רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

לאמיר מאכן ס'גאנצע גאר אין קורצן. ס'לעצטע יאר האמיר באשלאסן אז די היי יעריגער אפיקומן גייט מען שוין איינמאל פאר אלעמאל קויפן ווי ס'ברויך צו זיין.. מ'גיימיר נישט שפארן, און די קינדער וועלן האבן בייקס! שוין גענוג געווען פון גיין בארגן יעדן טאג ביים שכן, היי יאר וועט מען קומען בארגן פון אונז!

מ'זעמיר ארויף צו עמעזאן (יא, מ'קען ארויף גיין?) און מ'האמיר געטראפן טאקע א בייק פאר ארום 200 טאלער! און יא! דאס וועט זיין די בייק מיט וואס די בנים וועלן זיך אויס געבן במשך דעם זימער. מ'האט געווארט און געווארט. און יא! ס'איז אנגעקומען און טאקע דא הייבט זיך עס אן.

מ'דארף מיר גיין צאם שטעלן דעם בייק, נו שוין נישט געפערליך, ס'קומט די פינקליכע אינסטראקציעס סטעפ ביי סטעפ און שוין, ס'אויף געשטעלט! די שמחה פון די ב"ב איז ממש עד אין לשער. מ'נעמט עס מ'לויפט ארום מ'טאנצט ס'טוט זיך, די שכנים קומען שוין טאקע קלאפן אויפן טיר צו בארגן, ס'ליסטיג און לעבעדיג..

די שמחה האט אבער נישט צו לאנג אנגעהאלטן, גייט נישט דורך קיין צוויי וואכן, און באמפס די נייע טייערע בייק איז שוין צובראכן!. וואס גייט פאר? די פעדל עפעס דרייד זיך נישט.. נו, איך בין דאך דער גרויסער מייבין... מ'מאכט עס אויף, מ'זוכט אפיער. און יא. די פעדל האט זיך אפגעטיילט פון די אייזן. נו שוין וואס טוט מען? די ערשטע זאך גייט מען צום בייק קאמפעני וואס שטייט אז אויב האט מען א פראבלעם זאל מען זיך ווענדו "נאר" צו זיי.. געגאנגען, כאפ מיר אפ אפאר בילדער, מ'קלאפ מיר צאם אן אימעיל און שיק. מ'ווארט און מ'ווארט און איך קען נאך יעצט ווארטן.. מסתם גראד אריין אין ספעם און שוין. און אז מ'הערט נישט פון זיי, גייט מען צום סעלער. נו, ס'דאך אויף עמעזאן, גייט נישט דורך קיין וואך צייט און באפס UPS דארפט אראפ א פרישע בייק ביים טיר פון משפ' אלטער! יעצט בין איך דאך שוין א מייבין אויף צאם שטעלן, ס'האט שוין גענומען האלב די צייט פון לעצטע מאל, און ס'שטייט.

למעשה אפאר טאג דערויף טרעף מיר אן אימעיל פון די קאמפעני, אז זיי האבן ארויס געשיקט פאַרטס וואס איך דארף האבן פאר די בייק.. קיין פראבלעם, איך קען דאס ניצן, איך האב צוויי זון'ען וואס קענען הנאה האבן דערפון...געגאנגען די פאַרט קומט אן, מ'קוקט וואס מ'דארף טון, נעמט נישט לאנג און ס'אויפן גאס און מ'פארט שוין, די שכנים בארגן שוין ס'טוט זיך א נחת...

אבער דא קומט שוין די מעשה ביקש אלטער לישב בשלווה, אבער פון הימל וויל מען נישט אזוי... אזוי ווי די ערשטע קומט צוריק אן אין גאס, גייט נישט דורך קיין 3 טאג און די נייע איז שוין צובראכן... נו, וואס טוט מען, מ'כאפט בילדער און מ'בעט פאר פארטס... אבער אויב ס'ענדיגט זיך נישט דא, ווען די נייע פאַרטס קומט אן, קען מען שוין באשטעלן פאר די פאריגע... אזוי גייט עס שוין די לעצטע גאנצע יאר ביז איך בין געבליבן אז איך ווער א מעקאניק...

אט שטעל איך אפאר בילדער פון מיין שאפ..

א שטיקל בילד פון מיין נייע קאר מיט וואס איך דארף ארום פארן
די קאר.jpg
די קאר.jpg (243.48 KiB) געזען 1448 מאל


מיין ארבעטער פלאגט זיך
ביים פארעכטן.jpg.crdownload 2.jpg
ביים פארעכטן.jpg.crdownload 2.jpg (103.36 KiB) געזען 1448 מאל


נעבעך, מיין ארבעטער וויל נישט אראפ נעמען זיין מאסק...
מיט א מאסק.jpg
מיט א מאסק.jpg (428.56 KiB) געזען 1448 מאל
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

איך האב א פאלעסי אז איך טו גארנישט אליינס!
זאל עס יענער טון פאר מיר
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איך האב א פאלעסי אז איך טו גארנישט אליינס!
זאל עס יענער טון פאר מיר

דארפסט עס נישט זאגן מ'זעט אויף דיין אוועטאר ווי דער .... איז חובק את ידיו
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איך האב א פאלעסי אז איך טו גארנישט אליינס!
זאל עס יענער טון פאר מיר

אן אינטערסאנטע פאלעסי
צאלן צאלסטע יא אליינס אדער די לאזט יענער צאלן פאר דיר

מ'האקט
אוי איז ער גערעכט
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

צאלן אוודאי.
אבער איך קויף נישט קיין זאכן וואס מ'ברויך נאך צאמשטעלן וכדו'.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' אלטער, וואס איז אייער נומער טעלפאון?.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

farshlufen האט געשריבן:ר' אלטער, וואס איז אייער נומער טעלפאון?.

17
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

אלטער ;l;p- ;l;p- ;l;p-

יא יא, היינט דארף יעדער זיין א מעכאניק צו צאמשטעלן בייקס סקוטערס און קריבס און בעטן...
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ר' אלטער, וואס איז אייער נומער טעלפאון?.

17

ער רעדט נישט פון זיינע לאגערן נומערן אויפן האנט.

ער רעדט פון זיין נומער אויפן טיקעט ביים שטיין אין די ליניע ביי @עומד.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

farshlufen האט געשריבן:ר' אלטער, וואס איז אייער נומער טעלפאון?.

איר זענט מוכן צו צאלן אדער ליבערשט זיצן מיט פארלייגטע הענט?
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

גוט גוט ר' אלטער!!

האמיר גרייט אן ענליכער מערכה אויף לכש...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

שלום עליכם און וועלקאם בעק!
(כ'רעד צום אשכול)
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:שלום עליכם און וועלקאם בעק!
(כ'רעד צום אשכול)

ווען איז ער דא געווען צום לעצט?
(כ'רעד פון אשכול)
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר ר’ אלטער!
גוט איז די ווארט!
און איך האב געמיינט אז נאר איך מוטשעזאך
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:יישר ר’ אלטער!
גוט איז די ווארט!
און איך האב געמיינט אז נאר איך מוטשעזאך

נאך בעסער ווי זען אז יענער מוטשעט זיך אויך, איז די פאקט אז דו האסט שוין א מעקעניק צו רופן..
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הערה: אדער מעקעניק (ענגליש) אדער מעכאניקער (אידיש)
מעקאניק איז עפעס נישט קיין ווארט
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

כתוב וחתום האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:שלום עליכם און וועלקאם בעק!
(כ'רעד צום אשכול)

ווען איז ער דא געווען צום לעצט?
(כ'רעד פון אשכול)

געווען אין פארברענגען אריין אין קרעטשמע. יעצט שוין צוריק אין פארברענגען.

קוקט שוין אויס ווי מיין מעקאניק שאפ...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

אלטער האט געשריבן:
כתוב וחתום האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:שלום עליכם און וועלקאם בעק!
(כ'רעד צום אשכול)

ווען איז ער דא געווען צום לעצט?
(כ'רעד פון אשכול)

געווען אין פארברענגען אריין אין קרעטשמע. יעצט שוין צוריק אין פארברענגען.

קוקט שוין אויס ווי מיין מעקאניק שאפ...

דארף מען אנפרעגן ביים מעכאניקער וואס איז פשט.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

לכאורה האט געשריבן:הערה: אדער מעקעניק (ענגליש) אדער מעכאניקער (אידיש)
מעקאניק איז עפעס נישט קיין ווארט

נו שוין. היות איך בין דאך נאר א מעקעניק אדער א מעכאניקער, פארשטיי איך נישט אזוי צו שפראך...

קענסט טוישן ס'קעפל
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

לכאורה האט געשריבן:הערה: אדער מעקעניק (ענגליש) אדער מעכאניקער (אידיש)
מעקאניק איז עפעס נישט קיין ווארט

סט'מיר פארכאפט מיין הערה...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

@אלטער ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווען די אלטע חברה שארן זיך ארויף די ארבל און נעמען זיך טוהן (ליין: שרייבן) צום זאך...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

לייק!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

און יעצט ווידער אמאל צובראכן...

ווארט מיר אויף פארטס...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: רבותי! איך בין געווארן א מעקאניק!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

אלטער האט געשריבן:און יעצט ווידער אמאל צובראכן...

ווארט מיר אויף פארטס...

שוין אנגעקומען?

און וועלכע האט זיך יעצט צובראכן, די ערשטע אדער די צווייטע? אדער די ריפלעיסמענט פון די דריטע גאר?
---
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”