נעמטאָדאָם האט געשריבן:אז מען רעדט פון אפאסטראפן,
איז דא אין אידיש אזא זאך ווי לייגן א שטרעכל נאך א ווארט, ווצב"ש פינחס'?
אין ענגליש ווען מען וויל שרייבן עפעס וואס באלאנגט פאר פינחס שרייבט מען נישט Pinchos's, נאר אנשטאט שרייבט מען 'Pinchos
ביטע אריינקומען...
גוט אז דו פרעגסט, ווייל איך האב לעצטנס געטראכט צו פרעגן דא דערוועגן.
פינחס' איז לכאורה נישט ריכטיג אין אידיש. ס'זענען דא אנדערע צוויי אויסוואלן אין אידיש: 1. פינחס'ס. 2. פינחס'נס (אזוי ווי איך שרייב אין יענעם ארטיקל).
איך פלעג שרייבן ווי דער צווייטער וועג, אבער איך האב געטוישט צום ערשטן. ס'קוקט מיר אויס אז אזוי איז מער אנגענומען, און דאכט זיך מיר אז אזוי שרייבן אויך גוטע היימישע שרייבערס. אויך לויט'ן צווייטן וועג פאלט מען אריין אין ספיקות, צי נאר נאך א ס' לייגט מען דעם נ', אדער אויך נאר א ש', א טש, א צ', א ת', אד"ג.
אדרבה, זאל דער עולם אריינקומען קלאר.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?