זמירות (גאולה ואהבה) לשבת אחר פסח

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: פיוטים צווישען פסח און שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אין דרכי חיים ושלום לייגט ער אראפ וויאזוי דער מונקאטשער רב האט דאס געזינגען מיט השתפכות הנפש ושפך כמים לבו.
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: פיוטים צווישען פסח און שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

להודיע האט געשריבן:איך זוך שוין לאנג צו קויפן א זמירות וואו ס'איז געדרוקט די פיוטי אהבה וגאולה

זמירות מאשר שמינה פון הרה''ח ר' אשר לעמיל שווארץ ע''ה האט עס געדרוקט
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: פיוטים צווישען פסח און שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

להודיע האט געשריבן:איך זוך שוין לאנג צו קויפן א זמירות וואו ס'איז געדרוקט די פיוטי אהבה וגאולה

אין די מונקאטשע סידורים/זמירות איז עס געדרוקט
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: פיוטים צווישען פסח און שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ביי תלמידי וחסידי מונקאטש איז באקאנט מער ווי די איין ניגון המיוחס לר' שמואל קאמאדער זצוק"ל?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: פיוטים צווישען פסח און שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

להודיע האט געשריבן:איך זוך שוין לאנג צו קויפן א זמירות וואו ס'איז געדרוקט די פיוטי אהבה וגאולה

ס'איז געדרוקט אין "פרדס אליעזר" צוזאמען מיט "פרקי אבות". המיוחד להשבועות בין פסח לשבועות.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: פיוטים צווישען פסח און שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

קרייסלער האט געשריבן:די וואונדערליכע ניגון קץ הפלאות פון הרה"ח ר' משה גאלדמאן ע"ה קומט פון איינע פון די פיוטים
הגם אויפן טעיפ שטייט אז די ווערטער קומען פון יוצר לאחרון של פסח, ווארשיינליך א טעות

ס׳איז צװײ עקסטערע ניגונים, די ניגון קץ הפלאות איז טרעק 9 אױף קץ הפלאות, (װען - װעלכע פלעצער זאגט מען די יוצרות?)
סגולתי איז טרעק 9 אױף שומרים, דא האסטו בײדע ביכלעך,
https://drive.google.com/drive/folders/ ... 6_nt1wMQgR
לעצט פארראכטן דורך טעארעטישע פאקטן אום דינסטאג אפריל 27, 2021 11:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: פיוטים צווישען פסח און שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

להודיע האט געשריבן:איך זוך שוין לאנג צו קויפן א זמירות וואו ס'איז געדרוקט די פיוטי אהבה וגאולה

ס'גדרוקט אין די בעלזער שבת'דיגע סידורים - עבודת השם בהוצאת מכון מעשה רוקח.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
קאַטשעלאַב
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 7:31 am

Re: פיוטים צווישען פסח און שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאַטשעלאַב »

להודיע האט געשריבן:איך זוך שוין לאנג צו קויפן א זמירות וואו ס'איז געדרוקט די פיוטי אהבה וגאולה

בן ציון גאלדמאן האט געמאכט אויף דעם א הערליכן ארבעט, איך ווייס נישט אויב ס'איז נאך דא צו באקומען, פרעג זיך נאך.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

Re: פיוטים צווישען פסח און שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

בייגעלייגט א רעקארדירונג פון הרה"ח רבי מרדכי גליקמאן ז"ל פון וויליאמסבורג מזקני וחשובי חסידי מונקאטש, וויאזוי ער (און זיין טאטע ע"ה) פלעגט זינגט דעם ניגון 'גאולה' בשבתות בין פסח לעצרת.

שמעו ותחי נפשכם
לחיים ולברכה!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: פיוטים צווישען פסח און שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

נחמן נתן האט געשריבן:בייגעלייגט א רעקארדירונג פון הרה"ח רבי מרדכי גליקמאן ז"ל פון וויליאמסבורג מזקני וחשובי חסידי מונקאטש, וויאזוי ער (און זיין טאטע ע"ה) פלעגט זינגט דעם ניגון 'גאולה' בשבתות בין פסח לעצרת.

שמעו ותחי נפשכם

וואו יישר כח! דאס איז דאך דער ניגון וואס ס'איז ארויסגעקומען אויף וכל החיים 5 גאר שיין אראפגעשפילט.

אין גליון עתיקין - שבועות צים סוף ביי די מכתבים, שרייבט הרב דוד מאיר רוס בשם ר' מרדכי הנ"ל אז דער ניגון "האט דער מנחת אלעזר" געזינגען אויף די פיוטים, דא זאגט ר' מרדכי קלאר נישט אזוי. ער זאגט אז אין מונקאטש האט מען עס געזינגען אין די ד' פרשיות, און "זיין טאטע" האט עס געזינגען אויף די פיוטים (און אויף בר יוחאי). ווי אויך לייגט ער צי אז ס'איז נישט קיין אלטע ניגון אין מונקאטש

דער ניגון איז מיוחס צי ר' אביש מאיר פון צאנז, אינטערסאנט וואס ר' מרדכי זאגט אז ס'איז געקומען פון ארץ ישראל. דארף מען וויסן
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

Re: פיוטים צווישען פסח און שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:בייגעלייגט א רעקארדירונג פון הרה"ח רבי מרדכי גליקמאן ז"ל פון וויליאמסבורג מזקני וחשובי חסידי מונקאטש, וויאזוי ער (און זיין טאטע ע"ה) פלעגט זינגט דעם ניגון 'גאולה' בשבתות בין פסח לעצרת.

שמעו ותחי נפשכם

וואו יישר כח! דאס איז דאך דער ניגון וואס ס'איז ארויסגעקומען אויף וכל החיים 5 גאר שיין אראפגעשפילט.

אין גליון עתיקין - שבועות צים סוף ביי די מכתבים, שרייבט הרב דוד מאיר רוס בשם ר' מרדכי הנ"ל אז דער ניגון "האט דער מנחת אלעזר" געזינגען אויף די פיוטים, דא זאגט ר' מרדכי קלאר נישט אזוי. ער זאגט אז אין מונקאטש האט מען עס געזינגען אין די ד' פרשיות, און "זיין טאטע" האט עס געזינגען אויף די פיוטים (און אויף בר יוחאי). ווי אויך לייגט ער צי אז ס'איז נישט קיין אלטע ניגון אין מונקאטש

דער ניגון איז מיוחס צי ר' אביש מאיר פון צאנז, אינטערסאנט וואס ר' מרדכי זאגט אז ס'איז געקומען פון ארץ ישראל. דארף מען וויסן

א תיקון אויף וואס איר שרייבט, ר' מרדכי מיינט צו זאגן אז ער קען עס צוליב וואס זיין טאטע האט עס געזונגען אויף די פיוטים (און אויף בר יוחאי), אבער ער זאגט נישט אז דער מנחת אלעזר האט דאס נישט געזונגען אויף די פיוטים. דער מנחת אלעזר האט דאס לכאו' יא געזונגען אויף די פיוטים און צוליב דעם האט זיין טאטע (וואס איז געווען א שטארקע חסיד פון מנחת אלעזר) דאס געזונגען אויף די פיוטים.

און דאס וואס ער זאגט אז אז אין מונקאטש האט מען עס געזונגען אין די ד' פרשיות, דאס ווייסט ער צו זאגן אלץ איינער וואס האט גאר אסאך גענאַשט פון די פריערדיגע מונקאטשע חסידים אין וויליאמסבורג מיט וועמען ר' מרדכי איז געווען גאר שטארק פארבונדן, און ער זעלבסט, ר' מרדכי, האט מיט געטריישאפט ממשיך געווען אינעם מונקאטשער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג די אלע ניגונים און מנהגים לבית מונקאטש.

אגב, אינעם המשך פונעם שמועס מיט ר' מרדכי (וואס יענער שטיקל איז נישט אינעם בייגעלייגטן רעקארדונג) לייגט ר' מרדכי צו אז האדמו"ר מדינוב שליט"א זינגט דאס אויך אויף 'כל מקדש'.
לחיים ולברכה!
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: פיוטים צווישען פסח און שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

איז אזוי

ביים מנחת אלעזר איז נישט געווען קיין ניגון קבוע פאר די פיוטים, אמאל אזוי און אמאל עפעס אנדערש
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: פיוטים צווישען פסח און שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אוהב ספרים האט געשריבן:איז אזוי

ביים מנחת אלעזר איז נישט געווען קיין ניגון קבוע פאר די פיוטים, אמאל אזוי און אמאל עפעס אנדערש

;l;p- מיז אזוי זיין, יעדע מונקאטשע חסיד ביי וועם כ'האב אנגעפרעגט זאגט מיר אז זיין זיידע - וואס איז געווען ביים מנח"א... - האט געזינגען א אנדערע ניגון אויף די פיוטים. "מסתמא" אויב וואלט געווען א ניגון קבוע וואלטן די חסידים עס אויך געזינגען. ווי אויך וואלט דאך נישט כ"ק אדמו"ר שליט"א איינגעפירט דעם ר' שמואל קאמאדער'ס ניגון
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אשמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 26, 2009 8:42 am

Re: פיוטים צווישען פסח און שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמע »

אין א שמועס מיט הרה"ח ר' הערשל עהרנפעלד שליט"א - וואס ר' מרדכי גליקמאן ע"ה דערמאנט איהם אינעם אויבן-אטאשירטן שמועס אנצייכענענדיג אויף איהם אז ער ווייסט צו זאגן איבער די מקור פונעם ניגון - זאגט ער בשם זיין טאטן ע"ה אז דער מנחת אלעזר זי"ע האט 'אהיים געברענגט' דעם ניגון פון ארץ ישראל זייענדיג דארט בשנת תר"צ.

נאך צייכענט ר' הערשל אן (עכ"פ אזוי האב איך פארשטאנען פון איהם) אז יעדעס יאהר פלעגט מען ביים מנחת אלעזר מאכן א נייע ניגון אויף 'אור פניך' און דאס האט מען גענוצט שפעטער אויף 'כל מקדש', און ווען דער ניגון איז געקומען האט מען דאס גענוצט און אזוי איז דאס אויך אריין אלס א כל מקדש.

עכ"פ לדבריו, איז דאס א ניגון וואס דער מנחת אלעזר האט זיך באקענט דערמיט זייענדיג אין ארץ ישראל.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פיוטים צווישען פסח און שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:די וואונדערליכע ניגון קץ הפלאות פון הרה"ח ר' משה גאלדמאן ע"ה קומט פון איינע פון די פיוטים
הגם אויפן טעיפ שטייט אז די ווערטער קומען פון יוצר לאחרון של פסח, ווארשיינליך א טעות

ס׳איז צװײ עקסטערע ניגונים, די ניגון קץ הפלאות איז טרעק 9 אױף קץ הפלאות, (װען - װעלכע פלעצער זאגט מען די יוצרות?)
סגולתי איז טרעק 9 אױף שומרים, דא האסטו בײדע ביכלעך,
https://drive.google.com/drive/folders/ ... 6_nt1wMQgR


די ניגון קץ הפלאות אויפן אלבוים קץ הפלאות
די ווערטער הייבט זיך אן חשבון קץ ראשון לאב המון נסתר וכו'
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: פיוטים צווישען פסח און שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

קרייסלער האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:די וואונדערליכע ניגון קץ הפלאות פון הרה"ח ר' משה גאלדמאן ע"ה קומט פון איינע פון די פיוטים
הגם אויפן טעיפ שטייט אז די ווערטער קומען פון יוצר לאחרון של פסח, ווארשיינליך א טעות

ס׳איז צװײ עקסטערע ניגונים, די ניגון קץ הפלאות איז טרעק 9 אױף קץ הפלאות, (װען - װעלכע פלעצער זאגט מען די יוצרות?)
סגולתי איז טרעק 9 אױף שומרים, דא האסטו בײדע ביכלעך,
https://drive.google.com/drive/folders/ ... 6_nt1wMQgR


די ניגון קץ הפלאות אויפן אלבוים קץ הפלאות
די ווערטער הייבט זיך אן חשבון קץ ראשון לאב המון נסתר וכו'

װאס איז די חילוק פון ״יוצר לשבת שניה אחר פסח" װאס שטײט בײ קץ הפלאות? און ״פיוטי אהבה וגאולה״ פון סגולתי אױף שומרים?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

Re: פיוטים צווישען פסח און שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

פון א פיוט מיט'ן פירוש
אטעטשמענטס
‏‏לכידה.JPG
‏‏לכידה.JPG (43.61 KiB) געזען 950 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”