איינס האט געשריבן:מתמודד האט געשריבן:אדי האט נישט קיין פשט לדעתי ווען סקומט צו למעשה, אפילו שולי קעקעצט ווען מפרעגט אים וואס ער וויל, למעשה קען איך אזויפיל זאגן אז מיט מיין גאנצע אומפארשטענדעניש הער איך עס איבער און איבער, אפשר איז עס נישט אלטערנאטיוו, אבער טאלאנט איז עס בלי ספק.
איך שעם מיר פאר דיר...
הוא אשר דיברתי, מזעהט איין ארט אן האבן קיין אנונג וואס די ארט איז?!
טישטוך אפשר קום אריין און צולייג די אדי ניגון?
לאמיר קלאר מאכן נאכאמאל, אדי איז אפיציעל געמאכט געווארן אלס מחאה אנטקעגן די פראות וואס דער יוגנט באגייט, דער פאקט איז אז אין אינטערוויוס זאגט שולי אליינס אז יותר ממה שאמרתי כתוב כאן אבער ער קען נישט אנדייטן.
איך און איך גלייב אז אנדערע אויך זענען נישט געווארן קיין פענס פון ראנד ספעציפיש און פון אלטערנאטיווע מוזיק בכלל אין ליכט פונעם אדי ניגון, על פי רוב ווען איך בין אין א שולי רנד מאאד וועל איך אריבערמישן דעם אדי ניגון, נאר וואס דען? דעם ניגון קען מען נישט אוועקמאכן, איך קען עס הערן און הערן, ארט איז לאוו דוקא א זאך וואס מפארשטייט-טאקע נישט בלויז נאנסענס אבער נישט אלעס דארף מען פארשטיין.
אדרבה זיי די מסביר דעם "רפא-ל" ניגון, סהאט נישט קיין מוסר השכל אדער נמשל, בסך הכל אראפגעלייגט א געוויסע געשעניש מיט ווערטער אין מעלאדיע, נאר וואס דען? די קענסט זיך גרינגער מחבר זיין צו א רוחניותדיגע סיטואציע פון צוויי פארלוירענע יונגן וואס פארן אין א קאלטן נאכט זיך אויסגיסן דאס הארץ ביי רבי שמעון, דאס אז אנדערע קענען זיך [ליידער] מחבר זיין צו א ווילדע כאפלא מיט געווירצן און דעטראנקען באגלייט מיט געוואלדן און פארברעכן וואס ענדיגט זיך מיט א ביטערן טעם אין מויל מאכט זיי נישט פאר בלינדע אלטערנאטיווע שוואנצונים...