ארבע מידות בהלוואת מעות

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

ארבע מידות בהלוואת מעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

זאל איך בארגן פון יענעם, כ'בין אין א דילעמע, איך וויל בארגן פון אים, כ'ווייס אז ער האט, אבער ווער זאגט אז ער וועט מיר וועלן בארגן, ווער זאגט אז ער וועט מיר קענען אפווארפן און זיך אנטזאגן פון מיר צוליב טון, א געצווינגענע טובה איז נישט עפעס וואס וואלט געווען אינטערעסאנט.
ביים בארגן געלט פון אנדערע איז שטארק מערקבאר און קענטליך די נטיות נאטורן און שטריכן, מען לייגט אריין דעם מענטש אין א דילעמע פון וואס ער וויל זיך אין מערסטנס פעלער ארויסדרייען, אבער די וועג ארויס איז אנדערש געוואנדן לויט די נאטורן.

דער שטייפער - נישט אלעמאל איז ער הארט, כ'קען אים אין ווייכע צייטן אויך, אבער נישט ווען עס קומט צו געלט, ווען מען רעדט פונעם טייסטער איז עס ארומגענומען מיט מערערע גרעניצן פיזיש און גייסטיש, דאסמאל האט ער מיר דאס געגעבן צו שפירן.
ווי נאר ער האט דאס ווארט בארגן הייבט זיין בלוט אן קאכן ווי א קעסל, ער קען זיך נישט באהערשן און האט נישט די געווענדליכע קאמוניקאציע מיטלן וויאזוי צו זאגן יא אדער ניין, ער פילט מיט יענעם, אבער עס קומט ארויס אויף די פארקערטע וועג, אויב זאל ער ווייזן סימפאטיע האט ער א שטארקע פחד אז דאס וועט אים מעגליך קאסטן און ער וועט נכשל ווערן מיטן בארגן, דעריבער האלט ער זיך זייער קאלט און אייזן. ער פילט טאקע מיט אבער ס'וואלט שוין בעסער געווען ווען ער פילט ווען נישט.

דער אויסגערעכנטער - בארגן, לאמיר זען, ערשט דארף איך טשעקן אין מיין באנק אקאונטע, זען וואס זיי האבן צו אפערן. אויך דארף מען בעסער פארשטיין וויאזוי די געלט גייט אנקומען צו דיר, און וויאזוי עס גייט צוריקקומען, עס ליגט אין א ביזנעס אקאונט און איך קען עס נישט ארויסנעמען נאר אויב עס גייט אויף די ביכער.
ער האט נאך א לאנגע ליסטע פון פראגעס און באווארונגען, וויאזוי גייען ארבעטן די פעימענטס אויף צוריק און פארוואס בארגסטו. דער מענטש איז פיל מיט פארדאכט אבער מיט רעכט, ער באווארנט זיך און מאכט זיכער צו שפילן ריכטיג מיט זיין געלט אבער אויב שטימט עס מיט זיינע ווערדן וועט ער זיין גרייט צו פארבארגן מיט זיכערקייט.

דער צעפלויגענער - בארגן, יא זיכער פארוואס נישט,וויפיל דארפסטו, הוממממממממממממממ איך האב נישט, הלואי ווען איך קען דיר ווען העלפן. אסאך האבן שוין געריטן אויף זיין צעפלויגנקייט, ווי נאר ער מאכט אפאר טאלער וועלן אנדערע זוכן צו נהנה זיין דערפון, ער וועט נישט האבן אנגעזאמלט קיין גרויסע געלטער צו קענען לייען פאר אנדערע.
דער איז נישט באהאפטן צו פיזישע געלט, זיין ספיריטועלע גייסט לאזט אים נישט ווערן באהאפטן דערצו, ער איז בכלל נישט באקאנט וויאזוי מען קען האלטן דאס בינטל פארמאכט, און ריזאלטאט וועט ער פארבלייבן בלויז מיט די בענדל וואס נעמט ארום די גרינע. ער וויל אזוי שטארק בארגן אבער געלט האט אים נישט צו שטארק ליעב, "ווען איך האב ווען וואלט איך דיר זיכער געבארגט" ער פארשטייט נישט פארוואס יעדער קען האלטן גאלט און נאר זיין טאש מוז האבן א לאך וואס פירט אריין זיין געלט אינעם אפפאל סיסטעם.

דער יענטא - ער האט נישט אין פלאן צו בארגן, אבער דער בארגער ווערט יעצט זיין לאך אין וואס ער קען אריינגראבן, דער בארגער האט זיך אינטערגעלייגט אונטער זיין קרדום מיטן אים בעטן א טובה און יעצט איז דער עלים גבר וואס גייט אויסנוצן די געלעגנהייט פאר אייגענע אינטערעסע. "זאג מיר, דו גייסט אריין אן ביזנעס, וואס פלאנסטו צו טון, דו ווייסט נישט אז יעצט איז נישט די צייט פאר די סארט אינוועסמענט" איך טראכט צו מיר ס'האט אים איינער געפרעגט עדווייס, זינט ווען מיינט בארגן, "עדווייס".
אבער דער בחור איז נישט פערטיג "וויפיל מאכסטו א וואך, ווי האסטו שוין אלץ אינוועסטירט, האסט שוין אמאל אנגעזעצט" זיין ליסטע פון פראגעס האבן נישט קיין ענדע, עס קוקט אויס ווי ער לייגט אן אויג אויף די ביזנעס-קאוטש ליניע און איך בין יעצט זיין ערשטע קליענט. כ'האלט אבער נישט דערביי, זיין הויכשטאקיגע חכמה קען טרעפן אן ערזאץ.
לעצט פארראכטן דורך גם אתה יכול אום מאנטאג יוני 21, 2021 12:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ארבה מידות בהלוואת מעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

זייער שיין צונומען, אתה יכול!
אוועטאר
כגיי ניסלעך
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 21, 2021 5:07 pm

Re: ארבע מידות בהלוואת מעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כגיי ניסלעך »

;l;p- ;l;p-
גאר גוט
האסט געשריבן א תגובה?
"כגיי ניסלעך דערפאר"
נישט קיין חילוק וואס דו האסט געשריבן!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ארבע מידות בהלוואת מעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p-

ובלשון המשנה
שלי שלי, ושלך שלך -דער שטייפער
שלי שלך (אבער נאר אויב דערנאך) שלך שלי.- דער אויסגערעכנטער
שלי שלך שלאך שלאך - דער צעפלויגענער
שלי שלי, ושלך (דיינע פרטים) שלי. - דער יענטא
חוח בין השושנים האט געשריבן:
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: ארבע מידות בהלוואת מעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

אוראייניקל האט געשריבן:;l;p- ;l;p-

ובלשון המשנה
שלי שלי, ושלך שלך -דער שטייפער
שלי שלך (אבער נאר אויב דערנאך) שלך שלי.- דער אויסגערעכנטער
שלי שלך שלאך שלאך - דער צעפלויגענער
שלי שלי, ושלך (דיינע פרטים) שלי. - דער יענטא


נאדיר א גרינע ;l;p-
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: ארבע מידות בהלוואת מעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

כ'גלייב ס'איז דא נאך סארטן, מיט די קאטאגאריעס האב איך זיך באגעגנט.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ארבע מידות בהלוואת מעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

גם אתה יכול האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן: ;l;p- ;l;p-
ובלשון המשנה
שלי שלי, ושלך שלך -דער שטייפער
שלי שלך (אבער נאר אויב דערנאך) שלך שלי.- דער אויסגערעכנטער
שלי שלך שלאך שלאך - דער צעפלויגענער
שלי שלי, ושלך (דיינע פרטים) שלי. - דער יענטא


נאדיר א גרינע ;l;p-

איין גרינע האסטו אים שוין צוריקגעגבן, יעצט ווארט ער אויף די צווייטע...
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: ארבע מידות בהלוואת מעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

כתוב וחתום האט געשריבן:
גם אתה יכול האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן: ;l;p- ;l;p-
ובלשון המשנה
שלי שלי, ושלך שלך -דער שטייפער
שלי שלך (אבער נאר אויב דערנאך) שלך שלי.- דער אויסגערעכנטער
שלי שלך שלאך שלאך - דער צעפלויגענער
שלי שלי, ושלך (דיינע פרטים) שלי. - דער יענטא


נאדיר א גרינע ;l;p-

איין גרינע האסטו אים שוין צוריקגעגבן, יעצט ווארט ער אויף די צווייטע...

עפעס דארף איך האלטן פאר מיר :wink: בפרט ווען מען רעדט פון גרינע
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ארבע מידות בהלוואת מעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

גם אתה יכול האט געשריבן:
כתוב וחתום האט געשריבן:
גם אתה יכול האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן: ;l;p- ;l;p-
ובלשון המשנה
שלי שלי, ושלך שלך -דער שטייפער
שלי שלך (אבער נאר אויב דערנאך) שלך שלי.- דער אויסגערעכנטער
שלי שלך שלאך שלאך - דער צעפלויגענער
שלי שלי, ושלך (דיינע פרטים) שלי. - דער יענטא


נאדיר א גרינע ;l;p-

איין גרינע האסטו אים שוין צוריקגעגבן, יעצט ווארט ער אויף די צווייטע...

עפעס דארף איך האלטן פאר מיר :wink: בפרט ווען מען רעדט פון גרינע

אהה.. דו ביסט דער אויסגערעכנטער..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ארבע מידות בהלוואת מעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: ארבע מידות בהלוואת מעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

ווי קען בארגן א פאר טאלער?
גמח וכדומה
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”