חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

הגם איך גיי משוגע פאר גענשטוף וואלט איך אים נישט געריפען מלך החזנים. ער איז זייער יוניק מיט זיין סטייל געזאגעכטס.
און ווער סהאט עס ליעב גייט דערפאר...און ווער נישט. זעהט נישט אין אים קיין ספעציעלס.
משא''כ יוסעלע אדער קווארטין דארפסטו נישט זיין קיין גרויסער מבין צו פארשטיין זייער שיינקייט..
סהאט מיר אמאל געזאגט א באקאנטער היינטיגער חזן...אז משה גענשטוף איז א טעסט צו וויסען אויף וויפיל א מענטש פארשטייט צו חזנות....ודברי פי חרן חריין....
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

שכח פאר אלע ברענגער.

די אשרי פון משה קוסביצקי, איז אביסל פארשנעלערט (ווי אזוי אסאך רעקארדענוגען פון אנדערע, וואס מאכט עס שנעלער און העכער, נישט אזוי באטעם'ט צו הערן, ס'איז דא א לייוו פון אים מיט א הערליכע ואנחנו מיט א קווייער און א אינגל, ס'איז משוגע צו ווערן, כ'האב עס נישט צו דערהאנט אבער איז געוואלדיג.
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

סארקאזי האט געשריבן:הגם איך גיי משוגע פאר גענשטוף וואלט איך אים נישט געריפען מלך החזנים. ער איז זייער יוניק מיט זיין סטייל געזאגעכטס.
און ווער סהאט עס ליעב גייט דערפאר...און ווער נישט. זעהט נישט אין אים קיין ספעציעלס.
משא''כ יוסעלע אדער קווארטין דארפסטו נישט זיין קיין גרויסער מבין צו פארשטיין זייער שיינקייט..
סהאט מיר אמאל געזאגט א באקאנטער היינטיגער חזן...אז משה גענשטוף איז א טעסט צו וויסען אויף וויפיל א מענטש פארשטייט צו חזנות....ודברי פי חרן חריין....

חזנות פון גענטשוף דארף מען אסאך הערן ליב צו האבן.

ער האט שיינע זאכן אבער זיין דעליווערי'ס האט מיך קיינמאל נישט צו סאך געכאפט.
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

פנה נא אל התלאות - לײבעלע גלאנץ

אױך בכלל נישט די טיפיקעל, דאכט זיך נאך א מדריגה װײטער פון גענטשוף׳ס אינטערעסאנטע שטיקלעך, ס׳דא פון אים װאו ער זאגט ׳איך נפתח פה׳ נאך אפי׳ פאניער פון דעם.. כ׳האב עס נישט יעצט, אבער מ׳קען קאנעקטן אז מ׳טרײט (עכ״פ איך קען..) א טיפע נשמה געהאט..

https://www.dropbox.com/s/dckieb788blkx ... 0.mp3?dl=0
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

וביום שמחתכם - חזן שמואל טאובה

קײנמאל געהערט פון אים, מסתם סטאװ װעט װיסן װער דאס איז

https://www.dropbox.com/s/l8ppdt85ond29 ... 0.mp3?dl=0

דעם פערטן אױגעסט פארמיטאג.. (ער זאגט װען נאר דאס יאר, װײס איך מער)
קודם האב איך געטראכט, ממש א שאד א איד זאל זיך אזױ מוטשען (כ׳האב עס נאר געברענגט אפשר װעלן אנדערע הנאה האבן) אבער בײם סוף האב איך געהערט װאס דאס קען טוהן מיט א איד, אױף אזױ װײט אז ער בעהט בנציונען זאל אים זעהן װעגן עפעס.. אױב אזױ איז אלעס װערט געװען..

אקעי סאררי, ס׳איז נישט ממש אזױ שלעכט
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
אז מ'הערט מער פון גענטשוף זעהט מען צוויי אינטערעסאנטע זאכן, 1) די עברית הברה איז אים נישט נאטורליך נאר געצווינגען, זיין צינגל וויל גיין אמערידיש, און 2) אויף נידעריגע טענער איז ער דין און זיס-שארף, און ביי הויכע טענער איז ער אן אנדערע וועלט, געדיכט און "גרויס," דרייט איבער דעם ביהמ"ד (די קישקעס) און טיילט פראסקעס! - איך געדענק נישט נאך א חזן וואס האט אזא חילוק צווישן נידעריג און הויך, ממש ווי צוויי חזנים. ביי נידעריגע טענער דערמאנט ער מיך אביסל פון חזק שטארק, דינטשיג און שארף. אבער ווען ער קומט ארויף, אה, דעמאלט איז ער אוי אוי אינדערהיים. און זיינע קנייטשן. איי וויי. מאכטס אויף.

גרעסטע חידוש פון זיינע נידעריגע טענער איז ביים סוף, 5:55 ביז 6:05, פלאי פלאים, אנדערע מענטש, אבער נאך אלץ הערליך. אגב, דארט הערט מען אויך דוקא אנטי-עברית...
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

מזל מידיע האט געשריבן:גרעסטע חידוש פון זיינע נידעריגע טענער איז ביים סוף, 5:55 ביז 6:05, פלאי פלאים, אנדערע מענטש, אבער נאך אלץ הערליך. אגב, דארט הערט מען אויך דוקא אנטי-עברית...

פון װעלכע שטיקל רעדסטו?
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

בראש השנה יכתבון, גענטשוף

פון די ליסטע א בלעטל צוריק

4) בראש השנה
https://www.dropbox.com/s/upkns8226kt8p ... 3.mp3?dl=0
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
מה אנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה אנו »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
אז מ'הערט מער פון גענטשוף זעהט מען צוויי אינטערעסאנטע זאכן, 1) די עברית הברה איז אים נישט נאטורליך נאר געצווינגען, זיין צינגל וויל גיין אמערידיש, און 2) אויף נידעריגע טענער איז ער דין און זיס-שארף, און ביי הויכע טענער איז ער אן אנדערע וועלט, געדיכט און "גרויס," דרייט איבער דעם ביהמ"ד (די קישקעס) און טיילט פראסקעס! - איך געדענק נישט נאך א חזן וואס האט אזא חילוק צווישן נידעריג און הויך, ממש ווי צוויי חזנים. ביי נידעריגע טענער דערמאנט ער מיך אביסל פון חזק שטארק, דינטשיג און שארף. אבער ווען ער קומט ארויף, אה, דעמאלט איז ער אוי אוי אינדערהיים. און זיינע קנייטשן. איי וויי. מאכטס אויף.

גרעסטע חידוש פון זיינע נידעריגע טענער איז ביים סוף, 5:55 ביז 6:05, פלאי פלאים, אנדערע מענטש, אבער נאך אלץ הערליך. אגב, דארט הערט מען אויך דוקא אנטי-עברית...

ס'האט נישט מיט נידריגע אדער הויעכע טענער. ער האט געהאט די ריכטיגע וואויס טרעינינג צו קענען מאנעווירן זיין שטימע כפי הצורך, אמאל מער דיקער און דראמאטיש און אמאל מער דינער און זיס. ער טוישט כסדר די סטייל פון די שטימע געוואנדן לויט די מצב פון די ווערטער, און חוץ פון דעם וואס דאס מאכט דער צוהערער זאל באמת "פילן" די תפילה, ברענגט דאס אויך אריין כסדר חידושים אז דער צוהערער זאל נישט ווערן "באורד". ער טוט די זעלבע מיט די סקעיל'ס ווי ער שפרינגט כסדר פון איינ'ס צום צווייטן, פון מעידזשאר צו מיינאר וכו' כדי צו מפרש זיין די משמעות הדברים און כדי אריינצוברענגען חידוש. כ'האב נאכנישט געטראפן נאך א חזן וואס זאל דאס אזוי גוט מאכן ווי גענטשוף. [לייבעלע גלאנץ איז אויך אביסל אויף דעם סטייל, אבער ער איז שוין אביסל צו ווייט פון דאס וואס אונז זעמיר צוגעוואוינט, ווי אויך האט ער געהאט א דינערע שטימע און האט נישט געהאט דעם כח פון דראמא וואס גענטשוף האט געהאט].
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אפשר שוין געלייגט ציפיל סחורה די לעצטע טאג, קען איך מיר אבער נישט איינהאלטן פון לייגן ווייטער. כ'האף דער עולם קען לויפן אזוי שנעל.

איינע פון מיינע פעיוואריטס, יעקב קעניגסבערג האט א סידי פון יעקב ראפאפורט'ס יצירות, איינס שענער פון צווייטן... לייג איך עס ארויף און כ'בין נייגעריג צי הערן ווער נאך ס'גייט פאר די שטיקלעך, שמעו ותחי נפשכם.

1) אל נערץ - הנשמה לך (סליחות)
2) עזרא הסופר
3) אמת כי אתה הוא דיין
4) איך נפתח פה
5) הבן יקיר לי
6) כי על רחמיך הרבים
7) רצה עתירתם
8) אתה נותן יד לפושעים

איך קען זייער קלאר זאגן אז דאס זענען איינס בעסער פון צווייטן, הערליכע שטיקלעך
לאמיר הערן וועלעכע מ'גלייכט דאס מערסטע

סא ווער איז די חזן? קעניגסבערג אדער ראפאפורט? איך ווער משוגה פאר אים.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

איך בין בכלל נישט אין חזנות ליין, אבער איך האב געהאט געהערט עטליכע יאר צוריק א שיינע ריקארדונג פון נוסח ימים נוראים דורך איינעם וואס איז דער בעל תפלה בקרית צאנז אין נתני' (איך געדענק נישט זיין נאמען).

איינער ווייסט פון וואס איך רעד?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אידיאט האט געשריבן:סא ווער איז די חזן? קעניגסבערג אדער ראפאפורט? איך ווער משוגה פאר אים.

דער זאגער איז יעקב קעניגסבערג, ער איז גאר א גוטע הארציגע זאגער, - דארף איך ענק נישט זאגן - ער איז נישט צי אויפרייסעריש אבער אסאך הארץ.
אבער די עיקר איבער די שטיקלעך איז די קאמפיזיציעס, וואס קומען פון ראפאפורט
יעקב ראפאפורט איז געווען א גרויסע קאמפאוזער, פון די גרעסטע אין זיין צייט, זיין באקאנטסטע שטיקלעך זענען אלו דברים און מודים פון הערשמאן ועוד ועוד רוב הערשמאן שטיקלעך זענען פון איהם
מ'קען זאגן זיינע שטיקלעך האבן געמאכט הערשמאן נאמבער 2 נאך יוסעלע בשעתו...

ראפאפורט אליינס איז מיין איך נישט געווען צי א גוטע זאגער, דערפאר זענען זיינע רעקארדירונגען כמעט נישט באקאנט
ער האט נאך געזינגען אויף זיידל ראוונערס כאאר און אליינס געווען א חזן אין טשארטקאוו בעפאר ער האט אימעגרירט קיין אמעריקא

קעניגסבערג האט געטוהן צי דער זאך מיטן אראפלייגן זיינע שטיקלעך ווי ס'דארף צי זיין. ער האט נאך א סידי מיט ראפאפורט יצירות, וועל מיר עס אהערשטעלן שפעטער אי"ה
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:

שכח פאר די אינפארמאציע
דער קעניגסבערג האט גאנץ א גיטע שטימע
אבער עפעס פעלט אין זיין פיטש. ער גליטשט אביסל.
די יצירות זענען רייך.
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
יודישער
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 02, 2018 10:54 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודישער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:לאמיר הערן וועלעכע מ'גלייכט דאס מערסטע

Wow הערליך שיינע שטיקלעך, די קלארע קול איז עפעס מוראדיג.

במושכל ראשון איז כי על רחמיך די מעסטער דא.

שכוח סטאוו!!!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בדרך אגב פאר ווער ס'האט נישט באמערקט, מען קען טאקע אנזעהן א גאר שטארקע ענליכקייט צווישן קעניגסבערג און הערשמאן
ביידע היי טענארס מיט א עקסטרעים שטייפקייט, כמעט נישט קיין וואקלדיגקייט אין זייערע זינגעריי
ס'איז אין טייל צוליב די קאמפיזיציעס וואס פארלאנגען די סארט שטימעס און דעליווערי
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
מה אנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה אנו »

קעניגסבערג דערמאנט מיר פון חזן חיים אדלער, זיס און באטעמ'ט, זיין קולוראטור קען נוצן אביסל הילף... אבער האט פאוערפול היי נאוט'ס.
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
אידיאט האט געשריבן:סא ווער איז די חזן? קעניגסבערג אדער ראפאפורט? איך ווער משוגה פאר אים.

דער זאגער איז יעקב קעניגסבערג, ער איז גאר א גוטע הארציגע זאגער, - דארף איך ענק נישט זאגן - ער איז נישט צי אויפרייסעריש אבער אסאך הארץ.
אבער די עיקר איבער די שטיקלעך איז די קאמפיזיציעס, וואס קומען פון ראפאפורט
יעקב ראפאפורט איז געווען א גרויסע קאמפאוזער, פון די גרעסטע אין זיין צייט, זיין באקאנטסטע שטיקלעך זענען אלו דברים און מודים פון הערשמאן ועוד ועוד רוב הערשמאן שטיקלעך זענען פון איהם
מ'קען זאגן זיינע שטיקלעך האבן געמאכט הערשמאן נאמבער 2 נאך יוסעלע בשעתו...

ראפאפורט אליינס איז מיין איך נישט געווען צי א גוטע זאגער, דערפאר זענען זיינע רעקארדירונגען כמעט נישט באקאנט
ער האט נאך געזינגען אויף זיידל ראוונערס כאאר און אליינס געווען א חזן אין טשארטקאוו בעפאר ער האט אימעגרירט קיין אמעריקא

קעניגסבערג האט געטוהן צי דער זאך מיטן אראפלייגן זיינע שטיקלעך ווי ס'דארף צי זיין. ער האט נאך א סידי מיט ראפאפורט יצירות, וועל מיר עס אהערשטעלן שפעטער אי"ה

סא פאר האב איך ליב אל נערץ די מערסטע. כאב נאכנישט געהערט אלע.
די ווייסט אפשר אויב סאיז דא פון שיע ווידער אויף די ימים נוראים? כאב זייער ליב זיין הארץ
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אידיאט האט געשריבן:סא פאר האב איך ליב אל נערץ די מערסטע. כאב נאכנישט געהערט אלע.
די ווייסט אפשר אויב סאיז דא פון שיע ווידער אויף די ימים נוראים? כאב זייער ליב זיין הארץ

קל נערץ מיין איך אויך איז די שענסטע,  בעיקר צדק ומשפט.. חסד ואמת... הוי נפש כל חי... רייסט דעם הארץ!

יהושע ווידער, געוויס פון די הארציגסטע וואס איז פארהאן, א שאד ס'איז נישטא פון איהם אויף די ימים נוראים (ער האט געדאווענט אין גאר היימישע שילן ווי מ'האט נישט באהאלטן קיין רעקארדינג אפאראטן אפילו סליחות איז במילא נאר דא וואס ער האט אפיציעל רעקארדירט)

כ'דענק הערן אמאל פון אן אייניקל זיינע (די בערקאוויטשעס יוצ"ח פון ר' אלי' ע"ה זענען אייניקלעך) אז זיי האבן אין באזיץ געוויסע ריקארדינגס וואס ס'איז קיינמאל נישט ארויס אויפן גאס. ווייס איך נישט מער איבער דעם
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

איך האב (געהאט) אין מיין באזיץ א קאסעטע פון ר' יושע ווידער.
ווי ער זאגט אריין דעם גאנצען מלכיות זכרונות שופרות ועוד. פאר זיין זוהן ר אלימלך.
נישט פארמאל. און נישט זייער קלאר. אבער דארט איז דא סחורה זיך צו באלעקן.
אפשר דרייען זיך דא איינע פון זיינע אנהענגער אדער אייניקלעך. וואס האבען דעם ריקארדינג????
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:זכרינו לחײם - דוד קאסעװיצקי

א אידישע לידל, הער װיאזױ ער ענדיגט

https://www.dropbox.com/s/y9sc3ck6vj6l5 ... 9.mp3?dl=0

און דא האט איר דעם זכרנו פון:

שלום כץ
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סבלנות
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 8:26 am
לאקאציע: עולם העשייה

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבלנות »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:אפשר שוין געלייגט ציפיל סחורה די לעצטע טאג, קען איך מיר אבער נישט איינהאלטן פון לייגן ווייטער. כ'האף דער עולם קען לויפן אזוי שנעל.

איינע פון מיינע פעיוואריטס, יעקב קעניגסבערג האט א סידי פון יעקב ראפאפורט'ס יצירות, איינס שענער פון צווייטן... לייג איך עס ארויף און כ'בין נייגעריג צי הערן ווער נאך ס'גייט פאר די שטיקלעך, שמעו ותחי נפשכם.

יש"כ, זייער שיין, א שטארקייט פין א לייב!
עס האלט שוין ביי 459 גוטע שיינע הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).

אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'

אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'

[email protected]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים - שמואל ויגודה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גיימיר ווייטער, אביסל פונעם חזן הגדול שמואל ויגודה:

1) רבונו של עולם לולי חטאנו
2) צדיק השם בכל דרכיו
3) איך נפתח פה
4) אמת כי אתה הוא יוצרם
5) ובשופר גדול

רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, לוּלֵי חֲטָאֵינוּ וְלוּלֵי ופְשָׁעֵינוּ לֹא הָיִינוּ בּוֹשִׁים וְנִכְלָמִים, וְעַל מָה הָיִינוּ מִתְוַדִּים, כִּי אִי אֶפְשַׁר לוֹ לְאָדָם לְבַקֵּשׁ עַל חֵטְא וְהוּא לֹא חָטָא, וְלֹא יִוָּדַע עׂז רַחֲמֶיךָ אֶלָא בְּהַעֲבִירְךָ חַטֹּאת יְרֵאֶיךָ, וְלֹא עַל עַצְמִי בִּלְבָד אֲנִי מִתְוַדֶּה כִּי אִם בַּעֲדִי וּבְעַד כָּל קְהָלֶיךָ:
יְהִי רָצוֹן מִלְפָנֶיךָ יְדֹוָד אֱלֹהֵינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ שֶׁתִּסְלַח לָנוּ עַל כָּל עֲוֹנוֹתֵינוּ וְתִמְחוֹל לָנוּ עַל כָּל פְשָׁעֵינוּ וּתְכַפֶּר לָנוּ עַל כָּל חַטֹּאתֵינוּ:

-----------
פארראכטן די לינקס
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

מ'מעג רעדן פון בעלי תפלה נישט חזנים, אדער איז דא א דעזיגנטירטער אשכול דערפאר?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דאס איז אויסשליסלעך א חזנות אשכול, עס זענען פארהאן אשכולות פון נוסח און בעלי תפלה
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חזנות שטיקלעך אויף די ימים נוראים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

צי שטיל דא
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”