נגונים וואס מ'זינגט אין סטוטשין
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: נגונים וואס מ'זינגט אין סטוטשין
היה עם פיפיות איז ראפשיץ, י"א נאך פון ר"ר אלימילך פון ליזענסק
הללו קל בקדשו איז א ניגון פון ר' אשר'ל רימנובער
קדיש איז מיין איך מיוחס צים ר"ר אלימלך
שמו מפארים איז יתכן פון ראזוואדאווע רב
הללו קל בקדשו איז א ניגון פון ר' אשר'ל רימנובער
קדיש איז מיין איך מיוחס צים ר"ר אלימלך
שמו מפארים איז יתכן פון ראזוואדאווע רב
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- שאראש-פאטאק
- שר חמש מאות
- תגובות: 955
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm
Re: נגונים וואס מ'זינגט אין סטוטשין
אפשר לינקס ווי מען קען עס הערען
- אדם א מענטש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3723
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm
Re: נגונים וואס מ'זינגט אין סטוטשין
איך האב געהערט א רעקארדיראנג פון סטיטשינע רב ז''ל ווי ער זינגט מזמור שיר חנוכת אויף א קאמינקע ניגון, ווער קען אהערברענגן די ניגון
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
oahmentchאצלgmail.com
Re: נגונים וואס מ'זינגט אין סטוטשין
ייש"כ סטיטשנער יעצט האט מען גאנץ א סאך נגונים . ווער סקען אויס רעכנען ווערט געבעהטן צו שרייבען. ווארט מען ווער קען דאס אין אלע אנדרע פארענטפערן ?
ש'כח סטאוו
ש'כח סטאוו
Re: נגונים וואס מ'זינגט אין סטוטשין
ניגון אליהו הנביא דאכט זיך מיר איז פון הייליגען ר"ר אלימלך זי"ע קען עס איינער באשטעטיגון?
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: נגונים וואס מ'זינגט אין סטוטשין
רבותינו האט געשריבן:ניגון אליהו הנביא דאכט זיך מיר איז פון הייליגען ר"ר אלימלך זי"ע קען עס איינער באשטעטיגון?
אזוי איז מקובל, הרב רוס האט עס ארויסגעגעבן אויפן אלבום איש חסיד (אויפן זמר חי השם). ער ברענגט דארט עטליכע מקורות
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: נגונים וואס מ'זינגט אין סטוטשין
- אטעטשמענטס
-
- 101521959.JPG (61.02 KiB) געזען 1717 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: נגונים וואס מ'זינגט אין סטוטשין
- אטעטשמענטס
-
- 1015211009.JPG (46.78 KiB) געזען 1686 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re:
סטיטשינער האט געשריבן:
מיין קאפ איז נישט געהעריג דאהי, ביסט זיכער אז שקלים און זכור זינגט מען די זעלבע מה ידידות?
די זאכן קען מען נישט זיין זיכער אפילו ווען די קאפ איז דאהי... כך מונח בזכרוני
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- סטיטשינער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22678
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע: 50°18′N 21°4′E
געוויסט אז אונז האבן מיר שוין געהאט א שמועס דערוועגן ערגעץ וואו..
סטיטשינער האט געשריבן:סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אישי האט געשריבן:צו קענען סטוטשין, און וויסן וואו מ׳זינגט וועלכע ניגון, דארף מען זיין א שטיקל ת״ח...
האסט אביסל געמישט, לאמיר דיר פארעכטן
א. שבת שירה מיט שבת שקלים איז דער זעלבער מה ידידות (נישט אלע ד׳ פרשיות האבן געהאט דער זעלבער - דרך אגב אין סטוטשין איז נישטא ד׳ פרשיות, מ׳רופט עס די פרשיות, ווייל פרה איז גארנישט אנדערש ווי יעדע שבת אין יאר, גארנישט!)
ב. שבת זכור זינגט מען דער ניגון פון למנצח אל אילת השחר
ג. שבת פרה ווי פריער געשמועסט, דער זעלבער ווי יעדע וואך
ד. שבת החודש און שבת הגדול איז דער זעלבער ניגון -טל ניגון
ה. שבת חול המועד פסח האט דער סטוטשינער רב נישט געזינגען קיין מה ידידות - און קיין שום זמירות שבת נאר אשת חיל מיט א ספעציעלע ניגון פון יום טוב, און לקל אשר שבת. (ס׳דא וואס זאגן אז דער אלטער סטוטשינער רב רבי איציקל האט יא געזינגען שבת חול המועד פסח מה ידידות.
ו. חודש אלול האט מען אויך געזינגען אן אנדערע מה ידידות.
ר' מאיר אריק האט געוואוינט אין טורנא צוזאמען מיט ר' איציקל סטיטשינער און ר' אלטערל פון דשיקוב. סטיטשין און דשיקוב האבן ביידע געהאט די זעלבע מנהגים אויף די ענינים נאר פארשטייצעך אנדערע ניגונים. האט ר' מאיר אמאל געזאגט "עטס מיינטס אז קענען עפעס א פארשטיפטע פרמ"ג מיינט זיין א ת"ח? זיין א ראפשיצער חסיד און וויסען פונקטלעך וועלכע מעין עולם האב מען זינגט יעדע וואך סיי אין סטיטשין און סיי אין דשיקוב, דעס מיינט א ת"ח..."
צווי הוספות צו דיין שיינע תגובה.
מעין עולם הבא זינגט מען שקלים זכור און פרה די זעלבע (די ניגון פון די לעצטע אור פניך, אדער שושנת יעקב) חוץ החודש וואס מען זינגט די ניגון פון כל חמירא. שירה זינגט מען די געווענטליכע מעין עולם.
קיין שום שבת שחל ביו"ט אדער חוה"מ זינגט מען נישט קיין שבת זמירות.
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: נגונים וואס מ'זינגט אין סטוטשין
ער האט אויסגעלאזט:
ז. שבת חנוכה האט מען געזינגען די מזמור שיר חנוכת
ח. שבת פאר שבועות האט מען געזינגען א שבועות ניגון
ז. שבת חנוכה האט מען געזינגען די מזמור שיר חנוכת
ח. שבת פאר שבועות האט מען געזינגען א שבועות ניגון
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re: נגונים וואס מ'זינגט אין סטוטשין
שיר השירים הרה"ק ר משה ראזוואדוב זי"ע
Re:
סטיטשינער האט געשריבן:די זעלבע זינגט מען שמחת תורה. אבער מיט א רעקארדינג, ובפרט אן אלטע, איז אוממעגליך ארויס צו ברענגען די עכטע שיינקייט פון די ניגון, וכ''ש די בענקעניש און דביקות. אשרי אוזן שומעת זאת.
אויך זינגט מען עס שבת סליחות אויף
ברוך קל עליון
Re: נגונים וואס מ'זינגט אין סטוטשין
ערגץ ווי האב איך געליינט (אויב ווייסט ווי שרייב עס ביטע)
אז פארן מלחמה איז גוועהן 36 מה ידידות נגונים קען עס איינער באשטעטינגון
ווייסט איינער וויפיל מווייסט היינט ס"ה ?
אז פארן מלחמה איז גוועהן 36 מה ידידות נגונים קען עס איינער באשטעטינגון
ווייסט איינער וויפיל מווייסט היינט ס"ה ?
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: נגונים וואס מ'זינגט אין סטוטשין
רבותינו האט געשריבן:ערגץ ווי האב איך געליינט (אויב ווייסט ווי שרייב עס ביטע)
אז פארן מלחמה איז גוועהן 36 מה ידידות נגונים קען עס איינער באשטעטינגון
ווייסט איינער וויפיל מווייסט היינט ס"ה ?
לכאורה אין ראזוואדאוו נישט אין סטוטשין
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re: נגונים וואס מ'זינגט אין סטוטשין
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:רבותינו האט געשריבן:ערגץ ווי האב איך געליינט (אויב ווייסט ווי שרייב עס ביטע)
אז פארן מלחמה איז גוועהן 36 מה ידידות נגונים קען עס איינער באשטעטינגון
ווייסט איינער וויפיל מווייסט היינט ס"ה ?
לכאורה אין ראזוואדאוו נישט אין סטוטשין
יא יא גרעכט
- משה צימערינג
- שר האלפיים
- תגובות: 2124
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
- לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג
Re: נגונים וואס מ'זינגט אין סטוטשין
or
דאס איז די אלטע רבי אדער די היינטיגע?
הערן זיך זייער ענליך
דאס איז די אלטע רבי אדער די היינטיגע?
הערן זיך זייער ענליך
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: נגונים וואס מ'זינגט אין סטוטשין
סתם א איד
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17017
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: נגונים וואס מ'זינגט אין סטוטשין
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:רבותינו האט געשריבן:ניגון אליהו הנביא דאכט זיך מיר איז פון הייליגען ר"ר אלימלך זי"ע קען עס איינער באשטעטיגון?
אזוי איז מקובל, הרב רוס האט עס ארויסגעגעבן אויפן אלבום איש חסיד (אויפן זמר חי השם). ער ברענגט דארט עטליכע מקורות
דאס איז די זעלבע וואס מ'זינגט אי בעלזא ביים לאכעדיג מלוה מלכה (מוצ"ש חוהמ"ס)?