ליל ששי אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:מ'זינגט דאך דעם שיעור היחוד צווישן פסח און שבועות.
1 שבת חוה"מ פסח, און די איבריגע 6 משך די 6 ספירה שבתים (היי יאר האט מען געזונגען 2 דעם ערשטן שבת).
אז ביום השביעי איז די שיעור היחוד ליום השבת

בושות בושות! :oops: :oops:
קיינער'ט מיך נישט געקענט אויפמערקן?
איין איינציגער אלעקסיי האט מיר געשיקט א אישי...
וויי וויי! אז גראבע גרייז!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איך האב עס יא באמערקט אבער נישט געוואלט פארשעמען האב איך געהאפט אז וועסט אליינס פארעכטן...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

מומחה יוחס האט געשריבן:איך הער עס יעצט די ערשטע מאל אז מען זינגט דער שיר היחוד אין די שבתים... זייער אינטערסאנט

ייש"כ פאר די חידוש

וע"ע בשו"ע המצוי אצלינ, זד"י.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

Kollel האט געשריבן:וע"ע בשו"ע המצוי אצלינ, זד"י.

נו, לועג לרש!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:וע"ע בשו"ע המצוי אצלינ, זד"י.

נו, לועג לרש!

וואסע זיכער איזעכער..ער ציטערט.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

Kollel האט געשריבן:וואסע זיכער איזעכער..ער ציטערט.

אז מ'בעט שיין, פארוואס דען נישט?
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

גענוג געפראוועט דעם ליל שישי, גייט מען זיך שוין גיין לייגן.
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

נעה עס קומט נאך א שטיקעלע דרשה'לע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן חשובע טייערע חברים.

יעצט האלטן מיר שוין נאכן יום המיוחס מיר גרייטן זיך שוין צו די הייליגע יום טוב שבועות וועלן מיר ווידמען אפאר טייערע נקודות לקראת די הייליגע יום טוב.

קודם כל איבערן היינטיגן טאג יום המיוחס וויל איך צו צייכענען א אינטערסאנטע זאך וואס כ'האב געזעהן אמאל אין די ספר עירין קדישין פין די הייליגע ריזינער זי"ע אז דער טאג אין די וואך וואס געפאלט אויס יום כיפור דער זעלבער טאג געפאלט אויס די יום המיוחס..

ממש ענדליך צו דעם האב איך געזעהן ברענגן פין הרה"ק בעל תורת חיים מקאסוב זי"ע אז יום המיוחס איז אזוי ווי יום כיפור ווייל יום כיפור ווערט אויך אנגערופן מיוחס.
אין די פיוטים פון יום כיפור ווערט געברענגט אזא מין זאך.. "יום מימים הוחס, יום כיפור המיוחס, יודעיו חמול וחס"..

[align=center]*******************************[/align]

מיט וואס איז טאקע דער יום המיוחס דער חשיבות, ווייל אין דעם דעם טאג האט דער השי''ת געשיקט משה רבינו זאגן פאר כלל ישראל אתם תהיו לי ממלכת כהנים וכו', וואס דאס איז דער גרעסטער יוחס פאר אידישע קינדער, [דער זעלבע זאך יום הקדוש איז דאס מיוחס פאר כלל ישראל אז דער השי''ת איז מוחל אויף אלע עבירות...] דאס איז דער פשטות, אבער עס ווערט געברענגט אביסל טיפער'ס וואס יום המיוחס מיינט..

מיר ווייסן די באקאנטע מדרש די וואכעדיגע סדרה, אז בשעת קבלת התורה האבן די אוה"ע מקנא געוועהן אין געפרעגט מה ראו אלו ליקרב יותר מאלו האט די השי''ת געזאגט ברענגט מיר די ספרי יוחסין כמו שמביאין בני וכו' וועלכע ספרי יוחסין ברענגן מיר דא וואס די אומה"ע קענען נישט ברענגן..
דאס איז דער יוחס וואס מיר האבן, דהיינו אויף וואס מיר קענען ארויף קוקן, זיך לערנען פין די אלטע דור.. ווי אזוי זיי האבן זיך געפירט, דאס איז דער מעלה פין כלל ישראל.. משא''כ די אוה"ע קוקן נישט ארויף אויף די פריעדיגע דורות, ביי זיי איז דער פרידיגע דורות גארנישט מיט גארנישט, דאס איז דער מעלה פון אידישע קינדער 'הביאו לי ספרי יוחסין..'

בשעת די אידן זענען אנגעקומען צו בארג סיני, שטייט ויחן שם ישראל נגד ההר, שטייט מדרש ויחן שם ישראל סבא.. דאס מיינט יעקב אבינו, אפי' אנקומעדיג צום הר סיני צו גרייטן זיך צו די העכסטע מעמד, איז אלס געוועהן מיט ישראל סבא.. וואס דאס איז יום המיוחס..

[align=center]**************************[/align]

דער שבת שטייען מיר פאר שבועות:
האב איך היינט געזעהן אין די נייע ספר אמרות טהורות פין די ראכמיסטריבקער רבי שליט"א זאל זיין געזונט אין שטארק צום לאנגען יארן, ווי ער ברענגט פין הרה"ק מאליק זי"ע אזוי:
מיר ווייסן אז מתן תורה איז ווי א חתונה, אזוי ווי ס'שטייט ביום חתונתו זה מתן תורה, וואס דאס איז דער חתונה פין די כנסת ישראל מיט די שכינה הקדושה.

מיר ווייסן אז פאר יעדער חתונה איז שבת פארדעם ווערט אנגערופן שבת אויפריף, אז דער שמחה הייבט זיך שוין אן פון שבת קודש, אזוי אויך שבת פאר שבועות איז א אויפריף צו קבלת התורה, עס הייבט זיך שוין שבת אן דער התעוררות פון קבלת התורה, אין דאס איז מרומז 'בשבת ניתנה התורה' אז שבת הייבט זיך אן די התעוררות די התחלה פון די קבלת התורה.

איך האב געזעהן ברענגן פין הרה"ק רבי לייבל'ע אייגער מלובלין זי"ע אין ספה"ק תורת אמת, א ענדליכע בחינה, אז די שבת פאר שבועות איז אזוי ווי א שבת שלום זכר פאר א ברית, וואס דער טעם פין א שלום זכר אז ס'זאל אריבער גיין א שבת פאר מען די ברית, אזוי אויך די שבת פאר קבלת התורה האט מען די שבת צו צוגרייטן צו קבלת התורה..

[align=center]*******************************[/align]

יעצט עפעס פין די פרשה

נעכטן איז געוועהן די יא"צ פין הגה"ק בעל קרן לדוד זי"ע רבי אליעזר דוד גרינוואלד אבד"ק סאטמאר האב איך געזעהן אין די ספר א שיין ווארט

שטייט אין די סוף פרשה ביים דערמאנען ווי אזוי מען האט צוזאם געפאקט דער משכן וכליו, שטייט אין די פסוק אזוי ביי די ארון, ונתנו עליו כסוי עור תחש ופרשו בגדי כליל תכלת מלמעלה.

פארוואס איז טאקע נאר ביי די ארון אז די תכלת איז געוועהן מלמעלה משא''כ די אלע כלים מנורה שלחן וכו', איז פארקערט..

נאר די גמרא זאגט במתא שמאי ובלא מתא תותבאי, זאגט רש"י אויפן פלאץ "בעירי אין אני צריך להתכבד אלא בשמי, שאני ניכר בו, במקםו שאין עירי כבודי תלוי בשמלתי"... א תלמיד חכם ווען ער גייט ארויס דארף ער גיין מיט מכובדיגע קליידער..

דער זעלבע זאך דא, דער ארון איז דאך מרמז אויף תורה, אין ווען די ארון גייט אויס ביי די נסיעות האט מען ארויף געלייגט אויבן דער תכלת וואס דאס איז דער חשוב'סטע זאך פין די אלע אנדערע זאכן...

א גוט שבת א פרייליכן שבת א פרייליכן יום טוב
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מיר ווארטן נאך צו הערן פין די גרויסע מגיד אןי משפיע הרב אורי שליט"א...
לאז הערן פין דיינע פערל ווערטער...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

זייער שיין! און פארגעס נישט אז מומחה ווערט אויך אנגערופן מיוחס.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

שכח הרב מומחה, האסט מיר אריינגעפירט אין העכערע ספערן...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

האמיר ליידער נישט געקענט זיך משתתף זיין ליל שישי, אבער מ'האלט מיר פאר שבועות, וואס האט ימי השלמה נאך זיך, קען מען נאך משלים זיין אינעם יום השישי...




ליידער האלט מען ביי צרות אחרונות משכחות את הראשונות.. אבער ביז אפאר טאג צוריק זעמיר נאך געווען אינמיטן דעם סומאטוכע.. יא געיט.. נישט געיט.. אבער יעך האב נאכנישט געהאט קיין געלעגנהייט אויסצודריקן מיין השקפה אין דעם נושא.. זאג איך יעצט.. יא! ס'איז געווען א געיט!!

טאקע נישט אין מירון.. אבער היינט פאר 3333 יאר צוריק (אוריין תליתאי, לעם תליתאי, על ידי תליתאי, בירחא תליתאי) ביי מתן תורה .. איז געווען א געיט!! הקב"ה האט בפירוש געהייסן משה רבינו אין ג' סיון, 'הגבל את ההר וקדשתו'!

אפשר ווערט יעצט גאר נתעורר דאס גאנצע ענין.. צום ערשט די ימי הגבלה, מיט'ן מיסטערישן געיט.. דערנאך האלט מען יעצט ביי "קולות וברקים וענן כבד".. העלישע פייערן עד לב השמים.. זאל מיר נאר בקרוב זוכה זיין צום התגלות כבוד ה'.. רצוננו לראות את מלכנו!

*

איז טאקע ידוע פון די ספרים.. ביי אלע אומות האט הקב"ה געשטעלט פאר זיי די מצוה וואס איז זיי די שווערסטע.. וואס איז מיט כלל ישראל?.. פארוואס פאר זיי האט מען נישט אויסגעזאגט פריער וואס קומט.. נאר ביי אידן איז די שווערסטע זאך דעם הגבל את ההר.. זיך אפהאלטן פון זיך דערנענטערן צום באשעפער צו פיהל.. מער ווי זיין מדרגה..

קען זיין דאס איז פשט אין מדרש ילקוט די וואך.. "בשעה שקבלו ישראל את התורה, נתקנאו אומות העולם בהן מה ראו להתקרב יותר מן האומות, סתם פיהן הקדוש ברוך הוא, אמר להן הביאו לי ספר יוחסין שלכם שנאמר הבו לה' משפחות עמים, כשם שבני מביאין"..

אויב פאר פשוטע אידן איז א נסיון צו פליען אין די הימלען.. פאר בנש"קים איז דאס א גזירה שאינם יכולים לעמוד בה.. דערפאר ווען די אומות העולם האבן געטענה'ט פארוואס די אידן האט מען נישט מודיע געווען די שווערסטע מצוה.. האט השי"ת געזאגט.. עטס פארשטייטס נישט די נסיון פון הגבלה.. עטס האטס נישט די יחוס..

אפשר דערפאר קומט טאקע דער יום המיוחס אלץ הקדמה צו די שלשת ימי הגבלה..

*

און אפילו גשמיות'דיג גערעדט.. איז דאס ביי אידן פון די שווערסטע זאכן.. זעהן א געיט און נישט זיך פרובירן אריבער צו שטופן.. ובפר ביי בנש"קים וואס זענען געוואוינט אז מ'לאזט זיי איבעראל אריין... זיי פארנעמען נישט אזוי שנעל קיין הגבלה.. עד פה תבא..

*

און ווי גערעדט לעצטע וואך.. כדי ריכטיג מקיים צו זיין תורה ומצוות.. דארף מען צוקומען צו מסורת אבות.. דאס ליגט אויך אין דער תשובה.. הביאו לי ספרי יוחסין כשם שבני מביאין.. די אידן האבן א מסורת.. מנהג אבותיהם בידיהם.. זיי האבן א מעגליכקייט מקיים צו זיין די תורה ווי עס דארף צו זיין..

*

און אז מ'רעדט שוין פון פליען אין די הימלען.. כאפן מלאכים.. שטייט פון צדיקים.. 'וימת נדב ואביהוא בהקריבם אש זרה.. זיי האבן געמאכט תנועות פו התלהבות.. נו כדי מחנךצו זיין די קינדער מעג מען דאס אויך.. אבער 'ובנים לא היו להם'..

*

און וואס איז די עצה פאר די וואס האבן נישט קיין ייחוס?.. נאר אז מ'נעמט זיךצוזאם.. זאגט דער אגרא דכלה.. נשא את ראש בני קהת.. מלשון יקהת עמים.. אז מ'נעמט זיך צאם האט מען מער נשיאות ראש ווי די וואס זענען דבוק אין באשעפער.. בני לוי.. מלשון חיבור.. פארוואס.. ווייל "למשפחותם לבית אבותם"..זכות אבותם פונעם ציבור מסייעתם

קומט דאך אויס אז מ'פארברענגט אינאיינעם.. בארגט מען זיך די ייחוס איינער פונעם צווייטן..

*

און א ווארט אויף די הפטרה.. דרך העולם איז אויף יענץ פויגל איז די סדר אז מ'זוכט זיינע מעלות.. ער איז נישט אזא שייגאץ ווי מ'מאכט איהם.. ער דאוונט פון מאל צו מאל.. ער האט א גוט הארץ.. וכדו' וכדו'..

אויף א ערליכע איד איז די ניגון פונקט ארקערט.. ער איז גארנישט אזא צדיק ווי ער מאכט זיך.. דא און דארט קוקט ער אוריס פון סידור.. וכו' וכו'..

זאגט דער ערלויער רב זצ"ל.. במקום אשר יאמר לא עמי.. אז מ'רעכנט זיינע חסרונות.. איז א סימן אז "יאמר לכם בני קל חי"..


האטס מיר אלע א דערהויבענעם שבת כלה, און א ריכטיגע הכנה צום קבלת התורה!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

מיין ביישטייערונג צום ליל שישי ליגט דא

גיימיר ליינען וואס ר' אורי האט צו זאגן.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

אוראייניקל האט געשריבן:.

הערליך שיין אורי, געשמאק און דערפרישנד...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אורי שכח זייער געשמאק אין זיס מלא וגדוש
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אוראייניקל האט געשריבן:האמיר ליידער נישט געקענט זיך משתתף זיין ליל שישי, אבער מ'האלט מיר פאר שבועות, וואס האט ימי השלמה נאך זיך, קען מען נאך משלים זיין אינעם יום השישי...


און אפילו גשמיות'דיג גערעדט.. איז דאס ביי אידן פון די שווערסטע זאכן.. זעהן א געיט און נישט זיך פרובירן אריבער צו שטופן.. ובפר ביי בנש"קים וואס זענען געוואוינט אז מ'לאזט זיי איבעראל אריין... זיי פארנעמען נישט אזוי שנעל קיין הגבלה.. עד פה תבא..


*

און אז מ'רעדט שוין פון פליען אין די הימלען.. כאפן מלאכים.. שטייט פון צדיקים.. 'וימת נדב ואביהוא בהקריבם אש זרה.. זיי האבן געמאכט תנועות פו התלהבות.. נו כדי מחנךצו זיין די קינדער מעג מען דאס אויך.. אבער 'ובנים לא היו להם'..


האטס מיר אלע א דערהויבענעם שבת כלה, און א ריכטיגע הכנה צום קבלת התורה!


וועגן דער ערשטע זאך וואס די ברענגט איבער געיט זיך אריבער שטיפן - דער ווארט שטייט שוין אין ספה"ק שם שמואל כמדומה לי בשם אביו דער אבני נזר, ער איז מאריך כדרכו בקודש אבער אויך ארום דער געדאנק אז פונקט ווי די אייבישטער האט געזאגט פאר יעדער פאלק וואס ס'שטייט אין תורה וואס איז דער שווערסטע פאר זיי האט ער געזאגט פאר די אידישע קינדער דער שווערסטע זאך מצות הגבלה, זיך קענען איינרוהן - ווי יעדער ווייסט אז ווען די פליגער לאנדעט ווער שפרינגט אויף די ערשטע ... - אונז אידעלעך אויף דעם איז דא מצות הגבלה.....

איבער דער צווייטער ווארט וועגן אש זרה וכו' דער ווארט איז א באקאנטער ווארט פון די אלטע וויזשניצער רבי דער בעל אמרי חיים זצוק"ל ווי ער האט דאס געזאגט אמאל פאר א טאטע, אז וועגן חינוך הבנים מעג מען זיך מאכן אז מען האט התלהבות וכדו וואס דאס איז אש זרה.....

נאכאמאל א גרויסע ייש"כ
א גוט שבת א גוט יום טוב
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מומחה יוחס האט געשריבן:איבער דער צווייטער ווארט וועגן אש זרה וכו' דער ווארט איז א באקאנטער ווארט פון די אלטע וויזשניצער רבי דער בעל אמרי חיים זצוק"ל ווי ער האט דאס געזאגט אמאל פאר א טאטע, אז וועגן חינוך הבנים מעג מען זיך מאכן אז מען האט התלהבות וכדו וואס דאס איז אש זרה.....

איך האב עס געזעהן בשם 'מעדני מלך' להרה"ק ר' אשר מרימנוב (מגזע דזשיקוב).
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

א גוט'ן ליל שישי נאך שבועות!!

טאקע געווען א גאנצע ויכוח דא אויפ'ן וועלט אויפ'ן נעכטיגן טאג, צו ס'איז א מיטוואך צו א זונטאג.. צו גאר שתיהם כאחד.. אבער היינט נאכט, איז כולי עלמא מודי אז מ'שטיי מיר שוין ביי נאך א ליל שישי!

נו, אז ס'איז ליל שישי ברויך מען פארברענגען.. און פארברענגען מיינט אויף א גלעזעלע וויין.. בפרט אז די וואך האמיר דעם "וכפר עליו מאשר חטא על הנפש".. שציער עצמו מן היין.. ברויך מען טון דאס פארקערטע..

איי חז"ל זאגן דאך אויך "הרואה סוטה בקלקולה יזיר עצמו מן היין".. האט דאך דער הייליגער חוזה פון לובלין זי"ע שוין געענטפערט דעם אייזערנעם קאפ זצ"ל.. אויף זיין קשיא.. ווי קומט עס אז א פשוטע מענטש טרינקט ווערט ער ערגער.. און חסידים טרינקען און זיי דערהייבן זיך אין עבוה"ש.. האט דער לובלינער פארענטפערט.. טרינקען וויין שאדט נאר פאר דיע וואס זענען פראבלעמאטיש מלכתחילה.. דער רואה סוטה בקלקולה.. דער וואס מ'פירט איהם צו פון הימל צו זעהן פראבלעמאטישע זאכן..

*

און פארשטייט זיך, דער גלעזעלע איז נישט די עיקר.. נאר די שמחה וואס קומט דערנאך.. וואס דאס איז די שליסל זיך צו דערהייבן.. ווי מ'טרעף מיר אין ספה"ק 'ארון עדות'.. בני קהת מיינט מען די לומדי תורה.. נשא את ראש בני קהת.. זיי איז פשוט אז זיי ווערן דערהויבן..

בני גרשון.. די וואס זענען פארטריבן פון כולל.. זיי ברויכן ארויסגיין מקיים זיין מצות 'בזיעת אפיך תאכל לחם'.. זיי זענען אויך מקיים דעם רצון ה'.. נשא את ראש בני גרשון..

אבער די בני מררי.. די פארביטערטע חברה..זיי קענען זיך נישט דערהייבן.. ביי זיי שטייט נישט קיין נשיאות ראש..

*

און אז מ'רעדט שוין פון נשא את ראש.. זאגט רבי מאיר'ל פרימישלאנער זי"ע.. נשא את ראש.. אז דו זוסט א רבי א ראש.. בני.. איז ער א בנן של קדושים.. גרשון.. פארטרייב איהם צו אלע רוחות.. גם הם.. אויב ער איז אלייס אויך עפעס.. דאן קענסטו צורעכענען אלץ מעלה.. למשפחותם לבית אבותם..

קען זיין.. וואס איז די שייכות צום פשוט פשט.. נשא את ראש..ראש מיינט דער סך הכל.. ווי דער מזרחי איז מסביר, אז אמאליגע צייטן פלעגט מען שרייבן דעם סך הכל פון אויבן פונעם בלאט.. אזווי ווי מ'שרייבט היינט פון אונטן פונעם חשבון.. עולם הפוך ראיתי, עליונים למעלה ותחתונים למטה..

נו.. אז מ'מאכט א סך הכל.. רעכנט מען ערשט די אייינצעלנע נאמבערס.. און ביי אלע מספרים (חוץ פון די בכורים) איז עס געווען א גלייכע צענער מספר.. אזוי אז די סך הכל פון די איינצעלנע נאמבערס איז אויסגעקומען א זיראו.. ווי מ'זאגט נאך אז ייחוס אבות איז א זיראו.. אז ס'איז דא עפעס בעפאר הייבט עס דעם ווערט.. און אז נישט איז ער א גארנישט..

*

די וואך האמיר אויך ברכת כהנים.. זענען געקומען חסידים פונעם אפטער רב זי"ע לאחר פטירתו צום טשערנאבעלער מגיד זי"ע בעטנדיג א ברכה.. דער מגיד האט כדרכו בקודש געפאדערט א פרייז.. האבן זיך די חסידים אנגערופן.. זייער רבי פלעגט זאגן.."כה" אזוי ווי מ'שטייט אן קיין געלט "תברכו את בני ישראל"..
האט דער מגיד געענטפערט.. אזוי אן קיין געלט.. "יברכך ה' ".. זאל דער באשעפער ענק בענטשן..

*

פון זוואלינער רבי ר' שמואל אליהו זי"ע ווערט געברענגט.. "כה" אזוי ווי זיי זענען נאר "תברכו את בני ישראל".. ווי אזוי זיי קוקן נאר אויס.. זענען זיי תמיד ראוי לברכה.. בעסער פונעם גוי זענענן זיי אייביג..

*

און א בליק אינעם הפטורה.. האמיר דעם מנוח.. מ'האמיר קוים געליינט מגילת רות.. די גמרא זאגט דאך אין בבא בתרא.. אז בועז האט געהאט דרייסיג זוהן און דרייסיג טעכטער.. און ווייל ער האט נישט געלאדנט מנוח צו די חתונות.. האט ער זיי אלע באגראבן בחייו ה"י..

זאגט דער אפטער רב, דער הייליגער אוהב ישראל.. דאס האט נעמי געזאגט פאר רות.. 'הלא אבקש לך מנוח, אשר ייטב לך'.. די ערשטע זאך פאר מ'הייבט אן פון טראכטן חתונה צו האבן מיט בועז.. ברויך איך אויפזוכן און לאדענען דעם מנוח.. ווייל אז נישט איז צרות..

*

זאגט די גמרא אין עירובין.. מנוח עם הארץ היה.. ווייל ער איז געגאנגען אחר אשתו.. זאגן די בעלי מוסר.. אפילו זי האט איהם געפירט זעהן א מלאך.. נאכאלץ ברויך מען זיך נישט פארלירן.. און מ'באדארף אויפפאסן ווי אזוי מ'גייט..

*

טייטשט דער בני יששכר.. דער נביא זאגט אין איכה.. היא ישבה בגויים לא מצאה מנוח.. זי האט נישט געטראפן קיין איין גוי ווי דעם מנוח עם הארץ.. יעדער גוי קען דעם הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב.. נישטא קיין עם הארץ בנמצא..

*

עפי"ז קען מען זאגן.. יונה מצאה בו מנוח.. דער נביא יונה האט דך געהייסן 'יונה בן אמיתי'.. חז"ל זאגן דאך א עם הארץ אימת שבת עליו.. שבת זאגט ער דעם אמת.. קומט אויס אז דער מנוח עם הארץ טרעפט זיך אינעם שבת אלץ א בן אמיתי..

ואם כנים הדברים.. שטימט טאקע פארוואס בשבת נתנה תורה.. ווייל אזוי קעמען יעדעם גלייבן אז זיי זענען מקבל באמת.. דאס זאגט דער פייטן.. ובאו כולם בברית יחד.. אלע אן אויסנאם.. דערפאר דבר בקדשו בהר המור יום השביעי זכור זכור לגזירה שוה.. אז ס'איז געווען בשבת.. ווייל שבת איז יונה מצאה בו מנוח.. דאן רעדט דער עם הארץ אויך אמת..

*

און לסיום.. וואס איך האב געהערט בשם בעלזער רב זז"ג.. מען פארט צו א רבי'ן אויף שבועות.. פארהאן דריי מדרגות.. פארהאן אזעלכע וואס פארן ווייל "ובאו כולם".. ווייל יעדער פארט.. פארהאן אזעלכע וואס פארן "בברית יחד" מ'טרעפט די חברים און ידידים מארבע קצוות תבל, וואס מ'זעהט נישט א גאנץ יאהר.. און ס'פארהאן די וואס קומען מקבל זיין די תורה ביים משה רבינו שבדור.. "נעשה ונשמע אמרו כאחד"..

ווי האבן די בחורים געענטפערט פאר זייער ראש ישיבה אוועק פארנדיג פון ישיבה צו זייער רבי'ן.. ווען דער ראש ישיבה האט געטענה'ט אז די ישיבה איז דער בארג סיני.. און ווי פארן זיי אוועק פונעם בארג.. האבן זיי געענטפערט.. אז זיי פארן טאקע אוועק פונעם בארג סיני.. אבער זיי פארן צו משה רבינו..


האטס מיר אלע א דערהויבענעם שבת נאך שבועות!!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אוראייניקל האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:איבער דער צווייטער ווארט וועגן אש זרה וכו' דער ווארט איז א באקאנטער ווארט פון די אלטע וויזשניצער רבי דער בעל אמרי חיים זצוק"ל ווי ער האט דאס געזאגט אמאל פאר א טאטע, אז וועגן חינוך הבנים מעג מען זיך מאכן אז מען האט התלהבות וכדו וואס דאס איז אש זרה.....

איך האב עס געזעהן בשם 'מעדני מלך' להרה"ק ר' אשר מרימנוב (מגזע דזשיקוב).


אינטערסאנט ייש"כ
ווייל כ'האב עס געהערט פין א וויזניצער חסיד א בעל דרשן דער ווארט בשם די אמרי חיים - אבער נישט געפערליך שניהם נתכוונו לדבר אחד
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

Wow wow wow
אורי אזוינע זיסע חידושים גג על גג
ס’א תענוג רחוני !!
געוואלדיג איינס נאכעס אנדערע
#יונה בן אמיתי...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואס? מ'פארטרייבט מיר דאנען? :cry:

אקעי, כאטש וועל איך נישט זיין פארביטערט. :grin:
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

גרשון האט געשריבן:וואס? מ'פארטרייבט מיר דאנען? :cry:
סי שלעכט דא?
כ’ווייס כ’ווייס ס’בעסער אין כולל...
אויב מ’לערענט דארט..

אקעי, כאטש וועל איך נישט זיין פארביטערט. :grin:
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

נאך דא קארטאפל טשיפס?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

נאר געריפעלטע
המאור שבה יחזירנו למוטב!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”