ווערטער פון ניגונים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע קאפ »

אידישע קאפ האט געשריבן:געטראפן 2 סייטס פאר ווערטער פון אידישע ניגונים

איינס

צוויי
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

בשם די גאנצע משפחה טוען מיר אויסדרוקן פיל דאנק פאר @שטערנס
געבענטשט זאלט איר זיין
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאנץ פשוט »

בילדער האט געשריבן:איינער האט די ווערטער - אדער גאר די ניגון אויך - פון די ניגון "א נשמה לויטער און ריין" פון ר' משה גאלדמאן ע"ה (איך מיין עס איז אויף די כנשר קאסעט).

איז די ניגון טאקע פון ר' משה? אדער איז דאס א פארצייטישע ניגון?
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

קען נישט זיין ביידע? ער איז געווען א פארצייטישע איד.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאנץ פשוט »

קען טאקע זיין, איך בין נאר נייגעריג אויב ס'איז טאקע אזוי. עס איז 'סאמטינג עלס'.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

איך וועל פראבירן לויט מיין זכרון:

א נשמה, לויטער און ריין
געקומען צום בי"ד של מעלה צו גיין
און געווארט, פאר זיינע זכותים צו ווערן באלוינט
אבער ניין, פארשפארט די גן עדן
דער צדיק ער וועט נאך דארפן ליידן
ער האט אמאל געשלאגן א איד, און נישט געשוינט

ביידע שטראף, הערט ער באפעלן
ער מוז זיך אליינס, פון די צוויי אויסוועלן
גיהנם, אדער א לעבן איבערשפילן
אוי די וועלט, זי איז אזוי שווער
קיין גייסט קיין קדושה, פוסט און לער
ווער ווייסט צו ער ווער זיין תכלית ערפילן

דער מלאך נעמט אים, און הייבט אן דעם גאנג
דער וועג צום גיהנם, אזוי הייס און לאנג
ער קען נישט מער, ער בעט, "כ'וויל שוין ארויס"
בעסער שוין ווידער צו לעבן
און דערביי וויל איך א בקשה געבן
כדי זכאי בלייבן. הערט מיר נאר אויס

אויב איך וועל קיין הענט פארמאגן
וועל איך א איד מער נישט קענען שלאגן
??????? ערליכע טאטע-מאמע
וועלן מיר גוט ערציען מן הסתמא

איך וויל זיך דא אומקערן ריין
האט די נשמה געבעטן מיט גרויס געוויין
האט דער בי"ד באשלאסן אזוי זאל זיין

פרעגט די נשמה, הערט נאר דאס
פאטער אין הימל, ענטפער פארוואס
אוי פארוואס איז קיין פראגע פאר א איד
כאטש עס איז שווער אויפ'ן געמיט

יא נשמה, דו האסט א טרייסט
דערהייב פון טרויער און צער דיין גייסט
דער אב הרחמים האט דיך ליב ווי א בן יחיד
ווייס און גלייב אז אזוי איז גוט

המשך יבא אי"ה אויב איך וועל האבן צייט. (ווער ס'וויל קען מיר אויסכאפן.)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

נישט באמערקט אז איינער האט עס שוין פריער געלייגט.

אבער אז מ'רעדט שוין, ווער האט געמאכט די גראמען? (אויך פון ר' משה גאלדמאנס אנדערע אידישע ניגונים),

איז די מעשה אן אמת'ע? אויב יא, מיט וועמען האט דאס פאסירט?
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

לויט ווי איך פארשטיי האט ר' משה געמאכט די גראמען, און די מעשה איז מער א משל ווי א ווירקליכע פאסירונג.

אדרבה, איינער ווייסט בעסערס?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאנץ פשוט »

ווער זינגט ביים אנהייב ''א נשמה וכו'"? דאס איז ר' משה?
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

ר' משה האט אלעס געמאכט
די ווערטער
די ניגון

געזינגען געדענק איך שוין נישט ווער, איך גלייב שווער אז ער אליין, ער האט קיינמאל נישט געזינגען אויף זיינע טעיפ'ס
זוכט איר דוי?
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

יא, ער זינגט עס. ער זינגט אויך אויף נאך איין ניגון, "אוי, די שבת'דיגע לעכט" אין, דאכציך, זיין שבת טעיפ.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

דונש האט געשריבן:ר' משה האט אלעס געמאכט
די ווערטער
די ניגון

געזינגען געדענק איך שוין נישט ווער, איך גלייב שווער אז ער אליין, ער האט קיינמאל נישט געזינגען אויף זיינע טעיפ'ס

כמעט קיינמאל, אבער דעם ניגון מיט דער ניגון אוי די שבת'דיגע לעכט האט ער אליין געזינגען, און האט געזאגט אז קיינער האט נישט ארויס געברענגט די הרגשים גענוג גוט
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

סארי, שבת'דיגע לעכט איז דאכציך אויף "שלום על ישראל".
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

ייש"כ פאר די ידיעה,
זוכט איר דוי?
ישראל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 11, 2018 7:56 am

Re: ווערטער פון ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל משה »

אויף איינע פון די אידיש נחת סי די'ס איז דא א ניגון מיט ווערטער "זאגט די הייליגע רשי"
איך זיך די ווערטער אויף דעם
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30714
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ישראל משה האט געשריבן:אויף איינע פון די אידיש נחת סי די'ס איז דא א ניגון מיט ווערטער "זאגט די הייליגע רשי"
איך זיך די ווערטער אויף דעם

וְלִמַדְתֶּם אוֹתָם אֶת בְּנֵיכֶם לְדַבֵּר בָּם...
זָאגְט דִי הֵיילִיגֶע רַשִׁ"י...
וֶוען אַ קִינְד הֵייבְּט נָאר אָן וֶוערְטֶער צוּ פַארְשְׁטֵיין
זָאגְט אִיהם זַיין טַאטֶע "קִינְד מַיינְס לָאמִיר גֵיין
דִי עֶרְשְׁטֶע זַאךְ אִיז דָאךְ תּוֹרָה
לָאמִיר לֶערְנֶען תּוֹרָה."
מֵאֵימָתַי קוֹרִין אֶת שְׁמַע בְּעַרְבִית...

(יוסי גרין ואלי שוואב מתוך רש"י דברים יא:יט וברכות משנה א')
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
זעקעלע
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 20, 2019 7:53 pm

Re: ווערטער פון ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקעלע »

https://www.jyrics.com/
אויף אט דעי סייט קענט איר האבן ווערטער פון אלע סארט ניגונים אידיש ווי לשון קודש צוגלייך אלטע מיט נייע און די טויזענטער, ווי אויך האט עס אסאך אנדערע גוטע פיטשערס ווי למשל פלעי ליסטעס פאר אלע סארט מעמדים מוראדיג שיין מסודר לויט אלף בית, אדער להבדיל מיט די ענגלישע בוכשטאבן ועוד ועוד, קליקט דערויף און האט הנאה
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30714
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

זעקעלע האט געשריבן:https://www.jyrics.com/
אויף אט דעי סייט קענט איר האבן ווערטער פון אלע סארט ניגונים אידיש ווי לשון קודש צוגלייך אלטע מיט נייע און די טויזענטער, ווי אויך האט עס אסאך אנדערע גוטע פיטשערס ווי למשל פלעי ליסטעס פאר אלע סארט מעמדים מוראדיג שיין מסודר לויט אלף בית, אדער להבדיל מיט די ענגלישע בוכשטאבן ועוד ועוד, קליקט דערויף און האט הנאה

איז אבער נישט זייער אפטודעיט פון אלע היימישע אלבומס.

למשל דער ניגון וואס איך האב דא געלייגט איז פון אידיש נחת 4 און עס איז נישטא דארט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
ישראל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 11, 2018 7:56 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל משה »

קנאפער ידען האט געשריבן:
ישראל משה האט געשריבן:אויף איינע פון די אידיש נחת סי די'ס איז דא א ניגון מיט ווערטער "זאגט די הייליגע רשי"
איך זיך די ווערטער אויף דעם

וְלִמַדְתֶּם אוֹתָם אֶת בְּנֵיכֶם לְדַבֵּר בָּם...
זָאגְט דִי הֵיילִיגֶע רַשִׁ"י...
וֶוען אַ קִינְד הֵייבְּט נָאר אָן וֶוערְטֶער צוּ פַארְשְׁטֵיין
זָאגְט אִיהם זַיין טַאטֶע "קִינְד מַיינְס לָאמִיר גֵיין
דִי עֶרְשְׁטֶע זַאךְ אִיז דָאךְ תּוֹרָה
לָאמִיר לֶערְנֶען תּוֹרָה."
מֵאֵימָתַי קוֹרִין אֶת שְׁמַע בְּעַרְבִית...

(יוסי גרין ואלי שוואב מתוך רש"י דברים יא:יט וברכות משנה א')

ישר כוח
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: ווערטער פון ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

ספלגט זיין זייער פאפולער א ניגון למה נקרא מוריה וואס איז פונקטליך די ווערטער אין אויב מעגליך ווי שטייט עס ?
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ווערטער פון ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

רבותינו האט געשריבן:ספלגט זיין זייער פאפולער א ניגון למה נקרא מוריה וואס איז פונקטליך די ווערטער אין אויב מעגליך ווי שטייט עס ?


מי שענה לאברהם אבינו בהר המוריה, הוא יענה אתכם וישמע קול צעקתכם ביום הזה
למה נקרא מוריה על שם המאור הטוב שישנו שם
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: ווערטער פון ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

ייש"כ
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ווערטער פון ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

איך זוך די ווערטער פונעם פאלקסישן אידישע ליד "מוזינקע", תודה מראש
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30714
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קרייסלער האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:ספלגט זיין זייער פאפולער א ניגון למה נקרא מוריה וואס איז פונקטליך די ווערטער אין אויב מעגליך ווי שטייט עס ?


מי שענה לאברהם אבינו בהר המוריה, הוא יענה אתכם וישמע קול צעקתכם ביום הזה
למה נקרא מוריה על שם המאור הטוב שישנו שם

*מור הטוב (מיינט גוטע שמעק, נישט מאור)

דער ניגון איז מונה'ס, געזינגען ארגינעל דורך אברהם פריד אויף איינער פון די מונה אלבומס.

די ווערטער פון דער צווייטער חלק (למה נקרא) איז פון זוה"ק (פרשת שמות, לט:) "וְאַבְרָהָם אֲמַאי לָא הֲוָה מְצַלֵּי תַּמָּן ... וּמִלָּה אַחֲרָא רֵיחָא דְּחָמָא בְּהַר הַמּוֹרִיָּה. וְלָמָּה נִקְרָא מוֹרִיָּה. עַל שֵׁם הַמֹּר הַטּוֹב דְּהֲוָה תַּמָּן."
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

קנאפער ידען האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:ספלגט זיין זייער פאפולער א ניגון למה נקרא מוריה וואס איז פונקטליך די ווערטער אין אויב מעגליך ווי שטייט עס ?


מי שענה לאברהם אבינו בהר המוריה, הוא יענה אתכם וישמע קול צעקתכם ביום הזה
למה נקרא מוריה על שם המאור הטוב שישנו שם

*מור הטוב (מיינט גוטע שמעק, נישט מאור)

דער ניגון איז מונה'ס, געזינגען ארגינעל דורך אברהם פריד אויף איינער פון די מונה אלבומס.

די ווערטער פון דער צווייטער חלק (למה נקרא) איז פון זוה"ק (פרשת שמות, לט:) "וְאַבְרָהָם אֲמַאי לָא הֲוָה מְצַלֵּי תַּמָּן ... וּמִלָּה אַחֲרָא רֵיחָא דְּחָמָא בְּהַר הַמּוֹרִיָּה. וְלָמָּה נִקְרָא מוֹרִיָּה. עַל שֵׁם הַמֹּר הַטּוֹב דְּהֲוָה תַּמָּן."

וואס נאך ווייסטו?!?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”