בראנפן גלעזל האט געשריבן:איך האלט אז איך מעג אריינרעדן אין דעם ווייל איך בין געווען דארט [וואו פילע פון אונז זענען נאכאלץ] און איך בין געקומען צום שכל און געהויבן פוס און אפגעפיצט פון דארט.
איך פלעג הערן אלעס! איך האב ליב מוזיק און וואס ס'געווען פריש האב איך געקויפט [?] און אויסגעהערט עטליכע מאל ביזן קענען יעדע קוועטש... א זינגער איז געווען פרעה אליינ'ס! אן אפגאט!!!
ביז איין שיינעם טאג האב איך מיר פשוט געכאפט וואס דא גייט פאר מיט מיר... איך בין משוגע לאותו דבר!!! עס קומט צו א פוינט ווען איך ווער פשוט פארבלענדעט פון וואס איך הער... און ווי גרויליג ס'זאל נאר זיין שלינג איך עס מיט אפעטיט!
[שוין אפגערעדט פון דעם אז טמא'נע נגינה קילט אפ ברוחניות - בדוק ומנוסה. און אויב האלט איר נישט אזוי איז א סימן אז איר זענט שוין אפגעקילט....]
קיצור, איך האב מיר פעסט פארגענומען זיך אפצושאקלען פון די פאר'סרוח'עטע נגינה וואס שטינקען א מייל ווייט פון פראסטקייט וכו' [יא, איך בין פרוסטירירט]. אומר ועושה, איך האב פארמעקט רובא דרובא פון מיין עם פי טרי...[א גבורה פון א ישיבה גדולה בחור!] און זיך אריינגעטון אין... מודזיצע נגינה! אין אנהויב האב איך עס אזוי פיינט געהאט... איך האב עס נישט פארנומען. נו.. ס'האט נישט די זעץ פון א ניגון וואס ראקט!!! אבער איך האב מיר נישט געלאזט און זיך ממש געצווינגען צו אויסהערן נאך און נאך פון די סחורה, איך האב אפירגעזוכט מודזיצע ניגונים שיין אראפגעזונגען אויף פראפעשענעל סידיס און פון קומזיצן. און צעביסלעך צעביסלעך בין איך געקומען צום טעם!!! "דאס" הייסט א ניגון!
נאך מיין חתונה זענען מיינע ידיעות אביסל בארייכערט געווארן און איך האב אנגעהויבן אביסל זיך צו לערנען די טיפקייט פון א ניגון, איך האב מיר אויסגעלערנט די פארשידענע סקעילס און חכמות פון מוזיק... און דאן האב איך מיר איבערצייגט אז
"טעכניש" זענען די אלטע היימישע ניגונים פיל מער אויסגעהאלטן ווי די היינטיגע אפגעפליקטע גארגעלערייען!!!
נאכן גיין אזוי קיצוניות'דיג האב איך געקענט צוריקקומען צום מיטל וועג, און אנהויבן פארנאנדערשיידן אין די היינטיגע פרישע סחורה, וועלכע עס האט נאך א אידישע טעם און וועלכע נישט.
היינט באלעק איך מיך מיט די כסדר'דיגע נייע מודזיצע סידיס און קאלעקשנס. און ספעציעל די וועלכע ווערן אראפגעזונגען פראפעשענעל [אסאך דורך מלכות און זאנוויל] און אזוי אויך מיט די אנדערע חסידישע דיסק'ס.
און איך "עקל מיך" פון די היינטיגע זינגערס [דאונט געט מי ראונג, עס זענען נאך דא א היבשע ביסל חסידישע זינגערס היינט - אבער איך רעד פון די וואס זענען נישט, און נישט יעדער מיט א סאמעטענע הוט און לאנגע רעקל הייסט חסידיש...]
איך קען ניטאמאל אנקוקן קיין בילדער פון זיי, ליידיגע כלים אן קיין ברעקל תוכן...
און געס וואט... איך בין מיך מחי' מיט מוזיק היינט פיל מער ווי אמאל! איך קען הערן א טיפקייט און די שיינקייט פון א ניגון! און נישט זיין ביזי מיט די זעץ און ריטם פון די ניגון. [שוין אפגערעדט וואס די זשעי... איז לא יזכר ולא יפקד...]
סך הכל: איך פארשטיי היינט פיל מער צו נגינה ווי ווען איך האב געלעקט די גלאנציגע עקלהאפטיגע ניגונים, סיי טעכניש און סיי גייסטיש. און איך האב פשוט רחמנות אויף די וועלכע לויפן נאכאלץ נאך די ליידיגע פוסטע סחורה.
און צום שלוס: די וויכטיגסטע,
קיינער מוז נישט האלטן ווי מיר!!!!