שלוח הקן - און ארום

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

luigler
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 2:39 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך luigler »

ווייזער האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
מענדל האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:ווי קען מען frame'ן די אייער?

כ'מיין ביי 160 LEE AVE


זיי מאכן עס נישט. איך האב זיי אנגערופן.

ווער נאך טוט איינפרעימען די אייער.

איז דא עפעס אן ענין אדער סגולה צו האלון די אייער?
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

luigler האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
מענדל האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:ווי קען מען frame'ן די אייער?

כ'מיין ביי 160 LEE AVE


זיי מאכן עס נישט. איך האב זיי אנגערופן.

ווער נאך טוט איינפרעימען די אייער.

איז דא עפעס אן ענין אדער סגולה צו האלון די אייער?

געפילן....
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

קליינע טאטע האט געשריבן:
luigler האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
מענדל האט געשריבן:

כ'מיין ביי 160 LEE AVE


זיי מאכן עס נישט. איך האב זיי אנגערופן.

ווער נאך טוט איינפרעימען די אייער.

איז דא עפעס אן ענין אדער סגולה צו האלון די אייער?

געפילן....

כמיין אז הרב כהנא פון שילוח הקן טוט עס פאר 100$
9179230995
בן אחיך
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 8:06 pm

Re: שלוח הקן - און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן אחיך »

אודה ד' מאוד בפי
אז כ'האב זוכה געווען צו מאכן נעכטן שילוח הקן אויף א טויב מיט צוויי פרישע אייער אן קיין בליץ-טראפ
די אייבערשטער זאל העלפן עס זאל ברענגען אלע השפעות ברוחניות ובגשמיות פאר מיר און פאר גאנץ כלל ישראל
אין זאל מוערר זיין די גאולה שלמה בקרוב ממש במהרה בימינו אמן
luigler
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 2:39 pm

Re: שלוח הקן - און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך luigler »

אינטערסאנט אז עס האט נישט געהאט קיין בליץ טראפ, ווי לאנג נאך די אייער איז געלייגט געווארן איז דאס געווען?
בן אחיך
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 8:06 pm

Re: שלוח הקן - און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן אחיך »

שבת האט עס געהאט איין איי
מוצש"ק איז געווען איין איי אין די פייגל איז נישט געזיצען דארט א גענצן צייט (אביסל יא אביסל נישט)
האב'עך געפערגט די מומחה (ר' אברהם יצחק כהנא) וואס עס מיינט
האט ער מיר געזאגט אז ווי לאנג עס האט נאר איין איי קען זיין אז עס זיצט נישט בקביעות אין אויף זונטיג שפעטצנז מאנטאג וועט זיין די צווייטע
זינטיג איז שוין די פייגל געזיצען א גאנצען טאג אין ביינאכט בערך 12 צייט האבן מיר עס פארשיקט מיט די "האנט"
ברוך השם
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: שלוח הקן - און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

וואס איז ווען עס האט שוין א בליץ טראפ, איז עס שוין נישט קיין מצוה?
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: שלוח הקן - און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

אחת ואחת האט געשריבן:וואס איז ווען עס האט שוין א בליץ טראפ, איז עס שוין נישט קיין מצוה?

עס איז בודאי יאָ א מצוה. אָבּער זיין געפיהל וואָלט געווען ׳א שׁאָד איך האָב עס נישׁט איינגעפרעמט״
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5442
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

איך האב א נעסט מיט פייגלעך נעבן מיין דירה . ווער קען מיר העלפן מיט שליח הקן ?
סטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2022 3:06 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאר »

maybeeynot האט געשריבן:איך האב א נעסט מיט פייגלעך נעבן מיין דירה . ווער קען מיר העלפן מיט שליח הקן ?

און וומס"ב איז דא א איד ר אברהם יצחק כהנא קענסט אים רופן..קען זיין ער האט א מענטש און קרית יואל.9179230995
אוועטאר
אברהם העיברי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

Re: שלוח הקן - און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם העיברי »

שלום וברכה

כהאב היינט באמערקט א נעסט מיט צוויי פרישע אייער, און כהאב אוועקגעשיקט די מאמע מיט א בעזעם.
וויאזוי ווייס איך אויס סאיז געווען כשר?
[האם יוצאין מצוות שלוח הקן אף בציפור לא טהורה?]

יישר כח למפרע
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

maybeeynot האט געשריבן:איך האב א נעסט מיט פייגלעך נעבן מיין דירה . ווער קען מיר העלפן מיט שליח הקן ?

ס’דא א אינגערמאן אין קרית יואל, עקשטיין וואס מאכט שילוח הקן, כ’בין נישט זיכער מיט זיין אינפאו. אויב איינער קען צוצייכענען.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

אברהם העיברי האט געשריבן:שלום וברכה

כהאב היינט באמערקט א נעסט מיט צוויי פרישע אייער, און כהאב אוועקגעשיקט די מאמע מיט א בעזעם.
וויאזוי ווייס איך אויס סאיז געווען כשר?
[האם יוצאין מצוות שלוח הקן אף בציפור לא טהורה?]

יישר כח למפרע


'שלוח הקן אינו נוהג אלא בעוף טהור' (יורה דעה סי' רצ"ב סעיף א') כי יקרא קן צפור; כ"מ שנאמר צפור אינו אלא טהור.

ביי א נישט כשר'ע פייגל איז אסור לשלח האם משום צער בעלי חיים.

בנידון דידן; ווייסט וואספארא פויגל דאס איז געווען? ווייסט עכ"פ וויאזוי עס האט אויסגעקוקט? איז שייך צו לייגן א בילד?

א שלוח הקן מומחה קען וויסן פון כאפן א בליק אויף די אייער.

יתכן אז איר וועט דארפן צוריקלייגן די אייער אין נעסט..

(דאס בעסטע וואס איר קענט יעצט טון איז צו כאפן א שמועס מיטן שלוח הקן מומחה; ר' אברהם יצחק כהנא 917-923-0995 )
אוועטאר
אברהם העיברי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

Re: שלוח הקן - און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם העיברי »

דא האט איר אפאר בילדער


oops.
I see the photos are not being attached.
How do I attach the photos?
אוועטאר
יאללא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 6:01 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאללא »

וואסערפאל האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:איך האב א נעסט מיט פייגלעך נעבן מיין דירה . ווער קען מיר העלפן מיט שליח הקן ?

ס’דא א אינגערמאן אין קרית יואל, עקשטיין וואס מאכט שילוח הקן, כ’בין נישט זיכער מיט זיין אינפאו. אויב איינער קען צוצייכענען.

איך האב זיין נאמבער קום אין פרייוועט
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

אברהם העיברי האט געשריבן:דא האט איר אפאר בילדער
oops.
I see the photos are not being attached.
How do I attach the photos?

viewtopic.php?p=2094214#p2094214
בילד
אוועטאר
אברהם העיברי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

Re: שלוח הקן - און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם העיברי »

ייש"כ.

ווייסט עמיצער דא אויב דאס איז כשר?
[די אייער ליגן דערווייל אין פרידש...]
אטעטשמענטס
photo_2022-05-27_17-40-18.jpg
photo_2022-05-27_17-40-18.jpg (224.66 KiB) געזען 920 מאל
photo_2022-05-27_17-40-21.jpg
photo_2022-05-27_17-40-21.jpg (243.89 KiB) געזען 920 מאל
אוועטאר
דער שיבער
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2012 10:17 pm

Re: שלוח הקן - און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער שיבער »

דאס איז א תור (טויבעלע) מהודר שבהודר
די שאלה ווי האלט די אייער, האט עס א בליץ טראפ-אדערן-אדער גאר א קליין בעבי אינעווייניג
איז עס געווען הפקר?
אוועטאר
אברהם העיברי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

Re: שלוח הקן - און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם העיברי »

דער שיבער האט געשריבן:דאס איז א תור (טויבעלע) מהודר שבהודר
די שאלה ווי האלט די אייער, האט עס א בליץ טראפ-אדערן-אדער גאר א קליין בעבי אינעווייניג
איז עס געווען הפקר?


ברוך השם!
זה היה ממש כמה שעות לאחר שהניח הביצה.
ובנוסף לזה, איך האב געלייגט א פלעשלייט, ולא ראיתי משהו אדמימות.
-
בוודאי היה הפקר. מה כוונתכם?
-
איז למעשה, וואס טוה איך מיט די ביצים?

[נ.ב.
די אייער איז ווייס]
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: שלוח הקן - און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

איך האב ב''ה זוכה געווען צו מאכן שילוח הקן מיטן הילף פון הרב כהנא אין א פארשטפטע געגנט אין קווינס אויף די טרעפ פון די באנען וואס לויפן איבער א גאס (אזוי ווי ניו יוטרעקט אין ב''פ) איין איי פון די טויבעלע האט שוין געהאט עטוואס א בלוטס טראפ און די אנדערע נישט. איך האב עס געלאזט פרעזערווירן אין א גלאז. די אייער פון די נעסט זענען איינציגווייז ארויסגענומען געווארן דורך א שטעקן מיט דאקט טעיפ ביים עק וואס די איי האט זיך צוגעקלעבט צו דעם.
גם זה יעבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

Re: שלוח הקן - און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם זה יעבור »

איך האב ב''ה זוכה געווען צו מאכן שילוח הקן מיטן הילף פון הרב שמחה כהנא אויף די ביעמס פון די באנען און וויליאמסבורג ברוקלין, איין איי פון די טויבעלע האט שוין געהאט עטוואס א בלוטס טראפ און די אנדערע נישט.
אלץ מצוה דלאו כל יומא מתרחש, האמיר מיטגענומען די משפחה, און געמאכט א לחיים נאכדעם.
איך האב עס געלאזט פרעזערווירן אין א גלאז.
ברכות המצוה תגן עלי ועל משפחתי.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שלוח הקן - און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

[quote="אברהם העיברי"][/quote]
האסט נישט באמערקט איר איידלקייט?
אזא איידלקייט מאכט נישט קיין סענס אז עס זאל נישט זיין כשר
(סתם געפילן, אבער די מדרשים רעדן אויך ארום איבער דאס ענליכקייט פון כלל ישראל צו א טויב און איר איידלקייט)
למען האמת עס איז א תור א "טערקל" טויב
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

אברהם העיברי האט געשריבן:
ברוך השם!
זה היה ממש כמה שעות לאחר שהניח הביצה.
ובנוסף לזה, איך האב געלייגט א פלעשלייט, ולא ראיתי משהו אדמימות.
-
איז למעשה, וואס טוה איך מיט די ביצים?

אשריך!

קענסט עסן די אייער (עפעס אן ענין איז דא דערויף)

אדער קענסטו דאס אריינגעבן צו איינפרעמען

אדער קענסטו טוהן ביידע.
אוועטאר
דער שיבער
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2012 10:17 pm

Re: שלוח הקן - און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער שיבער »

אייער שפייז פאר מלוה מלכה (מאך עס אין א לעפל מיט א לעכט דערונטער...) דאס איז לכתחילה אויב דו גייסט איין דערויף
אז נישט האלט עס אין טשיינע קלאזעט. אדער געב עס צו פרעמיען
אוועטאר
אברהם העיברי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם העיברי »

יש הנאה האט געשריבן:
אשריך!

קענסט עסן די אייער (עפעס אן ענין איז דא דערויף).


הממ… צי עסן די אייער דארף איך לכאורה נאכאמל געבוירן ווערן..
קען איינער אריינקומען דא וואספארא טעם דאס האט?
איז עס סעיף?
[די ביצים זענען ממש פיצי]
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”