א גולם האט געשריבן:מרנן ורבנן האט געשריבן:מרנן ורבנן האט געשריבן:למעשה תשפ״ב, וויפיל בייצאלט מען פאר א מוהל?
למעשה האב איך געגעבן $400 פארן מוהל. איך האלט אז עס איז פשוט בזיונות צו געבן ווייניגער.
וואס די חשבון פון $400 ?
איך האלט וואלסט געדארפט געבן $999.00
איך האב ערנסט געטארכט נישט צו ענפערן אויף די שאלה, אבער היות איך האלט אז עס קומט זיך באמת פאר א מוהל $400, און איך וויל נישט אז אנדערע זאלן ווערן קאלט און צונאר לייגען מוהלים האב איך גענומען די מיה צו שרייבן און מסביר זיין.
דאס איז אמת אז א מוהל טאר מעיקר הדין נישט בעטן קיין געלט, למעשה נעמן זיי געלט, און א סאך איז דאס גאר זייער פראפעשאן.
אבער לאמיר צונעמן די זאך ווען נישט די הלכה וואלט דאך א יעדער מוהל געדארפט האבן א מארקעט פרייז פונקט אזוי ווי אלע אנדערע מלאכות. למעשה איז דאך א מוהל א בעל מלאכה מומחה, ער האט זיך געלערנט א פאך, ער איז א פראפעשענאל און א פאר א פראפעשענאל קומט זיך א פרייז פון א פראפעשענאל.
פארוואס דעמאלסט $400?
די תירוץ איז זייער פשוט, ווייל ווען איינער גייט צו וואספארע פראפעשאנאל וואס עס זאל נאר זיין, נעמט ער לכל הפחות $200-$300 פער 45 מינוט. דער מוהל געט אוועק פארן ברית א שיינער פאר שעה, עס נעמט אריין א וויזיט פאר די ברית, א וויזיט נאך די ברית, און דער ברית אליין וואס נעמט נאך א שעה פלאס. ממילא אז איר וועט מאכן די חשבון וועט איר אליין זען אז $400 איז גארנישט איבערגעטריבן.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.