די בעסטע ניגונים שרייבער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

שרייבען ניגונים איז א געוואלדיגע טאלאנט! א ניגון דארפן אלע ווערטער קלאפן אפגערעדט אויב די ניגון איז געבויעט אויף גראמען.
וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן דעם דעת הקהל איבער דעם נושא, און ווער עס פארנעמט דעם אויבנאן אין דעם געביט.

לפענ"ד איז ר' יום טוב עהרליך געווען די שטערקסטע אין מאכן אידישע ניגונים מיט גראמען,
איינס נאכדעם איז ר' פנחס מרדכי וועבער - פינקי,

ישי ריבו איז לויט מיר די שטערקסטע אין לשון הקודש,
לפנות בוקר
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

לפנות בוקר האט געשריבן:שרייבען ניגונים איז א געוואלדיגע טאלאנט! א ניגון דארפן אלע ווערטער קלאפן אפגערעדט אויב די ניגון איז געבויעט אויף גראמען.
וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן דעם דעת הקהל איבער דעם נושא, און ווער עס פארנעמט דעם אויבנאן אין דעם געביט.

לפענ"ד איז ר' יום טוב עהרליך געווען די שטערקסטע אין מאכן אידישע ניגונים מיט גראמען,
איינס נאכדעם איז ר' פנחס מרדכי וועבער - פינקי,

ישי ריבו איז לויט מיר די שטערקסטע אין לשון הקודש,

האסט עס ארויס אבער א טראפקעלע צומישט. ר' יו"ט עהרליך ע"ה איז געווען דער שטארקסטער שרייבער, אויף דעם זענען אלע מודה. קונצליך און פונקטליך, און אזוי אויך קיינמאל נישט געפוטשט ווען עס איז געקומען אריינצושטופן א ווארט אדער א גראם. ר' פינקי הי"ו איז זייער א טאלאנטפולער גראמער, אבער ער איז א ווארט פאבריצירער און א ווערטער שטופער, ממש נישט אויפן קלאסישן וועג פון ר' יו"ט עהרליך ע"ה.

ישי ריבו דאגעגן, איז טאקע זייער א טאלאנטפולער שרייבער, אבער ער אליין איז מודה אז זיינע ווערק זענען אממערסטנס נאכגעמאכט פון דעם מייסטער ר' שלום יוסף (שולי) ראנד הי"ו וועלכער האט אים אויסגעלערנט די מהלך פון אויסמישן פיוטים און מאדערנע גראמען.

לענ"ד זענען היינט די בעסטע שרייבער ר' יונתן שווארץ הי"ו און ר' וועלוול פעלדמאן הי"ו וועלכע צייכענען זיך אויס אין שרייבן ווערטער אויפן מהלך פון לאזן די מעשה שפינען נאטורליך, און נישט אויסדרייען זאצן אדער ווערטער לטובת דעם גראם. אויף עברית איז מיין בעסטער שרייבער ר' שלום יוסף (שולי) ראנד הי"ו.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יונתן מיט וועלוול אין איין שורה. ווואף...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7709
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

ווערטער איז נישט מיין האבי עכט, אבער ליפא צונעמט מיר עפעס יעדע מאל ווי גוט ער זעצט די ווערטער, און ליפא האט נישט קיין פראבלעם אז א ליין זאל נישט גראמען ווי לאנג עס שטומט בעסער אזוי
#איך-פארק-מענטשליך
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

שולי ראנד אין עיברית
מאטי אילאוויטש אין אידיש
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

מקווה איד האט געשריבן:ווערטער איז נישט מיין האבי עכט, אבער ליפא צונעמט מיר עפעס יעדע מאל ווי גוט ער זעצט די ווערטער, און ליפא האט נישט קיין פראבלעם אז א ליין זאל נישט גראמען ווי לאנג עס שטומט בעסער אזוי

ליפא איז אויך צו משוגע ווערן!
זיין משה רבינו פון מונה אדער דער רש"ש ניגון פון מיכאל - ער איז פיין!
לפנות בוקר
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7709
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

לפנות בוקר האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:ווערטער איז נישט מיין האבי עכט, אבער ליפא צונעמט מיר עפעס יעדע מאל ווי גוט ער זעצט די ווערטער, און ליפא האט נישט קיין פראבלעם אז א ליין זאל נישט גראמען ווי לאנג עס שטומט בעסער אזוי

ליפא איז אויך צו משוגע ווערן!
זיין משה רבינו פון מונה אדער דער רש"ש ניגון פון מיכאל - ער איז פיין!

איך האב שוין כמעט פארגעסען אז ער טוט דעס אבער האט מיר יעצט פיין דערמאנט ביי זאנוויל
#איך-פארק-מענטשליך
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

ר' יקיר ברוין איז אין אונזער דור די גראדסטע שרייבער און זאגער לענ"ד
בעיביסיטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעיביסיטער »

.
שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

און חידושים און ווערטער און אין גראמען איז פינקי
שיין קלאסיש און רייך געשריבן איז בלי שום ספק מאטי אילאוויטש
און עברית גם אני מצתרף לשולי רנד,
און ענגליש איז שרולי בעססער מיין פעיוואריט
אשריך
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 7:10 pm

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשריך »

מאטי אילאוויטש
ס'דא שרייבערס וואס וועלן נעמען שווערע ווערטער אפילו ספארלירט די חן און מ'פארשטייט נישט וואס זיי ווילן אבי מ'זאל זאגן סאיז טיף.. א חידוש..
אבער מאטי איז נישט אזוי ער וועט ניצן די פשוסטע גראם ווילאנג סברענגט בעסער ארויס די מעשה זיינע ניגונים זענען קלאר פארשטייסט יעדע ווארט ער קען אמאל אריינווארפן שווערע ווערטער אבער נאכאלץ נישט פארלירן די חן

די מערסטע וואס מאטי איז אויסגעצייכנט איז זיינע געדאנקען זיין תוכן וואס ער לייגט אריין
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

פאטעטא קוגל האט געשריבן:ר' יקיר ברוין איז אין אונזער דור די גראדסטע שרייבער און זאגער לענ"ד

גערעכט.

איך האב פשוט פארגעסן זיין נאמען, און עס איז זיין אייגענער שולד, ווייל ער גיבט נישט ארויס נאך אלבומס. זיינע לידער זענען לכאורה די טיפסטע פון אלע אידישע היימישע אלבומס וואס קומען ארויס. איך קען סיי די 'יש מנהיג לבירה' און סיי די 'חזקו ואמצו' פון אויסענווייניג.
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

טישטוך האט געשריבן:
פאטעטא קוגל האט געשריבן:ר' יקיר ברוין איז אין אונזער דור די גראדסטע שרייבער און זאגער לענ"ד

גערעכט.

איך האב פשוט פארגעסן זיין נאמען, און עס איז זיין אייגענער שולד, ווייל ער גיבט נישט ארויס נאך אלבומס. זיינע לידער זענען לכאורה די טיפסטע פון אלע אידישע היימישע אלבומס וואס קומען ארויס. איך קען סיי די 'יש מנהיג לבירה' און סיי די 'חזקו ואמצו' פון אויסענווייניג.

ווי איך האב געהערט ארבעט ער אויף נאך א פראיעקט, דארף מען ביי אים אנפרעגן ווי ס'האלט.
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

לדעתי ליפא שמעלצער און וועלווי פעלדמאן
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

טישטוך האט געשריבן:
פאטעטא קוגל האט געשריבן:ר' יקיר ברוין איז אין אונזער דור די גראדסטע שרייבער און זאגער לענ"ד

גערעכט.

איך האב פשוט פארגעסן זיין נאמען, און עס איז זיין אייגענער שולד, ווייל ער גיבט נישט ארויס נאך אלבומס. זיינע לידער זענען לכאורה די טיפסטע פון אלע אידישע היימישע אלבומס וואס קומען ארויס. איך קען סיי די 'יש מנהיג לבירה' און סיי די 'חזקו ואמצו' פון אויסענווייניג.

ער איז טאקע גאר קארעקט און אויסגעהאלטן אין שרייבן. איך מיין אבער אז ער האט אביסל א ארעמע שפראך מיט א באגרעניצטער צאל ווערטער אויסלייג. אזוי ליגט מיר אין קאפ.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ירח בן יומו
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 6:20 am

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירח בן יומו »

אינטערעטסאנסטע גראמען (נאר דעם עצם גראם) - פינקי
אביסל טיפערע ווערטער און אויך מאכען פון איין געדאנק א גאנצע ניגון - מאטי אילאוויטש
אלע אויבנדערמאנטע מעלות און מערסטע קריעיטיוו - ליפא
אוועטאר
ירח בן יומו
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 6:20 am

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירח בן יומו »

אויך האב איך גאהר לעטצטענס געהערט אפאר גאהר פיינע זאכען פון ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

ווען פינקי שרייבט ווען אין גרויסן וואלט איך לכאורה אים געשריבן, אבער אזויווי ער שרייבט כמעט נאר פאר מיכאל און אלעס לויפט אויף א געוואוסע סטייל צוגעפאסט פאר מיכאל'ן קען איך אים נישט אנרופן אלס א אידישע ניגונים שרייבער פאר די ברייטע גאס..
וועל איך עס געבן פאר מאטי אילאוויטש פאר מער פשוטע אבער גוט געזעצטע שורות, און פאר ליפא פאר ווען ס'פעלט זיך אויס מער קונצליכע גראמען
המאור שבה יחזירנו למוטב!
חיים נחום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:38 pm

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים נחום »

ליפא, זיכער.
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע: דארטן

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

ליפא
פינקי
מאטי אילאוויטש
וועלוול פעלדמאן
זיך טענה'ן מיט א נאַר איבערצייגט אז עס זענען דא צוויי.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

הרה"ג ר' פייבל קליין שליט"א האט מען פארזעהן, הגם ער איז נישט אזוי פאפולער איז ער א מייסטער אין תוכן'פולע און קריעטיווע גראמען, זיין זאפאס פון שווערע לשון קדוש ווערטער איז עפעס וואס קיינער פון אויבנדערמאנטע האבן

ליפא און מאטי וואלט איך געלייגט אין איין ליין. הגם ביידע האבן זייער אייגנארטיגקייטן האבן זיי ביידע מער ווייניגער די זעלבע שניט און קריעטיוויטי, ביידע שרייבן, קאמפיזירן, זינגען, זיי האבן ביידע קריעטיוו געדאנקען אבער איך וואלט געזאגט אז מאטי שטייגט איבער ליפא אין דעם הינזיכט

פינקי איז עפעס א מין בפני עצמו
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
גראמער
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

די שענסטע ניגונים שרייבער בדורינו איז לשיטתי ליפא און מאטי.

מאטי שרייבט גאר הערליך און רייך, און זיינע ווערטער זוצן אויף די ניגון ווי א פידל. רוב זיינע ניגונים האבן טאקע מער פשוטע גראמען.

ליפא פון די אנדערע זייט קען שוין יא מאכן קונצן ביים שרייבן, מיט אינטערעסאנטע גראמעלעך, אבער וועט אייביג זוצן באקוועם אויף די ניגון.


איך גלייב נישט אז א צווייטער וואלט געקענט שרייבן די משה רבינו ניגון אזויווי ליפא.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

איך האב אייביג געמיינט אז עס איז פינקי'ס חידוש צאמצושטעלן ווערטער פאר א גראם, למעשה האב איך געליינט עפעס אן אלטע ביכל פון גראמען ווי ער רעדט דארט ארום פון אלע מיני גראמען און ער רעדט דארט שטארק ארום פון די זאך פון צוזאמשטעלן ווערטער... דער דוגמא וואס ער גיבט.... בעט-זיך - מכות רצח
לפנות בוקר
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

מען רעדט דא פון שרייבן ניגונים מיט ווערטער אדער בלויז ווערטער?
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: די בעסטע ניגונים שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

לפנות בוקר האט געשריבן:איך האב אייביג געמיינט אז עס איז פינקי'ס חידוש צאמצושטעלן ווערטער פאר א גראם, למעשה האב איך געליינט עפעס אן אלטע ביכל פון גראמען ווי ער רעדט דארט ארום פון אלע מיני גראמען און ער רעדט דארט שטארק ארום פון די זאך פון צוזאמשטעלן ווערטער... דער דוגמא וואס ער גיבט.... בעט-זיך - מכות רצח

גראדע ביי ר' יו"ט ערליך האב איך עס אויך געטראפן עטליכע מאל, דארף זיך דערמאנען וואו.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”