ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר העשר
- תגובות: 34
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:21 pm
ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?
איך זוך שוין א האלבע שעה אין דעם אפטיילונג אזא אשכול וואו צו פרעגן וועגן ניגונים ווער דער בעל מחבר איז אא"וו, כ'בין זיכער אז ס'מוז דאך ערגעץ זיין. אלנפאלס כ'וויל וויסן וועגן די באקאנטע ניגון וואס יעדער קען לכאורה, ווער איז דער בעמח"ב. איך האב אפגעשפילט דעם ערשטן פאל אויף א ווירטואלן קיעבארד
https://copy.com/lbvYyrAgYw0O
https://copy.com/lbvYyrAgYw0O
קודם כל, דא האסטו דעם אשכול פאר אזעלכע סארט פראגן.
און איבער דעם ניגון, כ'ווייס נישט ווער דער בעל מחבר איז, אבער אויפן אלבום "א שבת אין סאטמאר" האבן זיי ארויפגעלייגט דעם ניגון, ממילא האט עס לכאורה א שייכות צו סאטמאר.
און איבער דעם ניגון, כ'ווייס נישט ווער דער בעל מחבר איז, אבער אויפן אלבום "א שבת אין סאטמאר" האבן זיי ארויפגעלייגט דעם ניגון, ממילא האט עס לכאורה א שייכות צו סאטמאר.
-
- שר העשר
- תגובות: 34
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:21 pm
ש. נייווירטה האט געשריבן:יא מצב כללי, ס'איז נישט סתם ווארעם, ס'איז איינס אין דער וועלט א גארווארעמע הארציגע ניגון. דער ניגון שמעקט עפעס נישט ליבאוויטש אדער סאטמאר.
ידיד, יענע אשכול האב איך געמיינט איז פאר ווער ס'זינגט נישט ווער ס'האט מחבר געווען, אויב בין איך טועה קען מען דאך צוזאמשטעלן.
עס שמעקט יא אביסל ליבאוויטש, עס הייבט זיך אן אזוי ווי די סאטמארע ממקומך.
מצב כללי האט געשריבן:ש. נייווירטה האט געשריבן:יא מצב כללי, ס'איז נישט סתם ווארעם, ס'איז איינס אין דער וועלט א גארווארעמע הארציגע ניגון. דער ניגון שמעקט עפעס נישט ליבאוויטש אדער סאטמאר.
ידיד, יענע אשכול האב איך געמיינט איז פאר ווער ס'זינגט נישט ווער ס'האט מחבר געווען, אויב בין איך טועה קען מען דאך צוזאמשטעלן.
עס שמעקט יא אביסל ליבאוויטש, עס הייבט זיך אן אזוי ווי די סאטמארע ממקומך.
און אויך אזוי ווי 'אלי אתה' פון ליבאוויטש.
-
- שר העשר
- תגובות: 34
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:21 pm
לוי יצחק האט געשריבן:דאס האט לכאורה נישט מיט ליובאוויטש, כ'האב דאס געהערט פון אן אלטן סקווירא חסיד אויף ברוך קל עליון.
אויך פון אן אלטן ראזוואדאווער איד.
קוקט אויס א ניגון פון דער אלטער היים ערגעץ.
אגב, שפילסט עס אביסל גרייזיג. א משהו.
דאס איז א טעות, כ'ווייס וואס איר מיינט. ס'שפילט זיך נישט אזוי גרינג אויפן קאמפיוטער מיט'ן מויזעלע...
-
- שר העשר
- תגובות: 34
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:21 pm
ש. נייווירטה האט געשריבן:איך זוך שוין א האלבע שעה אין דעם אפטיילונג אזא אשכול וואו צו פרעגן וועגן ניגונים ווער דער בעל מחבר איז אא"וו, כ'בין זיכער אז ס'מוז דאך ערגעץ זיין. אלנפאלס כ'וויל וויסן וועגן די באקאנטע ניגון וואס יעדער קען לכאורה, ווער איז דער בעמח"ב. איך האב אפגעשפילט דעם ערשטן פאל אויף א ווירטואלן קיעבארד
https://copy.com/lbvYyrAgYw0O
דאס איז א הערליכע ניגון!
דער ביקסאדער צדיק פלעגט דאס זינגן יעדן שבת ר"ח אדער יו"ט אויף פתחו לי.
דער ראש ישיבה ר' אהרן קרויס שליט"א נוצט דאס אויף יחדשהו.
זייער א ווארימע ניגון, שטאמט זיכער ממקור קדוש וקדום.
אבער נישט חב"ד, איך קען חב"ד ניגונים.
---
די קינדער אין די בעקגראונד געבן אסאך צו... לאז זיי אפטער זיך לאזן הערן
-
- שר העשר
- תגובות: 34
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:21 pm
זעט טאקע אויס ווי ס'איז א הייליגער וועלטס ניגון וואס מ'זינגט ביי אסאך ערליכע אידן. כ'מיין אז אין טאהש זינגט מען עס אויך. דער טאהשער בדחן רב פייוול קליין גראמט אלעמאל אויס אויף דעם ניגון. איך האב אלץ בחור געהאט א חתונה טעיפ וואו ער גראמט אויף דעם ניגון זייער הארציג כ'האב איבערגעהערט צענדליגער מאל.
יאפ כ'האב אפילו צוגעשטעלט א קינדער קווייער...
לכאורה האט געשריבן:---
די קינדער אין די בעקגראונד געבן אסאך צו... לאז זיי אפטער זיך לאזן הערן
יאפ כ'האב אפילו צוגעשטעלט א קינדער קווייער...
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 679
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm
דאס איז 99 פראצענט א סאטמארע ניגון, דאס פלעגט מען זייער אסאך זינגען ביי כל מקדש ביים ברך משה, מיין טאטע זינגט עס אויך ביי כל מקדש, יתכן אז ס'איז ר' יאסל'ס ניגון, וי איז שאץ מאץ ווען מען דארף אים, ער וועט לכאורה עס קענען באצייכענען וועמענס ס'איז
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- קעניגזאן
- שר האלף
- תגובות: 1812
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
- לאקאציע: זעסט מיך נישט?
מי יודע האט געשריבן:דאס איז 99 פראצענט א סאטמארע ניגון, דאס פלעגט מען זייער אסאך זינגען ביי כל מקדש ביים ברך משה, מיין טאטע זינגט עס אויך ביי כל מקדש, יתכן אז ס'איז ר' יאסל'ס ניגון, וי איז שאץ מאץ ווען מען דארף אים, ער וועט לכאורה עס קענען באצייכענען וועמענס ס'איז
99 פראצענט זיכער נישט א סאטמארער ניגון, די ניגון איז גאר א אלטער ניגון. דאס איז אמאל זיכער אז די ניגון ערוועקט די טיפסטע סטרינעס פון הארץ.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
- לאדיךארויס
- שר האלף
- תגובות: 1379
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
- לאקאציע: נישט
-
- שר העשר
- תגובות: 34
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:21 pm
לאל, א דאנק.
ווילאנג דער עולם קומט זיך דורך פאר וועם דער פאריגער ניגון באלאנגט. לייג איך דא ארויף א באקאנטע שיינע שנעלע ניגון, (געמישט מיינער מיט מעידזשער) זאל מען לאזן וויסן ווער ס'איז דער בעל מחבר פון די ניגון. כ'שפיל עס נישט צו גוט דא, ס'זייער שווער מיט'ן מייז.
https://copy.com/qqDQCwbCVs1Q

ש. נייווירטה האט געשריבן:לאל, א דאנק.
ווילאנג דער עולם קומט זיך דורך פאר וועם דער פאריגער ניגון באלאנגט. לייג איך דא ארויף א באקאנטע שיינע שנעלע ניגון, (געמישט מיינער מיט מעידזשער) זאל מען לאזן וויסן ווער ס'איז דער בעל מחבר פון די ניגון. כ'שפיל עס נישט צו גוט דא, ס'זייער שווער מיט'ן מייז.
https://copy.com/qqDQCwbCVs1Q
כפי ידיעתי א גערער ניגון
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
-
- שר העשר
- תגובות: 34
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:21 pm
- ניגון עתיק
- שר האלף
- תגובות: 1435
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
- לאקאציע: אינעם ניגון
לכאורה האט געשריבן:איך קען באשטעטיגן וואס מילכיגער שרייבט, דאס איז א גור'ער ניגון.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
וועגן דעם ערשטן ניגון
עס דאכט זיך מיר אז דאס באלאנגט צו דעם אשכול "איז דאס דער זעלבער ניגון?"
עס הערט זיך ווי א ליובאוויטשער ניגון, וואס איז אנגעקומען קיין סאטמאר בימים ההם און מ'האט דאס קונה געווען בשינוי
דרך אגב, (אפשר באלאנגט דאס אין א אשכול פאר זיך) האב איך לעצטנס געהערט אויף "קול ברסלב" טעלעפאן ליין אז זיי האבן עפעס אן אלטן טעיפ געזינגען געווארן אין אוקריינע מיט א קנאפע 100 יאהר צוריק, אבער עטליכע פון די ניגונים הערן זיך אויס ווי ליובאוויטשער ניגונים
עס הערט זיך ווי א ליובאוויטשער ניגון, וואס איז אנגעקומען קיין סאטמאר בימים ההם און מ'האט דאס קונה געווען בשינוי
דרך אגב, (אפשר באלאנגט דאס אין א אשכול פאר זיך) האב איך לעצטנס געהערט אויף "קול ברסלב" טעלעפאן ליין אז זיי האבן עפעס אן אלטן טעיפ געזינגען געווארן אין אוקריינע מיט א קנאפע 100 יאהר צוריק, אבער עטליכע פון די ניגונים הערן זיך אויס ווי ליובאוויטשער ניגונים
- ניגון עתיק
- שר האלף
- תגובות: 1435
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
- לאקאציע: אינעם ניגון
דאס איז נישט קיין נייעס.
אין ברעסלוב קען מען הערן אסאך ניגונים פון אנדערע הויפן, א שטייגער ווי פון ר' יאסל טאלנער, אדער מודזיצע ניגונים.
און בכלל האט ליובאוויטש קונה געווען אסאך "רוסיש'ע ניגונים" אלס זייער אייגענטום.