דאס קינד עסט נישט... Picky Eaters
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
דאס קינד עסט נישט... Picky Eaters
מיין פיר יעריג קינד איז א גרויסע "מפונק", ווי מ'רופט עס, און עסט ממש געציילטע סארט עסן. דאס גייט שוין אהן פון ווען ער געווען גאר קליין, אבער עס זענען פארהאן געוויסע מאכלים וואס ער פלעגט עסן און היינט עסט ער דאס אויך נישט. ער איז א גרויסע עקשן.
ער עסט נישט: פלייש, קארטאפל, אייער סאלאט, פיש\טונה\לאקס, קרים קעז, קוטג' קעז, וכו' וכו'.
און דאס וואס ער עסט יא דארף מען צומאל רחמים ער זאל עסן, און אלעז דארף זיין פונקטליך וויאזוי ער וויל, (דיסיפלין העלפט נישט).
עני איידיע?

מיין פערזענליכע עקספיריענס (ווען איך בין געווען א פיקי איטער), מען קען גארנישט טון. מען וואקסט עס אליין אויס.
דיסיפלין מאכט ערגער.
געווענליך איז א 4 יעריגע קינד צו גרויס ער זאל פארדרייט ווערן מיט שיינע עסן.
די בעסטע איז ווען מען פיטערט נישט די אטענטשן אויף א דירעקטע וועג. מען גיבט אים נאכטמאל און מען וואקט אוועק.
אויך א גוטע עצה צו אריינווארפן דא און דארט בדרך אגב (נישט בשעתן עסן) פארוואס עסן איז אזוי וויכטיג א.א.וו.

שווער צו זאגן, אבער עסט ליגט מיר גוט אין די ביינער ווי מיין מאמע שתחי' האט מיר קאנווינסט איך זאל פרובירן צו עסן א געוויסע מאכל, און ב"ה איך האב מיך צוגעוואוינט צו דעם, און איך קען זאגן בפה מלא אז עס איז א לייף סעיווער!
איך מיין איך בין דאן געווען עטוואס עלטער ווי פיר יאר, און איך געדענק נישט וויאזוי מיין מאמע האט דאס באוויזן.
נאכאמאל, א דאנק.
(ויה"ר שאני ואתה נזכה לינצל מזה...)
אגב, הרב גוגל טענה'ט אז עס ווערט מער און מער באקאנט די אישו פון Adult Picky Eaters ה"י.

-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 451
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
- לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול
ס'זענען דא פארשידענע סיבות צו דעם
1. א וועג פון באקומען אויפמערקזאמקייט
עצה: פשוטו כמשמעו, נישט צו געבן אויפמערקזאמקייט דערפאר, נאר זוכן וואו דאס קינד קען באקומען אויף א גוטע וועג [עד שתאכלנו באיסור תאכלנו בהיתר...]
2. דאס קינד איז אנגעגעסן פון פריער מיט נאש אדער קעיק אד"ג וואס פארקלאפן דעם אפעטיט, אדער טרונקען אסאך וואס שטאפט אן
עצה: נישט געבן פאר דאס קינד צו עסן א פאר שעה פאר נאכטמאל, נאר ממש יוצא צו זיין א קלייניגקייט
3. דאס קינד מאכט נאך עלטערע קינדער וואס טוען דאס איינמאל, און ער זעט די אויפמערקזאמקייט און ער טוט דאס מיט אלע עסן [אביסל ענליך צו די ערשטע]
עצה: רעדן צו די עלטערע קינדער, אויב זיי האבן נישט ליב א געוויסע עסן זאלן זיי דאס נישט פראקלאמירן אויף א מיקראפאן
4. לאמיר צולייגן די עצם פסיכאלאגיע פון עסן, יעדע מדינה האט אנדערע סארטן עסן, און אלעמאל וועלן די מענטשן פון די מדינה האבן אפעטיט צו זייערע, די כינעזער צו רייז, די סאברעס צו שארפע עסן וכו', עסן איז א קולטור וואס "עסט" זיך אריין אין א מענטש, רוב מאל ווען א גרעסערער מענטש וועט נישט ליב האבן עסן, איז דאס אין זיין מח, און מען קען דאס מיט געוואוינהייט טוישן [צו וויפל עסן וואס איך בין געשטאנען ווייט חמשים אמה, האב איך זיך געמוזט צוגעוואינען נאך די חתונה ווי א שעפעלע... און היינט ב"ה עסט זיך דאס מיט אפעטיט...]
די טויש אין עסן גייט אריבער א גרויסע טראנספארמאציע ביי די עלטערע, וואס די שאפעס זענען פול מיט כל ערליי דזשאנק, נאש, קעיקס אד"ג, און די קינדער באקומען פון דעם לרחצה, משמחת תורה זה עד שמחת תורה לשנה הבאה, דאס שטערט א קינד בכלליות אז ס'זאל זיך איינגעבן אין אים נארמאלע עסן געוואוינהייטן, ווען זיינע סענסערס פארליבן זיך אין זיסווארג אויף א שטארקן פארנעם, און א נארמאל שטיקל עסן קלעבט זיך נישט צו זיין צונג
עצה: איך האב נישט קיין עצה...
בכלליות איז א גוטע עצה אלעמאל נעמען דאס קינד אויפן שויס און אוועקטראגן דאס קינד צום פריץ אדער צו די קיעלע, און אונטערוועגנס אריינווארפן אביסל אין דאס פיסקעלע

א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
צווינגן דאס קינד צו עסן וואס ער/זי וויל נישט, וועט נישט ארבעטן. מיין מנהג איז אז אני קינד וואס וויל נישט עסן פלייש, למשל, גיב איך אים אן אפציע צו עסן פלעין ברויט און ביז די נעקסטע צופרי קען ער/זי גארנישט עסן חוץ ברויט. טאמער דאס קינד עקשנ'ט זיך און וויל נישט די ברויט, לאז איך אים/איר גיין שלאפן הינגעריג און מ'גייט נישט אויס פאר הינגער טאמער פארפעלט מען א נאכטמאל. נאך אפאר טעג וועט זיך דאס קינד ברעכן אדער קימט מען צו עפעס א פשרה
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
תמהואומר האט געשריבן:ס'זענען דא פארשידענע סיבות צו דעם
1. א וועג פון באקומען אויפמערקזאמקייט
עצה: פשוטו כמשמעו, נישט צו געבן אויפמערקזאמקייט דערפאר, נאר זוכן וואו דאס קינד קען באקומען אויף א גוטע וועג [עד שתאכלנו באיסור תאכלנו בהיתר...]
2. דאס קינד איז אנגעגעסן פון פריער מיט נאש אדער קעיק אד"ג וואס פארקלאפן דעם אפעטיט, אדער טרונקען אסאך וואס שטאפט אן
עצה: נישט געבן פאר דאס קינד צו עסן א פאר שעה פאר נאכטמאל, נאר ממש יוצא צו זיין א קלייניגקייט
3. דאס קינד מאכט נאך עלטערע קינדער וואס טוען דאס איינמאל, און ער זעט די אויפמערקזאמקייט און ער טוט דאס מיט אלע עסן [אביסל ענליך צו די ערשטע]
עצה: רעדן צו די עלטערע קינדער, אויב זיי האבן נישט ליב א געוויסע עסן זאלן זיי דאס נישט פראקלאמירן אויף א מיקראפאן
4. לאמיר צולייגן די עצם פסיכאלאגיע פון עסן, יעדע מדינה האט אנדערע סארטן עסן, און אלעמאל וועלן די מענטשן פון די מדינה האבן אפעטיט צו זייערע, די כינעזער צו רייז, די סאברעס צו שארפע עסן וכו', עסן איז א קולטור וואס "עסט" זיך אריין אין א מענטש, רוב מאל ווען א גרעסערער מענטש וועט נישט ליב האבן עסן, איז דאס אין זיין מח, און מען קען דאס מיט געוואוינהייט טוישן [צו וויפל עסן וואס איך בין געשטאנען ווייט חמשים אמה, האב איך זיך געמוזט צוגעוואינען נאך די חתונה ווי א שעפעלע... און היינט ב"ה עסט זיך דאס מיט אפעטיט...]
די טויש אין עסן גייט אריבער א גרויסע טראנספארמאציע ביי די עלטערע, וואס די שאפעס זענען פול מיט כל ערליי דזשאנק, נאש, קעיקס אד"ג, און די קינדער באקומען פון דעם לרחצה, משמחת תורה זה עד שמחת תורה לשנה הבאה, דאס שטערט א קינד בכלליות אז ס'זאל זיך איינגעבן אין אים נארמאלע עסן געוואוינהייטן, ווען זיינע סענסערס פארליבן זיך אין זיסווארג אויף א שטארקן פארנעם, און א נארמאל שטיקל עסן קלעבט זיך נישט צו זיין צונג
עצה: איך האב נישט קיין עצה...
בכלליות איז א גוטע עצה אלעמאל נעמען דאס קינד אויפן שויס און אוועקטראגן דאס קינד צום פריץ אדער צו די קיעלע, און אונטערוועגנס אריינווארפן אביסל אין דאס פיסקעלע
ווי איך פארשטיי איז די פראבלעם נישט דוקא א שוואכע אפעטיט.
נאר דאס קינד ׳עקעלט׳ זיך געפערליך פון געוויסע סארט עסן. ווען מען צווינגט עס אריין ווערט די עקל פיל ערגער.
דריידל האט געשריבן:צווינגן דאס קינד צו עסן וואס ער/זי וויל נישט, וועט נישט ארבעטן. מיין מנהג איז אז אני קינד וואס וויל נישט עסן פלייש, למשל, גיב איך אים אן אפציע צו עסן פלעין ברויט און ביז די נעקסטע צופרי קען ער/זי גארנישט עסן חוץ ברויט. טאמער דאס קינד עקשנ'ט זיך און וויל נישט די ברויט, לאז איך אים/איר גיין שלאפן הינגעריג און מ'גייט נישט אויס פאר הינגער טאמער פארפעלט מען א נאכטמאל. נאך אפאר טעג וועט זיך דאס קינד ברעכן אדער קימט מען צו עפעס א פשרה
איך אלץ קינד וואלט זיך צוגעכאפט צום ברויט יעדע נאכט. (ששש.. היינט אויך..(
- אַבּערוואַס
- שר האלפיים
- תגובות: 2178
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm
מפונקות איז איין זאך אויף לה"ק הייסט אזא איינער אן איסטניס, פין אייער תגובה איז אבער משמע אז עקשנות איז אויך א שטארקע פאקטאר.
אין צו עקשנות, דארף מען נוצן דיסציפלין מיט שמאל דוחה, נישט מוותר זיין פאר'ן קינד'ס פארפירעניש, און פין די אנדערע זייט ימין מקרבת, סיי אז דאס קינד זאל נישט שפורן ביי אנדערע זאכן אז מ'האט א ווידערווילן צו אים, און סיי צולייגן געפיל מבחין צו זיין ווי ווייט ס'איז פשוט עקשנות וואס מ'קען/דארף ברעכן, און ווי ווייט דאס קינד פארטראגט באמת נישט מחמת סענסיטיוויטי אין מאגן וכדו'.
אן עלטערער ערפארענער קינדער דאקטער קען לכאו' בייהילפיג זיין בע"ה.
הצלחה!
_____
זע איך יעצט אז איר דער פוה"א שרייבט בקיצור ענליך מסברא, אזוי זעט מיר אויך אויס, אלערזשי'ס דארף מען נישט זיין באזארגט נאר אויף די זאכן וואס קענען זיין א סכנה, העכסטנס זעט מען נאכ'ן פראבירן אז דאס קינד פארטראגט עפעס נישט קען מען דאס אפשטופן צו פראבירן נאכאנאל אין א יאר ארום, אסאך פין די סענסיטיווטי'ס בלייבן, אבער אנדערע ווערן גרינגער מיט די צייט, ווי עטליכע האבן שוין געשריבן.

ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
- אַבּערוואַס
- שר האלפיים
- תגובות: 2178
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm
סיי עקל, און סיי א פיזישע סענסיטיוויטי צו געוויסע עסן, וואס קען זיין מאגן/קאפ וויי, רעש, וכדו', ווייזט זיך ארויס אנדערש עקשנות, און דאס ווייזט זיך זייער קלאר ארויס לויט וויאזוי און ווען דאס קינד עסט יא אדער נישט, אדער פארפירט.
אינעם פאל פין א גרעסער קינד וואס קען שוין רעדן, קען מען נאך גרינגער דערהערן וואס די פראבלעם איז.
גאר קליינע קינדער, ביז 2-3 יאר, קען מען געווענליך סתם גוט דיסצליפנירן און ס'וועט ארבעטן אויב ס'מעגליך, ד"ה אויב דאס קינד איז נישט 'פיזיש' סענסיטיוו צו דעם מאכל (מ'רעדט נישט פין "סכנה'דיגע" אלערגיע'ס), וועט גארנישט געשען, און ער וועט זיך צוגעוואוינען.

בן נון האט געשריבן:דאן דארף מען סתם אויפמערקן עלטערן אז עס מוז נישט זיין עקשנות. עס קען זיין עקל, און דאן דארף מען עס אנדערש באהאנדלן.
יא זעלבסט בין ב"ה קיינמאל פיקקי געווען.
אבער, טערעסאנטע זאך,
געוויסע מאכלים און משקאות וואס כ'בין אמאל אנטרינען דערפון ווי א פייל פון בויגן, נישט קענענדיג דערליידן, וועל איך אצינדער עסן און טרינקען מיטן פולן אפעטיט.
Definition of perfect: as good as it is possible to be
- סביב העולם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3828
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm
מיינע עלטערן האבן מקבל געווען פון זייערע און איך פיר מיך די זעלביגע ביי מיינע קינדער ענדליך וואס דריידל האט אויבן ערווענט: אז מען וויל נישט עסן מוז מען נישט, צוליב וואס ווען מען האט נישט וואס עסט מען סיי וואס, דהיינו אז ער וויל נישט וועט ער זיך מוזן ברעכן סוף כל סוף ווייל הונגער איז שטערקער פון עקשנות.
נישט לאזן עסן קיין נאשערייען א.ד.ג. און אויך נישט טרונקן ווילאנג ער עסט נישט קיין נאכטמאל. אבער איהם זאגן אז ער מוז נישט עסן, די ענדע וועט ער קומען, אזוי האט מיין ערפארונג געוויזן. אויב האט ער אבער א חלק פון די נאכטמאל יא ליב קען מען איהם גיבן א גרעסערע פארציע פון יענע מאכל

AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער