די מעשיות וואס ליגט אינטער ניגונים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

די מעשיות וואס ליגט אינטער ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די השתלשלות פון א ניגון אין אלעס וואס ליגט אינטער א ניגון ברענגט אינז א געוויסע קשר מיט די ניגון אזא געפיל איז דא
נו מיר זיכען אינפערמאציע בנוגע די נושא פון נגינה ווען אין צו וועלכע .מאורע .זמן .מצב . אינטער וועלכע השראה די מחבר איז גוועהן די נגינים וואס איז נתפרסם געווארען איבעראל . זייט מהנה די עולם מיט די גיטע באקנטע ניגונים איר קענט די היסטאריע אין וואס איר שפירט ס'איז אינטערסאנט שרייב עס אראפ לאו דוקא א מעשה אפילו א כלל וואס א מחבר פון נגינה האט דערציילט זיין ערפארונג יעדע מחבר האט א אנדרע עקספירנס צו וועלכע זמן ער האט זוכה גוועהן צו עס מחבר זיין . ס'ווארפט א שטיקל אור אויף נגינה בכלל אין יעדע ניגון בפרטות כאטש איך רעדט זיך נישט איין אז איך ווייס די סיבה וואס איז נאר די השגחה עליונה וואס איז מחליט אז סזאל ווערן באקאנט יא צו ניין .א מאהל תיכף ומיד ווערט עס נתקבל אין סהאלט אביסל אפילו ספעלט גאר נישט פון די ניגון אין א מאהל פארקערט
צו 10 יאהר שפעטער
צו קיינמאהל נישט.
צו מיד ולדורות זאל מען עס נישט אויפהערן זינגען וכו הכל רווח וואס איר קענט מיט טיילען .א ייש"כ למפרע
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום זונטאג אקטאבער 24, 2021 12:09 am, פארראכטן געווארן 8 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: היסטאריע אין די כללים פון נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

הרה"ח רב"צ שענקער ז"ל האט פארציילט אז די ניגון ישיש עליך אלוקיך האט ער פארפאסט צוליב א בקשה פון א ידיד וואס האט אים געהאלפען אין מסחר בעצה ובהדרכה אין ווען די ידיד האט געהאלטען פאר זיין חתונה האט ער געבהטן רב"צ אז יעצט איז די צייט צוריק באצלען דורך אים מחבר זיין א ניגון לכבוד זיין חתונה אין דעמאלץ האט ער אלס הכרת הטוב דאס פארפאסט

די לימוד וואס איך זעה איז וואס מ'טוהט טוהט מען פאר זיך אליינס רב"צ האט אינזין געהאט פשוט לש"ש הכרת הטוב אויבער פונקט די ניגון איז געווארען מן הסתם די מערסטע פאפולערסטע ניגון וואס מאיז משמח יעדע נאכט אויף חתונות שמחת חתן וכלה וואס פאר א זכות איז עס פאר אים
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 10:12 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: היסטאריע אין די כללים פון נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

אסאך יודיש געלט האט געשריבן:
א נייע מעשה האט געשריבן:
אסאך יודיש געלט האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:די ניגון פון וידע כל פעול פון כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג זצ"ל ראש השנה ביים עמוד

ער האט עס געמאכט שבת נאכמיטאג נאך ר''ה ווען ר''ה איזגעווען דאנערשטאג און פרייטאג.

עס איז דא א מעשה פון אים, פון דעמאלס. (איך האב נישט יעצט קיין צייט)

ווען זיינס א קינד איז זייער נישט געזונט געווען און עס האט שוין געהאלטן זייער שמאל, עפעס אזא מעשה, עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ער האט עס לעצטענס דערציילט ביי א שמועס מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר.

איז אזוי.

איך האב געהערט דעם מעשה פונעם פיטסבורגער רביס חברותה, וואס האט געלערנט מיט אים ווען די מעשה האט געשען.

עס איז געווען א יאר וואס ר''ה האט אויסגעפאלן דאנערשטאג-פרייטאג. דאס מיינט אז עס איז א דריי טאגיגע יו''ט, און אין א''י אויף קיין שום יוד געזאגט... דער עולם ווערט משוגע פאר ליידיגיין.

דעם רעביס טאכטער איז געווען מורא'דיג קראנק. און ער האט געהאלטן און איין ארויף גיין צו איר איר מבקר חולה צו זיין, אבער די מצב איז נישט געווארן בעסער, און עס איז געווען מיטוואך, ערב יו''ט פון דריי טעג, און ווען דער רבי האט אהיים פון שפיטאל האט זי ממש געהאלטן ביי גסיסה, זי האט געהאלטן אויף זייער א שמאלע מצב. אירע שעות זענען געווען געציילטע.

ער האט אהיים, און געפירט א יו''ט ממש כאילו לא היה, און אינק אלע האבן קינדער, אינק קענען זיך זיכער פאר שטעלן וואס דאס מיינט פאר א טאטע פון א קינד נישט צו וויסן אויב זיין טאכטער לעבט, אדער נישט און ער בלייבט דא מיט א פילע שטיב יתומים ה''י. און ער האט זיך געפירט א געהויבענע יו''ט און אויסגע'פועל'ט פאר אלע יודן אלעס גיטס.

עס איז שוין געווען שבת נאכמיטאג ביי שלש סעודה'ס, ער האט נישט געוויסט די מצב, און ער איז נישט געווען אזוי זיכער אויב יעצט מוצאי יו''ט וועט ער דארפן רייסן קריעה פאר זיינע אייניקלעך, די איינציגסטע זאך וואס ער ווייסט איז אז ערב יו''ט (3 טעג צוריק) איז ער געווען און שפיטאל, און מ'האט איר געגעבן ממש געציילטע שעות.

זעצט ער זיך אוועק מיט זיין חברותה (דער וואס האט מיר פארציילט די מעשה) שבת נאכמיטאג, און אינמיטן לערנען גיבט ער זיך א רוף אן צו זיין חברותה:

"עס איז שוין 3 טעג וואס איך האב גארנישט געהערט פון מיין טאכטער, איך ווייס נישט צו זי לעבט, אדער נישט. אבער איין זאך בין איך זיכער! אז דער באשעפער פירט זיין וועלט און אלעס וואס ער טוט איז צום גיטן!" און ער האט זיך גענימען זינגען:

"וידע כל פעול כי אתה פעלתו, ויבין כל יציר כי אתא יצרתו, ויאמר כל אשר נשמה באפו, נשמה נשמה באפו... ה' אלוקי, אלוקי ישראל, אלוקי ישראל מלך מלך, ומלכותו בכל משלה, בכל משלה..."

א שטארקייט פון א יוד דאס צו קענען זאגן!!!

(איך בין כמעט זיכער) איך ווייס נישט ווען, אבער א שטיק צייט שפעטער האט די טאכטער אוועק.

זי''ע
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: היסטאריע אין די כללים פון נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

הרה"ח ר' מנדל פאללאק שליט"א וואס האט מחבר גוועהן די באקנטע ניגון יודו להשם חסדו פארציילט אז ער האט געהאט א שמחה כפולה אין זיין משפחה א פדיון הבן פון א אייניקל אין די זעלבע טאג צו די זעלבע וואך האט ער געהאט א אנדער איינקיל'ס ברית בליעה"ר אין ס'האט זיך איבער געגאסען א אינערליכע שמחה אין פון זיך אליינס איז ארויס די ניגון פון טיפע געפיל פון שבח והודיה להשי"ת
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: היסטאריע אין די כללים פון נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

הרה"ג רבי מנחם קליין שלי"טא רב דפרנקפורט דמיין מחסידי נאדבורנא האט מחבר גוועהן די באקנטע זרעא חייא וקיימא ס'גוועהן א בחור וואס האט מיט געמאכט אין זיין לעבין ל"ע אויף די וועג צו די חתונה זיך מיטצופרייען בשמחתו אויף די באס קיין ירושלים האט אים איין געפאלען די ניגון
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום מאנטאג אקטאבער 25, 2021 1:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: היסטאריע אין די כללים פון נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

הרה"ח רבי אברהם מאלביצקי שליט"א מחבר כי הרבית טובות אליו .האט געזוכט ווערטער פון דאנקען די אייבערשטער פאר זיינע חסדים די אייבערשטער האלט אינז אין איין געבין די עצם לעבין אין אלע אנדרע זאכען אין וואס האט מען אים צוריק געגבון וואס מאהנט עפעס מער ווי נאר הודו להשם כי טוב כל"ח אין מגייט זיך ווייטער אזוי ווי מה אשיב לך אזוי ווי די חובת הלבבות שרייבט אין שער הבחינה אויף די מהלך זכענדיג אין סידור תהלים שיר השירים אין האט נישט געטראפען בוז ער האט עס געטראפען אין מחזור שיר היחוד פון יוה"כפ דארט שטייט עס ארויס געשריבען אין אזוי האט ער עס פארפאסט מיט די כוונה
אוועטאר
עכט נארמאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: היסטאריע אין די כללים פון נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט נארמאל »

חסדי ה' פון סקולען האט ער נישט געמאכט ביי זיין סעודת הודאה מוצש"ק נחמו נאר ביי סאטמאר'ס סעודת הודאה כ"א כסלו
\
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: היסטאריע אין די כללים פון נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

עכט נארמאל האט געשריבן:חסדי ה' פון סקולען האט ער נישט געמאכט ביי זיין סעודת הודאה מוצש"ק נחמו נאר ביי סאטמאר'ס סעודת הודאה כ"א כסלו

זייער אינטערסאנט קיינמאהל נישט געהרט .די ווייסט בערך וועלכע יאהר .אוידער סיי וואס מער דערפון בשעת די כ"א כסליו טיש איז עס נתחבר געווארען ?
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: היסטאריע אין די כללים פון נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

סאטמאר נענועים ניגון אין ספר זכר צדיק לברכה שטייט הרה"ח ר ישעי קארנבלי ז"ל האט פארציילט די רבינס גבאי הרה"ח ר פייוויש אשכנזי ז"ל הי"ד האט פארגעהאלטען רבי בעריש ווישוואר ז"ל פארוואס ער האט נישט פארפאסט א לאנגע צייט קיין נייע ניגון פארן רבי'ן האט רבי בעריש געבעהטן פון רבי פייוויש ער זאל אים צו שטעלען א גיטע פלאץ ביי די נענועים אז ער זאל קענען גוט זעהן די רבי. רבי פייוויש האט צו געשטעלט א גוט פלאץ אין אזוי צוקוקענדיג די עבודה לויט די רבי'ס תנעות האט ער פארפאסט די הייליגע ניגון
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום פרייטאג אקטאבער 22, 2021 11:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: היסטאריע אין די כללים פון נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

באלוקים בטחתי די שטייטע פון הרה"ק מסקולען זי"ע זיצענדיג אין די ביטערע תפיסה אין רוסלאנד זומער תשי"ט איין טאג האט ער געכאפט מכות רצח פון די רשעים ארורים האט ער געשפירט ווי ער האלט עס מער נישט אויס אין יענע מינוט האט ער מחבר גוועהן די ניגון . מוצ"ש נחמו נאך באפרייען האט ער עס תיכף אויסגלערנט פאר די קינדער ווייל דאס איז גוועהן די ערשטע גלגענהייט מעגליך צו עס איבערגעבין ווייטער אז סזאל נישט פארגעסין ווערין
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום מאנטאג אקטאבער 25, 2021 1:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: היסטאריע אין די כללים פון נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אז מרעדט פון סקולען איז עפעס וואס ס'מוז באטאנט ווערין אז די היסטאריע פון סקולענע נגונים דאס אליינס איז א גאנצע מסכת פאר זיך ממש א מוסר ספר וואס א מענטשליכע שכל פארשטייט נישט בכלל אז אין די שווערסטע מינוטען פון זייער לעבין אין די תפיסות צו באשאפען פרייליכע נגונים התעוררות דיגע ווארים הארציג אין אוודאי הייליגע נגונים אויבער איך גדענק נישט אלע פרטים פון די מעשות לדוגמא די מעשה פון יוודע בגוים אין נאך אסאך אזעלכע ווער סווייסט אוידער אויב איז עס באשריבען ערגטץ אין קען עס אהער ברענגין וואלט גוועהן א זכות גדול
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: היסטאריע אין די כללים פון נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רבותינו האט געשריבן:אז מרעדט פון סקולען איז עפעס וואס ס'מוז באטאנט ווערין אז די היסטאריע פון סקולענע נגונים דאס אליינס איז א גאנצע מסכת פאר זיך ממש א מוסר ספר וואס א מענטשליכע שכל פארשטייט נישט בכלל אז אין די שווערסטע מינוטען פון זייער לעבין אין די תפיסות צו באשאפען פרייליכע נגונים התעוררות דיגע ווארים הארציג אין אוודאי הייליגע נגונים אויבער איך גדענק נישט אלע פרטים פון די מעשות לדוגמא די מעשה פון יוודע בגוים אין נאך אסאך אזעלכע ווער סווייסט אוידער אויב איז עס באשריבען ערגטץ אין קען עס אהער ברענגין וואלט גוועהן א זכות גדול

graph-it האט געשריבן:דא האט איר די ארגינעלע פיילס https://drive.google.com/drive/folders/15HH0rCgEFrJKKgubLA51Te2_eDWz-1AE?usp=sharing
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: די השתלשלות ווי אזוי ס'איז נתחבר געווארען נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די היילגע ניגון אזכרה הגדול פון הרה"ק דברי ישראל ממאדזיץ זי"ע וואס ער האט פארפאסט ביי א אפראציע אין שטאט בערלין ער האט געזעהן די גרויסע בנינים אין ער האט זיך דערמאנט אז ירושלים איז מושפלת עד שאול תחתיה ווען וועט מען שוין זוכה זיין האט ער געבהטן די דאקטער אז ער זאל אים נישט איינשלעפון אין ער וועט מחבר זיין א ניגון סאיז נישט קלאהר וויפיל פון די 36 פעלער איז נתחבר געווארען בשעת'ן אפאראציע אין די איבערגע איז שפעטער צו געקומען
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: די השתלשלות ווי אזוי ס'איז נתחבר געווארען נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

רבותינו האט געשריבן:די היילגע ניגון אזכרה הגדול פון הרה"ק דברי ישראל ממאדזיץ זי"ע וואס ער האט פארפאסט ביי א אפראציע אין שטאט בערלין ער האט געזעהן די גרויסע בנינים אין ער האט זיך דערמאנט אז ירושלים איז מושפלת עד שאול תחתיה ווען וועט מען שוין זוכה זיין האט ער געבהטן די דאקטער אז ער זאל אים נישט איינשלעפון אין ער וועט מחבר זיין א ניגון סאיז נישט קלאהר וויפיל פון די 36 פעלער איז נתחבר געווארען בשעת'ן אפאראציע אין די איבערגע איז שפעטער צו געקומען

די אזכרה האט נישט קיין 36 פעלער, די מיט 36 איז דאכטס זיך די אפארע
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: די השתלשלות ווי אזוי ס'איז נתחבר געווארען נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

Who knows האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:די היילגע ניגון אזכרה הגדול פון הרה"ק דברי ישראל ממאדזיץ זי"ע וואס ער האט פארפאסט ביי א אפראציע אין שטאט בערלין ער האט געזעהן די גרויסע בנינים אין ער האט זיך דערמאנט אז ירושלים איז מושפלת עד שאול תחתיה ווען וועט מען שוין זוכה זיין האט ער געבהטן די דאקטער אז ער זאל אים נישט איינשלעפון אין ער וועט מחבר זיין א ניגון סאיז נישט קלאהר וויפיל פון די 36 פעלער איז נתחבר געווארען בשעת'ן אפאראציע אין די איבערגע איז שפעטער צו געקומען

די אזכרה האט נישט קיין 36 פעלער, די מיט 36 איז דאכטס זיך די אפארע[/quote
קוק אהער
איך האב עס קיינמאהל נישט געציילט ממילא ווייס איך נישט . איך זאג נאר איבער פון אנדרע. אזוי האב איך געהרט פון איטליכע וואס קענען גיט די מאדזיץע נגונים.
ווי סאך יא ? סהאט דאך גאר אסאך פעלער ?
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: היסטאריע אין די כללים פון נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

farshlufen האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:אז מרעדט פון סקולען איז עפעס וואס ס'מוז באטאנט ווערין אז די היסטאריע פון סקולענע נגונים דאס אליינס איז א גאנצע מסכת פאר זיך ממש א מוסר ספר וואס א מענטשליכע שכל פארשטייט נישט בכלל אז אין די שווערסטע מינוטען פון זייער לעבין אין די תפיסות צו באשאפען פרייליכע נגונים התעוררות דיגע ווארים הארציג אין אוודאי הייליגע נגונים אויבער איך גדענק נישט אלע פרטים פון די מעשות לדוגמא די מעשה פון יוודע בגוים אין נאך אסאך אזעלכע ווער סווייסט אוידער אויב איז עס באשריבען ערגטץ אין קען עס אהער ברענגין וואלט גוועהן א זכות גדול

graph-it האט געשריבן:דא האט איר די ארגינעלע פיילס https://drive.google.com/drive/folders/15HH0rCgEFrJKKgubLA51Te2_eDWz-1AE?usp=sharing

א גרויס ייש"כ פאר עס צו ברענגין איך זעה סגאנץ בקיצור ממילא אויב וועל איך טרעפון מיט א ביסל מער פרטים וועל איך עס אראפשרייבען בל"נ
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: די השתלשלות ווי אזוי ס'איז נתחבר געווארען נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

ונפשי שפכי כמים פון סקולען די מעשה גייט אזוי תשי"ז איז גוועהן זייער שווער פאר אידען אין ראמעניא אין א קורצע תקופה פון חדשים האט מען איינגזעצט אסאך אום שולדיגע מענטשען אין די תפיסות די רבי הנוע"א ז"ל איז ארום געפארען מחזק זיין אידען אין די שטעט מיט מסי"נ מחזק צו זיין איין שבת איז ער גוועהן אין סיגוט ווי א גרויסע עולם איז געקומען צו פארען זיך צו דעווארימען טראץ די פחד
אין מיטען טיש האט די רבי באמערקט אז די עולם איז זייער אומעטיג .סאיז דאך שבת אין מדארף זיין בשמחה באותו רגע איז ארויס די ניגון אויף א שנעלע ריטם אין אויפען פלאץ זיך גענומען זינגען אין צוביסלעך האט די עולם אויפגלעבט אין זיך גענומען טאנצען קרוב צו א שעה צייט
במשך השנים איז עס געווארין מער א פאמעליכע ניגון אין וויבאלד סאיז א פסוק פון איכה האט די רבי צוגעלייגט די ווארט ונפשי כדי מזאל נישט זינגען א פסוק פון איכה שבת ויו"ט
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: די השתלשלות ווי אזוי ס'איז נתחבר געווארען נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די לכה דודי פון סקולען איך רעדט פון די ערשטע חלק וואס מעזינגט אין די וועלט מער א שטאטע ניגון אויבער אין סקולען איז נישט אזוי נאר א לעבדיגע ניגון נישט ווייל סנישט דא. פאר ער איז ל"ע אריין אין תפיסה האט די רבי געמאכט א שטייטע . נאר ווען איז גוועהן אין תפיסה האט מען אים אגאנצע צייט געשטערט ווען ער האט געדאווענט דוקא דעמאלץ גערופון צו חקירות פארדעם כדי מזאל אים נישט שטערן אין מיטען לכה דודי האט ער מחבר גוועהן די קורצערע
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 10:06 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: די מעשה וואס ליגט אינטער א ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די מעשה מיט די ניגון וידע כל פעול פון הרה"ח רבי קלמן שטעקיל ז"ל פארציילט מיר א חשובע בן עליה אז ער איז גוועהן זיכער אז מן הסתם האט ער פארפאסט די הייליגע ניגון אין עפעס גאר א מוראדיג זמן ומקום גייט ער צו אין פרעגט רבי קלמן ווען האט איר עס מחבר גוועהן זאגט רבי קלמן (איינער האט צו געצייכנט אז דאס איז גוועהן בשנת תשל"ב נאך די פטירה פון זיין רבי די הייליגע אמרי חיים ) איין טאג אויף די טרען פון מאנהעטין צוריק פון די ארבעט אין א טאנעל האט ער עס פארפאסט נישט מער אין נישט וויינגער . איך מיין די מעשה זאגט גאר א סאך סיי די ניגון אין אפגרעדט פון די מהות .אין די יר"ש פון רבי קלמן ז"ל
יהא זכרו ברוך
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום מאנטאג אקטאבער 25, 2021 2:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: די מעשה וואס ליגט אינטער א ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

די ניגון רצה פון יוסי גרין איז געמאכט געווארן אין א ליל שבת קודש ביים כותל המערבי ווען מונה רוזנבלום האט געבעטן יוסי זאל ארויסגעבן זיינע געפילן האט ער פארפאסט דעם הערליכען ניגון און געגעבן פאר אברהם פריד, די ניגון איז אויפן סידי ברכה והצלחה
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: די מעשה וואס ליגט אינטער א ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

רבותינו האט געשריבן:די מעשה מיט די ניגון וידע כל פעול פון הרה"ח רבי קלמן שטעקיל ז"ל פארציילט מיר א חשובע בן עליה אז ער איז גוועהן זיכער אז מן הסתם האט ער פארפאסט די הייליגע ניגון אין עפעס גאר א מוראדיג זמן ומקום גייט ער צו אין פרעגט רבי קלמן ווען האט איר עס מחבר גוועהן זאגט רבי קלמן (איינער האט צו געצייכנט אז דאס איז גוועהן בשנת תשל"ב נאך די פטירה פון זיין רבי די הייליגע אמרי חיים ) איין טאג אויף די טרען פון מאנהעטין צוריק פון די ארבעט אין א טאנעל האט ער עס פארפאסט נישט מער אין נישט וויינגער . איך מיין די מעשה זאגט גאר א סאך פון די מהות .אין די יר"ש פון רבי קלמן ז"ל
יהא זכרו ברוך

וועלכע וידע איז פון ר' קלמן ז"ל?
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: די מעשה וואס ליגט אינטער א ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

Who knows האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:די מעשה מיט די ניגון וידע כל פעול פון הרה"ח רבי קלמן שטעקיל ז"ל פארציילט מיר א חשובע בן עליה אז ער איז גוועהן זיכער אז מן הסתם האט ער פארפאסט די הייליגע ניגון אין עפעס גאר א מוראדיג זמן ומקום גייט ער צו אין פרעגט רבי קלמן ווען האט איר עס מחבר גוועהן זאגט רבי קלמן (איינער האט צו געצייכנט אז דאס איז גוועהן בשנת תשל"ב נאך די פטירה פון זיין רבי די הייליגע אמרי חיים ) איין טאג אויף די טרען פון מאנהעטין צוריק פון די ארבעט אין א טאנעל האט ער עס פארפאסט נישט מער אין נישט וויינגער . איך מיין די מעשה זאגט גאר א סאך פון די מהות .אין די יר"ש פון רבי קלמן ז"ל
יהא זכרו ברוך

וועלכע וידע איז פון ר' קלמן ז"ל?

וואס מעזינגט אין אלע וויזניצע חצרות
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: די מעשיות וואס ליגט אינטער ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

מערכת בית צדיקים - באבוב - 45, האט א ביכל 'קדושה ומלכות' איבער האדמו"ר ר' שלמה, דארט איז דא א אפטיילונג מיט מעשיות אונטער זיינע ניגונים.
אוועטאר
עכט נארמאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: די מעשיות וואס ליגט אינטער ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט נארמאל »

די ניגון פון אתה ה' וואס מ'זינגט אין סקולען מוצש"ק ביי מלו"מ פלעגט הרה"ק מ'סקולען זאגן אז די ניגון האט דער טאטע נישט געמאכט ווען ער איז געזיצן אין תפיסה נאר ווען אנדערע יודן איז געזיצן אין תפיסה. זונטאג האט מען נישט געדארפט ארבעטען פלעגט קומען צו מלו"מ א גרויסע עולם אבער רעדן האט מען דאך נישט געקענט האט מען זיך די עולם מיט די רבי'ס זיך אויסגעוויינט ביי דעים ניגון און אזוי איז עס תמיד געבליבן אויף מלו"מ דיע ניגון
\
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: די מעשיות וואס ליגט אינטער ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

געהרט אויף קול מבשר די וואך אז די ניגון פון ולירשלים עירך פון רב"צ שענקער איז געקומען פון א מחאה תשכ"ז ווען מהאט איינגענוען די כותל אויף די וועג צו א"י אויף די ערפלאן האט ער געהרט אז מעזינגט ירושלים של זהב סהאט אים ווי געטוהן האט ער געפנט א סידור אין תיכף איינגעפאלען די ניגון
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”