קלאָצקאָפּ האט געשריבן:זעט אויס א שיינע ארבעט!
בנוגע די סאטמארע אהבה רבה, פון וואו נעמט ער אז דאס נישט אראפגיין ביי די צווייטע מאל די ערשטע פאל איז א טעות? אויב זינגט מען די ערשטע דריי מאל די זעלבע איז עס דאך נישט שתים שהן ארבע, נאר גלאטע פיר. ס'האט נישט קיין פשט איבערצוזינגען א פאל פיר מאל.
מען זינגט די ערשטע פאל קודם נאר צוויי מאל, און ביי די ענדע פון די צווייטע מאל גייט מען נישט אראפ אינגאנצען, מען הייבט נאכאמאל אן און מען זינגט נאכאמאל צוויי מאל, מען שטעלט זיך אפ און דאן הייבט מען אן די צווייטע פאל.
עס טיט מיר שוין לאנג באנג וויאזוי מען זינגט דעם ניגון שבועות אין ביהמ"ד. מען זינגט איבער דעם ערשטען פאל 6 אדער 7 מאל נאכאמאל און נאכאמאל אן קיין שום פלאן, און פלוצלינג פאלט מען אריין אין דעם צווייטען פאל.
איך רעדט שוין נישט פון דעם פראבלעם אז מען האט עס אנגעהויבן צו זינגען "שנעל" ווי עס פארלירט דעם גאצע נשמה פון דעם ניגון.
איך רעד מיך נישט איין אז עס גייט זיך עפעס טוישן, אבער ווער עס הערט ווי אזוי עס ווערט אפגשפילט אין דעם אנעים זמירות טעיפ וועט פאר שטיין וואס פאר א שאד עס איז אז מען זינגט נישט דעם ניגון ריכטיג.
און אוודאי איז כדאי צו הערן ווי אזוי דער רבי זי"ע פירט דעם ניגון בי דיי נענועים סיי דעם סדר ביים אנהייב פונעם ניגון און סיי דעם ריטעם (שטאטקייט) פון דעם ניגון און ווי אזוי דער עולם באגלייט אים מיט א געוואלדיגע התעוררות.
אולי וועט אפשר יא פון דעם גליון אן אויפוואכונג אז מען וועט אנהייבן צו זינגען דעם געוואלדיגען און הייליגען ניגון אויפן ריכטיגען וועג און מען וועט מרגיש זיין א סאך גרעסערע התעורות.