אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

Mezofzef האט געשריבן:אדער שרייבט מען צו ארויסווייזן

נישט ריכטיג, דער כלל איז אז "צו" קומט אלעמאל צום לעצט. ארויסצוגיין, אריינצוגיין, חתונה צו האבן, תשובה צו טון, נישט צו ארויסגיין, צו אריינגיין, צו חתונה האבן, צו תשובה טון.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
גברא רבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

תגובה דורך גברא רבא »

'געצייטיגט' איז גוט? עס ליינט זיך עפעס נישט.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

גברא רבא האט געשריבן:'געצייטיגט' איז גוט? עס ליינט זיך עפעס נישט.

ס'איז גוט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

צע, איז נישט ביי זאכן וואס געשעען פון זיך?
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:נאך א ווארט וואס עגבערט(?) מיר א שטיק צייט:

שטארקקייט אדער שטארקייט

שטארקקייט
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

פיישל האט געשריבן:צע, איז נישט ביי זאכן וואס געשעען פון זיך?

יגעתי ומצאתי
viewtopic.php?p=203317#p203317
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

וראה גם מה שכתב החכם יידישיסט
ואחריו תלמידו הגדול החכם אינטעליגענט
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 81#p177181
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אינטעליגענט האט געשריבן:
יידישיסט האט געשריבן:די העברעאיש-באנוצער מוזן זיך באגיין אן אזעלכע ווערטער ווי "צושפרינגען ווערן", "זיך צופליען", אדער "זיך צורעדן", ווער רעדט נאך פון זיך "דורכשמועסן". אז א איד איז אין אן עת צרה חלילה און ער איז מיואש דאן "צעוויינט ער זיך", "צעכליפעט זיך". ביז ווען וועט ער נעבעך וויינען? ביז ער וועט זיך "אויסוויינען" (אויפ'ן היינטיגן העברעאיש האבן זיי פרובירט צו ערזעצן אט דאס הערצליכע ווארט מיט דעם ווארט "התבכיין" - זיך אויסגעוויינט). ווער רעדט שוין פון דעם "צופלויגענעם" שכן, וואס אויף אים איז גאר קיין ווארט נישטא אויף העברעאיש, און זיכער נישט מיט דעם חן. און נישט פארגעסן, אויך "צעווערטלען" קען מען זיך נישט אויף העבראיש (אך און וויי, אויך מיר אידן...).

נאר א קליינע הערה: לפי פסקי הרבנית מ"מעלות", גייען די אלע ווערטער - וואס ווערן דא אויסגערעכנט - מיט אן עי"ן, דהיינו: צעשפרינגען ווערן, צעפליען, צערעדן, צעפלויגען, וכו', וואס לפי וואס זי תחי' איז משער איז דאס נשתרבב געווארן פונעם דייטשן פארזילבע "צער" וואס דייט אן "צער-טיילונג", און אויף דעם שניט זענען אלע אויבערדערמאנטע ווערטער, [צעשפרינגען, צעפליען, זענען דאך פשוט, "צערעדן" איז ווארשיינליך דער ענין מכח ווייל עס גייט ארויס פון קאנטראל, עס טיילט זיך פונעם מענטש'ס קאנטראל, וזה פשוט].

ס'האט גארנישט מיט מעלות. יעדער וואס וועט ליינען סיי וועלכן אידישן אדער יידישן בוך וועט זען דעם חילוק פון צו- און צע-. סך הכל זענען דא שרייבערס וואס צווישן זייערע טעותים איז דאס פארטוישן צע- און צו-. נו, מ'קען זיך אלץ לערנען.

פארוואס יא צו ניצן צע- ווען ס'קומט: 1. ווייל אלע אידישע פראפעסיאנעלן שרייבן אזוי (אפילו היימישע שרייבערס וואס זענען אביסל בקי). 2. אזוי איז עס אין דייטש, נאר מיט א ר' דערנאך. 3. מ'זאגט עס אזוי ארויס. 4. ווייל אזוי האט מען א שריפטליכן חילוק צווישן צוגיין/צעגיין, צולאזן/צעלאזן, צונעמען/צענעמען, צואווארפן/צעווארפן, און נאך פיל ווערטער.

פארוואס נישט צו ניצן צע- ווען ס'קומט: ווייל ס'איז א פארשפרייטער טעות.

והבוחר יבחר.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ש'כח @פיישל פאר'ן צוצייכענען אהין. איך זע מ'באהאנדלט דארט מיינעם אן אלטע שאלה, פון וואו ס'שטאמען די ווערטער פארזילבע און נאכזילבע. זיי טענה'ן אז ס'איז א פאבריקאציע פון א. כ"ץ. פילייכט ווייסט זי נישט אז מ'רופט עס אין אידיש פרעפיקס און סופיקס, פונקט ווי אין ענגליש.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p2543757
גרשון האט געשריבן:פון וואו קומען די ווערטער "פארזילבע" און "נאכזילבע"? איך קען זיי נאר פון מעלות. אין ענגליש, דייטש, אזוי אויך אידישע ווערטערביכער איז עס "סופיקס" און "פרעפיקס".

איך זע אז אין דייטש איז א syllable "זילבע". לויט דעם איז א פאר/נאך + זילבע דייטשיש. די שאלה איז נאר ווער ס'איז אויפגעקומען מיט דעם ווארט, ווייל איז דייטש זעלבסט איז עס נישט דא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

למדן וצדיק האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:אדער שרייבט מען צו ארויסווייזן

נישט ריכטיג, דער כלל איז אז "צו" קומט אלעמאל צום לעצט. ארויסצוגיין, אריינצוגיין, חתונה צו האבן, תשובה צו טון, נישט צו ארויסגיין, צו אריינגיין, צו חתונה האבן, צו תשובה טון.

כללא הוא? וואו שטייט דער כלל?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גרשון האט געשריבן:כללא הוא? וואו שטייט דער כלל?
אטעטשמענטס
Screenshot 2021-08-26 224152.png
Screenshot 2021-08-26 224152.png (138.97 KiB) געזען 1426 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אן אינטערסאנטער ארטיקל פון א באוואוסטן יידישיסטשן פראפעסאר אין וועלכן ער באהאנדלט דאס וואס אין חסיד'ישן אידיש האט זיך לעצטנט אריינגעכאפט דאס לייגן "צו" פאר'ן קאנווערב
https://www.frontiersin.org/articles/10 ... 00035/full
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

למדן וצדיק האט געשריבן:אן אינטערסאנטער ארטיקל פון א באוואוסטן יידישיסטשן פראפעסאר אין וועלכן ער באהאנדלט דאס וואס אין חסיד'ישן אידיש האט זיך לעצטנט אריינגעכאפט דאס לייגן "צו" פאר'ן קאנווערב
https://www.frontiersin.org/articles/10 ... 00035/full

געבלאקט. קענסט קאפי-פעיסטן?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

פי די עף פונעם ארטיקל
https://drive.google.com/file/d/1MDQU73 ... sp=sharing
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
גברא רבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא רבא »

דער העלישע פייער
דאס העלישע פייער
די העלישע פייער
איכה?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

גברא רבא האט געשריבן:דער העלישע פייער
דאס העלישע פייער
די העלישע פייער
איכה?

דער העלישער אדער דאס העלישע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

גרשון האט געשריבן:
גברא רבא האט געשריבן:דער העלישע פייער
דאס העלישע פייער
די העלישע פייער
איכה?

דער העלישער אדער דאס העלישע.

די העלישע פייערן
גברא רבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא רבא »

ווי אזוי שרייבט מען באגניגט?
ווי למשל: ער האט זיך נאך אלץ נישט באניגט מיט דעם.
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4844
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע: דארטן

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

גברא רבא האט געשריבן:ווי אזוי שרייבט מען באגניגט?
ווי למשל: ער האט זיך נאך אלץ נישט באניגט מיט דעם.

באגנוגנט. צופרידן, זאט, באפרידיגט.
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
צו געבן
https://go.thechesedfund.com/babyex7777gmailcom/grand
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

וועגן צו און צע.

ערשטנס, דער פשוט'ער באדייט פון צע איז פונאנדער.

צווייטנס, עס איז דא א ריזיגער חילוק פון צו און צע. צו איז א קאנווערב, און צע איז א פרעפיקס. דער חילוק פון די צוויי איז אז א קאנווערב ווערט אין פארשידענע בייגונגען אפגעטיילט פונעם ווארט. למשל ארויס איז א קאנווערב, און ווען מ'וויל זאגן ארויסגיין אין לשון הוה, זאגט מען ער גייט ארויס. משאי"כ דער־ און בא־, אד"ג, זענען פרעקפיקסן, און ווען מ'וויל למשל זאגן דערציילן אין לשון הוה, גייט מען נישט זאגט ער ציילט דער, נאר ער דערציילט. אדער באקומען אין לשון הוה, ס'איז נישט ער קומט בא, נאר ער באקומט.

קומט אויס אז ס'דא א פשוט'ער סימן צו וויסן ווען מ'נוצט צו און ווען צע. אויב ווערט עס אפגעטיילט אין לשון הווה, מיינט עס אז מ'נוצט צו, אויב נישט איז צע. למשל ווען איינער וויל וויסן צי ער דארף שרייבן צעגיין (ווי א ליכט), אדער צוגיין (צום עמוד), אויב אין לשון הוה איז עס גייט צו, מיינט עס מנוצט צו, אויב אין לשון הווה איז ווייטער צעגייט, מיינט עס אז מנוצט צע.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

טה במקום th

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

ווייסט איינער דער מקור פון שרייבן א ה"א ביי דער נאמען ראטה אדער ביי נעמען וואס ענדיגען זיך מיט ווירטה וכדומה ?
אין ענגליש קומט דאס אלץ מיט א th מען פלעגט אזוי זאגען אין אידיש אויך ?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

עספיעט אדער עספייעט?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

גרשון האט געשריבן:ביי א פרעפיקס לייגט מען געווענליך דאפלטע אותיות, צב"ש איבערראשן, פאררעכטן, אוממעגליך, דאקעגן ביי א סופיקס מאכט מען עס פאר איינס.

יישר כח, זייער אינטערעסאנט, אויך די צו/צע שמועס

הלוואי ווען איינער קען ווען צוזאמנעמען די כללים פון דעם אשכול
איך האב גוט געשריבן צוזאמנעמען?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:עספיעט אדער עספייעט?

עספיעט
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

מים חיים האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:ביי א פרעפיקס לייגט מען געווענליך דאפלטע אותיות, צב"ש איבערראשן, פאררעכטן, אוממעגליך, דאקעגן ביי א סופיקס מאכט מען עס פאר איינס.

יישר כח, זייער אינטערעסאנט, אויך די צו/צע שמועס

הלוואי ווען איינער קען ווען צוזאמנעמען די כללים פון דעם אשכול

גא"מ
און שכח
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”