אלטערנאטיווע מוזיק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

איינס האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:אדי האט נישט קיין פשט לדעתי ווען סקומט צו למעשה, אפילו שולי קעקעצט ווען מפרעגט אים וואס ער וויל, למעשה קען איך אזויפיל זאגן אז מיט מיין גאנצע אומפארשטענדעניש הער איך עס איבער און איבער, אפשר איז עס נישט אלטערנאטיוו, אבער טאלאנט איז עס בלי ספק.

:oops: איך שעם מיר פאר דיר...

הוא אשר דיברתי, מזעהט איין ארט אן האבן קיין אנונג וואס די ארט איז?!

טישטוך אפשר קום אריין און צולייג די אדי ניגון?

לאמיר קלאר מאכן נאכאמאל, אדי איז אפיציעל געמאכט געווארן אלס מחאה אנטקעגן די פראות וואס דער יוגנט באגייט, דער פאקט איז אז אין אינטערוויוס זאגט שולי אליינס אז יותר ממה שאמרתי כתוב כאן אבער ער קען נישט אנדייטן.

איך און איך גלייב אז אנדערע אויך זענען נישט געווארן קיין פענס פון ראנד ספעציפיש און פון אלטערנאטיווע מוזיק בכלל אין ליכט פונעם אדי ניגון, על פי רוב ווען איך בין אין א שולי רנד מאאד וועל איך אריבערמישן דעם אדי ניגון, נאר וואס דען? דעם ניגון קען מען נישט אוועקמאכן, איך קען עס הערן און הערן, ארט איז לאוו דוקא א זאך וואס מפארשטייט-טאקע נישט בלויז נאנסענס אבער נישט אלעס דארף מען פארשטיין.

אדרבה זיי די מסביר דעם "רפא-ל" ניגון, סהאט נישט קיין מוסר השכל אדער נמשל, בסך הכל אראפגעלייגט א געוויסע געשעניש מיט ווערטער אין מעלאדיע, נאר וואס דען? די קענסט זיך גרינגער מחבר זיין צו א רוחניותדיגע סיטואציע פון צוויי פארלוירענע יונגן וואס פארן אין א קאלטן נאכט זיך אויסגיסן דאס הארץ ביי רבי שמעון, דאס אז אנדערע קענען זיך [ליידער] מחבר זיין צו א ווילדע כאפלא מיט געווירצן און דעטראנקען באגלייט מיט געוואלדן און פארברעכן וואס ענדיגט זיך מיט א ביטערן טעם אין מויל מאכט זיי נישט פאר בלינדע אלטערנאטיווע שוואנצונים...
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

נשמת השכל האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:.

יאך זע נישט וואס @נשמת האט שלעכט געשריבן, ער האט זייער שיין צוטיילט נגינה ביי הרגשים, וואס איז נוגע אויף למעשה ווייסיך נישט אבער דאס איז וואהר אז קארליבאך לידער זענען מער שווערע הרגשים און ווייניגער התבוננות משא"כ ביי אלגעמיינע אלטע חסידישע לידער, אלטערנאטיווע מוזיק האט א אנדערע מין הרגש כוואלט נישט געזאגט אז קארליבאך איז ייאוש און אלטערנאטיוו איז העדר, ביי מיר זענען ביידע א געדאנק פון תשוקה און העדר נאר געלערנט אין א אנדערן צימער אדער דורך א אנדערן מגיד שיעור.

איך האב קיינמאל נישט געשריבן אזא זאך אז די 'התבוננות' איז די חילוק דא, איך האב בסך הכל געשריבן די חילוק אינעם הרגש, אז עס איז פארהאן א חילוק ווען א מענטש איז בשפלות מיט זיינע הרגשים - וואס דאן מאכט ער שפלות'דיגע ניגונים וועלעכע רעדן צו א הארץ וועלעכע איז בשפלות, און עס פארהאן ווען א מענטש איז העכער זיין שפלות - וואס דאן מאכט ער ניגונים וועלעכע קענען זיין נוטה צו גדלות.

עס איז אויך פארהאן ווען א מענטש שפירט בשפלות אבער מיט דעם אלעם האט ער נטייה ארויסצוקריכן פון זיין שפלות און גיין העכער ארויף ארויף ארויף, וואס דאס האב איך בעצם נישט אזוי ווייט אנגערירט אן מיין ארגינעלע תגובה - און גראדע איז עס בעצם נכלל אין די צווייטע סוג בתוך סוג וואס איך שרייב דארט:
נשמת השכל האט געשריבן:דערנאך איז פארהאן א צווייטע סוג בתוך סוג השני - וואס דאס איז ניגונים פון שפלות און עצבות און פארלוירנקייט, וואס אין די פארלוירנקייט וואס מען שפירט אינעם ניגון שפירט זיך אויך א געוויסע הרגשה אז אין די פארלוירנקייט קוק איך ארויס און איך האף א ישועה, דהיינו - הגם איך בין גוט גוט פארלוירן און צובראכן, דאך אולי יש תקוה, און אין מיין צובראכענקייט גארג איך און איך לעכצע און גיי אויס פאר עפעס וואס זאל מיך אנפילן און זעטיגן, א שטייגער ווי געוויסע שלמה קארליבאך און יהודה גרין ניגונים - לדוגמה דער ניגון 'ושם נשיר' פון 'שלמה קאליבאך' אדער 'אם אתה מאמין' פון 'יהודה גרין' [די צווייטע פאל בעיקר]

נאך א גוטע ר' שלמה משל פון א ניגון וועלעכע קומט פון שפלות אבער מיט א נטייה צו העכער'ס איז דער ניגון 'אבינו מלכינו אין לנו מלך אלא אתה' [יהודה גרין זינגט עס אויף זיין אלבוים 'נועם הנשמות' - דוכט אז ער שרייבט דארט אז עס איז שלמה'ס ניגון].

לגבי די 'העדר' און 'יאוש' וואס דו ערווענסט - דאס איז בעצם די נפק'"מ פון די ערשטע צוויי סוגים בתוך סוג וואס איך ברענג ארויס אין מיין תגובה. 'העדר' איז די עצם געפיל אז עס איז נישט גוט איך בין פארלוירן, ווידעראום 'יאוש' איז שוין ווען ער נעמט שוין זיין 'העדר' צו נעקסט לעוועל..

אבער דאס זאגסטו ריכטיג אז גאר אסאך פון קארליבאך ניגונים זענען מער פונעם יאוש'דיגן סארט - הגם עס זענען פארהאן פילע וועלעכע זענען יא מיט מער האפענונג.

איך האב נישט געשריבן אז קארליבאך איז ייאוש, נאר "העדר" ווי די האסט שיין מסביר געווען דעם חילוק פון די צוויי.

לדעתי איז נישט דא כמעט קיין ניגון וואס איז קאמפלעט ייאוש, אין דיין פריערדיגן תגובה האסטו געשריבן אז אין יעדעם ניגון ליגט די דירעקציע צו ווי דער משורר איז געוואנדן, איך בין מחולק מיט דעם.

אין קיין איין ניגון כמעט ליגט נישט די לייזונג פארן משוררס פראבלעם, יא סאיז דא לידער וואס ווערן געזינגען אין א ייאושדיגן מצב אבער מיט די אויגן ארויף, ווי ארויף ווייסט ער נישט אבער אוועק פון דא וויל ער זיך זעהן פאר זיכער, א ניגון ווי דער משורר האט שוין דערגרייכט זיין ציל-אפילו דער ציל איז א שלעכטער און בעצם דארף ער ווייטער גיין-וועט נישט רעדן צו מיר, א גוטע דוגמא דערצו זענען רוב לידער פון שלומי שבת, דערנאך זענען דא לידער וואס ווערן געזינגען אין א מצב פון העדר אין אפטמאל ייאוש אבער מיט א פלאן אויף ווייטער, טאקע נישט קיין אדרעס פארן דזשי פי עס אבער ער ווייסט אז ער איז אויף גרויסע צרות און אפילו ער גייט למעשה גארנישט טון איז אבער דער ניגון געבויעט אויפן ידיעה און ווילן יא צו טון עפעס, א דוגמא איז קארליבאך, יהודה גרין, און רוטב אלטערנאטיווע מוזיק און אסאך פון די מעינסטרים אויכעט נאר אויף א שוואכערע לעוול, דערנאך איז דא א ניגון וואס קומט לאוו דוקא פון העדר, דער מענטש איז בעצם אויף א גוטע פלאץ נאר ער איז א הולך, ער שטרעבט אנצוקומען ווייטער, די ניגונים זענען ריין תשוקה באגלייט מיט א גדלותדיגע ריינע התבוננות.

כמיין אז סאיז אומקלאר ארויסגעקומען אבער כהאב גענומען דיינע דריי סוגים און עס אביסל אנדערש צוטיילט, אויב סאיז אומפארשטענדליך זייט מיר מודיע.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

קרעפלעך האט געשריבן:איך האב יעצט אריינגעפאלן אין די אשכול, דער מתמודד שניידט אריין מיט א געוואלדיגע קלארקייט, טענק יו!

אדאנק פארן קאמפלימענט.

שוין לאנג וואס איך וויל קלארשטעלן דעם נקודה אז דער אשכול באלאנגט שוין לאנג נישט עקסלוסיוו צו מיר, איך בין טאקע אקטיוו און איך האב עס אפשר אנגעהויבן אבער ביני לביני זענען שוין דא געווען העליכע טיפע ארטיקלען איבער מוזיק וועלכע זענען ווערט אן אשכול פאר זיך, @סטראקעס, @א שרייבערל, @נאר מיט שמחה, @מיואשדיגער, @נשמת השכל, @איינס, @ביסילי, @טישטוך, @טינט, @פעיקניוז, @מתמיד, @ממוצע, @כינור און נאך האבן געגעבן אין קאפ אריין, טייל מיט רוטינע תגובות און טייל מיט פראפעסיאנאלע ארטיקלען וואלכע דארפן פרעזערווירט ווערן אלס די שענסטע און טיפסטע מוזיק ארטיקלען וואס אייוועלט האט נאר אמאל דעליווערט.

שלי שלכם הוא....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
עיןבעין
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2020 6:52 am

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עיןבעין »

איך האב זייער ליב דע ניגון פין יוסף נתיב
וואס זאגען דא די מבינים
https://drive.google.com/file/d/17e-ctu ... sp=sharing

מה שנשאר, בסוף אחרי שכל זה נגמר
זה רק מה שהלב נתן, הצלחת לאהוב בחינם
אמרת רק מילה אחת, עמוק לתוך הלב היא חדרה לאט
אם רק יכולת קצת יותר להרגיש, היית בטח מתעורר ונפעם

זרקת את הכתר של המלך, בדיוק הגיעה השלכת, ללכת לאיבוד
לזרוק ת'שקר, כל כך הרבה שנים שהוא כאן
להתאהב עוד פעם, כמו הילד, להיות עכשיו יותר בשקט
לשכוח כל מה שהיה, לדעת לאהוב בחינם

למרות הכאב בוא ונסתכל בעיניים, בוא נסתכל בעיניים
עד שנצליח לאהוב בחינם

מה שנשאר, בערב כשהיום כבר עבר
זו רק הרוח הטובה, נתת משהו באהבה
אין כח כבר למלחמות, למי כאן יש יותר, ולמי פחות
אם רק יכולת להאיר לכולם, לדעת לאהוב בחינם

מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהיות טוב »

עיןבעין האט געשריבן:איך האב זייער ליב דע ניגון פין יוסף נתיב
וואס זאגען דא די מבינים
https://drive.google.com/file/d/17e-ctu ... sp=sharing

מה שנשאר, בסוף אחרי שכל זה נגמר
זה רק מה שהלב נתן, הצלחת לאהוב בחינם
אמרת רק מילה אחת, עמוק לתוך הלב היא חדרה לאט
אם רק יכולת קצת יותר להרגיש, היית בטח מתעורר ונפעם

זרקת את הכתר של המלך, בדיוק הגיעה השלכת, ללכת לאיבוד
לזרוק ת'שקר, כל כך הרבה שנים שהוא כאן
להתאהב עוד פעם, כמו הילד, להיות עכשיו יותר בשקט
לשכוח כל מה שהיה, לדעת לאהוב בחינם

למרות הכאב בוא ונסתכל בעיניים, בוא נסתכל בעיניים
עד שנצליח לאהוב בחינם

מה שנשאר, בערב כשהיום כבר עבר
זו רק הרוח הטובה, נתת משהו באהבה
אין כח כבר למלחמות, למי כאן יש יותר, ולמי פחות
אם רק יכולת להאיר לכולם, לדעת לאהוב בחינם

זרקת את הכתר של המלך, בדיוק הגיעה השלכת, ללכת לאיבוד
לזרוק ת'שקר, כל כך הרבה שנים שהוא כאן
להתאהב עוד פעם, כמו הילד, להיות עכשיו יותר בשקט
לשכוח כל מה שהיה, לדעת לאהוב בחינם

למרות הכאב בוא ונסתכל בעיניים, בוא נסתכל בעיניים
עד שנצליח לאהוב בחינם

וואס זאגט ער?
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

ער רעדט פון אהבת חנם. אוועקווארפן חשבונות פון קנאה און שקר, און פשוט ליב האבן. ער טענה'ט אז דאס איז וואס בלייבט מיט דעם מענטש צום סוף..
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

מתמודד האט געשריבן:אין דיין פריערדיגן תגובה האסטו געשריבן אז אין יעדעם ניגון ליגט די דירעקציע צו ווי דער משורר איז געוואנדן, איך בין מחולק מיט דעם

ניין נישט אין יעדן'ס, נאר א ניגון וועלעכע איז פארפאסט געווארן דורך עמיצער וועלכע איז מקושר מיט זיינע ארגינעלע הרגשים.

וועלעכע נקודה זענט איר חולק אויף?

מתמודד האט געשריבן:אין קיין איין ניגון כמעט ליגט נישט די לייזונג פארן משוררס פראבלעם, יא סאיז דא לידער וואס ווערן געזינגען אין א ייאושדיגן מצב אבער מיט די אויגן ארויף, ווי ארויף ווייסט ער נישט אבער אוועק פון דא וויל ער זיך זעהן פאר זיכער

עס איז אמת וואס דו שרייבסט - איך בין נישט מחולק דערמיט. די ווארט איז נאר די עיקר מעסעדזש וואס עס קומט ארויס פונעם ניגון. אמת אז אין יעדע יאוש'דיגע ניגון ליגט דערין א רצון ארויסצוגיין פונעם יואש'דיגן מצב, אבער למעשה די הויפט מעסעדזש וואס קומט ארויס פון דעם ניגון - די זאך וואס דער מחבר/משורר וויל דא דערקלערן איז אז יעצט איז א מצב פון יאוש האפענונגלאז און דא זיץ איך יעצט און דאס וויל איך אז 'דו זאלסט יעצט שפירן אין מיין געזינגעכץ, אזוי ווי די ניגון וואס איך האב דערמאנט פון 'שלמה קארליבאך' 'ראה נא בענינו' אדער 'אליך השם אקרא'.

איך מיין אז מיר זענען אויף איין פעידזש..

מתמודד האט געשריבן:א ניגון ווי דער משורר האט שוין דערגרייכט זיין ציל-אפילו דער ציל איז א שלעכטער און בעצם דארף ער ווייטער גיין-וועט נישט רעדן צו מיר, א גוטע דוגמא דערצו זענען רוב לידער פון שלומי שבת

איך בין נייגעריג לפי דאס וואס דו שרייבסט דא - בערי וועבער זינגען בכלליות רעד צו דיר?

מתמודד האט געשריבן:דערנאך זענען דא לידער וואס ווערן געזינגען אין א מצב פון העדר אין אפטמאל ייאוש אבער מיט א פלאן אויף ווייטער, טאקע נישט קיין אדרעס פארן דזשי פי עס אבער ער ווייסט אז ער איז אויף גרויסע צרות און אפילו ער גייט למעשה גארנישט טון איז אבער דער ניגון געבויעט אויפן ידיעה און ווילן יא צו טון עפעס, א דוגמא איז קארליבאך, יהודה גרין, און רוטב אלטערנאטיווע מוזיק און אסאך פון די מעינסטרים אויכעט נאר אויף א שוואכערע לעוול, דערנאך איז דא א ניגון וואס קומט לאוו דוקא פון העדר, דער מענטש איז בעצם אויף א גוטע פלאץ נאר ער איז א הולך, ער שטרעבט אנצוקומען ווייטער, די ניגונים זענען ריין תשוקה באגלייט מיט א גדלותדיגע ריינע התבוננות.

כמיין אז סאיז אומקלאר ארויסגעקומען אבער כהאב גענומען דיינע דריי סוגים און עס אביסל אנדערש צוטיילט, אויב סאיז אומפארשטענדליך זייט מיר מודיע.

איך מיין אז מיט די עצם נקודות זענען מיר אייניג, די חילוק כאפט נאר ווער עס גייט אריין אין וועלעכע סוג - אויף דעם קען מען זיך דינגען.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

ייאוש איז קיין ייאוש אויב האט מען נאך דעם מוט צו מאכן לידער וועלכע זאגן דעם תשוקה צו גוטס, דאס איז די עיקר נקודה, סאיז נישטא קיין אבסאלוטער ייאוש כמעט אין קיין ניגונים לדעתי, אלעס אנדערש בין איך מיט דיר אין איין פעידזש.

איך גלייך בערי וועבער, על פי רוב קומען זיינע לידער מיט א הונגעריגן טעם.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

יוסף נטיב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

כהאב שוין עטליכע געדרעפטע תגובות אין דעם נושא [....] למעשה צו האלטן דעם מצב דא רואיג וועל איך עס מאכן קורץ און שארף.

צוויי בלעטער צוריק איז געווען דא לעבעדיג איבער יוסף נטיב און "להבדיל" עידן רפאל חביב, מאנכע האבן אויסגענוצט די סיטואציע און געמישט וויין מיט עפעס וואס קוקט אויס ווי עסיג לייגנדיג א בילד פון נטיב אנגעטון מיט א דאשיק מיט א מינע פון "אים ווילט עטס הערן?....

יעצט איז אזוי, בעפאר איך גיי ווייטער מוז איך קלאר מאכן אז איך פארענטפער אויף קיין פאל דעם ערשיינונג פון גיין דאשיקס, דער באוועגונג דארף פארדאמט ווערן מיטן פולסטן שארפקייט כידוע אז ווער ווייסט צו וואס דאס וועט נאך אלס ברענגען ודי שאכמ"ל, נאר בתורת מליץ יושר זיין אויף א איד פיל איך פאר וויכטיג צו מודיע זיין פארן עולם אז מען רעדט דא פון א ריינעם שומר תורה ומצוות וועמענס מוזיק זענען אויף וויפיל איך האב געהערט ווייט נישט חילוניש אדער אפילו עפעס וואס שמעקט נאר פונעם קאנטרעווערסיעלן דאשיק זיינעם, זיין מוזיק קאריערע האט ער אנגעהויבן צוויי יאר נאכן חוזר זיין בתשובה און זיינע לידער זענען מלא העכערקייט. און זענען רעקאמאנדירט פאר איעדן מוזיק ליבהאבער.

עידן רפאל איז טאקע פריי און זיינע לידער זענען נישט געאייגנט פאר יעדן, מעגליך אפילו פראבלעמאטיש על פי הלכה אבער איז אפילו נישט קיין ווייטן קוזין מיט נטיב, נטיב איז א הייליגער איד מיט היילגע מוזיק.

ארויסגעקומען שארפער ווי כהאב געוואלט אבער שוין.

דעי תגובה איז געספאנסערט ביי viewtopic.php?p=2831345#p2831345

ברכה והצלחה
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: יוסף נטיב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

מתמודד האט געשריבן:איך פארענטפער אויף קיין פאל דעם ערשיינונג פון גיין דאשיקס, דער באוועגונג דארף פארדאמט ווערן מיטן פולסטן שארפקייט כידוע אז ווער ווייסט צו וואס דאס וועט נאך אלס ברענגען ודי שאכמ"ל,

...
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

מתמודד האט געשריבן:ייאוש איז קיין ייאוש אויב האט מען נאך דעם מוט צו מאכן לידער וועלכע זאגן דעם תשוקה צו גוטס, דאס איז די עיקר נקודה, סאיז נישטא קיין אבסאלוטער ייאוש כמעט אין קיין ניגונים לדעתי, אלעס אנדערש בין איך מיט דיר אין איין פעידזש.

איך גלייך בערי וועבער, על פי רוב קומען זיינע לידער מיט א הונגעריגן טעם.

עס קען זיין אז דער מחבר איז נישט ביי א מצב פון אבסאלוטער יאוש. אבער דער מעסעדזש אין דעם ניגון איז בלויז דער חלק היאוש וואס ליגט אין אים. עס רעדט נישט פון קיין האפענונג, פון קיין וועג ארויס. עס רעדט נאר פון דעם מיואשדיגן מצב אין וואס ער געפינט זיך.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

מיאושדיגער האט געשריבן:

איך האלט פונקט פארקערט, דער זינגער איז מיואש, דער ניגון נישט על פי רוב.

ברענג דוגמאות אפשר ביסטו גערעכט.

לאמיר נישט יעצט אנרירן אט דעם טעמע, נאר דאס פעלט מיר אויס די צענזור זאל זיך נעמען שפארן ניקס, דער מעסעדזש האט שוין געגרייכט די אויערן וואס האבן עס געדארפט הערן און ווער ספארשטייט נישט פארשטייט ממילא.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

מתמודד האט געשריבן:
מיאושדיגער האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:ייאוש איז קיין ייאוש אויב האט מען נאך דעם מוט צו מאכן לידער וועלכע זאגן דעם תשוקה צו גוטס, דאס איז די עיקר נקודה, סאיז נישטא קיין אבסאלוטער ייאוש כמעט אין קיין ניגונים לדעתי, אלעס אנדערש בין איך מיט דיר אין איין פעידזש.

איך גלייך בערי וועבער, על פי רוב קומען זיינע לידער מיט א הונגעריגן טעם.

עס קען זיין אז דער מחבר איז נישט ביי א מצב פון אבסאלוטער יאוש. אבער דער מעסעדזש אין דעם ניגון איז בלויז דער חלק היאוש וואס ליגט אין אים. עס רעדט נישט פון קיין האפענונג, פון קיין וועג ארויס. עס רעדט נאר פון דעם מיואשדיגן מצב אין וואס ער געפינט זיך.

איך האלט פונקט פארקערט, דער זינגער איז מיואש, דער ניגון נישט על פי רוב.

ברענג דוגמאות אפשר ביסטו גערעכט.

רעדסט פון די ווערטער אדער פון דעם ניגון. ווערטער איז שווער צו טרעפן, אבער ניגונים זענען דא גענוג.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

פונעם ניגון.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

לדעתי זענען אזעלכע ניגונים ווי תעיתי פון בערי וועבער (עס זענען דא צוויי דאכט זיך, איך רעד פון איינס). אדער אפילו אזא ניגון ווי קלי קלי פון דודי קאליש. געבן די הרגשה פון יאוש אן קיין האפענונג.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

מיאושדיגער האט געשריבן:לדעתי זענען אזעלכע ניגונים ווי תעיתי פון בערי וועבער (עס זענען דא צוויי דאכט זיך, איך רעד פון איינס). אדער אפילו אזא ניגון ווי קלי קלי פון דודי קאליש. געבן די הרגשה פון יאוש אן קיין האפענונג.

די ביידע זענען נישט קיין אלטערנאטיווע ניגונים.
די גאנצע דיסקאשן איז געווארן ווייל געוויסע האבן גע’טענה’ט אז די אלטערנאטיווע ניגונים זענען אלע פיל מיט יאוש.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

דאכט זיך אז דער שמועס יעצט איז לאו דוקא איבער אלטערנאטיווע ניגונים דוקא. איך גלויב אז פון אלטערנאטיוו קען מען פונקט אזוי טרעפן גענוג ניגונים וואס געבן אן הרגשה פון פשוט'ע יאוש.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

Bissli האט געשריבן:די גאנצע דיסקאשן איז געווארן ווייל געוויסע האבן גע’טענה’ט אז די אלטערנאטיווע ניגונים זענען אלע פיל מיט יאוש.

אויב דו מיינסט מיר - איך האלט נישט אזוי, קוק צוריק.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

מתמודד האט געשריבן:איך גלייך בערי וועבער, על פי רוב קומען זיינע לידער מיט א הונגעריגן טעם.

און שבת נישט?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

נשמת השכל האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:איך גלייך בערי וועבער, על פי רוב קומען זיינע לידער מיט א הונגעריגן טעם.

און שבת נישט?

שבת וועט עפ"י רוב זאגן וואס ער האט יא, נישט וואס פעלט אים.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

מיאושדיגער האט געשריבן:לדעתי זענען אזעלכע ניגונים ווי תעיתי פון בערי וועבער (עס זענען דא צוויי דאכט זיך, איך רעד פון איינס). אדער אפילו אזא ניגון ווי קלי קלי פון דודי קאליש. געבן די הרגשה פון יאוש אן קיין האפענונג.

ביידע פון די ניגונים האבן לדעתי געוואלדיגע תשוקהדיגע געפילן, ווער רעדט נאך פון די ווערטער וואס זענען ממש האפענונג.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

אן אלטערנאטיוו פאר @מחר אני בא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

הייליגע אידן

מיר שטייען דא אין די לעצטע שעות פונעם קאמפיין וואס האט איבערגענומען איעדן פון אונז ביז די טיפענישן פון נשמה, מען האלט שוין איבער צוויי הונדערט טויזענט דאללאר אין א בלויזן רעזולטאט פון אהבת ישראל ועוד היד נטויה.

מיר האבן געמאכט א קליינטשיגן גאול פון צוויי טויזנט דאלער, און איך קער מיך צו ענק ליבער ליינער און קאמענטירער, איינגעשריבענע און אויסגעשריבענע, אלטערנאטיווע צו אלגעמיינע.

ביטע נעמט א חלק אין דעם גרויסן מצוה פון טהרת ישראל לזכות ידידינו @מחר אני בא און אלע אנדערע חשוכי בנים, מיר קענען זיי נישט העלפן פראקטיש, לאמיר כאטש מאכן אן אלטערנאטיוו.

אט איז א שטיקל פארשרייבעכץ לאור המצב אייוועלט ראסיזם

אט איז א לינק צום טשערידי בלאט קומט אריין ווארעמער פון ווארעם

זאל דער אייבערשטער העלפן אלע משתתפים מיט אלס גוטס ברוחניות ובגשמיות, מען זאל אייביג קענען בזכות זה גיין אויפן דרך המלך און נישט דארפן קיינמאל זוכן קיינע אלטערנאטיוון.

ברכה והצלחה, מתמודד
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ווארפטס אריין סכומים הגונים פאר ידידינו ר' @מתמודד!

עטס אלע ווייסן דאך גוט וויפל ער גיבט צו אויפן וועלטל! ענק ווייסן וואספארא טאלאנט אייוועלט האט אריינגעכאפט אין איהרע נעצן...

ווייזט אייערע הכרת הטוב. ברענגט ארויס ענקער שטיצע פארן חשוב'ן ניק!

קומט אריין קאכעדיגער ווי קאכעדיג!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

כ'גיב ענק די געלעגענהייט... ווער וויל מיר טשעלענדזש'ן?

אויב לייגט מען אריין אין מיין פעידזש, די סכום וואס באטרעפט "אלטערנאטיווע מוזיק": 625

וועל איך בעז"ה צאמשטעלן א אלטערנאטיווע שטיקל.. גראמען אויף א אלטערנאטיווע ניגון, וואס דער נדבן וועט אויסוועהלן... אויף א טעמע וואס דער תורם וועט בעטן... און די עיקר.. אויף לשה"ק, כ'מיין עברית...!
ווייסט עטס וואס? מ'קען געבן צוויי אינאיינעם...

איינמאל פאר אלעמאל גיימיר מסדר זיין דעם נמ"ש...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”