קלאָצקאָפּ האט געשריבן:סטאוו, דיינע ידיעות זענען צום שטוינען! כ'באלעק מיך די פינגער!
בירורי מקורות הניגונים
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יצחק טובי'
- שר האלף
- תגובות: 1348
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am
Re: בירורי מקורות הניגונים
Re: בירורי מקורות הניגונים
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אליקים געציל האט געשריבן:געהערט פון הרב קעפעטש אז דער ניגון וואס מ'זינגט אין סקולען אויף אשרי מי שראה פניו בחלום
(מאנכע זינגען עס אויף במוצאי יום מנוחה / אם תעירו ואם תעוררו את האהבה)
האט נישט קיין מקור אז עס קומט פון רוזשין.
איז דאס ריכטיג?
נישט ממש, אמת אז דאס אז די וועלט מיינט אז ס'איז דורי דורות מקובל אין אלע רוזשינע הויפן איז נישט אזוי אבער ס'איז פארט דא א שטארקע מקור אז ס'איז דעם רוזשינערס ניגון.
ווען די סקולענע רבי זי"ע איז ארויסגעקומען פון רומעניע האט ער עס געברענגט פארן בוהושע רבין (דער אהלי יעקב, שפעטער הוסיאטינע רבי) און דערציילט אז מ'פלעגט עס זינגען אין בוהוש אינדערהיים און אז ס'איז געווען מקובל פון הייליגן רוזשינער, האט זיך דער בוהושע רבי דערמאנט דערפון אז ס'איז טאקע געווען א הייליגע ניגון מיוחס צים סב"ק.
למעשה איז די מקור דער סקולענע רבי זי"ע (און דער בוהושע רבי) און דאס איז א פעסטע מקור, אבער ס'טאקע נישט דער מקור וואס מענטשן מיינען...
מ'דארף מברר זיין צי וויזשניץ האט א באזינדערע ייחוס פאר דעם ניגון דרך הצמח צדיק.
הערטס אויף. ביי מיר איז עס אנגענומען אלס דעם ריזינער׳ס ניגון
לאז געמאכט...
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: בירורי מקורות הניגונים
מצב כללי האט געשריבן:הערטס אויף. ביי מיר איז עס אנגענומען אלס דעם ריזינער׳ס ניגון
לאז געמאכט...
ער זאגט נישט אנדערש, ער זאגט נאר אז ס'איז נישט געווען באקאנט אלע יארן אין די רוזינער חצרות, נאר סקולענער רבי איז דער וואס האט עס באקאנט געמאכט פאר די וועלט.
Re: בירורי מקורות הניגונים
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מצב כללי האט געשריבן:הערטס אויף. ביי מיר איז עס אנגענומען אלס דעם ריזינער׳ס ניגון
לאז געמאכט...
ער זאגט נישט אנדערש, ער זאגט נאר אז ס'איז נישט געווען באקאנט אלע יארן אין די רוזינער חצרות, נאר סקולענער רבי איז דער וואס האט עס באקאנט געמאכט פאר די וועלט.
גערעכט
פון געציל האט אויסגעזעהן ווי ער מאכט אוועק די גאנצע זאך האב איך מיך דערשראקן
- יוסף פריעדמאן
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7437
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am
Re: בירורי מקורות הניגונים
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אליקים געציל האט געשריבן:געהערט פון הרב קעפעטש אז דער ניגון וואס מ'זינגט אין סקולען אויף אשרי מי שראה פניו בחלום
(מאנכע זינגען עס אויף במוצאי יום מנוחה / אם תעירו ואם תעוררו את האהבה)
האט נישט קיין מקור אז עס קומט פון רוזשין.
איז דאס ריכטיג?
נישט ממש, אמת אז דאס אז די וועלט מיינט אז ס'איז דורי דורות מקובל אין אלע רוזשינע הויפן איז נישט אזוי אבער ס'איז פארט דא א שטארקע מקור אז ס'איז דעם רוזשינערס ניגון.
ווען די סקולענע רבי זי"ע איז ארויסגעקומען פון רומעניע האט ער עס געברענגט פארן בוהושע רבין (דער אהלי יעקב, שפעטער הוסיאטינע רבי) און דערציילט אז מ'פלעגט עס זינגען אין בוהוש אינדערהיים און אז ס'איז געווען מקובל פון הייליגן רוזשינער, האט זיך דער בוהושע רבי דערמאנט דערפון אז ס'איז טאקע געווען א הייליגע ניגון מיוחס צים סב"ק.
למעשה איז די מקור דער סקולענע רבי זי"ע (און דער בוהושע רבי) און דאס איז א פעסטע מקור, אבער ס'טאקע נישט דער מקור וואס מענטשן מיינען...
מ'דארף מברר זיין צי וויזשניץ האט א באזינדערע ייחוס פאר דעם ניגון דרך הצמח צדיק.
געווען א אלטע יוד וואס האט געוואוינט אין ראמעניע פארן מלחמה ער האט געהייסן ר' אריה סלפעטער ז"ל, און ער איז אוועק ווען ער איז אלט געווען 103 יאהר.
זיינע לעצטע יאהרן איז ער געווען אין מושב זקנים וויז'ניץ און פלעגט קומען קיין וויז'ניץ און פלעגט שפילן מיט א פידל ניגונים. מ'פלעגט איהם רופן אריה מיטן פידל.
ער איז געווען די מקור צו די ניגון און עס געזינגען אין ויז'ניץ
ביי איינע פון די ויזנ'יצע חתונות מיט איינע פון די רוזינע הויפן האט מען דעם ניגון זינגען און דעמאלס איז געווען די מעשה אז זיי האבן מאשר געווען אז ס'שטאמט פונעם רוזינער.
כי לך טוב להודות
.ע . ע .ע . ע . ע . ש .ע . ע . . ש . .ע . ש .ע . ע .ש . ש . ש .ע . ע ולשמחה נאה לזמר.ע . ע .ע . ע
.ע . ע .ע . ע . ע . ש .ע . ע . . ש . .ע . ש .ע . ע .ש . ש . ש .ע . ע ולשמחה נאה לזמר.ע . ע .ע . ע
Re: בירורי מקורות הניגונים
וואסיז די מקור פון די אידישע ניגון ''ישמח משה וכו' די שבת האט די בורא געגעבן נאר פאר אונז אידעלעך אליינס וכו"?
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: בירורי מקורות הניגונים
אנקעטע איבער אומבאקאנטע ניגונים:
viewtopic.php?f=106&t=50754
viewtopic.php?f=106&t=50754
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
Re: בירורי מקורות הניגונים
אוי רבשע העלף שוין אלע יודען איז די מוז׳יצע בצאת ישראל פון דברי ישראל?
Re: בירורי מקורות הניגונים
popo האט געשריבן:אוי רבשע העלף שוין אלע יודען איז די מוז׳יצע בצאת ישראל פון דברי ישראל?
בכלל נישט, די ערשטע פאל האט א שטיקל ענליכקייט אבער פארט נישט די זעלבע
Re: בירורי מקורות הניגונים
די ערשטע פאל זינגט מען אין קארלין מיט אנדערע צוויי פאלן און די צווייטע און דריטע פאלן זינגט מען אין קארלין מיט אן אנדערע ערשטע פאל.
Re: בירורי מקורות הניגונים
popo האט געשריבן:די ערשטע פאל זינגט מען אין קארלין מיט אנדערע צוויי פאלן
און די צווייטע און דריטע פאלן זינגט מען אין קארלין מיט אן אנדערע ערשטע פאל.
די ערשטע ווייס איך, אבער די צווייטע ווייס איך נישט, אפשר ברענגסטו א לינק?
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: בירורי מקורות הניגונים
popo האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1COHNXLx4PMfpAm25bNOFoMBimAo-ZTMJ/view?usp=sharing
דאס איז אויכט מאדזשיץ
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re: בירורי מקורות הניגונים
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:popo האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1COHNXLx4PMfpAm25bNOFoMBimAo-ZTMJ/view?usp=sharing
דאס איז אויכט מאדזשיץ
ברענג אהער
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: בירורי מקורות הניגונים
popo האט געשריבן:סטאוו יא פיטא האט געשריבן:popo האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1COHNXLx4PMfpAm25bNOFoMBimAo-ZTMJ/view?usp=sharing
דאס איז אויכט מאדזשיץ
ברענג אהער
דאס איז דאך די בצאת ישראל (היתה יהודה, יהודה לקדשו...) פון דברי ישראל קענסט עס הערן אויפן אלבום 'כולנו מסובין' פון יוסף משה כהנא
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re: בירורי מקורות הניגונים
גערעכט מ'זינגט די גאנצע ניגון מיט די ערשטע פאל אין קארלין אלס מודזיצע ניגון, ומודה ועוזב..
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: בירורי מקורות הניגונים
אין חב"ד זינט מען עס אן די ערשטע פאל, און מיט אן אנדערע הויכע פאל.
Re: בירורי מקורות הניגונים
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אין חב"ד זינט מען עס אן די ערשטע פאל, און מיט אן אנדערע הויכע פאל.
מקור? לינק?
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: בירורי מקורות הניגונים
Who knows האט געשריבן:קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אין חב"ד זינט מען עס אן די ערשטע פאל, און מיט אן אנדערע הויכע פאל.
מקור? לינק?
כ'פראביר עס צו זוכן, אבער איך ווער נישט פערטיג...
Re: בירורי מקורות הניגונים
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:Who knows האט געשריבן:קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אין חב"ד זינט מען עס אן די ערשטע פאל, און מיט אן אנדערע הויכע פאל.
מקור? לינק?
כ'פראביר עס צו זוכן, אבער איך ווער נישט פערטיג...
כ'מיין עס איז אשאד דיין ארבעט, מיין זכרון זאגט מיר אז מ'זינגט עס נישט דארט, געווענליך ווייסט ער וואס ער רעדט
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: בירורי מקורות הניגונים
Who knows האט געשריבן:כ'מיין עס איז אשאד דיין ארבעט, מיין זכרון זאגט מיר אז מ'זינגט עס נישט דארט, געווענליך ווייסט ער וואס ער רעדט
איך בין 100% זיכער אז יא. מעגליך אז דו האסט פשוט נישט צאמגעשטעלט די שייכות.
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: בירורי מקורות הניגונים
Who knows האט געשריבן:קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אין חב"ד זינט מען עס אן די ערשטע פאל, און מיט אן אנדערע הויכע פאל.
מקור? לינק?
געפונען!
https://drive.google.com/file/d/0BzvgEB ... uKfPDDQ2Zg
די ערשטע פאל הערט זיך אנדערש, ווייל ס'האט מער אנגעפילטע תנועות, און ס'האט אויך אביסל אנדערע קנייטשן, אבער די צווייטע פאל איז ממש די זעלבע.
Re: בירורי מקורות הניגונים
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:Who knows האט געשריבן:קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אין חב"ד זינט מען עס אן די ערשטע פאל, און מיט אן אנדערע הויכע פאל.
מקור? לינק?
געפונען!
https://drive.google.com/file/d/0BzvgEB ... uKfPDDQ2Zg
די ערשטע פאל הערט זיך אנדערש, ווייל ס'האט מער אנגעפילטע תנועות, און ס'האט אויך אביסל אנדערע קנייטשן, אבער די צווייטע פאל איז ממש די זעלבע.
איך הער, עפעס א מין מישמאש דא, די ערשטע פאל איז אינו דומה כלל, די צווייטע פאל איז טאקע די זעלבע, די דריטע האט ווייטער נישט קיין שייכות, די פערטע איז גאר די ערשטע פאל פונעם מאדזשיצן ניגון, ווייס איך נישט ווער האט דא אזוי סאך געפאטשקעט
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: בירורי מקורות הניגונים
אינו דומה כלל איז א גוזמא.
די צאמשטעל פון די פערטע פאל מיט די ערשטע פון מאדזשיץ איז מיר שוין נישט בייגעפאלן!
די צאמשטעל פון די פערטע פאל מיט די ערשטע פון מאדזשיץ איז מיר שוין נישט בייגעפאלן!
Re: בירורי מקורות הניגונים
עכ"פ עפעס א שייכות האבן די ניגונים זיכער, צוויי פעלער די זעלבע איז נישט קיין צופאל