נשמת השכל האט געשריבן:מח בקדקדו האט געשריבן:נשמת השכל האט געשריבן:מח בקדקדו האט געשריבן:קען מען דען נישט האבן א פליגל וואס איז א סתירה צום שורש טייפ? אויב פארשטייסטו אז א זיבענער קען האבן א פליגל פון אכט, פארוואס זאל א פירער נישט קענען? א זיבענער האט נישט קיין שום זעלבסט קאנטראל אויף זיך. אלעס איז געוואנדן אין וואו זיין בקשת התענוג טראגט אים אויפ'ן מינוט. ווידער דער אכטער, האט טאטאלע זעלבסט קאנטראל, ער איז בעה"ב אויף זיך אליין, ער לאזט נישט אז נער'ישע אינסטינקטן זאלן אים דרייוון.
טא ווי קאן זיין אז דער זיבענער זאל האבן אן אכט פליגל?
אלא מאי, מען קען יא האבן א סתירה'דיגער פליגל.
צום ענין, איבער האבן פליגלען פון טייפס וועלכע זענען נישט נעבן דעם הויפט טייפ נומער. איך נויג יא אנצונעמען אז מען האט נאר א פליגל פון א דערנעבנדיגער נומער. איך קען אבער נישט מסביר זיין געהעריג פארוואס איך שפיר אזוי. קען זיין, צוליב וואס איך זע עס קלאר אויף מענטשן.
קיינמאל קען עימיצער וואס זיין שורש'דיגער נומער איז איין נומער - זיך איינהאנדלען די שורש פון זיין פליגל נומער. זאת אומרת אז א זיבענער אפילו ווען ער זאל האבן א פליגל פון אכט - וועט ער אבער נישט האבן די נקודת השורש פונעם אכטער וועלעכע איז ווי דו שרייבסט 'זעלבסט קאנטראל', ער וועט נאר האבן געוויסע חיצוניות'דיגע חלקים פונעם פליגל נומער.
איך רעד אוודאי נישט פון דעם שורש, איך רעד פון דעם פליגל.
צווייטנ'ס, בנוגע די סתירה'דיגע פליגל. איך האב נישט געזאגט אז מען קען נישט האבן א פליגל וועלעכע איז א סתירה מיט זיין שורש'דיגע טייפ. בוודאי אז מען קען גיין צו א נומער וועלעכע איז א סתירה, אבער כאמור אז ווען מען איז זיך גוט מתבונן אין זיין שורש'דיגע נקודה וועסטו פארשטיין אז די סיבה פון זיין גיין אהין איז דייקא א דאנק זיין שורש'דיגע נקודה [און אטע דאס איז די הויפט אויפטוה פונעם אניגראם, אז אפילו ווען דו זעהסט עמיצן מיט א געוויסע סארט הנהגה - וועט דיך אבער אניגראם קומען פארציילן אז בעצם איז ער דייקא דאס פארקערטע].
דו קענסט מסביר אז די סיבה פארוואס א פירער האט פליגל פון דריי, קומט מצד זיין זיין א פירער?
יש להתבונן.
איך וועל דיר זאגן אזוי, בעצם דארף מען טאקע זאגן אז עס צוטיילט זיך אין צוויי - אזוי ווי @ממוצע האט ארויסגעברענגט אז עס זענען פארהאן צוויי סארטן פליגלען, איינס איז א שוואכערע סארט פליגל וועלעכע איז בעצם ווי א 'געבארג'טע' נאטור וואס דער מענטש נוצט בכדי צו פארדעקן זיין אמת'ע שורש'דיגע נאטור. און די צווייטע איז שוין פיהל מער א שורש'דיגע פליגל וועלעכע איז טאקע באמת מוטבע אינעם נפש פונעם מענטש. והמציאות על השטח יוכיח שכן הוא באמת.
וואס איך וויל אבער זאגן איז, אז אויב דו וועסט דיך גוט מתבונן זיין וועסטו זעהן אז אפילו אט דער שורש'דיגער פליגל ווערט אויך נאר מתעורר דורך די אינסטיקטן און טריגער'ס פון זיין הויפט שורש'דיגער טייפ. למשל: א זעקס מיט א זיבן פליגל, הגם ער פארמאגט באמת א זיבענערישע נטייה, אבער לאחר התבוננות וועסטו זעהן אז זיין זיבן פליגל צושפילט זיך נאר דורך זיינע זעקסטערישע נטיות. דו"ק ותשכח.
און 'דאס' איז לענ"ד די הויפט אויפטוה פונעם 'אניגראם'. כפי ידיעתי איז נישט פארהאן נאך א מהלך וועלכע גיט דיר צו פארשטיין און זיך דערגרינטעווען צו אט דעם יסוד. 'דאס' אז מען זאל פארשטיין אזוי פונקטליך עד סוף הנקודה פון וואו אלעס הייבט זיך אן ביי איין שורש - דאס איז נאר עפעס וואס אניגראם פארציילט דיר.
סתם צו קענען קומען און זאגן אז דער מענטש איז אזוי און דער מענטש איז אזו, און אויב שטימט עס נישט אינגאנצן דאן פאקט מען צו נאך אפאר נומערן - אז דאס איז ווייל ער האט א פליגל און צוויי און אפשר דריי.. פארדעם דארף מען נאכנישט דעם אניגראם, מען קען אנשטאט דעם גיין מיט די אנדערע מהלכים וואס זענען דא וועלעכע צוטיילן די נפשות פון מענטשן. 'אניגראם' קומט דיר פארציילן עפעס סודות - עפעס פיהל מער שורש'דיג.
און צוליב דעם טאקע זענען נישט פארהאן צופיהל מענטשן וועלכע זענען באמת ביכולת זיך צו דערגרינטעווען צו קובע זיין די אמת'ע נומער פון די נפש פון א מענטש. ווייל מען ברויך קענען אריינגיין עד השורש השרשים, און אויב קען מען דאס נישט - דאן בלייבט מען טאקע פיהל מאל צומישט צווישן די שורש'דיגער נומער און די שורש'דיגער פליגל, און מען קען נישט מחליט זיין ווער עס איז דער שורש און ווער עס איז דער ענף.
און לויט וואס טאקע איז מען טאקע למעשה מחליט?! אזוי ווי געשמועסט - נישט אז מען קוקט וועלעכע זאכן דער מענטש טוט דאס מערסטע און לויט דעם איז מען קובע אז דאס איז זיין שורש, און וואס ער טוט ווייניגער לויט דעם איז מען קובע אז דאס איז זיין ענף. ניין - נאר מען קוקט גוט אריין און מען זעהט 'ווער עס איז בעומק דער דרייווער און ווער איז דער געדרייווטער..'
וואס עס בלייבט נאר למעשה יא איבער צו פארשטיין איז, פארוואס טאקע זענען פארהאן צוויי מענטשן וועלעכע קענען פארמאגן די זעלבע שורש'דיגער נומער, אבער זייער שורש'דיגער פליגל איז אנדערש איינער פונעם צווייטן?! וואס אין זייער שורש מאכט אז איינער זאל האבן אזא פליגל און דער צווייטער אן אנדער'ס?
לגבי דעם שוואכערן פליגל איז עס נישט שווער בכלל - וויבאלד די סארט פליגלען האבן צוטוהן מיט גורמים חיצוניים וועלכע שעיפן דעם מענטשן אין איין געוויסן ריכטונג. אבער לגבי די מער שורש'דיגער פליגל איז עס עפעס וואס איז טעונה מחשבה.