'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

איך שרייב דען אז מען זאל זיי כופף זיין? איך שרייב אז מען זאל נישט זיין כפוף אונטער זיי. איינמאל מען איז נישט כפוף אונטער זיי, קען מען ארבעטן מיט זיי.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:איז נישט ע״פ חסידות צו ארבעטן ״מיט״ די געפיל אנשטאט זײ כופף זײן?

יא.

ברויך מען אבער גוט פארשטיין דאס ענין.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

דהײנו?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

מיך דאכט זיך אז אין די אינערליכקייט פון א פינעווער איז דא אזא סארט לאגישע אינסטראקציע געבער וואס זאגט אים: יעצט איז לאגיק צו טון אזוי דוקא און נישט אנדערש, און יעצט איז לאגיק צו טון אזוי און אזוי דוקא און נישט אנדערש. עפעס אזוי. אזוי מיין איך. איך דארף אבער האבן די הסכמה פון א פינעווער אז אזוי ארבעט זיך ביי אים אינערליך.

נישט נאר אז ער ווייסט וואס פונקטליך לאגיק האלט אז ער דארף טון, נאר עס איז גאר שטארק אויפגעבויט אין אים א שארפער פונקטליכער וויסנשאפט וואס זאגט אים שטארק: טו יעצט אזוי און אזוי ווייל אזוי און אזוי איז די לאגישע וועג צו טון, און אנדערש איז גאר נאריש. ער פיהלט עס. ער איז מקושר צו עס, נישט נאר ער ווייסט עס. עס איז דא אין אים מיט א שטארקייט. ער קען עס נישט אפלאזן און עס לאזן גיין. ער קען נישט זיין אנדעם. לאגיק וועט אים זאגן צו יעדע צייט פונקטליך וואס ער האט צו טון. ווייל דאס געט אים השי"ת. עס גייט אלעמאל זיין אוועליבל פאר אים. לאגיק פירט אים. ער קען נישט זיין 'נאריש', ער קען נישט טון אן א 'חשבון', עס גייט האבן א לאגישקייט אין זיך.

אפילו אויב דער פינעווער וועט טון אנדערש ווי זיין לאגיק, ער וועט ליינען עפעס א פארשטופטע פינף הונדערט יעריגער ביכל פון עפעס א חכם פון מיטל אלטער, און ער ווייסט אז ער דארף טון אנדערש, מיט דעם אלעם ווערט ער נישט אפגעהאקט פון זיין לאגישן געבוי. דאס אליין אז ער ליינט דעם בוך איז יעצט לאגיק פאר אים צו טון.

אנדערש ווי א מענטש וואס קען נישט טרעפן אין זיך, און אנהאלטן אין זיך, א געבויטן שטארקן אינערליכן לאגיק וואס זאל אים זאגן וואס ער זאל טון, אפילו אויב דער אנדערער מענטש ווייסט וואס ער האט צו טון, האט ער אבער נישט דעם לאגישן געבוי מיט אזא שטארקייט, מיט אזא קלארקייט.

עס פיהלט זיך מיר אז א פינעווער טרעפט אין זיך צו יעדער צייט אזעלכע געבויטע לאגישע מהלכים אין וועלכע ער קען דערין לויפן. ער איז אלעמאל קאנעקטעד צו די שפע פון אויסגעשארפטע לאגיק וואס ווייזט אים אן מיט גאר א שארפער קלארקייט וואס פונקטליך ער זאל טון. אזוי ווי א מענטש וואס אטעמט איז דא לופט גרייט פאר די נעקסטע אטעם. אזוי ווי די הארץ וואס קלאפט פון זיך אליין. אזוי איז לאגיק דא אים צו זאגן וואס צו טון נעקסט.

איך וואלט אנגעקוקט די אינערליכקייט פון א פינעווער אז זיין לאגיק האלט אין איין אויסרעכענען פאר אים וואס עס לוינט זיך אים צו טון. עס רעכנט זיך אים פון זיך אליין. נעם אוועק דעם לאגיק און עס ווערט אויס פינעווער. אויס פינעווער מיינט אז ער וועט זיך טרעפן אין א וועלט וואס האט נישט א מוקדם ומאוחר, עס איז תוהו ובוהו, לאגישקייט איז נישט וואס טרייבט מעשים. ביז ער וועט זיך וואונדערן: וואס טרייבט די מענטשהייט? ער ווייסט נישט. ווייל לאגיק ווייסט נישט פון אזא מענטשהייט צו זאגן.

איך וואונדער מיך צי א פינעווער קען באגרייפן אין זיינע כלי ההשגה אז ס'דא מענטשן וואס נוצן נישט לאגיק צו אויסרעכענען וואס צו טון? און זיי האבן טאקע "פופצן זאכן" וואס זיי קענען יעצט טון. און קיין איינס פון די פופצן האט מיט אלעם אבער נאר נישט מיט לאגיק צו טון. און זיי דארפן עקסטער דעם זיך שטארקן און שטארק ערוועקן און נוצן לאגיק צו דערגרייכן עפעס א קוים מערקבארער ידיעה צו וויסן וואס לאגיק האלט אז מ'דארף טון. און די קומענדיגע רגע דארפן זיי נאכאמאל זיך שטארקן און שטארק ערוועקן און נוצן לאגיק צו דערגרייכן עפעס א קוים מערקבארער ידיעה צו וויסן וואס לאגיק האלט אז מ'דארף טון. און די קומענדיגע רגע נאכאמאל. ווייל זיי האלטן אין איין אריינפאלן אין די ים פון הרגשים.

איך וואונדער מיך צו זיי באגרייפן אז ס'דא מענטשן וואס האבן נישט קיין אנהייב, נישט קיין מיט'ן, און נישט קיין סוף. גארנישט. צי ער קען באגרייפן וואס עס מיינט אלץ אז מענטשן ווערן געטריבן פון בלויז געפיל. סתם רויע געפילן. ווי פישן וואס לויפן ארום אין טאנק, ווי טשיקעלעך אין פארעם, ווי קינדער אין פלעי גראונד, ווי א מענטש אין א חלום.

פונקט אזוי ווי אין א פירער איז דא די נפשיות'דיגער געבוי פון געפיל וואס דער 'איך' זיינער ווערט איבערגעשווענקט דערמיט, און עס וואשט אפ כל מינע לאגיק. אזוי איז דא אין א פינעווער א נפשיות'דיגער געבוי פון "אזוי און אזוי דארף מען יעצט טון"

ווען א פינעווער זאל פיהלן וואס א פירער פיהלט וועט ער עס נישט קענען גלייבן. ער וועט פרעגן דעם פירער: וואס איז דאס די אלע נארישע הבלים אין וואס דו ביסט אזוי פארשוועמט? וואס פעהלט דאס אויס בכלל? וואס האט דאס מיט לעבן? לאז דיך אפ פון דעם. וואס איז ווערד צו לעבן אין אזא וועלט? סתם געפיל, און שוין? צי זעהסטו נישט אז ס'דא פאר דיר א וועלט? צי ווייסטו נישט אז ס'דא א אנהייב, א מיט'ן און א סוף, און דו ביסט ערגעץ אינדערמיט? אזוי לעבן אן א פלאן? קוקט דיך ארום - זאגט דער פינעווער - און זעה אז ס'דא פאר דיר א וועלט. וואס לעבסטו אין אזא תוהו ובוהו? צי זעהסטו נישט ווי אלעס אין די וועלט האט א חשבון פארוואס דאס איז. צו זעהסטו נישט אז דו ביסט ערגעץ אויף א פלאץ מיט אזויפיל שוועריגקייטן און קאמפליצירונגען מיט וואס מ'דארף נוצן לאגיק זיך צו א עצה געבן דערמיט?

אדער: איך האב אלעמאל געוואוסט אז געפיל איז נאריש, איך האב אבער נישט געוואוסט ווי ווייט.

און ווען א פירער וועט פיהלן איינמאל וואס דער פינעווער פיהלט וועט ער ארויסגיין פון התפעלות. העי, אלעס מאכט א חשבון, זאכן זענען דא מיט א סיבה. יעדע זאך האט אין זיך אריינגעקריצט 'ריזן'. איך בין א געוויסע 'ריזן', יעדע זאך קומט פון ערגעץ און גייט צו ערגעץ. און וואו בין איך? וואס טו איך?

אונטערשטע שורה איז, אז מ'דארף אלעמאל געדענקען אז ווען איך זעה יענעם מיינט נאכנישט אז איך קען כאפן אין וועלכע עולם יענער לעבט.

פינעווערס האבן אין זיך אזא זאך צו פארשטיין וואס עס געשעהט מיט זייערע אינערליכקייטן. יעדע זאך ווערט אריינגעפרעמט אין אזא לאגישקייט. א פינעווער נעמט אן אז מענטשן האבן אין זיך כאטש עפעס א לאגיק פארוואס זיי טוען וואס זיי טוען. אבער צי כאפן זיי אז מענטשן לייגן אוועק די לאגיק און לאזן זיך פיהרן פון א אינערליכע נפשיות'דיגער זאך וואס הייסט געפיל? וואס האט נישט אין זיך קיין לאגיק וואטס סאו עווער? וואס געט פופצן נארישע זאכן וואס דו קענסט יעצט בוחר צו טון?

די פינעווערישע איגו איז צו פיהלן אז זיי קענען זיך א עצה געבן מיט די וועלט. די ענין פון פיהלן אז ס'דא א עצה, איז די ענין פון חכמה.

ווייל אז מ'פארשטייט, ווייסט מען וואס מ'האט צו טון. א עצה פרעגט מען פון קלוגע לייט. זעהט אויס אז די ענין פון חכמה און די ענין פון קענען, איז די זעלבע סארט געטליכקייט. ה' בחכמה יסד ארץ.

והשם הטוב יעזור
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

קודם לאמיר מקדים זיין אז איך רעד פאר זיך און עס מוז נישט זיין אז אלע פעלאו פינעווערס פילן די זעלבע וועג.

יעצט, בדרך כלל בין איך מסכים מיט דיין תגובה נאר עטליכע זאכן וואלט איך געזאגט אביסל אנדערש.

ערשטענס, די וועלט דרייט זיך נישט איבער וואס עס איז די לאגישע זאך "פאר מיר יעצט צו טון" (אפשר אן איינסער טראכט אזוי) נאר בכלל וואס איז די אמת'ע מציאות הדברים פון דעם ענין וואס ווערט יעצט באטראכט, מאכן החלטות איז בלויז איינער פון די זאכן וואס קענען ווערן באטראכט.
צווייטנס אפילו מען שאפט טאקע באשלוסן באזירט אויף לאגיק מיינט עס נישט אז מען קען זיך נישט פירן למעשה אנדערש ווי די לאגיק דיקטירט, עס קען נאך אלץ זיין סיי וועלכע נגיעה אדער אפילו געפיל וואס זאל אוועקשלעפן פון טון די לאגישע זאך אבער די ידיעה וואס עס איז די ריכטיגע זאך צו טון און די מערסטע עפישענט וועג עס צו טון איז געבויעט בלויז אויף לאגיק און עס איז אסור דארט אריינצומישן געפילן.

יעצט בנוגע וואס עס איז די עיקר נקודת האיגו פון דעם פינעווער מיין איך אז עס איז דאס וואס ר' שרגא רופט אן "דעת הבעלות" און דאס מיינט אז ווען מען פארשטייט אן ענין אויף אן אופן וואס אלעס שטימט פילט מען ווי מען איז אין קאנטראל דערפון און מען אונט עס. סאו ס'איז אזוי ווי דו שרייבסט אז "די פינעווערישע איגו איז צו פיהלן אז זיי קענען זיך א עצה געבן מיט די וועלט" אבער עס איז נישט בלויז ביי ענינים וואס העלפן פאקטיש זיך אן עצה צו געבן מיט די וועלט, נאר אפילו ביי ידיעות וואס וועלן קיינמאל נישט זיין נוגע למעשה, אויב פארשטייט מען עס קלאר און אודאי אויב מען קען עס סיסטעמייזן לויט פונקטליכע כללים באקומט מען א געוויסע געפיל פון אייגענטומערשאפט און קאנטראל און די גאנצע וועלט ווערט א מער פארזיכערטע פלאץ צו וואוינען.

איך וועל ענדיגן ווי דיר, אזוי זעט מיר אויס דערווייל, וה' הטוב יעזור.
אה און אמר"ש, לעצטנס קומסטו אריין משוגע קלאר.
נשמה האט געשריבן:ב"ה

איך וואונדער מיך צי א פינעווער קען באגרייפן אין זיינע כלי ההשגה אז ס'דא מענטשן וואס נוצן נישט לאגיק צו אויסרעכענען וואס צו טון? אז ס'דא מענטשן וואס האבן נישט קיין אנהייב, נישט קיין מיט'ן, און נישט קיין סוף. גארנישט. צי ער קען באגרייפן וואס עס מיינט אלץ אז מענטשן ווערן געטריבן פון בלויז געפיל. סתם רויע געפילן. ווי פישן וואס לויפן ארום אין טאנק, ווי טשיקעלעך אין פארעם, ווי קינדער אין פלעי גראונד, ווי א מענטש אין א חלום.


נשמה האט געשריבן:אדער: איך האב אלעמאל געוואוסט אז געפיל איז נאריש, איך האב אבער נישט געוואוסט ווי ווייט.

דאס איז גענוי וויאזוי איך פלעג טראכטן בעפאר איך בין געוואר געווארן פון די אניאגראם, אבער נאכדעם האט זיך מיר געעפנט א וועלט און איך ווער שוין נישט אזוי ברוגז פארוואס מענטש זענען אזוי "סטופיד" און מאכן באשלוסן אן קיין טראפ לאגיק.
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

מח בקדקדו האט געשריבן:
ברכה והצלחה האט געשריבן:@נשמה אין @מח שבקדקדו - שטארקע יסודות
אבער! קלארט אביסל מער אויס די ענין
וואס איז די ריכטיגע אידישע צוגאנג, בנוגע "אן פילן די חסרון"?
נשמה שרייבט אז אנצופילן דעי צורך קומט פון איגוי, איז מיין שאלה - וואס איז די נפש אלקית מהלך כלפי דע חסרון, מען דארף עס לאזן לויפן אין נישט נאך געבן בכלל, אדער נאכגעבן באופן עבודת השם?

עס איז א גרויסער אריכות אריינצוגיין וויאזוי זיך צו ספראווען דערמיט. אבער אין איין ווארט: די צורך איז א צורך אריינגעבויעט אין דעם נפש. מען קען דאס נישט אויסרייסן.

נאר וואס דען? א מענטשן דארף זיך אויסארבעטן צו קענען אפטיילן דעם הרגש פון דער מציאות. מען דארף זיך אויסארבעטן צו קענען טון וואס מען דארף טון, צו מצד רצון ה' צו מצד סיי וועלכע אנדערע פליכטן וואס ליגן אויף א מענטש, אן ווערן אוועקגעשלעפט פון די געפילן. דערנאך איינמאל מען פארשטייט שוין און מען קען שוין אננעמען די געפילן אן עס זאל משפיע זיין אויף די מעשים. דאן קען מען ניצן די געפילן עס אריינצולייגן אין סיי וועלכע זאך וואס מען טוט, אן זיין "אנגעוואנדן" אין זיי אז זיי זאלן טוישן מיינע פליכטן לויט וויאזוי זייערע ווינטן בלאזן.

ווי מער כפוי מען איז אונטער דער געפיל, אלס שטערקער איז דער איגו פון וואס @נשמה רעדט. וויבאלד אלעס וואס ער טוט, טוט ער נאר זיך צו שפירן גוט און צו שפירן אז ער איז א עפעס א יש. ווי געזונטער מען איז, אלס ווייניגער קנעכט איז מען צו די געפילן

אבער כדי צו דערגרייכן צו דער מדריגה, דארף מען צוערשט קענען פעיסן און פארשטיין וואס די געפילן ביי מיר זענען, און וויאזוי פונקציאנירן זיי אין מיין נפש. זיי לאזן לויפן, זיך באקענען מיט זיי, זיי אננעמען. הערשט דערנאך קען מען אנהויבן אפצוטיילן דעם געפיל פון דער מציאות און פארשטיין אז זיי זענען נישט די וואס זענען קובע דעם אמת. דערנאך קען מען אנהויבן טון וואס מען דארף צו טון אן זיין געבינדן צו די געפילן, וויבאלד מען פארשטייט שוין אז די געפיל איז בלויז א געפיל, אבער איז נישט מונע און פרעגן נישט אפ דעם אמת, און קענען מיר נישט מונע זיין פון טון דאס ריכטיגע.

איינמאל מען האלט שוין דא, קען מען אנהויבן ניצן די געפילן, יעדער לויט זיין תכונת הנפש, פאר א ספייס אזוי צו זאגן, צו אלעס וואס מען טוט. הגם ווען איך טו זאכן וואס ציען מיר, ווער איך לכאורה זאט און זיי מאכן מיר גוט שפירן מיט מיר. דאך וויבאלד דו ביזסט נישט קאנטראלירט דורך זיי, ממילא ביזסטו נישט פארקנעכטעד צו זיי נאר צו דעם אמת.

פארשטייט זיך, אז ווי געזונטער מען איז, אלס ווייניגער געבינדן צו די געפיל איז מען. אבער בשלימות אויסרייסן דעם געפיל אז עס זאל גארנישט טון מיט'ן מענטש, דאס איז נאר שייך אין עולם שכולו טוב.

מען קען אסאך מאריך זיין אין דעם, אבער דאס איז אויפ'ן שפיץ גאפל (?)

אהה!! דברים של טעם!!
כדי עס בעסער קולט זיין וואלט איך דיר געוואלט בעטן די זאלסט עס מער מסביר זיין 'למעשה'
למשל ביי 7: דארף זיך דער מענטש באקענען מיט די זיינע טיעפע געפיל וואס לויפט נאך תענוג, ארבייטן צו שולט זיין אויף עס, אין נאר נאכדעם וואס ער איז שולט אויף די געפיל, קען ער ניצן די געפיל פון תענוג כדי הנאה צו האבן פון די ארבייט וואס ער טוט / אין כדי צו הייבן זיין חשק? איך האב עס ארויס?
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

מער ווייניגער. עס דארף אבער זיין קלאר, אז 'שולט' זיין מיינט נישט, 'דערשטיקן'. פארקערט גאר:
מען דארף זיך באקענען מיט זיי,
און קלאר זיין מיט זיי,
און זיי מסכים זיין צו שפירן,
און פארשטיין אז זיי זענען בלויז געפילן.

נאר אזוי קען מען באקומען א 'בעלות' איבער זיי, און וויסן אז געפילן איז איין זאך און טון וואס מען האט צו טון, צו רצון ה' צו פשוט'ע פליכטן, איז א צווייטע זאך. דער געפיל דארף נישט זיין א שטער צו טון וואס מען דארף טון. וואס אין אזא פאלן איז מען ביי די מדריגה אז די פליכטן וואס מען דארף טון זענען נישט קיין שטער צו די געפילן. אדרבה ואדרבה, מען לייגט אריין דערין דעם געפיל, און אזוי האט עס אלע טעמים.
לעצט פארראכטן דורך מח בקדקדו אום דאנערשטאג אפריל 29, 2021 12:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

נשמה האט געשריבן:
די פינעווערישע איגו איז צו פיהלן אז זיי קענען זיך א עצה געבן מיט די וועלט. די ענין פון פיהלן אז ס'דא א עצה, איז די ענין פון חכמה.

ווייל אז מ'פארשטייט, ווייסט מען וואס מ'האט צו טון. א עצה פרעגט מען פון קלוגע לייט. זעהט אויס אז די ענין פון חכמה און די ענין פון קענען, איז די זעלבע סארט געטליכקייט. ה' בחכמה יסד ארץ.

והשם הטוב יעזור

עמוק עמוק

א גרויס חלק פון די טיפקייט פון חכמה איז עצה

די תוצאה פון א גוטע עצה איז א בפועל'דיגע חסד/ארויסהעלפן א צווייטן

חסד איז א אפצווייג פון חכמה, מורא'דיג

-----

לויט ר' שרגה פליישמאן איז 4 חכמה

א פארפלייצונג פון געפיל, א פארפלייצונג פון נייע ידיעות, התפעלות, א פארפלייצונג פון א רצון צו בעסער מאכן

2 איז די תוצאה פון 4, די מער בפועל'דיגע רעזאלטס
---

5 איז לויט ר' שרגה פליישמאן בינה, דאס מגדיר זיין די ידיעות אין פראקטיק, אנדערש ווי דער 2-4 וועלכע קאכן און דרייען א קאשע אן קיין גדר און סטרוקטור

5 איז נישט קיין כח המשפיע, ער איז א כח הצימצום, א כח צו מבחין זיין, א כח צו פארשטיין, דאס איז זיין עצמיות
די תוצאה דערפון איז דאס כוח צו אריינברענגען דאס ריכטיגקייט אין די אייגענע לעבן, 1 איז די תוצאה פון 5
גבורה, דאס התגברות פון ריכטיג אויף אומריכטיג, איז א תוצאה פון בינה

חכמה - 4
בינה - 5

חסד - 2
גבורה - 1

אזוי זעהט עס מיך אויס לויט ר' שרגה פליישמאן
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

איך ווייס נישט וואס א זיבענער איגוי מיינט פונקטליך און וויאזוי עמן דארף ארויסקריכן דערפון, איך האב שוין לאנג נישט געליינט אניאגראם, און איך האב בכלל נישט געליינט וואס ר' שרגא האט צו זאגן, איך מיין אז די געדאנק פונעם איגוי איז ר' שרגא'ס געדאנק.

אבער וואס עס קען העלפן פאר א זיבענער, עס איז זיכער אז דאס וואס די מענטאל וועלט רופט ''זיין פרעזענט'' העלפט זייער שטארק פאר דעם זיבענער, מען ברויך ליגן אין די מינוט ווי מען איז יעצט, און נאר אזוי קען מען האבן סיי וועלכע תענוג און שפירן זאט, פארפולקאמט.

ווי אויך, זיך מעמיק זיין אין א זאך העלפט זייער שטארק פארן זיבענער, איך רעקאמענדיר צו ליינען די ווערק פון נשמה, צומאל קען ער דיר אריינפירן אין א ווינקל ווי דו שפירסט א תענוג פון אראפלייגן א זאך שיין און קלאר, מיט א אינטערעסאנטע קוועטש.

א זיבענער קען באמת שפירן א צופרידענקייט בלויז פון ארויסהאבן א דעם אמת'ן פשט אין א שווער פסוק חומש, איך געדענק אז אלץ בחור האב איך ליב געהאט צו לערנען ספרי דרוש, שפעטער האב איך אויך ליב געהאט צו לערנען ספרי חסידות און מוסר, אבער איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואס איז די הנאה צו לערנען רמב''ן על התורה.

איך האב געהאט א חברותא וואס האט מיר אויפגעוויזן דעם ביטערן אמת אז איך בין זייער נישט קלאר אין פשט, ער האט מיר אויפגעוויזן אז אנדערש ווי איך האב אלעמאל געקלערט ביז דעמאלטס אז איך האב א 'שנעלע תפיסה', האב איך באמת א 'אויבערפלעכליכע תפיסה', יענער האט מיר אריינגעברענגט אין א פארצווייפלונג איבער מיין אייגענע מהות, יעדע מאל איך האב אים געזאגט א פשט האט ער מיר געשטעלט אין קארנער און איך האב קיינמלא נישט געקענט זיגן...

צוביסלעך האב איך אנגעפאנגן מער צולייגן קאפ, איך האב געוואלט אז איך זאל גוט פארשטיין א ענין נאך בעפאר איך לערן עס מיט אים צוזאמען, און אזוי ארום האב איך צוביסלעך אנגעפאנגן מער מעמיק צו זיין און ארויסהאבן פשוט פשט, צוביסלעך האב איך אנגעפאנגן איינזען אז רשי שטימט בכלל נישט... אנדערש ווי פריער ווען יעדע פסוק חומש איז ביי מיר אלעמאל געווען פערפעקט האב איך געזען אז כמעט יעדע פסוק חומש איז ביטער שווער, און דאן ווען איך האב געזען אז דער רמב''ן שמועסט אויס די נקודה וואס האט מיר געבאדערט איז עס מיר ממש געווען א פארגעניגן צו טרעפן א פשט וואס איך זאל זיין צופרידן דערמיט.

---
1. לעב אין דעם איצטיגן מאמענט! האב הנאה מיט אלע דיינע רמח אברים ושסה גידים פון די מקום/זמן/ אוויר/ אומשטענדן און וואס די געפינסט זיך איצט, הזהר והשמר צו טראכטן פון ווי אדער ווען מען גייט גיין אויף די נעקסטע פלאץ.

עס קען זיין שווער צו לעבן אין די מאמענט אויב מען איז עוסק אין א זאך צו וואס מען איז נישט איינשטימיג אין פרינציפ, אבער ווען דו טוסט אמאל א זאך וואס איז דיר הונדרעט פראצענט אויסגעהאלטן, םליז לויף נישט אוועק, נאר טראכט רואיג אריין אין די זאך וואס דו טוסט, אן קיין שום אנדערע מחשבה אין די וועלט.

2. זיי זיך מעמיק, דערגרונטעווע זיך.

דאס זענען צוויי גוטע עצות וואס יעדער זיבענער קען דערפון געניסן.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פארשער האט געשריבן:קודם לאמיר מקדים זיין אז איך רעד פאר זיך און עס מוז נישט זיין אז אלע פעלאו פינעווערס פילן די זעלבע וועג.

יעצט, בדרך כלל בין איך מסכים מיט דיין תגובה נאר עטליכע זאכן וואלט איך געזאגט אביסל אנדערש.

ערשטענס, די וועלט דרייט זיך נישט איבער וואס עס איז די לאגישע זאך "פאר מיר יעצט צו טון" (אפשר אן איינסער טראכט אזוי) נאר בכלל וואס איז די אמת'ע מציאות הדברים פון דעם ענין וואס ווערט יעצט באטראכט, מאכן החלטות איז בלויז איינער פון די זאכן וואס קענען ווערן באטראכט.


השי"ת זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו טון תשובה צו אים באמת. און יעדע תנועה וואס עס תנועה'ט זיך במחשבה דיבור ומעשה פון אונז זאל זיין ווייל די תורת משה מסיני האט אזוי געזאגט, און נישט קיינער אנדערש.

די איגו'איסטישע סיבה פאר'ן טראכטן וואס עס איז די אמת'ע מציאות הדברים קומט פון די זעלבע סיבה אזוי ווי דער וואס פלאגט איין זיין טעלעפאון אינעם ריטשארדשער. די רצון דאס איינצופלאגן קומט פון די ידיעה אז אן איינפלאגן, אן ארייננעמען דערין בעטערי, איז דאס נוצלאז, מ'קען דאס נישט נוצן. און ער וויל נישט בלייבן סטאק מיט א "טעלעפאן" אן בעטערי. ער וויל נישט בלייבן סטאק אין די זייט פון די הייוועי אן א געז.

די זעלבע מיט וויסן די אמת'ע מציאות הדברים - פאר א פינעווער.

מיט'ן וויסן די אמת'ע מציאות הדברים פיהלסטו אזוי ווי א קאר וואס האט גאז. א טעלעפאון וואס האט בעטערי. מ'קען דאס נוצן. דו קענסטעך נוצן צום תפקיד. בלייבסט נישט הילפסלאז ביחס צום מצב. און דאס איז לכאורה ביי יעדע מצב וואו דער פינעווער קומט. ער וויל נישט פיהלן ווי ער איז א צעקנייטשע פאום קאפ. א צעבראכענע סינק. א פארשימעלטע סידור. א פארהאקטע טיר. א בעזעם וואס קערט נישט. א מעסער וואס שניידט נישט. א עיר קאנדישאן וואס קיהלט נישט.

וויסן די אמת'ע מציאת הדברים איז די גאז, די בעטערי כח. די כח וואס מאכט עס פאר א נוצבארער זאך. פארוואס דאס איז אזוי? זעהט אויס אז ס'איז אזוי די פאקט וואס השי"ת האט באשאפן. זעהט אויס אז די נוצליכקייט פון יעדע זאך, די כח פון יעדע זאך אנצוגיין, די ענין נישט צו בלייבן סטאק, איז די חכמה פון די זאך, די וויסן די מציאות הדברים. ה' בחכמה יסד ארץ.

ווייל יעדע זאך קומט פון חכמה.

לויט ווי איך רעכן אויס קען איך מיך נישט מצייר זיין א פינעווער וואס טוט אבי אין די וועלט אריין אן שכל, אן אויסרעכענען פון פארדעם וואס עס איז לאגיק צו טון אז ס'זאל זיין גוט געטון, שכל'דיג געטון, תכלית'דיג געטון. זיינע תנועות קומען פון לאגיק, די לאגיק זיך א עצה צו געבן מיט א מצב. א פינעווער ווייסט זייער גוט אז אויב ער גייט נישט וויסן וואס צו טון אין א געוויסע אנגעלעגנהייט - גייט ער זיך פיהלן נוצלאז. "וואס הייסט, איך קען מיך נישט א עצה געבן מיט א מצב?" פארוואס זאל ער עס צולאזן? א פינעווער ווייסט אז ער איז הילפסלאז אויב ווייסט ער נישט וואס עס איז די לאגישסטע וועג וויאזוי זיך צו באגיין מיט א מצב. דהיינו, וואס זאגט מיך די שכל איז די מצב, און וואס זאגט מיך די שכל אז מ'דארף טון אין אזא מצב.

עס איז נישט נאר וויסן די אמיתת מציאותו פון א זאך וואס מ'באטראכט. עס איז בעיקר אז ער וויל זיך באגיין מיט סייוועלכע מצב ער קומט אן.

איך רעכן אז אפילו אויב א פינעווער פיהלט זיך אלץ דער "מגיד שיעור" וואס פארשטייט וויאזוי צו פירן "א כיתה", קען איך מיך נישט פארשטעלן אז ער קומט צו א קבלת פנים וואס איז פאר א חופה, און ער רעכנט נישט אויס די מצב ארום, און וואס פונקטליך עס לוינט אים צו טון אלץ לאגיק אויס, אלץ די וועג וואס ס'איז נוצליך. ווייל דאס איז פארקערט ווי זיין טייפ. פארוואס זאל ער קענען באשטיין אז ביי די קבלת פנים זאל ער זיך פיהלן נוצלאז. נישט ארויסהאבנדיג וואס צו טון. און טון אבי געטון מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אז ער גייט עס טון.

איך זאג נישט אז ער גייט אויסרעכענען וויאזוי אנצוטון זיין גארטל, אדער וויאזוי צו באגריסן א יונגעלע, אבער ער גייט טרעפן וואס צו טון וואס גייט זיין אנגעפיהלט מיט עפעס שייכות צו לאגיק, צו די ענין פון זיך געב א עצה מיט א סיטואציע. ער גייט טרעפן די שטריך וואס דאס וועט ער פארשטיין, און ארויסהאבן, און פיהלן אז ער קען, און מיט דעם וועט ער האבן שייכות. די פאר תנועות און אונטעראקשאן וועט זיין אויף דעם אופן.

סאו ס'מוז זיין אז אלעמאל האט ער צו זיין באנוץ אינערליכע לאגיק וואס זאגט אים וואס צו טון. אויב ער טרעפט א זאך וואס דארט האט ער נישט ארויס, וועט ער עס - לכאורה - אינגאצן אויסמיידן. כאילו עס עקזיסטירט נישט. אבער דאס וואס ער טוט יא, וועט ער טון מיט שכל. א שכל וואס האט אים אויסגערעכנט וואס מ'דארף טון אין די און אין די ענין אז ס'זאל זיין גוט געטון. נישט ווי א נאר אויפן מארק.

איך קען מיך נישט פארשטעלן אז ער זאל זיין צופרידן מיט דעם אז ער נוצליך אין "כיתה". אזוי אז ער זאל קענען באשטיין זיך צו פיהלן נוצלאז ביחס צום "קבלת פנים" און אריינקומען און קוקען אין חלל אריין, און אראפקוועטשן א שטיקל קעיק, סתם פון אומלאגיקקייט. אדער זוכן צו רעדן דברים של מה בכך.

ווייל דאס איז פארקערט ווי זיין טייפ. ער פיהלט זיך אומנוצליך. נישט אזוי? ער מוז אריינקומען צו די קבלת פנים און פיהלן ביי זיך אז ערגעץ דא איז ער אויך נוצליך. ער וועט לכאורה טרעפן עפעס איינעם וואס מיט יענעם קען ער זיך אויס. א סוגיא וואס ער קען. א אופן וויאזוי צו רעדן צו יענעם אויף א אופן פון קענען זיך א עצה געבן מיט יענעם. און אזוי ווייטער.

די אינערליכקייט פון א פינעווער האט אין זיך בעטערי כח, גאז, עלעקטעריק. דהיינו, די אינערליכקייט פון א פינעווער האט אין זיך 'וויסן די אמיתת מציאות הדברים'. און נישט נאר 'וויסן די אמיתת מציאות הדברים', נאר אויך וויסן וואס לאגיק האלט אז מ'האט צו טון. וויאזוי לאגיק האלט אז מ'דארף זיך נוצן כדי צו זיין א הילף אין א געוויסע עולם, שנה, נפש.

קומט אויס אז א פינעווער וועט אלעמאל האבן אין זיך דאס וויסן די מציאות הדברים. און ער וועט וויסן וואס ער האט צו טון. נישט אז ער טראכט "וואס האב איך יעצט צו טון". אזוי ווי א קאר וואס איז באזארגט מיט גאז טראכט נישט אלעמאל "וואס האב איך יעצט צו טון". אבער אויב עס קומט צו טון, אויב מ'דארף פארן, אויב ער איז אין א מצב אז ער דארף יעצט עפעס טון, וועט ער אוודאי טרעפן אין זיך דער כח פון זיין נוצליך, פון טון צום זאך. פון וויסן וואס לאגיק זאגט אז מ'דארף טון.

צווייטנס אפילו מען שאפט טאקע באשלוסן באזירט אויף לאגיק מיינט עס נישט אז מען קען זיך נישט פירן למעשה אנדערש ווי די לאגיק דיקטירט, עס קען נאך אלץ זיין סיי וועלכע נגיעה אדער אפילו געפיל וואס זאל אוועקשלעפן פון טון די לאגישע זאך אבער די ידיעה וואס עס איז די ריכטיגע זאך צו טון און די מערסטע עפישענט וועג עס צו טון איז געבויעט בלויז אויף לאגיק און עס איז אסור דארט אריינצומישן געפילן.


פיין. דאס ביסטו גערעכט. אבער אפילו ווען דו וועסט טון אנדערש ווי דיין לאגיק דיקטירט, וועסטו פיהלן ביי דיר "יעצט טו איך אנדערש ווי מיין לאגיק דיקטירט" בעת דו טוסט אנדערש, האסטו אויך א אינערליכער לאגיק וואס פונקטליך עס לוינט זיך דיר צו טון וואס יעצט פאלגסטו נישט.

א פירער צום ביישפיהל, צומאל אפילו אויב ער גייט טראכטן "וואס וואלט מיך מיין לאגיק געזאגט צו טון", מיין איך אז ער וואלט עס נישט אזוי שנעל געטראפן. ווייל זיין וועלט איז נישט אויסגעהאקט פון לאגיק. און עס נישט צאמגעשטעלט פון לאגיק. און ער בויט עס נישט מיט לאגיק. וה' יתן חכמה ובינה ודעת להבין ולהשכיל לידע מה לבחור.

יעצט בנוגע וואס עס איז די עיקר נקודת האיגו פון דעם פינעווער מיין איך אז עס איז דאס וואס ר' שרגא רופט אן "דעת הבעלות" און דאס מיינט אז ווען מען פארשטייט אן ענין אויף אן אופן וואס אלעס שטימט פילט מען ווי מען איז אין קאנטראל דערפון און מען אונט עס.


אין קאנטראל דהיינו אז דו גייסטעך דערמיט קענען א עצה געבן. אפילו אויב דו ווילסט פארשטיין "וואס פערדן פישעלעך עסן", איז עס נאר א תוצאה פון די פינעווערישע איגו, די פינעווערישע איגו באשטייט פון 'יכולת'. די פיהלינג פון "איך פארשטיי עס, און איך קען מיך א עצה געבן, און איך בין קאמפעטענט". דאס איז די פינעווערישע איגו.

ר' שרגא נ"י רעדט זייער אסאך וויאזוי ארויסצוקריכן פון "יכולת". ווייל די פינעווערישע איגו איז די געפיל פון "יכולת". די געפיל פון "איך פארשטיי עס אזוי גוט, אז איך האב עס אין מיין האנט און איך קען דרייען דערמיט". דאס איז די פינעווערישע איגו.

סאו ס'איז אזוי ווי דו שרייבסט אז "די פינעווערישע איגו איז צו פיהלן אז זיי קענען זיך א עצה געבן מיט די וועלט" אבער עס איז נישט בלויז ביי ענינים וואס העלפן פאקטיש זיך אן עצה צו געבן מיט די וועלט, נאר אפילו ביי ידיעות וואס וועלן קיינמאל נישט זיין נוגע למעשה, אויב פארשטייט מען עס קלאר און אודאי אויב מען קען עס סיסטעמייזן לויט פונקטליכע כללים באקומט מען א געוויסע געפיל פון אייגענטומערשאפט און קאנטראל און די גאנצע וועלט ווערט א מער פארזיכערטע פלאץ צו וואוינען.


ביסט גערעכט. דו ביסט דאך א פינעווער, און דו זאגסט גוט. אבער עס איז נישט נאר די אייגנטומערשאפט אליין וואס עס איז די איגו. עס איז די פיהלינג פון "איך קען דרייווען דעם קאר, און דערפאר איז דער קאר אין מיינע הענט, און איך האב נישט מורא פון זיצן ביים רעדל, ווייל איך קען מיך א עצה געבן דערמיט"

נאר ווייל ער איז אזוי איינגעוואוינט צו ארויסהאבן און פארשטיין זאכן, וויל ער פארשטיין אסאך פארווארפענע זאכן אויך.

אזוי ווי א פירער וואס וויל באקומען עפעס א געפיל וואס האט נישט עכט מיט'ן זיך טרעפן. דאס איז א תוצאה פון זיין אריינגעבאקסט אין געפילן.

איך וועל ענדיגן ווי דיר, אזוי זעט מיר אויס דערווייל, וה' הטוב יעזור.
אה און אמר"ש, לעצטנס קומסטו אריין משוגע קלאר.
נשמה האט געשריבן:ב"ה

איך וואונדער מיך צי א פינעווער קען באגרייפן אין זיינע כלי ההשגה אז ס'דא מענטשן וואס נוצן נישט לאגיק צו אויסרעכענען וואס צו טון? אז ס'דא מענטשן וואס האבן נישט קיין אנהייב, נישט קיין מיט'ן, און נישט קיין סוף. גארנישט. צי ער קען באגרייפן וואס עס מיינט אלץ אז מענטשן ווערן געטריבן פון בלויז געפיל. סתם רויע געפילן. ווי פישן וואס לויפן ארום אין טאנק, ווי טשיקעלעך אין פארעם, ווי קינדער אין פלעי גראונד, ווי א מענטש אין א חלום.


נשמה האט געשריבן:אדער: איך האב אלעמאל געוואוסט אז געפיל איז נאריש, איך האב אבער נישט געוואוסט ווי ווייט.

דאס איז גענוי וויאזוי איך פלעג טראכטן בעפאר איך בין געוואר געווארן פון די אניאגראם, אבער נאכדעם האט זיך מיר געעפנט א וועלט און איך ווער שוין נישט אזוי ברוגז פארוואס מענטש זענען אזוי "סטופיד" און מאכן באשלוסן אן קיין טראפ לאגיק.


זאל דער גוטער באשעפער העלפן.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג מאי 06, 2021 5:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

@דערבארומדיג'ער, שיין שיין!
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:2. זיי זיך מעמיק, דערגרונטעווע זיך.

דאס זענען צוויי גוטע עצות וואס יעדער זיבענער קען דערפון געניסן.


פון וואו זאל ער שעפן ס'געדולד דערפאר??
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דערבארומדיגער האט געשריבן:1. לעב אין דעם איצטיגן מאמענט! האב הנאה מיט אלע דיינע רמח אברים ושסה גידים פון די מקום/זמן/ אוויר/ אומשטענדן און וואס די געפינסט זיך איצט, הזהר והשמר צו טראכטן פון ווי אדער ווען מען גייט גיין אויף די נעקסטע פלאץ.

1. לעב אין דעם איצטיגן מאמענט! האב הנאה מיט אלע דיינע רמח אברים ושסה גידים פון די מקום/זמן/ אוויר/ אומשטענדן און וואס די געפינסט זיך איצט, הזהר והשמר צו טראכטן פון ווי אדער ווען מען גייט גיין אויף די נעקסטע פלאץ.

עס קען זיין שווער צו לעבן אין די מאמענט אויב מען איז עוסק אין א זאך צו וואס מען איז נישט איינשטימיג אין פרינציפ, אבער ווען דו טוסט אמאל א זאך וואס איז דיר הונדרעט פראצענט אויסגעהאלטן, םליז לויף נישט אוועק, נאר טראכט רואיג אריין אין די זאך וואס דו טוסט, אן קיין שום אנדערע מחשבה אין די וועלט.


אין די ענין פון לעבן אינעם הווה. איך ווייס נישט פונקטליך די נפש פון א זיבענער ווייל ווארשיינליך האב איך עס נאך קיינמאל נישט עקספיריענסד, און איך ווייס נישט וויאזוי עס קלאפט אויף א זיבענער דאס אז ער פרובירט צו לעבן אינעם יעצטיגן מאמענט.

ווען איך פרוביר צו לעבן אינעם יעצט, פיהל איך ווי איך באהעפט מיך צו נארישקייטן. און קען זיין אז די סיבה איז אזוי ווי דו שרייבסט עס קען זיין שווער צו לעבן אין די מאמענט אויב מען איז עוסק אין א זאך צו וואס מען איז נישט איינשטימיג אין פרינציפ עד כאן וואס דו שרייבסט.

איך קלער אז 'יעצט' מוז נישט מיינען די מקום זמן אוויר און אומשטענדן.

צוויי זאכן האט א זיבענער יעדע רגע פון פריש. איינס די געפיל צו נעמען א "שלינג וואסער" פון די וועלט. און איינס די עצם "שלינג". די געפיל צו נעמען א "אטעם" פון די וועלט, און דאס עצם נעמען דעם "אטעם" און ווערן באפרידיגט און דאנקען השי"ת דערויף. על כל נשימה ונשימה תהלל קה. עס מיינט נישט נאר די נשימה. עס איז יעדע רגע וואס מ'נעמט זיך פון די וועלט סייוועלכע געברויכן וואס מ'נעמט ווייל מ'זוכט לעבן.

דאס מיינט אז דער עיקר פאר א זיבענער איז דאך די פארנומענקייט מיט'ן נעמען וואס איך דארף פון די וועלט זאל מיך האלטן ביים חיות. קומט דאך אויס אז יעדע רגע איז דא א פרישע רצון צו נעמען פון די וועלט, און א פרישע שפע, א פרישע "שלינג וואסער" וואס דער זיבענער "טרינקט" פון די וועלט.

אפשר איז ענדערש פאר א זיבענער צו זיין באהאפטן צו די יעצטיגע אינערליכע געפיל וואס וויל יעצט נעמען עפעס פון די וועלט, און אויך די געפיל וואס "טרינקט" יעצט פון די וועלט וואס איך דארף יעצט. אזוי ווי דו שרייבסט האב הנאה מיט אלע דיינע רמח אברים ושסה גידים פון די מקום/זמן/ אוויר/ אומשטענדן און וואס די געפינסט זיך איצט

די איגו פון א זיבענער ווערט שטערקער ווען ער ווערט מער און מער פארנומען מיט די עצם זיך איינהאנדלן זיינע געברויכן, זיין חיות, זיין תענוג, זיין שפע, זיינע חסדים, אן קוקען צו ער האט עס שוין. די נפש ווען עס ארבעט ארום די איגו פון א זיבענער איז עס פארנומען מיט די עצם זיך איינהאנדלן זאכן וואס ער גייט אפשר דארפן "מארגן", און ער פארזעהט די עצם באפרידיגונג פון די געברויכן וואס מ'האלט זיך אין איין פארזארגן יעצט.

און די עצה איז צוריקצוגיין צוביסלעך צום יעצט. יעצט וויל איך עפעס נעמען פון די וועלט, און יעצט נעם איך עס, און יעצט דאנק איך השי"ת דערויף. און דאס איז יעדע רגע פון פריש. יעדע רגע א נייע לקיחה.

די רגע א זיבענער ווערט ווייניגער און ווייניגער פארנומען מיט די עצם "זיך איינהאנדלן", און ער זעהט אז ער באקומט יא. ער וויל אטעמען, און ער באקומט, ער וויל זעהן און ער קען זעהן. אלץ מער פיהלט ער זיך אנגעפיהלט מיט וואס ער באקומט יעצט. און אלץ מער קען ער אנהייבן טראכטן.

ווייל די סיבה פארוואס עס איז שווער פאר א זיבענער צו טראכטן טיף, איז נאר ווייל זיין גאנצע 'איך' איז פארנומען מיט די עצם "זיך איינהאנדלן" געברויכן פון די וועלט, חיות וכו'. איינמאל ער ווערט צופרידן אז ער האט ב"ה, איינמאל ער זעהט אז "לופט" גייט זיין עוועיליבל פאר אים. און אז אלעס וואס ער דארף באמת איז "לופט" וואס איז אוועיליבל, קען ער זיך ערלויבן צו טראכטן, און טראכטן טיף.

אויב א זיבענער וועט זאגן ווי פאלגנד: איך פיהל אז אויב איך גיי יעצט אויפהערן צו זיין פארנומען מיט די זאך פון "זיך איינהאנדלן אויף מארגן", גיי איך אויפהערן צו עקזיסטירן. (ווייל זיין גאנצע עקזיסטענץ פיהלט זיך אז ס'איז נאר אדאנק זיין פארנומענקייט מיט'ן זיך איינהאנדלן.) גיי איך ווערן אויסגעהונגערט. און דאן זעהט ער בחוש אז: איך וויל נעמען פון די וועלט, און איך באקום עס.

אזוי ווי א קינד וואס וויינט אז ער האט נישט א לאלי און מ'ווייזט אים אז ער האט עס יא. מ'זאגט אים אז די סיבה פארוואס דו מיינסט אז דו האסט עס נישט, איז נאר ווייל דו ביסט געוען פארנומען אז דו האסט עס נישט. וואלסטו אנגעהויבן צו קוקען צו דו האסט עס, וואלסט עס געטראפן אין דיר.

סאו, איך מיין אז דאס לעבן אינעם יעצט פאר א זיבענער איז זיך מקשר זיין מיט די עצם יעצטיגע רצון צו נעמען פון די וועלט, און דאן די איבערצייגונג אז איך האב יעצט באקומען פון די וועלט. השי"ת האט מיך געגעבן יעצט.

און אפילו אין עבודת השי"ת.

א זיבענער ווערט פארנומען מיט די ביקוש החיות, ביקוש ההתעוררות, ביקוש הנפש, און ער כאפט נישט אז ער האט עס יעצט באקומען. ווי מער ער איז פארנומען מיט די עצם ביקוש החיות, אלץ מער קען ער זיך נישט איבערצייגן מיט די שפע וואס ער האט יא באקומען. און אז ער פיהלט נישט די שפע וואס ער האט יא באקומען, האט ער דאך טאקע גארנישט באקומען.

אבער אויב ער טראכט: איך פיהל אז איך וויל שעפן חיות פון די און די ספר, און יעצט באקום איך עס, און איך בין דאנקבאר אויף דעם וואס איך האב יעצט באקומען, אלץ מער עפנט זיך אויף זיין הארץ צו מרגיש זיין חיות אפילו פון א "פשוט'ן" שטיקל.

און דאס מיינעך איז דאס לעבן אינעם יעצט וואס קען בעזרת השי"ת העלפן א זיבענער.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

אבות פרק ד

בן זומא אומר איזהו מכובד המכבד את הבריות שנאמר כי מכבדי אכבד ובוזי יקלו

האב איך געקלערט אז די פשט איז אזוי. קען זיין אז ס'שטייט ערגעץ

איזהו מכובד, וויאזוי ווייסטו אז די וועליו וואס דו האסט אין דיר, די וועליו וואס דו פיהלסטעך אז דו ביסט, איז די ריכטיגע וועליו, עס איז מכובד, (ווייל נאר די ריכטיגע וועליו איז מכובד. גאווה איז דאך נישט מכובד.)

המכבד את הבריות, אויב אט דער וועליו איז גענוי די זעלבע וועליו וואס אנדערע מענטשן האבן, די זעלבע וועליו וואס איז אין די זעלבע מקום: מכבד את הבריות.

און וועלכע וועליו איז די וועליו וואס איז אין די זעלבע מקום מכבד את הבריות? דאס איז די וועליו אז מענטשן זענען א וועליו אלץ א חלק אלוק ממעל און נישט וועגן עפעס אנדערש.

שנאמר כי מכבדי אכבד ובוזי יקלו.

טייטש איך אזוי: כי מכבדי ווייל נאר אז דו האלסטעך צו דעם אז דו האסט א וועליו נאר אלץ חלק אלוק ממעל, אכבד, נאר דאן וועסטו דיך פיהלן מיט א עכטע וועליו.

ווייל נאר דאס אז מ'איז א חלק אלוק ממעל מאכט דיך וועלן האבן א רצון זיך צו פיהלן ווערד. די עצם חלק אלוק ממעל פיהלט זיך ווערד. און מאכט דיך וועלן פיהלן ווערד. און נאר אויב דו האלסטעך דערצו וועסטו דיך פיהלן א עכטע וועליו.

ובוזי יקלו, אבער אויב דו ווילסט דיך פיהלן ווערד וועגן עפעס אנדערש איז עס נישט מכובד. און דערפאר איז איזהו מכובד: וויאזוי ווייסטו אז ס'איז די ריכטיגע וועליו, המכבד את הבריות אויב דער זעלבער וועליו אינעם זעלבן מקום איז אויך מכבד את הבריות. ווייל אויב וואלט די וועליו וואס דו פיהלסט אין דיר געווען די נישט ריכטיגע וועליו, וואלסטו אט דעם וועליו נישט געקענט מייחס זיין צו אלע אנדערע מענטשן. ווייל ס'איז גאווה.

און דאס זאגט ברטנורא

והדברים קל וחומר ומה הקדוש ברוך הוא שהוא מלך הכבוד, וכל מה שברא בעולמו לא ברא אלא לכבודו מכבד את מכבדיו. דאס מיינט אז מה דאך דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א חלק אלוק ממעל און ער ערלויבט אז מיר זאלן זיך פיהלן ווערד אלץ דעם אויס, קל וחומר לבשר ודם, איז א קל וחומר אז א בשר ודם זאל זיכער געבן א וועליו נאר צוליב זיין א חלק אלוק ממעל און נישט וועגן עפעס אנדערש.

שוין.

איך שרייב עס דא, ווייל דא רעדט מען וויאזוי מ'קען בעזרת השי"ת זיך אויסלאזן פונעם אנכיות, און זיך באהעפטן צום באשעפער

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

וועלכע נומער איז פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס? 1, 6, אדער 8?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

די צד השוה פון 1 6 8, איז א געוויסע אינערליכער רצון צו שטאנדהאפטיגקייט.

די חילוק איז אז אין א איינזער וועסטו נישט זעהן א סארט דקות'דיגער 'אנגעצויגנקייט' צו געווינען זיכערקייט, וועסטו נישט זעהן אין א איינזער. כך נראה לי.

סאו די רצון צו שטאנדהאפטיגקייט אין א איינזער איז אזא סארט "איך בין שוין שטאנדהאפטיג פון אייביג אן" א איינזער זיצט אין קערפער, אבער אויף א מאדעפעצירטער אופן

אין א זעקסער וועסטו יא זעהן א סארט דקות'דיגער אנגעצויגנקייט. עס איז אזא "איך בין יא א שטארקער זיכערער מענטש וואס פייט אגאנצן צייט צו זיין צוריק שטאנדהאפטיג" א זעקסער זיצט ענדערש אין קאפ ווי אין זיין קערפער. ער טראכט.

און אין א אכטער וועסטו עס זעהן אלץ דעם וואס ער זיצט אויף זיין רצון. "איך האלט מיך ביי מיין רצון אויסצופירן וואס איך וויל, איך בין פעסט אויסצופירן וואס איך וויל". און א אכטער זיצט אין זיין קערפער פולי.

והשם הטוב יעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די עצה פונעם פיאסעצנאר זצ"ל (במאמר ב' משלושה מאמרים שלו בספרו חובת התלמידים) זיך צו זעהן אינדרויסן פונעם אנכיות, פונעם איגו, איז דורכ'ן מעורר זיין דעם נפש ורוח מיט א נייע דרויסנדיגע זאך. (ער זאגט נישט ממש דאס וואס איך שרייב דא ווייטער, אבער מ'קען זיך ארויסלערנען פון זיינע ווערטער א עצה וויאזוי זיך ארויסצולאזן אביסל פונעם אנכיות)

און לאמיר פארשטיין פארוואס

אנכיות געשעהט ווען דער מענטש האלט אן אין זיך א געוויסע אינערליכער מצב הנפש וואס עס איז אים געפאָלן צו זיין אזוי, וואס עס איז אים געפאָלן אז "עס לוינט זיך מיך אז דאס זאל זיין מיין 'איך', עס לוינט זיך מיר אז איך זאל אזוי אפערירן אין די וועלט".

א ניינער - צום ביישפיהל - האט ערגעץ בהמשך הדרך פון ווען ער איז געבוירן, איינגעזעהן אז ער האט די קוואליפיקאציע פון אנהאלטן הארמאניע מיט די וועלט ארום, אנהאלטן זיין אינערליכער געפיהל אלץ א הארמאנישער חלק פון די וועלט, אלץ א קאנעקשאן מיט די וועלט. און ס'דא ניין סארטן מצבי הנפש וואס אויב דער מענטש כאפט אויף אז ער קען דאס באווייזן, וועט ער האבן א יצר דאס אנצוהאלטן.

א פיהלינג אז איך טו וואס איז ריכטיג, וואס מ'דארף.
א פיהלינג אז איך בין באליבט
א פיהלינג אז איך בין ארויפגעקוקט ביי ארומיגע צו האבן די קוואליטעטן וואס זיי קוקען ארויף
א געפיהל אז איך איז אנדערש ווי יעדעם ארום.
א פיהלינג אז איך בין פארשטענדליך זיך צו קענען א עצה געבן מיט די וועלט
א געפיהל אז איך בין פארזיכערט
א פיהלינג פון איך בין מקושר מיט די שפע העולם
פיהלן אז איך טו וואס איך וויל
א געפיהל פון איך בין אין הארמאניע

ווען א מענטש פיהלט זיין זיך אין איינע פון די אויבנדערמאנטע פיהלינגס, וועט ער דאס וועלן אנהאלטן. פארשטייט זיך אויב ער קען עס אנהאלטן. צום ביישפיהל, אין א פירער קען האבן ארויפגעקומען די געפיל פון "איך פיהל אז איך טו וואס איז ריכטיג צו טון", און ער וויל עס טאקע אנהאלטן, אבער ס'געשעהט נישט. ער באווייזט עס נישט. ער האלט עס נישט אן. ווייל נאר א איינזער קען דאס באווייזן, ווייל נאר א איינזער האט די מערסטע כוחות צו טון צום זאך. ווידעראום א פירער וועט בהכרח נישט טון וואס איז ריכטיג צו טון.

ווייטער אין א פינעווער צום ביישפיהל קען אויך ארויפקומען די געפיהל פון "איך פיהל אין הארמאניע מיט די וועלט" און ער וועט אויך פרובירן אנצוהאלטן דער סארט געפיל, אזוי ווי יעדער מענטש האט א יצר אנצוהאלטן איינע פון די אויבנדערמאנטע איך'ס, איז דא וויל דער פינעווער אויך אנהאלטן דער סארט נפשיות'דיגער הארמאנישער 'איך', דער סארט 'איך' וואס פיהלט זיך אין הארמאניע מיט די וועלט ארום און ארום (חוץ אויב ער ארבעט צו לעבן אינעם יעצט, צו ווערן מושפע פונעם נייעם יעצט) אבער עס וועט אים נישט גיין. פארוואס? ווייל א פינעווער איז נישט קיין ניינער, און א פינעווער קען נישט אנהאלטן צו זיין אין הארמאניע מיט די וועלט. ער האט נישט די כלים דערצו.

עכ"פ צוריק צום ניינער, ווען א ניינער ווערט אויפמערקזאם אז ער פיהלט זיין איך אלץ איינער וואס קען אנהאלטן הארמאניע מיט די מענטשן ארום און ארום, וועט ער וועלן אנהאלטן. ער טוט אינערליכע פעולות דאס אנצוהאלטן. ס'קומט אויס פון דעם אז א חלק פון זיין נפש איז פארנומען אנצוהאלטן הארמאניע מיט די וועלט ארום. אט דער חלק נפש איז 'אנכיות'. ר' שרגא פליישמאן נ"י רופט עס 'יכולת'. ער רופט עס 'יכולת', ווי צו זאגן אז דער מענטש פארשטייט אז דאס קען איך. צום ביישפיהל דער ניינער פארשטייט "איך קען אנהאלטן הארמאניע"

אמנם 'יכולת' איז נישט דוקא וויאזוי עס פיהלט זיך ביי געוויסע. הגם אז ס'איז טאקע א געוויסע 'יכולת'.

קענען טון פעולות צו אנהאלטן אין זיך הארמאניע מיט ארום און ארום איז נאכנישט 'אנכיות', 'אנכיות' איז ווען א מענטש האלט אויף אין זיך די געפיהל אז ער איז אין הארמאניע.

א איינזער - צום ביישפיהל - זעהט ערגעץ ווען - מיום עמדו על דעתו, איין אז ער האט די קוואליפיקאציע פון: טון וואס איז ריכטיג צו טון. די אנכיות פון א איינזער איז נישט אז ער טוט וואס איז ריכטיג, נאר ס'איז אז ער וויל אנהאלטן אין זיך די געפיל פון "איך טו וואס איז ריכטיג" "איך בין אויסגעהאלטן". א איינזער פיהלט נישט א געפיל אז איך טו וואס איז ריכטיג, ער האלט זיך צו דעם שניט, כדי צו זיין גערעכט.

ס'קומט אויס אז דער נפש איז סטאק מיט די אנכיות. און אויך אז אנכיות איז אלעמאל אזאך וואס איז געבויט אויף עבר'דיגע התפעלות'ער אינעם נפש.

די נפש פון צום ביישפיהל א זיבענער איז במשך פון ווען ער איז געבוירן געווארן געווען אין א מצב פון זיין איינס מיט די חסדים פון די בריאה, זיין איינס מיט די שפע פון די בריאה, און דער זיבענער האט באשלאסן אז עס לוינט זיך אים אנצוהאלטן דעם סארט אינערליכער מצב.

אנכיות איז אלעמאל א עבר'דיגער זאך. דיין נפש איז אמאל געווארן אין א געוויסע מצב, און דו האסט עס ליב געהאט, און דו ווילסט בלייבן אזוי. דאס איז אנכיות.

יישיות, א ווארט וואס מיינט די זעלבע זאך ווי די ווארט אנכיות, מיינט: ס'איז דא. וואס מיינט ס'איז דא? ס'איז דא מיינט אז דער מענטש האלט אן אין זיך אלטע מצבי הנפש וואס עס איז אים געפאָלן. גאווה איז יישיות. פארוואס? ווייל ערגעץ ווען פיהלט דער מענטש אז ס'איז חלילה גוט זיך צו האלטן גרויס.

גאווה געשעהט אין צוויי פאזעס. איינס איז די התפעלות פון גאווה, און צוויי איז אז דער מענטש בלייבט ביי דער מיינונג, ביי די מידה, ביי די נפשיות'דיגע געפיהל.

וואס מיינט נפשיות'דיג? נפשיות'דיג מיינט אז די נפש לעבט דארט. עס איז דא דארט א ענערגישער חיות וואס האלט אויף די זאך.

און כדי דורכצוברעכן די 'אנכיות' דארף מען מעורר זיין דעם נפש ורוח פון א נייע זאך דייקא.

מ'קען צעטיילן דעם נפש אין דריי: נפש המחשבה. נפש ההרגשים. און נפש המעשה. ווען א מענטש טראכט אסאך, ער נוצט אסאך זיין כח המחשבה, ווירקט דאס מערסטע זיין נפש המחשבה. ווען א מענטש איז אסאך פארנומען מיט געפילן, ווירקט זיין נפש ההרגשים, ווען א מענטש טוט אסאך, ווירקט זיך זיין נפש המעשה.

ר' שרגא פליישמאן נ"י אין זיין וואונדערליכן ספר 'לימודים לדעת' רופט נפש המחשבה, דעת הבעלות, נפש ההרגשים רופט ער דעת התכבדות, און דעת התדבקות און נפש המעשה רופט ער דעת התבססות.

דער עיקר וואו די איגו פון א געווענליכער פירער - צום ביישפיהל - איז סטאק איז אין זיינע געפילן און אויך אין זיינע מחשבות. דהיינו, זיין נפש ההרגש, און זיין נפש המחשבה, אבער די נפש פון זיינע מעשים איז גאנץ פריי. ווייל ער האט נישט באשלאסן אז ער האט קוואליפיקאציעס אנבאלאנגט זיינע מעשים, זיין אנכיות איז נישט דארט. מה שאין כן דער איינזער האט יא באשלאסן אז ער האט קוואליפיקאציעס וואס האט מיט זיינע מעשים. "איך טו וואס איז ריכטיג"

דער הייליגער פיאסאצנאר זצ"ל (איך זאג הייליג, ווייל איך וויל ארויסברענגען מיט דעם ווי הייליג ער איז געווען, ווי מ'קען זעהן אין זיינע ספרים) זאגט נישט וואס איך גיי יעצט זאגן, אבער עס איז משמע פון זיינע ווערטער.

ער זאגט: דו קענסט נישט ארויסקריכן פון דיין אנכיות נאר אויב דו ביסט מעורר די חלק נפש ורוח דיינע וואס איז נאכנישט פארכאפט אין דיין אנכיות. ער זאגט נישט ממש דעס עיין שם.

זיי להבדיל זאגן אויך די זעלבע זאך. אבער ווען דער פיאסאצנאר זצ"ל זאגט עס איז אזוי וויאזוי מ'קען דינען השי"ת. נישט נאר וויאזוי מ'קען ווערן געזונטער.

א דרוכשניטליכער איינזער'ס איגו איז געבויט אין נפש המעשה, אפשר כאפט זיך מיט דערמיט זיין נפש ההרגשים. כדי א איינזער זאל זיך ארויסלאזן פון זיין אנכיות דארף ער מעורר זיין זיין נפש המחשבה. ווייל זיין איגו, זיין אנכיות האט נאכנישט פארכאפט זיין נפש המחשבה

א דורכשניטליכערס צווייערס איגו איז בעיקר געבויט אין זיין נפש ההרגשים, און אויך כאפט זיך מיט דערמיט זיין נפש המעשה. כדי א צווייער זאל זיך טרעפן אן זיין 'אנכיות', כדי א צווייער זאל זיך טרעפן אן זיין 'איגו', אדער אביסל אן זיין 'איגו', דארף ער מעורר זיין זיין נפש המחשבה. ווייל זיין איגו האט דאס נאכנישט פארכאפט.

ווען דו וועסט זאגן פאר א דורכשניטליכער צווייער "טראכט". און דו וועסט אים שטארק מעורר זיין זיין נפש המחשבה, מיט עפעס נייע געדאנקען צו טראכטן דערפון, וועסטו זעהן ווי ער שטעלט זיך אפ און קריכט ארויס פון עפעס.

א דורכשניטליכער פינעווערס איגו איז אין נפש המחשבה. אבוויאסלי. און אויך כאפט זיך זיך מיט אין זיין אנכיות זיין נפש ההרגשים. אבער זיין נפש המעשה איז פריי פון סייוועלכע אנכיות.

ווען דו וועסט מעורר זיין די נפש פון א פינעווער צו טון נייע פעולות. "גיין נאך געלט פאר א שעה" און דאס וועט שטארק מעורר זיין זיין נפש המעשה, פון טון פעולות, וועסטו זעהן אז ער איז ארויסגעקראכן פון עפעס". ווייל ווען מ'טוט אסאך פעולות, ווען מ'איז זיך מעורר דעם נפש המעשה צו טון נייע פעולות וואס האט גארנישט מיט די נפש המחשבה, אדער די נפש ההרגשים, נעמט דאס ארויס פון די איגו. ווייל מ'ווערט איבערגענומען מיט די נפש המעשה.

א דרייער דארף מען מעורר זיין זיין נפש ההרגשים פון "וואס פיהל איך איז דער אמת וויאזוי איך וויל זיך אויפפירן" דהיינו, וויאזוי איז מיין אמת'ע נפש ההרגשים וואס האט מיט וויאזוי איך פיהל עס באמת.

א זעקסער דארף מען מעורר זיין זיין נפש המשבה פון "וואס זענען מיינע אייגענע מחשבות" דהיינו, וואס זענען מיינע מחשבות.

און א ניינער דארף מען מעורר זיין זיין נפש המעשה פון "וואס וויל איך טון". אויב עס וואלט נישט געווען די ענין פון שאפן הארמאניע, וואס וואלט איך געוואלט טון. וואס זענען מיינע מעשים. א ניינער דארף שטארק טראכטן צו טרעפן זיינע אייגענע מעשים. ער קען צומאל נישט כאפן, און מיינען אז ער וויל עס, בעת עס האט גארנישט מיט אים.

והשם הטוב יעזור אז מ'זאל זיין פרייליך שטענדיג מיט אים און מיט זיינע מצוות.

אלעס וואס איך שרייב איז נאר לויט מיין נפש. וואס זאל איך טון, איך בין אלעמאל געווען נאר מיך אליין. ס'דא אזויפיהל סארטן נפשות
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

וואס טייטשט הארמאניע?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

Bissli האט געשריבן:וואס טייטשט הארמאניע?

בס"ד
די הארמאניע פון וואס איך רעד דא, רעד איך פון א אינערליכע נפשיות'דיגע געפיל. (נפשיות'דיג מיינט אז מ'קען עס פיהלן) הארמאניע דא מיין איך צוזאגן אז דו פיהלסט נישט אין דיר קעגן קיינעם, דו ביסט מיט יעדעם. אפילו אויב ווען איינער וועט דיך פרעגן "דו האלסט פון יעדעם איינעם?" וועסטו ענטפערן: ניין, נישט ממש. אבער פיהלן פיהלסטו נישט אין דיר אז דו ביסט יעצט אויפגערעגט אדער אין מחלוקת מיט יענעם. איך רעד פון א געפיל פון הארמאניע.

ס'דא ווען א מענטש פיהלט אין זיך אז ער איז אויפגערעגט אויף געוויסע מענטשן וואס זענען יעצט ארום אים. ער פיהלט אין זיך אז ער קעגן דעם און קעגן יענעם. "איך האלט נישט פון דער און פון יענעם, איך האב נישט ליב קיינעם דא" ניינערס האבן נישט ליב צו פיהלן אין זיי אז זיי זענען אין קאנפליקט. זיי דערליידן נישט די געפיל פון א קאנפליקט.

ר' שרגא פליישמאן נ"י האלט אז א ניינער איז די מידה פון תפארת. צוזאמען. א געפיל פון "איך בלענד אריין אין די זאך" "מיין איך פיהלט זיך ווי איך בלענד אריין, איך בין א חלק פון די זאך".

ס'דא היפש אסאך ניינערס, סאו, גוט אסאך וואס וועלן ליינען וואס איך שרייב, ווייסן פון אזא געפיל צו זאגן. עס איז ביי זיי א פשטות. אוודאי פיהל איך אזוי. וואדען? איך בין נישט א קריגערישע גערעגטע מענטש. אבער נישט יעדע טייפ פיהלט זיך אזוי. א ניינער פיהלט זיך אזוי, ווייל אונטערבאוואוסטזיניג ארבעט ער דערויף מיט אלע כוחות, א ניינער האט בעיקר ליב צו פיהלן אין הארמאניע. א אינערליכער געפיל אז דו ביסט אין הארמאניע מיט אלעס ארום און ארום.

ווען דו שטעלסט צאם בלומען, וועסטו זיכער מאכן אז יעדע בלום בלענד אריין. אזוי האט זיך ליב א ניינער צו פיהלן. ער האט זיך נישט ליב צו פיהלן אז ער איז קעגן יענעם. ער האט עס נישט ליב צו פיהלן.

הארמאניע מיינט א געפיל אז איך בין א חלק פון אלעס ארום מיר. און אויב עס קומט ארויף אינעם ניינער א ענערגישער זאך וואס ער פארשטייט אז דאס וועט שטערן פון די הארמאניע וועט ער טון פעולות דאס מבטל צו זיין. ער וועט דאס אונטערדרוקן - רוב מאל אונטערנבאוואוסטזיין - מיט כח וביד חזקה. ער וועט שנעל ארויף ברענגען א שמייכל, נאך איידער עס קען זיך מאנעפעסטירן אין אים די ענערגיע וואס פארשטייט זיך ביי אים אז דאס וועט שטערן די געפיל פון "איך בין אין הארמאניע מיט מיין ארום"

הארמאניע, די רצון פון א ניינער. הארמאניע די געטליכקייט וויאזוי השי"ת איז זיך מגלה צו די בריאה. הארמאניע, איינע פון די שיינקייטן פון די בריאה.

ווען דו הערסט א ניגון, וועסטו זעהן אז יעדע קלאנג דארף אריינבלענדן. דאס מיינט הארמאניע.

ווען דו גייסט אין די וועלט און דו זעהסט א שיינעם הויז מיט א גארטן, גוט צאמגעשטעלט, וועסטו זעהן 'הארמאניע'.

והשם הטוב יעזור אז מיר זאלן זיין אין הארמאניע מיט'ן אייבערשטן. שלא יהא לבך חלוק על המקום.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

יישר כח

אלץ ניינער קען איך אגריען מיט יעדע ווארט!
איך נאר נישט געוויסט אז דאס וואס דו שרייבסט דא רופט מען הארמאניע
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

הארמאניע: אחדות.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

מח בקדקדו האט געשריבן:הארמאניע: אחדות.

יא יא
אלעס שטימט שוין
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
א.ב.ג
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א.ב.ג »

אביסל א ברייטערע רעדע אפשר, ארום מיין עקסטרעם ניינערישקייט מיט א היפש שטארקן איינס פליגל!
עניוואן?
קנדה
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 12, 2017 5:10 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנדה »

איך קען שוין די אניגראם און יעצט? ווי קען עס מער העלפן אין מיין לעבן, איך בין א פירער, און איך זעה נישט וואס איך האב פון וויסן דאס, א חוץ אביסל מער awareness
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

א.ב.ג האט געשריבן:אביסל א ברייטערע רעדע אפשר, ארום מיין עקסטרעם ניינערישקייט מיט א היפש שטארקן איינס פליגל!
עניוואן?

איך אלץ ניינער וואלט קיינמאל נישט געקענט פארנעמען צו האבן איינזערישקייט, איך קוק עס אן ווי א שטיקל סתירה
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

מח בקדקדו האט געשריבן:הארמאניע: אחדות.

איך װאלט געזאגט אז מער פונקטליכער אז די טײטש פון ״הארמאניע״ איז ״שלום״, ענדערש װאו ״אחדות״ װאס װײזט מער אױף ״אײנציג״, הארמאניע איז מער ״אסאך זאכן״ װאס ארבעטן מיט צוזאמען, אנשטאט ״אײן״ זאך,
(דר. דוד ליבערמאן אין זײן בוך "How free will works" ברענגט ארױס די זאך שײן באריכות, ער ברענגט ארױס אז אין גלות איז נאר שײך ״שלום-הארמאניע״ און װען משיח װעט קומען װעט װערן די ״יחוד השלם״ פונעם אחד יחיד ומיוחד אלעס װעט װערן אײנס,)
Internal family system טעראפי איז א גוטע דוגמה אנשטאט ארבעטן אז ״דער מענטש״ זאל װערן א״ג ״גאנץ״ איז דער גאול ענדערש אז א מענטש זאל לעבן בשלום מיט אלע זײנע חלקים - הנקרא בלשונם ״פארטס״, דאס איז אײגנטליך די אפטײטש פון ״פיזור״ הנפש, אז די חלקי הנפש זענען צוטײלט און דאס שאפט ״יסורי״ הנפש, און װען ס׳דא "שלום -שלוה" אינעם נפש עקספיריענסד דער מענטש ״מנוחת״ הנפש, אלס רעזולטאט פון די הארמאניע פון אלע חלקים, און פארדעם ענדיגט מען אלע תפילות מיט א בקשה אױף ״שלום״ װײל דאס איז װאס מיר דארפן צו לעבן מיט ״מנוחת הנפש״,

נשמה, כ׳האב א שאלה צו דיר, װאס-װער איז ״דער מענטש״ װאס זוכט זיך צו הײלן למשל װען מ׳לײדט פון יסורי הנפש, למשל, אײנער װאס לײדט פון אדיקשאן, און ער איז זײער דיטערמענט זיך אױסצוהײלן? אא״װ אלעס אנדערש װאס פלאגן א מענטש, איז עס די ״נשמה״? (אױב יא װעכע חלק? בהמיות? רוחני? אדער א אנדערע חלק?) איז עס די ״נפש״ און אױב יא, װעלכע חלק? קענסט מיר דאס פותר זײן?
א גרױסן דאנק,
לעצט פארראכטן דורך טעארעטישע פאקטן אום דינסטאג מאי 25, 2021 10:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”