א פרוכטבארע וואקאציע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פימזען האלץ
רב הצעיר תשפ"ג
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2022 2:29 pm

א פרוכטבארע וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימזען האלץ »

געלייגט אלע 3 חלקים אין די ערשטע תגובה

געווען איז עס ארום 10 טעג צוריק ווען איך האב מיך אנגעטראפן און א אומשולדיגע אדווערטייזמענט אין איינע פון די אויסגאבעס, ''קלענזינג וואקאציע וואך'' שטייט דארט, גלייבטס מיר איך קען נישט נאכזאגן די נאמען... נאך לאנגע פארשונגען איז ארויסגעקומען אזא בילד: מען גייט צו א האטעל פאר א וואך, און דארט ווערט סערווירט פרוכט, מיט נאך פרוכט, און נאך אביסל פרוכט, אזוי במשך די גאנצע וואך, זיי שטעלן ביי די זייט אויך צו פראגראמען פארן טאג און די תוצאה'ס שפעטיגן נישט צו קומען! מען ווערט א פרוכט בוים... בקיצור מען ווערט געזונט, און מען פארלירט פונט, עד כאן העד.

א קורצע הקדמה. די אייבעשטער האט מיר גראדע באשאפן זייער דאר און בכלל נישט איבערוואגיג, ממש פיצל... אבער ער האט אויך געגעבן א טיר וואס אויב מען לייגט אריין אסאך עסן דארט, קען געשעהן אז די העמעד זאל זיך נישט צומאכן - פאר קיין שום איד נישט געזאגט - עכ''פ מיך האט ער אויך געגעבן אזא טיר, און כ'בין נישט געווען קיין שונא מתנות, כ'האב עס אויסגעניצט ווי עס באדארף צו זיין, און וואונדער איבער וואונדער, מיין העמעד מאכט זיך יא צו! איך זאג נישט ס'איז אביסל א גרעסערע סייז ווי די געווענליכע, אבער עס מאכט זיך צו. איי דעיס וואס ס'שמייכלט מיט א ברייטע פנים שוחקות ביי יעדע קנעפל וקנעפל, דעיס איז נישט קיין חסרון! ווייל שטעל דיך פאר נאר מיין מויל שמייכלט איך וואלט דאך אויסגעזעהן ווי א יון אין די סוכה... אזוי שמייכלען מיר ווי איין קוייער, ברוך השם פארדעם.

אבער בת קול יוצאות ואומרת אז מען דארף דאך עפעס טאן צו פארמינערן די מיעוט חלבן ודמים, און ווי באקאנט זענן רוב פון די דיעטעס וואס ווערן עדווערטייזט געמאכט אז די קאקאש קעיק נאכדעם זאל זיין מיט א גרעסערע אפעטיט, און אז די נאכט פאר די דייעט זאל מען קענען עסן מיט מער ראויגקייט, אלזא בינעך שוין מיד פון די געווענליכע טאג טעגליכע דייעטס אבער אזא עד האט מיר יא אפגעשטעלט מאכן טראכטן אז מעגליך איז דא א פלאץ ווי איך וועל פארלירין מיין באשערטע, ס'איז סוף כל סוף א וואך וועקאציע נאכדערצו מיט פראגראמען, און איבער אלעם וועט מען פאר איין וואך אין א ציה נאר זעהן דיקע אידן! פארדעם אליין לוינט זיך יעדע פעני...

געטראכט און געטוהן, מ'רופט אריין די באהערדע די קאלקלעיטר איז רעדי, אויב מען קומט פאר א וואך איז עס 1500, אויב וויל מען אויף שלאפן דארט איז עס $2500 גאנץ כמעשה... ווען הייבט זיך עס אן? אה, ס'הייבט זיך אן איבערמארגן. ווער גייט רעדן? דעיס קען מען שוין נישט זאגן... ס'איז א סופרייז!

אקעי. איך פיל ווי די 7 איריגע קינד וואס גייט באקומען א סופרייז אז מען גייט גיין אין א עריפארט אז מען זאל קענען אראפ לויפן דעי עסקלעיטער פארקערטערהייט, אבער וואס טוט מען נישט פאר אפאר איבריגע פונטן...

יענע נאכט האב איך שוין נישט געקענט איינשלאפן פון גרויס התרגשות! כ'בין צוגעגאנגען צום שפיגל מיט מיין גרויס פראכט און מיך אנגעקוקט אין פנים אריין צום ערשטען מאל אין א לאנגע צייט, די טריפלל טשין איז נאכנישט פארשווינדען, ניין. אבער בקרוב קומט ער אראפ! קונני מעי האב איך געזאגט פאר מיינע געדערים עטס האטס מיר טאקע באגלייט און אלע שווערע צייטן, ווען איך האב געדארפט ארויפגיין א רייע שטיגן זענט עטס דא געווען פאר מיר, ווען כהאב געדארפט פארקנעפלן מיינע בגדים זענט עטס מיר אלץ געשטאנען ביי די האנט, אבער די צייטן זענען פארטיג! הנה ימים באים!

די טאג זיך ארויס צו לאזן אויפן וועג איז אנגעקומען.
אבער דא האבן זיך אנגעהויבן די מחשבות זרות, הער פון די גרויסע וועלט, ווי אזוי אין די גן עדן וועל איך טאקע אויסהאלטן א גאנצע וואך מיט בלויז פרוכט? כ'מיין... כ'גיי נישט אריינגיין אין קיין פרטים, אבער מ'רעדט דא פון א איד וואס עסט אסאך, גאר אסאך עקטשעלי, מיט מיינע אלע כוחות האמיר פראבירט מדחק צו זיין דעי מחשבה, אבער עס איז נישט געגאנגען.
למעשה האט מען געמאכט א דיעל מיט די בני מעים, איך בין אריינגעגאנגען צום נאנטען גראסערי געשעפט און איינגעקויפט אזא פעקל שטערן'ס בראוני בארס... כהאב זיכער געמאכט אז קיינער זעהט נישט (ווי כאילו עס שטייט א גרויסע צעטיל אויף מיין גרויסע רוקן אז דא וואוינט א איד וואס גייט יעצט צו א קלענזינק האטעל...) כ'האב איננגעטיילט די בראוני בארס אין אלע טאשן, יעדע טאש האט באקומען זיין באשטימטע בראוני באר, פון די בוזעם ביז דעי פיצי טאש אין די הויזן וואס נאר איין פינגער פיט דארט אריין, און סאיז נאר א וואן וועי.(להוי ידוע ביי די קלענערע סייזעס קומט נישט מיט די טאש, נאר ביי די גרויסע, און די סיבה איז ווארשיינליך צו פארשאפן עגמת נפש פארן בן אדם יעדע מאל וואס ער וויל זיך באנוצן דערמיט)
די בראוני'ס ליגן מסודר (די טשאקלעד איז שוין אוודאי צולאזט פון גרויס היץ) אבער דאנט ווארי. כ'האב צוגעזאגט ביי אלס טייער אז איך וועל עס נישט אנרירען, נאר אויב... הממממ... למשל ס'מאכט זיך אז די עסן קומט נישט אן...

עני וועי. מ'לאזט זיך אריין אין וועג, ערגעץ אינמיטן איז מיר אריינגעקומען די געדאנק, אויב איך פאר דא מיט אנגעפולטע טאשן בראוני בארס, דאן ווער נישט? איז וויאזוי מאכן זיי זיכער אז דערולם פארלירט פונטן? סאמטינג גאונג ראנג היר...

און דא איז געקומען די בליץ!
זיי האבן אוודאי א קוקיס דיטעקטער! יעדער וואס סקומט אריין ווערט איבערגעקוקט פון קאפ ביז פיס.
אוטש! וואס טוט מען דא?

כ'זעה מיך שוין שטיין ביים אריינגאנג ווארטן אויפן ליין כ'גיי אריבער די דיטעקטער און ס'פייפט, די גאנצע ציבור דרייט זיך ארום און יעדער זעהט אז הנה, דער איז אנגעקומען, וקוקי בידו און א קיכן אין זיינע הענט, ווי זאגט מיכאל? ס'גרויסע בושת... זיך צוריק דרייען איז קיין אפציע כ'האב דאך שוין איינגעקויפט נייע בגדים און פארשפרייט קבל תבל ומלאו אז איך קום צוריק די קלענערע העלפט. איז געבליבן אז מען גייט יא, און אויב עס וועט קומען צו א ענגע מצב וועט מען שוין טרעפן א גארבידזש קען ווי אריינצולייגן די מיני מזונות.

מ'פארט און מ'פארט די האטעל זעהט זיך שוין אן פונדערוויטענס ברייטע פארקינג פלעצער זעהט זיך אן, כ'ווייס נישט פארוואס זיי האלטן אז דיקע מענטשן האבן ברייטערע קאר'ס (הלוואי ס'איז ווען דא אזאנס. החותם: א אפגעברייטער) הערליכע סיינס ווארטן אפ ביים ברייטע טיר מיט לאזונגען ווי ''ביים ארויסגיין וועט איר מער נישט דארפן ניצן אזא ברייטע טיר'' און מ'קומט אן אין לאבי.
איין היימישע פנים טרעף איך דארט און כ'האב מיך ממש פארשעמט! דער אינגערמאן איז גאר מיין סייז? ער זיצט דארט יעדן טאג ביים תיקון נאך שחרית און ווי א וועקיום קלינער רייניגט ער אפ וואס ס'איז דא צו טרעפן ביים טיש, און איך לויף ארויס ווייל כזאל נישט ווערן גראב, (ווערן וואס?) פארשטייסט? און דא זענען מיר ביידע אויפן זעלבן פלאץ...

איך האלט צוריק מיין בושה כ'גיי צו צו אים מיט אזא אויסגעשטרעקטע הענט און פאר א מיסטעיק געבט עס אזא באמפ אריין ביי זיין בוזעם טאש, און יא! כ'האב געהערט א קול! נישט סתם א קול, א קול פון א פלעסטיג בעג!!! ממש אוקראט די קול וואס עס וואלט זיך געהערט אויב איינער זאל אריינקלאפן אין מיין בראוני באר אנגעפילטע בוזעם טאש...

א שטיין איז מיר אראפ פון הארץ!

למעשה זעמיר אריין אינעם האטעל.
קיין קוקי דיטעקטער איז נישט געזעהן געווארן, לכאורה ווייסן זיי אז אויב מאכן זיי אזא מאשין זענען זיי ארויס פון ביזנעס יענע סקונדע, מ'ווייזט מיר צו מיין רום, אין א חידוש ווארט מיר אפ! די בעט איז גאר א ברייטע, אבער זיי זאגן אז ס'ארבעט מיט טעכנלאגיע, במשך די גאנצע וואך ווערט עס יעדן טאג שמעלער און שמעלער... (יעצט פארשטיי איך שוין ווי אזוי עס האט געארבעט אין סדום)
אוועראלל איז עס גאנץ א שיינע צימער, כ'וויל מיך שוין אראפ לייגן זיך אויסצוריען פונעם נסיעה אבער מען קומט קלאפן אז מ'שטעלט יעצט צו סאפיר, א קוק אויפן זייגער סאיז 5'ע נאכמיטאג ווי פונקטליך איילן זיי זיך? אה מסתמא ווייל מ'טאר נישט עסן נאנט צו שלאפן...
איך קום אריין אינעם לאנטש רום, ווארט מיר אפ ליידיגע טישן און א סערווער גייט ארום מיט א וואגן טיילן גלעזלעך, נישט סתם גלעזלעך, מ'רעדט דא פון אזא גלאז גרויס ווי די כיור וכנו!דאן גייט ארום א צווייטער סערווירער און גיסט אריין פאר יעדעם איינעם א געוויסע משקה.
איך קען שוין קוים ווארטן מ'זאל קומען צו מיר, ענדליך קומט ער אן און גיסט מיר אריין, ס'איז א געלע פליסקייט... אנגעשפיצטערהייט געב איך די ערשטע זיפץ אריין, און דאן האב איך עס פארשטאנען, די גאנע זאך איז מיר קלאר געווארן! ניין ס'איז נישט א טרינקן וואס מאכט א קלארע קאפ, ס'איז אבער יא א משקה וואס האט א טעם פון... כ'האב נישט די ריכטיגע ווארט... אפשר ווי א וויין שטאפער? נעה... סאך ערגער, עכ''פ כ'האב ריעלייזט אז די געדאנק איז צו מאכן זיכער אז נאך איין שלינג פון די משקה זאל באקומען אזא נאך טעם אין מויל אז ס'זאל זיך מער נישט גליסטן אריין צו נעמען א זאך אין מויל.... דא ליגט די הונט באגראבן!
די צווייטע זאך אויפן מעניו איז א טעלער מיט בארן און געטריקנטע פייגן, אבער איך האב שוין נישט געהאט קיין טעם צו עסן, זיי קענען ווען אריין ברענגען הייסע קאקאש קעיק, קיינער וואלט עס סיי ווי נישט אנגערירט, מיט א ביטערע טעם אין מויל זעמיר צוריק אין צימער.
אבער אויב האב איך געמיינט אז די פראבלעמען האבן זיך דא גענדיגט בין איך געוואר געווארן אז די טרינק האט גאר א טיפע סוד, אן אריינגיין אין פרטים אבער בעיל רעפארם העלפט נישט פאר דעי מינע זיצן.... עני וועי צום סוף בינעך איינגעשלאפן.

זיך אויפגעוועקט, געדאווענט שחרית.
די פרישטאג איז ביישטאנען פון א ברייטע טעלער וועדשטעבלס, זארגטס ענק נישט נישט די מינע וואס מען עסט געווענליך, יענע האט צופיל קארבן דיאקסייד, (עפעס אזוי) מער דעי גראזיגע מינע וואס דערמאנט די נמשל כבהמות נדמו, נאכגעפאלגט מיט אפאר באטלעך בעטערי וואסער (עטס האטס שוין אמאל געהערט פון אזא זאך? - נאכן טרינקן דעי וואסער קענסטו איינשטעקן א פלאג אין דיין אויער צו ציען בעטערי) און ווייטער די זעלבע טרינקן -וואס כ'האב פארשטייט זיך נישט אנגערירט- (די פלאן איז צו שיקן א סעמפל פון דעי וואסער צו די וואען לעבטארי)

לאנטש איז געווען בעטערי וואסער (זיי ווייסן נישט אז מיין טעלפאון איז שוין פולי טזשרדזשט?) מיט פרוכט.

די טאג איז אריבער מיט אביסל לערנען, אסאך דרשות איבער די וויכטיגקייט פון עסן געזונט, כ'זאג ענק דאקטאר פאוטשי קען זיך פארשטעקן פאר די טיפע סייענס וואס מיר זענען דורך געגאנגען דארט, אויב וועט מען מאכן א ליקוט פון אלע עדס אויף קול מבשר פטור צו ווערן פון דעי אדער יענע מחלה וואלט עס נישט צוגעקומען צו די מעלות וואס דעי דייעט פארמאגט, אזוי האט יענע רעדנער געזאגט...

עני וועי. די טאג איז אדורך, מען האלט שוין ביי סאפיר, כ'קום אריין אינעם לאנטש רום באותו מקום ובאותו זמן און איך באגעגן אותו משקה פון היינטיגע פרישטאג און פון נעכטיגע סאפיר, דא האט די נערווען מיט די מאגן געפלאצט אינעם זעלבען סקונדע! כ'בין תיכף ארויס געלאפן פון דארט, עד כאן! איך גיי נישט נאכאמאל ליידן א גאנצע נאכט!
מיט איין אימפעט בינעך צוגעלאפן צו מיין זעקל בראוני בארס, כ'האב מיך געזעצט אויפן בעט און אריינגעריקט ס'גאנצע פעקל אן א שיעור חימוץ, בלויז איין שטיקל איז איבער געבליבן כ'האב עס אריין געפאקט און טאש, ארויס פון האטעל (טאקע דורך די ברייטע טיר) כ'האב מיך אריינגעזעצט אין קאר און אפגעצויגן פון שטח!

און אויפן וועג האב איך געגעסן די לעצטע בראוני באר מיט גרויס אפעטיט, מיט א הייסע צוזאג אז מארגן גיי איך אנהייבן א עכטע אייגענע דייעט.
לעצט פארראכטן דורך פימזען האלץ אום דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 1:26 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
מיין חברותא איז דא, איך דארף אנטלויפן...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: א פרוכטבארע וועקאציע. חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

כבעעעעעטעעעעך פללללללליזזזזז טו עס נישט... נאר דאס נישט !!!
בדוק ומנוסה אז די עיקר הומאריאני פון א מענטש ליגט אין די פלייש ווי מער אלץ שמייכלדיגער ולפעמים להיפ..... חלילה...

מ י ר ק ע נ ע ן ז י ך ד א ס נ י ש ט ע ר ל ו י ב ן ! ! !
אוועטאר
ענדשוי
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 3:26 pm
לאקאציע: אינעם מיסט קאסטן

Re: א פרוכטבארע וואקאציע. חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדשוי »

:lol:
אונז קענען קוים ווארטן צו הערן די המשך!
ווען די ווילסטעך באדאנקן אויף א ארטיקל וואס איך האב געשריבן, ביטע לאזט דיר הערן דורך א תגובה.

בילד
[email protected]
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: א פרוכטבארע וואקאציע. חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

גוטע נייעס דו!

און אונז ווארטן פאר די ווייטערדיגע אפדעיטס..

געפעלט מיר גראדע דעם געדאנק פון זיין א וואך צייט מיט סטריקטלי בלויז דיקליכע פערזאנען.. איך וואלט ווען אהינגעקומען צו קענען זיין דער איינציגער דארער דארט און לאכן אלע אין פרצוף בשעת איך האק טעצער קעיק מיט אפעטיט..
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: א פרוכטבארע וואקאציע. חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

און דא איז א בילד פון פימזי מיט די קנעפלעך דערינטער:

;q;.i

:lol:

:lol:

:lol:

:lol:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א פרוכטבארע וואקאציע - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- :lol: :lol:
דאס מיינט דער אויסדרוק.. זה חטאת וזה פריה.. אז דו ווילסט ס'זאל פעהלן פון דיר.. עס פרוכט..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א פרוכטבארע וואקאציע - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

:lol: ;l;p-

ווארט מיר מיט שפאנונג, אפשר העליך זיך קענען אנשליסן אינעם קומענדיגן קלענזינג וויעק.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
היי וואלטיטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 4:29 pm

Re: א פרוכטבארע וואקאציע - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היי וואלטיטש »

פימזען!!!
ביסט גראבע פיינע נייעס... די פיקסט גוטע טאפיקס און לייגסט עס אראפ ווי נאר פימזי קען
דיין ארטיקל גייט געשיקט ווערן צו די גוטע פלעצער, די נעקסטע קלאס גייציך דרייען א פרינט אוט,.
אוועטאר
פימזען האלץ
רב הצעיר תשפ"ג
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2022 2:29 pm

Re: דער קעיק דיטעקטער - חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימזען האלץ »

יישר כח פאר אלע חשובע חברים וואס האבן קאמאנטירט.
לעצט פארראכטן דורך פימזען האלץ אום דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 2:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיין חברותא איז דא, איך דארף אנטלויפן...
אוועטאר
ראזניקער
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 7:14 pm

Re: דער קעיק דיטעקטער - חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראזניקער »

פימזען האלץ האט געשריבן:
;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך הייב אן זיך צו שטיקלען...
פורים רב פאר חיריק!!
אוועטאר
מיין באליבטע דראון
שר חמש מאות
תגובות: 978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:07 pm

Re: דער קעיק דיטעקטער - חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין באליבטע דראון »

ראזניקער האט געשריבן:
פימזען האלץ האט געשריבן:
;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
דמשק
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 3:04 pm

Re: א פרוכטבארע וואקאציע - חלק ב' ''דער קעיק דיטעקטער'' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דמשק »

:grin: :grin: :grin: :grin: ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
משוגה איז נישט די ווארט
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: א פרוכטבארע וואקאציע - חלק ב' ''דער קעיק דיטעקטער'' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

א ריכטיגע ציענדע פארברענגערישע מעשה. מיר ווארטן געפלעפט!
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: א פרוכטבארע וואקאציע - חלק ב' ''דער קעיק דיטעקטער'' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol: :lol:
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א פרוכטבארע וואקאציע - חלק ב' ''דער קעיק דיטעקטער'' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

:lol: :lol:
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א פרוכטבארע וואקאציע - חלק ב' ''דער קעיק דיטעקטער'' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol: :lol:

אדם ניכר בכיסו (די בראוני באר שבתוכו) ובכוסו (ביים לחיים)..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א פרוכטבארע וואקאציע - חלק ב' ''דער קעיק דיטעקטער'' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

:lol: :lol: ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א פרוכטבארע וואקאציע - חלק ב' ''דער קעיק דיטעקטער'' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

מאסיוו!!! :lol: :lol: :lol:
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אייזיג
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 4:05 pm

Re: א פרוכטבארע וואקאציע - חלק ב' ''דער קעיק דיטעקטער'' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייזיג »

ס' א מעעס שאאטינג דא
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: א פרוכטבארע וואקאציע - חלק ב' ''דער קעיק דיטעקטער'' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: א פרוכטבארע וואקאציע - חלק ב' ''דער קעיק דיטעקטער'' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

:lol: :lol: :lol: :lol:

דעס איז איינס און א גוטס! א פיינע גראבע ארטיקל..

החותם: אן אפגעבריטער פון אן אפגעברייטער

(אריין אין קוטשמע!)
אייזיג
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 4:05 pm

Re: א פרוכטבארע וואקאציע - חלק ב' ''דער קעיק דיטעקטער'' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייזיג »

דע עולם איז געהעריג ROFL דא
אוועטאר
היי וואלטיטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 4:29 pm

Re: א פרוכטבארע וואקאציע - חלק ב' ''דער קעיק דיטעקטער'' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היי וואלטיטש »

פימזען האלץ גייט אריין אין מיין ליסטע פון די קריעטסטע בליציגע שרייבער אין קרעטשמע און פארבראכטן פארום
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א פרוכטבארע וואקאציע - חלק ב' ''דער קעיק דיטעקטער'' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דאס איז אייזען, שוין עכט לאנג נישט געלייענט אזא גוטס.

עמי אנכי בצרה, איך לאך מיט מיט יעדע ווארט וואס דו שרייבסט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פימזען האלץ
רב הצעיר תשפ"ג
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2022 2:29 pm

.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימזען האלץ »

.
לעצט פארראכטן דורך פימזען האלץ אום דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 2:16 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מיין חברותא איז דא, איך דארף אנטלויפן...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”