=======================================================
צווייטע לעקציע:די קאליר פון ליכטיגקייט Color Temperature=======================================================
איך בין דא נייע, קען איינער מיר העלפען וויאזוי צו לייגן א בילד און אייוועלט זאל עס נישט מאכן גרעסער ווי די ארגינאלע סייז? די בילד אויבען איז נישט קלאר, ווייל עס ווערט גרעסער ווי די עכטע סייז.וואס איז CCT?
CCT (Correlated Color Temperature) איז א וועג וויאזוי מען מעסט ווי שטארק איז די געלקייט אדער בלויקייט פון א לייט באלב. ווי נידריגע די נומבער, איז עס מער א ווארימער קאליר. ווי העכער, ווערט די קאליר מער געל, און דערנאך מער ווייס, אן דערנאך בלוי. מען מעסט עס אין קעלווינס. עס הייבט זיך אן ביי זייער שטארק געל, אפילו מער orange אדער רויטליך, אפשר אין ענגליש, וואלט מען עס אנגערופן די קאליר וואס הייסט Amber. דערנאך וועט עס גיין צו שטארק געל, נארמאל געל, מער ווייס און דערנאך גאר ווייס און אפילו בלוי (דומה לרקיע), וואס איז אזוי ווי טאגליך daylight.
דא קענט איר זען וויאזוי די גאנצע mood און אויסקוק פון א די זעלבע צומער טוישט זיך, לויט די קאליר פון די light bulbs. איך וויל נאכאמאל אויפמארקזאם מאכן, אז די חילוק פון די 3 בילדער איז נישט אין די שטארקייט פון די ליכטיגקייט. אלע האבן די זעלבע מאס ליכטיגקייט. די חילוק איז נאר אין די קאליר פון די light bulbs אדער light fixtures:
איז וואס איז א גיטע קאליר?
עס איז זייער שווער צו ענטפערן די קשיא. איך זאג אייביג, וואס איז א גיטע וויין? איינער זאגט רויט, איינער זאגט ווייס, און איינער זאגט גאר א ראוזע. איינער זאגט טריקען און איינער זאגט זיס. און איך זאג, א גיטע וויין, איז די וויין וואס איר האט ליעב. די זעלבע מיט לייטס. איינער האט מער ליעב געל, און איינער גאר ווייס. איך קום נישט דא אייך איינצורעדן וואס איר זאלט ליעב האבן. איך קום אבער יא זאגן צוויי זאכן: 1) מען זאל וויסן אז לייטס קומען אין פארשידענע קאלירן, עס איז ממש פון די basics אין lighting. ממילא, וועט מען וויסן וואס מען וויל. אויב ווילט איר א גיטע שטארקע לייט פאר א work surface, זאלט איר נישט קויפן קיין גאר שטארקע געלע לייט. איר וועט פשוט וויסן אויף וואס איר דארפט זיכן. און 2) עס איז דא standards in lighting וועלכע קאליר הייסט מער ambient למשל פאר א ליווינג רום, און וועלכע הייסט מער א בעסערע קאליר פאר ארבייט, וכדומה.
פארוואס האב איך געמאכט די גאנצע הקדמה? ווייל אויב וועט איר האבן א דיזיינער וואס האט נישט קיין אידישע טעם, און ער וועט מחליט זיין אז איר דארפט אין אייער נייע קאך לייגן נייע light fixtures מיט א CCT פון 2700, זאלט איר וויסן אז אפשר וועט איר עס נישט ליעב האבן. יא, און א upscale kitchen פון א גרויסע עושר, וואס קאכט קיינמאל נישט, און נוצט די קאך נאר צו סערווירן איבערגאווארעמטע עסן, און צו entertain געסט, איז עס אפשר גוט.
א מעשה: איך האב א ידיד, וואס רופט מיך אן, אז ער האט געקויפט און אינסטאלירט נייע שטארקע ספאט לייטס אין זיין גאנצע הויז, מיט א CCT פון 5,000k, וואס איז גאר ווייס, ממש ווי טאגליכט. און ער פרייד זיך גאר שטארק, אז ממש, עס זעט אויס ווי ער האט געקויפט א ברענד נייע הויז, בלויז פון טוישן די ספאט לייטס... און עס איז אמת... לויט זיין טעם און געשמאק... איך האב אים געזאגט אז איך מיין אז ער האט געטוישט זיין הויז צו איין גרויסע operating room... אבער דאס איז לויט מיין taste.
און אז איך האב שוין געזאגט די מעשה, איז גוט ארויסצומענען דערפון: lighting איז גאר א וויכטיגע זאך אין לעבען. און מען קען נעמען אן אלטע הויז, און מיטן בלויז טוישן צו נייע light bulbs, און נייע spot lights, טוט מען ממש איבערטוישן צו א נייע געשמאקע הויז.
CCT לויט די פלאץ
נאכן שרייבן אונזערע פריעדיגע הקדמה אז עס איז דא פארשידענע קאלירן פון ליכטיגקייט, און אז איעדער זאל אליינס באשטימען וואס ער האט ליעב, וועלען מיר דאך באשרייבן די basics וואס איז אנגענומען אין די lighting industry און ביי designers, וואס פאר א CCT צו נוצן, לויט די space and room וואס מען וויל באלייכטן.
רעסטוראנטען:מערסטע רעסטוראנטען ווילן א נידריגערע CCT אין די range פון 1800K to 2700K צו מאכן א גיטע ambiance and mood. די קאלירן געבען וואס מען רופט אי ענגליש א friendly intimate vibe וואס איז ענדליך צו די קאליר פון א פייער אין א fireplace. א מער מאדערענע רעסטוראנט, וועט מסתמא וועלן וויניגער געל, לאמיר זאגן 3000k, וואס איז מער א soft and pleasing ווייסע light, אבער נאך אלטץ געל.
הייזער, אנדערע צימערן, דארפן אנדערע CCT ליכטיגקייט:
אין בעדרומס און ליווינג רומס, קומט אין די CCT range פון 2700k. אין kitchens, וואס איז מער א פלאץ ווי מען טוט ארבייט ווי קאכן, קומט מער אין די 5000k. אין די לעצטע יארן איז די קאליר 4000k געווארן אסאך מער popular פאר kitchens וכדומה, פאר די וועלכע האלטן אז 5000k איז צו שטארק ווייס, אבער ווילן דאך נישט קיין געל. 4000k איז שוין נישט געל, אבער נישט "זייער שטארק" ווייס. אני לכשעצמי האלט זייער שטארק פון די קאליר. אין טוילעטס לייגט מען געווענדליך אין די 2700K-3500K range פארשטייט זיך לויט ווער דער דיזיינער איז. 3500k איז די בעסטע ביים שפיגל פונעם vanity, וואס איז גיטע task lighting אין איז זייער א גיטע פונקט פאר נאטורליכע ליכטיגקייט.
דא האט איר א kitchen מיט 5000k lighting, א אידישן טעם!
דא האט איר א kitchen מיט טונקעלע קאלירן lighting. איך מיין אז איר וועט מסכים זיין מיט מיר אז עס האט נישט קיין אידישן טעם...
איצט אז איר ווייסט שוין וואס מיינט קאליר, וועט איר מסתם פרעגן, וויאזוי האלטן lighting distributors אזויפיל מיני לייטס אין סטאק? לאמיר זאגן א פשוטער פיר אינטשיגע ספאט לייט, א זייער פאפולער סייז. דארפט דאך איעדער lighting showroom האלטן אין סטאק אין כאטש פינעף קאלירן?! און טאקע ביז נישט לאנג צירוק, האט מען טאקע געהאט פון איעדע פאפולער אייטעם פארשידענע variations. למשל סטענדערט לומענס און high לומענס, ווי אויך אין די מערסטע באנוצטע קאלירן, ווי 2700k - 3000k - 4000k 5000k. קומט אויס אז דער דיסטריביוטער האט געמוזט האלטן גאר אסאך אינווענטארי, ווי אויך דער קאסטומער האט געמוזט אפמאכן זיין mind וואס ער קויפט. אבער אין די לעצטע פאר יאר איז ארויסגעקומען א נייע זאך. כמעט אלע נייע LED Light Fixtures זענען וואס מען רופט CCT Selectable. דאס מיינט אז די light fixtures האבן א קליינע סוויטש, און מען קען טוישן אפאר קאלירן. דאס האט אויפגעטוהן צוויי זאכן. דער דיסטריביוטער דארף נאך סטאקן איין מין פון איעדע סטייל, און דער קאסטומער קען אפמאכן בשעת מען installed עס וואס פאר א קאליר ער וויל. ער קען אפילו טוישן אהין און צירוק בשעת מעשה צו זען וועלכע צייגט (לייכט) די בעסטע.
מיר אין אונזער וועירהאוז, טוען מיר טאקע סטאקען היום הזה רוב פראדוקטען אין CCT Selectable אפציעס. עס איז היינט געווארן א סטענדערט פראדוקט און נישט כמעט מער טייער.