דער אומגעלונגענע פוטש Jan 6.....

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

דער אומגעלונגענע פוטש Jan 6.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

מייקל אין טשילי צוויי ברודער, אחים בדעה, קלוגע געריבענע קעפ פאונדערס פון די וועלטס גרעסטע סייענס אוניווערסיטעטן, זיצן זיך און זייער אפיס ווי א יעדן טאג, אין גייען אן מיטן נארמאלן מהלך החיים, און מ'טוט דורך די סייענס, ווי אזוי מ'קען קאפיען מעמארי פון א מח אויף א usb, און ווי אויך פראבירן זיי אויס די נייע ליי דיטעקטאר, וואס קען ליינען די מח, און מקען זעהן פונקטליך וואס יענער טראכט,
אזוי בשעת'ן פאררייכענען א ציגאר, מיט אביסעלע וויסקי צו דער זייט, קומט אריין א דשענטלמאן, אין שטעלט זיך פאר אלץ איינע פון די הויפטן פון די Q אנאן גרופע, אין פון די צען אונטערערדישע פירער, פון די דיוויידעד סטעיטס אף אמעריקע, מיט א שטילע אבער שטייפע שטומע, שטעלט ער זיך פאר, אלץ איינעם מיטן נאמען סטיוו, גראד האבן זיי געכאפט, דער איז דאך פון די פירערס פון די מיליטער, אין זיי האבן שוין פארשטאנען וואס ער וויל, אין נאר געדארפט צו ווארטן צו הערן, צו זענען זיי גערעכט געוועזן אדער דאס מאל האבן די צוויי חכמים געמיסט די באוט, אין צו זייער ווינדער, יאפ, ממש וואס זיי האבן זיך פארגעשטעלט, אין ער רופט זיך אן צו זיי קורץ אין שארף, איך קום דא בשם די העכסטע פירער פונעם לאנד, ס'איז שוין צייט צוריקצוברענגען דעם טראמפן, אין ארויסווארפן אלע סענעטארן, קאנגרעסלייט, אין פארשטייטצעך די פרעזידענט הרב ביידען ירום כבודו במקומו מונח, און אזוי צילנדיג מיט א שיסער, לייגט ער צו, מיר האבן געזוכט די בעסטע אין אמעריקע, און עטס זענט די מבחרים, אויב ארבעט עטס נישט מיט, אחת דתו,
אבער צום אנטוישונג פון סטיוו, זאגן די ברידערלעך, מיט אזא שמייכל אין א זייט, זארגט אייך נישט מיר זענען אין, און מיר גלייכן עקשאן, און וואס טוט מען נישט פאר געלט.... אלזא געב אונז אפאר טעג צו טראכטן א פלאן, און מיר האפן צוריקצוקומען מיט פיינע ווארע, איר וועט נישט זיין אנטוישט.

און די זעלבע צייט, און די ווייסע הויז, טוט זיך הויך יו"ט, נאכער וואס דער ירום הודו פרעזידענט ביידען, האט אין א פרעצעדענטלאזע שריט, אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער אז מען מעג רייכענען אינעם קעפיטל, נאך א משוגעת וואס איז עים אריין אין קאפ צו רייכענען א קובאנע ציגאר בשעת זיין פייערדיגע (אומ)פארגעסליכע יאנואר 6 ספיעטש, (דיטעילס קען איך נישט שרייבן, ווייל איך האב מורא, מ'וועט ארייננעמען דעם אשכול אין מנהלים צימער) אבער פארשטייטצעך, ס'איז געווען מחאות, און מ'האט עס געוואלט נעמען צו די סופרים קארט, נאר די דעמאקראטן אזוי ווי אלעמאל, האבן עס פארדרייט משום כבוד הפארטיי, און די עולם האט אזוי ווי פארגעסן דערפון.

אוי, צוריק צום אוניווערסיטעט, אינעם פארויכערטן צימער אויפן פאטעל, זיצן די ברידער'ס אין וועבן פלענער ווי אזוי צו ארלעדיגן יעדעם בבת אחת, א מחשבה פליט אריין אפשר סם אין די עסן? נעע... דאס איז נישט גוט! וואס זענען די אנדערע מענטשן שולדיג, אפשר א באמבע? אעעעע..... דאס זיכער נישט; ווייל מ'וועט עס נישט קענען אפכאפן, וועגן די עקספלאושן,
פלוצלינג,רופט זיך אן טשילי, איך האב א פלאן, און מירמלט אריין די סוד און מייקל'ס אויער, אין ביידע גייען ארויס און א קאראהוט, יאפ, דעס איז וואט ווי וואר וועיטינג פאר, א קנאק,
אריבער זענען די פאר טעג, סטיוו מיט די חבריא פלאצן שוין, אבער זיי מוזן ווארטן, איינמאל די נאכט איז צוגעפאלן, איז סטיוו אריבער געפארן צו זיי, נישט וויסנדיג צו האבן זיי מצליח געווען צו אויפקומען מיט א געדאנק אדער נישט, אבער ווען ער האט געזען די ווארעמע שלום עליכם, האט ער גראד פארשטאנען אז ס'דא גוטע נייעס, אומגעדולדיג פרעגט ער נאאאאא?...... וואטסאפפ? האט איר עפעס, 'אוי' די שיין אויף די ברודער'ס פנימער האבן ווי גערעדט אין געשריגן, מיר האבן א פלאן זאגן זיי מיט קאנפידענטס, אין נאך ווי א פלאן, דאס וועט סיי פינישן די ענעמי, אין ווי אויך גאר שטארק פארשעמען,
נאך א קורצע ווערטער אויסטויש, שטעלט זיך סטיוו אויף אויסער זיך פון פרייד, און פאטש זיך אזוי מיט די הענט, אין ברומט, "יעצט וועט יעדער זעהן ווער פירט באמת אמעריקע" פון יענע מינוט, האבן די ברודער אויפגעהערט צו טוהן זייער געווענליכע רוטין, און אנגעהויבן צו צאמשטעלן די געדאנק, סזאל זיין רעדי אויפן ריכטיגן צייט,
די נאכט פאלט צו, אין א נייע טאג קומט ארויף, אזוי ווי אלעמאל, און אט שטייט מען שוין א נאכט פאר די געפלאנטע אטאקע, ס'איז מובן מאיליו, אז זיי זענען נישט געשלאפן בכלל, נאר איבערגעגאנגען די דעטאלן פונעם אטאקע, אין טאקע פארטאגס האבן זיי זיך ארויסגעלאזט צום קאפיטאל,
אנגעקומען זענען זיי ווי צוויי ארבעטערס, וואס זענען געקומען טעסטן די סטיעם פאר די ווינטער, און צו זיכער מאכן אז אלעס ארבעט על צד היותר טוב, איינמאל זיי זענען געווען אויפן דאך ביים סיסטעם, האבן זיי געעפנט די פייפס, אין אריינגעלייגט די "לאכן גאז", וואס וועט מאכן יעדער וואס אטעמט אריין די גאז, זיך קאטשקענען פאר געלעכטער, ביזן פארלירן די אטעם, מקוצר רוח ומרוב שמייכלען, און ווי אויך האבן זיי אויסגעלאשן די מעין סוויטש, ס'זאל נישט געשעהן קיין טעותים, און געווארט אויף די צייט ווען די פרעזידענט גייט רעדן, ענדליך נאך א שיינע פאר שעה, קומען זיך צאם אלע סענעטארן, קאנגרעסלייט, אין בראשם די פרעזידענט, אין נאך א שיינע אויפנאמע פונעם יושב ראש, גייט דער פרעזידענט צו צום שטענדער, גרייטענדיג זיך אנצוהייבן די דרשה, אבער פלוצלינג,¿ האט יעדער אנגעהויבן צו פילן ווי מ'שמייכלט, ביז איינער האט געקוקט אויפן צווייטן, אין געזען יענער שמייכלט אויך, אזוי אז דער עולם האט אויסגעשאסן אין א הילכיגן געלעכטער, ס'איז געווארן א כעאס, ממש ווי פורים נאכמיטאג, דער עולם האט זיך געראולט אויפן ערד פאר געלעכטער, אז ס'איז געווען שרעקעדיג צו קוקן, אבער אינמיטן, האט זיך ביידען שטארק צובייזערט, אין זיך געווינדערט, פארוואס לאך איך? ס'שטייט נישט אויפן טעלעפראמפטער "לאך", און אזוי נערוועזערהייט, האט ער ארויסגענומען זיין ציגאר, און געשריגן מיט 'כעס' אויסגעמישט מיט א 'היליכגען געלעכטער' איך גיי פארניצען מיין ציגאר ביז די מצב בארואיגט זיך, נישט טראכטנדיג קיין צוויי כדרכו, האט ער אנגעצונדן דעם ציגאר,
אבער צום אנטוישונג פון די ברידער, האט מען געעפנט די פענסטערס, וויל די עולם האט נישט געקענט פארליידן די סמאוק, פונעם ירום הודו'ס ציגאר, אין איינמאל ס'איז אריינגעקומען פרישע לופט, איזעך צום באדויערן אלע פלענער צופאלן.

אין שפעטער האט דער פרעזידענט, געטוויט, אין געבריעפט, אין אויך געקעקצירט, אין די סיקרעט סערוויס האט אנגעהויבן אן אויספארשונג.....

אין א זייטיגע נאטיץ, האט דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ, געלאזט פאלן ווערטער אין א אינטערוויו מיט די ק.נ. א. אזא נייע צונאמען פארן פרעזידענט "לעפי ביידען".........

האטס מיר אין זייטס מיר אויב האט עטס געליינט ביז דא זענט עטס גוט משוגע, אבער מ'קען אריינגיין אין א גורל אויף א הערליכע וואלקען. "פרטים יבואו".
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
אקטיוויסט
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 09, 2022 10:06 pm

Re: דער אומגעלונגענע פוטש Jan 6.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקטיוויסט »

:smile: :smile: :smile:
;l;p- ;l;p- ;l;p-

גוט גוט !
שיק אריבער א וואלקען...

(אויב שוין יא נאוועל ענדיג כאטש צו די אנדרע נאוועל מעשיות וואס האלטן פונקט אינמיטן)
פאני...
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: דער אומגעלונגענע פוטש Jan 6.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

כ'מיין איך בין אנגעשטעקט מיט די לאכן געז עני העלף?
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
אקטיוויסט
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 09, 2022 10:06 pm

Re: דער אומגעלונגענע פוטש Jan 6.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקטיוויסט »

ווען די שיקסט די וואלקעןit's free delivery
פאני...
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: דער אומגעלונגענע פוטש Jan 6.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

פליז מיר שרייבן קריטיק און וואס איך דארף מיר פארעכטן
שכח איך האב שוין בלעכענע הויזן
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: דער אומגעלונגענע פוטש Jan 6.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

העריס איז געבליבן מיט פרעמענאנטע שאדן פון די פוטש.
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: דער אומגעלונגענע פוטש Jan 6.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

ר' זעקל האט געשריבן:העריס איז געבליבן מיט פרעמענאנטע שאדן פון די פוטש.

:lol:
-----
כפילמעך טאקע טויט משוגע פארן עס ליינען.... מעכטיג פרעכטיג הימלי..!
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: דער אומגעלונגענע פוטש Jan 6.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

דעי פילינג האסטו דווקא ביים ליינען דעם אשכול אדער אויך סתם אזוי?
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: דער אומגעלונגענע פוטש Jan 6.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

ר' זעקל האט געשריבן:דעי פילינג האסטו דווקא ביים ליינען דעם אשכול אדער אויך סתם אזוי?

חחח... באט אויב פילעכמעך בינעך נישט. ווייל אויב בינעך פילעך נישט! (ס'מורא'דיג טיף...)
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: דער אומגעלונגענע פוטש Jan 6.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: : :lol: :lol: :lol:


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”