עומד מן הצד האט געשריבן:ר' זעקל האט געשריבן:איך קען מיר נאך גיין היפש א ביסל צולייגען, איינער זאל מיר אויפוועקען ווען מען האלט ביי מיר.
איינער ווייסט וואס דאס יואש געפילן זענען, וואס איז? קענסט נישט ווארטן אביסעלע?....................
ר' זעקל:
א לעכטיג קינד געוועזן, שיין מיטגעוואקסן מיט זיין יארגאנג, אייביג געהאט אזעלכע אינטערסאנטע באמערקונגען און הערות אוואו יעדעס קליין קינד, ווי אויך האט ער שטענדיג געהאט חברים וידידים וואס האבן זיך מתחמם געווען לאורו, און זעקל'ע, קומענדיג פון א פרייליכער רואיגע שטוב,
יא בה האט טאקע זיך געשמאק איינגעלעבט און גוט פארברענגט מיט זיינע חברים, אבער אזוינע מלחמות וואס מאכט זיך כסדר צווישן די יונגווארג, האט ער פארשטייט זיך אויך נישט אויסגעמיטן, און זיך כסדר געשטעלט אויף א זייט און מיט א געוואלדיגע שטארקייט זיך פארטיידיגט און געקעמפט בכל כוחו,
און די ארומיגע פלעגן הנאה האבן צו צוקוקן ווי די קליין אינגעלע מיט די פייערדיגע פארשוויצטע בעקעלעך, און שטייף הארטע דיפרידא פיאות
קיינמאל געהאט אזאנא פיאות אבער שוין שטייט און פירט גאנצעטע פארלאנטערטע קעיסעס מיט'ן גאנצן חיות,
ער איז געווען פון די סארט קינדער וואס האבן אייביג מצליח געווען צו ארויסדערווישן פון די עלטערן פון די פיינע אראנדזש דזשוס אייסעס מיט'ן טענה ''ס'מוראאאאאדיג הייס'' ''כ'קען נישט אאאאאאאטעמען'' , און זיך געשפירט ווי עפעס ספעציעל ווען ער איז ארויסגעקומען צו די חברים מיט'ן קלעבעדיגער מאכל המכונה בשם ''אייסעס'', בשעת ווען דער צונג דרייט זיך איהם ארום די מויל ווי אלץ הכנה צום גרויסן דערגרייכונג, וואס ער האט שוין באוואוזען צו באקומען היינט די פיפטע אייסעס, און פארציילט פאר זיינע חברים מיט א עקסטערע הנאה, ווען יעדער קוקט אויף איהם ווי דער ''ראנאלד רעיגען'' בדורו,
נישט עפעס וואס איך קען עגרי'ען אדער פארקערטער וועט נישט נעמען ערנסט קיין זאך נישט, אויב וועט איר זעהן אז ער טענה'ט זיך ארום מיט איינעם אין פאליטיק וכדו', איז עס פשוט אלץ ענדזשוימענט, און דאס וואס ער טראגט דעמאלטץ אן ערנסט פנים און שרייט קולות כי כרוכיא, איז אויכעט א חלק פונען הנאה זיינער, ער גלייכט זיך אריינצולייגן אין אזא מצב, אבער פערזענליך וועט ער גארנישט נעמען,
גענאגלט, פון די גאנצע אנאליז איז דאס די מערסטע איך, געווענליך ווען איך קום אן צו א קיפקע ווייס איך נאכנישט וואס איך גיי האלט'ן, געווענליך וואס רוב עולם האלט בין איך פארקערט, ווייל איך האב הנאה זיך צו טענה'ן, וואס דאס ברענגט דערצו, אז ער וועט נישט אזוי ווייט מדקדק זיין אין אידישקייט/מנהג אבותיו וכדו', עז לאנג ס'איז נישט קיין עיקר און א יסוד אין אידישקייט, וועט ער קענען שטילערהייט מעלים עין זיין דערפון,
שששששש ווי איינער האט זיך לעצטנס אויסגעדריקט צו מיר, ''ס'נישט אז איך דערהייב נישט קיין פרעשור, נאר דער פרעשור גליטשט זיך אראפ פון מיר נאך פאר איך באמערק איהם'',
א שטארק ווארטהגם וואס ער איז שטארק אנגענומען ביי די חברים, און דער עולם איז נהנה פונעם, וועט ער פאר זיך, כסדר זיך ארומדרייען מיט קאמפלעקס און חשדות, און וועט זיך אייביג האלטן קלענער פון יעדעם, ער איז זייער שטארק מקיים דעם ''אל תאמין בעצמך וכו', אויף אן עקסטרעמער פארנעם,
קען זיין איך האב נישט די שטערקסטע סעלף קאנפידענס אבער ניטאמאל נאנט צו וואס די לייגסט עס אראפ און ווי אויך איז איהם זייער שווער זיך איינצוגלידערן אין א נייער מקום,
דא ביסטו געגאנגען סאוט, אריבער גיין צו א נייע פלאץ איז פון מיינע גרעסטע הנאה'ס, איך לאוו די טשעלענדזש פון עס, איך בין זייער א סאציאלע מענטש, און איך גלייך זייער שטארק צו מאכן נייע חבירים (מיין אישי איז אפען ) איך האב חתונה געהאט צו א אנדערע שטאט פון ווי איך בין געבוירן, און אין א קארצע צייט האב איך שוין געהאט א גענצע נייע סטאק פון חבירים, (שוין איך געב שוין ארויס צופיל) וויבאלד ס'געדויערט איהם גאר לאנג ביז ער האט די פולע טראסט אז דער עולם דארף איהם באמת,
דאס איז שוין נישט אזוי ווייט פון אמת( ר' זעקל, איך אלץ עומד מן הצד, זעה דאך יא דעם גאנצען בילד, ווילעך דיר נאר זאגן אפאר ווערטער פון מיין פערספעקטיוו, ''דער עולם האט גאר שטארק הנאה פון דיר, דארפסט נאר אביסעלע מער ארויסקומען און זיך נישט צוטאן מאכן פון די פארשידענע הרגשים וואס פרובירן דיר צו פארקלאפן, און דעמאלטץ וועלן דיינע טאלאנטן און ריכטיגע מעלות ארויסקומען מיט'ן פולן פראכט'')
אויב @ביסלי וועט נעמען עפעס חיזוק דערפון האט זיך עס געלוינט ער האט א מורא'דיגע פאזאטיווער בליק אויף די וועלט בכלל,
אמת און אויף אידישע קינדער בפרט,
הלוואי ער וועט זיך כסדר טרעפן זיך אננעמען פאר פארשידענע מענטשן און פערזענליכקייטן וואס אין דער אלגעמיינע גאס זענען זיי היפש אפגעפרעגט, ( מיין אייגענע השערה איז, אז דיין פאזיטיוויטי קומט פון דיין שוואכקייט וואס די האסט צו זיך אליינס, און די שפירסט ביי זיך אזוי גארנישט, אז אפי' יענער פארפיינטער פערזאן וכדו' האלטסטו איז שוין בעסער פון דיך, דאס וואלט איך געשאצט אז ס'ליגט ביהיינד דיין מח, קען זיין כ'בין ראונג)
כווייס נישטער וועט אלץ באמערקן אינטערסאנטע זאכן, און אויפפאסונגען, וואס א געווענליכער מענטש וועט נישט כאפן, און וועט זיך אלץ האלטן, אז ער האט ארויס די זאך און ווייסט וואס פונקטליך וואס גייט פאר, ער איז פון די סארט מענטשן, וואס וועלן גלייך כאפן און באמערקן ווען דער משמש האט געטוישט צו א צווייטע סארט בליטש מיט וואס ער קלינט די ביהמ''ד,
לאו דווקא אויב וועט דער משמש פארגעסן צו ריקן דעם ספירת העומר טעבעלע צום היינטיגן טאג, וועט ר' זעקל באמערקן, אבער ער וועט געווענליך נישט צוגיין און אויפמערקן דעם משמש, נאר אויב ער האט א גוטע רילעשאנשיפ מיט איהם, וואס דעמאלטץ וועט ער איהם מעורר זיין מיט א שמייכל, ס'זאל זיך אפילו נישט דאכטן פאר איין מינוט אז ער האט עפעס טענות דא,
אביסל יא אביסל נישטאויסזעהן:
אין די מיטעלע צוואנציגער יארן,
א נארמאלע געשטעל,
ווענדט זיך וואס עס הייסט נארמאל, ער זיכט נישט צו אויסשטעלן זיין צורה אויף א געוויסער מהלך, נאר מ'קען גלייך באמערקן קוקענדיג אויף איהם, וואס ער איז בפנמיות,
מסכים זיינע אויגן וועלן זיך אפט ארומראלן צו אלע זייטן, בכדי צו אנאלאזירן די מצב ארום, זיכער צו מאכן אז ער פארפאסט נישט גארנישט,
שטארק אמת און ווי אויך טוט ער עס צו זיכער מאכן אז די אוויר ארום איהם איז ריין, קיינער רעדט נישט אויף איהם, אדער לאכט פון איהם, וואס דאס איז ווייטער א תוצאה פון זיין שוואכע סעלף קאנפידענס, ער טראגט גאנץ שיינע גלעזער,
ניין איך טראג נישט קיין גלעזער אבער ער וועט נישט זיכן ס'זאל זיין ממש אפדעיטעט ביז די לעצטיגע סטייל, הגם וואס ער פרובירט נישט צו אנזעצן די מצב ארום, וועט עס אבער בע''כ געשעהן ווען ער וועט אריינפאלן אין א שלעכטע גיסטע,
פאסירט נישט ב'ה און דעמאלטץ וועט ער טאקע זיכן ווי מער אויסצומיידן די מענטשהייט.
גארנישט פערזענליך, ס'בלויז הוילע פאנטאזיע'ס.