איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

פון די לשונות און עדידוט זעהט אויס ווי זיין קנאות (אפילו אויב ער איז גערעכט) קומט פון די נפש נישט פון די נשמה

אפילו אויב איז גערעכט אין געוויסע נושאים פארוואס האט ער אבער מחליט געווען אז מען מעג נאר דא רעדן פון וואס האבן שייכות מיט אידן און אידישקייט.
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פארווייטאגט האט געשריבן:איך הער וואס יענער שרייבער שרייט.
אבער צווישעם די שורות שטייט דא, אז :

אדער טוט עטץ וואס איך בעט שיין, אדער וועל איך ענק פארמאכן, און איך וועל שוין טרעפן די ריכטיגער רבנים דערפאר.

......

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

כ'האף ביי נאו כאפט שוין @כוירע פונקטליך וואס דער פארשוין וויל..

עציץ נקוב האט געשריבן:פון די לשונות און עדידוט זעהט אויס ווי זיין קנאות (אפילו אויב ער איז גערעכט) קומט פון די נפש נישט פון די נשמה

אפילו אויב איז גערעכט אין געוויסע נושאים פארוואס האט ער אבער מחליט געווען אז מען מעג נאר דא רעדן פון וואס האבן שייכות מיט אידן און אידישקייט.

;l;p- ;l;p-

אין איין ווארט, אויב ער איז אזא איינער וואס ס'באדערט אים טאקע, וואלט ער עס נישט געשריבן אויף אזא וועג.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

בניהו האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:איך בין מחולק מיט רוב פונקטן

פארווייטאגט און עירוב האבן עס קלאר מסביר געווען.

בכלל, די מהלך פון סטראשען איז עקל׳דיג אז נאר.

ס'עפעס???? דאס איז די מהלך וואס האט געארבעט אלע דורות!!!

אבער נאר שטערקער צו מאכן דאס וואס מען וויל אונטערברענגען.....
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

בעיסיקלי פון זיין בריוו זעה איך אז ער האט דורכגעארבעט די לאנדרי פרשה מיט אלע מפרשים נישט פון די ארטיקל דא נאר פון נישט אזעלכע ריינע מקומות.

איך וואלט איינגעגאנגען פאר אזא דיעל מיט אים, די לייג ארויס דיין סערטש היסטערי פאבליק, אין אייוועלט איז גרייט ארויסצולייגן סיי וואספארא בלאט די ווילסט פאבליק.

אייוועלט האט זיך נישט מיט וואס צו שעהמען.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17422
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ר' זעקל האט געשריבן:איך וואלט איינגעגאנגען פאר אזא דיעל מיט אים, די לייג ארויס דיין סערטש היסטערי פאבליק, אין אייוועלט איז גרייט ארויסצולייגן סיי וואספארא בלאט די ווילסט פאבליק.

אייוועלט האט זיך נישט מיט וואס צו שעהמען.

;l;p-
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

ר' זעקל האט געשריבן:בעיסיקלי פון זיין בריוו זעה איך אז ער האט דורכגעארבעט די לאנדרי פרשה מיט אלע מפרשים נישט פון די ארטיקל דא נאר פון נישט אזעלכע ריינע מקומות.

איך וואלט איינגעגאנגען פאר אזא דיעל מיט אים, די לייג ארויס דיין סערטש היסטערי פאבליק, אין אייוועלט איז גרייט ארויסצולייגן סיי וואספארא בלאט די ווילסט פאבליק.

אייוועלט האט זיך נישט מיט וואס צו שעהמען.

נישט מוכרח.

עס איז דא שלעכטע מענטשן וואס זענען זייער אפגעהיטן.
רעים וחטאים, וגו'.

דער יצר הרע האט פאר זיי גאנץ אן אנדערע תפקיד.
און זיי שטעלן זיך שיין צו.

וכסיפור הידוע, ביים רבי'ן פון לובלין, וואס יענער האט מען אפגעהיטן ווייסעךוויפיל יאהר, אז דער לשון הרע זאל נתקבל ווערן.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פארווייטאגט האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:בעיסיקלי פון זיין בריוו זעה איך אז ער האט דורכגעארבעט די לאנדרי פרשה מיט אלע מפרשים נישט פון די ארטיקל דא נאר פון נישט אזעלכע ריינע מקומות.

איך וואלט איינגעגאנגען פאר אזא דיעל מיט אים, די לייג ארויס דיין סערטש היסטערי פאבליק, אין אייוועלט איז גרייט ארויסצולייגן סיי וואספארא בלאט די ווילסט פאבליק.

אייוועלט האט זיך נישט מיט וואס צו שעהמען.

נישט מוכרח.

עס איז דא שלעכטע מענטשן וואס זענען זייער אפגעהיטן.
רעים וחטאים, וגו'.

דער יצר הרע האט פאר זיי גאנץ אן אנדערע תפקיד.
און זיי שטעלן זיך שיין צו.

וכסיפור הידוע, ביים רבי'ן פון לובלין, וואס יענער האט מען אפגעהיטן ווייסעךוויפיל יאהר, אז דער לשון הרע זאל נתקבל ווערן.

פון ערגעץ ווייסט ער אז עס איז כולל אלע דריי הארבסטע עבירות, איך ווייס נישט דערפון.
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

איך מוז וויכטיג נאך 3 שעה, עני העלפ? קען איינער אפהאלטן די זון? @מאניש??
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

לכאורה האט געשריבן:צ/ק
עס איז אריינגעקומען א לענגערע מחאה אין די מערכת, לאמיר הערן דעם עולם'ס מיינונג דערוועגן (דער שרייבער באציט זיך צו די אשכול פון ברייען לאנדרי וואס האט גע'הרג'ט זיין פלונית און אנטלאפן, עיין שם)

מיר די ערליכע אידן זענען מוחה אויפן העכסטן קול די פירצה וואס עס האט זיך דא אריינגעכאפט.
- ער האט טאקע געפרעגט אנדערע 'ערליכע ניקס' דא אויב זיי זענען מוחה, אדער רעדט סתם אלס יחיד וואס האלט אז ער איז די פארטרעטער פון אלע ניקס? האלט ער אז עס איז נאר פארבליבן עטליכע ערליכע ניקס דא, און די רעשט זענען מתיוונים?!

אייוועלט איז באקאנט צו זיין אן אפגעהיטן ארט, - אהה, ער זאגט דאך זייער גוט. ענדליך אפאר פערל ווערטער.
אבער לעצטענס זענען אפירגעקומען פארשידענע חברה און גענומען שמועסן פון ענינים וואס האבן קיין שייכות מיט אידן און אידישקייט. - "פארשידענע חברה", וועמען פונקטליך ציהלט ער? וואס מיינט ער מיט די אויסדרוק? "שמועסן פון ענינים וואס האבן קיין שייכות מיט אידן און אידישקייט", אמת מ'האט אלס געשריבן וועלטליכע ידיעות, נייעס, און וואס נישט, אוו דאס איז נאר בנוסף צו די הונדערטער שיעורים אין הלכה, הונדערטער פרשת השבוע ארטיקלען, הונדערטער אינהאלטסרייכע ארטיקלען וואס ברענגען ארויס א געוואלדיגע מוסר השכל אויף א געשמאקע און זאלציגע אופן.

הונדערטער סיפורי צדיקים, שלשלת היוחסין, אידישע היסטאריע, עניני דיומא, וועלטליכע וויסנשאפט געשריבן אויף א זעלטן לויטערע, היימישע אידישע סטיל און אפילו מיט מקורות פון די גמרא, גאונים, ראשונים, אחרונים, און וואס נישט.

הונדערטער אשכולות געווידמעט אויף די אידישע שפראך, דקדוק, און גראמאטיק אריינגערעכנט לשון קודש, די הייליגע שפראך וואס העלפט אידן פארשטיין בעסער ספרים, דאס קען איך זאגן מיט א פעסטקייט אז עס נישט דא נאך א פלאץ סיי אויף די אינטערנעט און סיי אידישע היימישע ביכער וואס האט אזויפיל אינהאלט און ידיעה פון מאמע-לשון און לשון קודש ווי דא, אין ס'אפילו נישט דא נאך א פלאץ סיי אויף די אינטערנעט און סיי היימישע אידישע ביכער וואס האט אפילו צוויי פראצענט פון די מאס וואס עס געפינט זיך דא אויף אייוועלט. אין גאס רעדט מען שוין אסאך מער ענגליש ווי צוואנציג יאר צוריק, אבער דא אויף אייוועלט קאכט מען זיך אין מאמע-לשון, אין לשון קודש. און די עולם פרעגט כסדר, וואס ווייזט ווי שטארק דער עולם דארשט דערנאך, ווייל עס איז נישט דא נאך א פלאץ ווי מ'קען זיך אויסלערנען און פארבעסערן מאמע-לשון און לשון קודש, עס איז פארנאכלעסיגט איבעראל חוץ דא אויף אייוועלט.

דערנאך איז דא היכל הנגינה וואו מ'קאכט אין "אידישע" נגינה, נישט די ראדיא און גוי'אישע ניגונים וואס געוויסע הערן זיך צו אין קאר... דערנאך איז דא הונדערטער אשכולות געווידמעט צו העלפן אנדערע, זאל זיין ווען איינער האט נאז-בלוטן אדער שלעכצן (היקקאפס בלע"ז), זאל זיין הילף אין פרנסה, ארגעניזאציעס, רפואה, אדער סיי וואס מ'קען זיך פארשטעלן. עס זענען דא צדקה קאמפיינען, און ניין איך רעד נישט נאר פון די אסטראנאמישע תחיית המתים קאמפיין, אבער אפילו קלענערע צדקה קאמפיינען ארויס צוהעלפן אנדערע אידן (נעכטן האב איך מנדב געווען אכצן טאלער פאר א משפחה וואס האט טראגיש פארלוירן זייערע טאטע, נאר ווייל איך האב פונקט אריינגעקראכט דערין אין א פשוט'ע קליינטשיגע אשכול, עס איז דא הונדערטע נאך אזוילכע, אהן פאמפע).

דערנאך איז דא א פלאץ ווי דער עולם קען זיך אויסגעבן אביסל, בארואיגן די אנגעצויגענע נערוון פון די שווערע דרוק וואס די היינטיגע געאיילטע לעבנסשטייגער מאכט אן, און ניין עס איז נישט קיין מושב לצים פול מיט הוללת, עס איז אויף א היימישע ערליכע אופן, און עס איז נישט נגד התורה צו שמייכלען אביסל. אפילו דארט שטעלט מען אויך צו ליל ששי תורה פון אונזערע ניקס וואס זענען געשמאקע מגידים.

העלפט פון די נייעס אפטיילונג איז אידישע נייעס, זאל זיין נייעס פון אלע געגנטער ארום די וועלט וואו אידן וואוינען אריינגערעכנט פרישע געגנטער, און אפילו געגנטער וואס עקזיסטירן נאכנישט, אבער דא אויף אייוועלט איז שוין דא נייעס דערויף... אדער זאל זיין נייעס פון קהילות וחסידות.

וואו נאך, חוץ פון אייוועלט, קען מען רעדן צו אידן פון די אנדערע עק וועלט טאג טעגליך אנגעהויבן פון ארה"ק, בעלגיע, ענגלאנד, קאנאדע, אמעריקע, מעקסיקא, ועוד ועוד...

אלזא, וויל איך וויסן וואו דער ניק וואס האט געשריבן די בריוו/אישי דרייט זיך, דרייט ער זיך נאר ביי די גוי'אישע נייעס און ער זארגט זיך אז ער וועט שוין נישט קענען ליינען די 'שמוציגע גוי'אישע' נייעס? ליינט ער אדער לערנט ער אמאל די אלע טויזענטער אשכולות וואס פאקן איין נייעס צען מאל?

דאס איז עמלק, - זייט ווען באציהט מען זיך צו אנדערע אידן אלץ 'עמלק'? אויף עמלק שטייט "מחה תמחה את זכר עמלק" אויף א איד שטייט "ישראל אף על פי שחטא ישראל הוא". מיט וואסערע זינד און חוצפה פארגלייכט מען אידן וואס מ'איז מעגליך חושד בכשרים, צו עמלק?
עס מאכט קאלט זאכן וואס זענען הייליג און טייער, מיט א ביליגע שפאטיגע שפראך, "עה, וואס איז שוין? מ'מעג רעדן!", אדער "מאך נישט משוגע, ס'איז 2021, יא?".
- איך האב קיינמאל געזעהן אזוינע אויסדרוקן סיי וואו דא אויף אייוועלט, אדער האט ער דאס סתם אויפגעמאכט (האט ער געלינקט א תגובה וואו ער האט דאס געזעהן?), אדער דרייט ער זיך אין די סארט אשכולות וואס ווערן צום סוף געמעקט, טאקע ווייל די סארט דעבאטעס אין פערזענליכע אטאקעס וואס גייט דארט אן. האב איך אבער נישט גענוג צייט נאר זיך צו דרייען דארט, ווייל איך דריי זיך אויך אין די אויבנדערמאנטע אשכולות, דעריבער קען זיין אז איך האב נישט זוכה געווען דאס צו זעהן

נעמט למשל די דאזיגע אשכול,
איז די דאזיגע אשכול א יוצא מן הכלל (אפשר נאך אפאר אנדערע)? אדער איז ביי איהם גאנץ אייוועלט אזוי? מיין ערפארונג דא אויף אייוועלט איז נישט אזוי.

די גרויליגע אינטערעס וואס מאנכע האבן אין יעדע קליינע דעטאל, און דאס איז א מעשה פון די אלע דריי עבירות חמורות. - הייסט עס ער האט שיין דורכגעטאן די מעשה מיט אלע גרויליגע דעטאלן (און ער איז גערעכט! עס איז א גרויליגע מעשה מיט גרויליגע דעטאלן), און ער האט עס פארציילט פאר א רב/דיין וואס האט פארשטייצעך אויסגעהערט די גאנצע מעשה. נאכדעם האט מען נאכגעקוקט און גע'פסק'נט אז אלע דריי עבירות זענען ספעציעל פארמישט אין די מעשה מער ווי לאמיר זאגן אמעריקאנער זעלנער וואס זענען גע'הרג'ט געווארן דורך טעראריסטן, א גוי וואס איז געשאסן געווארן דורך די פאליציי, אדער א קליין קינד וואס האט געשאסן זיין מאמע, איא? די דאזיגע מעשה האט טאקע גרויליגע דעטאלן, אבער נייעס וואס רעכנט אריין שפיכת דמים רעפארטירט מען יעדעס טאג אין אלע היימישע צייטונגען אדער נייעס קוועלער. די אנדערע צוויי עבירות האב איך קיין אהנונג וואס דאס האט צוטון מיט די באזונדערע מעשה, הלכות נישואין גייט נישט אהן ביי גוים, עבודה זרה? דער גוי איז עפעס א גרעסערע כופר ווי סיי וועלכע גוים וואס ווערן דערמאנט טאג טעגליך אין אלע היימישע צייטונגען און נייעס קוועלער? ער טרייבט היפש איבער.

וואס האט פאסירט מיט אונז אידן? זייט ווען שמועסן ערליכע אידן פון אזלעכע זאכן, מיינט נישט אז אינדערהיים אין אייראפע זענען נישט געווען אזעלכע מעשיות, ווער האט גערעדט פון דעם? נאר די פרייע צייטונגען, די אויסגאבעס וואס זייער איינציגסטע ציל איז געווען אראפצופירן אידישע קינדער פון ערליכן וועג.
- דא איז ער גערעכט, אויב מען קאכט זיך שטארק אויס אין די דעטאלן איז עס טאקע גרויליג. איך ווייס נישט וואס מ'האט דארטן געשריבן אבער אזוי ווי אויבן דערמאנט איז זייער איבער געטריבן אז מ'האט זיך געקאכט אין די שלש עבירות. אבער מיט'ן אריינקריכן אין די דעטאלן (כ'האב קיין אהנונג ווי טיף), איז זיכער נישט גוט פאר די נשמה פון א איד און גרעניצט זיך מיט וּבְחֻקֹּתֵיהֶם לֹא תֵלֵכוּ.

צוגלייכן די משכילישע פרייע צייטונגען פון דערהיים צו אייוועלט איז ווייטער זייער איבערגעטריבן. די פרייע צייטונגען האבן נישט געדארפט גיין קריכן צום גוי פאר אלע סארט מיאוסע פאסירונגען, זיי האבן ליידער געהאט די אלע סארט פאסירונגען וואס זייער אייגענע קאמיוניטיס פון פרייע אידן זענען באגאנגען. ערליכע אידן האבן דאס נישט געליינט. אייוועלט איז נישט געווידמעט אונטערצוברענגען אידישקייט, עס איז נישט א פרייע צייטונג וואס באריכט מעשיות פון פרייע אידן פאר פרייע אידן. פרייע אידן ליינען אייוועלט?! זייער, זייער איבערגעטריבן.

הכלל, עס ברעכן זיך די מויערן פון אייוועלט, די וועלט רוקט זיך פאראויס און אייוועלט בלייבט מיט אן אלטע ווירטשאפט. מען דארף דא טוישן די תקנות אדער עפעס אנדערש. - אמת, און מיר אלע ווייסן אז לעצטענס ווערן גערעדט מערערע סארט זאכן וואס איז נישט פאסיג פאר אייוועלט, טאקע ווייל אייוועלט איז אויסגעהאלטן און פאר ערליכע אידן. ער ברויך נישט באשולדיגן גאנץ אייוועלט און אלע ניקס דא ווייל עס איז דא א פראבלעם מיט געוויסע אינהאלט וואס די הנהלה און אחראים ארבעטן ביטער שווער צו קעמפען. איז ער אריינגעגאנגען לעצטענס אין די צענזור אשכול? עס טוט זיך אויף טישן און בענק. גאנצעטע אשכולות פליען אסאך אפטער און שנעלער. מ'מעקט פון אלע זייטן הטוב עם הרע, און דערנאך זענען זיי פארנומען מיט טעגלאש, אקטועלע, וכדו'.

אבער די הנהלה און אחראים ארבעטן זייער געטריי אפצומעקן יעדע אשכול/תגובה וואס שמעקט נאר פון אינהאלט וואס איז נישט געאייגענט פאר אייוועלט. אפילו אין די צענזור אשכול מעקט מען שוין גאנצעטע בלעטער. מ'מעקט אזוי סאך אז עס איז שוין דא אן אשכול פאר 'אשכולות/תגובות וואס מ'האט געמעקט' און נאך אן אשכול פאר 'אשכולות/תגובות וואס מ'גייט באלד מעקן'...

ער מיינט אז די הנהלה האלט נישט זיצונגען ווי אזוי צו האנדלען די מצב, וואס צו טון? מ'ברויך נישט זיינע סטראשונגן. ער מיינט עס זענען נישט דא רבנים/עסקנים וואס האלטן אן אויג אויף אייוועלט? די פילטערס לאזן עס אדורך סתם אזוי?

און וואו קומט אריין "די וועלט רוקט זיך פאראויס און אייוועלט בלייבט מיט אלטע ווירטשאפט"? וועלכע וועלט טוישט זיך? די גוי'אישע וועלט? די גוי'אישע טוישט זיך טעגליך, שוין יארן לאנג. ער וויל באקעמפן די גוי'אישע וועלט, קען ער גיין אינטערברענגען די גאנצע אינטערנעט. איך וואונטש איהם הצלחה רבה.

יתכן ער רעדט פון די אידישע וועלט ווייל ער שרייבט 'די פארשידענע חברה', נו, זאל ער גיין צום שורש פונעם פראבלעם, נישט נוצן די בת היענה מעטאד. און וואס מיינט 'די אלטע ווירטשאפט'? ס'הייסט די ווירטשאפט זענען ערליכע אבער צוריק געשטאנענע אידן וואס כאפן נישט אז די אידישע וועלט טוישט זיך?! די ווירטשאפט רוקט זיך נישט פאראויס אזוי ווי 'די פארשידענע חברה'? אייוועלט'ס אחריות איז צו האלטן אייוועלט ריין, נישט די אידישע וועלט. ער וויל אז אייוועלט זאל נישט אריינלאזן 'די פארשידענע חברה' וואס פרעדיגן די שלש עבירות? אייוועלט וויל דאס אויך! אין פאקט, אלע ניקס דא ווילן אויך נישט זעהן 'פארשידענע חברה' וואס פרעדיגן די שלש עבירות. מ'ארבעט ביטער שווער אויף דעם.

ער זאגט אז מען דארף טוישן די תקנות. די תקנות זענען מימות קדם געווען אנטקעגן די אלע סארט אינהאלט וואס ער דערמאנט. וואסערע תקנות וויל ער מ'זאל טוישן?! אה, ער וויל לכאורה אסר'ן די פאלגענדע וואס ער שרייבט, און איך וועל באלד רעדן דערפון.

איצט לאמיר צוגיין צו זיין אנדערע פארשלאג. אהה, איך גלייך אזוי שטארק דער פארשלאג. די סארט פארשלאגן הערט מען כסדר פון מענטשן וואס רעדן זיך אפ, אבער האבן קיין אהנונג וואס צו טון. די פארשלאג ווערט גערופן, ווארטס דערויף, ווארטס, לייגט צו מוח ווייל עס איז א גאונישע רעיון, איר זענט קאנצענטרירט? אקעי. די פארשלאג הייסט:..... "עפעס אנדערש!!!". יא, איר הערט גוט. איר זענט אלע פארגאפט, ריכטיג? איך אויך.

אייוועלט הייבט אן אויסצוזען פונקט ווי סאושעל מידיע, פיילס און ווידיאס, בילדער פון טוויטער און מיאוסע צייטונגען, סקרינשאטס פון אנדערע וועבסייטס. בקיצור א גויאישע סייט נאר אין אידיש.
- אוואדאי אזוי ווי יעדער ערליכע איד, האט ער קיינמאל געזעהן סאושעל מידיא. כה לחי.

פון וואו ווייס איך דאס ווייל ער מיינט אז אייוועלט קוקט באמת אויס ווי סאושעל מידיא. איך בעהט איהם אז ער זאל קומען מיט א קלארע הסבר ווי אזוי סאשעל מידיא קוקט אויס מיט אלע דעטאלן, און דערנאך זאל ער קלאר אנווייזן ווי אזוי אייוועלט איז ממש קאפיע דערפון.
(איך און אנדערע האבן שוין ארומגערעדט וועגן אייוועלט און סאושעל מידיא אין אנדערע אשכולות, און איך האב קיין געדולד עס איבערצו'חזר'ן).

איצט הייבט ער שוין יא אן אריינקומען מיט יושרדיגע טענה'ס (געוויסע), יא עס איז טאקע דא סקרינשאטס פון טוויטער און גוי'אישע וועבזייטלעך, יא עס איז טאקע דא אסאך ווידיאוס, און דאס דארף מען טאקע שוקל זיין. למעשה איז אייוועלט א אידישע וועבזייטל, און סקרינשאטס פון ענגלישע (אדער העברעאישע) וועבזייטלעך זאל לדעתי נישט זיין ערלויבט. ווידיאוס איז אויך אביסל ארויס פון פראפארציע, ס'שוין דא סערוויסעס צו 'כשר'ן' ווידיאוס... ער האט א פונקט.

אבער נאכדעם הייבט ער ווײטער אן איבערצוטרייבן. מיאוסע צייטונגען?! קיינמאל געזעהן. און פיילס וואס איז שלעכט מיט פיילס. געוויסע פיילס אנטהאלטן ספרים, אויסגאבעס, אדער סיי וואסערע אויסגעהאלטענע אינהאלט.

אבער דא קומט די ארגסטע שורה. "בקיצור א גויאישע סייט נאר אין אידיש"? איז ביי איהם גאנץ אייוועלט די קאך לעפל? אלע אנדערע אינהאלט וואס פאקן איין די קאך לעפל, איז גוי'אישע אינהאלט געשריבן אויף אידיש?!

ער זאל זיך אויפהערן צו באציען צום קאך לעפל מיט די נאמען אייוועלט. האקן אויף גאנץ אייוועלט ווייל ער גלייכט נישט איין סוב-פארום?! אזוי צו באשמוצן? מאי?

איז הערט צו, איך האב שוין לאנג געהאט בדיעה ארויסצודרוקן פארשידענע בלעטער פון אייוועלט און דאס פארשפרייטן, זאלן די רבנים און שיינע אידן דאס אויך לעזן. פארוואס נאר די אינטערנעט איינגעטינקענע מעגן דאס זען?

- דא ווייזט ער ארויס זיינע עכטע קאלירן. הכותב מתוך צער באנוצט זיך נישט מיט א "איז הערט צו" אזוי שרייבט איינער וואס איז א כותב מתוך התראה.

איצט שרייבט ער אפאר שורות וואס איז א בחינה פון "א גאנץ יאר שיכור, פורים ניכטער". ער וויל אז מיר די אינטערנעט איינגעטונקענע זאלן שרייבן הערליכע זאכן וואס די אומ-איינגעטונקענע וועלן אזוי שטארק הנאה האבן פון אז זיי וועלן אויפנעמען א האלב-איינגעטונקענע (איהם..), באשטעלן א פרינטער און בעהטן אז מ'זאל זיי פרינטן די הערליכע סחורה וואס די איינגעטונקענע שרייבן... אויב פון זיך טונקען קומען אזעלכע גוטע ווארע, דאן זאל זיך יעדער זאפארט גיין טונקען. וואס דארף מען אנקומען צום איינגעטונקענער, ווען מ'קען זיך אליינס טונקען.

אבער ניין ער וויל אויסמענטשלען די איינגעטונקענע צו זיין געדאנקען גאנג, און דערנאך וועט ער זיי איינשפאנען צו שרייבן הערליכע סחורה פאר די אומ-איינגעטונקענע כדי די אומ-איינגעטונקענע זאלן קענען טאנצן אויף ביידע חתונות. איך גיב איהם אפ רעספעקט, דאס איז געוואלדיגע מאנופלאציע לטובת זיין אגענדע.

אבער לאמיר רעדן פון נאך צוויי נקודות.

א. האט ער אמאל געהערט פון די 'שרייבער' אויסגאבע? דאס קענען אלע רבנים און שיינע אידן באקומען אומזיסט פול מיט תוכן. ער ווייסט אבער נישט אז דאס איז אייוועלט ווייל עס האט לעצטענס נישט קיין נייעס, און אייוועלט באשטייט דאך נאר פון די קאך לעפל דעריבער איז 'שרייבער' אויסגאבע נישט גוט.

ב. די שיינע אידן ליינען עס דא אויף אייוועלט! ווער מיינט ער שרייבן אלע דברי תורה, סיפורי צדיקים, ליל ששי, פרשת השבוע, שיעורים, ועוד... ער מיינט אמעראצים שרייבן דאס?! די שיינע אידן וואס ער באציהט זיך צו קען ער דא טרעפן אויף אייוועלט. אבער האמיר ווייטער די זעלבע פראבלעם, ער איז דאך נאר פארנומען מיט די קאך לעפל.

נאך א זאך, רבנים, תלמידי חכמים, און שיינע אידן האבן אן אייגענע פארום. "אוצר החכמה" א פארשפארטע גרופע וואו צו ווערן א מעמבער ברויך מען אריינגעבן אן אפליקאציע מיט די נאמען און משפחה, א.א.וו., דערנאך ברויך מען אויך אן הסכמה פון א רב, עס נעמט אפאר חדשים, אבער דערנאך באקומסטו די רשות כתיבה און דו קענסט זיך טונקען אויף דיין שטייגער. אבער איצט איז עס פארשפארט און מ'נעמט נישט אן קיין פרישע מעמבערס, העט ער מוזן ווארטן.

דערווייל האלט איך מיר אפ דערפון, ווייל די סוף וועט זיין אז אייוועלט וועט מוזן דורכגיין א פיינפולע טויש, און די גאס וועט רוישן.
- דא קומט אונז א שארפע פסק דין. מיר, די איינגעטונקענע זענען נאכנישט גרייט צו ווערן איינגעשפאנט. מיר וועלן קודם מוזן דורכגיין א "פיינפולער" טויש, איינמאל די גאס וועט רוישן וועלן מיר באקומען די זכיה זיך צו טונקען פאר די אומ-איינגעטונקענע, און צושטעלן ווי עס ברויך צו זיין. וועל איך אים זאגן אזוי: האלט דיך אפ ביז די ימות המשיח, איך וויל נישט דורכגיין א פיינפולער טויש, איך בין נישט אינטערסירט אז די גאס זאל רוישן. און איך וועל איהם זאגן נאך בעסער, איך וויל זיך נישט טונקען פאר די אומ-איינגעטונקענע! שוידערליך, איך ווייס.

אבער די מצב ווערט נישט בעסער, נאר ערגער און ערגער. - גערעכט, איך שטים צו.

דעריבער מאכט א גענעראל פארזאמלונג, און באשליסט וואספארא סארט ציבור איר צילט מיטן אייוועלט וועבזייטל. - עס זעהט מיר נישט אויס אז ער וויל מיר זאלן מאכן א גענעראל פארזאמלונג, נאר ער וויל פירן די גענעראל פארזאמלונג, ער ווייסט דאך שוין אלע פלענער..

אמאל האט מען געקענט האבן איין בית הכנסת פאר די גאנצע שטעטל. היינט איז אנדערש, נישט יעדער באלאנגט צוזאמען. אין די חדרים און שולעס לייגט מען שוין די שוואכע עקסטער, עס איז טאקע א ווייטאג, אבער ההכרח לא יגנה. - ההכרח לא יגנה ולא ישובח - ריכטיג!

ער איז שרעקליך איינזייטיג. ער וויל אז מ'זאל אפטיילן, נישט יעדער האלט ווי איהם. ער וויל עס זאל זיין ווי עס האט פאסירט מיט די משכילים? ער וויל אז 90% זאל פאלן כדי ער מיט'ן 10% זאלן בלייבן?!

ווער איז ער מחליט צו זיין מי יחיה ומי ימות? איך שריי שוין לאנג אז מיר האלטן ביי א מצב ווי די צייטן פון די משכילים, אבער די בת היענה מעטאד ארבעט נישט, און ער קען דאס נישט ארויפצווינגען אויף יעדעם. מקריב זיין 90% פאר 10% איז א מהלך?!

מען מוז עפעס טון. ענק האבן גוטע קעפ, קומט אויף מיט א לעזונג. - דא ווארפט ער א שטיקל ביינדל אז מיר זאלן זיך שפירן וויכטיג "אונז האמיר גוטע קעפ". מיר די געטונקענע חלש'ן פאר אזא קאמפלימענט, איצט וועלן מיר טון וואס ער בעהט.

אויב איר ווילט נישט טרעפן א לעזונג אדער איר טאפט א וואנט, האב איך פארשידענע עצות און מהלכים (חוץ אפשפארן), אבער צוערשט וויל איך הערן וואס איר זאגט. - ער וויל גארנישט הערן, ער האט דאך שוין אלעס געזאגט! אויכעט אויב מיר ווילן נישט טרעפן א לעזונג, האט ער סיי ווי פארשידענע עצות און מהלכים. ווי אויך, איז איז איהם זייער וויכטיג אנצוווייזן אז מ'מוז נישט פארשפארן ווייל ער האט מיטלען.. משמע אז אהן זיינע מיטלען וויל ער פארשפארן אייוועלט..

הכותב מתוך צער הכותב מתוך התראה
---

ערנסט גערעדט, די קאך לעפל און נייעס בכלליות צריך תיקון. איך בין מסכים. עס איז טאקע שרעקליך לעצטענס וואס מ'דארף אלס מעקן. און די פאקט אז מ'רעדט פון זאכן וואס מ'דארף מעקן. ווי אויך איז ער גערעכט וועגן סקרינשאטס פון גוי'אישע נייעס און סאושעל מידיא, די ווידיאוס מיט די גאנצע כשריי איז שוין אויך ארויס פון פראפארציע.

אבער דער דא, וואס האט דאס געשריבן איז נישט בצער, ער וויל אונטערברענגן גאנץ אייוועלט, אדער עס אויסשטעלן לויט ווי עס שמעקט איהם. ער האט גראנדיעזע פלענער וואס קיינער האט איהם געבעהטן. און סטראשעט נאך צווישן די שורות!

דאס רופט מען בלעקמעיל בלע"ז

און פון בלעקמעיל דערשרעקט מען זיך נישט! מיר דארפן איהם נישט האבן מיט זיינע קרומע אגענדעס, מיר קענען זיך אליין מתקן זיין. דער ניק, ברויך א חסימה טובה.

הכותב מתוך צחות מליצה ושכל
אני הק' היכי תמצא
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

איי דאס זענען דברים של טעם, היכי, דו זאגסט דאך אזוי גוט, אזוי שיין צולייגט זיינע ווערטער! ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17422
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

היכי תמצא האט געשריבן:
אבער די הנהלה און אחראים ארבעטן זייער געטריי אפצומעקן יעדע אשכול/תגובה וואס שמעקט נאר פון אינהאלט וואס איז נישט געאייגענט פאר אייוועלט. אפילו אין די צענזור אשכול מעקט מען שוין גאנצעטע בלעטער. מ'מעקט אזוי סאך אז עס איז שוין דא אן אשכול פאר 'אשכולות/תגובות וואס מ'האט געמעקט' און נאך אן אשכול פאר 'אשכולות/תגובות וואס מ'גייט באלד מעקן'... -

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
היכי תמצא האט געשריבן:דאס רופט מען בלעקמעיל בלע"ז

און פון בלעקמעיל דערשרעקט מען זיך נישט! מיר דארפן איהם נישט האבן מיט זיינע קרומע אגענדעס, מיר קענען זיך אליין מתקן זיין. דער ניק, ברויך א חסימה טובה.

הכותב מתוך צחות מליצה ושכל
אני הק' היכי תמצא

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

לכאורה האט געשריבן:צ/ק
עס איז אריינגעקומען א לענגערע מחאה אין די מערכת, לאמיר הערן דעם עולם'ס מיינונג דערוועגן (דער שרייבער באציט זיך צו די אשכול פון ברייען לאנדרי וואס האט גע'הרג'ט זיין פלונית און אנטלאפן, עיין שם)

מיר די ערליכע אידן זענען מוחה אויפן העכסטן קול די פירצה וואס עס האט זיך דא אריינגעכאפט.---

ווי @היכי פרעגט, האסט עטליעסט א מנין פון די ערליכע מוחים?
נעמט למשל די דאזיגע אשכול, די גרויליגע אינטערעס וואס מאנכע האבן אין יעדע קליינע דעטאל, און דאס איז א מעשה פון די אלע דריי עבירות חמורות. וואס האט פאסירט מיט אונז אידן? זייט ווען שמועסן ערליכע אידן פון אזלעכע זאכן, מיינט נישט אז אינדערהיים אין אייראפע זענען נישט געווען אזעלכע מעשיות, ווער האט גערעדט פון דעם? נאר די פרייע צייטונגען, די אויסגאבעס וואס זייער איינציגסטע ציל איז געווען אראפצופירן אידישע קינדער פון ערליכן וועג.

ערשטנס, רעדט מען דא פון בלויז איין עבירה: שפיכת דמים.

צווייטנס, זענען אינדערהיים געווען ערליכע אידישע צייטונגען? דריטנס, ס'איז אן עבירה? ווען מען הרג'עט א איד מעג מען יא זיך אינטערסירן אין די דעטאלן?
הכלל, עס ברעכן זיך די מויערן פון אייוועלט, די וועלט רוקט זיך פאראויס און אייוועלט בלייבט מיט אן אלטע ווירטשאפט. מען דארף דא טוישן די תקנות אדער עפעס אנדערש. אייוועלט הייבט אן אויסצוזען פונקט ווי סאושעל מידיע, פיילס און ווידיאס, בילדער פון טוויטער און מיאוסע צייטונגען, סקרינשאטס פון אנדערע וועבסייטס. בקיצור א גויאישע סייט נאר אין אידיש.

זענט דער וואס האט געבויעט די אייוועלט מויערן? וואס פאלט אייך אז עס ווערט געבראכן?

סאושעל מידיא'ס פראבלעם איז נישט די 'אויסזען', נאר די 'תוכן' וואס מען שרייבט און די 'שפראך' און דער אופן פון קאמיוניקירן. פיילס און ווידעאוס זענען נישט קיין נייע זאכן אויף אייוועלט, אלעס איז בתכלית הכשרות. האט איר געטראפן דא סיי וועלכע מיאוס'ע סקרינשאטס אדער בילדער?
איז הערט צו, איך האב שוין לאנג געהאט בדיעה ארויסצודרוקן פארשידענע בלעטער פון אייוועלט און דאס פארשפרייטן, זאלן די רבנים און שיינע אידן דאס אויך לעזן. פארוואס נאר די אינטערנעט איינגעטינקענע מעגן דאס זען?

גערעכט. זייט מזכה אנדערע אידן אויך מיט די הערליכע ווארע וואס ווערן דא צוגעשטעלט. מען האט דאס שוין געטון אין עבר.
דערווייל האלט איך מיר אפ דערפון, ווייל די סוף וועט זיין אז אייוועלט וועט מוזן דורכגיין א פיינפולע טויש, און די גאס וועט רוישן.

אבער די מצב ווערט נישט בעסער, נאר ערגער און ערגער.

דעריבער מאכט א גענעראל פארזאמלונג, און באשליסט וואספארא סארט ציבור איר צילט מיטן אייוועלט וועבזייטל.

אמאל האט מען געקענט האבן איין בית הכנסת פאר די גאנצע שטעטל. היינט איז אנדערש, נישט יעדער באלאנגט צוזאמען. אין די חדרים און שולעס לייגט מען שוין די שוואכע עקסטער, עס איז טאקע א ווייטאג, אבער ההכרח לא יגנה.

מען מוז עפעס טון. ענק האבן גוטע קעפ, קומט אויף מיט א לעזונג.

אויב איר ווילט נישט טרעפן א לעזונג אדער איר טאפט א וואנט, האב איך פארשידענע עצות און מהלכים (חוץ אפשפארן), אבער צוערשט וויל איך הערן וואס איר זאגט.

דא הער איך אויף. איך שפיר פונקטליך פון וואס פאר א סארט טייג דער מוחה איז געקנאטן.
הכותב מתוך צער

איר האט נישט קיין צער, גלייבט מיר.
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום מוצ"ש אקטאבער 23, 2021 9:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אגב, עס איז מעגליך אז מיט די מעשה פון לאונדרי איז דער עולם אפשר געגאנגען א טראפ צו ווייט מיט'ן אריינגיין אין געוויסע דעטאלן. אבער ווען מען רעדט ווען דא פון איינעם וואס גרייט פארצושלאגן, עצה'ענען אדער בלויז אויפמערקן, החרשתי. רעדט מען דאך דא איינער סתם א אנדרייער און היץ קאפ. פארוואס בכלל זיך צוטון מאכן?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

בעסער אזוי האט געשריבן:אלץ וויצע פרעזידענט דמעכי ענד קנעכי שאו מעג איך ענטפערן?

זאגטס פאר דעם יעניגן אז פאר קאנסטיפעשאן נעמט מען פרון דזשאס

מער האב איך נישט וואס צו צולייגן

(מנהלים, אויב איז עס צו פרעך קען מען מעקן)

:lol:
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אייוועלט איז דע בעסט! חזקו ואמצו!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

לכאורה האט געשריבן:צ/ק
עס איז אריינגעקומען א לענגערע מחאה אין די מערכת, לאמיר הערן דעם עולם'ס מיינונג דערוועגן (דער שרייבער באציט זיך צו די אשכול פון ברייען לאנדרי וואס האט גע'הרג'ט זיין פלונית און אנטלאפן, עיין שם)

מיר די ערליכע אידן זענען מוחה אויפן העכסטן קול די פירצה וואס עס האט זיך דא אריינגעכאפט.

אייוועלט איז באקאנט צו זיין אן אפגעהיטן ארט, אבער לעצטענס זענען אפירגעקומען פארשידענע חברה און גענומען שמועסן פון ענינים וואס האבן קיין שייכות מיט אידן און אידישקייט. דאס איז עמלק, עס מאכט קאלט זאכן וואס זענען הייליג און טייער, מיט א ביליגע שפאטיגע שפראך, "עה, וואס איז שוין? מ'מעג רעדן!", אדער "מאך נישט משוגע, ס'איז 2021, יא?".

נעמט למשל די דאזיגע אשכול, די גרויליגע אינטערעס וואס מאנכע האבן אין יעדע קליינע דעטאל, און דאס איז א מעשה פון די אלע דריי עבירות חמורות. וואס האט פאסירט מיט אונז אידן? זייט ווען שמועסן ערליכע אידן פון אזלעכע זאכן, מיינט נישט אז אינדערהיים אין אייראפע זענען נישט געווען אזעלכע מעשיות, ווער האט גערעדט פון דעם? נאר די פרייע צייטונגען, די אויסגאבעס וואס זייער איינציגסטע ציל איז געווען אראפצופירן אידישע קינדער פון ערליכן וועג.

הכלל, עס ברעכן זיך די מויערן פון אייוועלט, די וועלט רוקט זיך פאראויס און אייוועלט בלייבט מיט אן אלטע ווירטשאפט. מען דארף דא טוישן די תקנות אדער עפעס אנדערש. אייוועלט הייבט אן אויסצוזען פונקט ווי סאושעל מידיע, פיילס און ווידיאס, בילדער פון טוויטער און מיאוסע צייטונגען, סקרינשאטס פון אנדערע וועבסייטס. בקיצור א גויאישע סייט נאר אין אידיש.

איז הערט צו, איך האב שוין לאנג געהאט בדיעה ארויסצודרוקן פארשידענע בלעטער פון אייוועלט און דאס פארשפרייטן, זאלן די רבנים און שיינע אידן דאס אויך לעזן. פארוואס נאר די אינטערנעט איינגעטינקענע מעגן דאס זען?

דערווייל האלט איך מיר אפ דערפון, ווייל די סוף וועט זיין אז אייוועלט וועט מוזן דורכגיין א פיינפולע טויש, און די גאס וועט רוישן.

אבער די מצב ווערט נישט בעסער, נאר ערגער און ערגער.

דעריבער מאכט א גענעראל פארזאמלונג, און באשליסט וואספארא סארט ציבור איר צילט מיטן אייוועלט וועבזייטל.

אמאל האט מען געקענט האבן איין בית הכנסת פאר די גאנצע שטעטל. היינט איז אנדערש, נישט יעדער באלאנגט צוזאמען. אין די חדרים און שולעס לייגט מען שוין די שוואכע עקסטער, עס איז טאקע א ווייטאג, אבער ההכרח לא יגנה.

מען מוז עפעס טון. ענק האבן גוטע קעפ, קומט אויף מיט א לעזונג.

אויב איר ווילט נישט טרעפן א לעזונג אדער איר טאפט א וואנט, האב איך פארשידענע עצות און מהלכים (חוץ אפשפארן), אבער צוערשט וויל איך הערן וואס איר זאגט.

הכותב מתוך צער
---

דברים כדברונות, נישט צי פארשלעפט ווערן צי אלע זייטיגע נקודות פון דעם בריוו, די עצם טענה איז שטארק. מ'דארף ווויניגער אדער בכלל נישט גריבלען אין נייעסן וואס זענען כל כולו עבירות חמורות. מער זיך מבדיל זיין פון די היינטיגע גאס.

יישר כח פארן מעורר זיין

נ.ב. די שארפע לשונות און ווילדע שפראך האט מיר געמאכט לאכן, יישר כח פאר דעם.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17422
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

פעיק ניוז האט געשריבן:אגב, עס איז מעגליך אז מיט די מעשה פון לאונדרי איז דער עולם אפשר געגאנגען א טראפ צו ווייט מיט'ן אריינגיין אין געוויסע דעטאלן. אבער ווען מען רעדט ווען דא פון איינעם וואס גרייט פארצושלאגן, עצה'ענען אדער בלויז אויפמערקן, החרשתי. רעדט מען דאך דא איינער סתם א אנדרייער און היץ קאפ. פארוואס בכלל זיך צוטון מאכן?

דאס איז די איינציגע גירעכטע טענה
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

היכי, ;l;p- ;l;p-
פאר דעם אליינס האט זיך אלעס געלוינט..
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

דער מציאות איז, דער דור האט זיך געטוישט, אין מקוה רעדט מען היינט אויך אנדערש ווי פאר 30 יאר צוריק.

מענטשן ליגן היינט ליידער מער אין נייעס ווי אמאל. דאס איז א פאקט. אפי' די פילטערס עפענען היינט נייעס זייטליך וואס פאר 5 יאר צוריק וואלט זיי דאס נישט איינגעפאלן צו עפענען.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

איך האב נישט געליינט די לאונדרי פרשה דא, ווייל איך האב עס געזעהן פון נייעס קוואלן (לייג צו ליידער, אויב דו ווילסט), אבער ס'איז מיך געווען אינטערעסאנט אז די הנהלה האט עס דורכגעלאזט. איך מיין אויך אז די הנהלה לאזט דורך היינט מער ווי מ'וואלט געקענט אמאל, און ס'קען אפילו זיין אז ס'דארף א תיקון.
אבער דעם אישי'ערס פרעכע שפראך טאר מען זיכער נישט דורכלאזן!!!
יש בין מעורר למחרחר! דער שרייבט נישט פון גרויס ווייטאג און ערליכקייט. ס'איז קלאר אז מ'רעדט דא פון א שטייפע מענטש מיט א דיקטאטורישן נאטור וועלכער מוז אייביג זיין גערעכט און ערווארט אז יעדער זאל אייביג אננעמען זיין מיינונג. ילך אצל רופא ויתרפא.

לעצם הענין, אזעלכע זאכן באלאנגט אינגאנצן פאר די הנהלה צו באשליסן.
לאמיר זיין קלאר: די הנהלה מאכט די החלטה וואס מ'לאזט דורך און וואס נישט, און יעדער יחיד קען מאכן די החלטה אויב ער וויל דא זיין אדער נישט.

א גוטע וואך
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21047
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

כהאב נישט קיין אנונג איבער וואס מטענהט זיך
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

נארמאליזעם האט געשריבן:כהאב נישט קיין אנונג איבער וואס מטענהט זיך

גלאבל ווארמינג
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21047
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

בדרך אפשר האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:כהאב נישט קיין אנונג איבער וואס מטענהט זיך

גלאבל ווארמינג

נעה כגלייב נישט אז אייוועלט האלט שוין אזוי נידריג

נארמאליזעם האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:כהאב נישט קיין אנונג איבער וואס מטענהט זיך

גלאבל ווארמינג

נעה כגלייב נישט אז אייוועלט האלט שוין אזוי נידריג

עה עה די דורות פאלן נישט
די ניסיונות טוישן זיך מאכט עס אזוי אויסקוקן

ליצנות
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”