אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לעכטיג
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 9:45 pm

אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיג »

איש את ריעהו יעזורי ולאחיו יאמר חזק
איך האב א גוטע topic
ארויפצוברענגען דא ביי די חיזוק אפטיילונג

עס וואלט געווען אינטארסאנט צוהערן פונעם חשובן עולם , נאכן זיך אויסלופטערן און רעדן - ליינען נייעס און שטותים ... צו ברענגען עפעס שיינע גוטע געדאנקען און אמונה- השגחה פרטית חיזוק קען יעדער כסדר ניצען ... גרויס און- קליין

איך האב געקלערט צו זיין א דוגמה און ממעג מיך נאכמאכן ...

א מענטש דארף אלץ פראבירן צו זיין ווי מער פאזיטיוו , זיך צו האלטען מינטער אין יעדע מצב און אויף יעדע פריוו זיך צו שטארקען ,איז א עקסטערע מצווה פון שמחה וואס גייט אריין אין תחת אשר לא עבדת כמובא בראשונים און מען באקומט אויף דעם שכר חוץ אויף די עצם עשיות המצוות,

חז"ל זאגען חייב אדם לברך על הרעה כשם על הטובה

ווען מען צונעמט עס איז עס מבהיל הרעיון
ווען סקומען אונטער
זאכן וואס עס טוט באמת וויי כ'וואלט מיר אזוי געוואלט ארויסזעהן פון דעם ווייטאג ,
אוודאי דארף מען טוען השתדלות אבער ווען מהאלט שוין נאכדעם און מאיז נאך אין א צער ..,
דעמאלס איז א צייט אריין צואטעמען אמונה און זאגען 'ברוך ה' ' אז איך האב דעם פראבלעם
פונקט אזוי ווי מווערט פרייליך פון אזאך וואס איז א אפענע חסד ה',למשל מען האט געענדיגט באצאלען די גראסערי ביל.. פיהלט מען אין הארץ א הכרות הטוב צום רבש"ע ,און מזאגט (צו מטראכט)..ברוך השם !
די ב"ב קאלט פרעגן אז היות זי וויל גיין איינקויפן צו זי קען אויפשרייבן ... זאגט מען יא 'ברוך השם' איך האב דשאסט באצאלט ...
די ב"ה איז באמת גאר טייער און חשוב, ווי סאיז באקאנט די ווארט וואס ר"ר זישע האט געזאגט פאר אלי'הנביא ואתה קדוש יושב כביכול זיצט אויף קעסט פון די תהלות ישראל פון די ברוך השם'ס...

אבער דאס זעהט מען דאס שפירט מען

חז"ל זאגען דא 'חייב 'אדם לברך על הרעה , ווייל אויפדעם דארף מען התבוננות
אז די זעלבע גיטע באשעפער וואס העלפט מיר 'דעקן די באנק .. ער העלפט מיר יעצט מיט 'ברוך השם' .. מיט די און די אומאיינגענעמטקייט .. מען דארף מכיר אז פארוואס סאיז יעצט אזוי איז ווייל די רבש"ע האט געהאלפען.. און איך וועל מיר מבטל זיין מיין פראזענליכע רצון צום מציאות וואס איז רצון 'און זאגען 'ברוך השם

ווייל כגבהו שמים לארץ אזוי קען אונזער מח
נישט פארשטיין די רבש"ע הנהגה, אונז דארפען זיך לאזען פירן ווי א קינד פון א טאטע
ובכל מדה ומדה שהוא מודד לך הווי מודה לו פארשטייט זיך דאס איז א מדריגה עס זאל זיין נאטירלעך, אבער מען דארף דאס געדענקן עס זאל ווערן א טבע שני

עס איז דא נאך דא א געוואלד צו רעדן ומרחיב צו זיין
אפען הארץ ועוד חזון אי"ה צו מאכן דאס לעבן זיס און לעכטיג אויפן הארץ

יעצט וועלן מיר איבעגעבן דעם ווארט פארן חשובן ציבור
צו הערן געדאנקען -חיזוק אייגענע השגחה פרטיות
איש את רעהו יעזורי
ולאחיו יאמר חזק
תודה למפרע
אוועטאר
מחצית
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצית »

יישר כח הרב לעכטיג!
און ברוכים הבאים צו אייוועלט!
לעכטיג
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 9:45 pm

געדאנקן אויף תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיג »

חסידים הראשונים היו שוהין שעה אחת
קודם התפילה,

מקען דאס מסביר זיין ,
מיט א שיין געדאנק וואס געבט א יוד א רגש טוב צו דאווענען מיט א געשמאק ,

הבוחר בעמו ישראל באהבה .

די רבש"ע וויל געבן פאר א יעדן איינציגען יוד. כל ישראל יש להם חלק לעוה"ב,
כל מיני תענוגים לעולם ועד שאין השכל מעלה על הדעת ואין השכל משיג, און דאס אלעס איז
כדאי ער זאל הנאה האבען מטובו הגדול
מקור הטוב רוצה להטיב
און דאס איז בעוה"ב,
אבער כדאי די הנאה זאל זיין בשלימות,
וועט מען עס באקומען ווען מ'איז מקיים
מצוות ומעש"ט בעוה"ז , די מערסטע וואס מקען זיך אנפאקען , מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת.
אפי' מצוות שאדם דש בעקבב.. א היטש פאר יוד.. בפרט אין א אייז קאלטע וועטער ..., א פריילכען גוט מארגען פאר א יוד, ... א פשוטע שמייכעל פאר א יוד ... עס וואלגערט זיך אויף די גאסען מצוות ב"ה ,
לפיכך הרבה להם תורה ומצוות , ...
אזוי ווען מוועט נהנה זיין מטובו ית' בעוה"ב וועט מען זיך שפירן גאר באקוועם ,
באופן שאין למעלה המנו ,
פאר אלע מצוות איז קרן קיימת לעוה"ב,

און אויך בעוה"ז איז חסד קל כל היום
די רבש"ע גיסט אן א מענטש מיט חסדים אן א שיעור אין בעל הנס מכיר בניסו , און בפרט פאר איעדן יוד, עמו ישראל ,
און וואס א דור פריער ס'געווען איז געווען ווייניגער הסתרת פנים און מען האט מער געזעהן דעם חסד ה' , און דער משפיע דער מקור החסד,

די רבש"ע גיבט דאס אויך אלעס בעולם הזה כדאי ליהנות בהם בני אדם ,

וכמבואר באריכות בחובת הלבבות שער הבחינה .
וטוב לעיין כסדר שם ..

יעצט לענין תפילה ,
פונקט ווי א עבד וואס איז אמאל בגדר שוטה וקטן , וויבאלט ער איז נישט א מענטש פאר זיך נאר איז משובד צו זיין בעה"ב זיין גאנץ לעבן ,
וכל מגמתו איז לעשות נחת רוח פאר זיין בעה"ב ,
און דאס גיבט אים זיין סיפוק, אז זיין בעה"ב קוועלט פון זיין געטריישאפט ,
ער שטעלט צו פאר זיין הער וואס עס פעהלט אים ,

די זעלבע איז א יוד מ'האט די עול התורה והמצוות,
אנא עבדא דקוב"ה בכל עידן ועידן ,

אבער די סיפוק וואס א יוד האט כסדר איז אז ישראל מפרנסין לאביהם שבשמים
כביכול די נחת רוח וואס יודען געבן פאר השי"ת בכל המצוות, שאמר ונעשה רצונו,

ביי תפילה איז עס אבער א כסדר'דיגע
הנאה פאר א יוד ,

ווייל די רמב"ן הידוע פ' בא זאגט תכלית התפילה איז צו זאגען בריותיך אנחנו !
כסדר'דיגע דביקות צו השי"ת
הכרה בגבורתו , בקדושתו, בהשגחתו, עד אין סוף ,
ווי מדערמאנט כסדר ביים דאווענען ,
קומט אויס לפי זה , סנישט אזוי ווייט די פירוש המילות , דהיינו צו מאכן ocd פון עס ..
נאר איעדעס ווארט איז דאך א נחת רוח לה' , ער וויל מ'זאל דאווענען , אלע מצוות איז דאך די זעלבע כוונה
רחמנא לבי בעי !
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

מען זאגט ביי מודים ועל ניסך שבכל יום עמנו.. אסאך מאל זעהט מען עס קלאר

נעכטן האט זיך מיין 7 חדשים קינד איז אראפגעפאלן ביי די עק פון א אייזערנע דישוואשער, בחסדי השם האט עס אויסגעמיטען זיינע אויגן מיט א האר, און זיך נאר צוקריצט ביי די הויט דערנעבן.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

כח התפילה בזמננו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

Amazing story:

There's a girl Raquel Martone from the five towns. She has twin girls who are 4 and decided to finally take a vacation basically for the first time since they were born. She never wanted to leave them.

While in Miami the first week of June, she suddenly fainted one afternoon with no forewarning and then went into a coma. Her husband and family were beside themselves! The doctors were baffled and couldn't understand what had made it all happen. After a week of sitting with her in the Miami hospital they transferred her to New York so they could all do round the clock rotation closer to home. Weeks and weeks went by. Nothing changed except that her condition deteriorated bit by bit. Her in laws Katz from Baltimore had the girls. And her parents sat by her all the time.

This week they decided that 40 women would go together to the Queens cemetery that has R Yaakov Kaminetsky, R Henoch Lebowitz, R Yaakov Yosef, R Reuven Grozofsky Etc a lot of great gedolim and they would daven there together. They asked R Paysach Krohn to come and lead them in Tefillah. Today was the day!!! And much more than 40 women showed. R Krohn spoke a few minutes and then led them in Tehillim And they started davening with real intensity and fervor. It was emotional for everyone. And suddenly Mrs Martone's cell phone rang! It was her son in law. Raquel who was on a respirator and a trach had just woken up!!! Everyone was crying! R Krohn was speechless. My mothers close friend Chaya Czermak was there. She said she it was a sight not to be believed. She called my mother on the spot. My mother said you could hear the crying and excitement of everyone thru the phone!! This is true!! It happened today.
אטעטשמענטס
ר' פסח רעדט נאך די שאקירענדע נייעס!
ר' פסח רעדט נאך די שאקירענדע נייעס!
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

(שבת איז געווען די יאר-צייט פון ראש הכולל)
קורצע ווערטער פון ר' פסח, נאך'ן הערן די נייעס.

https://www.dropbox.com/s/ip5egyl9dyxcg ... 1.mp3?dl=0
לעכטיג
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 9:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיג »

בענקעל האט געשריבן:Amazing story:

There's a girl Raquel Martone from the five towns. She has twin girls who are 4 and decided to finally take a vacation basically for the first time since they were born. She never wanted to leave them.

While in Miami the first week of June, she suddenly fainted one afternoon with no forewarning and then went into a coma. Her husband and family were beside themselves! The doctors were baffled and couldn't understand what had made it all happen. After a week of sitting with her in the Miami hospital they transferred her to New York so they could all do round the clock rotation closer to home. Weeks and weeks went by. Nothing
changed except that her condition deteriorated bit by bit. Her in laws Katz from Baltimore had the girls. And her parents sat by her all the time.

This week they decided that 40 women would go together to the Queens cemetery that has R Yaakov Kaminetsky, R Henoch Lebowitz, R Yaakov Yosef, R Reuven Grozofsky Etc a lot of great gedolim and they would daven there together. They asked R Paysach Krohn to come and lead them in Tefillah. Today was the day!!! And much more than 40 women showed. R Krohn spoke a few minutes and then led them in Tehillim And they started davening with real intensity and fervor. It was emotional for everyone. And suddenly Mrs Martone's cell phone rang! It was her son in law. Raquel who was on a respirator and a trach had just woken up!!! Everyone was crying! R Krohn was speechless. My mothers close friend Chaya Czermak was there. She said she it was a sight not to be believed. She called my mother on the spot. My mother said you could hear the crying and excitement of everyone thru the phone!! This is true!! It happened today.


מורא' דיג ייש"כ פארן ברענגען
אוועטאר
ח.דעמבא
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:19 pm
לאקאציע: נישט ביים קומפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ח.דעמבא »

מיין בעה"ב האט מיר ארויס געווארפן אהן קיין עכטע סיבה און איך וויל מורא'דיג שטארק נקמה נעמען אין איהם.
אבער מ'טאר נישט, און איך גיי מילא גארנישט האבען פון דעם.
וואס זאל איך טוהן.
מיט האפנונג צו זיין א שר עשרת אלפים
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

ס׳נישט קיין טענה אז ער האט דיך געווארפן אן א עכטע סיבה, דאס איז א גוטע טענה ווען א ישיבה ווארפט ארויס, די שאלה איז אויב דיין בעה״ב האט געהאט א עכטע סיבה דיך צו האלטן, אויב נישט...
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

איינער פארציילט מיר יעצט אז ער קויפט א דירה ער האט שוין געסווייפט איינעם ס קרעדיט קארטל אויף 150 אלפים וואס ער גייט צוריק געבן ביים קלויזן
למעשה האט די באנק גארנישט געענטפערט א זאך וואס דארף נעמען 2 3 טעג און עס איז שוין אריבער 3 וואכן
בצר לו איז ער ארויף צים ציון אין ק'' י און האט זיך אויסגעגאסן זיין הארץ און ביטערלעך געוויינט
נאכמיטאג באקימט ער א קאל אז די באנק האט אפראווד די מארגעדש זיי דארפן נאר עטליכע דאקומענטן וכדומה, ער האט געפרעגט די ברוקער ווען די באנק האט געגעבן די אפראוול, הערט די אפראוול איז געשיקט געווארן די זעלבע צייט וואס ער האט זיך אויסגעגאסן די הארץ צום רבוש"ע ביים ציון
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

בס"ד

א גוטער חבר מיינער, א כהן, אן ערליכער געשעפטסמאן (געווען ביז אפאר יאר צוריק...).
דערציילט מיר אזוי:
איין נאכט ביי א חתונה האט אים אן ערליכער איד געזאגט אז ער דארף ענדיגען ש"ס.
ער איז אהיים געקומען ארום צוויי אזייגער פארטאגס, און געטראכט 'מארגן פאנגט מען אן' אבער ב"ה דער ייצר טוב האט זיך מתגבר געווען, און אזוי שלאפעדיגערהייט האט ער אנגעפאנגען דף ב. מס' ברכות.
זיין מזל האט אים אויפגעשיינט! ביז א קורצע תקופה האט ער זיך געטראפן (ביי די 40) אין כולל אגאנצען טאג! און זיין חשוב'ע רעבעצין זז"ג האט איבערגענומען דאס פירן דעם געשעפט (אגב, קענט איר אים אינזינען האבן, ווייל לעצטנס מוטשעט ער זיך מיט פרנסה).
איין טאג אין כולל שפרינגט ער אויף און שרייט: צעטעלע! קום אהער דו מוזט דאס זען!
און ער דערציילט, איך האב שוין נישט געהאט קיין כח צו לערנען גמרא, האב איך געקלערט צו לערנען עפעס לייכטער....
און דאס האט זיך געעפענט: א מדרש: אז ווען משיח וועט קומען וועט זיין צוויי סארט כהנים: די וואס האבן געלערנט תורה וועלן קענען טון די עבודה, און די וואס נישט.....
און מיט איין שמחה איז ער צוריק געשפרונגען צו די גמרא.
היינט האלט ער שוין אינמיטן די פערטע מאל ש"ס!

איז די מעשה אזוי:
איך האב געפלאנט חתונה צו מאכן מיין טאכטער תחי' מיטוואך אין אפאר וואכן ארום, דא אין די נתניה, די זאל האב איך שוין באשטעלט א שטיק צייט צוריק, וויבאלד מיינע עלטערן און רוב געשוויסטער וואוינען אין חו"ל, האב איך יעצט אנגעפאנגען צו זיכן דירות פאר זיי, און א מאדנע זאך - ס'נישטא גארנישט עוועילעבל, ביי די האטע"ל אויך נישט, און אפילו פרייע האטעלס וואקינ"ג דיסטענ"ס האבן אויך גארנישט. זייער א מאדנער ערשיינונג.

נתברר, אז חסידות גור מאכט פונקט דעמאלט זייער יערליכע 'ועידה עולמית' און זיי האבן אלעס באשטעלט פאר די חשובע תומכים.
מה עושים? מתפללים לה' - אזוי ווי איך בין כסדר מתפלל, אויף הוצאות החתונה ווייס איך דאך אויך נאכנישט פון וואו ער וועט מיר שיקן, איז לאמיר זיך פשוט פארלאזן אויף אים אינגאנצן.

איי איי איי איי איי איי.... וואס זאל איך איך אייך זאגן? נישטא נאך אזא זיסע זאך ווי אמונה, פאר כל הון שבעולם וואלט איך נישט פארקויפט יענע תקופה פון אזא נאנטקייט צום רבוש"ע.

אבער ס'געקומען די מינוט וואס די ישועה דארף נתגלה ווערן, איז באקום איך א טעלעפאן קאלל פון די זאל מענעדזע"ר, און ער זאגט מיר אזוי אומבאקוועמערהייט אז ער רופט בשליחות פון איחוד מוסדות גור, אז היות זיי מאכן דאנערשטאג א ריזיגן דינר, ווילן זיי שוין פון מיטוואך צוגרייטן די זאל, אויב וואלט געווען שייך צו בעטן איך זאל רוקן די חתונה צו א צווייטע זאל (אדער דאטום). און פארשטייט זיך אז זיי וועלן באצאלן יעדן הפסד.

נו נו, אז מ'קען מאכן א חסד, אוודאי! בס"ד האט מען געטראפן א גוטע זאל אין בני ברק וואס איז פונקט(....) געווארן עוועילעבל, דער מחותן (א בני ברק'ער) האט זיך גאר געפרייט, ס'איז סה"כ 6,000 שקל טייערער, פיין, געשלאסן אויף די זעלבע דאטום בשעה טובה ומוצלחת (אמן. צעטעלע)

גייט אריבער אפאר טעג, רופט מיר דער מענעדזע"ר ווידער (דאס מאל שוין נישט אזוי אן-קאמפארטעבל...) און מיט א שמחה של מצווה איז ער מיר מודיע אז מוסדות גור האט פאר מיר אריין געשיקט 40,000 שקל (דעקט די חתונה נאכט מיט אביסל טשעינד"ז...) - און בנוסף געבן זיי מיר אן אויסגעצאלטער ריזיגער וויל"א דא בשכנות, גענוג צו אקאמאדעיט"ן די גאנצע משפחה בימי השמחה.....

נאאאא...? וואס זאל איך דא אויספירן וואס זאל נישט זיין בבחינת 'כל המוסיף גורע'?

נאך איין עפיזאד וואס כ'האב געהערט פון דעם איד:
ביי די לוי' פון ר' חיים קנייבסקי האט ער זיך שטארק גע'יישוב'ט וואס צו טון, און ער האט מיט זיין חברותא (א ת"ח עצום) מחליט געווען צו לערנען ווי יעדן טאג ביז 1:00 מיטאג, און דאן נעמען א באס קיין בני ברק. פון לערנען תורה דערלייגט מען נישט!

בערך 1:05 איז ער אויפגעשטיגן מיט זיין חברותא אויף א ליידיגע באס קיין ב"ב (דער עולם איז שוין לאנג געזעצן אין טרעפיק דעמאלט) ויסעו.
נאך אפאר מינוט זאגט זיי דער דרייווער אז ער האט יעצט ערהאלטען א באפעל זיך צוריק צו דרייען.
מיין חבר זאגט אים: אנטשולדיגט אבער איך האב באצאלט אויף א נסיעה קיין בני ברק. זיי מוחל און פיר אונז קיין בני ברק!
דרייווער: אויב איר גייט נישט יעצט אראפ פון באס פאר איך אהיים און איר זענט געלאדענט פאר א קאווע ביי מיר...
חבר: אוואו וואוינט איר?
דרייווער: תל אביב.
שוין, האט מיין חבר מחליט געווען צו פארן קיין תל אביב, האפענדיג אז דארט וועט ער כאפן א טעקסי.
אינמיטן וועג דערקענט ער אז מ'איז אין רמת גן ממש נעבן בני ברק (שאסיי 4 איז געווען אפגעשפארט) און דער דרייווער האט געוואוינט אין תל אביב ממש נעבן רמת גן.
פליצלונג שרייט מיין חבר אויס: אונז זעמער דא ביי די צווייטע זייט בית החיים!
זיי זענען אראפ, געגאנגען א מינוט צוויי צופיס.
און נאך אפגעווארט דעם מיטה אפאר מינוט.....
קוק אהער
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 8:50 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אהער »

איינער מיט א גוטן שיעור אויף שער הביטחון גוט פארגעלערנט אויפן פאון אדער ערגעץ ווי?
רק להתענג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 12:18 am

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רק להתענג »

קוק אהער האט געשריבן:איינער מיט א גוטן שיעור אויף שער הביטחון גוט פארגעלערנט אויפן פאון אדער ערגעץ ווי?

גא"מ
לויב
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויב »

רק להתענג האט געשריבן:
קוק אהער האט געשריבן:איינער מיט א גוטן שיעור אויף שער הביטחון גוט פארגעלערנט אויפן פאון אדער ערגעץ ווי?

גא"מ

viewtopic.php?p=2541056#p2541056
קוק אהער
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 8:50 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אהער »

לויב האט געשריבן:
רק להתענג האט געשריבן:
קוק אהער האט געשריבן:איינער מיט א גוטן שיעור אויף שער הביטחון גוט פארגעלערנט אויפן פאון אדער ערגעץ ווי?

גא"מ

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p2541056

יישר כח!
צדק תרדוף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 3:04 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדק תרדוף »

א דראמאטישע פאסירונג האט זיך אפגעשפילט די וואך אינעם לעלוב'ער ביהמ"ד אין בית שמש. הנגיד ר' יעקב ביסטריצער הי"ו פון קאנאדא, א לעלוב'ער נדבן וועלכער האט מנדב געווען א ס"ת לע"נ דעם רבי'ן זצ"ל איז אוועק געפאלן מיט א הארץ אטאקע און האט זיך געפונען אין גאר א שווערן צושטאנד. פרייטאג צונאכטס איז דער רבי זצ"ל געקומען אין חלום צו א סופר סת"ם פון די חסידות הרה"ח ר' יוסף קאפ הי"ו, און אים געזאגט אז אין די דערמאנטע ס"ת איז דא א טעות אינעם ווארט "אהרן", און אז בעז"ה וועט דער נגיד לרפו"ש געזונט ווערן.


דער סופר האט דאס דערציילט פארן רבי'ן שליט"א וועלכער איז אליינס געקומען אין ביהמ"ד און געבעטן יונגעלייט בודק צו זיין דעם ספר תורה, און מען האט טאקע געטראפן א קליינעם גרייז אינעם ווארט "אשר פקד משה ואהרן על פי ה'", אנהייב במדבר. געציילטע שעה'ן נאכן פאררעכטן דעם טעות איז אנטשטאנען א גרויסער שינוי לטובה אינעם געזונט צושטאנד פונעם נגיד ונדבן הסית!

גדולים צדיקים במיתתם.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וואה א שטארקע מעשה
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

צדק תרדוף האט געשריבן:א דראמאטישע פאסירונג!

גדולים צדיקים במיתתם.

ש'כויח! ממש מחזק.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

א פחד'יגע מעשה

רעדעך נעכטן צו מ.ש. (איינער גאר א נאנטער מיינער), דערציילט ער מיר די פאלגענדע:

איך האב פריערט באקומען א טעלעפאון קאלל פון צ. (אונזערס א נאנטער), און צ. פרעגט אים: זאג מיר, איז עס נארמאל אז איך געפון זיך יעצט אין שפיטאל וואו מיין פיצל קינד דארף אריבער גיין אן אפעראציע האפענטליך צוריק צו באקומען איר זעה קראפט נאכן עס ליידער פארלירן עטליכע וואכן צוריק, און יענער בחור איז דא מיט מיר? ער פייניגט מיר ממש, אז איך וויל לויפן ווייסעכווי... איז עס נארמאל?

ענטפערט מ.ש. יא! ס'איז העכסט נארמאל, זעט אויס אז דער בורא ומנהיג וויל דיר געבן ישועות.... רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצוות.
לאמיר מאכן א דיעל, איך געפון זיך יעצט דא ביי רשב"י, און ביליוו איט אר נאט, איך פרעגל זיך אין נסיונות אזש איך שפיר ווי איך שפרונג ארויס פון די הויט, איז עס נארמאל? רצה הקב"ה וכו'
איז לאמיר מאכן א גאר שטארקע קבלה זיך צו שטארקן אויף יעדן אופן שייך פאר די קומענדיגע 24 שעה, מיט האפענונג אז שפעטער וועט מען עס קענען מאריך זיין לעולמי עד.

נאך א קורצע צייט באקום איך א טעלעפאון קאלל, אייער טאכטער האט אויסגעהאקט אן אויג.... נאך א טעלעפאון, אייער טאכטער האט געעפענט די קאפ... אזוי אפאר (אומקלארע) טעלעפאונען איינס נאכן צווייטן....
למעשה נתברר אז זו האט זיך געשפילט אין פארק, און אריין געלאפן אין אן אייזן, וואס האט איר געמאכט א לאך אין קאפ אפאר מילימעטער(!) פון אויג....
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וואס ס’גייט דא נישט פאהר
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
burich mechel
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:10 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך burich mechel »

צעטל קלעבער האט געשריבן:א פחד'יגע מעשה

רעדעך נעכטן צו מ.ש. (איינער גאר א נאנטער מיינער), דערציילט ער מיר די פאלגענדע:

איך האב פריערט באקומען א טעלעפאון קאלל פון צ. (אונזערס א נאנטער), און צ. פרעגט אים: זאג מיר, איז עס נארמאל אז איך געפון זיך יעצט אין שפיטאל וואו מיין פיצל קינד דארף אריבער גיין אן אפעראציע האפענטליך צוריק צו באקומען איר זעה קראפט נאכן עס ליידער פארלירן עטליכע וואכן צוריק, און יענער בחור איז דא מיט מיר? ער פייניגט מיר ממש, אז איך וויל לויפן ווייסעכווי... איז עס נארמאל?

ענטפערט מ.ש. יא! ס'איז העכסט נארמאל, זעט אויס אז דער בורא ומנהיג וויל דיר געבן ישועות.... רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצוות.
לאמיר מאכן א דיעל, איך געפון זיך יעצט דא ביי רשב"י, און ביליוו איט אר נאט, איך פרעגל זיך אין נסיונות אזש איך שפיר ווי איך שפרונג ארויס פון די הויט, איז עס נארמאל? רצה הקב"ה וכו'
איז לאמיר מאכן א גאר שטארקע קבלה זיך צו שטארקן אויף יעדן אופן שייך פאר די קומענדיגע 24 שעה, מיט האפענונג אז שפעטער וועט מען עס קענען מאריך זיין לעולמי עד.

נאך א קורצע צייט באקום איך א טעלעפאון קאלל, אייער טאכטער האט אויסגעהאקט אן אויג.... נאך א טעלעפאון, אייער טאכטער האט געעפענט די קאפ... אזוי אפאר (אומקלארע) טעלעפאונען איינס נאכן צווייטן....
למעשה נתברר אז זו האט זיך געשפילט אין פארק, און אריין געלאפן אין אן אייזן, וואס האט איר געמאכט א לאך אין קאפ אפאר מילימעטער(!) פון אויג....

און?
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

burich mechel האט געשריבן:
צעטל קלעבער האט געשריבן:א פחד'יגע מעשה
למעשה נתברר אז זו האט זיך געשפילט אין פארק, און אריין געלאפן אין אן אייזן, וואס האט איר געמאכט א לאך אין קאפ אפאר מילימעטער(!) פון אויג....

און?

מ'האט נאר געדארפט אפאר סטיטשע"ס ב"ה, איך וויל זיך נישט פארשטעלן ווען ס'איז אפאר מילימעטער נידריגער.... איך האב זיך שוין לאנג נישט געדרייט אין הימל, אבער ס'זייער מעגליך אז מ'האט אים געשיקט אזאלכע נסיונות צו ראטעווען איר אויג...
#רצה_הקב"ה_וכו'
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

געווען זענען זיי א געשמאקע פארפאלק רחמים און זיין רעבעצין, בד"כ זענען זיי זיך אויסגעקומען גוט, און געלעבט בשלום ושלווה.
מ'האט געווארט עטליכע יאר נאך די חתונה, און ב"ה מ'האט זוכה געווען צו א זיס לעכטיג קינד, ס'געבוירן א בן יחד'ל למז"ט, און זיי האבן אים א נאמען געגעבן ישראל.
שרוליק'ל איז געווען א ווילד קינד, אבער מ'האט געהאפט אז ער וועט ערליך אויסוואקסן...

נישט אלעמאל האבן רחמים און זיין שטוב זיך אויסגעקומען איבער ווי אזוי מ'דארף זיך אפגעבן מיט שרוליק'לס חינוך, אבער מ'האט דורך געשטיפט.
די בר מצווה איז געפראוועט געווארן מיט גרויס פרייד, וואס טייטש? שרוליק'ל איז שוין א גדול! זאל ער וואקסן א גדול בתורה ועבודה האבן זיינע עלטערענס ליפן געשעפשעט.

אבער ליידער ליידער, ממש נאך די בר מצווה האבן זיך זאכן אנגעהויבן צו וואקלען, ער האט זיך אויפגעפירט ווי א חיה, געחוצפ'עט צו עלטערע, ס'געווען שווער צו וויילן אין זיינע ד' אמות.
מ'האט פרובירט רעדן מיט אים אזוי צו אזוי, אבער גארנישט, הילד איננו, די אנגעצויגנקייט אין שטוב איז געוואקסן, ביז ס'האט ליידער גורם געווען אזאלכע שלום בית ביי זיינע עלטערן, אז זיי האבן זיך ליידער צוטיילט רח"ל... די צער און בושות איז נישט צום באשרייבן....

אפאר יאר שפעטער:
איין טאג דרייט זיך רחמים טרויעריגערהייט עלנד אין גאס, און אט הערט ער זיין באליבטן שרוליק'לס שטומע פון איינע פון די פענסטערס, ער שטעלט זיך האסטיג אפ און לייגט צו אן אויער, הערט ער ווי שרוליק'ל רעדט זיך אויס צו איינעם דארט 'אזא שאד מיינע עלטערן האבן זיך גע'גט, איך האב נישט קיין נארמאלע בעט, דו ווייסט דאך אז מיין טאטע איז רייך, דו ווייסט וואס ער פלעגט מיר אלץ קויפן? קענסטעך פארשטעלן אויף וואספארא שיינע אויספלוגן מיר פלעגן גיין? א שאד א שאד.... איך בענק מיך נאך די טייערע רעסטעראנטן.... די טייערע בגדים וואס איך פלעג טראגן, דו געדענקסט אוודאי ווי איך בין אלעמאל געווען דער ערשטער צו האבן יעדן נייעם טשאטשקעלע...'

רחמים האט עס נישט געקענט אויסהאלטן.... מ'קען נישט באשרייבן זיין צער 'דאס איז וואס ליגט אים אין קאפ? פאר דעם וואלט ער געוואלט איך זאל צוריק נעמען זיין מאמע'ן? ער חלום'ט דען וויפול צער, ייסורים, עגמ"נ און חרטות זיין מאמע און איך גייען אריבער?'

ווי זיס וואלט געווען ווען רחמים לייגט צו אן אויער און הערט 'דו ווייסט ווי שטארק איך האב רחמנות אויף מיינע עלטערן? צוליב מיר זענען זיי נעבעך עלנד אליין, אזוי בצער.... איך וואלט געטון אלץ וואס איך קען, נאר זיי נישט מצער זיין...'

איך שטיי פריערט אין ביהמ"ד, און איך בין זיך משתתף מיט די צער השכינה: טאטע שיק שוין משיח, איך קען נישט מער, די נסיונות, די פרנסה, די שטוב און קינדער, טאטע לייז אונז שוין אויס!
ווען פליצלונג כאפ איך ווי סעלפיש איך בין! דאס אינטערסירט מיר אין אזאלכע טעג? מיין מצב? מיינע שוועריקייטן? וואס איז מיט כביכול דעם בעל הרחמים'ס צער? וואס איז מיט די שכינה וואס איז נעבעך אזוי פארשעמט? לאמיר כאטש וויינען אויף זייער צער. טאטע זיסער קער שוין צוריק די שכינה. ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים, מיר ווילן שוין זען דיין צוריק-קערונג טאטע, מיר ווילן דיר כביכול משמח זיין.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

אוי שרייבסטו גיט
טו דעי פוינט
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

האסטו וועסטו האט געשריבן:אוי שרייבסטו גיט
טו דעי פוינט

ש'כויח
נישט קיין אייגנס, אבער ס'האט גערעדט צו מיר.... נישט אז יעצט האב איך פארגעסן פון מיינע צער, אבער כאטש ווייס איך צו וואס צו שטרעבן...
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”