ליל ששי אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

טשאבעס, ברויך מען נאך אדורכטון די חידושים

דו שרייבסטעס שוין יום השישי ...
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שכח מגי"ש ר' אורי.
שיינע ווערטער.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן טייערע יודן!

איך גלייב אז דער וואך איז יעדער יוד פארנומען מיטן הכנות צו די הייליגע יו''ט פסח הבעל''ט אזוי אויך איך בין ב''ה פארנומען דאך נעם איך אראפ אביסל צייט צו איבער געבן דברי תורה, אבער לכאורה וועל איך שרייבן אביסל ווייניגער איך איך וועל נישט קענען מאריך זיין צו פיהל.

היינט איז געוועהן די הילולא קדישא פין די הייליגע אפטער רב זי"ע וועל איך נאכזאגן א הייליגע ווארט פין די אפטער רב זי"ע עס איז אביסל באוויסט אבער דאך וועלן מיר אראפ ברענגען דיבוריו הקדושים.

שטייט אין פסוק ויקרא אל משה וגו' זאגט די הייליגע רש"י לכל קריאות ולכל דברות וצווים קדמה קריאה לשון חבה וכו' זאגט ער פשט בדרך עבודה אזוי:

רש"י וויל אונז לאזן הערן א כלל גדול בתורה, פונקט אזוי ווי משה איז נישט צו געגאנגען רעדן מיט די שכינה הק' ווי לאנג מען האט איהם נישט געריפן, אזוי אויך א מענטש וואס וויל גיין ממדריגה למדריגה בעבודת ד', טאר ער בכלל נישט שפרינגען צו הויכע מדריגות, ער קען נא שטייגן, נאר ווען מען שפירט אז מען האט שוין אנגעקומען ביז דא אין פין הימל העלפט מען איהם מען ריפט איהם צו שטייגן נאר דעמאלס מעג ער ווייטער גיין, ווייל א אמת'דיגע עובד ד', איז נאר ווער עס דינט דער באשעפער אין ער וויל באמת נישט קיין מדריגות, ביז מען ריפט איהם אין מען צווינגט איהם פין הימל...

זאגט דער הייליגע אוהב ישראל בזה"ל "והנה בעינינו ראינו רבים מן החסידים שנעשו משוגעים ח"ו או בעלי מרה שחורה ומאין נמצא הדבר הזה".. אז מען זעהט מענטשן וואס זענען דעפרעסט.. זאגט ער.. אז פון לערנען תורה קומט דאס זיכער נישט, נאר אדרבה תורה איז משמח דער מענטש ווי עס שטייט פקודי ד' ישרים משמחי לב, נאר וואס דען זאגט ער ווייטער נאר וואס דען פארוואס טאקע.."אבל הענין הוא כי האנשים ההם הם הרוצים לעלות אל ד', והסולם נעלמה מעיניהם כי אינם עובדים את השי''ת בהדרגה ותופסים דבר שאין שייך להם בלי שום קריאה ורשות מן השמים"... דאס הייסט מען כאפט מדרגות, מען וויל פליען הויעך, עס איז דאך ידוע דער רמז אויף די פסוק ולא תעלות במעלות על מזבחי מען זאל נישט שפרונגען קיין מדריגות.. עס איז פארהאן מענטשן וואס זייערע גאנצע עבודה השם איז נאר אנצוקומען צו מדריגות.. דאס איז נישט דער ריכטיגע וועג...

נאך א קליינע ווארט, איבער דער אלף זעירא, וואס דער פריעדיגע בעל דרשן הרב אורי האט דערמאנט, (וואס אגב איין ווארט האב איך געהאט צוגעגרייט אבער ער האט מיר אויסגעכאפט שוין זאל זיין א כפרה...) :

רש"י זאגט אז די ויקרא דא איז א לשון חיבה לשון שמלאכי השרת משתמשין בו... פארוואס טאקע מיט א לשון חבה לשון פין מלאכי השרת?

נאר עס קיין זיין זייער פשוט: עס איז דא א מדרש דער וואך וואס הייבט אן מיט דער פסוק הה"ד ברכו ד' מלאכיו גיבורי כח וגו' אין די מד' זאגט אפאר פשטים איין פשט דערמאנט ער דער ענין פון נעשה ונשמע, איז אוודאי דערמאנט ער בל' חיבה ווייל מיר ווייסן דאך פון די גמ' אז צו מקדים זיין נעשה ונשמע איז אויך א לשון שמלאכי השרת משתשמין בו, איז אז כלל ישראל האבן ארויס געוויזן א לשון חיבה צום רבש"ע, מיט לשון שמלאכי השרת משתמשין בו, זענען זיי זוכה מדה כנגד מדה, אז דער רבש"ע ריפט משה בל' חיבה מיט א לשון שמלאכי השרת משתשמין בו..

אויב אזוי, אז עס דערמאנט דאך קבלת תורה, איז דאך אוודאי דא דער ענין פין אלף זעירא, ווייל קבלת התורה איז געוועהן אויף בארג סיני דער קלענסטע בארג צו מרמז זיין אויף ענווה, אזוי אויך אתי את דכא דער רבש"ע האט זיך אראפ געלאזט צו די אידישע קינדער אין די גמ' זאגט דאך לעולם ילמד אדם מדעת קונו – אז דער רבש''ע האט געגעבן די תורה אויפן בארג סיני, אין ווי רש"י איז מסביר דארט אויפן פלאץ אהוב את הנמוכות....

נו (דא קומט שוין אנשטאט א שבת הגדול דרשה) דער גרעסטע הכנה צו די הייליגע יו''ט פסח איז טאקע מיט ענווה אין שפלות רוח, מצה ווייזט אויף ענווה – אזוי ווי ס'איז מבואר אין די ספה"ק - פארקערט פון חמץ וואס בלאזט פון זיך דארפן מיר טאקע ארבעטן אויף דעם.

שוין האסט ענק אלע א פרייליכן שבת אין א כשרן פסח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אין ייש"כ פאר די גאון החסיד רבי אורי פאר די טייערע פערל ווערטער
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

מומחה יוחס האט געשריבן:אין ייש"כ פאר די גאון החסיד רבי אורי פאר די טייערע פערל ווערטער

ש'כח ענק ביידע פאר די ווארעמע ווערטער.
---
שיק פליז ארויף דארט נאך א סלייס קוגל.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

נאט אייך צוויי....
ס'איז דא אויך לאקשן ביעור חמץ דארפסט?
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:נאט אייך צוויי....
ס'איז דא אויך לאקשן ביעור חמץ דארפסט?

זאל זיין..ווייסט וואס שיק מיט דע ביר
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אופס... רעד קלאר ס'דא פון כל המינים
ווייסטע כ'על דיר שיקן די ****** ביר זאל נישט אויסגערעדט זיין ס'איז מענינא דיומא ערשטע יאר צייט
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:אופס... רעד קלאר ס'דא פון כל המינים
ווייסטע כ'על דיר שיקן די ****** ביר זאל נישט אויסגערעדט זיין ס'איז מענינא דיומא ערשטע יאר צייט

זאג, סדא בלוי-מאאן?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

לאמעך זען... העי דו דארט געב א רוק אהינציר ...
האמער אים יאפס .. שיק ארויף אין כולל א פלעשל, ער'צעך פארלערנט און ס'האט אים געכאפט א דארשט
סי קאלט? יענע דערנעבן שוויצט בעסער..אזוי א שיינעם דאנק
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

Kollel האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:אופס... רעד קלאר ס'דא פון כל המינים
ווייסטע כ'על דיר שיקן די ****** ביר זאל נישט אויסגערעדט זיין ס'איז מענינא דיומא ערשטע יאר צייט

זאג, סדא בלוי-מאאן?

אויך ענינא דיומא, אקארשט געליינט החודש הזה לכם...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
מור וקציעה
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 13, 2021 1:48 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מור וקציעה »

שטומפיג האט געשריבן:שכח מגי"ש ר' אורי.
שיינע ווערטער.


און אויך פאר ר' מומחה

מיר זענען זיך מחי' מיט די פערל ווערטער וואך איין וואך אויס.
מור וקציעה
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 13, 2021 1:48 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מור וקציעה »

אז איך פרינט עס מילא, זאלן שוין נאך אידן הנאה האבן..

Leil Shishi vyikroo.pdf
(66 KiB) געווארן דאונלאודעד 39 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

וואס וועט זיין דאס יאר ווען ליל ששי איז ליל בדיקת חמץ ווען גאנץ כלל ישראל איז מורא'דיג טרוד אין פארנומען...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הגם ס'נאך נישט ליל שישי, אבער היות די קלינער וויל שוין פסח'יג מאכן ס'אשכול, העמיר אריינווארפן א ווארט צוויי.

גיימיר מקצר זיין, רש"י זאגט ביותר צריך הכתוב לזרז במקום שיש חסרון כיס, נו, וועלכע יו"ט קאסט די טייערסטע? דער יו"ט פון לחם עוני.. ס'מאכט אן אן עניות.. ברויך מען זיך מזרז זיין.

ולאלו וואס ליידיגן אויס זייערע קעשענעס נאר איינמאל א יאר ביי בדיקת חמץ.. מיינט מען טאקע די טאג פון בדיקת חמץ.. וואס מ'איז מחסר דעם כיס..

[align=center]*[/align]

העמיר נאר דערציילן א מעשה'לע, אמאהל האט דער בעל התניא זי"ע אפירגעהאלטן א למדן וואס האט זיך געחבר'ט מיט אויפגעקלערטע חברה, אבער דער למדן האט געטענה'ט אז ס'וועט איהם נישט שאטן, והא ראיה, אז ער דרייט זיך שוין א לאנגע צייט מיט חסידים.. און ס'האט איהם גארנישט געשאדט... ער איז געבליבן א מתנגד.

האט איהם דער בעה"ת געענטפערט.. די וואך טרעף מיר צוויי מאל נגיעה.. והבשר אשר יגע בכל טמא לא יאכל, און דארט איז גענוג א נגיעה בעלמא, און ס'איז טמא

מצד שני שטייט ביי בשר חטאת "כל אשר יגע בהם יקדש", זאגט די גמרא אין זבחים (צז.) "ת"ר כל אשר יגע, יכול אפי' שלא בלע, ת"ל בבשרה עד שיבלע בבשרה".. ביי קדשים דארף עס נבלע ווערן אז ס'זאל משפיע זיין.. ס'איז נישט גענוג א נגיעה בעלמא.

אולי קען מען צולייגן.. שטייט אויך די וואך "מצות יאכל במקום קדוש".. כידוע די תפא"ש טייטשט עס אויך מצות אכילת מצה פסח.. קען זיין פשט, די גאנצע מצה וסיפור יציאת מצרים ודעימיה איז נישט גענוג א נגיעה בעלמא.. מ'דארף זעהן אז ס'זאל נבלע ווערן.. אין זיך.. אין די קינדער.. אין די גאנצע ארום און ארום.

[align=center]*[/align]

ס'איז דאך שבת הגדול אויך.. מ'קען זאגן א געדאנק דייקא אויף דאס יאר.. ס'איז ידוע די ווארט פונעם אמרי חיים זי"ע, וואס סיי די קשיא און סיי די תירוץ זענען ריין אמרי חיים'דיג.

מ'זאגט ביי די הושענות לשבת "יושבת וממתנת עד כלות שבת".. קען דען זיין אזאנס?! א איד זאל ווארטן שבת זאל זיך ענדיגן? נאר די תירוץ איז אז ס'רעדט זיך פון שבת ער"פ, וואס מ'קען שוינישט ווארטן אויף די סדר נאכט..

בדרך כלל אז א מענטש ווארט אז די צייט זאל אריבערגיין קריכט עס זייער לאנג.. אולי דעפאר הייסט די שבת "שבת הגדול".. ווייל מ'קען שוין נישט ווארטן אויף די הלליגע נאכט.


האטס מיר אלע א כשר'ן און א ליכטיגן פסח.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

וואוו זיך אראפ געגנב'ט לזכות את הרבים שיין שיין

רבי מחייב את הניקים........................ עמער זעהן וויפיל צייט איך וועל האבן שפעטער ...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מחמת הטירדות וועל איך ממש מקצר זיין אין מקדים כמו שעשו ידידינו הרב אורי שליט"א

קודם א ווארט אויף די פרשה - די פרשה איז נישט שולדיג אז קומט פסח...

שטייט צו את אהרן ואת בניו לאמור וגו' זאגט די הייליגע רש"י אין צו אלא לשון זירוז מיד ולדורות
זאגט די הייליגע חתם סופר אז די טבע איז אז א מאורע א יו''ט א זמן וואס קומט פון צייט צו צייט איז א מענטש אלע מאל מער פארפלאמט - אין קאכט זיך ארום איבער די מצוה אין די מאורע מיט א פרישקייט, משא''כ אזאך וואס קומט כסדר יעדער טאג יעדער וואך איז א מענטש ווייניגער נתלהב, אין דאס איז דאך אוודאי נישט קיין תכלית, נאר אפי' א שטענדיגע זאך דארף א מענטש טוהן מיט א חשק אין שמחה אין התלהבות, דאס די תוה''ק זאת תורת העולה על מוקדה כל הלילה עד בוקר וכו' אז מען איז מקריב קרבנות יעדער טאג קרבנות דארף אויך זיין אויף א אופן פין אש תמיד תוקד וכו' טוהן כסדר מיט א התלהבות אין חשק אין דאס מיינט רש"י הק' אין צו אלא לשון זירוז מיד ולדורות אזאך וואס איז מיד ולדורות וואס איז קביעותדיגע זאך אין נישט מפעם לפעם דאס דארף זיין מיט א זירוז אפי' אויף דעם דארף מען טוהן מיט שמחה אין חשק אין התלהבות עכדה"ק

הייליגע דיבורים אין איך האב עס נאר אביסל מקצר געוועהן
אויב ביינאכט בשעת די אמת'דיגע ליל ששי אז וועט זיין וועל אפשר אויך שרייבן א הייליג ווארט אויף פסח בלי נדר

א כשרן פסח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יאך וועל ממשיך זיין מיט א ווארט אויף פסח וואס כ'וויל נאר ארויס בקיצור
איך האב געזעהן אין די הייליגע ספר ישמח ישראל פון אלכסנדר א טייערע ווארט:
ביים סדר זאגן מיר חכם מה הוא אומר מה העדות והחוקים וכו' אף אתה אמור כהלכות הפסח וגו', ווייטער זאגן מיר רשע מה הוא אומר מה העבודה הזאת וגו'.
איז ער מסביר אזוי
די זוהן זעהט ווי דער טאטע רעכט אפ א סדר מיט א מורא'דיגע התלהבות.. פרעגט ער די טאטע מיט וואספארא הכנה האט ער זיך צוגעגרייט אז ער זאל זוכה זיין פסח ביינאכט צו אזעלכע השגות אין לעכטיגקייטן... מה העדות והחוקים והמשפטים וכו', אויף דעם איז דער תי' אף אתה אמור כהלכות הפסח וכו', אז מען האט זיך צוגעגרייט מיט ליבון הגעלה בדיקות חמץ וביטול חמץ וכו' וכו' אלע זאכן וואס האט מיט סור מרע, אין דערנאך מיט וואס מיר ווארטן מיט השתוקקות צו עסן מצות אין אנדערע מצוות הלילה.. דאס האט געהאלפן אנקומען מיט וואס מען איז אנגעקומען...
אבער דער רשע פרעגט ווי א רשע.. אז אויב אזוי אז מען קען נאר זוכה זיין פסח ביינאכט צו לעכטיגקייטן מיט הכנות, מאכט ער חוזק אין טענה'ט אז מה העבודה הזאת לכם... אז אויב מען האט נישט געמאכט קיין הכנות אויב אזוי מה העבודה הזאת לכם מען גייט ממילא נישט זוכה זיין צו הייליגע אורות... אויף דעם ענפערן מיר איהם אז אפי' הכי אויב מען האט נישט געמאכט קיין ריכטיגע הכנות איז מען אויך זוכה צו קדושת הלילה.. בעבור זה עשה ד' לי בצאתי ממצרים... טאקע פין מצרים איז א ראי' אז מען קען אלע מאל זוכה צו השגות ווייל אין מצריים האט מען דאך נישט געמאכט די ריכטיגע הכנות.. מען איז געוועהן משוקע אין מ''ט שערי טומאה.. אין פלוצלינג האט מען זוכה געוועהן פסח ביינאכט צו אלע מיני קדושות אין לעכטיגקייטן..

דאס איז א געוואלדיגע חיזוק פאר אונז פשוטע מענטשן אז יעדער איינער קען זוכה זיין צו אלע לעכטיקייטן וכו'

א כשרן פרייליכן פסח מיט אלעס גוט'ס
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שכח הר"ר אורי און הר"ר מומחה יוחס פאר די טייערע ווערטער און דברי תורה
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

שטומפיג האט געשריבן:שכח הר"ר אורי און הר"ר מומחה יוחס פאר די טייערע ווערטער און דברי תורה א עקסטערע שכוח פארן אראנגנבענען פון אזאלכע טייערע צייט
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:שכח הר"ר אורי און הר"ר מומחה יוחס פאר די טייערע ווערטער און דברי תורה א עקסטערע שכוח פארן אראנגנבענען פון אזאלכע טייערע צייט און באראבעווען אייערע טייערע שעות און אויסליידיגן אייערע הערליכע געדאנקן
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

חבקוק האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:שכח הר"ר אורי און הר"ר מומחה יוחס פאר די טייערע ווערטער און דברי תורה א עקסטערע שכוח פארן אראנגנבענען פון אזאלכע טייערע צייט און באראבעווען אייערע טייערע שעות און אויסליידיגן אייערע הערליכע געדאנקן

און באקלאפן אייער ביליגע קיבאורד און אראפשלינגען אייערע קאמפלימענטן און שווייגן אין הכנות שטיבל און.......
עטץ קענץ מיך אויפהערן ציטירן פליז!!!!!!!!!!!!????????
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

א גוטן הרב שטומפיג.

וואס איז אייער ערשטע נאמען?
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

מומחה יוחס האט געשריבן:וואוו זיך אראפ געגנב'ט לזכות את הרבים שיין שיין

רבי מחייב את הניקים........................ עמער זעהן וויפיל צייט איך וועל האבן שפעטער ...

האב מיר הנאה צו זעהן ווי ר' מומחה איז אוחז בדרכי הרבי'ותינו, און פירט שוין אן אייגענע רבי'סטעווע וואס איז אליינס מחייב הניקים...

יישר כח סיי פאר ר' אורי יוחס, און אויך פאר ר' מומחה אייניקל פארן אריינקומען און מהנה זיין די ליל ששי פארברענגער'ס מיט אזעלכע שיינע געדאנקען.
---
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

שטומפיג האט געשריבן:
חבקוק האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:שכח הר"ר אורי און הר"ר מומחה יוחס פאר די טייערע ווערטער און דברי תורה א עקסטערע שכוח פארן אראנגנבענען פון אזאלכע טייערע צייט און באראבעווען אייערע טייערע שעות און אויסליידיגן אייערע הערליכע געדאנקן

און באקלאפן אייער ביליגע קיבאורד און אראפשלינגען אייערע קאמפלימענטן און שווייגן אין הכנות שטיבל און.......
עטץ קענץ מיך אויפהערן ציטירן פליז!!!!!!!!!!!!????????

שקיינש ום פראב לעם ווען זאל מער אויפהערן יעצט אדער ביי די קומענדיגע?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”