פראבלעם פון וואס כ'האב זייער געליטען מיין ערשטע מער ווי 30 יאר.

לאמיר ארויף ברענגען די עלטצטע זכרונות און מיט טיילען א ביסעל פון אייגענע ערפארונג.

ווען איך בין געווען א קליין אינגעל פון בערך 4 יאר, ביניך געווען אין א דעי קעמפ פאר דער זומער, און ווי אלע קינדער געוואלט שווימען; אבער היות כ'האב זיך זייער געשעמט און געשפירט אוט אוו פלעיס (קיינעם נישט געקענט) ביניך געשטאנען יעדען טאג פארפרוירען ביים טויש אריין אין בעידנג סוט. ס'איז מיר נישט געלונגען קיין איין טאג צו גיין שווימען.

לאידך גיסא ביניך שוין געגאנגען יעדען פרייטיג אין מקוה פון די 3, אן קיין שום פראבלעם; גיי פארשטיי.

אין קעמפ א 2 יאר שפעטער בכלל מער נישט געהאט דעם פראבלעם אבער געהאט אנדערע בושה פראבלעמען.
--
אלס קליין אינגעל פון די פינעף ביז בערך 10, אויב מיין טאטע האט מיר געשיקט ברענגען א סידור, און ס'האט געפאדערט א דורך צו וואקען אין דער צענטער פון בית המדרש, איז געווען דא לדא נקשן, מיין פנים האט געפלאמט פאר בושה (יעדער קוקט דאך...), און פיינעלי צוריק קומענדיג מיטען סידור ביניך איין געזינגען אין בענקעל (שטארק אפ'געאטעמט) און שטייטליך געקומען צו זיך.
--
אלס בחור, דארטען ווי איך בין געווען אין דער היים, האביך געקענט זיין פון די ראש המדברים; לאידך גיסא קומענדיג דארט ווי ס'געווען עלטערע ווי מיר (און ספעציעל ביי מסיבות) האביך טייל מאל געוואלט איין זינקען אין דער ערד.
--
כ'מיין, דאס ערשטע וואס האט מיר געהאלפען ארויס צו קריכען פייענלי פון דער עקסטרעמע בושה וואס כ'האב פארמאגט איז געווען, ווען כ'בין געווארען א בעל קורא אלץ בחור, און באקומען רעקאגנישען; עלטערע מענטשען, חשובע מענטשען האבען געשפירט גוט צו רעדען מיט מיר, איז מיר אויך געווארען גרינגער צו רעדען צו זיי. ס'האט נאך געדויערט א גוטע 20 יאר אז איך זאל גרינגעהייט צו לויפען זיין א בעל תפלה, ביזען אן קומען ביז אהער, וואס כאטש דער מידה פון ביישנית האט זיך נישט אפגעטוהן פון מיר, אבער האב ב"ה באקומען א שטיקעל קאנטראל איבער דעם.

בקיצור ביישנית קומט פון נישט זיין באקוועם; איז דער עצה איז, אז דארט ווי מעם איז "יא" באקוועם (אין עפעס מוז דאך יעדער זיין באקוועם) זאל מען עס אויס ניצען און ארויס קומען פונעם שעל. דער טשוכעפאכע שטעקט אויך אמאל ארויס זיין קאפ. פראקטאציר בלייבען מיטען קאפ אין דרויסען; נישט יעדער קלייניגקייט זאל מיינען אז מען דארף זיך פארשטעקען [פאר בושה].
--
עצות וואס כ'פלעג טוהן און טוה נאך אלץ:

ביי א חתונה זעץ איך זיך ביי א זייט, קיינמאל נישט אין מיטען דערינען. און אויב מען זעצט מיר אויף א אומאיינגענעמענע פלאץ (ליין: ווי צופיל מענטשען "קענען" קוקען אויף דיר), איז דארף מען זיך שטארק אינטער גארטלען מיט עצות וואס אנדערע האבען שוין געגעבען אז דער מח זאל שולט זיין על הלב (דער לב פון פילינגס/בושה) אז עס איז באמת נישט דא וואס זיך צו שעמען זייענדיג נארמאל.

דאס זעלבע ווען איך פלעג זיצען ביי רבי אביגדור מיללער'ס דאנערשטיק נאכט שיעורים, פלעג איך זיצען אויף דער רעכטע זייט מיטען ריקען צום ספרים שאנק, און געווען א רואה ואינו נראה...

און ועל כולם, ווערט עס מיט די יארען אלץ גרינגער. דער עלטער מען ווערט האט מען וויניגער צייט צו טראכטען פון דעם [וואס דער טראכטען מאכט דער פראבלעם ערגער]; מען האט שוין א סאך וויכיטיגערע דאגות. שטעל זיך פאר די מאכסט א שמחה, און יעדער קומען "דיר" אנווינטשען א מזל טוב; דענמאלט בעידן חדוה, איז נישטא קיין צייט און פלאץ פאר איבערגעטריבענע בושה.

ממש נאר אנגערירט דער טעמע וואס איז גאנץ קאמפליצירט און מאכט א סאך נישט קיין סענס [פאר דער וואס ליידט נישט דער פון]. אויב האסטו א פערזענליכע שאלה איז מיין אישי קעסטעל איביג אפען.

איך ווינטש דיר אז זאלסט אויך קענען שרייבען אין פריידען אז האסט פיינעלי באקומען קאנטראל איבער דעם, און עס איז שוין נישט דער מאנסטער וואס ס'האט זיך געדאכט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ספוזמן, מ'זעהט קלאר פון אייער סיקווענץ, אז די וועג וויאזוי מ'שטארקט זיך אויף בושה איז "איינשטעלן און זיך איבערצייגן די עכטע פאקט". דאס הייסט איך קען בלייבן מיט מיין בושה פון גרויסע מענטשן, אדער אויב איך וועל איינשטעלן און פרובירן זעהן אפשר געפעל איך יא?, קען זיין אז איך וועל מיך איבערצייגן אז ס'איז נישט אזוי ווי איך האב געמיינט אלעמאל. איז ווי מער איך שטעל איין מיינע ספיקות, צוביסלעך צוביסלעך, אלץ מער האב איך א שאנס זיך איבערצוצייגן דעם אמת און ארויסקריכן פון די צוריקהאלט פון מעשים וואס מ'רופט בושה.

בושה מיינט, איך האלט מיך צוריק פון טון אדער איך מאך ווייניגער א געוויסע פעולה, ווייל יענער גייט עס אראפקוקן יענער גייט מיך אראפקוקן דערפאר. און מ'טאר נישט טון אזאך וואס יענער גייט אראפקוקן, און נאר זאכן וואס יענער קען באשטיין מעג מען טון. אבער קודם מוז איך וויסן וואס יענער טראכט, און דאדורך באשליסן אז פאר יענעם פאסט עס נישט פון מיר. אדער אפשר פאסט עס יא, נאר איך קען דאך נישט וויסן וואס יענער טראכט.

די ענין פון בושה איז אבער זייער שווער זיך איבערצייגן. פארוואס? ווייל וויפיל דו וועסט דיך אליין מסביר זיין אז ס'איז נישטא פון וועם זיך צו שעמען און מ'קען טון נארמאל זאכן, ווייסטו אבער נישט עכט וואס יענער גייט טראכטן אויף דיר. קיינער ווייסט נישט וואס יענער גייט טראכטן, אבער ס'דא וואס האבן פון זייער טאטע, מאמע, רבי וכו', זיך אויסגעלערנט אז דו האסט דיך נישט מיט וואס צו שעמען און ס'פאלט אים נישט ביי זיך צו שעמען און זיך צוריקהאלטן, און ס'דא וואס האבן איינגעזעהן משום איזה סיבה שהוא אז ס'איז בעסער צו זיין איינגעמאכט, רואה ואינו נראה.

דערפאר איז די ענין פון בושה אזוי שווער אויסצורייסן פון זיך, ווייל ס'שווער עס צו שטעלן פאר א פראבע. איך גיי קיינמאל נישט עכט וויסן וואס יענער טראכט אויף מיר, און צו איך נעם גוט אויס צווישן מענטשן צו נישט. איך קען נישט זעהן און קיינער קען נישט זעהן וואס יענער טראכט און גייט טראכטן, איך קען אפשר האבן סימנים אויפן דרויסנדיגער תנועות אבער א ביישן ווענד דאס אויך אפ. אויב איך וואלט געוויסט אויף זיכער אז אויב איך דאווען פארן עמוד, גייען מענטשן זיכער נישט טראכטן אויף מיר נעגעטיוו, דאס הייסט איך וואלט געקענט אריינקוקן אין יענעמ'ס געדאנק, וואלט געווען גרינג צו פרובירן. דאווען און זעה קלאר אז קיינער לאכט נישט אין געדאנק! אזוי ווי "איך געב א זעץ אויפן טיש, און איך הער דעם קלאנג" אבער מ'קען דאך נישט אריינקוקן אין יענעמ'ס קאפ, דערפאר זענען די וואס שעמען זיך, אלעמאל אונטער א פראגע צייכן. אונז ווייס מיר נישט!

די איינציגע וועג איז פרוביר צו זעהן וואס געשעהט. הייב אן מיט קליינע איינשטעלונגען אזוי ווי ספוזמן שרייבט און געב א קוק, וואס געשעהט? שעמעדיגע מענטשן ברעכן זיך און דאווענען פארן עמוד, אבער קוקן נישט נאכדעם צו ס'איז געשעהן וואס זיי האבן געמיינט אז ס'גייט געשעהן. זיי לויפן ארויס פון שוהל, אן קוקן און זיך איבערצייגן אז ס'איז נישט געווען פונקט אזוי ווי ער האט געמיינט אז ס'גייט געשען, נאר אנדערש.

קודם מאך אפ ביי דיר "איך האלט אז אויב איך טו דעס און דעס און דעס, גייט געשעהן פונקטליך דעס און דעס און דעס!" און נאכדעם קוק און איבערצייג דיך וואס איז געשעהן??? אדרבה איבערצייגט אייך אליין. וואס געשעהט?

דאס איז אויך גאנץ א שווערע זאך צו טון, ווייל דער ביישן וועט אלעמאל טענה'ן אז "יענער האט געלאכט". דאס הייסט א תנועה פון יענעם וואס ווערט אויסגעטייטשט אלץ לאכן. און ער גייט זיך ווייטער נישט קענען געהעריג איבערצייגן. ווייל אזוי ארבעט דער מח פון א מענטש, אויב מ'שעמט זיך, דאכט זיך אז יענער לאכט. אזוי ארבעט עס, פאקט.

לויט ווי איך טראכט יעצט דארף א מענטש קענען אביסל לעבן אין די "אומוויסן", אויב איך ווייס נישט וואס יענער טראכט, כאנישקיינאנונג וואס יענער טראכט. איך לעב פארן בורא עולם און נישט פאר יענעם. פארוואס איז עס שווער צו טון? פארוואס איז שווער צו לעבן צווישן מענטשן, אן וויסן וואס יענער טראכט אויף דיר? אן פארשטיין וואס יענער טראכט? דער רבש"ע האט באשאפן לכתחילה אז מ'זאל יא לעבן צווישן מענטשן מיט מענטשן. און דערפאר שטייט אשרי האיש וכו' ובמושב לצים לא ישב, און נאך זאכן, אז מ'זאל זיך באהעפטן צו ערליכע יודן, און דער רמב"ם איז באקאנט אז דיעות זענען איבערכאפנד. אבער צו לעבן אגאנצן צייט פאר יענעם, און טראכן פון יענעם, איז שווער אינזין צו האבן דאס דאווענען.

אסאך מאל דארף מען וויסן וואס יענער טראכט, ווען איינער דארף פון מיר עפעס, מוז איך וויסן, אבער סתם אזוי דארף מען זיך אויסלערנען צו לעבן אביסל און זיין צופרידן וויפיל מ'קען מיט "איך ווייס נישט וואס יענער גייט טראכטן". אזאך וואס איז גאנץ שווער צו טון. מ'דארף זיך אויסלערנען: איך וויל נישט וויסן וואס יענער טראכט, ווייל איך ווייס נישט! אויב איך וויל וויסן וועל איך רעדן צו יענעם. אבער סתם אזוי, יעצט, ווען איך האלט אינמיטן לערנען מיט מיין חברותא, אדער איך טראג אראפ די גארביטש "יעך ווייס נישט". מ'דארף זיך אויסלערנען אז מ'דארף נישט אגאנצן צייט וויסן וואס יענער טראכט, און לעבן פאר יענעם.

און אפילו לו יצוייר אז יענעם לויפט דורך עפעס א מחשבה'לע אויף דיר נעגעטיוו. וואס טראכסטו גייט געשעהן? און צו געשעהט עס?

דאס איז די שוועריגקייט מיט אויסרייסן בושה. די שוועריגקייט הייבט זיך אן, "איך מוז וויסן וואס יענער טראכט אדער גייט טראכטן אויב איך טו דאס און דאס" און דאס איז זייער שווער זיך צו איבערצייגן, ווייל קיינער קען נישט וויסן וואס יענער טראכט! מענטשן טוען עס. וואס טראכט יענער יעצט אויף מיר??? און יעצט וואס טראכט יענער??? און יעצט??? צו מ'איז פעסט אויפן ערד, קען מען זיך איבערצייגן, צו כ'האב געכאפט די קוגעלע קען מען זיך איבערצייגן, איך פיל עס אין מיינע הענט, אבער וואס יענער טראכט יעצט, איז נישט אזאך וואס מ'קען זיך איבערצייגן. מ'מוז זיך אויסלערנען צו לעבן אביסל אין די "אומוויסן", אביסל. על כל פנים ווען מ'איז פאר זיך און מ'טוט פעולות פאר זיך.

אבער בקיצור, דאס אליין קען מען זיך אויך איבערצייגן, "וואס טראכט איך גייט זיכער געשעהן אויב איך גיי יעצט נישט וויסן וואס יענער טראכט, אויב איך גיי נישט וויסן אז יענער עקזיסטירט?" די תירוץ קען זיין "איך גיי נישט וויסן וויאזוי זיך אויפצופירן". און דאס מיינט אז מ'האט שוין געטראכט פון יענעם. מ'דארף זיך פרעגן "וואס גייט געשעהן אויב איך גיי בכלל נישט טראכטן און באשליסן וואס יענער טראכט, עכ"פ יעצט ווען ס'פעלט נישט אויס?

עניוועי, דער מענטש ווייסט זייער גוט, עכ"פ אונטערנבאוויסטזיין פארוואס ער מוז וויסן וואס יענער און יענער און יענער, און דער מענטש ווייסט עכ"פ אונטערנבאוויסטזיין וואס ס'קען געשעהן אויב סטאפט ער צו טראכטן און אוועקשטעלן יענעמ'ס געדאנק, כדי צו שפילן א ראלע פאר יענעם.

עכ"פ וואס איך וויל ארויסברענגען איז, לערן דיך אויס זיך צו טראכטן אזוי "אויב איך טו דעס און דעס טראכט איך גייט געשען דעס און דעס" דערנאך טו עס, און קוק וואס ס'איז עכט געשעהן."

כל זה כתבתי בדרך אויב ס'ארבעט ארבעט עס, און אויב נישט זוך א אנדערע עצה. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מיין עצה צו דיר איז , פראביר דיך פארצושטעלן ווען דו זיצט אינדערהיים פיקטשער דיר ווי ס'קימט פאר אין ריאליטי אז דער אייבערשטער האט געהאלפן דיינע תפילות זענען מקוים געווארן און ס'געשעהן א נס ווינדער איבער ווינדער די מדה פון בושה האט זיך אפגעטון פון דיר. דו פילסט אזוי גיט ביי דיר און דו גייסט צו צו מענטשן מיט א קאנפידענס.

פראביר עס צו עכט פילן דאס אויבנדערמאנטע.

יעצט גייסטו פילן א רעזיסדענס צו פילן אזוי, שרייב שנעל אראפ אלע געפילן וואס קימען ארויף פארוואס דו שפירסט יעצט אומבאקוועם. איינמאל דו שרייבסט אראפ אלע געפילען האלט עס אין איין ליינען איבערליינען נאכאמאל און נאכאמאל און נעקסטע מאל דו קימסט אין בית מדרש און דו פילסט אזוי שעמעדיג טראכט צו ס'מאכט סענס די אלע געפילן וואס שטייען אויף דיין צעטל.

בהצלחה!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נשמה, פיין געשריבען! בקיצור, דיין עצה איז זיך אויס צו לערענען טראכטן אזוי "אויב איך טו דעס און דעס, טראכט איך גייט געשען דעס און דעס; דערנאך טו עס, און קוק וואס ס'איז עכט געשעהן"; און וועסט דאך זעהן אז "גארנישט" איז געשעהן; ס'איז "באמת" נישט דא וואס צו דאגה'ן.

יעצט נעקסטע מאל האפענטליך וועט שוין נישט זיין דער שרעק (אדער נישט אזוי גרויס), ווייל מען ווייסט שוין (האפענטליך ביזט שוין איבעצייגט) אז עס איז נישט דא וואס צו דאגה'ן.
--
פיינע נייעס, אויך פיין געשריבען! מיטען אפשרייבען וואס פינקטליך מאכט דיך פילען אומבאקוועם, און עס גוט אנאלאזירען; וועסטו זעהן אז עס מאכט נישט "עכט" קיין סענס, און נישטא וואס און "פאר וועם" צו דאגה'ן. יענער קען האבען א סאך גרעסערע פעלערען און דאגה'ט נישט וואס די טראכסט; איז האב אים אין באד.
--
וויל נאר אנאלאזירען די אלע תגיבות פאר מיינס (אויך פיין געשריבען), אבער אפשר שפעטער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
shomierpeevilshonoi
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:30 pm

Re: עצות און לעזונגען פאר די מידה פון בושה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shomierpeevilshonoi »

1]ווייס ווער די ביסט באמת מצד נשמתך
2]לעהב א לעהבן מיט אמת זיי זיך מתעסק מיט בלויז דויערהאפטיג ניצליכס
3]געדענק דיין זכות קיום איז אך ורק דירעקט צינור מהמסבב כל הסיבות
4]דאס איבריגע איז עשירות/עניות טעמע
קיק אהער די הייסט משה למשל,העסטי וויעין געוועין ארימגענימען מיט נאך 100 משה,ס איז אבוויעס נישטא קיין בושה ,איז עס בלויז ווייל זענען נישט דיי טייפ אין זענען בארייכערט מיט א תקיפות מער ווי דיינס ,ני דעס איז נישט מער ווי עשירות נישט קיין שם טוב שעולה על גביהן
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

Re: עצות און לעזונגען פאר די מידה פון בושה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

אלע עצות דא זענען איין גרויסע מאפע פון גרייכן דעם ציהל פון איבער קומען בושה, בבחינת זה וה גורם.

ס’איז פארהאן נאך עצות, אבער כדי איבער צו קומען בושה מוזט איר זיין א ’נחשון’ ווי מ’זאגט אין ענגליש ’דא איט’.

די אלע טיפס קען בלויז העלפן ווען מען פראקטיצירט עס בפועל.

כ’וויל צולייגן עטליכע נקודות צו די חברים דא קודם למחשבה, און נאכהער למעשה.

מחשבה: ס’דא א חיבור ’לשון הזהב’ געשריבן אין לה”ק, וויזוי צו רעדן אין פובליק. איין’ס פון זיינע הויפט נקודות איז אז דער דרשן וכדו. זאל אנערקענען אז דער ציבור ’וויל’ אין דיין הצלחה, מענשן ווילן הערן דיין קול ווי גוט דו טויגסט. ד.ה. ס’איז א טעות וואס א סך מיינען ’דער עולם וויל כ’זאל פלאפן’, ס’איז נישט אמת.

מ’דארף כסדר טראכטן פאזיטיוו נאך פאר מ’גייט צום עמוד וכדומה. זיין פאזיטיוו מיינט אז מ’איז תמיד זיך מתבונן אז דער רבשו”ע האט באשאפן א פאזעטיווע וועלט, ס’שפילט זיך אפ א הערליכע בריאה. טראכט אריין פשוט טייטש אין די ’פסוקי דזמרה’ און זיי זיך מצייר אין די פירוש המילות פון די הללוקה’ס, איין שטיק פאזיטיווע נאטור, אזוי וועט די פאזעטיוויטי אנהאלטן ביים עמוד, והבן כי קצרתי..

למעשה: הויב אן צו-צוגיין צוביסלעך, קודם א מעריב בלויז פאר צען מענטשן. נאך עטליכע מאל קומט א מנחה ווי ס’דא א הויכע שמו”ע, און דערנאך א שחרית א.א.וו.. אויב קומט אריין מחשבות אז עמיצער שמייכלט אקצעפטיר די מחשבה, פייט עס נישט זאג ווייטער. אטעם רואיג און אביסל טיף. אויב כאפט דיר אן א פאניק, זאלסטו וויסן אז ס’איז בלויז צייט-ווייליג, אטעם און דאווען ווייטער, ויעבור.

יעדער זאל האבן הצלחה און קענען ארויסגעבן זייערע אינערליכע כוחות.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
וואסינייעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2021 9:45 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסינייעס »

פארקלערטער האט געשריבן:די עצה וואס איז לענ"ד די מערסטע ווירקזאם, פון אייגענעם ערפארונג, לייג דיך אריין אין א מצב ווי די מיזט רעדן צו מענטשן, גיי נעם א זשאב וואס מען מוז קאמיוניקירען מיט מענטשן, אז מען האט נישט קיים ברירה 'מוז' מען ארויסקומען פון לאך.

ועוד יעדעס מאל די 'מוזט' אויפהייבן א טעלעפאן
אנשטאט זיין אין דיפענס, גיי אריין דערין מיט ביידע פוס
א טריט פאראויס ברענגט נאך א טריט פאראויס
אנשטאט צו גיין געצווינגען שפאן מיט שטארקע טריט.


געהערט אמאהל פון א טעראפיסט אז דאס איז טאקע איינס פון די בעסטע עצות ער האט עס גערופען scotch exposure
הייסט עס אזוי ווי איינער וואס ווערט שנעל רויט וועט זיך אויסרייבן זיין פנים מיט א דישוואשער ספאנדזש אזש ער איז רויט פון זיין אייגענע בחירה
די גרעסטע הצלחה אין לעבן איז נישט קיינמאל צו פאלן, נאר זיך הייבן יעדעס מאל פון דאסניי
מלעבט נאר 1 מאהל, אבער אויב לעבט מען עס ריכטיג איז איינמאל גענוג
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: עצות און לעזונגען פאר די מידה פון בושה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אותיות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2017 9:50 pm
איך לייד זייער פון די מידה פון בושה.
דער ספר האט א שפאגל-נייער עצה אויף בושה (ס'איז אין דריטן קאפיטל פון ערשטן חלק).
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”