Kosher Travel האט געשריבן:מארגעזש עדווייזער האט געשריבן:ליידיג גייער האט געשריבן:רב גארניש ליגט שטארק אין כשרות און ווי איך פארשטיי פיהרט ער די אוי קעי ok הכשר, ווי יעדער אין די ליין איז דא וואס עס גייט אונטער די ארגאניזאציע און ס'דא וואס עס שטייט נאר זיין אייגן נאמען. פארשטייט זיך אז ליגנדיג שטארק אין כשרות איז דא אסאך וואס פארלאזן זיך אויף איהם אבער עס איז דא אסאך וואס נעמען איהם נישט אהן אלס גענוג היימיש.
איך מיין די מאכסט א טעות, ok איז חבד"סקער חברה בעיקר , רב גארניש איז פאר זיך אליינס שוין יארן , אדרבה אז די האסט פרוף ברענג עס אהער , אויף זייער וועבסייט שטייט אויסגערעכענט אלע זייערע רבנים און ארבעטערס על פי רוב
איך מיין אז די OK Kosher Supervision איז נישט אזוי ווייט חב"ד חברה, ווי אז זיי זענען מער היימיש ווי די אלגעמיינע אמעריקאנע השגחות (ווי למשל די OU). איך האב געהערט אז זיי זענען מקפיד צו האבן משגיחים, דווקא מיט בערד, און אפשר פארדעהם האבן זיי אויך חב"ד משגיחים. ווי מען קען זעהן אויף זייער וועב זייטל,
אלע זייערע משגיחים גייען מיט בערד.
https://www.ok.org/about/מיהר, אויף Kosher Travel Info טוען מיהר טאקע שעצן זייערע היימישע השגחה מיט א ספעציעלע טעג פאר כשר רעסטוראנטען אונטער זייער השגחה, ווייל עס האט מער חומרות.
http://koshertravelinfo.com/listings/ta ... ification/
קען זיין איך האב מיר נישט גוט אויסגעדרוקט אדער מען האט נישט גוט פארשטאנען, די ok האט געפענט א חב"ד'סקער חסיד הרב דן יואל ליווי אין קראון הייטס ,שוין היינט א אלטע איד , די הויפטקווארטיר איז אין קראון הייטס אויף טרוי עוועניו שוין זייטן עפענען יארן צוריק, און רוב פון די גרויסע אנפירערס און רבנים זענען חב"ד'סקע חסידים , פארשטייט זיך אז סאיז היינט צוטאגס א וועלטס פארצווייגעטע השגחה און האבן ברענטשעס אין די גאנצע וועלט, עס האט גארנישט מיט די אפיציעלע חב"ד , עס איז א פריוואטע ביזנעס השגחה באמת , אבער זיי האבן א ריזיגע מערהייט פון חב"דסקע ארבייטערס און רבנים , זייערע קולות זענען און א וועג גרינגער ווי ou און זייערע פאליסיס זענען אויך אסאך גרינגער ,דאס האבן מיר אסאך רעסטעראנטס געזאגט ,
ou איז מער להלכה און תורה לאמיר זאגן און זיי נוצן אלע קולות פון ר' משה בקלומפיש , ok איז מער געבויעט ווי חב"ד און זייער חסידות ווי עס לויפט היינט , ou איז א ארגענעזעישאן אן קיין בעל הבית, משא"כ ok איז א פריוואטע ביזנעס , און פארשטיי אליינס די חילוק ווען עס קומט צו כשרות .
גראדע וועגן די בערד , היינט צוטאגס ou נוצט זייער אסאך חסידישע אידן איבעראל פאר משגיחים , עס קען זיין זיי טיען עס פאר פרסומי ניסי אדער פאר אלא לראותם בלבד ,אדער יא וועגן א חסיד איז מער א ירא שמים און האט מער טראסט איבער כשרות,
אבער דאס איז א פאקט אז ou פרובירט צו נוצן חסידים און רעסטאראנטס בפרט פאר משגיחים